☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » די כוזרי ארגומענט

די כוזרי ארגומענט

456 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14982
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

מאנטריאל » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 1:06 am

· #487839
די כוזרי ארגומענט
קען זיין עס איז שוין דא אזא אשכול אבער איך מיין אז נישט מיט דעס קעפל
דע כוזרי ארגומענט גייט מער ווייניגער אזוי אז עס איז דא צוויי אפשאנס איבער די מעשיות וואס שטייט אין די תורהַ.
אפשאן איין, אז אלעס איז אמת ווייל מען קען נישט אויספאפן 600 טויזענט מענטשן וואס זיי האבן אלעס געזעהן.
אפשאן צוויי, אז ערגעץ ווי האט מען עס אראפַ געשריבן און דער עולם גולם האט אלעס אנגעהויבן גלייבן, קומט די כוזרי זאגן אז עס קען נישט זיין אז מען קען קומען צו א פאלק און זאגן היסטאריע איבער ענק אליינס און זיי זאגן פון ווי ענקערע באבעס און זיידעס קומען פון מצרים, אויב וואלטן זיי עס נישט געהערט פון זייערע באבעס וואלטן זיי זיכער עס נישט אנגענומען. מוז זיין אז אפשאן נומער איינס איז גערעכט און אלעס וואס שטייט איז אמת.
די ערשטע שאלה וואס מיך האט אלס געמוטשעט, איז ווער זאגט אז דער עולם האט עס געקויפט, מאן יימר, אפשר די עולם האט געלאכט פוו דעם, מיט די יארן האט א קליין חלק פונעם עולם אנגעהויבן גלייבן, ביז מער און מער ביז מען איז שוין געווארן א שגץ אויב מען גלייבט נישטַ איי די מצות וואס מען פלעגט טוהן ווי למשל סוכות עס שטייט דאך אין פסוק אז בית ראשון האט מען ליידער נישט געמאכט סוכות, מיט די יארן האט מען אנגעהויבן גלייבן, אויך ווי יעדער ווייסט אז אין נך שטייט אז עזרא האט געטראפן די ספר תורה ווי קוקט אויס איז נישט געווען אזוי פאפולער די תורה אין יענע צייטן ליידער,
עס איז א לאנגע נושא אבער אויב איינער קען אריינברענגן די שמועס און מאכן קלאר.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:06 am

· #487841
טאקע פאר די סיבה האלט איך שוין לאנג אז ס'איז נישטא קיין הוכחה אויף תורה מסיני, און טאקע וועיגן דעים מיז מען האבן אדער אמונה פשוטה אדער נישט גלייבן בכלל.

ווער ס'טענה'עט אז ער האט אמונה ע"י חקירה נער'ט זיך אליין, און אלע זיינע הוכחות זענען נאר קאנפארמעישען בייעס ד.מ. אז ער זיכט הוכחות אויף א מסקנא וואס ער האט שוין פון פארדעים.

אפילו וועסט עים אויפווייזן אז די תורה איז אויפגעמאכט געווארען דורך די ועד ארבע ארצות וועט ער נאך אלץ גלייבן אין תורה מסיני, זיינע הוכחות זענען גארנישט ווערט ס'איז נאר כדי זיך צי פילן גיט אז ער איז נישט פון די בהמות וואס האבן אמונה פשוטה.

Nanach » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 4:07 am

· #487846
מאנטריאל
קען זיין עס איז שוין דא אזא אשכול אבער איך מיין אז נישט מיט דעס קעפל
דע כוזרי ארגומענט גייט מער ווייניגער אזוי אז עס איז דא צוויי אפשאנס איבער די מעשיות וואס שטייט אין די תורהַ.
אפשאן איין, אז אלעס איז אמת ווייל מען קען נישט אויספאפן 600 טויזענט מענטשן וואס זיי האבן אלעס געזעהן.
אפשאן צוויי, אז ערגעץ ווי האט מען עס אראפַ געשריבן און דער עולם גולם האט אלעס אנגעהויבן גלייבן, קומט די כוזרי זאגן אז עס קען נישט זיין אז מען קען קומען צו א פאלק און זאגן היסטאריע איבער ענק אליינס און זיי זאגן פון ווי ענקערע באבעס און זיידעס קומען פון מצרים, אויב וואלטן זיי עס נישט געהערט פון זייערע באבעס וואלטן זיי זיכער עס נישט אנגענומען. מוז זיין אז אפשאן נומער איינס איז גערעכט און אלעס וואס שטייט איז אמת.
די ערשטע שאלה וואס מיך האט אלס געמוטשעט, איז ווער זאגט אז דער עולם האט עס געקויפט, מאן יימר, אפשר די עולם האט געלאכט פוו דעם, מיט די יארן האט א קליין חלק פונעם עולם אנגעהויבן גלייבן, ביז מער און מער ביז מען איז שוין געווארן א שגץ אויב מען גלייבט נישטַ איי די מצות וואס מען פלעגט טוהן ווי למשל סוכות עס שטייט דאך אין פסוק אז בית ראשון האט מען ליידער נישט געמאכט סוכות, מיט די יארן האט מען אנגעהויבן גלייבן, אויך ווי יעדער ווייסט אז אין נך שטייט אז עזרא האט געטראפן די ספר תורה ווי קוקט אויס איז נישט געווען אזוי פאפולער די תורה אין יענע צייטן ליידער,
עס איז א לאנגע נושא אבער אויב איינער קען אריינברענגן די שמועס און מאכן קלאר.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

איך האב אמאל געפענט אן אשכול וואס האט נאך אפאר תגובות אנגעהויבן דן זיין אין דעים. אדרבא אויב די קענסט עפעס צולייגן וועט עס זיין זייער עפרישיעטעד, למעשה בין איך דארט צו גארנישט צוגעקומען קוק דא

Nanach » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 4:09 am

· #487847
אבער דיין קעפל איז זייער גוט, און האפענטליך וועט עס צוציען א גרויסן עולם און אפשר וועט מען ערגעץ אנקומען

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 6:21 am

· #487848
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8327">viewtopic.php?f=47&t=8327&hilit=%D7%9B%D7%95%D7%96%D7%A8%D7%99&start=375</a><!-- l -->

<a class="postlink" href="http://dovbear.blogspot.com/2006/02/demolishing-dumb-arguments-mass.html?m=1">http://dovbear.blogspot.com/2006/02/dem ... s.html?m=1</a>

ליב צו וויסן » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:20 am

· #487851
מאנטריאל
עס איז א לאנגע נושא אבער אויב איינער קען אריינברענגן די שמועס און מאכן קלאר.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

ס'איז נישט אזא לאנגע נושא ווי ס'זעהט אויס...
די ראיה צופאלט ווי נאר מען קוקט אביסל אריין אין נ"ך (ווי דו אליינס ברענגסט ארויס).

זכרתי ימים מקדם.. ווען מערערע שאלות האבן מיר געקנאקט אין קאפ, אבער "די" כוזרי איז מיר געשטאנען און מיר געהיטן פון פאלן ווייטער 😂
(כ'האב עס נישט אליינס געזעהן אינעם כוזרי.. נאר צו בארואיגן מיינע שאלות האב איך געהערט א שיעור פון א "הרב סעיפירמאן" פון טאראנטא, און דער האט עס געברענגט און געבויעט דערויף פיתום ורעמסס)

ליידער האט זיך מיר צוביסלעך אנגעהויבן וועבן אין קאפ פארשידענע וועגן וויאזוי אזא זאך האט געקענט פאסירן -אנדערש ווי די כוזרי-.

(למשל:
-פאראן א פאלק וואס דרייט זיך ארום מיט מערערע לעגענדעס איבער זייער שטארקער פירער משה.
-צווישן די לעגענדעס, איז א מעשה ווי משה זאל זיך האבן געטראפן מיט גאט אליינס.
-די פאלק -ווי אלע אנדערע פעלקער בימיהם- האט מערערע Do's און Dont's זיך צו האלטן גוט מיט גאט.
-דאן קומט א כאריזמאטישער פירער און דעקט אויף א ספר מיט עטליכע "פארגעסענע" Do's, צולייגנדיג דערביי די דעטאלן וויאזוי די מעשה פון משה און גאט איז פארגעקומען.)

געווען איז עס אין די זעלבע תקופה וואס מיין אינטערעסע אין תנ"ך "אן די מפרשים" איז געווען אויפן העכסטן גראד, כ'האב געשלינגען פסוק נאך פסוק, און קאפיטל נאך קאפיטל.
דאס לערנען נ"ך, האט געטוישט מיין בליק אויף אייביג. סיי כלפי מערערע פון אונזערע נ"ך העלדן, סיי כלפי אונזער תושבע"פ ועוד ועוד.

און דאן האט עס פאסירט!! (דראם ראול.....)
-גראדע נאך נישט אנקומענדיג אליינס אהין- האב איך געזעהן נאכברענגען די מעשה פון עזרא (אין נחמיה ח), און אריינקוקענדיג אינווייניג איז מיר א סקרוך אריבער די ביינער...
מיין טענה אויפן כוזרי איז גערעכט געווען...!
כ'דארף זיך מער נישט מוטשען אז "אפשר" האט אזאנס געקענט פאסירן, עזרא האט אונז א טובה געטוהן און פארציילט אז דאס האט "Acctually" פאסירט (לכה"פ למחצה ולשליש).

פון דא און ווייטער איז היסטאריע... 😂

מאנטריאל » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:54 am

· #487856
Re: די כוזרי ארגומענט
ליב צו וויסן
מאנטריאל
עס איז א לאנגע נושא אבער אויב איינער קען אריינברענגן די שמועס און מאכן קלאר.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

ס'איז נישט אזא לאנגע נושא ווי ס'זעהט אויס...
די ראיה צופאלט ווי נאר מען קוקט אביסל אריין אין נ"ך (ווי דו אליינס ברענגסט ארויס).

זכרתי ימים מקדם.. ווען מערערע שאלות האבן מיר געקנאקט אין קאפ, אבער "די" כוזרי איז מיר געשטאנען און מיר געהיטן פון פאלן ווייטער [emoji38]

פון דא און ווייטער איז היסטאריע... [emoji38]
,רבי yy jacobson אין זיין series אויף אמונה number 13 פרעגט ער אביסל אפ און זאגט אויב א צווייטער פאר עזרא האט שויף געשריבן דאס פארוואס ווייסן מיר נישט און האבן נישט א נאמען ווער דער שרייבער איז.
דאכט זיך מיא אז די מגילת ים במלח איז די עלטסטע גאנצע דאקומענט ווער ווייסט וואס אי די עלסטע דאקומענט

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

מצפצף » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 10:11 am

· #487857

ער פרעגט אפ די כוזרי?

ליב צו וויסן » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 10:53 am

· #487858
מאנטריאל
רבי yy jacobson אין זיין series אויף אמונה number 13 פרעגט ער אביסל אפ און זאגט אויב א צווייטער פאר עזרא האט שויף געשריבן דאס פארוואס ווייסן מיר נישט און האבן נישט א נאמען ווער דער שרייבער איז.
דאכט זיך מיא אז די מגילת ים במלח איז די עלטסטע גאנצע דאקומענט ווער ווייסט וואס אי די עלסטע דאקומענט

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

כ'בין זייער צומישט....
1. ווער זאגט אז עזרא האט עס נישט געשריבן (לכה"פ א חלק פון וואס אונז האמיר היינט..)?
2. ווי שוין אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות, איז די טענה פון "פארוואס ווייס מיר נישט ווער ס'האט דאס געשריבן" זייער א שוואכע טענה.
היסטאריע איז פול מיט זאכן וואס מען ווייסט נישט ווער ס'האט דאס געשריבן, אריינגערעכנט די 4 הויפט ביכער פון די קריסטליכע רעליגיע (מיט אירע איבער 2 ביליאן אנהענגער), און להבדיל א גרויסע צאל ספרים פון נ"ך וואס פרובירן ניטאמאל צו גיבן א נאמען פון אירע שרייבער (ווער האט געשריבן יהושע? שופטים? מלכים? וכו וכו).
3. ובכלל וואס וויל ער זאגן דערמיט... ער קריגט זיך מיט עזרא?

4. ס'איז אנגענומען אז די מגילות ים המלח איז די עלטסטע פעסגעשטעלטע (כמעט) גאנצע סעט.

מי אני » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 12:06 pm

· #487871
📎 Schimmel.jpg
דר. שלמה שימעל.

דא צונעמט אבי נאראוויץ די ארגומענט. דא אין שטיבל רעדט מען אויך פון די ארגומענט און אין די קאַוּנטערארגומענטן. (שרגא לאווענשטיין האט געשריבן א בוך צונעמענדיג די ארגומענט.)

מאנטריאל » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 12:38 pm

· #487872
Re: די כוזרי ארגומענט
אויכעט נאך א שאלה אויב איז עס שוין געשריבן געווארן פאר עזרא פארוואס האבן נישט די עשרת השבטים די תורה אפשר ווייס איך נישט קיין זיין די פאלאשן זענען יא א פרוף ווייל זיי האבן עס יא

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

היסטאריע » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 12:48 pm

· #487873
אן אנדערע פראבלעם מיט דער הוכחה, וויאזוי קען זיין מחלוקת לגבי דער מעמד וואס יעדער האט געזעהן. ווען חכמים קריגן וואס איז געוועהן, האט דער אויבערשטער געזאגט דער גאנצע נאר דער ערשטער צוויי, אדער נאר דער ערשטער אות. עס האט דאך יעדער געהערט. ווי אויך די חוקרים וואס האלטען אז די עשרת הדברות זענען גאר אנדערע צען וואס שטייען ערגעץ אנדרעש. ווען עס וואלט געוועהן א קבלה וואס מען קען נישט אויפמאכן וואלט נישט געווען קיין איין ספק.

Nanach » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 1:15 pm

· #487876
היסטאריע
אן אנדערע פראבלעם מיט דער הוכחה, וויאזוי קען זיין מחלוקת לגבי דער מעמד וואס יעדער האט געזעהן. ווען חכמים קריגן וואס איז געוועהן, האט דער אויבערשטער געזאגט דער גאנצע נאר דער ערשטער צוויי, אדער נאר דער ערשטער אות. עס האט דאך יעדער געהערט. ווי אויך די חוקרים וואס האלטען אז די עשרת הדברות זענען גאר אנדערע צען וואס שטייען ערגעץ אנדרעש. ווען עס וואלט געוועהן א קבלה וואס מען קען נישט אויפמאכן וואלט נישט געווען קיין איין ספק.

דאס אליינס זאגט גארנישט ווייל עס קען זיין יעדער האט געזעהן, און שפעטער במשך די דורות איז געווארן ספיקות לגבי פרטים, פון טאטעס וואס האבן איבערגעגעבן נישט מדיוק

מאנטריאל » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 1:15 pm

· #487877
Re: די כוזרי ארגומענט
עס מאכט מיך אזויפיל קאפ וויי פארוואס קען מען נישט האבן אין מאל פאר אלעמאל קלאר מאכן און פראווןנאז משה האט געשריבן די תורה און פארטיג

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

היסטאריע » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 1:32 pm

· #487878
Nanach
היסטאריע
אן אנדערע פראבלעם מיט דער הוכחה, וויאזוי קען זיין מחלוקת לגבי דער מעמד וואס יעדער האט געזעהן. ווען חכמים קריגן וואס איז געוועהן, האט דער אויבערשטער געזאגט דער גאנצע נאר דער ערשטער צוויי, אדער נאר דער ערשטער אות. עס האט דאך יעדער געהערט. ווי אויך די חוקרים וואס האלטען אז די עשרת הדברות זענען גאר אנדערע צען וואס שטייען ערגעץ אנדרעש. ווען עס וואלט געוועהן א קבלה וואס מען קען נישט אויפמאכן וואלט נישט געווען קיין איין ספק.

דאס אליינס זאגט גארנישט ווייל עס קען זיין יעדער האט געזעהן, און שפעטער במשך די דורות איז געווארן ספיקות לגבי פרטים, פון טאטעס וואס האבן איבערגעגעבן נישט מדיוק

דעמאלס איז דער גאנצער זאך מוטל בספק. נישט מדויק שטעלט זיך נישט אפ.

ערבי נחל » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 1:47 pm

· #487882
מאנטריאל
אויכעט נאך א שאלה אויב איז עס שוין געשריבן געווארן פאר עזרא פארוואס האבן נישט די עשרת השבטים די תורה אפשר ווייס איך נישט קיין זיין די פאלאשן זענען יא א פרוף ווייל זיי האבן עס יא

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

ווער זאגט אז די עשרת השבטים האבען עס נישט?

מאנטריאל » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:04 pm

· #487883
Re: די כוזרי ארגומענט
פאקיסטאנע חברה האבן עס?

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

מי אני » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:05 pm

· #487885
היסטאריע
Nanach
היסטאריע
אן אנדערע פראבלעם מיט דער הוכחה, וויאזוי קען זיין מחלוקת לגבי דער מעמד וואס יעדער האט געזעהן. ווען חכמים קריגן וואס איז געוועהן, האט דער אויבערשטער געזאגט דער גאנצע נאר דער ערשטער צוויי, אדער נאר דער ערשטער אות. עס האט דאך יעדער געהערט. ווי אויך די חוקרים וואס האלטען אז די עשרת הדברות זענען גאר אנדערע צען וואס שטייען ערגעץ אנדרעש. ווען עס וואלט געוועהן א קבלה וואס מען קען נישט אויפמאכן וואלט נישט געווען קיין איין ספק.

דאס אליינס זאגט גארנישט ווייל עס קען זיין יעדער האט געזעהן, און שפעטער במשך די דורות איז געווארן ספיקות לגבי פרטים, פון טאטעס וואס האבן איבערגעגעבן נישט מדיוק

דעמאלס איז דער גאנצער זאך מוטל בספק. נישט מדויק שטעלט זיך נישט אפ.

נאך מער באדארף מען אין אכט צו נעמען אז די עיקר פאָרס פונעם ארגומענט איז די דיוק/פרט פון די צאל מענטשן/עדות: 600,000 גברים/בערך 3,000,000 מענטשן אינאיינעם. ווי מער מיוסד די פרט איז אלס שטערקער איז אָנגעבליך די ראיה.

עס דארף באטאנט ווערן אז בכלל זאגן אז די נומערן אין מדבר זענען מדוייק און געווען אזוי סאך האט מאטעמאטישע פראבלעמען. לדוגמא:
📎 D7145349-42F0-4CD3-B381-E8D88951C248.jpeg
‏דא איז דאס וואס דער דייטשער פילאזאף הערמאן שמואל ריימארוס האט גע׳טענה׳ט אין דעם בנוגע העברת הים בעת קריעת י״ס. (ווי אויך צב״ש ברענגט דר. עריל דעיוויִס אראפ קושיות מיניה וביה אין די מינויים/פיקודים בנוגע דאס וואס וואלט געדארפט זיין די נאטורליכע וואוקס.)
📎 E3BD7059-74A8-4EC3-9788-BBDA6CEE0463.jpeg
מ׳קען טאקע אלס טענה׳ן און ענטפערן ״נסים״ אבער דאס שוואכט לכאורה אפ די אלגעמיינע ראיה; עס מאכט עס מעיקרא אימפּלאָסיבּל אז עס זענען טאקע דארט געווען אזא גרויסע געמיינדע פון מענטשן.

מאנטריאל » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:17 pm

· #487887
Re: די כוזרי ארגומענט
מען איז דאך געשטארבן מסתמא מער ווי געהאט קינדערַ ממילא קען זיין וועןדעם איז נישט די עולם געוואקסן

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

מי אני » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:33 pm

· #487889
איה״נ. ווי נישט איז דאך דאס כעין וואס רש״י זאגט אין פ׳ פנחס. דאס זענען דר. דעיוויִס׳ס באמערקונגען דארט: 📎 14F65444-6853-45F8-96D3-EA9E9D7FFE32.jpeg

מאנטריאל » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:37 pm

· #487891
Re: די כוזרי ארגומענט
נאך א שאלה אויפן כוזרי ווער זאגט דיר אז אפילו ביים סאמען ערשטער דור האבן אלע מיליאנען טאקע מסכים געווען אז ס'איז געווען א מעמד? אפשר זענען גאר געווען אזעלכע אויבער-חכמים וואס האבן דאן געזאגט לא היו ולא נברא, אבער די זעלעטס האבן פארמירט א קראפט און אויסגעהארגט די אלע סקעפטיקער למען ישמעו..(עיין תשא אחר שני) די איבריגע המון עם האבן זיך געביסן די ליפן און בע"כ אנגעהויבן קומען צום טיש יעדען פרייטאג צונאכטס, אונטער געשריבן אז זיי האבן א פילטער, און ווייטער איבערגעגעבן די מסורה פאר די קינדער עד היום הזה.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

Nanach » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:43 pm

· #487892
היסטאריע
Nanach
היסטאריע
אן אנדערע פראבלעם מיט דער הוכחה, וויאזוי קען זיין מחלוקת לגבי דער מעמד וואס יעדער האט געזעהן. ווען חכמים קריגן וואס איז געוועהן, האט דער אויבערשטער געזאגט דער גאנצע נאר דער ערשטער צוויי, אדער נאר דער ערשטער אות. עס האט דאך יעדער געהערט. ווי אויך די חוקרים וואס האלטען אז די עשרת הדברות זענען גאר אנדערע צען וואס שטייען ערגעץ אנדרעש. ווען עס וואלט געוועהן א קבלה וואס מען קען נישט אויפמאכן וואלט נישט געווען קיין איין ספק.

דאס אליינס זאגט גארנישט ווייל עס קען זיין יעדער האט געזעהן, און שפעטער במשך די דורות איז געווארן ספיקות לגבי פרטים, פון טאטעס וואס האבן איבערגעגעבן נישט מדיוק

דעמאלס איז דער גאנצער זאך מוטל בספק. נישט מדויק שטעלט זיך נישט אפ.

דאס טאקע האב איך געמיינט צו ארויסברענגען

מאנטריאל » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:48 pm

· #487893

עס איז נישט קיין קושיא אויב היסטאריע בלייבט היסטאריע צ ו עס איז געווען אזוי צו איז אויף יעדע זאך דא מחלוקת צו די רבי זכרונה לברכה יא עירוב צו נישט אבער היסטאריע ווייסט מען אז סאטמאר רב איז געווען א קנאי די זעלבע זאך צען דברות צו צוויי צו אפילוַ גארנישט מאכט נישט אויס דיי שאלה איז צו עס איס א היסטארישע זאך יציאת מצרים און קריעת ים סוףַ איז דאס א היסטארישע דאקומענט צו נישט

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

עובדיה » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 3:27 pm

· #487896
ס'איז דא א תשובה פונעם רשב"א ס'איז געדרוקט אין מהדורת מכון ירושלים חלק ח' סימן שס"ז קעגן א ישמעאלי וואס טענה'עט כעין זה אז די גאנצע נאמנות אויף די תורה קומט נאר פון עזרא הסופר און די רשב"א איז דארט מפרש די פסוקים אין עזרא אז ס'איז באמת נישט נשתכח געווארן עיי"ש.

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:50 pm

· #487914
מאנטריאל
עס מאכט מיך אזויפיל קאפ וויי פארוואס קען מען נישט האבן אין מאל פאר אלעמאל קלאר מאכן און פראווןנאז משה האט געשריבן די תורה און פארטיג

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

ס׳וואלט לכאורה געווען זייער געשמאק צו פעסטשטעלן און און זען אלעס בחוש, למעשה אבער, היות דער בורא עולם ווייסט אז צוצוקומען צום תכלית הטוב פעלט אויס אויפצו-וועקן דעם כח פון ׳אמונה פשוטה׳, אויף דעם צוועק האט ער צוגעשטעלט דעם נעפל און וואלקן ווי די אור כי טוב פארשטעקט זיך אין באהאלט זיך אינטער דעם.

אלזא, בלייבט אונז נישט קיין ברירה נאר זיך איבערצוגעבן צו עבודת השם ביראה ואהבה ובשמחה מיטן כח האמונה וואס איז עכ״פ באהלטן בתוך כל אחד מישראל.

חסיד פון ליטא » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 10:02 pm

· #487916
Re: די כוזרי ארגומענט
די שאלה איז אויך צו דער כוזרי איז געווען באקאנט מיט חכמת היפנאזיע וכדומה וואס ווי באקאנט קען מען מאכן מענטשן באמת זעהן און פילן זאכן, בפרט ווען ס'רעדט זיך פון א גאר צוריקגעשטאנענע צייט ווען מענטשן האבן געגלויבט אין אלע סארט שטותים און די גאנצע וועלט איז געווען בבחינת דריטע אדער פערטע וועלט קאנטרי.
ותושבי יתרץ קושיות ואיבעיות

יעקב מעקסוועל » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 10:10 pm

· #487917
די אשכול וואלט געקענט זיין גאר אינטערסאנט, ווען עס זאל זיין כאטש איינער אויף די זייט פון די כוזרי...

מי אני » מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:05 pm

· #491811
ווי צוגעברענגט דא האט דער רס״ג צוגעלייגט אופן הידיעה וכו׳ פון הגדה המאמנת (וואס ער נוצט דעם ״כוזרי ארגומענט״ דארט אינעם הקדמה דערביי בנוגע הנס של המן במדבר). איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דער אפאלגעטיקער דר. וויליאם לעין קרעיג זאגט וואס האט א שייכות צו דעם ארגומענט בכלליות:
he is thinking of it [oral transmission] in comparison with the child's game of Telephone where one child whispers something in the ear of another and then they pass on the message. The fun of the game is that by the time you get to the end it is so totally garbled that it is utterly unlike what was initially said. That is an anachronistic and inappropriate model to use for understanding the Jewish transmission of traditions, particularly sacred traditions. In an oral culture, the ability to memorize and to pass on accurately and faithfully large tracts of tradition is a highly developed and highly prized skill – one that we in a literary culture have largely lost, quite honestly

And it is inconceivable to us that people at that time could have had whole books memorized and speeches memorized. Because in an oral culture, this skill is highly developed. Particularly in a Jewish world, in the synagogue, in the home, and in schools, children were trained on the skill of memorizing and transmitting faithfully large blocks of oral tradition

As I say, in our culture we don't have something really parallel to this. About the closest that would come to it would be the telling of a joke where, as different people tell the same joke, they may vary the details a little bit here and there, but typically the punchline will be memorized accurately and will be the same

עס איז אויך אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דר. אַנדראַ דזשילעספּי זאגט [15:55-16:45].

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 3:45 pm

· #491829
קהל'ס נער
טאקע פאר די סיבה האלט איך שוין לאנג אז ס'איז נישטא קיין הוכחה אויף תורה מסיני, און טאקע וועיגן דעים מיז מען האבן אדער אמונה פשוטה אדער נישט גלייבן בכלל.
.

לפענ''ד איז אמונה פשוטה א נארישע זאך, אויב מען מעג אזוי זאגן, חוץ אויב איך האב נישט ריכטיג ארויס וואס אמונה פשוטה איז,

אויב איך קום צו דיר און איך זאג דיר, גיב מיר שוין הונדרעט דולער, ווייל אזוי האט די אייבישטער באפוילן, און טאמער נישט וועסטו האבן א שלעכטע טאג, די קוקסט מיר אהן און זאגסט מיר, וואס עפעס זאל איך דיר גלייבן? זאג איך דיר, דארפט האבן אמונה פשוטה, און גלייבן אז וואס איך האב דיר נארוואס געזאגט איז אמת,
טאמער גיבסטו מיר די געלט ביסטו דען נישט נאריש?

אויב קען איך נישט מיט מיין אייגענע שכל צוקומען אז ס'דא א באשעפער אויפן וועלט, און אז אידישקייט איז די אמת'ע רעליגיע, דאן וואס בין איך אנדערש ווי די קריסטן אדער די מוסלאמענער, וואס גלייבן די לערנונגען פון זיין גייסטליכער, און די 'מסורה' פון זייערע עלטערן?

און עס מוז זיין אז איינער איז גערעכט און די אנדערע נאר'ן זיך, ווייל אדער איז די אטעאיסט גערעכט אז די באשעפער עקזעסטירט בכלל נישט, אדער איז די איד גערעכט, אדער, די קריסט, אדער די מוסלאמענער וכ', יעדע איינס פון די מהלכים צייגט אן אז די אנדערע זענען שטיתים, נו.. דאן ווייל איך בין געבוירן ביי אידישע עלטערן, 'מוז' זיין אז מיין מהלך איז גערעכט? און איך מיז נאך אזוי גלייבן מיט 'אמונה פשוטה' אהן פארשטיין און אזוי ארויסהאבן אויף הונדרעט פראצענט?

פארפאס איך עפעס? אדרבה איך וויל פארשטיין

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:25 pm

· #491833
עצי שטים

גיט געפרעיגט.
די פראבלעים מיט אמונה ע"י חקירה איז אז מען נער'ט זיך אליין, כמו שכתבתי לעיל.
איי די האסט א פראבלעים מיט אמונה פשוטה, ס'מאכט דאך נישט קעין סענס, גיט געפרעיגט אבער עט ליסט נער'סט זיך נישט אליין.

איך האב געפרעיגט כעין די קשיא אויף אמונה פשוטה,איז אמונה פשוטה, אפיקורסות?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 17, 2022 5:15 pm

· #491839
מ׳טענה׳ט זיך דא ארום כאילו ס׳נאר דא צוויי אפציעס 😂 😂 און דאס הייסט זיך נישט גענארט...

און דער אמת איז אז אמונה איז נאר געמאכט פאר ווער ס׳וויל גלייבן, אסאך מענטשן ווילן נישט גלייבן און זיי גלייבן טאקע נישט און ס׳פעלט זיי נישט גארנישט, ווער ס׳וויל נישט גלייבן איז מכובד זיך מצטרף צו זיין צו זיי. אז איינער קומט מיר זאגן אז איך דארף איהם געבן הונדערט דאללער ווייל גאט האט באפוילן און אז נישט וועל איך שטארבן גיי איך איהם נישט גלייבן ווייל איך האב נישט קיין שום incentive עס צו גלייבן, אבער אז דער מלמד אין חדר וועט מיר זאגן אז מיין זוהן אז דאס קלוגסטע קינד אין קלאס וועל איך שוין איינמאל גלייבן און ער קען זיך רעכטן פאר א פעטן קאנווערט חנוכה געלד. ר׳ חיים שמואלביץ פלעגט זאגן אז ווען ער קומט אריין אין היכל הישיבה און ער הערט איינעם שרייען צו זיין חברותא מיט׳ן גאנצען ריתחא דאורייתא ״אז אומר רבי חיים...״ פילט ער גוט טראץ דעם וואס ער ווייסט אז מ׳רעדט נישט פון איהם נאר רבי חיים בריסקער, איי מיט וואס ביזטו בעסער פון חיים שטינקאוויטש וואס פילט אויך גוט? ווער זאגט אז ער דארף זיין בעסער פון איינעם? ס׳דא גענוג פאר יעדעם, דער איד קען זיך קלאפן אין בייכל מיט זיין אתה בחרתנו, דער קריסט קען זיך קלאפן אין פלייצע מיט זיין טשיזעס קרייסט, און דער וועלט גייט ווייטער אן, א שטורעם אין א פילאזאפ׳ס skull.

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 5:30 pm

· #491843
רביה''ק זי''ע

סאו אין אנדערע ווערטער זאגסטו, אז די ביסט טאקע נישט זיכער אז וואס די גלייבסט איז אמת, די האלטסט נאר ביים גלייבן, די ביסט פשוט אין די מאד, אין עס שטערט דיר נישט,

ממילא די געשמאקע סעודה פרייטאג צונאכטס, און די תיקון ביים רבין'ס יארצייט וכדו' פארשטיי איך, אבער פארוואס רירסטו נישט אן דיין ווייב האלב חודש, און די פאסט פינעף טעג א יאר, און די עסט נאר מיט א הכשר, וכ'
די האלטסט זיך איין טאג טעגליך פון אסאך הנאות עולם הזה, נאר ווייל די 'ווילסט גלייבן' אין עפעס וואס קען זיין איז פאלש?

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 5:35 pm

· #491845
קהל'ס נער
עצי שטים
קהל'ס נער
טאקע פאר די סיבה האלט איך שוין לאנג אז ס'איז נישטא קיין הוכחה אויף תורה מסיני, און טאקע וועיגן דעים מיז מען האבן אדער אמונה פשוטה אדער נישט גלייבן בכלל.
.

לפענ''ד איז אמונה פשוטה א נארישע זאך, אויב מען מעג אזוי זאגן, חוץ אויב איך האב נישט ריכטיג ארויס וואס אמונה פשוטה איז,

אויב איך קום צו דיר און איך זאג דיר, גיב מיר שוין הונדרעט דולער, ווייל אזוי האט די אייבישטער באפוילן, און טאמער נישט וועסטו האבן א שלעכטע טאג, די קוקסט מיר אהן און זאגסט מיר, וואס עפעס זאל איך דיר גלייבן? זאג איך דיר, דארפט האבן אמונה פשוטה, און גלייבן אז וואס איך האב דיר נארוואס געזאגט איז אמת,
טאמער גיבסטו מיר די געלט ביסטו דען נישט נאריש?

אויב קען איך נישט מיט מיין אייגענע שכל צוקומען אז ס'דא א באשעפער אויפן וועלט, און אז אידישקייט איז די אמת'ע רעליגיע, דאן וואס בין איך אנדערש ווי די קריסטן אדער די מוסלאמענער, וואס גלייבן די לערנונגען פון זיין גייסטליכער, און די 'מסורה' פון זייערע עלטערן?

און עס מוז זיין אז איינער איז גערעכט און די אנדערע נאר'ן זיך, ווייל אדער איז די אטעאיסט גערעכט אז די באשעפער עקזעסטירט בכלל נישט, אדער איז די איד גערעכט, אדער, די קריסט, אדער די מוסלאמענער וכ', יעדע איינס פון די מהלכים צייגט אן אז די אנדערע זענען שטיתים, נו.. דאן ווייל איך בין געבוירן ביי אידישע עלטערן, 'מוז' זיין אז מיין מהלך איז גערעכט? און איך מיז נאך אזוי גלייבן מיט 'אמונה פשוטה' אהן פארשטיין און אזוי ארויסהאבן אויף הונדרעט פראצענט?

פארפאס איך עפעס? אדרבה איך וויל פארשטיין

גיט געפרעיגט.
די פראבלעים מיט אמונה ע"י חקירה איז אז מען נער'ט זיך אליין, כמו שכתבתי לעיל.
איי די האסט א פראבלעים מיט אמונה פשוטה, ס'מאכט דאך נישט קעין סענס, גיט געפרעיגט אבער עט ליסט נער'סט זיל נישט אליין.

איך כאפ נישט פארוואס מען דארף זיך נאר'ן, מען קען דורכטון די זאך מיט א אפענע קאפ אנצוקומען צום אמת,
איך בין א איד ווייל דאס איז די אמת, נישט ווייל איך בין געבוירן א איד,
אויב איבערצייגסטו זיך אויף זיכער אז אידישקייט איז פאלש, דאן פארוואס זאלסטו בלייבן מיט א פאלשע רעליגיע?

אויב זענען די למשל די קריסטן גערעכט, דאן וואס איז די פוינט פון זיין א איד?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 17, 2022 5:36 pm

· #491846
עצי שטים
ממילא די געשמאקע סעודה פרייטאג צונאכטס, און די תיקון ביים רבין'ס יארצייט וכדו' פארשטיי איך, אבער פארוואס רירסטו נישט אן דיין ווייב האלב חודש, און די פאסט פינעף טעג א יאר, און די עסט נאר מיט א הכשר, וכ'
די האלטסט זיך איין טאג טעגליך פון אסאך הנאות עולם הזה, נאר ווייל די 'ווילסט גלייבן' אין עפעס וואס קען זיין איז פאלש?

די פראגע איז געבויט אויפ׳ן assumption אז אויב וועל איך מארגן טרעפן א גר״א וואס זאגט אז מעיקר הדין דארף מען נישט גיין קיין קאפל און רעזשוואלקע, אדער א בריוו פון בעלזער רב אז מ׳מעג (דארף) גיין צו בחירות, אדער א תשובה פון יששכר כ״ץ אז פרויען מעגן עולה זיין לתורה גיי איך אהיימקומען און זאגן פאר די קינדער ״פון היינט און ווייטער זאלט איר וואוסן אזוי און אזוי.״, wrong assumption.

ברוינשטיין » מאנטאג יאנואר 17, 2022 5:52 pm

· #491847
Re: די כוזרי ארגומענט
עצי שטים
רביה''ק זי''ע

ממילא די געשמאקע סעודה פרייטאג צונאכטס, און די תיקון ביים רבין'ס יארצייט וכדו' פארשטיי איך, אבער פארוואס רירסטו נישט אן דיין ווייב האלב חודש, און די פאסט פינעף טעג א יאר, און די עסט נאר מיט א הכשר, וכ'
די האלטסט זיך איין טאג טעגליך פון אסאך הנאות עולם הזה, נאר ווייל די 'ווילסט גלייבן' אין עפעס וואס קען זיין איז פאלש?

קודם כל דעי אלע מענטשן וואס גלייבן יא און האבן קיינמאל נישט געהאט די מינדערסטע ספקות נאר זענען תמימות'דיג, פארוואס זינדיגן זיי? זיי ווייסן קלאר ביי זיך אין קאפ אז די שווארצע מאנסטערס אויבן אין הימל טאנצן אין פייער און גליען שוין די שארפע שפיזן אזוי אז עס זאל זיין ברענעדיג הייס און אים דערמיט אָפּ-בראטן ווען ער קומט ארויף אין עולם האמת.

נאר וואס דען זינדיגן אדער נישט זינדיגן האט נישט צו טאן מיט ווי שטארק מען גלייבט, עס איז וואס מ'לייגט זיך אריין אין קאפ!

יעדער האט ערגעץ ווי ער ברעכט זיך אינטער צום ייצר, איינער ביי א לשון הרע און א צווייטער וועט נאר דורכפאלן ביי תאווה'ס נשים, ווידער א דריטער וועט זיך פאר א צוואנציגער פארלירן, אפילו דער וואס גלויבט אן קיין חכמות וועט אלץ זיך קענען פארפירן אז גאט פארגיבט אים, אדער אז ער וועט לויפן צו ר'נחמן, וכדו'

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 5:53 pm

· #491848
רביה''ק זי''ע
עצי שטים
ממילא די געשמאקע סעודה פרייטאג צונאכטס, און די תיקון ביים רבין'ס יארצייט וכדו' פארשטיי איך, אבער פארוואס רירסטו נישט אן דיין ווייב האלב חודש, און די פאסט פינעף טעג א יאר, און די עסט נאר מיט א הכשר, וכ'
די האלטסט זיך איין טאג טעגליך פון אסאך הנאות עולם הזה, נאר ווייל די 'ווילסט גלייבן' אין עפעס וואס קען זיין איז פאלש?

די פראגע איז געבויט אויפ׳ן assumption אז אויב וועל איך מארגן טרעפן א גר״א וואס זאגט אז מעיקר הדין דארף מען נישט גיין קיין קאפל און רעזשוואלקע, אדער א בריוו פון בעלזער רב אז מ׳מעג (דארף) גיין צו בחירות, אדער א תשובה פון יששכר כ״ץ אז פרויען מעגן עולה זיין לתורה גיי איך אהיימקומען און זאגן פאר די קינדער ״פון היינט און ווייטער זאלט איר וואוסן אזוי און אזוי.״, wrong assumption.

ניין, נישט דאס האב איך געמיינט, עס קען זיין אז אפילו בגשמיות, לוינט זיך פאר א חסידישע איד, מיט א שיינע משפחה און קינדער, צו בלייבן ווי ער איז, און מיטגיין מיטן באן, אפילו ער גלייבט נישט אין גארנישט (און ס'טאקע דא אזעליכע) וואס זאל ער טון? אפהאקן פון זיין משפחה? קיינער זאל מער נישט רעדן מיט אים? איין זון וועט יא מיטקומען א צווייטער נישט, מען וועט אים פארשעמען אין די גאסן, זיין טאטע מאמע וועלן עס נישט אויסהאלטן וכ' וכ' (טייל פון די חברה טענה'נען אז עס לוינט זיך נאכאלץ, אבער דאס איז נישט די פוינט דא)

איך רעד פון אזא מעשה, די זיצט אינדערהיים נאך א פיינע פליישיגע סאפער, קיינער איז נישט אינדערהיים, און ס'פארגליסט זיך דיר פיינע געשמאקע מילכיגע אייסקרים,
פארוואס זאלסטו עס נישט עסן? קיינער וועט נישט וויסן, חוץ די באשעפער, אבער אויב איז ער מוכאמעד, דאן גייט עס אים נישט אן וואס די טוסט, סאו די ביסט פשוט מחליט צו גלייבן פאר קיין שום סיבה אז אידישקייט איז אמת, און די עסט נישט די פיינע מילכיגס??
כ'מיין, די ברוקלין ברידזש האב איך שוין פארקויפט, אבער די דזארדזש וואשינגטאן בריק האב איך נאך אין סטאק...

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 5:58 pm

· #491849
ברוינשטיין
עצי שטים
רביה''ק זי''ע

ממילא די געשמאקע סעודה פרייטאג צונאכטס, און די תיקון ביים רבין'ס יארצייט וכדו' פארשטיי איך, אבער פארוואס רירסטו נישט אן דיין ווייב האלב חודש, און די פאסט פינעף טעג א יאר, און די עסט נאר מיט א הכשר, וכ'
די האלטסט זיך איין טאג טעגליך פון אסאך הנאות עולם הזה, נאר ווייל די 'ווילסט גלייבן' אין עפעס וואס קען זיין איז פאלש?

קודם כל דעי אלע מענטשן וואס גלייבן יא און האבן קיינמאל נישט געהאט די מינדערסטע ספקות נאר זענען תמימות'דיג, פארוואס זינדיגן זיי? זיי ווייסן קלאר ביי זיך אין קאפ אז די שווארצע מאנסטערס אויבן אין הימל טאנצן אין פייער און גליען שוין די שארפע שפיזן אזוי אז עס זאל זיין ברענעדיג הייס און אים דערמיט אָפּ-בראטן ווען ער קומט ארויף אין עולם האמת.

נאר וואס דען זינדיגן אדער נישט זינדיגן האט נישט צו טאן מיט ווי שטארק מען גלייבט, עס איז וואס מ'לייגט זיך אריין אין קאפ!

יעדער האט ערגעץ ווי ער ברעכט זיך אינטער צום ייצר, איינער ביי א לשון הרע און א צווייטער וועט נאר דורכפאלן ביי תאווה'ס נשים, ווידער א דריטער וועט זיך פאר א צוואנציגער פארלירן, אפילו דער וואס גלויבט אן קיין חכמות וועט אלץ זיך קענען פארפירן אז גאט פארגיבט אים, אדער אז ער וועט לויפן צו ר'נחמן, וכדו'

אודאי איז דא אזא זאך, אז די יצר ציט צו תאוות, אפגעזען וואס מען גלייבט, אבער אויב גלייבסטו אהן קיין שום בסיס פון שכל, דאן פארוואס האלטסטו זיך אפילו איין ביז די פאלסט דורך, גיי גראד און טוה וואס דיין הארץ באגערט,

ברוינשטיין » מאנטאג יאנואר 17, 2022 6:06 pm

· #491851
Re: די כוזרי ארגומענט
עס פעלט מענטשן וואס גלייבן און זענען מיט דעם אלעם אפגעפארן און זיי היטן זילטש?

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 17, 2022 6:07 pm

· #491852
עצי שיטים

איך כאפ נישט פארוואס מען דארף זיך נאר'ן, מען קען דורכטון די זאך מיט א אפענע קאפ אנצוקומען צום אמת,
אויב וויל מען אנקימען צים אמת דארף מען טאקע דורך טין מיט א אפענע קאפ, אבער אויב האט מען שוין די מסקנה פאר מען האט אנגעהויבען חקר'נן, דאן זיכט מען נישט די אמת, מען זיכט ראיות צי א מסקנה וואס האסט שוין אפגעמאכט נאך פאר די חקירה האט זיך אנגעהויבן
איך בין א איד ווייל דאס איז די אמת, נישט ווייל איך בין געבוירן א איד,
לא נכון, ביסט א יוד ווייל אזוי ביסטו געבוירען, (נישט אז יודישקייט איז נישט אמת, אבער די סיבה פארוואס די ביסט א יוד איז נישט ווייל יודישקייט איז אמת, והראיה אויב די געפינסט יעצא אויס אז דיין מאמע'ס מאמע פאר 5 דורות ציריק איז געוועין א אונגערישע גויטע, וואלסטו געווארען א גוי? ניין, פארוואס? ווייל ביסט א יוד ווייל אזוי ביסטו געבוירען גארנישט ציטין מיט אמת אדער שקר)
אויב איבערצייגסטו זיך אויף זיכער אז אידישקייט איז פאלש, דאן פארוואס זאלסטו בלייבן מיט א פאלשע רעליגיע?
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'איז פאלש, ס'איז פשוט נישטא קיין הוכחה ע"י חקירה אז ס'איז עכט

אויב זענען די למשל די קריסטן גערעכט, דאן וואס איז די פוינט פון זיין א איד?
ס'פינקט אזוי נישטא קיין ראיה ע"י חקירה אז די ברית החדשה איז מסיני

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 6:14 pm

· #491853
ברוינשטיין
עס פעלט מענטשן וואס גלייבן און זענען מיט דעם אלעם אפגעפארן און זיי היטן זילטש?

ס'פעלט טאקע נישט, זיי קענען נישט איבערקומען זייערע תאוות, ממילה איז וואס?
וואס האט דאס צעטון מיט דיין יא גלייבן, בלויז ווייל אזוי..

ברוינשטיין » מאנטאג יאנואר 17, 2022 6:19 pm

· #491855
Re: די כוזרי ארגומענט
עפעס זאגסטו, די גייסט מיך באלד מאכן טון עבירות, ווייל איך גלייב בלויז מיט אמינא פשיטא, נו אדרבא דערצייל מיך וויאזוי די קומסט איבער די ניסיונות, אדער אפשר קענסטו מיט לאגיק איבערצייגן אין וואס די גלויבסט.

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 6:21 pm

· #491856
קהל'ס נאר: ביסט גערעכט, איך בין א איד ווייל אזוי בין איך געבוירן,
וואס איך האב געמיינט צו זאגן איז, אז טאקע דאס איז א פראבלעם, און מען 'דארף' זיין א איד ווייל דאס איז די אמת, און 'נישט' ווייל איך בין אזוי געבוירן,

לויט ווי די זאגסט (כבין נישט אזוי זיכער אז די ביסט גערעכט) אז ס'נישט דא קיין ריאה ע''פ חקירה אז אידישקייט איז ריכטיג, דאן הדר קשיא לדוכתיה, פארוואס זאל איך נישט עסן יו''כ ווען קיינער זעט נישט? בלויז ווייל איינער האט מיר געהייסן עפעס צו גלייבן? און ער קען עס מיר נישט אויפווייזן?

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 6:23 pm

· #491857
ברוינשטיין
עפעס זאגסטו, די גייסט מיך באלד מאכן טון עבירות, ווייל איך גלייב בלויז מיט אמינא פשיטא, נו אדרבא דערצייל מיך וויאזוי די קומסט איבער די ניסיונות, אדער אפשר קענסטו מיט לאגיק איבערצייגן אין וואס די גלויבסט.

ח''ו טוה נישט קיין עבירות, מען דארף טאקע יא צוקומען מיט די אייגענע שכל אז אידישקייט איז די אמת

און אזוי בין איך טאקע איבערצייגט מיט מיין אייגענע שכל (אכ''פ לויט ווי איך שטיי יעצט)

ברוינשטיין » מאנטאג יאנואר 17, 2022 6:27 pm

· #491858
Re: די כוזרי ארגומענט
ביי מיך פערזענדליך דער זאך וואס האלט מיך אפ פון טון עבירות, איז בעיקר א געפיהל, און אויך אמינא פשיטא, יא דאס וואס מיינע עלטערן האבן אריינגעבאקן און דאס איז וואס איך האב געהערט פון קינדווייז אן, עס האט נישט מיט לאגיק.

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 17, 2022 7:29 pm

· #491862
עצי שטים
קהל'ס נאר: ביסט גערעכט, איך בין א איד ווייל אזוי בין איך געבוירן,
וואס איך האב געמיינט צו זאגן איז, אז טאקע דאס איז א פראבלעם, און מען 'דארף' זיין א איד ווייל דאס איז די אמת, און 'נישט' ווייל איך בין אזוי געבוירן,

לויט ווי די זאגסט (כבין נישט אזוי זיכער אז די ביסט גערעכט) אז ס'נישט דא קיין ריאה ע''פ חקירה אז אידישקייט איז ריכטיג, דאן הדר קשיא לדוכתיה, פארוואס זאל איך נישט עסן יו''כ ווען קיינער זעט נישט? בלויז ווייל איינער האט מיר געהייסן עפעס צו גלייבן? און ער קען עס מיר נישט אויפווייזן?

ס'דא ראיות אויף תורה משמים, אבער די אלע ראיות זענען נאר גיט ווילאנג מ'וויל אז די מסקנה זאל זיין אז משה אמת ותורתו אמת, אבער איינמאל מען הייבט אן חוקר זיין אן קיין דעות קדומות, נאר ווי די הוכחות טראגן דארט פארט מען, וועט מען זיך טרעפן נייטראל נישט פרא תורה און נישט אנטי תורה, אדרבה, ברעינג ראיות מען וועט צינעמען איינס ביי איינס, איך וואלט מיך זייער געפרייט צי ווערן אויפגעוויזן ע"י חקירה.

דיין קשיא אויף אמונה פשוטה איז זייער א שטארקע קשיא, און איך האב נישט קיין תירוץ, אבער איך רעד מיך נישט איין אז איך בין פון די קליגע וואס האבן אמונה ע"י חקירה בשעת ס'איז נישט אמת.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:08 pm

· #492002
קהל'ס נער: איך האב אמונה ע"י חקירה. אבער חקירה קען מיך טראגן ביז צו א געוויסן פונקט. ווייטער פון דעם פונקט גלייב איך באמונה פשוטה. ווייל די הוכחות ביז אהער זענען אלע געווען אמת. און עפ"י היגיון. ס'איז פונקט אזוי ווי א מענטש וואס פארט מיט א שיף אדער אן עראפלאן. און ס'ברעכט אויס א שטורעם. דער קאפיטאן וועלכער איז אלט און געלערנט, מיט א אסאך עקסיפירענס פיהרט די שיף אדער עראפלאן מיט גרויס געניטשאפט. שפעטער, ווען ס'קומט נאך א שטורם, ביניך בארואיגט. ווייל איך ווייס אז דער קאפיטאן איז זייער שטארק געניט...!

ברוינשטיין » דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:23 pm

· #492008
Re: די כוזרי ארגומענט
berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך האב אמונה ע"י חקירה. אבער חקירה קען מיך טראגן ביז צו א געוויסן פונקט. ווייטער פון דעם פונקט גלייב איך באמונה פשוטה. ווייל די הוכחות ביז אהער זענען אלע געווען אמת. און עפ"י היגיון. ס'איז פונקט אזוי ווי א מענטש וואס פארט מיט א שיף אדער אן עראפלאן. און ס'ברעכט אויס א שטורעם. דער קאפיטאן וועלכער איז אלט און געלערנט, מיט א אסאך עקסיפירענס פיהרט די שיף אדער עראפלאן מיט גרויס געניטשאפט. שפעטער, ווען ס'קומט נאך א שטורם, ביניך בארואיגט. ווייל איך ווייס אז דער קאפיטאן איז זייער שטארק געניט...!
אויף דעם האט שוין קהל'ס נער פארלאזט אזויפיל טינט, ער האט שוין טויזנטער מאל ארויסגעברענגט (מיט רעכט) אז דאס מיינט נישט חקירה, דאס מיינט זיך גענארט מיט האלבע חקירה, ווייל מען האט מורא צו גיין אינגאנצן מיט חקירה צוליב דעם וואס עס בראכט נישט די געוואונטשענע ריזאלטאטן, ממילא איז אמינא פשיטא איז דאס איינציגסטע מהלך.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:30 pm

· #492011
ברוינשטיין: נו, פיהר אויס. פון וואס האט מען מורא...?! אויסער פון באשעפער.

דו וויסט די מעשה מיט יענעם געשוואוירענעם אטעאיסט. ער האט עפעס געטון שטארק להכעיס צו גאט...! האט מען איהם געפרעגט...דו גלייבסט דאך נישט אין גאט. סאו. פאר וועמען ווילסטו דא אפטון...?! דער תירוץ איז. אז אפילו אן אזויגערופענער אטעאיסט גלייבט אויך אין גאט...!

זוכער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 1:17 pm

· #492798
די בעסטע הוכחה וואס איך האב אז דער כוזרי איז יא גערעכט, אז אז 600 אלפים מענער - זאגן נישט קיין ליגן, און זענען נישט אלע פארכאפט געווארן אין אילוזיעס.

1) די קריסטן. זייער גאנצע אמונה הענגט אויף די מופתים וואס א גרופע פון 1 מענטש מיט 12 תלמידים. פינטל. מוזט זיי גלייבן.
2) די מוסלמענער. זייער גאנצע אמונה באשטייט פון רעוולעישאנס, נביאות'ן פון 1 מענטש. מוזט גלייבן דעם נביא.
3) ישראלים. זאגן דיר, ס'האט פאסירט מיט דיין זיידע. פינטל. נישט יאנקל האט געהערט, פלוני האט געזען. דיין טאטע האט עס דיר געזאגט.
4) מיר מל'ן ביי די 8 טאג זיך ווייל מיין זיידע האט באקומען דעם באפעל פון גאט און ער האט די זעלבע זאך געטאן מיט זיינע קינדער.
5) מיר האבן היינט די בענעפיט פון די KOHEN DNA, וואס צייגט מיט סייענטיפישע עווידענס אז די כוהנים משפחה ציט זיך פון טאטע-קינד, טאטע-קינד ביז אהרן כהנא קדישא.
די Y-chromosomal Aaron גייט צוריק איבער 3000 יאר, וואס צייגט די ריכטיגקייט צו תורת משה.

דער שכל איז מחייב צו גלייבן, ווייל די עווידענס איז דא.

זוכער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 1:37 pm

· #492799
קהל'ס נער
עצי שיטים

איך כאפ נישט פארוואס מען דארף זיך נאר'ן, מען קען דורכטון די זאך מיט א אפענע קאפ אנצוקומען צום אמת,
אויב וויל מען אנקימען צים אמת דארף מען טאקע דורך טין מיט א אפענע קאפ, אבער אויב האט מען שוין די מסקנה פאר מען האט אנגעהויבען חקר'נן, דאן זיכט מען נישט די אמת, מען זיכט ראיות צי א מסקנה וואס האסט שוין אפגעמאכט נאך פאר די חקירה האט זיך אנגעהויבן
איך בין א איד ווייל דאס איז די אמת, נישט ווייל איך בין געבוירן א איד,
לא נכון, ביסט א יוד ווייל אזוי ביסטו געבוירען, (נישט אז יודישקייט איז נישט אמת, אבער די סיבה פארוואס די ביסט א יוד איז נישט ווייל יודישקייט איז אמת, והראיה אויב די געפינסט יעצא אויס אז דיין מאמע'ס מאמע פאר 5 דורות ציריק איז געוועין א אונגערישע גויטע, וואלסטו געווארען א גוי? ניין, פארוואס? ווייל ביסט א יוד ווייל אזוי ביסטו געבוירען גארנישט ציטין מיט אמת אדער שקר)
אויב איבערצייגסטו זיך אויף זיכער אז אידישקייט איז פאלש, דאן פארוואס זאלסטו בלייבן מיט א פאלשע רעליגיע?
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'איז פאלש, ס'איז פשוט נישטא קיין הוכחה ע"י חקירה אז ס'איז עכט

אויב זענען די למשל די קריסטן גערעכט, דאן וואס איז די פוינט פון זיין א איד?
ס'פינקט אזוי נישטא קיין ראיה ע"י חקירה אז די ברית החדשה איז מסיני

1) דער אמת. איך בין א איד - ווייל מיין טאטע איז א איד. נישט ווייל איך האב איינגעזעהן. נישט ווייל חקירה איז נישט גענוג. נאר 99.999 פראענט גוים זענען זיך נישט מגייר. אפילו זיי זעהן יא איין. ווער ס'איז זיך מגייר האט עפעס דרויסנדיגע סיבות, נישט ווייל ער האט טאקע איינגעזעהן.

דערפאר זאג איך שלא עשני גוי. ווייל העטעך געבוירן אלץ גוי - וואלט איך זיך זיכער נישט מגייר געווען.
ווער עס זאגט אז ער איז א איד ווייל ער האט איינגעזעהן, פאפט זיך זייער שטארק.

2) נאך די הנחה, ברענג איך עס צו א שטאפל ווייטער. העטעך געבוירן אלץ מוסלמענער, וואלט איך זיכער געגלייבט וואס מיין מוסלמענער טאטע וואלט מיר געזאגט פון אלץ קינד. אזוי ווי אלע ביליאן מוסולמענער. - נאר יעצט אלץ איד - האב איך דעם אפענעם קאפ צו פארשטיין אז פאקטיש זענען די מוסולמענער איז א רעליגיע וואס איז אונטערגעקומען 2000 יאר נאך די אידישע רעליגיע. און די מוסולמענער רעליגיע האט ריזיגע לעכער. - אבער אלץ מוסולמענער געבוירענער וואלט איך - בלי שום ספק - נישט צוגעקומען צו די מסקנות.

3) דאס גלייבן אז תורה משמים און אלעס וואס ס'שטייט דארט איז אמת - איז נאר נאכדעם וואס ער גלייבט באמת אז ס'איז דא א בורא עולם, שהוא בורא ומנהיג לכל הברואים, ועשה ועושה ויעשה כל המעשים. - ווער עס גלייבט נישט אז ס'איז דא א בורא עולם, קען בשום אופן נישט גלייבן אין תורת משה.

4) אפילו ווער עס גלייבט יא אין א גאט, קען נאך אלץ האבן ספיקות אין די ווארהייט פון תורת משה. אבער ס'איז אים לייכטער אריינצופאסן די געשעענישן אין מציאות.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10