☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » XKCD קאמיקס (אין אידיש)

XKCD קאמיקס (אין אידיש)

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2566

הציץ ונפגע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 4:30 pm

· #71239
XKCD קאמיקס (אין אידיש)
XKCD איז די נאמען פון א קאָמיקס-פּאַס וואס ווערט פובליצירט אויפן אינטערנעט דורך א טאלאנטפולן סייענטיסט און געוועזענע נאסא-איינגעשטעלטער רענדעל מונראו. די קאָמיקס זענען אפט גאר אינטערעסאנט און ענהאלטן בליציגע געדאנקען און שארפע רעיונות, און כדי דער אידיש-רעדנדער ציבור זאל אויך קענען הנאה האבן פון זיי האב איך גענומען די מי צו איבערצוזעצן אפאר פון די אינטערעסאנטע קאָמיקס און זיי ארויפשטעלן דא. רענדעל ערלויבט פארשפרייטן און בעארבעטן זיינע קאָמיקס, בתנאי אז מען לייגט א לינק צו דעם XKCD סייט.

הציץ ונפגע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 4:33 pm

· #71241
צען טויזענט
צען טויזנט

📎 10000.png

זאגן 'וועלכע שוטה ווייסט דען נישט פון די יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא' איז אזוי פיל מער נודנע ווי אייגענטליך פארציילן איינעם איבער דעם יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא.

הסבר:
אנשטאט מאכן יענעם שפירן ווי א נאר, קען מען נוצן די געלעגנהייט צו בארייכערן יענעם'ס ידיעות-אוצר און איינוועגס אויך הנאה האבן. "די דייעט-קאוק און מענטאס זאך" רעפערירט צו די אויפרייס וואס פאסירט ווען מען ווארפט אריין מענטאס און א פלעשל דייעט-קאוק.




"יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא" איז א טעאריע איבער די נאטור פון יעלאוסטאון נאציאנאלע פארק.




די קאָמיק ברענג אויך ארויס דעם אינטערעסאנטן געדאנק אז מאטעמאטיש גערעדט ווערן יעדן טאג אן עווערעדזש פון צען טויזענט מענטשן געוואויר איבער סיי וואספארא געוויסע פאקטן.

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:11 pm

· #71258
כ'האב פאר א מינוט געמיינט. אז דאס זענען אנטי KDC
וואס ווערט אדווערטייזט אין שאפראן-ראטה אין וויליפעסט

הציץ ונפגע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:15 pm

· #71295
הציץ ונפגע
צען טויזנט

📎 loading=

זאגן 'וועלכע שוטה ווייסט דען נישט פון די יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא' איז אזוי פיל מער נודנע ווי אייגענטליך פארציילן איינעם איבער דעם יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא.

צוליב אנפראגעס אין אישית: די קאָמיק ליינט מען פון רעכטס צו לינקס, פון אויבן אראפ.

משה געציל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:19 pm

· #71298
אויב ער רעדט פון א זאך וואס ביי די דרייסיג ווייסט עס שוין יעדער און דער אומוויסענדער איז שוין דרייסיג אדער אפילו ניין און צוואנציג, מינעמירט ער נישט מיטן פאקט אז צען טויזענט מענטשן ווערן היינט געוואויר דערפון.

הציץ ונפגע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:45 pm

· #71308
לאגיק שיפל
לאגיק שיפל

📎 logic_boat.png


הסבר: די קאָמיק איז א שפיל אויף דעם באקאנטן לאגישן חידה ווי איינער פארמאגט דריי חפצים אבער א שיפל וואס קען נאר טראגן צוויי. די חידה גייט אז געוויסע חפצים קענען נישט פארבלייבן אליינס מיט געוויסע אנדערע חפצים און מ'דארף קענען אויסרעכענען וויאזוי זיי אריבערצופירן דעם טייכל. אין אונזער חידה איז די געווענליכע פתרון ווי פאלגנד:
[list=1]
[*]נעם אריבער די ציג.[/*:m]
[*]גיי צוריק אליין.[/*:m]
[*]נעם אריבער די קרויט.[/*:m]
[*]נעם צוריק די ציג.[/*:m]
[*]נעם אריבער דעם וואלף.[/*:m]
[*]גיי צוריק אליין.[/*:m]
[*]נעם אריבער דעם ציג.[/*:m][/list:o]

די אויפטו פון די קאָמיק איז אז דורכן איבערלאזן דעם וואלף, א ווילדע סכנה'דיגע חיה וואס ווערט געווענליך נישט געהאדעוועט דורך מענטשן, פארשפארט מען זיך 4 שטאפלן. די געדאנק אונטער דעם איז אז לאגישע חידות זענען לאו דוקא "לאגיש", עס איז בכלל נישט לאגיש פאר א מענטש צו האבן מיט זיך א וואלף. אויב איר וועט אבער פרובירן צו ענטפערן אזוי ווי די קאָמיק, פאר איינער וואס פרעגט די חידה וועט יענער זאגן אז דאס איז נישט די "ריכטיגע" ענטפער, כאטש דאס איז פיל מער לאגיש ווי די געווענליכע ענטפער.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:32 pm

· #71324
באמערקונג: עס איז ריכטיגער צו שרייבן ביי די לעצטע שורה "פארוואס דארפסטו דעם וואלף?".

הציץ ונפגע » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:07 pm

· #71432
יאיר
באמערקונג: עס איז ריכטיגער צו שרייבן ביי די לעצטע שורה "פארוואס דארפסטו דעם וואלף?".

ריכטיג. עס איז אבער אויך ריכטיג (און מער קאמישער) צו פרעגן "פארוואס האסטו מעיקרא א וואלף?".

הציץ ונפגע » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:15 pm

· #71436
אויפפאדערונג פון פליכטן
אויפפאדערונג פון פליכטן

📎 duty_calls.png


הסבר: געוויסע מענטשן ווען זיי האבן א דעבאטע אנליין אויף א פארום, בלאג, טוויטער א.ד.ג., קענען זיי בשום אופן נישט אוועקגיין ווילאנג זיי זענען זיכער אז די מענטשן מיט וועם זיי דעבאטירן וועלן מער נישט איבער'חזר'ן זייערע אומגערעכטע טענות, כאטשיג אין פילע פעלער זענען די מענטשן פשוט'ע טראלס.

מ גפני » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:30 pm

· #71437
קאווע טרינקער
כ'האב פאר א מינוט געמיינט. אז דאס זענען אנטי KDC
וואס ווערט אדווערטייזט אין שאפראן-ראטה אין וויליפעסט

ווער/וואס איז דאס?

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:25 pm

· #71455
יישר כוח הציץ פאר די קאמיקס. איך געדענק אז ווען ס'האט זיך געטון איבער די נוטרינא פארטיקל וואס איז אנגעבליך געלאפן שנעלער ווי די ספיד אף לייט האט ער געהאט א זיסע קאמיק. אויך בעפאר די עלעקשאנס האט ער געהאט א ריזיגע קאמיק ווי ער האט אפגעפרעגט די וואס האבן געברענגט ראיות ווער ס'וועט געווינען פון די היסטאריע, ברענגענדיג אויף יעדע איינציגסטע פרעזידענט עפעס מיט וואס יענע פרעזידענט איז געווען די ערשטע אין די היסטאריע.

הציץ ונפגע » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 2:45 pm

· #71474
יידל
איך געדענק אז ווען ס'האט זיך געטון איבער די נוטרינא פארטיקל וואס איז אנגעבליך געלאפן שנעלער ווי די ספיד אף לייט האט ער געהאט א זיסע קאמיק.

דא איז די אריגינעלע קאָמיק. איך האב עס אביסל פארענדערט, צוליב פארשידענע סיבות.

נוטרינאס

📎 neutrinos.png


הסבר: די קאָמיק האט מונראו ארויפגעלייגט א טאג נאך וואס די נייעס איז ארויסגעקומען איבער א נייע שטודיע וואס ווייזט אז די נוטרינא פארטיקל לויפט שנעלער ווי ליכטיקייט'ס שנעלקייט. זיין נקודה איז אז אנשטאט זיך טענה'ן איבער די געפינס מיט מענטשן וואס גלייכן אלץ צו ווייזן אז סייענס שטייט אויף וואקלנדע פיס, טוט ער וועטן $200 דאלער אז גארנישט וועט זיך אויסלאזן מיט דעם שטודיע. אויך דא אין קאווע-שטיבלאיז שרגא געווען זיכער מיט זיך אז גארנישט וועט זיך אויסלאזן מיט דעם געפינס. (אה ווי אינטערעסאנט עס איז צו לייענען אן אור-אלטע קאווע-שטיבל שמועס צווישן שרגא, יידל, יאנקל, פשוט-קאמפליצירט און געפילטע פיש...) צום סוף האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען א טעות.

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 3:32 pm

· #71492
אה, יעצט אז דו האסט געלייגט דעם קאמיק האב איך מיך דערמאנט וואו כ'האב עס געזען. ווען די נייעס איבער די נוטרינא פארטיקל איז ארויסגעקומען האט הרב נתן סליפקין געשריבן א בלאג פאוסט איבער טעותים ביי וויסנשאפטלער, און האט דארט צוגעלייגט די קאמיק

הציץ ונפגע » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 9:32 pm

· #71957
סטיווען האָקינג
סטיווען האָקינג

📎 stephen_hawking.png


הסבר: אין די ערשטע פּאַנעל זעט מען דעם בארימטן ענגלישער פיזיקער סטיווען האָקינג ווי ער רעדט - דורך זיין רעדן-מאשין - צו צוויי פון זיינע פריינט אז ער וויל אפשר גיין זען מיט זיי א מאָווי. די צוויי פריינט לויפן גלייך אוועק און אין דריטן פאל זעט מען א צייטונג באריכט אז האָקינג דער "קלוגסטער מענטש אין די וועלט" רעקאמענדירט מ'זאל זען מער מאָוויס. אין דעם לעצטן פּאַנעל זעט מען האָקינגס ווי ער זיצט עלנד. די קאמיק ברענג ארויס וויאזוי א בארימטער פיזיקער פרובירט צו סאָציאַלאָזירן ווי א פשוטער מענטש, און זיינע חבירים מאכן פון יעדעס ווארט א סענזאַציע.
א זייטיגע נקודה ווערט אויך ארויסגעברענגט - און "לעיקוואד" האט דערמאנט אן ענליכע נקודה, שרייבענדיג אז אלבערט איינשטיין און ריטשאַרד דאָקינס זענען גוטע סייענטיסטן אבער שוואכע פילאָזאָפער - אז ווען א גרויסער פיזיקער זאגט א דעה אין א טעמע אין וועלכעס ער האט נישט א גרעסערע באקאנטשאפט ווי סתם א מענטש, מיינט נאכנישט אז זיינע ווערטער זענען קדשי קדשים און אז זיי האבן א שטערקערן געוויכט ווי די דעה פון א פשוטער מענטש. די צייטונג באריכט'ס שרייענדיגע אותיות איבער דעם פיזיקער'ס דעה אין מאָוויס, דערמאנט אביסל די שרייעדיגע באריכטן איבער זיין מיינונג אין אנדערע טעמעס אין וועלכע ער פארשטייט לאו דוקא בעסער בלויז ווייל ער איז די וועלט'ס בעסטע פיזיקער.

📎 stephen-hawking.jpg

הציץ ונפגע » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 3:40 pm

· #72146
אינסטאַגראַם
אינסטאַגראַם

📎 instagram.png

הציץ ונפגע » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:49 pm

· #72808
אנליין-טרעקינג אפציע
אָנליין-טרעקינג אָפּציע

📎 online_package_tracking.png

הציץ ונפגע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 8:59 pm

· #74162
באווייז
באווייז
📎 proof.png

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:14 pm

· #74167
👍 👍 👍
איך כאפ נאר נישט ווי אזוי לייבניץ קומט דא אריין.

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:33 pm

· #74181
יאיר
:like 👍 👍
איך כאפ נאר נישט ווי אזוי לייבניץ קומט דא אריין.

www.explainxkcd.com/wiki/index.php?title=1153:_Proof

הציץ ונפגע » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:07 pm

· #102522
יאיר
:like 👍 👍
איך כאפ נאר נישט ווי אזוי לייבניץ קומט דא אריין.

ווי דו האסט מסתמא שוין געזען אין געפילטע פיש'ס לינק, לייבניץ איז דער מחבר פון קאלקולוס און לויט קאלקולוס ווערן זענא'ס פאראדאקסן - עכ"פ טייל פון זיי - פארענטפערט.

מען קען שפילן זענא'ס פאראדאקס כדי צו באקומען א בעסערע באגריף דערפון דא.

הציץ ונפגע » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:08 pm

· #104010
בריק

📎 bridge.png

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 3:09 pm

· #154701
איינער וויל איבערטייטשן אין אידיש?

שמן למאור » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 12:20 am

· #505800
געפילטע פיש
איינער וויל איבערטייטשן אין אידיש?
http://imgs.xkcd.com/comics/open_letter.png
לכבוד אייך:

דר. פאוטשי, טוויטער, די יו ען, פייזער, די ציונים, ג'ורג' סאראוס, די פעיק נויז מידיע, עקסאן- מאבייל, דער סי די סי, בלעק לייווס מעטער, ביג פארמא, גוגל, די ראטשילדס, די וועלט געזינטהייט ארגעניזאציע, באראק אבאמא, ען איי עיטש, יוטוב, דיסני וועלט, לואי שיינער, איסטער באני, ביל געיטס, דזשאן עף קענעדי, פימא, דזשעריד קושנער, די נייע וועלט ארדער, נאסא, ביגפאט, די פעדעראלע ריזערוו, נעטפליקס, ווילאדאמיר פוטין, ביג טעק, יוסי געשטעטנער, די ליזערד מענטשן, די מיליטערישע אינדוסטריעלע קאמפלעקס, קיו ענאן, ל.ג.ב.ט.קיו+÷/$%, די דיפ סטעיט, און סיי ווער נאך עס קאנטראלירט שטילערהייט די אמעריקאנער רעגורונג.

א חרפה און א בישה! נעמט אייך צאם ענקערע [שנקאאו"מ] (שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער, מנהל)
ענק טוען זייער א שלעכטע ארבייט!!!

פון: א באזארגטער בירגער.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 12:32 am

· #505802
האסט פארגעסן וועגן היוגא צ'אוועס און אילון מאסק, אבער פיין פארטייטשט.

שמן למאור » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 12:36 am

· #505804
געפילטע פיש
האסט פארגעסן וועגן היוגא צ'אוועס און אילון מאסק, אבער פיין פארטייטשט.
איך האב אויסגעלאזט דער וועמען איך האב נישט געהערט פון זיי, אדער כ'האב נישט פארשטאנען פארוואס זיי קאנטראלירן (אלעדזשידלי) אמעריקע. (א שטייגער ווי וואלמארט) און איך האב במקומם געשטעלט די היינטיגע פירערס..
אילאן מאסק איז דאך פון די גוטע... ער שלאגט זיך מיט די לינקע.. ער שטעלט טוויטער אין פלאץ.. ער ברענגט גאר צירוק די מאכט צו די מענטשן...
היוגא צ'אוועס דארף איך גיין גוגל'ען, גיבסט מיר אפאר מינוט.

מונטסורי » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 12:39 am

· #505805
רבונו דפריקען יונה, א מין מדריגה אין אהבת התורה, דער האט געווארט רואיג 9 יאר איינער זאל עס אים פארטייטשען!

שמן למאור » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 12:57 am

· #505808
געפילטע פיש
האסט פארגעסן וועגן היוגא צ'אוועס.., אבער פיין פארטייטשט.
שוין.. איך טרעף שוין...
איך האב טאקע מיטגעהאלטן די דאמיניאן וואוטינג מאשין סומאטוכע, אבער עפעס איז מיר די נאמען היוגא צ'אוועס נישט געלעגן אין קאפ...

היסטאריע » זונטאג אוגוסט 7, 2022 12:37 am

· #505887
דערמאנסט מיר א מעשה.
אין דייטשלאנד פאר די קריג איז געוועהן א צייטונג מיט דער נאמען, דער שטורמער. דער שטורמער פלעגט שרייבן קעגן אידן אסאך. אמאהל גייט א איד אויף דער באן, און זעהט און אנדערע איד, טראגט דער שמונה בגדים, און ליינט א צייטונג. קוקט ער נענטער, זעהט ער, נישט מער נישט ווייניגער, ער ליינט דער שטורמער.
וואס הייסט? שרייט ער קעגן אים, די ליינסט א צייטונג וואס בארעדט דיר אליין?
ענטפערט ער, איך ליין דער איד, זעה איך אלע צרות וואס טוט באטרעפט מיין פאלק, דא איז מען באפאלן א גרופע אידן, דא האט מען פארברענט א בית המדרש , דא האט מען געמאכט א פאגראם. קוק איך אבער אין דער שטורמער, זעה איך ווי רייך מיר זענען, ווי אונז קאנטראלירן דער געלט פין דער גאנצע וועלט!! ווערט מיר גוט אויפן הארץ. פרעג איך אייך, וועלכע צייטונג איז בעסער צו ליינען?