"איין גלאז סאדע".. דער האט מיך געמאכט וויינען פאר געלעכטער אינמיטן שפיץ מתח..
"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
איך האף אז סקומט נאך עונה
אבער איך וויל רחלי זאל נאך לעבן
אבער איך וויל רחלי זאל נאך לעבן
פריער געווען נעבן שערי צדק, ס'דא שרעקליכע טרעפיק א ווייסע קאר איז דארט סטאק אינמיטן די ראוד. איינער קען עס גיין רוקן ביטע?
😂 😂 😂 😂
מפיל קינדפריער געווען נעבן שערי צדק, ס'דא שרעקליכע טרעפיק א ווייסע קאר איז דארט סטאק אינמיטן די ראוד. איינער קען עס גיין רוקן ביטע?
קיווע קוועטשער 😂 😂
שוין, א קליפהענגער, רוחמי לעבט יא אדער נישט? לויט דער כופר לעבט דאך יעדער, איז למאי נפקא מינה?
מען זעהט ווי זי האלט איר קליינע מיידעלע. וואס איז נישט קלאר?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אישתישביאיך האף נישט פונקטליך די שטארקע פילאזאפיע וואס שלום ווייל אונז דא לערנען מיט וואס איז אלעס איז א בית הקברות. קען איינער נעמען די מיה מסביר צו זיין?שוין, א קליפהענגער, רוחמי לעבט יא אדער נישט? לויט דער כופר לעבט דאך יעדער, איז למאי נפקא מינה?
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
איך פארשטיי אז שלום האט יעצט געכאפט די מחלה פון קיווע.
ביז יעצט איז קיווע געווען אליין, האט ער געלעבט מיט די טויטע. אויפאמאל ווען קיווע האט שוין א לעבעדיגס און שלום בלייבט אליין, האט ער געכאפט דעם רעיון און ער גייט אנהייבן צו לעבן אין דמיון...
ביז יעצט איז קיווע געווען אליין, האט ער געלעבט מיט די טויטע. אויפאמאל ווען קיווע האט שוין א לעבעדיגס און שלום בלייבט אליין, האט ער געכאפט דעם רעיון און ער גייט אנהייבן צו לעבן אין דמיון...
בת קולמען זעהט ווי זי האלט איר קליינע מיידעלע. וואס איז נישט קלאר?
די שאלה איז אויב עס איז א דמיון אדער אמת.
אלבערט איינשטייןאישתישביאיך האף נישט פונקטליך די שטארקע פילאזאפיע וואס שלום ווייל אונז דא לערנען מיט וואס איז אלעס איז א בית הקברות. קען איינער נעמען די מיה מסביר צו זיין?שוין, א קליפהענגער, רוחמי לעבט יא אדער נישט? לויט דער כופר לעבט דאך יעדער, איז למאי נפקא מינה?
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
איך האב פארשטאנען אז דאס איז א לעצט מינוטיגע פראבע פון שלום צו פועלן ביי עקיבא (און אפשר נחום אויך) צו בלייבן אלץ כבוד ואהבת אשתו המתה. אין אנדערע ווערטער, ווען ער האט געמיינט אז רחלי איז געזונט בגוף ובנפש, האט ער געזאגט פאר עקיבא מען דארף פארגעסן פון די טויטע, איינמאל ער וועט געוואר אז זי איז נישט אינגאנצען בסדר, און די מציאות פון בלייבן אליין פאטש אים אין פנים, נעמט ער אראפ באשעוויס פון תליה, אז מיר זענען אלע זענען א לעבעדיגע בית הקברות, ולכן איז נישט שייך זיך צו געזעגנן פון די טויטע.
אישתישביבת קולמען זעהט ווי זי האלט איר קליינע מיידעלע. וואס איז נישט קלאר?
די שאלה איז אויב עס איז א דמיון אדער אמת.
וואס עפעס דמיון? און אויב איז עס א דמיון וועמענס דמיון? ליפא'? רוחמי? חנינא'ס? געווענליך ווען עס איז א דמיון דארף מען כאפן צו וועם די דמיון באלאנגט.
א שטארקע עונה, חוץ די סצענע פון שלום און נחום ליגן אויף דער ערד, יענע חלק האט אויס געזעהן מער ווי א כיתה ח' פלעי.
בענדזשאמין פרענקליןא שטארקע עונה, חוץ די סצענע פון שלום און נחום ליגן אויף דער ערד, יענע חלק האט אויס געזעהן מער ווי א כיתה ח' פלעי.
איך האב אמאל מיטגעהאלטן אזא סצענע במו עיני, ווי צוויי אידן האבן זיך געשלאגן אין ביהמ"ד. שטייצעך ס'האט זיך געענדיגט גענוי ווי אין שטיסל, אז ביידע האבן זיך איבערגעבעטן.
די חברה האבן א הבנה אין אונזער לעבן.
אלנפאלס, כ'האלט אז ס'האט זייער גוט ארויסגעברענגט די קאמפלעקיסטי וואס איז דא אין יעדן מענטש חרדי צי נישט חרדי, נעם למשל שלום ער איז נישט evil און ער איז אויך נישט דער אדם השלם, פון איין זייט וויל ער באמת פראטעקטן נחמה פון זיין ברודער דער שארלאטאן, פון דער אנדערער זייט איז ער זשעלעס און ער ווייסט באמת נישט וואס טרייבט אים. דער זעלבער טאטע וואס רודפ'ט זיין זון צו ארויסגיין מיט רחלי וויל אים באשיצן פון חתונה האבן מיט א קראנקע פרוי ווען פון הינטערן באוואוסטזיין נאגט אים דער פאקט אז ער פארבלייבט אליין.
פון איין זייט איז שלום דער אמת'ער אמת און ער מוז דערציילן פאר יוקטן אז זיין ברודער וויל איר באגנבען מיט א האלבן לאטא, פון דער אנדערער זייט איז בכלל נישט קיין מצוה אלעמאל צו לעבן מיט'ן אמת און איין טאג קומט ער צו דער הכרה אז מאן יאמר אז אמת איז אן ערך פאר זיך אליין, אפשר פאדערט זיך אמאל צו זיין א שקרן, אפשר איז זיין עבודה צו זאגן ליגנט פאר יוקטן און נעמען די שולד אויף זיך.
שלום פארשטייט נישט אז ליבשאפט מאכט בלינד, ער מיינט אז נחמה וועט אים באגריסן מיט זיין קוכן ווייל ער זאגט איר אויס דעם אמת. ער פארגעסט אז זי וויל בכלל נישט וויסן דעם אמת און זי וועט אים קיינמאל נישט מוחל זיין פאר'ן צונעמען איר אומשולדיגקייט אין איר ניי געפינענע ראמאנס. דאס איז דער זעלבער שלום וואס פארשטייט נישט פארוואס זי איז געפאלן פאר עפעס אן ארעמען שוכער א פישער וואס פארקויפט לאטאס.
גיטי איז אויך נישט דער שווארץ אדער ווייסער פיגור נאר פיל מער קאמפליצירט. יא, זי היט אויף איר אימעדזש און וועט דערשטיקן יאסעלעס געפילן בחרב ובחנות, אבער עס קומט פון א גוט פלאץ, ווייל זי וויל נישט די משפחה זאל ליידן און דוקא א מאמעס הארץ האט די בעסטע הרגשה און שפירט ווי פון זיך אליין אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט רחומי.
בענדזשאמין פרענקליןא שטארקע עונה, חוץ די סצענע פון שלום און נחום ליגן אויף דער ערד, יענע חלק האט אויס געזעהן מער ווי א כיתה ח' פלעי.
נישט ממש
קודם די שטיקל ווי נוחעם הייבט זיך אן רעגן איז געוואלדיג, זיינע ליפן טרייסלען פאר כעס. מורא'דיג ריעל.
די געדאנק וואס איך נעם ארויס, נוחעם אטאקירט שולעם אלס א קליינער מענטש, א פאפירענע טיגער. עווענטועל, ווען ביידע קומען אן אויף דער ערד, שלאגט דאס נוחעם אין פנים מיט א, "נאו וואט, ער איז אויף דער ערד אינאיינעם מיט דיר, וואס טוט זיך מיט דיר דו גרויסער העלד? ביזט דאך דער זעלבער "קליינער מענטש"
אגב, מיר זעהט אויס ווי שולעם איז א מענדעליסט... זעהט ווען ער הייבט זיך אויף פון דער ערד. מען זעהט דאר צווישן די קריב שטעקענעס א בילד פונעם הייליגן רמ"מ
די ציל מיט דער עונה איז אראפ צוברענגען אלע כאראקטערן צום גרינד, אלע כאראקטערן ווערן אויפאמאל דורכזיכטיג און די אמת'ע פארבן שווימען ארויף.
שולעם..
נוחעם...
ליפא פאלט ווי א קינד, און פארגייט אין א תשובה געוויין
גיטי ברעכט זיך און הייבט אן טון פראקטיש, און פארשטייט א צווייטן.
קיווי באקומט א שדרה און הייבט זיך אויף.
רחלי אנערקענט אפן אז יא... איר ליבלינג האט אלטע גוטע זכרונות וואס ער גייט נישט אזוי איינס צוויי ארויסווארפן פון פענסטער, נאר "זי" זאל לעבן דערמיט.
יוסאלע ווערט דאך ממש אויפגעראכטן "רצון ברעכט גיטי...."
פארוואס דארף ליפא נאכאלץ תשובה טון ?
ער איז צוריקגעקומען, דאס אז ער וויל זיין ווער ער איז, און נישט שפילן יענעם, וואס איז די פראבלעם מיט דעם ? כגלייך נישט דעם מעסעדזש!
און די פרק ווילן זיי ברענגען יעדנס הכרה צו זיין שוואכקייט, למשל שלום צו קנאה, גיטי קאנטראל, וכו’ וכו’, און ליפא צו זאגן גיטי דעם אמת, און מסתמא ליפא תשובה צו טון.
אבער כהאלט אז דווקא דער לעצטער מעסדזש איז נישט אמת.
און צום שלוס. א געוואלדיגע עונה געווען און לאמיר זאגן אלע איבער א גלעזעלע סעלצער
הדרן עלך שטיסל לא תיתנשי מינך ולא ניתנשי מינן הדרך עלן ודעתן עלך

למעשה האט ער אפגעפיצט פון זיין ווייב און משפחה, און פארראטן זיין ווייב.
מען האט קיינמאל געזעהן ווי ער אנטשולדיגט זיך.
האלב פון זייערע פראבלעמען זענען געקומען פון דעם.
מען האט קיינמאל געזעהן ווי ער אנטשולדיגט זיך.
האלב פון זייערע פראבלעמען זענען געקומען פון דעם.
שטארק גענדיגט די עונה
אלע manipulators געשטעלט אין פלאץ
וואס איז למעשה געבליבען מיט צבי אריה׳לע אין טובי? זיי האט מען ערגעץ געלאזט הענגען מיטען שטרוי אין מויל
אלע manipulators געשטעלט אין פלאץ
וואס איז למעשה געבליבען מיט צבי אריה׳לע אין טובי? זיי האט מען ערגעץ געלאזט הענגען מיטען שטרוי אין מויל
בת קוללמעשה האט ער אפגעפיצט פון זיין ווייב און משפחה, און פארראטן זיין ווייב.
מען האט קיינמאל געזעהן ווי ער אנטשולדיגט זיך.
האלב פון זייערע פראבלעמען זענען געקומען פון דעם.
עס זעהט מער אויס ווי דער תשובה איז ווייל גיטי האלט אז ער איז נישט פרום, ער שפילט מיט, אזא סארט פין די אנוסים.
בת קוללמעשה האט ער אפגעפיצט פון זיין ווייב און משפחה, און פארראטן זיין ווייב.
מען האט קיינמאל געזעהן ווי ער אנטשולדיגט זיך.
האלב פון זייערע פראבלעמען זענען געקומען פון דעם.
האסט פארגעסן אבער אין די ערשטע סיזן פרובירט ליפא זיך צו אנטשולדיגן בשעת גיטי שלאגט אפ יעדע פרואוו זיינע.
הדרן עלך
פאר מ'זאגט די הדרן דארף מען נעמען א בחינה
<a class="postlink" href="https://www.inn.co.il/news/467958">https://www.inn.co.il/news/467958</a>
<a class="postlink" href="https://www.inn.co.il/news/467958">https://www.inn.co.il/news/467958</a>
וואס איז טאקע פשט אז עונה 3 האט נאר 9 עפיזאדן בשעת די אנדערע סיזענס האבן מער? שייכות מיט קאוויד?
טאמבל סאסוואס איז טאקע פשט אז עונה 3 האט נאר 9 עפיזאדן בשעת די אנדערע סיזענס האבן מער? שייכות מיט קאוויד?
א מעגליכע הסבר....
ווילאנג גיימיר יעצט ווארטן פאר'ן קומענדיגן עונה?
אין אוטונומיות האט דער זעלבער ליפא אויך תשובה געטון. דארט ייםשטענדער ארומגענומען מיט פייער.
בקיצור, געהעריג אחטא ואשוב
בקיצור, געהעריג אחטא ואשוב
איך בין גאנץ א נייער צו שטיסל.
איז ערגעץ דא צו באקומען מיט ענגליש סובטייטלס? (פאר מיין ווייב)
איז ערגעץ דא צו באקומען מיט ענגליש סובטייטלס? (פאר מיין ווייב)
לבי ובשריאין אוטונומיות האט דער זעלבער ליפא אויך תשובה געטון. דארט ייםשטענדער ארומגענומען מיט פייער.
בקיצור, געהעריג אחטא ואשוב
ברוידא מיט ליפע זענען צוויי אנדערע מענטשן.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
Samkotonדי ערשטע צוויי חלקים איז דאאיך בין גאנץ א נייער צו שטיסל.
איז ערגעץ דא צו באקומען מיט ענגליש סובטייטלס? (פאר מיין ווייב)
Sent from my SM-T307U using Tapatalk
כגפן פוריהSamkotonדי ערשטע צוויי חלקים איז דאאיך בין גאנץ א נייער צו שטיסל.
איז ערגעץ דא צו באקומען מיט ענגליש סובטייטלס? (פאר מיין ווייב)
Sent from my SM-T307U using Tapatalk
יישר כח.
ווי איז עס דא?
yn.NYווילאנג גיימיר יעצט ווארטן פאר'ן קומענדיגן עונה?
סתם עונה ל' יום.
😂 😂 😂
אישתישביyn.NYווילאנג גיימיר יעצט ווארטן פאר'ן קומענדיגן עונה?
סתם עונה ל' יום.
משלוח מנות לכל חברי חדר הקפה דפה
משלוח מנות
מטנות לאביונים
קריאת מגילה
משתה וסמחה
א לעבעדיגע פורים!
מנאי: מנחם ציון
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/drive/folders/1QuJFVv6_S8Uo3NdocPNatcnaoc20PjUu?usp=sharing">https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing</a>

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=ICysAJqJv6c">https://www.youtube.com/watch?v=ICysAJqJv6c</a>
וואס זאגן זיי עכט
וואס זאגן זיי עכט
עונה 3 איז שוין אויף נעטפליקס מיט ענגלישע סאבטייטלס!
איך בין די איינציגסטער וואס האט באמערקט, אז ווען קיווע האט נאכגעמאלן רחלי האט ער בדווקא נישט נאכגעמאלן איר רינגל אויף די פינגער?
לכתחילה האמיר געוואלט וואטשען מיט די העברעאישע סובטייטלס איבער למעשה האט איבערגעוואויגען דאס וואטשען מיט מיין ווייב און מ׳האמיר אויסגעווארט ביז איצט פאר די ענגלישע סובטייטלס.
וואס איז שוין דען דא צוצילייגן? וואטשען א קאפיטעל און ליינען דערנאך די פולע בלעטער קאמענטערי דא שטיבל, אין כזה! א עונג רוחני ממש לכבוד יום טוב.
אלע נעטפליקס עפיזאדן איז יעצט עוועילעבל אויף די פאלגענדע טעלעגראם טשענעל:
<a class="postlink" href="https://t.me/Shtisel">https://t.me/Shtisel</a>

זיי פלאנירן צו מאכן א פערטע עונה?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
כ'האף אזוי.
אגב, (אפשר שוין אויסגעשמועסט אין אשכול, ווייסעך נישט) זיי האבן אנגעהויבן עקסטרעם איידל און באשיידן, אבער ביים דריטן עונה האבן זיי אביסל ארויס-קאלירט (וו"ס די ערשטע צוויי)
איך קלער אז דאס איז גאר א שפיצל אריינצודרייען די חרדישע עולם אין זייער נעץ און אינז פאַרדאַבן, "דארף מען זיין געווארנט"ַ

ממש ווייל זייער גאנצער ציל איז נישט צו מאכן געלט אין ס'זאל זיין אינטערעסאנט נאר אריינצושלעפן אינז חרדים טוה מיר א טובה [emoji3166]
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
וואוא (wow) איך האב געטראכט ממש אט אזוי. אבער דאן האב איך געקלערט עטוואס עפעס אנדערש.
די מהלך וואס די שרייבערס פון די אפיזאדן איז ביי די נאך פראגע פון די קאמענטעטארס קאמענטירן אויף די סערוועיס פון די צושויער.
די פארלאנג איז לכאורה געווען אז די סיריעס האט צו ווייניג השחתה, מיר ווייסן שוין פון לאנג, אז ווי מער השחתה אלץ א גרעסערע נאך פראגע פאר די שוי.
מעגליך אז די אגענדע איז נאר צו באפרידיגען די צושויער פאר בעסערע רעיטינגס.
אייביג זיי נאר דן לכף זכות [emoji2957]
Sent from my iPhone using Tapatalk

אויכעט א געדאנג
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
איך זוך די סעריע "היהודים באים עונה 5 פרק 1 און 2".
איך וויל בעטן א טובה, אויב איינער קען דאס דראפשאכטלען, אדער גוגל-דרייווען, און ארויפשטעלן דא לטובת אידישע קינדער?
דער זכות וועט אים קייגענקומען.
איך וויל בעטן א טובה, אויב איינער קען דאס דראפשאכטלען, אדער גוגל-דרייווען, און ארויפשטעלן דא לטובת אידישע קינדער?
דער זכות וועט אים קייגענקומען.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
[ציטאט אראפגענומען]
עהנליך אין וועלכן אספעקט?אלעס אריינגערעכנט איז נישטא נאך א סעריע that hits so hard home ווי שטיסל, אבער אויב פארשטיי איך וואס דו זוכסט זענען דא אסאך period family dramas וואס האבן אן ענליכן היימישן טעם. כ'האב אמאל געראטן איינעם פון די פרומערע חברים דא (פאר קאנטעקסט, ער איז מער אקטיוו אין אייוועלט ווי דא..) צו קוקן די סעריע Victoria פון PBS, אין אנפאנג איז ער נישט זיכער געוועהן צו זיין ווייב (וואס איז אבוויעסלי מער פארמאכט פון איהם) וועט עס ענדשויען, למעשה האט זי זיך נישט געקענט דערפון אפרייסן, אינאיינוועגס האט עס איר אביסל געעפנט דעם קאפ אויף א געזונטע וועג (איך וואלט געזאגט אז פאר איהם אויך...)
ס'איז אויך דא א סעריע Downtown Abbey, איך האב עס נאכנישט געקוקט, אבער לויט ווי איך האב געהערט איז עס די געלונגענסטע פון דעם ז'אנער.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ברוך שפינוזה: (און זה חלקי). פאר סאם ריעזאן איז נישטא נאך אזא געלונגענע סעריע ווי שטיסל וועלכע מאכט אזוי גוט נאך דעם חרד'ישן/חסיד'ישן לייפסטייל.
די אינטרעסאנטע זאך ביי דעם איז אז קיין איינער פון די עקטארס איז נישט קיין חרד'ישער איד. אפילו נישט נאנט צו דעים.
אויף איינעם פון די שפילערס האביך יא א "חשד" אז ער האט א רעליגיעזן בעקגראונד. "שלום שטיסל". זיין אידיש. און וויאזוי ער שפיעלט דעם חרד'ישן איד און מיטליעריגן כולל גייער. דאס איז ביי איהם אזוי נאטירליך. אז ס'איז (כמעט) אוממעגליך זיך דאס אויסצולערנען צו פערפעקשן.
הלואי קומט עס צוריק. דאס איז די פערפעקט עקזעמפל פון א "קלעסיק".

berlbalaguleh #סאיז יא דא א פאר שפילער וואס זענען היימישברוך שפינוזה: (און זה חלקי). פאר סאם ריעזאן איז נישטא נאך אזא געלונגענע סעריע ווי שטיסל וועלכע מאכט אזוי גוט נאך דעם חרד'ישן/חסיד'ישן לייפסטייל.
די אינטרעסאנטע זאך ביי דעם איז אז קיין איינער פון די עקטארס איז נישט קיין חרד'ישער איד. אפילו נישט נאנט צו דעים.
אויף איינעם פון די שפילערס האביך יא א "חשד" אז ער האט א רעליגיעזן בעקגראונד. "שלום שטיסל". זיין אידיש. און וויאזוי ער שפיעלט דעם חרד'ישן איד און מיטליעריגן כולל גייער. דאס איז ביי איהם אזוי נאטירליך. אז ס'איז (כמעט) אוממעגליך זיך דאס אויסצולערנען צו פערפעקשן.
הלואי קומט עס צוריק. דאס איז די פערפעקט עקזעמפל פון א "קלעסיק".
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
כ'מיין אז די מערסטע ענליך וואס כ'האב נאר געטראפן צו שטיסל איז שבבניקים. די הומאר איז ערשטקלאסיג, אפשר אפילו בעסער ווי שטיסל, די מעשה איז נאר מער דימיונות.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
שמן למאור #נעע, קומט נישט צו. אפשר ווייל איך גלייך מער דראמא ווי קאמעדיע.כ'מיין אז די מערסטע ענליך וואס כ'האב נאר געטראפן צו שטיסל איז שבבניקים. די הומאר איז ערשטקלאסיג, אפשר אפילו בעסער ווי שטיסל, די מעשה איז נאר מער דימיונות.
אויך די צווייטע עונה פון שבבניקים איז גאנץ שוואך אין מיי עפיניען
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
איז דא ערגעץ ווי מען קען וואטשן מיט ענגליש סאבטייטלס?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
טראפעלע #ס'איז נישט דא (לפי ידיעתי) נאך א שפיל וואס זאלל זיין אזוי אריגינאל און אן קיין טעותים וואס "פרעמדע" מאכן געוויינליך.שמן למאור #נעע, קומט נישט צו. אפשר ווייל איך גלייך מער דראמא ווי קאמעדיע.כ'מיין אז די מערסטע ענליך וואס כ'האב נאר געטראפן צו שטיסל איז שבבניקים. די הומאר איז ערשטקלאסיג, אפשר אפילו בעסער ווי שטיסל, די מעשה איז נאר מער דימיונות.
אויך די צווייטע עונה פון שבבניקים איז גאנץ שוואך אין מיי עפיניען
למשל. ביי איין אינטרעסאנטע דראמא וואס איז געפילמט געווארן אין בארא פארק, האט אן אקטאר, וועלכער האט געהאט א שטריימל און געשפיעלט די ראלע פון א חסידי'ישן איד געהאט א רינגל אויף זיין פינגער.
ס'איז אמאל געווען עטליכע גרויסע אקטיארן וועלכע האבן געהאט א רעליגיעזן און ישיבה'שן בעקגראונד. זיי האבן זייער גוט געשפיעלט די ראלע פון א חסיד'ישן חרדישן איד. איינער פון זיי איז געווען צבי סקולער. א זון פון א רב. וועלכער שפיעלט אין "די טשאוזען". איינס פון א סאך פילמס און דראמאס וואו ער שפיעלט פערפעקט.