☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29

מפיל קינד » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 7:54 pm

· #464464
די זיסטע חלק איז די ששששש פון קיווע צו שולם אינמיטן די נאכט, אויש, דבורי איז שוין אויף...

אלבערט איינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 8:05 pm

· #464466
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
הער מיך צו. שלום אויפערט קיווי צו קומען וואוינען ביי איהם אין שטוב. איך גלייב נישט אז ער האט געמיינט צו רופן א קאפל צו איהם אינדערהיים. די איינציגסטע דאגה איז געווען צו די קליינע וויינט נישט ביינאכט.קיין ברעסט קענסער איז נישט דא....זי קען פשוט נישט זייגן א קינד ווען זי לעבט נישט. (ווי ווייט פונקטליך די גדרים פון לעבן אין עולם הדמיון בין איך נישט באקאנט...)

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

מפיל קינד » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 8:08 pm

· #464467
מאכט סענס מר. איינשטיין. (א קאזין מיט ליאור?...)

מפיל קינד » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 10:18 pm

· #464474
יא יא, ווי וואלה שרייבט דא האט עס שטיסל שוין געטון אין די פארגאנגנהייט.

זו אפילו אינה הפעם הראשונה שהסדרה מציגה ביקור של אהבות מהעולם הבא לעולם הזה: באמצע העונה השנייה יצא שולם אל המרפסת ומצא שם לרגע את רעייתו המנוחה ביום הולדתה. ולא רק היא. בנוסף לבבואה המקבילה בין האב לבנו, באמצעות שיחותיו של עקיבא עם ליבי מותחת "שטיסל" קו בינו לבין אהבתו הראשונה, אלמנה בודדה עם ילד. לעומתו אמנם אלישבע איבדה שני בני זוג, אבל הנוכחות שלהם בחייה הייתה זהה לזו שראינו הפעם עם עקיבא וליבי - בפרק השני הם ביקרו אותה במטבחה לשיחה ערה. כל הרבדים האלה הכשירו את הקרקע והפכו את רגע הגילוי לאפקטיבי כל כך. קפיץ שנמתח ונמתח כדי להכניס לנו לבסוף את האגרוף אל תוך הבטן.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 10:22 pm

· #464475
די חילוק איז נאר אז דא וואלט מען עס נישט געכאפט ווען נישט וואס זיי שפילן איבער די פלעשבעקס צום סוף אן ליבי דערין וואו ער מאלט ליבי׳ס פארטרעט פארנט פון א ליידיגע בענקל און וואו ער פארט צום גאלעריע אליינס.

איין מאדנע זאך וואס איך האב באמערקט, אין קאנטראסט צו די ראמאנס מיט אלישבע וואו מ׳האט ממש געקענט טאפן די באטערפלייס און כימיה איז די ראמאנס מיט ליבי אלץ געווען זייער טרוקן און פארווע, ס׳האט נישט אויסגעזעהן ווי ס׳דא עפעס א טיפע קאנעקשן צווישן די צוויי, און איך האב נישט געקענט זעהן פארוואס זיי זאלן וועלן האבן עפעס עקסטער איינגעשטויסן איינער מיט׳ן אנדערן, אבער אין די לעצטע עפיזאד האט מען יא געזעהן וואו ס׳דא עפעס צווישן זיי.

אברך משי » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 11:16 pm

· #464477
מתוך וויקעפעדיא:

עקיבא "קיווע" שטיסל (מיכאל אלוני) – חרדי צעיר, אלטער בוחר, המחפש אהבה, שהתאהב ונישא לבסוף לבת דודו, ליבי. בעונה השלישית מתגלה שהוא התאלמן ואב חד-הורי לדבורה, בתם המשותפת.

לבי ובשרי » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:39 am

· #464484
WOW.

פוקנט געטראפן א ווידעא ווי מען אינטערוויונירט מורנו ר' שלום, קיווע און מרת ווייס.

אן אינטערוויאו פאר וועלכע עס לוינט זיך צו מקדיש זיין א שעה צייט. מלא חכמת החיים בכלליות ובפרטיות.

אינצווישן פרעגט דער שואל: זאגט מיר אלע דריי פון ענק דעם אמת, האט דער פילם געברענגט אויף ענק עפעס א רושם לגבי אידישקייט? האבן ענק באקומען אן אנדערע בליק אויף אידן? אין ענקער פערזענליכן לעבן האט זיך עפעס אידישקייט ענינים געטוישט?

אינטערעסאנט וואס טראץ דאס איז היפש א פערזענליכע שאלה געבט דער שואל נישט נאך, ער פרעגט און פרעגט ביז'ן זיבטן ריפ אריין און ער גייט אריין אין זייער פערזענליכן התנהגות איבער שמירת שבת ביי זיי אינדערהיים, ביי זייערע עלטערן אא"וו.

אויסער דעם דערציילן זיי שטוינענדע מעשיות און גרוסן וואס זיי האבן צוריקגעהערט פון אידן אינעם אידישן קאמיונטי איבער דער וועלט, צווישן זיי, אז א פרוי וואס איז געווען בייז אויף אידישקייט, זיך געשעמט דערמיט און דאס איבעראל באהאלטן איז געווארן אינגאנצן איבערגעקערט צו א אידיש שטאלצע פרוי און איר גאנצע לעבן האט זיך ממש געטוישט א דאנק דעם שטיסל פילם. וכו' וכו' נאך אסאך זייער שיינע נקודות און חומר למחשבה. נאך 5 מינוט קומט דער שואל צוריק צום שאלה און ער פרעגט ווידערמאל צו זייער פערספעקטיוו אויף אידישקייט איז געטוישט געווארן...

און דערנאך ווי אזוי ר' שלום האט בכלל די מעגליכקייט זיך אריינצולייגן אין אזא קערעקטור און שפילט דאס אזוי קונצליך אראפ אין יעדן תנועה, ווען ער איז באמת אזוי ווייט דערפון, ועוד הרבה.

אינמיטן רעדט ר' שלום איבער גיוס בני הישיבות, צי ס'איז יא וויכטיג אז חרדים זאל דינען אין מיליטער אדער נישט. קיווע ליגט צו אז א גרויס חלק איז זיך טועה מיט'ן נאמען און מען רופט עס 'שיטסל' אנשטאט 'שטיסל'... "פארשטייסט דעם חילוק, איא?" פרעגט קיווע… אויך זאגט ער איז דא וואס רופן דאס שניצל.
קיווע זאגט אויך אז זיין בארד און פיאות האט ער באמת געלאזט וואקסן.

זייער ענגליש איז היפש צעקראצט, אבער פארט איז יעדע ווארט אזוי צום זאך.

בן תורה » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 1:10 am

· #464486
ישעיה איז ווארשיינליך גערעכט אז ליבי לעבט שוין נישט און טאקע דערפאר וויל ער נישט פארקויפן די פעינטינגס ווייל דאס זענען זיינע זכרונות פון איר, און ער קען עס נישט איבערמאלן ווייל זי לעבט שוין נישט.
אויב לעבט זי ווען נאך, וואלט ער עס געקענט איבערמאלן.

איין זאך וואס באדערט מיר אבער איז פארוואס זיי רעדן אזוי ווייניג יודיש, א גרויס חלק פון די אויטענטישקייט פונעם ערשטן עונה איז געווען די רעדן יודיש, אן דעם פארלירט עס אסאך.

אלבערט איינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 4:41 am

· #464488
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
בן תורה
ישעיה איז ווארשיינליך גערעכט אז ליבי לעבט שוין נישט און טאקע דערפאר וויל ער נישט פארקויפן די פעינטינגס ווייל דאס זענען זיינע זכרונות פון איר, און ער קען עס נישט איבערמאלן ווייל זי לעבט שוין נישט.
אויב לעבט זי ווען נאך, וואלט ער עס געקענט איבערמאלן.

איין זאך וואס באדערט מיר אבער איז פארוואס זיי רעדן אזוי ווייניג יודיש, א גרויס חלק פון די אויטענטישקייט פונעם ערשטן עונה איז געווען די רעדן יודיש, אן דעם פארלירט עס אסאך.
ווייל די אלטע דור איז שוין אויסגעשטארבן.... די יונגער דור ליידער רעדן נאר די שפראך וואס די ציונים ימח...

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

מפיל קינד » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 6:10 am

· #464489
בן תורה
איין זאך וואס באדערט מיר אבער איז פארוואס זיי רעדן אזוי ווייניג יודיש, א גרויס חלק פון די אויטענטישקייט פונעם ערשטן עונה איז געווען די רעדן יודיש, אן דעם פארלירט עס אסאך.

אידיש איז נאר געווען צווישן שולם און די בובע, און צווישן שולם און נוחעם. נוחעם גייט נאך צוריקקומען באלד, געב צייט.

אין אן אינטערוויו זאגט נוחעם אז ער האט אפגעלאזט 'רשעים ארורים' פאר דעם סעזאן, אבער כדי נישט צו פארגעסן דערפון אינגאנצן, האט ער עס אריינגעווארפן צוויי מאל אינעם גאנצן סעזאן...

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 8:56 am

· #464490
אלבערט איינשטיין
הער מיך צו. שלום אויפערט קיווי צו קומען וואוינען ביי איהם אין שטוב. איך גלייב נישט אז ער האט געמיינט צו רופן א קאפל צו איהם אינדערהיים. די איינציגסטע דאגה איז געווען צו די קליינע וויינט נישט ביינאכט.קיין ברעסט קענסער איז נישט דא....זי קען פשוט נישט זייגן א קינד ווען זי לעבט נישט. (ווי ווייט פונקטליך די גדרים פון לעבן אין עולם הדמיון בין איך נישט באקאנט...)

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

סקען זיין אז סאיז דוקא געמאכט געווארן ארויסצוברענגען שולםס פאררוקטע כאראקטער

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 9:02 am

· #464491
בן תורה
ישעיה איז ווארשיינליך גערעכט אז ליבי לעבט שוין נישט און טאקע דערפאר וויל ער נישט פארקויפן די פעינטינגס ווייל דאס זענען זיינע זכרונות פון איר, און ער קען עס נישט איבערמאלן ווייל זי לעבט שוין נישט.
אויב לעבט זי ווען נאך, וואלט ער עס געקענט איבערמאלן.

איין זאך וואס באדערט מיר אבער איז פארוואס זיי רעדן אזוי ווייניג יודיש, א גרויס חלק פון די אויטענטישקייט פונעם ערשטן עונה איז געווען די רעדן יודיש, אן דעם פארלירט עס אסאך.

סאיז אמת אז סאיז נישט דא [דערווייל] קיין גאנצע שמועסן אויף אידיש אבער בכלליות ווארפן זיי אריין סאך מער אידיש ווי אין די פריערדיגע עונות, א שטייגער ווי ליפא און גיטי ווייס האבן קיינמאל נישט אריין געווארפן קיין אידיש אבער יעצט יא

מנחם ציון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 1:50 pm

· #464501
מפיל קינד
די זיסטע חלק איז די ששששש פון קיווע צו שולם אינמיטן די נאכט, אויש, דבורי איז שוין אויף...

דערמאנט מיך פון די "שוין... האסט שוין אריינגעטרעטן"....

אברך משי » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 2:23 pm

· #464503
איך וויל צוגעבן מיינע צוויי גרייצער, הגם שאין דרכי להאריך בכך...
דאס מאל האבן זיי געטוישט די סטאנדארט אויך. ווייזט אויס אז דער יוצר הסידרה האט זיך אביסל געטוישט במשך די יארן, נישט קיין עוולה.
ביז אהער איז עס געווען א סעריע אן קיינע באזונדערע דראמא, א אלטע אפגעריסענע משפחה, און דערעוילעם מאכט זיך באקוועם מיט די געשטאלטן אין די מעשה, מ'פילט עטעטשט צום אלטן ר' שולם שטיסל, צו קיווע, צו ליבי, מ'לעבט מיט זייערע טאג טעגליכע קיצלענישן און שטעכערייען, יעדער האט אנדערע רצונות און שאיפות, קיווע וויל ליבי, נחום וויל נישט, און מ'באגלייט אלעס פון די נאנט (סהאט א געוויסע חן ביי זייער אסאך מענטשן, ווי א אלטע אויסגעטרעטענע שיך וואס איז שוין ווייך און אויסגעבויגן לויט די פיס) מ'שפירט כאילו מ'לעבט מיט א ריעאליטעט-מעגליכע מעשה. אבער אין די יעצטיגע עונה, ליבי איז שוין געשטארבן (א דבר-רחוק-כשלעצמו, און מסתמא ווייל זיי האבן איר נישט געקענט האבן צו שפילן אויף די גאנצע סעריע אזויווי סהאט פאסירט מט אלישבע פון עונה א' וואס האט געדארפט אוועקפארן) אין די קארגע פאר מינוט איז געבוירן געווארן און אויך געשטארבן א נייע שוואגער פון שלום, זיין ווייב איז א נגידה וואס וועט פאנדן די נייע חדר, יאסעלע ווייס טרעפט זיך פונקט מיט א אנדערע מיידל, פופצן מינוט שפעטער טרעפט ער איר בדרך נס נאכן מתפלל זיין... זאכן געשעען צו אגרעסיוו און שנעל נאך איידער מ'קען פארדייען די פריערדיגע. איך מיין אז אין אלע פריערדיגע פרקים האבן נישט פאסירט אזוי פיל זאכענעס אויף איין מאל.

yn.NY » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 2:26 pm

· #464504
לבי ובשרי
WOW.

פוקנט געטראפן א ווידעא ווי מען אינטערוויונירט מורנו ר' שלום, קיווע און מרת ווייס.

אן אינטערוויאו פאר וועלכע עס לוינט זיך צו מקדיש זיין א שעה צייט. מלא חכמת החיים בכלליות ובפרטיות.

אינצווישן פרעגט דער שואל: זאגט מיר אלע דריי פון ענק דעם אמת, האט דער פילם געברענגט אויף ענק עפעס א רושם לגבי אידישקייט? האבן ענק באקומען אן אנדערע בליק אויף אידן? אין ענקער פערזענליכן לעבן האט זיך עפעס אידישקייט ענינים געטוישט?

אינטערעסאנט וואס טראץ דאס איז היפש א פערזענליכע שאלה געבט דער שואל נישט נאך, ער פרעגט און פרעגט ביז'ן זיבטן ריפ אריין און ער גייט אריין אין זייער פערזענליכן התנהגות איבער שמירת שבת ביי זיי אינדערהיים, ביי זייערע עלטערן אא"וו.

אויסער דעם דערציילן זיי שטוינענדע מעשיות און גרוסן וואס זיי האבן צוריקגעהערט פון אידן אינעם אידישן קאמיונטי איבער דער וועלט, צווישן זיי, אז א פרוי וואס איז געווען בייז אויף אידישקייט, זיך געשעמט דערמיט און דאס איבעראל באהאלטן איז געווארן אינגאנצן איבערגעקערט צו א אידיש שטאלצע פרוי און איר גאנצע לעבן האט זיך ממש געטוישט א דאנק דעם שטיסל פילם. וכו' וכו' נאך אסאך זייער שיינע נקודות און חומר למחשבה. נאך 5 מינוט קומט דער שואל צוריק צום שאלה און ער פרעגט ווידערמאל צו זייער פערספעקטיוו אויף אידישקייט איז געטוישט געווארן...

און דערנאך ווי אזוי ר' שלום האט בכלל די מעגליכקייט זיך אריינצולייגן אין אזא קערעקטור און שפילט דאס אזוי קונצליך אראפ אין יעדן תנועה, ווען ער איז באמת אזוי ווייט דערפון, ועוד הרבה.

אינמיטן רעדט ר' שלום איבער גיוס בני הישיבות, צי ס'איז יא וויכטיג אז חרדים זאל דינען אין מיליטער אדער נישט. קיווע ליגט צו אז א גרויס חלק איז זיך טועה מיט'ן נאמען און מען רופט עס 'שיטסל' אנשטאט 'שטיסל'... "פארשטייסט דעם חילוק, איא?" פרעגט קיווע… אויך זאגט ער איז דא וואס רופן דאס שניצל.
קיווע זאגט אויך אז זיין בארד און פיאות האט ער באמת געלאזט וואקסן.

זייער ענגליש איז היפש צעקראצט, אבער פארט איז יעדע ווארט אזוי צום זאך.

ס'איז א שטארקע און אינהאלטסרייכע אינטערוויו.
די עיקר האב איך הנאה צו זעהן אז זיי זענען נישט קיין אויסגעשפראכענע פרייע מיט'ן ציל ארויסצוברענגן די שווארצע זייט פון די חרד'ישע ציבור (אזוי ווי Unorthodox וכדו').
ס'איז היפש פאזעטיוו גענויגט, זעה וויאזוי שלום ענטפערט ווען ער ווערט געפרעגט צו "ער האט געטוישט זיין בליק אויף חרד'יס זייט ער עקט אויף שטיסל"...

ישעיה » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 2:30 pm

· #464505
לבי ובשרי
מרת ווייס.

מאכסט מיך וויינען

מפיל קינד » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 2:31 pm

· #464506
אברך משי
איך וויל צוגעבן מיינע צוויי גרייצער, הגם שאין דרכי להאריך בכך...
דאס מאל האבן זיי געטוישט די סטאנדארט אויך. ווייזט אויס אז דער יוצר הסידרה האט זיך אביסל געטוישט במשך די יארן, נישט קיין עוולה.
ביז אהער איז עס געווען א סעריע אן קיינע באזונדערע דראמא, א אלטע אפגעריסענע משפחה, און דערעוילעם מאכט זיך באקוועם מיט די געשטאלטן אין די מעשה, מ'פילט עטעטשט צום אלטן ר' שולם שטיסל, צו קיווע, צו ליבי, מ'לעבט מיט זייערע טאג טעגליכע קיצלענישן און שטעכערייען, יעדער האט אנדערע רצונות און שאיפות, קיווע וויל ליבי, נחום וויל נישט, און מ'באגלייט אלעס פון די נאנט (סהאט א געוויסע חן ביי זייער אסאך מענטשן, ווי א אלטע אויסגעטרעטענע שיך וואס איז שוין ווייך און אויסגעבויגן לויט די פיס) מ'שפירט כאילו מ'לעבט מיט א ריעאליטעט-מעגליכע מעשה. אבער אין די יעצטיגע עונה, ליבי איז שוין געשטארבן (א דבר-רחוק-כשלעצמו, און מסתמא ווייל זיי האבן איר נישט געקענט האבן צו שפילן אויף די גאנצע סעריע אזויווי סהאט פאסירט מט אלישבע פון עונה א' וואס האט געדארפט אוועקפארן) אין די קארגע פאר מינוט איז געבוירן געווארן און אויך געשטארבן א נייע שוואגער פון שלום, זיין ווייב איז א נגידה וואס וועט פאנדן די נייע חדר, יאסעלע ווייס טרעפט זיך פונקט מיט א אנדערע מיידל, פופצן מינוט שפעטער טרעפט ער איר בדרך נס נאכן מתפלל זיין... זאכן געשעען צו אגרעסיוו און שנעל נאך איידער מ'קען פארדייען די פריערדיגע. איך מיין אז אין אלע פריערדיגע פרקים האבן נישט פאסירט אזוי פיל זאכענעס אויף איין מאל.

אלעס פאסירט אין די ערשטע עפיזאדע, קוק איבער די ערשטע קאפיטלען פון די פאריגע סעזאנען.

אלבערט איינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 2:42 pm

· #464507
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אברך משי
איך וויל צוגעבן מיינע צוויי גרייצער, הגם שאין דרכי להאריך בכך...
דאס מאל האבן זיי געטוישט די סטאנדארט אויך. ווייזט אויס אז דער יוצר הסידרה האט זיך אביסל געטוישט במשך די יארן, נישט קיין עוולה.
ביז אהער איז עס געווען א סעריע אן קיינע באזונדערע דראמא, א אלטע אפגעריסענע משפחה, און דערעוילעם מאכט זיך באקוועם מיט די געשטאלטן אין די מעשה, מ'פילט עטעטשט צום אלטן ר' שולם שטיסל, צו קיווע, צו ליבי, מ'לעבט מיט זייערע טאג טעגליכע קיצלענישן און שטעכערייען, יעדער האט אנדערע רצונות און שאיפות, קיווע וויל ליבי, נחום וויל נישט, און מ'באגלייט אלעס פון די נאנט (סהאט א געוויסע חן ביי זייער אסאך מענטשן, ווי א אלטע אויסגעטרעטענע שיך וואס איז שוין ווייך און אויסגעבויגן לויט די פיס) מ'שפירט כאילו מ'לעבט מיט א ריעאליטעט-מעגליכע מעשה. אבער אין די יעצטיגע עונה, ליבי איז שוין געשטארבן (א דבר-רחוק-כשלעצמו, און מסתמא ווייל זיי האבן איר נישט געקענט האבן צו שפילן אויף די גאנצע סעריע אזויווי סהאט פאסירט מט אלישבע פון עונה א' וואס האט געדארפט אוועקפארן) אין די קארגע פאר מינוט איז געבוירן געווארן און אויך געשטארבן א נייע שוואגער פון שלום, זיין ווייב איז א נגידה וואס וועט פאנדן די נייע חדר, יאסעלע ווייס טרעפט זיך פונקט מיט א אנדערע מיידל, פופצן מינוט שפעטער טרעפט ער איר בדרך נס נאכן מתפלל זיין... זאכן געשעען צו אגרעסיוו און שנעל נאך איידער מ'קען פארדייען די פריערדיגע. איך מיין אז אין אלע פריערדיגע פרקים האבן נישט פאסירט אזוי פיל זאכענעס אויף איין מאל.

גענוי! פונקט אזוי אין אנדערע ווערטער האב איך געשריבן... דאס איז עפעס צו סך דראמאטישע זאכן. האסט מיר פשוט מסביר געווען וואס ביז יעצט איז געווען מער אנגענעם ווען די האסט אויסגעדריקט צו אלטע אויסגעטרויטענע שיך..... דאס איז וואס איך מיין. דאס קוקט אויס דראמאטישער און מער רייך אבער נישט דאס איז געווען וואס האט געמאכט חן ביי שטיסל

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

מנחם ציון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 4:05 pm

· #464509
אלבערט איינשטיין
בן תורה
ישעיה איז ווארשיינליך גערעכט אז ליבי לעבט שוין נישט און טאקע דערפאר וויל ער נישט פארקויפן די פעינטינגס ווייל דאס זענען זיינע זכרונות פון איר, און ער קען עס נישט איבערמאלן ווייל זי לעבט שוין נישט.
אויב לעבט זי ווען נאך, וואלט ער עס געקענט איבערמאלן.

איין זאך וואס באדערט מיר אבער איז פארוואס זיי רעדן אזוי ווייניג יודיש, א גרויס חלק פון די אויטענטישקייט פונעם ערשטן עונה איז געווען די רעדן יודיש, אן דעם פארלירט עס אסאך.
ווייל די אלטע דור איז שוין אויסגעשטארבן.... די יונגער דור ליידער רעדן נאר די שפראך וואס די ציונים ימח...

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

יא יא... די אלטע לייביכעס די באבע(ס) מרס ערבליך ועוד
אבער דער אמת איז ווארט ביז נוחעם קומט אריין

לבי ובשרי » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 4:13 pm

· #464510
שוין, ווי ערווארטעט פארט שוין ארום אין די מידיא דעם סצענע וואו די קינדער זענען זיך מתחצף און ר' שלום לאזט אראפ א פראסק פאר'ן תלמיד. דערלעבט...

מנחם ציון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 5:11 pm

· #464512
לבי ובשרי
WOW.

פוקנט געטראפן א ווידעא ווי מען אינטערוויונירט מורנו ר' שלום, קיווע און מרת ווייס.

אן אינטערוויאו פאר וועלכע עס לוינט זיך צו מקדיש זיין א שעה צייט. מלא חכמת החיים בכלליות ובפרטיות.

אינצווישן פרעגט דער שואל: זאגט מיר אלע דריי פון ענק דעם אמת, האט דער פילם געברענגט אויף ענק עפעס א רושם לגבי אידישקייט? האבן ענק באקומען אן אנדערע בליק אויף אידן? אין ענקער פערזענליכן לעבן האט זיך עפעס אידישקייט ענינים געטוישט?

אינטערעסאנט וואס טראץ דאס איז היפש א פערזענליכע שאלה געבט דער שואל נישט נאך, ער פרעגט און פרעגט ביז'ן זיבטן ריפ אריין און ער גייט אריין אין זייער פערזענליכן התנהגות איבער שמירת שבת ביי זיי אינדערהיים, ביי זייערע עלטערן אא"וו.

אויסער דעם דערציילן זיי שטוינענדע מעשיות און גרוסן וואס זיי האבן צוריקגעהערט פון אידן אינעם אידישן קאמיונטי איבער דער וועלט, צווישן זיי, אז א פרוי וואס איז געווען בייז אויף אידישקייט, זיך געשעמט דערמיט און דאס איבעראל באהאלטן איז געווארן אינגאנצן איבערגעקערט צו א אידיש שטאלצע פרוי און איר גאנצע לעבן האט זיך ממש געטוישט א דאנק דעם שטיסל פילם. וכו' וכו' נאך אסאך זייער שיינע נקודות און חומר למחשבה. נאך 5 מינוט קומט דער שואל צוריק צום שאלה און ער פרעגט ווידערמאל צו זייער פערספעקטיוו אויף אידישקייט איז געטוישט געווארן...

און דערנאך ווי אזוי ר' שלום האט בכלל די מעגליכקייט זיך אריינצולייגן אין אזא קערעקטור און שפילט דאס אזוי קונצליך אראפ אין יעדן תנועה, ווען ער איז באמת אזוי ווייט דערפון, ועוד הרבה.

אינמיטן רעדט ר' שלום איבער גיוס בני הישיבות, צי ס'איז יא וויכטיג אז חרדים זאל דינען אין מיליטער אדער נישט. קיווע ליגט צו אז א גרויס חלק איז זיך טועה מיט'ן נאמען און מען רופט עס 'שיטסל' אנשטאט 'שטיסל'... "פארשטייסט דעם חילוק, איא?" פרעגט קיווע… אויך זאגט ער איז דא וואס רופן דאס שניצל.
קיווע זאגט אויך אז זיין בארד און פיאות האט ער באמת געלאזט וואקסן.

זייער ענגליש איז היפש צעקראצט, אבער פארט איז יעדע ווארט אזוי צום זאך.

היבש אפאר יאר אלט די אינטערוויא געזעהן און שטארק הנאה געהאט
גיטי'ס און קיווע'ס ענגליש איז בכלל נישט אוועק צו מאכן סאיז גאנץ צום זאך

מיך האט זייער געכאפט ווי נטע (גיטי) דערציילט אז א חרדי האט איר דערקענט און איר געזאגט מיט אנטריסונג אז ער איז זייער בייז אויף איר וויאזוי זי זעהט אויס (ס'פאסט נישט פאר אזא צנועה ווי גיטי צו גיין ווי זי גייט..... עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ)

ס'איז אויך דא א קורצע שמועס צווישן שולעם און נוחעם ערגעץ אויף youtube ווי זיי דיסקוסירן זייער אידישע גערעדעכץ פון ווי זיי קענען אידיש און נאך
אבער איך קען עס נישט טרעפן

מנחם ציון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 5:43 pm

· #464514
אברך משי
איך וויל צוגעבן מיינע צוויי גרייצער, הגם שאין דרכי להאריך בכך...
דאס מאל האבן זיי געטוישט די סטאנדארט אויך. ווייזט אויס אז דער יוצר הסידרה האט זיך אביסל געטוישט במשך די יארן, נישט קיין עוולה.
ביז אהער איז עס געווען א סעריע אן קיינע באזונדערע דראמא, א אלטע אפגעריסענע משפחה, און דערעוילעם מאכט זיך באקוועם מיט די געשטאלטן אין די מעשה, מ'פילט עטעטשט צום אלטן ר' שולם שטיסל, צו קיווע, צו ליבי, מ'לעבט מיט זייערע טאג טעגליכע קיצלענישן און שטעכערייען, יעדער האט אנדערע רצונות און שאיפות, קיווע וויל ליבי, נחום וויל נישט, און מ'באגלייט אלעס פון די נאנט (סהאט א געוויסע חן ביי זייער אסאך מענטשן, ווי א אלטע אויסגעטרעטענע שיך וואס איז שוין ווייך און אויסגעבויגן לויט די פיס) מ'שפירט כאילו מ'לעבט מיט א ריעאליטעט-מעגליכע מעשה. אבער אין די יעצטיגע עונה, ליבי איז שוין געשטארבן (א דבר-רחוק-כשלעצמו, און מסתמא ווייל זיי האבן איר נישט געקענט האבן צו שפילן אויף די גאנצע סעריע אזויווי סהאט פאסירט מט אלישבע פון עונה א' וואס האט געדארפט אוועקפארן) אין די קארגע פאר מינוט איז געבוירן געווארן און אויך געשטארבן א נייע שוואגער פון שלום, זיין ווייב איז א נגידה וואס וועט פאנדן די נייע חדר, יאסעלע ווייס טרעפט זיך פונקט מיט א אנדערע מיידל, פופצן מינוט שפעטער טרעפט ער איר בדרך נס נאכן מתפלל זיין... זאכן געשעען צו אגרעסיוו און שנעל נאך איידער מ'קען פארדייען די פריערדיגע. איך מיין אז אין אלע פריערדיגע פרקים האבן נישט פאסירט אזוי פיל זאכענעס אויף איין מאל.

ווי אנדערע האבן געשריבן, איז דאס נאר די ערשטע עפיזאד ווי זיי ווילן אראפשטעלן אסאך הנחות וואס אויף דעם וועט די עונה לויפן
אבער אפאר קען מען פארענטפערן, אין די פראמא זעהט מען שולעם דעיט מיט די נאגידסטע, דאס איז א שטארקע פאקטאר צו וויסן אז זי האט געווינען די לאטערי, און פון ווי שולעם האט שייכות מיט איר.
ווי עס ווייזט אויס פון ביז אהער איז שולעם שטארק פיקי אדער שלימזל'דיג, און ער דעיט נאר מיט פרויען וואס ער האט שייכות געהאט מיט זיי פון בעפאר.
א ביישפיל, עליזה - זיין סעקרעטאר
מנוחה- זיין חבר דער שדכן'ס ווייב, וועם ער האט צופעליג געזעהן איינמאל ביים קלאפן אויף זייער טיר זוכענדיג דעם שדכן.
די איידעלע פרוי וואס האט אים באגלייט אין שפיטאל האט ער געקענט פון בעפאר
די פרוי פון די באן האט ער געדעיט נאר נאכן איר זעהן......
דאס זעלבע דא דעיט ער מיט איר נאר ווייל ער קעןאיר, און זיי ווילן דאס אוועקשטעלן און די ערשטע עפיזאד

מנחם ציון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 7:13 pm

· #464519
רביה''ק זי''ע

איין מאדנע זאך וואס איך האב באמערקט, אין קאנטראסט צו די ראמאנס מיט אלישבע וואו מ׳האט ממש געקענט טאפן די באטערפלייס און כימיה איז די ראמאנס מיט ליבי אלץ געווען זייער טרוקן און פארווע, ס׳האט נישט אויסגעזעהן ווי ס׳דא עפעס א טיפע קאנעקשן צווישן די צוויי, און איך האב נישט געקענט זעהן פארוואס זיי זאלן וועלן האבן עפעס עקסטער איינגעשטויסן איינער מיט׳ן אנדערן, אבער אין די לעצטע עפיזאד האט מען יא געזעהן וואו ס׳דא עפעס צווישן זיי.

די ליבע שפיל מיט אלישבע הייבט זיך אן עפעס אויסנאם קריעטיוו
זי קומט דורכגעווייקטערהייט בארגן אן אייוועלע, די פאזיציעס פון זיי ביידע דעמאלטס זענען עפעס אזוי שלאבעריש, זי מיט'ן צושלאכעטען שייטל, ער מיט אן הירזשענדער פאטער אינעם אונטערגרונד, אבער דאך האבן זיי געקליקט,דאס מיינט אמת'ע אהבה.
איך האב שטארק געלאכט פון דער וועג ווי זיי ברענגען עס ארויס. קיווע קראצט ארויס א תירוץ איר צו אויפהאלטן ווייל ער ברויך אויספרובירן אויב ס'ארבייט זיי קוקן זיך אן און די ליבע הייבט אן גליען דאס אייועלע פון אונטן גליעט מיט אה....
קוקט עס איבער ס'זיס..... 😂 😂

real fake news » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 9:14 pm

· #464525
.

קאצקע ציקער » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 9:32 pm

· #464526
זופ מיט מאנדלען
בן תורה
ישעיה איז ווארשיינליך גערעכט אז ליבי לעבט שוין נישט און טאקע דערפאר וויל ער נישט פארקויפן די פעינטינגס ווייל דאס זענען זיינע זכרונות פון איר, און ער קען עס נישט איבערמאלן ווייל זי לעבט שוין נישט.
אויב לעבט זי ווען נאך, וואלט ער עס געקענט איבערמאלן.

איין זאך וואס באדערט מיר אבער איז פארוואס זיי רעדן אזוי ווייניג יודיש, א גרויס חלק פון די אויטענטישקייט פונעם ערשטן עונה איז געווען די רעדן יודיש, אן דעם פארלירט עס אסאך.

סאיז אמת אז סאיז נישט דא [דערווייל] קיין גאנצע שמועסן אויף אידיש אבער בכלליות ווארפן זיי אריין סאך מער אידיש ווי אין די פריערדיגע עונות, א שטייגער ווי ליפא און גיטי ווייס האבן קיינמאל נישט אריין געווארפן קיין אידיש אבער יעצט יא

קיק איבער די פריעדיגע עונות... אוי ווי זיי האבן גערעדט יודיש

אברך משי » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 11:36 pm

· #464531
מנחם ציון

די ליבע שפיל מיט אלישבע הייבט זיך אן עפעס אויסנאם קריעטיוו
זי קומט דורכגעווייקטערהייט בארגן אן אייוועלע, די פאזיציעס פון זיי ביידע דעמאלטס זענען עפעס אזוי שלאבעריש, זי מיט'ן צושלאכעטען שייטל, ער מיט אן הירזשענדער פאטער אינעם אונטערגרונד, אבער דאך האבן זיי געקליקט,דאס מיינט אמת'ע אהבה.
איך האב שטארק געלאכט פון דער וועג ווי זיי ברענגען עס ארויס. קיווע קראצט ארויס א תירוץ איר צו אויפהאלטן ווייל ער ברויך אויספרובירן אויב ס'ארבייט זיי קוקן זיך אן און די ליבע הייבט אן גליען דאס אייועלע פון אונטן גליעט מיט אה....
קוקט עס איבער ס'זיס..... 😂 😂

פייערדיגע רייד!
אבער למעשה די סיבה פארוואס סוף פון יענע עונה האבן זיי געמאכט אז זי זאל אוועקפארן קיין לאנדן, ווייל זיי האבן פארלוירן דעם קאנטראקט מיט דיזן אקטיארין איילת זורר וואס האט דעמאלס עוסק געווען אין מאכן אנדערע פילמען אין האליוואד און זי האט מער נישט באוויליגט צו זיין א שנור ביי ר' שלום'ן כמבואר בכמה מקומות. וא"כ נראה דה"ה בנידון דידן מה שאירע לאיילת אירע לליבי, כל זה בדרך אפשר

יואליש » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 1:09 am

· #464533
א נייע געזעלשפאטליכע עלעמענט explored איז די אשכנזי / ספרדי באציאונגן, ענדליך צו די באציאונגן מיט חב"ד אין פריערדיגע סעזאן. ווי אויך אויף די סאציאל פראנט איז ניי שירה לוי'ס צענלעריגן אנגסט א ווערטפולע הוספה. ס'איז זייער גיט געשפילט, אזש פון די ערשטע מינוט וואס מ'זעהט איר שפירט מען איר anxiety אין די קישקעס.

מנחם ציון » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 12:33 pm

· #464545
יואליש
א נייע געזעלשפאטליכע עלעמענט explored איז די אשכנזי / ספרדי באציאונגן, ענדליך צו די באציאונגן מיט חב"ד אין פריערדיגע סעזאן. ווי אויך אויף די סאציאל פראנט איז ניי שירה לוי'ס צענלעריגן אנגסט א ווערטפולע הוספה. ס'איז זייער גיט געשפילט, אזש פון די ערשטע מינוט וואס מ'זעהט איר שפירט מען איר anxiety אין די קישקעס.

זי איז א טיפיקל היימישע כלה ביי א בעשוי....
איך ווייס נישט פארוואס זיי רעדן זיך איין אז זי איז א ספרדייה 😂 😂

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 1:37 pm

· #464547
איך שטעל מיך פאר אז זי דארף צו זיין א חרדישע ספרדייה, אפשר גאר א משכנתזייה.

נאך אן הערה׳לע: נאכ׳ן כאפן אז ליבי איז שוין טויט איז כדאי איבערצוקוקן די גאנצע פרק פון אנפאנג, הייסע טרערן גאראנטירט.

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 3:05 pm

· #464557
יעצט כאפ איך אז דער וויכוח צו מען זאגט אוחילה מיט א דגוש אויף דער אלף צו דער ח', האט מיט דעם ווייל זי איז ספרדי.

נאר א שאד אז זיי האבן נישט א אמת'ע משל.

מנחם ציון » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 3:10 pm

· #464558
אישתישבי
יעצט כאפ איך אז דער וויכוח צו מען זאגט אוחילה מיט א דגוש אויף דער אלף צו דער ח', האט מיט דעם ווייל זי איז ספרדי.

נאר א שאד אז זיי האבן נישט א אמת'ע משל.

דאס איז קלאר א איינע פון די גרעסטע מעלות פון דער סעריע קעגן אנדערע אז די פראדוצירער זענען היימישע אינגלעך וועלכע האבן ארויס אזעלכע קליינע ניואנסן
עמוק עמוק מי ימצאנו

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 3:13 pm

· #464559
איך טראכט אויך, אבער עס איז סתם א השערה, אז דער יער רמות איז א זאך וואס די חרדים ווילען פארבויען, ווער דארף א וואלד אין מיטען שטאט, עס ברענגט פוקסען און אנדערע חיות. און דער קליינער ווערט נתפעל אז זי האט דארט ליב צו שפאצירן, כלומר זי איז קעגן דער שטראם. בדרכי אביו.

ישעיה » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 4:27 pm

· #464565
רביה''ק זי''ע
איך שטעל מיך פאר אז זי דארף צו זיין א חרדישע ספרדייה, אפשר גאר א משכנתזייה.

נאך אן הערה׳לע: נאכ׳ן כאפן אז ליבי איז שוין טויט איז כדאי איבערצוקוקן די גאנצע פרק פון אנפאנג, הייסע טרערן גאראנטירט.

אין א זייטיגע נאטיץ מוז איך דיר זאגן אז איך בין שאקקד אז דו ביסט א וויינער.
כה לחי, פארשטייט זיך.

מנחם ציון » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 4:45 pm

· #464567
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/459647">viewtopic.php?p=459647#p459647</a><!-- l -->
נע... דער וויינט גאנץ אפט

מילך טראק » מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 7:44 pm

· #464667
גיטי מיט ליפא ווייס זענען בכלל נישט אויף די זעלבע פעדש
גיטי איז א תמימות'דיגע ערליכע פרוי זי ווייל נישט קיין נייע זאכן ס'איז גוט וויאזוי עס איז
בעת ליפא ווייס וויל אייביג זיין אויף די אויפגעקלערטע זייט צו לערנען האט ער נישט קיין סאך געדולד

ער וויל מאכן געלט ער טוט אלע מיני זאכן ער דרייט זיך מיט אַלע מיני מענטשן ער האָט שוין אלעס בחור געהאט א קאר בקיצור ער איז א חברה מאן

גיטיס עלטערן האבן נישט געוואלט די שידוך פון דעם "שבבניק" אבער זי האט זייער געוואלט די שידוך
יעצט זעהט שוין גיטי ווי גערעכט זענען אירע עלטערן געווען ליפא איז בכלל נישט קיין שלעכטער פארקערט ער איז זייער א גוטער און אויך א איזי- מענטש אויך נישט קיין שייגעץ (עכ"פ יעצט) אבער זיי ביידע זענען נישט דא פאר די זעלבע זאך

יעצט געשעהט די זעלבע מיט זייער קינד יאסעלע

ישעיה » מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 9:31 pm

· #464674
גיטי'ס דעספערטע געשריי: לאמיר כאטש איין זאך טוהן אין דעי משפחה לויט די בוק!
לדעתי די בעסטע ליין…
#רחמנות, באשעפער, רחמנות

מילך טראק » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 4:43 am

· #464695
ווער איז די שירה לעווינזון בינאיך זייער נייגעריג אפשר פאקט זי איין די אנדערע יוסעלע זיי נישט קיין נאר

חכמה גדולה » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 9:03 am

· #464700
קען זיך איינער מרחם זיין, און לייגן אויף דרייו, פאר די גע'כשר'טע יודן?

בת קול » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 9:57 am

· #464703
מילך טראק
ווער איז די שירה לעווינזון בינאיך זייער נייגעריג אפשר פאקט זי איין די אנדערע יוסעלע זיי נישט קיין נאר

ריב נימאן. איר געבורטסטאג איז צופעליג געווען נעכטן.
ניב סולטאן (זילא) פון טעהראן און ליאנא יון (דאנא) פון בת השוטר האבן איר נעכטן אנגעוואונטשן מזל טוב, האב איך באמערקט אז דאס איז שירה לוי.

זי איז אויך אן אקטרעס אויף Fauda. (יארא)

קלוגע יודל » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:31 am

· #464705
וואס איז די וואלקן וואס שוועבט אויף משפחת ווייס?
די וואלקן וואס האט זיי געמאכט פארשטיין אז מען דארף שוין א שידוך טוהן מיט יוסל’ה און נישט ווארטן ביז׳ן פיפטן וועד

קלוגע יודל » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:31 am

· #464706
.

בת קול » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:38 am

· #464707
פון פריערדיגע קאפיטלען. אז ליפא איז אנטלאפן און רוחמי האט זיך אליינס חתונה געמאכט.

קלוגע יודל » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:31 pm

· #464712
בת קול
פון פריערדיגע קאפיטלען. אז ליפא איז אנטלאפן און רוחמי האט זיך אליינס חתונה געמאכט.

די דערמאנסט מיר עפעס
שוין אריבער א לאנגע צייט זייט דענמאלטס

מנחם ציון » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:41 pm

· #464714
קלוגע יודל
בת קול
פון פריערדיגע קאפיטלען. אז ליפא איז אנטלאפן און רוחמי האט זיך אליינס חתונה געמאכט.

די דערמאנסט מיר עפעס
שוין אריבער א לאנגע צייט זייט דענמאלטס

חזרה איז אלס גוט, פלעגט דער רבי זאגן

ראוונע » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 6:06 pm

· #464739
נו ווען קומט פרק ב?

שפילער » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 6:48 pm

· #464745
שוין דא

מנחם ציון » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 6:50 pm

· #464746
ווער קען דאס ארויפלייגן מיט א דרייוו לינק?

ראוונע » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 6:58 pm

· #464748
שפילער
שוין דא

לינק בבקשה

ישעיה » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 7:40 pm

· #464751
שפילער
שוין דא

אויף טלגרם?

כלבאשבוע » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 9:06 pm

· #464756
ישעיה
שפילער
שוין דא

אויף טלגרם?

יא, א געוואלדיגע עפיזאד