☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

570 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #633
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:52 am

· #33676
אגב, יידל, אז דו שרייבסט שוין פון די דיסקלעימער.
אפשר קען מען אויסשמועסן דעם ענין פון בריאת העולם?

כ'האב אמאל געהערט פון איינעם (אפשר בשם החת"ם סופר?) אז די 6 טעג וואס דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט זענען געווען מורא'דיג לאנגע טעג, צענדליגער יארן אין היינטיגע צייטן. עס איז נאך נישט געווען די זון (ערשט מיטוואך באשאפן געווארן) און איז נאך נישט געעוען באגרעניצט צו 24 שעות א מעת-לעת, און דאס מאכט געוויסע זאכן אויסקוקן ווי טויזענטער אדער מיליאנען יארן אלט.
איך ווייס נישט צי ס'איז אמת, אבער ס'איז זיכער דא פון די ערליכע חוקרים וואס שרייבן דערוועגן, און כ'העט געקענט באשטיין צו הערן מער דערוועגן (איך ווייס נישט אויב דא אדער אין א נייע אשכול).

יידל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:56 am

· #33679
שמעקעדיג

יא, דער גר"א שרייבט אזוי.
די פלאץ איז נישט דא נאר אין א נייע אשכול אין תורה ומחשבה פארום. איך וויל נישט גיין פתיחה ווייל כ'האלט אז עקסטרעמיסטן אויף ביידע זייטן קענען (און וועלן) גאר שנעל אראפפירן אזא אשכול פון די רעלסען, (איינער וועט שרייען כופר, דער צווייטער וועט שרייען שוטה).

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:02 pm

· #33720
איך מיין מ'האט שוין געשמועסט דערוועגן דא, אפשר אין די חז"ל - סייענס אשכול?

יידל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:52 pm

· #33845
די וויקיפעדיע בלאט איבער דעם נייעם ספישיס איז שוין "דערהיינטיגט" (אפדעיטעד) געווארן, ליינט דארט איבער די מחלוקת הפוסקים צו דאס איז די זעלבע מין וואס מ'ווייסט שוין לאנג צו א נייע.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 5:58 pm

· #33866
געפילטע פיש
איך מיין מ'האט שוין געשמועסט דערוועגן דא, אפשר אין די חז"ל - סייענס אשכול?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/193">viewtopic.php?f=13&t=193</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/22360">viewtopic.php?p=22360#p22360</a><!-- l -->

יידל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 7:20 pm

· #33890
געפילטע פיש
געפילטע פיש
איך מיין מ'האט שוין געשמועסט דערוועגן דא, אפשר אין די חז"ל - סייענס אשכול?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/193">viewtopic.php?f=13&t=193</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/22360">viewtopic.php?p=22360#p22360</a><!-- l -->

יא, ביזט גערעכט. איך זע אפילו אז אין די ערשטע תקופה פונעם אשכול האב איך מיטגעהאלטן, אבער זעט אויס אז איך בין געשלאפן ווען פשוט-קאמפליצירט און געפליטע פיש זענען אריינגעקומען אינעם בילד. אי"ה קומענדיגע וואך וועלן מיר דורכליינען בעיון רב.

יידל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:38 pm

· #35356
דורכברוך! וויסנשאפטלער פראדוצירן ארטיפישעל אויג
א דורכברוך אין די וויסנשאפטליכע וועלט ווען א גרופע סייענטיסטס האבן געמאלדן אז זיי האבן באוויזן צו "קרעקן די ניוראל קאוד" אין די רעטינא פון א מייז, און זיי האבן דעוועלאפט א דעווייס וואס שטעלט צוריק כמעט גענצליך די חוש הראי' פאר בלינדע מייז. די סייענטיסטן זאגן אויך אז זיי האבן אויך אויסגעפיגערט די זעלבע קאוד אין מאנקיס און זיי האפן גאר בקרוב צו קענען צשטעלן דאס אומגלויבליכע: א ארטיפישל מענטשליך אויג.

"מיר האבן שוין באוויזן צו מאכן בלינדע מייז זען, און מיר ארבעטן די שנעלסטע וואס מעגליך צו מאכן די זעלבע פאר מענטשן", זאגט די הויפט סייענטיסט שיילע נירענבערג, א פראפעסארין אין ווייל קארנעל מעדעצינישע קאלעדזש אין ניו יארק. די באריכט איז היינט פובליצירט געווארן אין א רעספעקטירטע מעדעצינישע דזשורנאל.

משה געציל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:43 pm

· #35360
די מח קאוד וואס אפקטירט דעם ראי׳ איז דער זעלבער ביים מענטש ווי ביים מייז? אדער מען דארף זיך פריש נעמען נישטערן דעם מענטשליכן מח?

יידל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:46 pm

· #35361
משה געציל
די מח קאוד וואס אפקטירט דעם ראי׳ איז דער זעלבער ביים מענטש ווי ביים מייז? אדער מען דארף זיך פריש נעמען נישטערן דעם מענטשליכן מח?

נישט ממש, אבער ענליך. למעשה האבן זיי דאך עס שוין אויך געטון מיט א מאנקי וואס איז גאר ענליך צו א מענטש.

משה געציל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:51 pm

· #35362
יידל
משה געציל
די מח קאוד וואס אפקטירט דעם ראי׳ איז דער זעלבער ביים מענטש ווי ביים מייז? אדער מען דארף זיך פריש נעמען נישטערן דעם מענטשליכן מח?

נישט ממש, אבער ענליך. למעשה האבן זיי דאך עס שוין אויך געטון מיט א מאנקי וואס איז גאר ענליך צו א מענטש.

איך הער, איך גלייב אז די עיקר חכמה אינעם אויסטרעף ליגט אין דער דעווייס וואס טוט אקטעוועזירן די ראי׳ איינמאל מען דערגייט דעם פינקטליכן קאוד, און ווי איך פארשטיי איז דער דעווייס דער זעלבער פארן מענטש, ריכטיג?

יידל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:07 pm

· #35367
משה געציל
איך גלייב אז די עיקר חכמה אינעם אויסטרעף ליגט אין דער דעווייס וואס טוט אקטעוועזירן די ראי׳ איינמאל מען דערגייט דעם פינקטליכן קאוד, און ווי איך פארשטיי איז דער דעווייס דער זעלבער פארן מענטש, ריכטיג?

ניין, די דעווייס איז גאנץ פשוט, די עיקר חכמה ליגט אין איינפלאנצן ספעציעלע ליכט-סענסעטיווע פראיטענס אין די אויגן צעלן.
פאלגנד איז בערך וויאזוי עס ארבעט, (כ'האף אז כ'בין גענוג קלאר):
די דעווייסט דארף קענען טון צוויי זאכן: עס דארף קענען סטימולירן א גרויסע נומער צעלן פון די אויג און זיי דארפן אויך קענען סטימולירן אין איין געוויסע קאוד - די קאוד וואס די רעטינע ניצט אין נארמאלע אומשטענדן צו קאמוניקירן מיטן מוח. עס איז שוין דא היינט פראסטעטישע (פאלשע) אויגן וואס סטימולירן די צעלן, אבער דאס קען מען נאר טון אויב א חלק פון די רעטינע צעלן זענען נאך חי וקיים, וואס ביי א גרויסע טייל בלינדע מענטשן איז עס נישט פארהאן. אזוי אויך, העלפט עס על פי רוב נישט מער ווי אז דער מענטש זאל קענען זען "רויע וויזואלע פעלדער" (דאס הייסט גאר בלורי אן קיין דעטאל). די נייע דעווייס ארבעט אז זיי רעכענען אויס די מאטעמאטישע עקוועזשאן פון דעם קאוד פון דעם רעטינע'ס סיגנאל צום מוח, און דאס לייגן זיי ארויף אויף א קליינטשיגן טשיפ צוזאמען מיט א מיני-פראדזשעקטאר. די טשיפ זעצט איבער די בילדער וואס די אויג זעט צו רויע קאודס און שיקט אפ די רויע קאודס אין פארם פון עלקעקטאראנישע סיגנאלן צום מיני פראדזשעקטאר. די מיני פראדזשעקטאר זעצט איבער די עלעקטאראנישע סיגנאלן צו ליכט אימפאלסעס (light impulses). די ליכט אימפאלסעס טריגערן דאן ליכט-סענסעסטיווע פראיטענס וואס מ'גייט איינפלאנצן אין די פארבליבענע רעטינע צעלן (ספעציפישע צעלן וואס הייסן "גאנגליאן צעלן" - ganglion cells), וואס די צעלן שיקן אפ די סיגנאלן דורך צום מוח.

יידל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:16 pm

· #35372
די אמעריקאנע פאפולאציע איז היינט נאכמיטאג 2:29 ניו יארקער זייגער אנגעקומען צו 314,159,265 מאל 100 מיליאן מענטשן. די נומער 314,159,265 איז נישט סתם א נומער נאר איז א ספעציעלע "אומראציאנאלע נומער", מיטן נאמען פי - Pi, און מיטן ספעציעלן סימבאל π.

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:10 pm

· #35393
הרמב"ם בפיה"מ פ"א מעירובין מ"ה וז"ל "יש לך לדעת כי יחוס אלכסון העגולה אל המסבב אותה בלי ידוע וא"א לדבר בו לעולם באמת... אבל ידוע זה בקרוב וכבר חברו חכמי התשבורות לזה חיבורים לידע יחוס האלכסון אל המסבב בקרוב ודרך המופת הקרוב אשר עליו סומכין חכמי החכמות הלימודיות הוא יחוס האחד לשלושה ושביעית וכל עגולה שיהיה באלכסון שלה אמה יהיה בהיקפה ג' אמות ושביעית בקרוב ולפי שזה לא יושג לעולם אלא בקרוב לקחו הם החשבון הגדול ואמרו כל שיש בהיקפו ג"ט יש בו רוחב טפח וסמכו ע"ז במה שהוצרכו אליו מן המדידה בתורה".

יידל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:16 pm

· #35396
יידל
א דורכברוך אין די וויסנשאפטליכע וועלט ווען א גרופע סייענטיסטס האבן געמאלדן אז זיי האבן באוויזן צו "קרעקן די ניוראל קאוד" אין די רעטינא פון א מייז, און זיי האבן דעוועלאפט א דעווייס וואס שטעלט צוריק כמעט גענצליך די חוש הראי' פאר בלינדע מייז. די סייענטיסטן זאגן אויך אז זיי האבן אויך אויסגעפיגערט די זעלבע קאוד אין מאנקיס און זיי האפן גאר בקרוב צו קענען צשטעלן דאס אומגלויבליכע: א ארטיפישל מענטשליך אויג.

קארנעל מעדעצינישע קאלעדזש מעלדט פרייליכע די נייעס.

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:22 pm

· #35421
סטרעס און דעפרעשאן מאכט קלענער דעם ארגאן וואס רופט זיך "מוח"
<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/health/article-2187592/How-stress-depression-shrink-brain.html">http://www.dailymail.co.uk/health/artic ... brain.html</a>

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:57 am

· #36526
מענער דארפן באמת עכטע ליבשאפט

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:24 pm

· #38606
א נייער סייענטס באריכט רעדט איבער די שטערקערע ריסק'ס צו איבערגעבן אויטיזם, סקיצאפריעניע
און דאון סינדראם צו קינדער וואס מ'האט אויף דער עלטער.

לאדיך אפ » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:33 pm

· #38611
30 פראצענט פון אוטיזם קעיסעס קומט פון האבן די קינד אויף די עלטער! Wow!

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:34 pm

· #38613
און זענען נישט רוב דאון סינדראם קינדער עפ"ר אויף די עלטער?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:53 pm

· #38829
גיי שלאפן!
<a class="postlink" href="http://www.latimes.com/news/science/la-sci-sleep-study-sacrifice-20120822,0,6937722.story">http://www.latimes.com/news/science/la- ... 7722.story</a>

ידען » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:24 pm

· #39585
מע האט געמאכט א גורל ווער פון די דריי וועט די ערשטע אראפטרעטען אויף די לבנה?

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:29 am

· #40822
ניעל ארמסראנג געשטארבען - אסטראנאט
ניעל ארמסטראנג דער סאמע ערשטע מענטש אין דער וועלטס היסטוריה וואס האט אראפ געלייגט זיין פוס און געטרויטען ערגעץ אנדערש ווי אויף אונזער וועלט איז ניעל אלדרין ארמסטראנג, וואס האט געלייגט דער ערשטע פוס טרי אויף דער לבנה יולי 20, 1969. מ'קען איהם אפשר נאך מאכען, אדרבה נאך איהם זענען געוועהן נאף צוועלעף מענטשען וואס האבען געטרויטען אויף דער לבנה, אבער קיין ערשטע זענען זיין שוין נישט געוועהן.

עס קען קומען א ערשטע צו טרעטן אויף מארס, אבער נאך אלץ, דער ערשטע צו טרעטען אויף עפעס וואס איז נישט אונזער ערד קוגעל איז ניעל ארמסטראנג.

דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת כי תצא שנת תשע"ב איז ער געשטארבען נאך א רייע פון קראנקהייטען. דורך אויס זיין לעבען האט ער געבען ממש היינט געציילטע אינטערוויאוס. קאנספיראציא ליב-האבער האבען דאס אויס גענוצט אלץ צייכען אס עפעס באהאלט ער דארט, און האט מורא ער וועט זיך צורעדען אויב מ'וועט צופיל פרעגן, לשיטתם האט מען צום לבנה קיינמאל נישט געפלויגען.

הציץ ונפגע » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:01 pm

· #41149
אור-אלטע אויסגעשניצטע חיות אנטדעקט אין ישראל
אור-אלטע אויסגעשניצטע חיות אפגעפונען אין ישראל
די ישראל'ישע אנטיקען אויטאריטעט האט היינט געמאלדן אז ארכעאלאגען האבן אנטדעקט צוויי אור-אלטע געטשקעלעך פון די נעאליטישע עפאכע אין אויסגראבונגען גראד נעבן ירושלים. די גראבונגען קומען פאר אין בעפארציג צו די אויסברייטערונג פון כביש אחד וואס פארבינדט ירושלים מיט תל אביב.
איין פסל איז א באַראַן (איל) פון ליימשטיין מיט פונקטליכע אויסגעשניצטע הערנער. די צווייטע - אביסל מער אבסטראקט - איז א ווילדע רינד (בקר-בר) פון דאָלאָמיט. די צוויי פסלים זענען ביידע בערך 5 אינטשעס אין די לענג און וואו דערמאנט זענען ביידע פון די נעאליטישע תקופה, בערך 9,500 יאר צוריק, לויט די שאצונגען פון די ארכעאלאגען.
די ארכעאלאגן גלויבן אז די אביעקטן האבן געטראגן א רעליעגעזע חשיבות פאר די מענטשן וואס האבן זיי אויסגעשניצט. מען האט די פסלים געטראפן נעבן א אלטע קיילעכיגע געביידע וואס גייט צוריק צו אן עפאכע ווען מענטש זענען איבערגאנגען פון א יעגער/קלויבער לעבנסטיל צו א פארמער לעבנסטיל ווען מען האט זיך אנגעהויבן באזעצן אין דערפעלעך.
"די ארכעאלאגישע עדות פון דעם עפאכע, הויפטזעכטליך די קונסטלערישע אביעקטען אזויווי די פסלונים וואס מען האט אנטדעקט אין תל מוצא, לערנען אונז איבער די רעליעגעזע לעבן, די וועגן וויאזוי מען האט געדינט און די גלויבונגען פון די נעאליטישע מענטשן", זאגט דר. חאַמודי חַאלאיילאַ, איינער פון די ארכעאלאגען מטעם די אנטיקען אויטאריטעט. לויט דאקטער חאַלאיילאַ, האבן די פסלונים מעגליך געדינט אלס געטשקעלעך אז די יעגעריי זאל מצליח זיין. א צווייטע ארכעאלאג ענאַ אייריך ברענגט אויף א סברא אז די געטשקעלעך זענען מעגליך פארבינדען מיט די אקטיוויטעטן צו היימאזירן די ווילדע חיות. וואו באקאנט איז אין די נעאליטישע עפאכע פארגעקומען א היימאזיראציע פון ווילדע חיות אזוי ווי ווילדע-רינדער און באַראַנען אויף א גרויסן פארנעם, און דאס איז די באזיס פאר דאקטער אייריך'ס סברא.
📎 ram-figurine.jpg

שרגא » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:24 pm

· #41198
יידל
די אמעריקאנע פאפולאציע איז היינט נאכמיטאג 2:29 ניו יארקער זייגער אנגעקומען צו 314,159,265 מאל 100 מיליאן מענטשן. די נומער 314,159,265 איז נישט סתם א נומער נאר איז א ספעציעלע "אומראציאנאלע נומער", מיטן נאמען פי - Pi, און מיטן ספעציעלן סימבאל π.

האסט ארויסגעלאזט (מסתמא בטעות) א י'. עס לייענט זיך "פּיי".
און אגב, יידל, א באזונדערן דאנק פאר די אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע נייעס וואס דו ברענגסט. (אפילו איך האלט אז עטליכע וואלטן געמעגט ארויסגעלאזט ווערן. פארוואס אריינפיטערן זאכן פאר מענטשן וואס זענען נישט אינטערעסירט און ווילן דאס ענדערש נישט זען [טראץ די דיסקלעימערס...]?)

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:53 pm

· #41212
דולה ומשקה
ניעל ארמסטראנג דער סאמע ערשטע מענטש אין דער וועלטס היסטוריה וואס האט אראפ געלייגט זיין פוס און געטרויטען ערגעץ אנדערש ווי אויף אונזער וועלט איז ניעל אלדרין ארמסטראנג

זיין מיטעלסטע נאמען איז אלדין, אלדרין האסטו מ'סתם גע'גנב'ט פון באזז אלדרין זיין קאלעגע, דער צווייטער מענטש אויפן לבנה.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:06 am

· #41220
מענער, עסט'ס טשאקאלאדע!
<a class="postlink" href="http://www.latimes.com/health/boostershots/la-heb-men-chocolate-stroke-risk-20120829,0,515105.story">http://www.latimes.com/health/boostersh ... 5105.story</a>

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:55 am

· #41265
איך זעה ביסט טאקע נפגע געווארן אז דו האלסט אז די וועלט שטייט שוין מער ווי 9500 יאר.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:05 am

· #41269
ער שרייבט דאך "לויט די שאצונגען פון די ארכעאלאגען".
חוץ מזה וואס ס'דא גענוג ערליכע אידן וואס האלטן אויך אז די וועלט איז נישט דוקא 5772 יאר אלט, און ס'נישט קיין סתירה מיט בראשית ברא.

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:05 pm

· #41384
שרגא
און אגב, יידל, א באזונדערן דאנק פאר די אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע נייעס וואס דו ברענגסט. (אפילו איך האלט אז עטליכע וואלטן געמעגט ארויסגעלאזט ווערן. פארוואס אריינפיטערן זאכן פאר מענטשן וואס זענען נישט אינטערעסירט און ווילן דאס ענדערש נישט זען [טראץ די דיסקלעימערס...]?)

בין איך דען דא צו פיטערן מענטשן מיט סיי וואס? איך גלייך סייענס, און איך ענדזשוי שרייבן איבער עס און ליינען די נייעס דערוועגן, זה הכל. איך האלט נישט אז איך דארף מיך זעלבסט צענזורירן בלויז ווייל געוויסע וועלן דאס ענדערש נישט זען. הגע בעצמך, עס זענען דאך פאראן כל מיני מענטשן, עס זענען דא אזוינע וואס ווילן נישט זען איבער לבנה-לאנדונגען אדער וואקסינען. ובכן, זאל איך איבער די נושאים אויך נישט שרייבן?
אבער די אמת איז אז כ'האב מיך טאקע צוריקגעהאלטן פון שרייבן איבער דעם, אבער אז א צווייטער האט שוין סיי ווי געשריבן , פארוואס זאל עס שוין נישט זיין געשריבן כדבעי' מיט אלע דעטאלן?

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 3:03 pm

· #42152
8 ליגערענישע ווערטער/פראזן

<a class="postlink" href="http://shine.yahoo.com/love-sex/8-words-most-liars-210400115.html">http://shine.yahoo.com/love-sex/8-words ... 00115.html</a>

שרגא » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:07 pm

· #42560
יידל
שרגא
און אגב, יידל, א באזונדערן דאנק פאר די אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע נייעס וואס דו ברענגסט. (אפילו איך האלט אז עטליכע וואלטן געמעגט ארויסגעלאזט ווערן. פארוואס אריינפיטערן זאכן פאר מענטשן וואס זענען נישט אינטערעסירט און ווילן דאס ענדערש נישט זען [טראץ די דיסקלעימערס...]?)

בין איך דען דא צו פיטערן מענטשן מיט סיי וואס? איך גלייך סייענס, און איך ענדזשוי שרייבן איבער עס און ליינען די נייעס דערוועגן, זה הכל. איך האלט נישט אז איך דארף מיך זעלבסט צענזורירן בלויז ווייל געוויסע וועלן דאס ענדערש נישט זען. הגע בעצמך, עס זענען דאך פאראן כל מיני מענטשן, עס זענען דא אזוינע וואס ווילן נישט זען איבער לבנה-לאנדונגען אדער וואקסינען. ובכן, זאל איך איבער די נושאים אויך נישט שרייבן?
אבער די אמת איז אז כ'האב מיך טאקע צוריקגעהאלטן פון שרייבן איבער דעם, אבער אז א צווייטער האט שוין סיי ווי געשריבן , פארוואס זאל עס שוין נישט זיין געשריבן כדבעי' מיט אלע דעטאלן?

יידל, דו קענסט דאך זיכער אליין ענטפערן דעם ריזיגן חילוק פון לבנה-לאנדונגען ביז דעם. לבנה לאנדונגען וכדומה איז עפעס וואס עס זענען אפשר פאראן אזעלכע וואס "זענען נישט אינטערעסירט צו ליינען דערוועגן", ווידער ביי די מפוקפקדיגע ענינים זענען דא אזעלכע וואס "זענען אינטערעסירט נישט צו ליינען דערוועגן". דאס הייסט אויב זאלסטו מאכן אן אנקעטע וועט נישט זיין קיין איינער וואס וועט זאגן "איך וויל נישט מען זאל שרייבן וועגן לבנה לאנדונגען" אבער אויף די צווייטע וועלן זיכער זיין א שיינע פראצענט וואס וועלן זאגן "איך וויל נישט מען זאל שרייבן דערוועגן", פאר סיי וועלכע סיבה. נארסייווי זאגסטו דאך אליין אז דו האסט זיך קודם איינגעהאלטן, נו דאנק דיר דערויף.

טאמבל סאס » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 5:32 pm

· #42752
ומי אני להכניס ראשי בין ההרים הגדולים, אבער פארט איז אינטערעסאנט צו זען ווי די גרויסע לייבן שלאגן זיך. (פארגלייכן זיך)

יידל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 7:53 pm

· #42810
שרגא
יידל
שרגא
און אגב, יידל, א באזונדערן דאנק פאר די אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע נייעס וואס דו ברענגסט. (אפילו איך האלט אז עטליכע וואלטן געמעגט ארויסגעלאזט ווערן. פארוואס אריינפיטערן זאכן פאר מענטשן וואס זענען נישט אינטערעסירט און ווילן דאס ענדערש נישט זען [טראץ די דיסקלעימערס...]?)

בין איך דען דא צו פיטערן מענטשן מיט סיי וואס? איך גלייך סייענס, און איך ענדזשוי שרייבן איבער עס און ליינען די נייעס דערוועגן, זה הכל. איך האלט נישט אז איך דארף מיך זעלבסט צענזורירן בלויז ווייל געוויסע וועלן דאס ענדערש נישט זען. הגע בעצמך, עס זענען דאך פאראן כל מיני מענטשן, עס זענען דא אזוינע וואס ווילן נישט זען איבער לבנה-לאנדונגען אדער וואקסינען. ובכן, זאל איך איבער די נושאים אויך נישט שרייבן?
אבער די אמת איז אז כ'האב מיך טאקע צוריקגעהאלטן פון שרייבן איבער דעם, אבער אז א צווייטער האט שוין סיי ווי געשריבן , פארוואס זאל עס שוין נישט זיין געשריבן כדבעי' מיט אלע דעטאלן?

יידל, דו קענסט דאך זיכער אליין ענטפערן דעם ריזיגן חילוק פון לבנה-לאנדונגען ביז דעם. לבנה לאנדונגען וכדומה איז עפעס וואס עס זענען אפשר פאראן אזעלכע וואס "זענען נישט אינטערעסירט צו ליינען דערוועגן", ווידער ביי די מפוקפקדיגע ענינים זענען דא אזעלכע וואס "זענען אינטערעסירט נישט צו ליינען דערוועגן". דאס הייסט אויב זאלסטו מאכן אן אנקעטע וועט נישט זיין קיין איינער וואס וועט זאגן "איך וויל נישט מען זאל שרייבן וועגן לבנה לאנדונגען" אבער אויף די צווייטע וועלן זיכער זיין א שיינע פראצענט וואס וועלן זאגן "איך וויל נישט מען זאל שרייבן דערוועגן", פאר סיי וועלכע סיבה. נארסייווי זאגסטו דאך אליין אז דו האסט זיך קודם איינגעהאלטן, נו דאנק דיר דערויף.

כ'קען מיך בעצם קריגן מיט דיר און טענה'ן אז ווען מ'מאכט ווען אן אנקעטע צי מ'זאל מעגן שרייבן איבער וואקסינען און ווי זיי טוען אויף וואלט פראפעסאר שפירא געשטימט אז מ'זאל נישט טארן שרייבן דערוועגן. אבער איך גיי מיך נישט קריגן מיט דיר ווייל נאך קאנצעפט'ס אשכול שפיר איך זיך שוין וואו א גאנצער מיסיאנער פארן שטן...

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 10:18 pm

· #42874
איז ארגאניק פוד געזונטער? נישט אזוי זיכער!

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:01 pm

· #45017
Postpartum depression may lead to shorter kids: study

<a class="postlink" href="http://abcnews.go.com/Health/Depression/mothers-depression-linked-shorter-children/story?id=17174578#.UE4q47L8sp8">http://abcnews.go.com/Health/Depression ... E4q47L8sp8</a>

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:03 pm

· #45483
א יאפאנעזער מאטעמאטיקער שיניטשי מאטשיזוקי האט אפגעשריבן א פאפיר פון 500 זייטן, לויט וואו ער טענה'ט איז דאס א הוכחה צו די עי בי סי קאנדזשעקטשור. אויב איז דאס אמת, וועט דאס זיין די גרעסטע דורכברוך אין מאטעמאטיק אין די לעצטע 100 יאר. דא איז די מקור, אויב איינער קען מסביר זיין וואס די שמחה איז, וועלן מיר אים מכיר טובה זיין.

ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 3:37 pm

· #45538
אין 1977 האט נאסא ארויסגעשיקט אין ספעיס וואויעדשער וואן, זיין ציהל איז נישט אנצוקומען צו און שטודירן א ספעציפישן פלאנעט, נאר ער פארט אין א גראדע ליניע - מיט א שנעלקייט פון בערך 38,592 מפ"ש, א ביליאן מייל יעדע דריי יאהר - ארויס פון אונזער סאלער סיסטעם.

מען האט מיטגעשיקט מיט איהם א גאלדענע רעקארד און בילדער פון דער ערד, אויב וועט ער זיך אמאל באגעגענען מיט אינטעליגענטע ברואים [קארל'ס קארל סעיגן איז אויך געווען אויפן טיעם פון די מיסיע], פארשידענע סייענטיפישע אינפארמאציע, באגריסונגען פון פארשידענע מענטשען ובתוכם דער פרעזידענט, פארשידענע ערד קולות, ים וואלן, א בעבי וויינען וכו', און שטיקלעך מוזיק פון מאזארט וכדומה.

אין '79 האט ער געכאפט גאר שיינע בילדער פון דשופיטער און זיינע לבנות פון אזוי נאנט ווי צוויי הונדערט טויזענט מייל, האט מגלה געווען אסאך חידושים, ובתוכם א שיין בילד פון א וואלקעינא אויף איינע פון די לבנות וואס מען האט ביז דעמאלטס נישט געקענט זעהן.

פון דארט איז ער געפארן ווייטער זיך באנוצענדיג מיט די דעמאלטס נייע אויפטוה פון גראוועישענעל אסיסט [דהיינו אז מען באנוצט זיך מיט די גראוויטי פון פלאנעטן וכו' צו געבן א שטופ אויף ווייטער וכדומה], און אין '80 איז ער אנגעקומען קיין סאטורן און געכאפט בילדער פון אזוי נאנט ווי 77 טויזענט מייל.

אין '90 האט ער געכאפט - דאס ערשטע אין היסטאריע - א פאמיליע בילד פונעם סאלאר סיסטעם [די זוהן מיט איהרע פלאנעטן] ווי אזוי זי ווערט געזעהן פון אינדרויסען.

האלטענדיג היינט ביי 11 ביליאן מייל פון די זוהן [די צענטער פונעם סאלער סיסטעם] איז זי די ווייטסטע מענטש-געמאכטע זאך אין ספעיס, און ממילא האלט זי אויך די רעקארד פון שיקן סיגנאלן איבער די לענגסטע שטח, שיקענדיג און באקומענדיג סיגנאלן פונעם דיפ ספעיס נעטווארק.

יעצט - 35 יאהר אריין אין די מיסיע - האלט זי שוין ביים עק פונעם סאלאר סיסטעם, און נאסא האט געמאלדן אז בקרוב וועט זי זיך ארויסזעהן פון די השפעה פון די זוהן און איהרע פלאנעטן, און אריינגיין אין אינטערסטעלאר ספעיס די ליידיגע שטחים אין ספעיס וואו קיין שום סטאר סיסטעם איז נישט בעל הבית, ערשט אין 40,000 יאהר ארום וועט זי זיין 1.5 ליכט יאהר נאנט צו א שטערן וואס פליהט אין דירעקציע פון אונזער סאלער סיסטעם מיט א שנעלקייט פון 270,000 מפ"ש.

אזוי ווי מען רעדט דא פון 1977 טעכנאלאגיע האט זי א הונדערט טויזענסט'ל סיסטעם מעמארי פון א אכט גיג אייפאד נאנאו...

דורך די יאהרן האט מען צוביסלעך אויסגעלאשן פארשידענע חלקים כדי צו פרעזערווירן פאוער, און אין '25 וועט זי פארלירן די גאנצע פאוער.

עס זענען נאך דא גאר אינטערעסאנטע פרטים, אבער דאס וועל איך שוין מוזן איבערלאזן פאר יידל וחבריו.

נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 10:28 am

· #45817
ונבנתה העיר

יעצט - 35 יאהר אריין אין די מיסיע - האלט זי שוין ביים עק פונעם סאלאר סיסטעם, און נאסא האט געמאלדן אז בקרוב וועט זי זיך ארויסזעהן פון די השפעה פון די זוהן און איהרע פלאנעטן, און אריינגיין אין אינטערסטעלאר ספעיס די ליידיגע שטחים אין ספעיס וואו קיין שום סטאר סיסטעם איז נישט בעל הבית,

א וואך צוריק האבען זיי פריש געמאלדן אז מען האלט נאך נישט ממש ביים עק פונעם סאלער סיסטעם.

מען האט עקספעקטעט אז די פלאזמע פארטיקעלס פון אינטערסטעלער ספעיס וועלן צוריק שטופען די סואלער ווינט פארטיקעלס, אבער לויט די נייע מעזשערמענטס איז עס נאכנישט געשעהן.

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:52 pm

· #46147
א גרינטליכע שטודיע וואס איז פארעפנטליכט געווארן די וואך לויטעט אז עס איז 99.96% זיכער אז טונקעלע ענערגיע עקזעסטירט. וואס די ענערגיע איז, דאס האט די שטודיע נישט באוויזן צו ערקלערן.

טאמבל סאס » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:38 pm

· #46168
וואס איז 'טונקעלע ענערגיע'?

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 10:15 pm

· #46941
מ'האט אנדעקט אן אלטע כתב יד פון מצרים וואס רעפערירט צו יאשקע'ס ווייב. האט יאשקע געהאט א ווייב?! עס איז משמע אז טייל פריע קריסטן האבן אזוי געהאלטן. ליינט די נייעס אינעם ניו יארק טיימס <a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2012/09/19/us/historian-says-piece-of-papyrus-refers-to-jesus-wife.html?_r=3&hp">http://www.nytimes.com/2012/09/19/us/hi ... ml?_r=3&hp</a>

זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:16 pm

· #47996
מענער! ס'איז צייט צוצולייגן א האנט אינדערהיים!!

<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/news/article-2206265/Men-happier-housework-likely-suffer-psychological-problems.html?ITO=1490">http://www.dailymail.co.uk/news/article ... l?ITO=1490</a>

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 10:37 am

· #48582
ראמני איז אן עם הארץ
סעפטעמבער 21 האט ען ראמני'ס עראפלאן געדארפט מאכן א עמערדזשענסי לענדינג ווייל עס האט געליטן פון א פארלוסט פון אקסיגען. ראמני האט אין א דרשה דערמאנט דעם אינצידענט און זיך אפגערעדט אז דאס נישט קענען עפענען די פענסטער כדי צו פארמערן די אקסיגען אינעם עראפלאן איז א גרויסע סכנה, און אן ערנסטער פראבלעם.

ראמני ווייסט אבער נישט אז עס איז פונקט פארקערט און די סכנה איז גאר אויב מען קען יא עפענען פענסטער. פארוואס? ווייל די עראפלאן דארף זיין פרעשורעזירט, און דאס קען מען נאר טון אויב די גאנצע עראפלאן איז "עירטייט" - קיין שום דרויסענדיגער לופט קען נישט אריינקומען. פארוואס מוז עס זיין פרעשורעזירט? ווייל צוליב גראוועטי איז דא מער לופט נעבן די ערד. ווי ווייטער פון די ערד, אלס ווייניגער לופט. דאס הייסט אז ווי נענטער מען איז צום אטמאספער, אלס דינער איז די לופט. כדי די מענטשן אויפן פליגער זאלן נישט פאר'חלש'ט ווערן פון די פארלוסט פון אקסיגען דארף די עראפלאן זיין פרעשורעזירט. אזוי אויך, לופט פרעשור איז געבינדען מיט די טעמפעראטור. ווי נידעריגער די לופט פרעשור, אלס קעלטער די לופט. ביי א הייך פון דרייסיג טויזענט פוס איז די דעגרי פון די לופט זעכציג אונטער זערא פערנהייט. פארשטייט זיך אז מענטשן שטארבן אויב זיי זענען אויסגעשטעלט צו אזא קעלט פאר מער ווי אפאר מינוט. האלטן די עראפלאן פרעשורעזירט, האלט די עראפלאן ווארעם.

לאדיך אפ » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 3:03 pm

· #48613
די מעשה גייט אז ראמני האט עקטשועלי געמאכט א וויץ, אבער די מידיא וואס האט נאר באקומען די טעקסט פון די דרשה האט נישט געכאפט די דזשאוק און זיי האבן זיך שנעל ארויפגעכאפט אויף עס צו מאכן ראמני אויסזען פוליש foolish. ס'עקטשועלי א ליבערעל מידיע געף...

a1b2 » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:25 pm

· #48771
<a class="postlink" href="http://www.timesofisrael.com/beads-etched-ostriches-among-prehistoric-remnants-uncovered-in-northern-israel">http://www.timesofisrael.com/beads-etch ... ern-israel</a>

מען האט געטראפן אין א"י זאכן, טויזענטער יאר אלט.
📎 bowl-with-beads-II-635x357.jpg

a1b2 » פרייטאג אקטאבער 5, 2012 10:37 am

· #49465
פרישע גטראפענע חיות
📎 03dino-main-articleInline.jpg

<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2012/10/04/science/new-bizarre-species-of-small-dinosaur-identified.html?_r=0">http://www.nytimes.com/2012/10/04/scien ... .html?_r=0</a>

פערינא » פרייטאג אקטאבער 5, 2012 12:46 pm

· #49477
א אינגעלע אין רוסלאנד איז געגאנגען חול המועד האלטן אין וואלד, אזוי איז גאווען באשערט, און ער האט געמאכט א גאר אינטערעסאנטע דיסקאווערי. ער האט געטראפן אזא עלעפאנט וואס איז נישט מער בנמצא, פון די סארט וואס האט איוואלווד מיט האר ווי א גריזלי בער, ווייל רוסלאנד איז קאלט דארף מען דאך א מאנטל. די חיה איז שוין נישט געזען געווארן זייט די מבול, און איז איינע פון די פלענטעד ענימעלס וואס דער אייבערשטער האט אנגעפלאנצט אין די היילען אין רוסלאנד כדאי פערינא און די אנדערע גולשים אויפען נעט וואס זענען נישט הארכזאם צו די רבנים וואס האבען גע'אסר'ט די טריפה'נע אינטטערנעעעט זאל געפריווט ווערען מיט גרויסע שאלות <רב אביגדור מיללער ז"ל>. למעשה קוקט נישט אויס ווי די הייסע וואסער פון די מבול האט שולט געווען אויף מער ווי אויף האלב פון זיין גוף. עס איז צו האפן אז די סייענטיסטן וועלן טרעפן אפאר לעבעדיגע די. ען. עי. צעלען און מ'וועט קענען קלאונען די "נפלאות הבורא". 

ווידיאו אין פיקטשערס

<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/article-2212946/Almost-intact-carcass-30-000-year-old-woolly-mammoth-11-year-old-boy.html">http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... d-boy.html</a>

villager » פרייטאג אקטאבער 5, 2012 1:29 pm

· #49479
מוראדיג!
געב עס א א הונדערט יאר און ס'וועט ווערן א פשוטער עלעפאנט.

נולד מאוחר » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:05 am

· #49602
פראפעסער מודה אין עפטערלייף

הציץ ונפגע » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:03 pm

· #50099
א לעצטיגע שטודיע צייגט אז רעליעגעזע פרויען שפירן ווייניגער פרעשור פון זייער סאסייעטי צו האבן קינדער, אין פארגלייך צו אמאל.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12