☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #16311

אשכול אן א טיטל #16311

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16311
בלאט: 1 2 3

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:59 am

· #534134
שאלתיאל
ביי דעי וועי האט איינער א מושג וואס איז טראמפ'ס פלאן אויב מען גייט אים געפינען שולדיג אויף די קלאגעס?
כ'מיין אז ליגעלי קען ער לויפן און אפי' זיין פרעזידענט פון טורמע
עס איז נישט דא קיין געזעץ וואס טוט אפהאלטן א קאנוויקט פון לויפן און זיין פרעזידענט. ער וועט לכאורה דארפן לויפן פון טורמע (נישט ליטערל) - און אויך ווערן Inaugurated אין טורמע. דאן וועט זיך פארדאנען, און אלס איז מסודר...

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

שאלתיאל » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:05 pm

· #534136
ווער ס'איז אריינגעקומען גאנץ שטארק ביי פאקס דיבעיט איז Vivek ramasaway אן אומבאקאנטע קענדידעט וואס איך האב נעכטן געהערט די ערשטע מאל זיין נאמען. ער איז זייער כאריזמאטיש (און פאפאליסטיש) און איז ווערט צו האלטן א אויג אויף

Sent from my SM-A546E using Tapatalk

שאלתיאל » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:07 pm

· #534137
פונדאַמענטאַל
שאלתיאל
ביי דעי וועי האט איינער א מושג וואס איז טראמפ'ס פלאן אויב מען גייט אים געפינען שולדיג אויף די קלאגעס?
כ'מיין אז ליגעלי קען ער לויפן און אפי' זיין פרעזידענט פון טורמע
עס איז נישט דא קיין געזעץ וואס טוט אפהאלטן א קאנוויקט פון לויפן און זיין פרעזידענט. ער וועט לכאורה דארפן לויפן פון טורמע (נישט ליטערל) - און אויך ווערן Inaugurated אין טורמע. דאן וועט זיך פארדאנען, און אלס איז מסודר...

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
מ'קען זיך אליין פארדאנען?

Sent from my SM-A546E using Tapatalk

אלע צוזאמען » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:31 pm

· #534141
שאלתיאל
פונדאַמענטאַל
שאלתיאל
ביי דעי וועי האט איינער א מושג וואס איז טראמפ'ס פלאן אויב מען גייט אים געפינען שולדיג אויף די קלאגעס?
כ'מיין אז ליגעלי קען ער לויפן און אפי' זיין פרעזידענט פון טורמע
עס איז נישט דא קיין געזעץ וואס טוט אפהאלטן א קאנוויקט פון לויפן און זיין פרעזידענט. ער וועט לכאורה דארפן לויפן פון טורמע (נישט ליטערל) - און אויך ווערן Inaugurated אין טורמע. דאן וועט זיך פארדאנען, און אלס איז מסודר...

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
מ'קען זיך אליין פארדאנען?

Sent from my SM-A546E using Tapatalk
יא, אבער נישט פון די סטעיט קלאגעס.

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:21 pm

· #534155
שאלתיאל
ווער ס'איז אריינגעקומען גאנץ שטארק ביי פאקס דיבעיט איז Vivek ramasaway אן אומבאקאנטע קענדידעט וואס איך האב נעכטן געהערט די ערשטע מאל זיין נאמען. ער איז זייער כאריזמאטיש (און פאפאליסטיש) און איז ווערט צו האלטן א אויג אויף

Sent from my SM-A546E using Tapatalk
ער איז היבש געשטיגן אין די אנקעטעס די לעצטע תקופה. לדעתי איז זיין שטארקייט ממש דאס וואס איז די שוואכקייט פון דיסענטיס.
דיסענטיס האט א שטארקייט מכוח זיין רעקארד פון טון למעשה און ברענגען רעזאלטאטן, אבער ווי עס ווייזט אויס האט ער א שוואכקייט ווען עס קומט צו פערסענעליטי, ער איז נישט רילעיטיבל אלס א פערזאן. ער גייט אויך זייער ווייניג אויף אינטערוויוז און שאוס, ער שטעלט זיך נישט ארויס אלס א פארטרעטער פון א מאוומענט.
וויוועק האט שוין געטון קרוב צו 70 פאדקעסטס זייט די אנהייבן פונעם קאמפיין. ער לויפט פון איין שאו צום צווייטן און איז גרייט צו שמועסן און דעבאטירן סיי וועמען. קיין היסטאריע פון אויפטון האט ער נישט, אבער ער שטעלט זיך אבער אלס א פירער פון א מאוומענט און אן אגענדע.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

אלפא » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 7:34 pm

· #534190
שאלתיאל
ווער ס'איז אריינגעקומען גאנץ שטארק ביי פאקס דיבעיט איז Vivek ramasaway אן אומבאקאנטע קענדידעט וואס איך האב נעכטן געהערט די ערשטע מאל זיין נאמען. ער איז זייער כאריזמאטיש (און פאפאליסטיש) און איז ווערט צו האלטן א אויג אויף
א שטיקל קאפי פון די טראמפ סטיל פערסאנאליטעט,
- זוכט fame איבער אלעס, פארדרייט מעשיות לויט וויאזוי אים שטומט, אן ענטרעפאנאור וואס האט ס"ה ביזנעס עקספיריענס און רעדט זיך איין אז פאליטיק איז א ביזנעס געמבל, אנטי-עסטעבלישמענט, א גוטן פיסק- פראבירט בעיקר צו זאגן וואס מ'וויל הערן. איין זאך נאר, די שפיץ פון טראמפ (די משונה'דיגע עגא און צודרייטע פרעכהייט) דאס זעט ער נישט אויס צו האבן.
לענ"ד ווייזט זיין מאמענטום אויף אן אינטעלעקטואלע 'דיקליין' (בלשון דיסענטיס) אין אמעריקא, ענליך צו וואס טראמפיזם האט ארויסגעברענגט, עס שיינט צו ווערן די נארם און טרענד נאכצולויפן אזאנע פאליטיקאנטן (אויך מיר..) אנשטאט עפעס ווערדפול.

אין אן איידעאל (קאנסערוואטיווע) וועלט וואלט לכאו' טים סקאט געווען א געראטענעם קאנדידאט, ער רעדט ווייך, רעדט אסאך פון זיין עבר - ובכלליות פון זיין פערסאנאליטעט (-לעומת עגא..) און וואס עס מיינט/ווייזט פאר אמעריקא, און זעט אויס צו זיין גאנץ 'האמבל' מיט א דיסענט וויזיע.
ליידער זענען קיין איינס פון די כאראקטעריסטיקס נישט עפעס וואס צוט מאמענטום אינעם היינטיגן עפאכע, ניטאמאל טראגט עס חשיבות, אבער די סארט אויטענטישקייט (לעומת רעדן וואס קומט אויפן לונג) איז וואס פאליטיק דארף...

שאלתיאל » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:28 pm

· #534194
1 מיט רעדן ווייך און זיין האמבל גייט מען נישט צום טיש. כדי צו זיין א עפעקטיוו פאליטישען, כ"ש א פרעזידענט, מוזטו האבן נאך פעאיגקייטן וואס זאלן דיך ערלויבן סיי צו קענען סורוייוון פאליטיש און סיי קענען שטופן דיינע אגענדעס ווי ווייט מעגליך.
דאס רעכנט אריין, צווישן אנדערע: שארפע פאליטישע אינסטינקטן און אויך א געוויסע מאס פאפאליסטישקייט און פלעקסעביליטי וואס איז געפאדערט צו קענען מאנעווירן צווישן אידעלאגיע און די מציאות. ווי ווייט איך קען טים קאט פארמאגט ער נישט אפי' א משהו פון די סארט פעאיגקייטן. ער איז א טרוקענע הארטנעקיגע קאנסערוואטיווע אידעאלאג, נישט מער.
נאכמער, אפי דעסאנטיס ווייזט זיך אויס אז ער פארמאגט עס נישט ממש, עכ"פ אויף א נעשאנעל לעוועל.

2 באופן כללי זעה איך נישט פארוואס אינטעלעקטואליזם זאל זיין א רעלעווענט פאקטאר ביי א פרעזידענטליכע קענדידעט. ביידען איז א אינטעלעקטועל? קלינטאן? ניקסאן? וועלכע פרעזידענט איז געווען אן אינטעלעקטועל? אבאמא איז אפשר געווען א שטיקל פסאודא-סעמי-אינטעלעקטואל אבער כ'זעה נישט ווי ס'האט אויסגעקלאפט למעשה.

3 אפילו צופיל אידעאלאגיע איז אויך נישט קיין גרויסע ארטיקל לדעתי ביי א פאליטישען. אידעאלאגיע איז גוט אין טעאריע, אויף למעשה אויסצופירן דארף מען אן אנדערע סעט כלים.

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:57 pm

· #534226
אלפא

איך בין מסכים מיט אלעס וואס איר זאגט בנוגע זיינע שוואכקייטן אבער איך קריג מיר מיט די הנחה אז דאס איז א אינטילעקטואלע פראבלעם. גראדע שטעלט ער זיך אבער אלס א אינטילעקטואלע פערזאן און קלעימט צו ברענגען א 'וויזיע' פאר אמעריקע. מעגליך אז מענטשען קויפן דאס וויבאלט זיי זעען אין אים איינער מיט אידיאולוגיע און א וויזיע. נאר וואס. אזויווי איר ברענגט ארויס, ס''ה א גוטן פיסק און זאגט וואס די עולם וויל הערן. גוטע רעטאריק אבער נישט דווקא אמת'דיג. לענ''ד איז עס נישט צוליב די אינטילעקטואלע דעקליין נאר צוליב די שטחיות פונעם עולם וועלכע פאלט צו איינער וואס זאגט גוטע ליינס.
איך וואלט נישט געגאנגען צו טים סקאט צוליב די פראבלעמען וואס @שאלתיאל ברענגט ארויס. מעגליך דיסענטיס וואס האט א שטארקע כאראקטער און האט זיך שוין אויפגעוויזן אז ער מיינט דאס ערענסט.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

אלפא » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 6:41 am

· #534272
שאלתיאל
1 מיט רעדן ווייך און זיין האמבל גייט מען נישט צום טיש. כדי צו זיין א עפעקטיוו פאליטישען, כ"ש א פרעזידענט, מוזטו האבן נאך פעאיגקייטן וואס זאלן דיך ערלויבן סיי צו קענען סורוייוון פאליטיש און סיי קענען שטופן דיינע אגענדעס ווי ווייט מעגליך.
דאס רעכנט אריין, צווישן אנדערע: שארפע פאליטישע אינסטינקטן און אויך א געוויסע מאס פאפאליסטישקייט און פלעקסעביליטי וואס איז געפאדערט צו קענען מאנעווירן צווישן אידעלאגיע און די מציאות. ווי ווייט איך קען טים קאט פארמאגט ער נישט אפי' א משהו פון די סארט פעאיגקייטן. ער איז א טרוקענע הארטנעקיגע קאנסערוואטיווע אידעאלאג, נישט מער.
נאכמער, אפי דעסאנטיס ווייזט זיך אויס אז ער פארמאגט עס נישט ממש, עכ"פ אויף א נעשאנעל לעוועל.

2 באופן כללי זעה איך נישט פארוואס אינטעלעקטואליזם זאל זיין א רעלעווענט פאקטאר ביי א פרעזידענטליכע קענדידעט. ביידען איז א אינטעלעקטועל? קלינטאן? ניקסאן? וועלכע פרעזידענט איז געווען אן אינטעלעקטועל? אבאמא איז אפשר געווען א שטיקל פסאודא-סעמי-אינטעלעקטואל אבער כ'זעה נישט ווי ס'האט אויסגעקלאפט למעשה.

3 אפילו צופיל אידעאלאגיע איז אויך נישט קיין גרויסע ארטיקל לדעתי ביי א פאליטישען. אידעאלאגיע איז גוט אין טעאריע, אויף למעשה אויסצופירן דארף מען אן אנדערע סעט כלים.
1. מסכים! איך האב טאקע גערעדט פון אן 'איידעאל' וועלט נישט קיין פאליטיקעל.. גאווענאר העילי האט מיר אויסגעזען גאנץ שטארק ווי א מעסיגע און שטאנדהאפטיגע. דיסענטיס האט פשוט נישט קיין כאריזמע...
2. ניטש 'אינטעלעקטואליזם' ביי די קאנדידאטן איז וואס איז די פראבלעם (אזוי ווייט), עס איז די מצב ביים פאלק צו גיין פאר הוילע PR..
3. מסכים. הגם די סיבה פארוואס טאקע איידעאליזם איז נישט ממש קיין פאליטישע געצייג איז אויך לכבוד די שטחיות פון די פלאץ ביי וואו מ'דארף 'אויספירן' די געדאנקען..
פונדאַמענטאַל
איך בין מסכים מיט אלעס וואס איר זאגט בנוגע זיינע שוואכקייטן אבער איך קריג מיר מיט די הנחה אז דאס איז א אינטילעקטואלע פראבלעם. גראדע שטעלט ער זיך אבער אלס א אינטילעקטואלע פערזאן און קלעימט צו ברענגען א 'וויזיע' פאר אמעריקע. מעגליך אז מענטשען קויפן דאס וויבאלט זיי זעען אין אים איינער מיט אידיאולוגיע און א וויזיע. נאר וואס. אזויווי איר ברענגט ארויס, ס''ה א גוטן פיסק און זאגט וואס די עולם וויל הערן. גוטע רעטאריק אבער נישט דווקא אמת'דיג. לענ''ד איז עס נישט צוליב די אינטילעקטואלע דעקליין נאר צוליב די שטחיות פונעם עולם וועלכע פאלט צו איינער וואס זאגט גוטע ליינס.
איך וואלט נישט געגאנגען צו טים סקאט צוליב די פראבלעמען וואס @שאלתיאל ברענגט ארויס. מעגליך דיסענטיס וואס האט א שטארקע כאראקטער און האט זיך שוין אויפגעוויזן אז ער מיינט דאס ערענסט.
פארוואס איז 'שטחיות' נישט קיין אינטעלעקטואלע פראבלעם?
פאפעליזם - וויאזוי די מאוומענט רופט זיך - איז ביי דעפינאציע די געדאנק צו אפילן צום 'עמך' עולם וועלכע האט נישט די קוואליפיקאציעס באמת צו פארשטיין וואס פאליטיק פארלאנגט, זיי פארשטייען צו זייער טאש און צו ווער עס קויפט זיי די בעסטע אפ. ואכמ"ל די שאדן דערפון.

קורקלענד » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 8:52 am

· #534279
איך האב קיינמאל נישט ארויסגעהאט פונקטליך וואס פאפוליזם מיינט און וואס די חסרון איז. אבער לויט ווי איר לייגט עס אראפ, אויב טאקע דאס מיינט פאפוליזם, זענען די דעמאקראטן און זייערע קאנדידאטן פונקט אזוי פאפוליסט געשטימט ווי רעפובליקאנער. אויב נישט מער.

סקעפטיקער » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:59 pm

· #534315
נאכן אויסהערן גרויסע חלקים פון די דעבאטע וואלט איך געשטימט פאר ניקי העילי פון צווישן די אלע

אילין מאסק » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 5:13 pm

· #534349
יא!

אלפא » מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 6:26 pm

· #534357
קורקלענד
איך האב קיינמאל נישט ארויסגעהאט פונקטליך וואס פאפוליזם מיינט און וואס די חסרון איז. אבער לויט ווי איר לייגט עס אראפ, אויב טאקע דאס מיינט פאפוליזם, זענען די דעמאקראטן און זייערע קאנדידאטן פונקט אזוי פאפוליסט געשטימט ווי רעפובליקאנער. אויב נישט מער.
פאפוליזם אין קורצן, איז די געדאנק פון אפילען צו 'די מענטשן', די פשוטע פאלק - די ווייסע ארבייטארערס -, לעומת די אלע מינאריטעטן (שווארצע, פרויען, להט"ב, א.א.וו.) פאר וועמען די לינקע שטעלן זיך, און זיי אויפהעצן אנקעגן די עליטע און עסטעבלישמענט, מ'נוצט די טראמפ און ברעקזיט עפאכע אלס שטארקע דוגמא.
עס איז דא אסאך צו רעדן איבער דעם, בסופו של דבר פון אן היסטארישן שטאנדפונקט האבן רוב פאפוליסטישע מאוומענטס זיך גענדיגט מיט אן אויטאריטעריען רזשים, דהיינו עס הייבט זיך אן מיטן אונטערהעצן די מאסן (צומאל בארעכטיגטערהייט) אנקעגן די עסטעבלישמענט פאר די אלע זאכן וואס זיי פארפעלן צוצושטעלן (ע"ע טראמפ..), אבער שפעטער ווען פראבלעמען גייען נישט אוועק אזוי שנעל ווי מ'וואלט זיך געוואונטשן הייבט די באשולדיגונגס באנק אן צובאקומען אלס מער און מער קאנדידאטן - אין די נאמען פונעם 'עולם' - און דאס אליין ווערט א פראבלעם פאר זיך אין וואס א דריטער איז שילדיג, ביז אלעס צופאלט און צושלאגט זיך...
דאס איז אין איין ווארט פארוואס עס איז 'א סכנה' פאר דעמאקראטיע, על אף די שיינע רייד פון אנפאנג זיך גאר אנצונעמען פאר די וויילער...
(זע דא אין א ניס-שאלאכטס)

אלפא » פרייטאג דעצעמבער 8, 2023 6:17 am

· #540789
ניקי העילי איז אריינגעקומען גאר שטארק ביים פערטן דעבאטע, אפי' ווען אויף אייוועלט האלט מען אז ראמאסוואמי האט עס געמאכט, איז דאס נאר נאך א סיבה צו האלטן אז העילי -וועמען ער איז געווען אויסן אראפצורייסן- איז די בעסטע צווישן זיי...

די אמת איז אז ווען מ'איז דן ווער עס האט געוואונען דעם דעבאטע, קען עס מיינן געוואונען דעם דעת הקהל - אין די פאללס. עס קען מיינען אריינגעקומען מער פאקטואל אמת'דיג (-דיסענטיס) אדער קאנסיסטענט (- קריסטי) אין די ליין אוו ארגומענט.

אבער קוקנדיג אויפן פאליטישן פערספעקטיוו און אויף וואס אמעריקע דארף כעת, איז דאך אפי' ראמאסוואמי מודה (-ער לויפט אויף דעם סלאגאן) אז עס איז צו יונייטן צוריק דעם לאנד. און העילי מיטן רעדן זייער מעסיג און געוואויגן, נישט ווערן פארכאפט אין אנגעצויגענקייט אין היציגע מאמענטן, און אפי' קענען בלייבן שטיל נאך וואס ער האט איר אראפגעריסן, ווייזט אויף א מיטשוריטי אין פאליטיקס וואס איז ביי מיר די געוואונער פאר יעצטיגע פאליטיקס..

קורקלענד » פרייטאג דעצעמבער 8, 2023 8:36 am

· #540792
ס'איז וויכטיג צו אנערקענען אז פאליטיקער זענען געשליפענע אקטיארן, און וואס זיי זאגן מאכט א קנאפע נפקא מינה. ס'איז בלויז שפיל. דער וואס רעדט צום זאך, אדער דער וואס זאגט צו ס'בעסטע אדער ווער ס'זעהט אויס די שענסטע (וואס מאכט סייענטיפיש אויס), איז באמת נישט נוגע, ווייל בוש, ראמני, אובאמא, רייען און פילע אנדערע אין וואשינגטאן האבן אויך גערעדט אזוי שיין און קליג ווי העילי און האבן געמאכט א גוטע רושם. נאר אז מיר זאלן געוואויר ווערן אז זיי זענען אלע געווען סתם בּלאָפפערס.

ווילסט וואטשן א שוי, געזונטערהייט, וואטש די פאלטשע אויסגעשפילטע אומרעלעוואנטע דעבאטעס. אבער ס'האט נישט קיין שום פראקטישע אפליקאציע... ווייל ס'איז א טאטאלע שפיל.

אלפא » פרייטאג דעצעמבער 8, 2023 9:15 am

· #540794
אית שפיל ואית שפיל...

אז זיי נארן אויס דעם עולם, און אז זענען גרויסע בלאפערס, נא, מהיכי תיתי - דאס איז דאך פאליטיק אוןן דיפלאמאטיע אלעמאל געווען.

אבער די סארט פאפוליזם שפילערייען פון די לעצטע פאר יאר - וואס ראמאסוואמי וויל אנהאלטן, קריסטי אראפרייסן, און דיסענטיס מאדנעזירן - וואס העילי איגנארירט ווי עס דארף צו זיין, דאס איז וואס פעלט זיך אויס פאר סטאביליטעט און טאקע נישט דוקא פאר פאליסי..

קורקלענד » פרייטאג דעצעמבער 8, 2023 11:05 am

· #540801
איך בין נישט אזא בטלן אין פאליטיק. אבער על כולם נאך יארן לאנג פארשטיי איך נישט וואס דאס באדייט פון פאפוליזם איז און וויאזוי ס'איז אין יעדענספאל דאס ארגסטע, ספעציעל ווען מען פארגלייכט צו אנדערע אלטערנאטיוון.

ביטע קלערט מיר אויף.

מתתיהו » פרייטאג דעצעמבער 8, 2023 1:34 pm

· #540804
איך ווייס נישט צו הרב @אלפא מיינט דאס, אבער די מציאות איז אז אמעריקע איז היינט צוטאגס שרעקליך צוטיילט ווי קיינמאל ביפאר, און מ'קען זיך טענה'ן פון היינט ביז מארגן ווער ס'איז שילדיג אבער ס'איז זיכער אז דאס איז א גרויסע (אפשר גאר די גרעסטע) געפאר פאר אמעריקע.

און א פרעזידענט העילי וואלט געווען א גוטע קאנדידאט צאמצוברענגען דאס אמעריקאנער פאלק, זי וואלט געווינען אין א לענדסלייד קעגן דעם אומפאפולערן ביידן, זי געניסט פון ברייטע שטיצע ביי אסאך שיכטען פון פאלק, סיי ביי די קאנסערוואטיווען איז זי אלעמאל געווען באליבט קומענדיג ארגענעל פון די "טי פארטי", אזוי אויך האט דער טראמפישע עולם שטארק געגליכן איר סערוויס אלס UN אמבאסאדאר, שטייענדיג פעסט פאר די אמעריקע ערשט אגענדע, און פון די אנדערע זייט איז זי נישט עקסטרעם, און נעמט גוט אויס, און נאכדערצו אלס די ערשטע פרוי מינארטי פרעזידענט וואלט עס געווען א שטארקע זאך ביי די לינקע וואס זענען כסדר ביזי מיט אידענטיטעיט פאליטיק.

שאלתיאל » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 9:05 pm

· #540841
ניקי העילי שמעקט צו שטארק פון פאפאליזים (דאס פארשלאגן אז די גאווערמענט וועט באשטעטיגן יעדנס פראפייל אויף סאושעל מידיע אדער דאס פארשלאג פון אויפדעקן אין פובליק די נעמען פון סטודענטן וואס באטייליגן זיך אין פרא-פאלעסטינער פראטעסטן אין קעמפוסעס) און בכלל איז זי, ווי @אנאנים דערמאנט, אן אלטע איינסיידער מיט צווייפלהאטיגע קשרים אין די מיליטערישע אינדוסטרי.

ווידעראום, ראמאסוואני (וויאזוי ספעלט מען אזא נאמען?) טראץ וואס ער האט מיך אויסגעקוקט אלץ פאפאליסט קוקט מיך אויס ווי ער קומט יא אריין מיט היבש קלארע און קאהערענטע פאליסיס. און איז די איינציגסטע וואס ברענגט עפעס פריש. עס איז מיר געווען אינטערסאנט צוויי טאפיקס:
זיין ראדיקאלע אויסערן פאליסי. ער וויל אמעריקע זאל כמעט אינגאנצן אפטרעטן פון איר פאזיציע אלץ דער מיליטערישע-מאראלישע 'פאליציי פון דער וועלט' וואס מוז שטענדיג האלטן קאנטראל אויף דער וועלט און זיך אריינמישן איבעראל, סיי מיליטעריש אבער אויך אלץ מאראלישע און מוסר זאגער, און פאקוסן נאר אויף די אינערליכע אישוס מיט וואס אמעריקע פלאגט זיך שווערליך (בעיקר די פינאנציעלע מצב און די בארדער קריזיס).
כמעט אלע רעפובליקאנער האלטן פון רעדוצירן די מיליטערישע הילף פאר אנדערע מדינות אבער טייל קומען מיט א 'חוץ'- חוץ פון אונזער פריינט וכו'.. ראמאסוואני איז יא קאנסיסטענט אין אפזאגן סיי וועלכע מיליטערישע הילף. און נאך א חידוש איז דאס אז ער וויל רעדוצירן בכלל דאס אריינמישן זיך אין אנדערע מדינות אישוס. (למשל: דאס אז אמעריקע איז פארנומען נאכצופראשן מיט א שפאקטיוו פונקטליך וויאזוי מד"י האלט מלחמה אין עזה און וויפיל הייזער זיי בויען אין די סעטטלמענטס איז ביי אים אפגעפרעגט אינגאנצן, וה"ה צו די רוסלאנד-אוקריינע מלחמה)

זיין שטעלע אויף פרי-ספיטש איז אויך אינטערסאנט. אנדערש ווי אנדערע וואס זענען פרא פרי ספיטש- עקסעפט פון... [פיל אריין ] איז ער זייער קאנסיסטענט אין זיין צוגאנג צו פרי ספיטש און באהאנדלט עס מיט א 'חרדת קודש' מיט די מינימום פון עס אנרירן אדער זיך אריינימישן דערין. אויף דעם טאפיק איז ער איז אריבער עטליכע טעסטס ווי ער וואלט געקענט נעמען מער פאפליסטישע שטעלונגען (ווי די פרא פאלסעטינער אישו וכו'). טייל וועלן עס אנקוקן אביסל ראדיקאל אבער זייענדיג אפגעבריעט פון פריעדריגע צענזארס אויף סאושעל מידיע (אדער אינסטאנצן) וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין סעלעקטיוו, קארופטירט און פאליטיש איז בעסער די דאזיגע שטעלע ווי איידער זיך אנהייבן אריינמישן וואס דעמאלט איז אין לדבר סוף.
איך קען נישט אינגאנצן זיין אנדערע פאליסיס און כ'בין נאכנישט אזוי באקענט מיט אים איבער א לאנגע צייט אבער אז איך וואלט געווען אַן אמעריקאנער וואלט איך געקלערט פון אים שטיצן.

ביידע פאליסיס האט ער קלאר ארויסגעברענגט אין זיין אינטערוויו מיט פיערס מארגען:

קורקלענד » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 9:47 pm

· #540849
דער וויוועק ראסמאסוואמי האט נישט קיין שום דיטעילד פובליק לעבנס רעקאָרד. און זיכער נישט קיין שום פובליק רעקארד פון טוהן סיי וואס. און ווען מען פרובירט שוין יא אריין צו קריכן https://www.dossier.today/p/vetting-vivek-ramaswamy
בלאט: 1 2 3