☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

197 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8978
בלאט: 1 2 3 4

גדליה » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:06 pm

· #435162
הקטן
איהר מאכט דא א ריזיגע קוגעל. כווייס אפילו נישט ווי אנצוהייבען
יעדע זאך וואס האט עפעס א פראבעביליטי קען אמאל געשעהן. ווייל דאס איז דאך די דעפענישן פון פראבעביליטי
אויב עפעס געשעהט צו אפט. למשל א געשעהניש פון איינמאל אין ביליאן יאר געשעט יעדע יאר איז מסתמא דא עפעס אינפארמאציע וואס מיר ווייסען נישט.
סאו לדוגמא טאמער וועט מען הערן יעדע יאר אז א מקובל האט צןגעטראפן אכט לאטערי נומבערס דעמאלץ קענען מיר אננעמען אז מסתמא האט קבלה א שייכות מיט צוטרעפען לאטערי נומבערס.
דערווייל הערט מען נישט אזעלכע מעשיות צו אפט (אויב בכלל) במילא שטימט אלץ זייער גוט.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:09 pm

· #435163
וואס איז געבליבן למעשה, וואס זענען די נאמבערס פון די שבת'דיגע מעגא מילליאנס?

הדסים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:15 pm

· #435164
הקטן
אהא...
מיר זענען געגאנגען יעצט פאל-סירקול...
און אנגעקימען צי 0 פראבעבילעטי

און ווען עפעס איז 0 פראבעבילעטי, חאטש ס'איז מעגליך, פארלאנגט דאס א הסבר!

און מיר קענען נישט ווארפן דעראויף "עכעטע גרויסע נאמבערס" ותו לא מידי!

0 פראבעבילטי מיינט נישט מעגליך.
אויב רעדסטו פון 0.000000000000001 פראבעביליטי, דאס איז יא מעגליך. אויב מען ווארפט דערויף גאר גרויסע נאמבערס.

גדליה » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:16 pm

· #435165
רעכען אויס די מספר קטן פון דיין נאמען

הדסים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:17 pm

· #435166
רביה''ק זי''ע
וואס איז געבליבן למעשה, וואס זענען די נאמבערס פון די שבת'דיגע מעגא מילליאנס?

מיין רבי קען מיר עס זאגן, בתנאי איך שפיל נישט די לאטערי, און איך זאג פאר קיינעם נישט פאר זונטאג.

מי אני » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:34 pm

· #435167
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
הדסים
הקטן
אהא...
מיר זענען געגאנגען יעצט פאל-סירקול...
און אנגעקימען צי 0 פראבעבילעטי

און ווען עפעס איז 0 פראבעבילעטי, חאטש ס'איז מעגליך, פארלאנגט דאס א הסבר!

און מיר קענען נישט ווארפן דעראויף "עכעטע גרויסע נאמבערס" ותו לא מידי!

0 פראבעבילטי מיינט נישט מעגליך.
אויב רעדסטו פון 0.000000000000001 פראבעביליטי, דאס איז יא מעגליך. אויב מען ווארפט דערויף גאר גרויסע נאמבערס.

ער מיינט מסתמא אזוי ווי די לימיט פון 1 איבער/דיוויידעד ביי x ווען x קומט צו צו אינפיניטי, וואס איז 0. די הסבר דערפון איז ווייל איך ווייס טאקע נישט וואס 1 דיוויידעד ביי קוואנטיזשילליאן איז, אבער איך ווייס אז עס איז אזא קליינע נומער אז עס איז טעקניקעלי 0.

די זעלבע זאך איז באקאנט אין מאטעמאטיקס אז 0.99999999.... איז 1. וההיפך בהיפך (כאן).

(לגבי די Law of Truly Large Numbers ביסטו אבער נאך אלס טעקניקאלי גערעכט.)

אוי! סארי פאר׳ן אריינקריכען אין זיין מח... (אין ליטלוואד'ס מח מעג מען יא אריינקריכען. איי, אין זיין בוך A Mathematician's Miscellany וואו ער פארמאלירט זיין געזעץ, טוט ער מרמז זיין צו די Infinite Monkey Theorem? קשיא...)

מי אני » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:36 pm

· #435168
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
(בטעות איבערגע'חזר'ט די פריערדיגע תגובה.)

הקטן » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 8:10 pm

· #435172
הדסים
הקטן
אהא...
מיר זענען געגאנגען יעצט פאל-סירקול...
און אנגעקימען צי 0 פראבעבילעטי

און ווען עפעס איז 0 פראבעבילעטי, חאטש ס'איז מעגליך, פארלאנגט דאס א הסבר!

און מיר קענען נישט ווארפן דעראויף "עכעטע גרויסע נאמבערס" ותו לא מידי!

0 פראבעבילטי מיינט נישט מעגליך.

wrong!

וואס איז די פראבעבילטי זאלסט ווארפן א דייס 800,000,000 מאל און זאל אויספאלען א ידעס מאל אויף 6?
יעצט
וואס איז די פראבעבילעטי זאלסט היינט אויפעסען אויף וועטשערע 2 747 ערעפלאנען?

די פראבעבילעטי פין ביידע זענען 0 אבער איינס איז מעגלעך און די אנדערע נישט

גדליה » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 8:29 pm

· #435173
ר' הקטן
די ערשטע פאל פארמאגט א מאטעמאטישע מעגליכקייט (פראבעביליטי) און די צווייטע נישט.
די פראבעביליטי אין אייער פאל איז גראדע זייער גרינג אויסצורעכענען. סאיז די פאלגענדע ציפער:
1/(6^800,000,000)

הקטן » זונטאג אוגוסט 25, 2019 11:53 am

· #435289
פיין!
איז וועל דיר אויס סיי וועלעכער נאמבער פין אן אינפענעט סעט פין נאמבערס...
וואס איז די פראבעבילעטי?
איז דאס מעגליך?

---
בונגע דיין קאלקעלעשען איבער די דייס, אויסער א מאטאמעטישע נאמבער, וואס זאגט דאס אין אינזער עכטע וועלט?

א. מיט א זויפיל טריילס מיז זיי אז איין מאל זאלען אלע זיין?
ב. מיט 10 מאל אזויפיל טריילס מיז זיי אז איין מאל זאלען אלע זיין 6?

ג. מיט ווייניגער טריילס זאלסטו נישט ערווארטעט דאס זאל געשען
ד. וואס איז די פארבילעטי זאלסט דאס נאר איינמאל ווארפען און ס'זאל אויסקימען 6 אלע 800,000,000

מי אני » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:35 pm

· #435295
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
וואס ער האט געמיינט צו זאגן איז אז איה״נ אין רעאליטעט קלאפט בעצם נישט אויס קיין חילוק צווישן די צוויי (אזוי ווי דו זאגסט), איז אבער אויף צו זאגן ממש ״0״ פראבעביליטי, מיינענדיג סטאטישטיש, איז שווער ווייל עס איז יא דא א טעארעטישע(/סטאטיסטישע) חילוק צווישן די צוויי, וכאמור (בנוגע די Law of Large Numbers וכו׳).

אין אנדערע ווערטער, אויפעסן אן עראפלאן איז א פיזישע אומעגליכקייט, משא״כ די דייס איז א סטאטיסטישע אומעגליכקייט. (ענליך צו די צווייטע געזעץ פון טערמאדיינעמיקס וואס זאגט אז עס איז סטאטיסטיש, נישט פיזיש, אומעגליך אז די ענטראפי/אי סדר פון א פארמאכטע סיסטעם זאל ווערן ווייניגער.)

הגם, ווי ערווענט אויבן, קען מען לכאורה מאטעמאטיש בעצם יא זאגן 0 אויף דעם אויך. (ואפשר לדון בזה, ווייל דא ביי אונזער משל, פון א דיסקריט נומער פון 800,000, איז עס נישט עפעס וואס האלט אין איין לויפן, וממילא איז נישט דא א convergence.)

אגב, בנוגע וואס דו זאגסט לגבי די שאנסן פון ווארפן 10 מאל א דייס און ס׳זאל כאטש אויסקומען וכו׳, אויף דעם נוצט מען די בערנאלי דיסטריביושאן.

הדסים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:44 pm

· #435296
הקטן
פיין!
איז וועל דיר אויס סיי וועלעכער נאמבער פין אן אינפענעט סעט פין נאמבערס...
וואס איז די פראבעבילעטי?
איז דאס מעגליך?

די פראבעביליטי פאר יעדע N איז גרעסער פון 0, ווייל אונז ווייסן אז די טאטעל פראבעביליטי פון די סעט (S) איז 1, און אויב וואלט יעדע N געווען 0, וואלט S אויך געמוזט זיין 0.

הקטן
בונגע דיין קאלקעלעשען איבער די דייס, אויסער א מאטאמעטישע נאמבער, וואס זאגט דאס אין אינזער עכטע וועלט?

א. מיט א זויפיל טריילס מיז זיי אז איין מאל זאלען אלע זיין?
ב. מיט 10 מאל אזויפיל טריילס מיז זיי אז איין מאל זאלען אלע זיין 6?

ג. מיט ווייניגער טריילס זאלסטו נישט ערווארטעט דאס זאל געשען
ד. וואס איז די פארבילעטי זאלסט דאס נאר איינמאל ווארפען און ס'זאל אויסקימען 6 אלע 800,000,000

עס איז נישטא אז זאך "מוז" אין פראבעביליטי.

אויף למעשה מיינט עס, אז אויב דו וועסט ווארפן א דייס 800,000,000 מאל פאר 800,000,000^6 מאל, קענסטו ערווארטן אז פאר איין סעט זאל געשען 6 פאר אלע 800,000,000 מאל.

הקטן » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:13 pm

· #435300
הדסים

עס איז נישטא אז זאך "מוז" אין פראבעביליטי.

אויף למעשה מיינט עס, אז אויב דו וועסט ווארפן א דייס 800,000,000 מאל פאר 800,000,000^6 מאל, קענסטו ערווארטן אז פאר איין סעט זאל געשען 6 פאר אלע 800,000,000 מאל.

צי באמערקען אז פאר קאנווענטשענעל מאטאמאטיק און אויך לאגיק וועט "מיז" יא זיין אן אפרעטיוו ווארט

ג. מיט ווייניגער טריילס זאלסטו נישט ערווארטעט דאס זאל געשען?
ד. וואס איז די פארבילעטי זאלסט דאס נאר איינמאל ווארפען און ס'זאל אויסקימען 6 אלע 800,000,000

מי אני » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:30 pm

· #435303
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
הקטן
הדסים

עס איז נישטא אז זאך "מוז" אין פראבעביליטי.

אויף למעשה מיינט עס, אז אויב דו וועסט ווארפן א דייס 800,000,000 מאל פאר 800,000,000^6 מאל, קענסטו ערווארטן אז פאר איין סעט זאל געשען 6 פאר אלע 800,000,000 מאל.

צי באמערקען אז פאר קאנווענטשענעל מאטאמאטיק און אויך לאגיק וועט "מיז" יא זיין אן אפרעטיוו ווארט

אין קלאסישע לאגיק טאקע, אבער אין פראבעביליטי (און אין פאזי לאגיק וואו פראבעביליטי איז, ווי נישט, מער א מחותן און וואו מען איז עוסק אין דרגות פון זיכערקייט וכו׳) איז נישט ממש אזוי.

(וואס דו מיינסט מן הסתם איז אז א חשבון פון פראבעביליטי וועט זאגן אז עס מוז זיין אזא און אזא שאנס, אבער די שאנס אליין איז דאך בפירוש נישט א מוז; דאס האט הדסים געמיינט. סארי פאר׳ן אריינקריכען אין ענקערע מיינונגען...)

הקטן » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:52 pm

· #435304
מי אני
הקטן
הדסים

עס איז נישטא אז זאך "מוז" אין פראבעביליטי.

אויף למעשה מיינט עס, אז אויב דו וועסט ווארפן א דייס 800,000,000 מאל פאר 800,000,000^6 מאל, קענסטו ערווארטן אז פאר איין סעט זאל געשען 6 פאר אלע 800,000,000 מאל.

צי באמערקען אז פאר קאנווענטשענעל מאטאמאטיק און אויך לאגיק וועט "מיז" יא זיין אן אפרעטיוו ווארט

אין קלאסישע לאגיק טאקע, אבער אין פראבעביליטי (און אין פאזי לאגיק וואו פראבעביליטי איז, ווי נישט, מער א מחותן און וואו מען איז עוסק אין דרגות פון זיכערקייט וכו׳) איז נישט ממש אזוי.

און פראבעבילעט זעלבסט וועלן מיר אויך דארפן מחלק זיין צווישען עבזערוועבעל פארבעבילעטי און קלאסישע פארבעבילעטי
איינס איז אימפעריקעל און זאגט עפעס וועגן אינזער וועלט, די אנדערע קען זיין אינטערעסאנט פאר אקעדעמיקער אבער האט מיט ריאלעטי קיין כי הוא זה.

לבי אומר לי, (מען מעג דאס זאגן?) אז ס'דא א cut off point וואס וועט מאכן איממעגליך [0 פראבעבילעטי] פאר אבזערוועשענעל פארבעבילעטי (עולם העשיה) און נאך אלץ מעגליך אין קלאסישע פראבעבילעטי (עולם האצילות)

מי אני

(וואס דו מיינסט מן הסתם איז אז א חשבון פון פראבעביליטי וועט זאגן אז עס מוז זיין אזא און אזא שאנס, אבער די שאנס אליין איז דאך בפירוש נישט א מוז; דאס האט הדסים געמיינט. סארי פאר׳ן אריינקריכען אין ענקער מיינונגען...)

דאס אז דו דשאנס איז נישט קיין "מיז" זאגט אינז זייער אסך
אויף דעם האב איך נאך געפרעגט איז אפשר דא א סכום פין טריילס וואס וועט דאס יא ברענגען צי א "מיז" ?

הקטן » זונטאג אוגוסט 25, 2019 2:02 pm

· #435305
הדסים

אויף למעשה מיינט עס, אז אויב דו וועסט ווארפן א דייס 800,000,000 מאל פאר 800,000,000^6 מאל, קענסטו ערווארטן אז פאר איין סעט זאל געשען 6 פאר אלע 800,000,000 מאל.

דו קענסט אפשר קאוואנטעפייען מיין ערווארטאנג, איז דאס .5 אדער וואס?

הדסים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 2:12 pm

· #435306
הקטן
הדסים

עס איז נישטא אז זאך "מוז" אין פראבעביליטי.

אויף למעשה מיינט עס, אז אויב דו וועסט ווארפן א דייס 800,000,000 מאל פאר 800,000,000^6 מאל, קענסטו ערווארטן אז פאר איין סעט זאל געשען 6 פאר אלע 800,000,000 מאל.

צי באמערקען אז פאר קאנווענטשענעל מאטאמאטיק און אויך לאגיק וועט "מיז" יא זיין אן אפרעטיוו ווארט

ג. מיט ווייניגער טריילס זאלסטו נישט ערווארטעט דאס זאל געשען?
ד. וואס איז די פארבילעטי זאלסט דאס נאר איינמאל ווארפען און ס'זאל אויסקימען 6 אלע 800,000,000

איך וועל מסביר זיין די לאגיק פון די חשבון. אויב איינער גייט ווארפן א דייס 800M מאל. קען עס אויסקןמען 6,6,6.... אדער 1,1,1... אדער 1,2,1,2... און אזוי נאך זייער אסאך וועגן. ווי סאך וועגן פונקטליך? 800,000,000^6 וועגן .

אויב איינער גייט אראפשרייבן פארדעם אויף א צעטל א פונקטליכע סדר 6,4,1,1,2,5,3,4,4,5,5,5,2,2,2,6,1,3... איז עס מעגליך אז ס'וועט אים געלונגען? שווער צו גלייבן, אבער מעגליך. עס איז די זעלבע טשאנס ווי איינער זאגט אלעס גייט זיין 6.

און אנדערע ווערטער קיין איין וועג פאר זיך איז נישט מסתבר. אבער איין וועג פון די 800,000,000^6 וועגן מוז געשען (דא קענסטו נוצן מוז). סאו וואס איז די פראבעביליטי פאר איינס פון די מהלכים? איינס פון 800,000,000^6.

מי אני » זונטאג אוגוסט 25, 2019 2:14 pm

· #435307
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
הקטן

דאס אז דו דשאנס איז נישט קיין "מיז" זאגט אינז זייער אסך
אויף דעם האב איך נאך געפרעגט איז אפשר דא א סכום פין טריילס וואס וועט דאס יא ברענגען צי א "מיז" ?

אט דאס איז וואס די Law of Truly Large Numbers און די Infinite Monkey Theorem (וואס דו גלייכסט אזוי נישט...) ווילן זאגן. אז אפילו פאר אזא אומשאצבארע אסטראנאמליכע קליינע שאנס, אויב איז דא גענוג טרייעלס (אלעס לפי די דרגא פון די קליינליכקייט פונ׳ם שאנס; למשל אז א מאלפע זאל פונקט טייפן שעיקספיער) וועט עס אזוי אויסקומען טעארעטיש [פראבעבעליסטיש/מאטעמאטיש]. (די פונקטליכע נומער (אין אונזער פאל) גלייב איך אז מען קען נוצן די בערנאלי דיסטריביושאן, צוריקצווועגס מיט לאגעריטמס, געוואר צו ווערן.)

אויך צו באמערקן, ווען מען זאגט מוז דא אין אונזער קאנטעקסט מיינט מען אלגעמיין אז עס קומט שוין אן משונה׳דיג נאנט צו 1 [וואס מיינט גאר גאר נאנט צו 100%].

הקטן » זונטאג אוגוסט 25, 2019 2:22 pm

· #435308
אויב זאל איך אננעמען די עכטע law פין גרויסע נאמבערס (נישט אויסמישען מיט די law פין עכטע גרויסע נאמבערס) איז די דשענס אז 6 זאל זיין מער רעפעזענטעט און די 800000000 וואו 1.6 קלענער וואו זיינע קאמפלעמעט.
א רענדעם נאמבער פין א געמיש פין 126534642136 האט א סך א גרעסערע דשאנס וואו העכער דיין נאמבער איז (דאס איז א פאראדאקס וואס איך באמערק, קען זיין איך בין ראנג)

הדסים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 2:22 pm

· #435309
הקטן

לבי אומר לי, (מען מעג דאס זאגן?) אז ס'דא א cut off point וואס וועט מאכן איממעגליך [0 פראבעבילעטי] פאר אבזערוועשענעל פארבעבילעטי (עולם העשיה) און נאך אלץ מעגליך אין קלאסישע פראבעבילעטי (עולם האצילות)

אזויווי כ'האב גשריבן אין מיין פריערדיגע תגובה רעדט מען דא פון עולם העשי'. ווען מען ניצט דיין משל פון אינפיניט סעטס, ווערט עס אביסל צו מאטעמאטיש, אבער ס'קען אויך זיין נוגע אינעם אמת'ע וועלט.

הדסים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 2:23 pm

· #435310
הקטן
הדסים

אויף למעשה מיינט עס, אז אויב דו וועסט ווארפן א דייס 800,000,000 מאל פאר 800,000,000^6 מאל, קענסטו ערווארטן אז פאר איין סעט זאל געשען 6 פאר אלע 800,000,000 מאל.

דו קענסט אפשר קאוואנטעפייען מיין ערווארטאנג, איז דאס .5 אדער וואס?

עס איז נאנט צו 100%.

הדסים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 2:26 pm

· #435311
הקטן
אויב זאל איך אננעמען די עכטע law פין גרויסע נאמבערס (נישט אויסמישען מיט די law פין עכטע גרויסע נאמבערס) איז די דשענס אז 6 זאל זיין מער רעפעזענטעט און די 800000000 וואו 1.6 קלענער וואו זיינע קאמפלעמעט.
א רענדעם נאמבער פין א געמיש פין 126534642136 האט א סך א גרעסערע דשאנס וואו העכער דיין נאמבער איז (דאס איז א פאראדאקס וואס איך באמערק, קען זיין איך בין ראנג)

איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, אבער ס'איז ביי מיר קלאר אז יעדע נאמבער האט די עקזעקט סעים טשאנס.

הקטן » זונטאג אוגוסט 25, 2019 2:31 pm

· #435313
הדסים
הקטן
הדסים

אויף למעשה מיינט עס, אז אויב דו וועסט ווארפן א דייס 800,000,000 מאל פאר 800,000,000^6 מאל, קענסטו ערווארטן אז פאר איין סעט זאל געשען 6 פאר אלע 800,000,000 מאל.

דו קענסט אפשר קאוואנטעפייען מיין ערווארטאנג, איז דאס .5 אדער וואס?

עס איז נאנט צו 100%.

זאל זיין אז ס'דא א גראז וואס קען האלטן א ברידש, אבער דאס טרעפט זיך נאר איינס פין 800,000,000^6 וואלסטו מיעץ געווען צי מאכן אזא בריק אויב מיר וועלן ניצען 800,000,000^6 100X גראז ?

סתם צי פארשטיין די לאגיק, זענען די אלע טריילס א סיבה א cause אז 666666 זאל אויספאלען?
דארף די צווייטע טרייל וויסען פין די ערעשטע טרייל? אויב יא ווער זאגט אים?
פארוואס האסטו אפגעמאכט אז דיין סעט באשטייט פין 800,000,000^6 אפשר איז 55555 דא אין דיין סעיט פיל מער מאל וואו איינס?

ווארף א Coin 10 מאל און זעלטען\נישט אייביג וועט דאס זיין העלפט אויף העלפט, דאס מיינט אז א געוויסע דשאנס שפילט מער וואו איין מאל

ב.ד.וו איך זיך נאך די מאלפע, וואס זאל פונקט טייפן שעיקספיער, אן א יד מכוונת באמצע

מי אני » זונטאג אוגוסט 25, 2019 2:40 pm

· #435314
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
הקטן
אויב זאל איך אננעמען די עכטע law פין גרויסע נאמבערס (נישט אויסמישען מיט די law פין עכטע גרויסע נאמבערס) איז די דשענס אז 6 זאל זיין מער רעפעזענטעט און די 800000000 וואו 1.6 קלענער וואו זיינע קאמפלעמעט.
א רענדעם נאמבער פין א געמיש פין 126534642136 האט א סך א גרעסערע דשאנס וואו העכער דיין נאמבער איז (דאס איז א פאראדאקס וואס איך באמערק, קען זיין איך בין ראנג)

ווי אזוי איך פארשטיי וואס דו ווילסט ארויסברענגען, קען מען אין אונזער פאל מסביר זיין די חילוק צווישן די צוויי געזעצן אזוי. לא׳מיר זאגן אז מען האט געווארפן די דייס אן א שיעור א סאך [אינפיניט] מאל (יא יא, איך ווייס איך ווייס, טעארעטיש!...). די Law of Truly Large Numbers זאגט מיך אז איך וועל האבן (כאטש) איין סעט פון 800,000 קאנסעקיוטיוו זעקסערס. משא״כ די Law of Large Numbers זאגט מיך אז די עוורעדזש פון די איבעריגע סעטס וועלן האבן א (מער-ווייניגער) איווען דיסטריביושאן פון די זעקס נומערן.

הדסים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 2:50 pm

· #435315
הקטן
הדסים
הקטן
הדסים

אויף למעשה מיינט עס, אז אויב דו וועסט ווארפן א דייס 800,000,000 מאל פאר 800,000,000^6 מאל, קענסטו ערווארטן אז פאר איין סעט זאל געשען 6 פאר אלע 800,000,000 מאל.

דו קענסט אפשר קאוואנטעפייען מיין ערווארטאנג, איז דאס .5 אדער וואס?

עס איז נאנט צו 100%.

זאל זיין אז ס'דא א גראז וואס קען האלטן א ברידש, אבער דאס טרעפט זיך נאר איינס פין 800,000,000^6 וואלסטו מיעץ געווען צי מאכן אזא בריק אויב מיר וועלן ניצען 800,000,000^6 100X גראז ?

סתם צי פארשטיין די לאגיק, זענען די אלע טריילס א סיבה א cause אז 666666 זאל אויספאלען?
דארף די צווייטע טרייל וויסען פין די ערעשטע טרייל? אויב יא ווער זאגט אים?

אפשר רעדט מען פאר א מינוט פון א גורל מיט 10 צעטלעך...?

אויב איך נעם ארויס 1 צעטל האב איך 10% טשאנס צו באקומען נאמבער 7. איך לייג צוריק די צעטל און איך נעם ארויס נאכאמאל האב איך 19% טשאנס אז כאטש איינס פון די צוויי מאל האב איך נאמבער 7.

וויאזוי ארבעט עס? דארף די צווייטע צעטל וויסען פין די ערעשטע צעטל ? אויב יא ווער זאגט אים?

הקטן
פארוואס האסטו אפגעמאכט אז דיין סעט באשטייט פין 800,000,000^6 אפשר איז 55555 דא אין דיין סעיט פיל מער מאל וואו איינס?

אויב איך זאג דיר אז ווען מען ווארפט א דייס 2 מאל איז עס איינס פון 36 אז ס'וועט זיין ביידע 6, פארשטייסטו יא ווער ס'זאגט מיר?

הקטן
הדסים
הקטן
אויב זאל איך אננעמען די עכטע law פין גרויסע נאמבערס (נישט אויסמישען מיט די law פין עכטע גרויסע נאמבערס) איז די דשענס אז 6 זאל זיין מער רעפעזענטעט און די 800000000 וואו 1.6 קלענער וואו זיינע קאמפלעמעט.
א רענדעם נאמבער פין א געמיש פין 126534642136 האט א סך א גרעסערע דשאנס וואו העכער דיין נאמבער איז (דאס איז א פאראדאקס וואס איך באמערק, קען זיין איך בין ראנג)

איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, אבער ס'איז ביי מיר קלאר אז יעדע נאמבער האט די עקזעקט סעים טשאנס.

ווארף א Coin 10 מאל און זעלטען\נישט אייביג וועט דאס זיין העלפט אויף העלפט, דאס מיינט אז א געוויסע דשאנס שפילט מער וואו איין מאל

אוודאי נישט. אבער ווען דו ווארפסט עס 10 מאל 10 וועט די עעוורעדז יא זיין (נאנט צו) האלב און האלב פאר יעדע 10.

הקטן » זונטאג אוגוסט 25, 2019 3:10 pm

· #435317
הדסים

אוודאי נישט. אבער ווען דו ווארפסט עס 10 מאל 10 וועט די עעוורעדז יא זיין (נאנט צו) האלב און האלב פאר יעדע 10.

דאס ווערט געריפען Law_of_large_numbers

הקטן » זונטאג אוגוסט 25, 2019 3:14 pm

· #435318
מי אני
הקטן
אויב זאל איך אננעמען די עכטע law פין גרויסע נאמבערס (נישט אויסמישען מיט די law פין עכטע גרויסע נאמבערס) איז די דשענס אז 6 זאל זיין מער רעפעזענטעט און די 800000000 וואו 1.6 קלענער וואו זיינע קאמפלעמעט.
א רענדעם נאמבער פין א געמיש פין 126534642136 האט א סך א גרעסערע דשאנס וואו העכער דיין נאמבער איז (דאס איז א פאראדאקס וואס איך באמערק, קען זיין איך בין ראנג)

ווי אזוי איך פארשטיי וואס דו ווילסט ארויסברענגען, קען מען אין אונזער פאל מסביר זיין די חילוק צווישן די צוויי געזעצן אזוי. לא׳מיר זאגן אז מען האט געווארפן די דייס אן א שיעור א סאך [אינפיניט] מאל (יא יא, איך ווייס איך ווייס, טעארעטיש!...). די Law of Truly Large Numbers זאגט מיך אז איך וועל האבן (כאטש) איין סעט פון 800,000 קאנסעקיוטיוו זעקסערס. משא״כ די Law of Large Numbers זאגט מיך אז די עוורעדזש פון די איבעריגע סעטס וועלן האבן א (מער-ווייניגער) איווען דיסטריביושאן פון די זעקס נומערן.

דאס מיינט אז אן איווען דיסטריביושאן האט אסך מער דשאנסעס, מערערע איווען דיסטריביושאמס (סימפעל איווענטס?) האבן סך א גרעסער דשאנס, און דאס ציפארפט הדסים'ס math - ניין?
אן איווען דיסטריביושאמס וועט געבען זייער א שארקער אויבערהאנט פאר די אנדערע 5
און וואו מער טריילס אלץ שטערקער איז זייער אויבערהאנט - דאס איז די פאראדאקס!

הקטן » זונטאג אוגוסט 25, 2019 3:22 pm

· #435319
הדסים
הקטן
הדסים

זאל זיין אז ס'דא א גראז וואס קען האלטן א ברידש, אבער דאס טרעפט זיך נאר איינס פין 800,000,000^6 וואלסטו מיעץ געווען צי מאכן אזא בריק אויב מיר וועלן ניצען 800,000,000^6 100X גראז ?

סתם צי פארשטיין די לאגיק, זענען די אלע טריילס א סיבה א cause אז 666666 זאל אויספאלען?
דארף די צווייטע טרייל וויסען פין די ערעשטע טרייל? אויב יא ווער זאגט אים?

אפשר רעדט מען פאר א מינוט פון א גורל מיט 10 צעטלעך...?

אויב איך נעם ארויס 1 צעטל האב איך 10% טשאנס צו באקומען נאמבער 7. איך לייג צוריק די צעטל און איך נעם ארויס נאכאמאל האב איך 19% טשאנס אז כאטש איינס פון די צוויי מאל האב איך נאמבער 7.

וויאזוי ארבעט עס? דארף די צווייטע צעטל וויסען פין די ערעשטע צעטל ? אויב יא ווער זאגט אים?

די שאלה מיט די גורל איז אויף די מענטש, וויפיל דשנאסעס האט דער מענטש צי געווינען
די דשאנס פין די ערשטע צעטעל טוישט זיך בכלל נישט נאכן נעמען די צווייטע צעטלע

דאס קענסטו נאר טון ווען דיין לאגיק איז OR נישט ווען ס'איז AND
OR דארף נישט איינער וויסען פין צווייטען משא"כ ביי AND כנלע"ד

מי אני » זונטאג אוגוסט 25, 2019 3:47 pm

· #435320
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
הקטן
מי אני
הקטן
אויב זאל איך אננעמען די עכטע law פין גרויסע נאמבערס (נישט אויסמישען מיט די law פין עכטע גרויסע נאמבערס) איז די דשענס אז 6 זאל זיין מער רעפעזענטעט און די 800000000 וואו 1.6 קלענער וואו זיינע קאמפלעמעט.
א רענדעם נאמבער פין א געמיש פין 126534642136 האט א סך א גרעסערע דשאנס וואו העכער דיין נאמבער איז (דאס איז א פאראדאקס וואס איך באמערק, קען זיין איך בין ראנג)

ווי אזוי איך פארשטיי וואס דו ווילסט ארויסברענגען, קען מען אין אונזער פאל מסביר זיין די חילוק צווישן די צוויי געזעצן אזוי. לא׳מיר זאגן אז מען האט געווארפן די דייס אן א שיעור א סאך [אינפיניט] מאל (יא יא, איך ווייס איך ווייס, טעארעטיש!...). די Law of Truly Large Numbers זאגט מיך אז איך וועל האבן (כאטש) איין סעט פון 800,000 קאנסעקיוטיוו זעקסערס. משא״כ די Law of Large Numbers זאגט מיך אז די עוורעדזש פון די איבעריגע סעטס וועלן האבן א (מער-ווייניגער) איווען דיסטריביושאן פון די זעקס נומערן.

דאס מיינט אז אן איווען דיסטריביושאן האט אסך מער דשאנסעס, מערערע איווען דיסטריביושאמס (סימפעל איווענטס?) האבן סך א גרעסער דשאנס, און דאס ציפארפט הדסים'ס math - ניין?
אן איווען דיסטריביושאמס וועט געבען זייער א שארקער אויבערהאנט פאר די אנדערע 5
און וואו מער טריילס אלץ שטערקער איז זייער אויבערהאנט - דאס איז די פאראדאקס!

הדסים רעדט פון אן איינמאליגע עווענט/געשעעניש [אפילו זיין 800,000 מאל ווארפן רעכנט מען אין אונזער קאנטעקסט אלס איין סעט/עווענט לעומת איין אנדערע סעט/עווענט פון 800,000 מאל ווארפן]. אין אזא פאל האבן אלע לכשלעצמם [איינצעלנע עווענטס] די זעלבע פראבעביליטי.

משא״כ דו רעדטס פון מער ווי איין עווענט לעומת איין אנדערע; אסאך טרייעלס/עווענטס (אזא סארט האליסטיק איבערזיכט). אין אזא פאל קומט אריין די Law of Large Numbers און זאגט אונז אז ס׳גייט זיך אויסעוורעדזשען; די אייניגע מעגליכע עווענטס פונ׳ם סעמפל ספעיס.

הדסים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 3:49 pm

· #435321
הקטן
הדסים
הקטן
הדסים

זאל זיין אז ס'דא א גראז וואס קען האלטן א ברידש, אבער דאס טרעפט זיך נאר איינס פין 800,000,000^6 וואלסטו מיעץ געווען צי מאכן אזא בריק אויב מיר וועלן ניצען 800,000,000^6 100X גראז ?

סתם צי פארשטיין די לאגיק, זענען די אלע טריילס א סיבה א cause אז 666666 זאל אויספאלען?
דארף די צווייטע טרייל וויסען פין די ערעשטע טרייל? אויב יא ווער זאגט אים?

אפשר רעדט מען פאר א מינוט פון א גורל מיט 10 צעטלעך...?

אויב איך נעם ארויס 1 צעטל האב איך 10% טשאנס צו באקומען נאמבער 7. איך לייג צוריק די צעטל און איך נעם ארויס נאכאמאל האב איך 19% טשאנס אז כאטש איינס פון די צוויי מאל האב איך נאמבער 7.

וויאזוי ארבעט עס? דארף די צווייטע צעטל וויסען פין די ערעשטע צעטל ? אויב יא ווער זאגט אים?

די שאלה מיט די גורל איז אויף די מענטש נישט אויף די צעטלעך

דאס קענסטו נאר טון ווען דיין לאגיק איז OR נישט ווען ס'איז AND
OR דארף נישט איינער וויסען פין צווייטען משא"כ ביי AND כנלע"ד

איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט. סארי.

הדסים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 3:57 pm

· #435322
מי אני
הקטן
מי אני
הקטן
אויב זאל איך אננעמען די עכטע law פין גרויסע נאמבערס (נישט אויסמישען מיט די law פין עכטע גרויסע נאמבערס) איז די דשענס אז 6 זאל זיין מער רעפעזענטעט און די 800000000 וואו 1.6 קלענער וואו זיינע קאמפלעמעט.
א רענדעם נאמבער פין א געמיש פין 126534642136 האט א סך א גרעסערע דשאנס וואו העכער דיין נאמבער איז (דאס איז א פאראדאקס וואס איך באמערק, קען זיין איך בין ראנג)

ווי אזוי איך פארשטיי וואס דו ווילסט ארויסברענגען, קען מען אין אונזער פאל מסביר זיין די חילוק צווישן די צוויי געזעצן אזוי. לא׳מיר זאגן אז מען האט געווארפן די דייס אן א שיעור א סאך [אינפיניט] מאל (יא יא, איך ווייס איך ווייס, טעארעטיש!...). די Law of Truly Large Numbers זאגט מיך אז איך וועל האבן (כאטש) איין סעט פון 800,000 קאנסעקיוטיוו זעקסערס. משא״כ די Law of Large Numbers זאגט מיך אז די עוורעדזש פון די איבעריגע סעטס וועלן האבן א (מער-ווייניגער) איווען דיסטריביושאן פון די זעקס נומערן.

דאס מיינט אז אן איווען דיסטריביושאן האט אסך מער דשאנסעס, מערערע איווען דיסטריביושאמס (סימפעל איווענטס?) האבן סך א גרעסער דשאנס, און דאס ציפארפט הדסים'ס math - ניין?
אן איווען דיסטריביושאמס וועט געבען זייער א שארקער אויבערהאנט פאר די אנדערע 5
און וואו מער טריילס אלץ שטערקער איז זייער אויבערהאנט - דאס איז די פאראדאקס!

הדסים רעדט פון אן איינמאליגע עווענט/געשעעניש [אפילו זיין 800,000 מאל ווארפן רעכנט מען אין אונזער קאנטעקסט אלס איין סעט/עווענט לעומת איין אנדערע סעט/עווענט פון 800,000 מאל ווארפן]. אין אזא פאל האבן אלע לכשלעצמם [איינצעלנע עווענטס] די זעלבע פראבעביליטי.

משא״כ דו רעדטס פון מער ווי איין עווענט לעומת איין אנדערע; אסאך טרייעלס/עווענטס (אזא סארט האליסטיק איבערזיכט). אין אזא פאל קומט אריין די Law of Large Numbers און זאגט אונז אז ס׳גייט זיך אויסעוורעדזשען; די אייניגע מעגליכע עווענטס פונ׳ם סעמפל ספעיס.

די 2 laws זענען זיך משלים איינער די צווייטע. ווען עס איז דא זייער אסאך איווענטס וועט לכאורה געשען אלע עקסטרים'ס. און טאקע ווייל עס גייט זיין סיי די עקסטרים אויף ארויף און סיי די עקסטרים אויף אראפ און אויך אלעס אינדערמיט, וועט די עוורידש זיין אינדערמיט.

הקטן » זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:14 pm

· #435324
מי אני
הקטן
מי אני
הקטן
אויב זאל איך אננעמען די עכטע law פין גרויסע נאמבערס (נישט אויסמישען מיט די law פין עכטע גרויסע נאמבערס) איז די דשענס אז 6 זאל זיין מער רעפעזענטעט און די 800000000 וואו 1.6 קלענער וואו זיינע קאמפלעמעט.
א רענדעם נאמבער פין א געמיש פין 126534642136 האט א סך א גרעסערע דשאנס וואו העכער דיין נאמבער איז (דאס איז א פאראדאקס וואס איך באמערק, קען זיין איך בין ראנג)

ווי אזוי איך פארשטיי וואס דו ווילסט ארויסברענגען, קען מען אין אונזער פאל מסביר זיין די חילוק צווישן די צוויי געזעצן אזוי. לא׳מיר זאגן אז מען האט געווארפן די דייס אן א שיעור א סאך [אינפיניט] מאל (יא יא, איך ווייס איך ווייס, טעארעטיש!...). די Law of Truly Large Numbers זאגט מיך אז איך וועל האבן (כאטש) איין סעט פון 800,000 קאנסעקיוטיוו זעקסערס. משא״כ די Law of Large Numbers זאגט מיך אז די עוורעדזש פון די איבעריגע סעטס וועלן האבן א (מער-ווייניגער) איווען דיסטריביושאן פון די זעקס נומערן.

דאס מיינט אז אן איווען דיסטריביושאן האט אסך מער דשאנסעס, מערערע איווען דיסטריביושאמס (סימפעל איווענטס?) האבן סך א גרעסער דשאנס, און דאס ציפארפט הדסים'ס math - ניין?
אן איווען דיסטריביושאמס וועט געבען זייער א שארקער אויבערהאנט פאר די אנדערע 5
און וואו מער טריילס אלץ שטערקער איז זייער אויבערהאנט - דאס איז די פאראדאקס!

הדסים רעדט פון אן איינמאליגע עווענט/געשעעניש [אפילו זיין 800,000 מאל ווארפן רעכנט מען אין אונזער קאנטעקסט אלס איין סעט/עווענט זיי פליז מסביר וואס איז די סברה
לעומת איין אנדערע סעט/עווענט פון 800,000 מאל ווארפן]. אין אזא פאל האבן אלע לכשלעצמם [איינצעלנע עווענטס] די זעלבע פראבעביליטי. פארוואס זאל איך אויף ביידע נישט זאגן די Law of Large Numbers
די טריילס ווייסען נישט אין וועלכע קאנטקעס זיי זענען

ב.ד.וו איך זיך נאך די מאלפע, וואס זאל פונקט טייפן שעיקספיער, אן א יד מכוונת באמצע

מי אני » זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:59 pm

· #435328
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
איינער גייט ווארפן א דייס 800,000 מאל. יעצט, ווען איך שטעל די איינציגע מעגליכקייט/עווענט פון פונקט אלע זאלן זיין 666666... קעגן די איינציגע מעגליכקייט/עווענט פון די אויסקומען זאלן פונקט זיין די סדר/נומערן פון 121461421... (ביי פורמאטעישאנס, וואו די סדר מאכט אויס איז זיכער אזוי, אבער ביי קאמבינאציעס, וואס אונז רעדן מיר איז אויך אזוי), האבן ביידע די זעלבע שאנס; 800,000^1/6 אזוי ווי הדסים האט מסביר געווען (געדענק די ווארט ״פונקט״).

משא״כ ווען איך פרעג וואס גייט זיין די עווערידזש מאל וואס יעדע נומער וועט אויסקומען (איך פרעג ״נישט״ פונקט אויף איין ספעציפישע עווענט), זאגט מיר די Law of Large Numbers אז עס דארף זיך אויסצוגראדן/עווערידזשן אויף בערך אלע נומערן אייניג. וואס דו קענסט זאגן איז אז אוועראלל גייט זיין ״עפעס״ אן עווענט וואס איז מער עווערידזש אין די נומערן ווי עפעס וואס נישט, אבער נישט איין ספעציפישע עווענט.

איך אנטשולדיג מיר אויב איך בין עס נישט גענוג גוט מסביר.

אונז האלטן מיר אין איין זאגן אז די מאלפע איז א טעארעטישע מאטעמאטישע טראכטן עקספערימענט אין פראבעביליטי.

הקטן » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:41 pm

· #435350
דאס אז די 800,000 גייען זיך אויסצוגראדן/עווערידזשן שטייט אין דירעקטע סתירה אז ס'זאל זיין פינקט 6666...
און מיר ווייסען אז פאר-וואט-עווער ריזען האט דאס א בייעס זיך אויסציגראדען
666... קאמפיט מיט אט די בייעס

מי אני

אונז האלטן מיר אין איין זאגן אז די מאלפע איז א טעארעטישע מאטעמאטישע טראכטן עקספערימענט אין פראבעביליטי.

פארוואס טאקע נאר א טעארעטישע מאטעמאטישע טראכטן עקספערימענט, פארוואס האט נאך קיינער נישט געלאזט א קאמפיאטער ארויסשפייען רענדעם אויתיות מיט space זאל דאס אהער שטעלן א חאטש איין פרק, אן א יד מכוונת באמצע
אפשר ווייל די טעאריע האט נישט מיט עולם העשיה?!?

גדליה » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:58 pm

· #435351
אויב א פרוי האט צען קינדער אלע פון זיי מיידלעך. יעצט איז זי מעוברת מיט אן עלפטע. וואס זענען די טשאנסן אז די עלעפטע איז אויכעט א מיידל און אלע עלעף זיינען מיידלאך?
די ענפער איז פופציג פראצענט כאטש סאיז נישט אזוי גרינג מתקבל על הלב

הקטן » זונטאג אוגוסט 25, 2019 11:00 pm

· #435352
גדליה
אויב א פרוי האט צען קינדער אלע פון זיי מיידלעך. יעצט איז זי מעוברת מיט אן עלפטע. וואס זענען די טשאנסן אז אלע עלף זענען מיידלאך?
די ענפער איז פופציג פראצענט כאטש סאיז נישט אזוי גרינג מתקבל על הלב

זיכער איז דאס 50 פארצענט, או ס'איז זיך מתקבל על הלב

די שאלה איז ווען מיר האבן א פרוי וואס גייט האבן 11 קינדער וואו קאנפעדנט קענען מיר זיין אז אלע וועלן זיין מיידליך?
די צוויי שאלות זענען נישט די זעלבע

הדסים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 11:25 pm

· #435353
ענק זענען ביידע גערעכט און ענק ביידע ווייסן עס. איז נישטא מיט וועם זיך צו טענה'ן...

אז מ'רעדט פון פראבעביליטי, האב איך געוואלט ארויפברענגען די Monty Hall problem. זע איך אז מ'רעדט שוין פון דעם דא: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2661">viewtopic.php?t=2661</a><!-- l -->

גדליה » זונטאג אוגוסט 25, 2019 11:31 pm

· #435354
הקטן
גדליה
אויב א פרוי האט צען קינדער אלע פון זיי מיידלעך. יעצט איז זי מעוברת מיט אן עלפטע. וואס זענען די טשאנסן אז אלע עלף זענען מיידלאך?
די ענפער איז פופציג פראצענט כאטש סאיז נישט אזוי גרינג מתקבל על הלב

זיכער איז דאס 50 פארצענט, או ס'איז זיך מתקבל על הלב

די שאלה איז ווען מיר האבן א פרוי וואס גייט האבן 11 קינדער וואו קאנפעדנט קענען מיר זיין אז אלע וועלן זיין מיידליך?
די צוויי שאלות זענען נישט די זעלבע

סאיז פונקט אזוי מעגליך עלעף מיידליך ווי פינף יונגלעך און זעקס מיידליך.
ביידע האבען א אייניגע פראבעביליטי . ווייל ביי יעדע קינד עקסטער איז עס א נייע טשאנס.

דובעלע » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2019 9:32 pm

· #435675
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
פארוואס מאכט מען נישט דא א געהעריגע סטאדי, מ׳זאל אריינשיקן 100 מענטשן מיט די זעלבע פראבלעם צו די רבי און די רבי זאל ווינטשן דע זעלבע ברכה פאר יעידים, און זעהן דע רעזאלטס.... צו האט עס א גרויסע סאקסעס רעיט אדער נישט
אדער זאל מען נעמען נאך הונדרט מענטשן וואס וועלן נישט גיין צו די רבי און זעהן צו דעי הונדרט וואס זענען געגאנגן האבן א גרעסערע פראצענט סאקסעס...

מי אני » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2019 10:57 pm

· #435678
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10033">viewtopic.php?f=47&t=10033</a><!-- l -->

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 11:15 am

· #435917
הדסים
הקטן
אהא...
מיר זענען געגאנגען יעצט פאל-סירקול...
און אנגעקימען צי 0 פראבעבילעטי

און ווען עפעס איז 0 פראבעבילעטי, חאטש ס'איז מעגליך, פארלאנגט דאס א הסבר!

און מיר קענען נישט ווארפן דעראויף "עכעטע גרויסע נאמבערס" ותו לא מידי!

0 פראבעבילטי מיינט נישט מעגליך.
אויב רעדסטו פון 0.000000000000001 פראבעביליטי, דאס איז יא מעגליך. אויב מען ווארפט דערויף גאר גרויסע נאמבערס.

zero-probability-and-impossibility
human-in-a-machine-world/zero-probability
Not All Zero Probabilities Are Created Equal
the-difference-between-impossible-and-zero-probability/

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 12:30 pm

· #435922
די ארטיקלען זאגן וואס איך האב מעיר געווען אויבן:
מי אני
הגם, ווי ערווענט אויבן, קען מען לכאורה מאטעמאטיש בעצם יא זאגן 0 אויף דעם אויך. (ואפשר לדון בזה, ווייל דא ביי אונזער משל, פון א דיסקריט נומער פון 800,000, איז עס נישט עפעס וואס האלט אין איין לויפן, וממילא איז נישט דא א convergence.)

דהיינו, אז מ׳קען לכאורה מחלק זיין ביי א פאל וואו די סעמפל ספעיס איז אינפיניט [וואס דעמאלטס איז די פראבעביליטי פון א פונקטליכע געוואוסע מקרה 0, הגם עס איז מעגליך] און וואו די סעמפל ספעיס (כבנידון דידן) איז יא פיניט [דאס האב איך געמיינט מיט "דיסקריט", דהיינו פיניט, און ״האלט אין איין לויפן״, דהיינו אינפיניט].

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 2:47 pm

· #435935
אמת, אין טערי, איך בין נישט געווען אין די מאד צי אפדעטען מיין משל, ווען דאס איז נישט די עצם מדובר.

אביסל עצלות המח יעצט, אבער מעגליך ביי די מעשה פינעם רבין מיטן חסיד מיט די לאטערי איז אויך איפיניט
(ס'דא אין-סוף מהלכים וואס דער רבי האט אלץ געקענט זאגן פארן חסיד אויסער שפילן די לאטערי)

אפשר קען מען צילייגן Murphy's law זאל מבטל זיין טראלי-ביג-נאמבערס (law?)

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 4:50 pm

· #435941
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
הקטן

אפשר קען מען צילייגן Murphy's law זאל מבטל זיין טראלי-ביג-נאמבערס (law?)

ווי אזוי איך פארשטיי מורפי׳ס געזעץ (וואס איז נישט ממש א ״געזעץ״ מכח מאטעמאטיקס וכו׳), פארלאזט זיך דאס אויך, אין א וועג, אויף די הנחה אז נאך גענוג מאל/טרייעלס פאסירט אלע מיני עווענטס פונ׳ם סעמפל ספעיס. יעצט, וויבאלד, אין אלגעמיין, זענען מער עווענטס פון די סעמפל ספעיס עווענטס וואס איך וויל (דייקא) נישט אז זיי זאלן פאסירן, לעומת וואס איך וויל דייקא יא, קומט אויס אז ״עפעס״ וואס איז שלעכט ׳עט עווענטועלי פאסירן (וואס ״שלעכטע״ עווענטס זענען בכלל מער בנמצא אינ׳ם סעמפל ספעיס). אבער, איה״נ, אויב זוך איך דייקא יא א ספעציפישע ״שלעכטע״ עווענט וואס זאל פאסירן פונ׳ם סעמפל ספעיס, ארבעט דאס זייער ענליך און אין טענדעם מיט די געזעץ פון אמת׳דיגע גרויסע נומערן וככל הנ״ל [ווענדט זיך ווי גרויס די סעמפל ספעיס/פראבעביליטי, וויפיל טרייעלס, צייט וכו׳ וכו׳]. (כן נראה לי לפום ריהטא.)

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 10:05 pm

· #435964
אמתע גרויסע נאמבערס, א law?
statistician-s-approach-coincidence

מי אני » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 7:14 am

· #435971
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
להערה:
די אינפיניט מאלפע טעארעם [וואס איז טעקניקעלי די law ביי/ווען ס׳קומט צו צו אינפיניטי] האט יא א פרוף (דורך די (צווייטע) בארעל-קאנטעללי לעממא).

בנוסף, מ׳קען דאס זעהן [די "געזעץ"] א שטיקל מאטעמאטיש אינטואיטעוולי (טאקע נישט ממש א פרוף) אזוי:
X=(1-1/m)^n
דהיינו, אז ווי הויך m זאל נאר נישט זיין [די שוועריקייט אז דאס זאל פאסירן פאר זיך אליין עפ״י פראבעביליטי], אויב מאך איך n [די נומער פון טרייעלס] העכער און העכער (פי כמה), וועט X [די פראבעביליטי אז דאס זאל נישט פאסירן] ווערן קלענער און קלענער (וממילא להיפך, אז די פראבעביליטי אז דאס וועט יא פאסירן ווערט העכער און העכער). וואס בלייבט לכאורה איבער צו פרופ׳ן אין אונזער פאל איז די רילעישענשיפ (עכ״פ בערך) צווישן n, m און X; ווי גרויס דארף n זיין אין פראפארציע צו m פאר א גיווען X (למשל, ווען X קומט נענטער און נענטער צו 0 אין די עקוועישאן) וכדומה.

(אן ענליכע געדאנק נוצט מען אויפצוווייזען די געבורטסטאג פראבלעם/פאראדאקס.)

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 1:36 pm

· #436184
מי אני
הקטן

אפשר קען מען צילייגן Murphy's law זאל מבטל זיין טראלי-ביג-נאמבערס (law?)

ווי אזוי איך פארשטיי מורפי׳ס געזעץ (וואס איז נישט ממש א ״געזעץ״ מכח מאטעמאטיקס וכו׳), פארלאזט זיך דאס אויך, אין א וועג, אויף די הנחה אז נאך גענוג מאל/טרייעלס פאסירט אלע מיני עווענטס פונ׳ם סעמפל ספעיס. יעצט, וויבאלד, אין אלגעמיין, זענען מער עווענטס פון די סעמפל ספעיס עווענטס וואס איך וויל (דייקא) נישט אז זיי זאלן פאסירן, לעומת וואס איך וויל דייקא יא, קומט אויס אז ״עפעס״ וואס איז שלעכט ׳עט עווענטועלי פאסירן (וואס ״שלעכטע״ עווענטס זענען בכלל מער בנמצא אינ׳ם סעמפל ספעיס). אבער, איה״נ, אויב זוך איך דייקא יא א ספעציפישע ״שלעכטע״ עווענט וואס זאל פאסירן פונ׳ם סעמפל ספעיס, ארבעט דאס זייער ענליך און אין טענדעם מיט די געזעץ פון אמת׳דיגע גרויסע נומערן וככל הנ״ל [ווענדט זיך ווי גרויס די סעמפל ספעיס/פראבעביליטי, וויפיל טרייעלס, צייט וכו׳ וכו׳]. (כן נראה לי לפום ריהטא.)

האסט אביסל גאפאדשט מורפי׳ס געזעץ, נא שוין.

לויט וואו איך פארשטיי, כדי אנצינעמען די טרא_ביג_נאמבערס הייפאטעסעס מיזען מיר אנקיקען אלע טריילס וואו א חלק פין איין גרויסע סיסטעם
די סיסטעם איז דיינאמיק בטבע, און נאן-ליניער
ע"כ איז דאס אויסגעשטעלט צי chaos theory (דאס איז שוין מער סייענטיפיק וואו מורפי׳ס געזעץ)

מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 4:48 pm

· #436187
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
עס קען טאקע זיין. (און דאס קען טאקע זיין פארוואס מ׳קען דאס נישט (אזוי גרינג) פרוף׳ן. דהיינו, וויבאלד די עקוועישן הנ״ל איז נאן-ליניער און עס איז אפשר נישט פראפארציאנאל איין אינפוט פון איין וועריעבל צום אנדערן וועריעבל׳ס אוטפוט, אבל יש לעיין בזה.) און דאס זאגט אויך אז בעצם, אין טעאריע, קען מען פארויסזאגן ווען עס דארף (שוין, נאך א געוואוסע צאל טרייעלס) כמעט צו פאסירן עפ״י פראבעביליטי. (ואולי קען מען עס אפשר אביסל מדמה זיין צום דריי-באדי פראבלעם אין פיזיקס, וואס האט א שייכות מיט כאאס טעאריע. דהיינו, אז דא האבן מיר אויך דריי וועריעבלס [X, m, n] וואס אפעקטירן איינע די צווייטע (הגם נישט אזוי ווי אין פיזיקס, כמובן [וועקטארס וכו']).)

אבער איך בין דאך נישט אזוי זיכער אז מ׳קען דאס צושטעלן אהער.

‏כאאס טעאריע דילט מיט א סיסטעם וואס די תוצאות פון די וועריעבלס בתוכו זענען זייער סענסיטיוו און אנגעוואנדען אין די פריערדיגע אינישעל קאנדישאן. אזוי ווי די באקאנטע דוגמא אז די וועטער אין איין ראיאן קען זיין אנגעוואנדן אין דעם וואס א באטערפליי האט געפאכעט זיינע פליגלען, וואס דאס האט אביסל געטוישט די פרעשור, וואס דאס האט וכו׳ וכו׳. משא״כ בנידון דידן, הגם איך קוק אויף די סכום פון אלע טרייעלס אלס איין סיסטעם, זענען די וועריעבלס בתוכו, די שאנסן פון יעדע אויסקום, להדיא נישט אנגעוואוזען ממש איינס אויפ׳ן אנדערע, וכסתם הלכות שאנס ופראבעביליטי.

‏(דאס איז אביסל ענליך צו דאס וואס גדליה האט שוין פריער אויסגעשמועסט, אז וועגן דעם קומט די געזעץ פון גרויסע נומערן (נישט ״עכטע״) פאר ווי קאונטער-אינטואיטיוו; הגם יעדע איינציגע טרייעל פאר זיך האט אן אייניגע שאנס פאר זיך און איז אויסדריקליך נישט אנגעוואוזען אויפ׳ן פריערדיגן אויסקום, עוורידזשט זיך אויס אלע טרייעלס ביחד צו אן עוורידזש אינדערמיט (לפי די נושא וכו׳).)

אין אנדערע ווערטער, הגם אין די פאל קוק איך יא דערויף ווי איין סיסטעם (וואס איז טעקניקאלי אמת ביי יעדע חשבון פון טרייעלס אין פראבעביליטי) און עס איז דיינעמיק (עכ״פ אין טערמינען פון סכום פון טרייעלס וממילא זמן) און נאן-ליניער (כהעקוועישן הנ״ל, הגם אז דא ווערט עס נישט געמאדעלט דורך א סיסטעם פון עקוועישענס, אבער דאס איז נישט ממש קיין מעכב), איז עס אבער דאך פארט נישט מוכרח אז ס׳גייט אריין אין כלל פון כאאס טעאריע; ס׳איז ל״ד כאאטיש(/קאמפלעקס) און אזוי אנגעוואוזען אין די סיד קאנדישען (איך פארשטיי אז דו ווילסט זאגן אז די שאנס פאר א יעדע איינס אז עס זאל פאסירן, וכהמשל בנידון דידן 1/800,000, איז די סיד קאנדישען, אבל עדיין אפשר לחלק וכנ״ל) און לכאורה קען מען אויך טענה׳ן אז די וועליוס מישן זיך נישט טאפאלאגיש.

איך זאג דאס אלעס נאר להערות בעלמא. איך בין (ליידער) ווייט נישט באקאנט אין די נושא פון כאאס טעאריע (און די עדווענסט מאטעמאטישע נושאים וואס ליגן אין דעם) צו זאגן א דעה, לא לכאן ולא לכאן.

מי אני » דינסטאג אקטאבער 1, 2019 9:48 pm

· #436851
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
מ׳קען אפשר אריינלערנען אין די לחם משנה (הלכות תשובה ח ז) אז ער מאכט א חילוק אליבא דהרמב״ם לימות המשיח צווישן די צוויי סארטן אומעגליכקייטן; פיזיש אדער פראבעביליסטיש. דהיינו, ער וויל אויפטוהן אז דער רמב״ם האלט נישט אינגאנצן ווי שמואל לגבי ימות המשיח. נאר ער האלט אז זאכן וואס זענען כנגד המציאות, ווי למשל וגר זאב עם כבש, וועלען נישט זיין (וממילא הוי רק משל), משא״כ זאכן וואס זענען בעצם במציאות, כגון אז עס וועט נישט זיין קיין עניות, דאס וועט יא זיין לעתיד ע״ש.

מען קען אפשר זאגן (איך פארשטיי אז אפשר להשיב) אז דאס איז דער אויבן-דערמאנטע חילוק. דהיינו, דאס אז די טבע הטורף זאל פארשוואונדן ווערן פונ׳ם חיה הטורף איז א פיזישע אומעגליכקייט, משא״כ דאס אז אין די גאנצע וועלט זאלן נישט זיין קיין עניות איז מער א פראבעביליסטישע.

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 9:59 pm

· #437770
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
גדליה
אקאמס רעיזער זאגט אונז ווי פאלגענד:
אין יעדע מצב, נעם אן די מערסט סימפל פירוש אויף דעם.
למשל אויב דו זעסט אז סרעגענט, גייט מען נישט אננעמען אז דאס איז צושטאנד געקומען דורך עליענס וואס ווילן שיקן א מעסעדזש, נאר מיר גיייען אננעמען אז סרעגענט צוליב א פשוטערע סיבה, נעמליך די וואלקנס זענען געווארן צו געדעכט.
ווען מרעדט פון רוח הקודש און מופתים איז דאס שטענדיג די גרעסטע דוחק מצד אקעמס רעיזער.
ווייל כדי צו אננעמען רוח הקודש מוז מען קודם אננעמען א גאנצע פעקל פון חידושים ובמילא איז שטענדיג מער מסתבר אפילו די ווייטסטע נאטורליכע הסברים וי איידער א גאנצע מערכה פון רעליגיע וואס האט נישט קיין אומאפהענגיגע הוכחה. ודי לחכימא

דאס איז ענליך צו דאס וואס דר. אופי טענה׳ט קעגן דר. סווינבורן׳ס הנחה אז טעאיזם איז פשוט׳ער ווי נאטורליזם (אינ׳ם סוגיא פון דעם קאסמאלאגישע ארגומענט).
בלאט: 1 2 3 4