"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
איך האב פארשטאנען אז הדסה און קאפמאן האבן אונטערגעשטעלט דעם איציקל, כדאי ער זאל אפמאלען א שיין יונגעל. אבער קיווע זעהט שוין די יונגעל ביי אנשין. וצ"ע.
אפשר בין איך אין עולם הדמיון.. אבל הנלע"ד כתבתי.
Sent from my SM-G800F using Tapatalk
ראוונע האט ער בכלל נישט גערעדט צו הדסה אין עס איז א חלק פונעם דמיון?
יא. עס איז אלעס א דמיון.
מיר קוקט אויס אז ער האט באמת געזען דאס קינד ביי אנשין און זייענדיג אזוי אריינגעטון אין איהם אפמאלן האט ער געדמיונט די איבעריגע חלקים
מאת חגית כהן
האמת, פרק קצת אחר, הפרק הזה. פרק "יוצא דופן", גם כהשאלה מהעולם הנשי-אימהי. אתחיל ממש מהסוף: כשצפיתי בפרק, לפחות בהתחלה, לא הבנתי שהילד שקיווע לכאורה פוגש זה הוא עצמו, הילד שבתוכו, ומה שהוא חווה ומרגיש באמת, לבד, פוחד, רוצה את אמא, אבל אמא לא באה, אלו התחושות שהוא חי אותן יום יום, ובפרק הזה הגיעו לשיא בגלל מנוחה ושולם, ומעשיהם.
ואפשר להבין אותו, את קיווע. אמא דבורה, כאב טיפוס לאמא באשר היא אמא, היא קרקע ויציבות וביטחון ומקום. וכשבית ילדותו מתפורר (תרתיי משמע) מול העיניים עוד לפני שהספיק לבנות בית משלו, זה יותר ממפחיד, ואו אז ברור למה הוא שקע בעולמו הפנימי ויצר לעצמו דימויים מנחמים בדמותו של ילד קטן. ואז הוא מצייר, קיווע, מצייר את התמונה הפנימית שבו, אחרי הרבה זמן שהוא לא הצליח.
כי זה גם חשוב, להתחבר לילד שבתוכך. לאמת הפנימית. ילדים לא חייבים להיות אבודים. בטח לא אלו שבתוכנו ושאנחנו מנסים לכלוא אותם או להתכחש להם. עובדה שרק אחרי שהוא נתן מקום לילד הזה, הילד התחיל להשמיע את קולו, ורק אז הצליח קיווע לצייר.
ולא רק קיווע זקוק לאמא, גם שולם זקוק, ולכן הלך לבובע מלכה, כדי לספר לה איך חגג עם דבורה שלו את ימי ההולדת שלה. גם הוא, פתאום, צריך לברוח מביתו שלו, וללכת לאמו כדי לחזור לעצמו. וגם רוחמי זקוקה לאמא, והולכת אליה כשהכל נהיה קר ובודד ומעורער.
בכלל, איך שהוא בפרק הזה כולם בורחים ממציאות חייהם: שולם לזכרונות מדבורה; קיווע לילד הפנימי, בובע מלכה חזרה לתקופת הירדנים ששלטו בירושלים, ורק רוחמי, שאמא שלה חושבת שהיא חיה בעולם של דמיונות, דווקא היא חיה את החיים האמיתיים שלה עצמה, ולא משנה כמה מבאסים ושוברי לב הם. תמיד היא היתה כזאת, רוחמי, שתי רגליים על הקרקע.
האמת היא שאת הזיווג של מנוחה ושולם קשה לי להכיל. כל הזמן אני מחכה לרגע שהוא יבטל את האירוסין במחי יד כמו שהוא יצר אותם במחי יד. כל החיים שלו, שהיו עד עכשיו, שבנה, מתפוגגים. וגם הוא בעצמו. אז נכון שהוא אמר לקיווע את משפט המפתח, בניסיון, אולי, לתת לו כלי לחיים ובתקווה לעזור לו להינשא, ש"זכרונות הם בתוכנו ולא בבלטות". אבל כשמנוחה חצתה את הגבולות שלו עצמו (ולא של קיווע) הוא חזר לעצמו, ולבנו (שהקדים אותו), ובכך עשה בדיוק מה שעשה קיווע בתחילת הפרק. אולי זה מה שיחזיר את קיווע הביתה, ואליו, בבחינת " והשיב לב אבות על בנים" (קודם כל), ו"לב בנים על אבותם" (ורק אז).
שלוש אמהות יש בפרק הזה, וזה מזכיר לי את הפרק בו הוצגו שלושת האבות (שולם, ליפא ונוחעם), רק שלהבדיל מהם דווקא האמהות מוצגות באור של בית ונחמה, חיבור פנימי, ביטחון והגנה, קרקע וישוב הדעת. כל אחד זקוק לאמא. כבר אמרנו?
שטיסל 2 - פרק 8 ישודר במוצ"ש הבא
"מנהג ירושלים" - קאופמן אוסר על עקיבא לישון בסטודיו, ועקיבא מקבל הזמנה להתארח אצל הדסה. שולם מציג את ארוסתו בפני אימו, אך בובע מביכה את שולם שנאלץ להתנצל. הבן של גיטי לא מתקבל לישיבה נחשבת, וגיטי מאשימה את ליפא.
איצטער ליינענדיג די הערות דא בין איך נוטה צו מסכים זיין מיט הרב שושן פורים אז קיווע זעהט איציקל מיטן פיש ביי אנשין און דערנאך פאלט ער אין דמיונות וכו' ס'זייער מסתבר.
צום סוף ווען ער פרעגט הדסה צי האט זי געזעהן דאס קינד זי פארשטייט נישט אויף וואס רעדט ער, און ווען ער זאגט זי אז ער איז געזעצן אויפן באנק אינדרויסן פרעגט זי וועלכע באנק? און דאן גייט די וידאו אינדרויסן און טאקע נישטא קיין שום זכר צו דער באנק, איז ממילא קלאר אז ס'אלץ געווען דמיונות.
אבער ס'באדערט מיר אביסל צי קיווע איז באמת געווארן אזא א בעל דמיון ביז ער גייט מיט עם עסן פיצה וכו' וכו'? כ'מיין אז ס'אביסל איבערגעטריבן.
אויך כ'פארשטיי נישט פארוואס האבן זיי מסדר געווען די וידאו אין אזא אופן אז צום סוף רוב מענטשן פארשטייען נישט וואס איז דא געשען? צי אלץ איז געווען דמיונות? צי נישט? צי נאר א טייל? און אויב אזוי וועלכע? א קיצער די טייל פון די דמיונות איז נישט אזוי קלאר!
נאך א באמערקונג
לענ"ד ס'נישט אזוי גוט ווען חנינא זאגט רוחמי'ן אז ער האט אויף איר גע'חלומט ביינאכט, ס'נעמט אראפ פון די "אוטענטיש", מ'רעדט דאך דא אויף א פרוש, א מתמיד, איינער א תמיםדיקער וואס שמייכלט און צהבו פניו צו משתעשע זיין במחשבה אז ער איז אזוי ווי די תנאים וואס קומט צוריק אהיים משבת לשבת....
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
וואס דעבאטירט מען אזוי איבער די יונגעל? ער איז דאך דער זעלבער פון די פלעשבעק אויפן טעראסע מיט די לימון קאנטעסט מיט ליבי, נישט אזוי.
גדעוןוואס דעבאטירט מען אזוי איבער די יונגעל? ער איז דאך דער זעלבער פון די פלעשבעק אויפן טעראסע מיט די לימון קאנטעסט מיט ליבי, נישט אזוי.
אויב יא קען זיין אז זיי האבן פשוט געניצט די זעלבע יונגעל. איך גלייב נישט אז זיי האבן א שייכות
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
קאצקע ציקערגדעוןוואס דעבאטירט מען אזוי איבער די יונגעל? ער איז דאך דער זעלבער פון די פלעשבעק אויפן טעראסע מיט די לימון קאנטעסט מיט ליבי, נישט אזוי.
אויב יא קען זיין אז זיי האבן פשוט געניצט די זעלבע יונגעל. איך גלייב נישט אז זיי האבן א שייכות
נע, דאס איז נישט די באבובער פלעי.
ביסט זיכער?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
יא זיכער. דאס דארף הונדערט פראצענט אפשפיגלען קיווען אין זיין יוגנט. טייל הגהות דא ליינען זיך ווי פון מענטשן וואס האבן נאך קיינמאל נישט געזען א פילם אדער טעלעוויזיע שוי.
שוין איך האב עס נאכגעקיקט ס'בכלל נישט די זעלבע קינד נעקסט קעיס.
רימוןיא זיכער. דאס דארף הונדערט פראצענט אפשפיגלען קיווען אין זיין יוגנט. טייל הגהות דא ליינען זיך ווי פון מענטשן וואס האבן נאך קיינמאל נישט געזען א פילם אדער טעלעוויזיע שוי.
לויט ווי איך האב פריער געברענגט פין חגית כהן (זי שרייבט פאר yes) האט ער זיך געטראפען מיט זיך אליין "יעצט" =די חלק הקינד וואס דערוואקסענער האבן אויך ודי למבין
(ביי אנשין איז אויך געוועהן א דמיון דהיינו ער האט דעמאלטס אנגעהויבען זיך מחבר זיין מיט זיינע געפילען ..אין די טעלעפאן האט איבערגעהאקט)
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
און וואס באדייט דער פיש אין די געפילן?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
געוויסע האבן נישט אויפגעכאפט ריכטיג די טיפקייט פון קיוועס חזיון, סאיז נישט קיין דמיונות אדער עפעס א נערוו קראנקהייט וואס האט אים אנגעכאפט, און נאכמער, מאנכע זאגן אז די פרק האט נישט גארנישט עפעס אינטערעסאנט אדער דראמאטיש. מיט איין תשובה איז אלעס פארענטפערט, די חזיון איז א געוויסע טריט אויף פארווערד פון קיווע אריין אין זיין ארטיסטישע וועלט, און זיין פאעטיש-ארטיסטישע נשמה, ער איז זיך מחבר מיט זיך אויף זיין אייגענארטיגע מהלך, פארשטייט זיך אז זיין בדידות און זיין מצב ווי ער איז יעצט איז אסאך משפיע אויף דעם, אבער סאיז נישט כאילו ער דערמאנט זיך פון זיין קינדהייט און פון זיין יוגענט, נאר וויאזוי קיווע וואלט ווען געוואלט, און וואס קיווע דארף יעצט באמת לאור זיין מצב, ער בענקט פאר ילדות, ער בענקט פאר א מדריך און א מחנך ער וויל פארגעסן די ברכה פון שהכל, און איינער זאל אים דאס אויסלערנען פון פריש וכולי, סאיז א געוויסע ארטיסטישע השראה וואס האט אים באנומען, אני לעצמי האט דער שטיקל די מערסטע באנומען, און מיך טיף אינספערירט, כהאב אפילו געוויינט, ריינע ילדות, פאלוירענקייט איז אמאל זייער גוט פאר מענטש, איך מיין אז די קומענדיגע פרקים גייט מען זעהן שינויים אין קיווע לאור די השראה. און אז מען וועט מיר זאגען אז דער פראדאסער פון שטיסל האט נישט מכוון געווען אויף אזוי ווייט, מיינט עס אז ער האט אליינס נישט געכאפט די עמקות...
Re:
אחד העםגעוויסע האבן נישט אויפגעכאפט ריכטיג די טיפקייט פון קיוועס חזיון, סאיז נישט קיין דמיונות אדער עפעס א נערוו קראנקהייט וואס האט אים אנגעכאפט, און נאכמער, מאנכע זאגן אז די פרק האט נישט גארנישט עפעס אינטערעסאנט אדער דראמאטיש. מיט איין תשובה איז אלעס פארענטפערט, די חזיון איז א געוויסע טריט אויף פארווערד פון קיווע אריין אין זיין ארטיסטישע וועלט, און זיין פאעטיש-ארטיסטישע נשמה, ער איז זיך מחבר מיט זיך אויף זיין אייגענארטיגע מהלך, פארשטייט זיך אז זיין בדידות און זיין מצב ווי ער איז יעצט איז אסאך משפיע אויף דעם, אבער סאיז נישט כאילו ער דערמאנט זיך פון זיין קינדהייט און פון זיין יוגענט, נאר וויאזוי קיווע וואלט ווען געוואלט, און וואס קיווע דארף יעצט באמת לאור זיין מצב, ער בענקט פאר ילדות, ער בענקט פאר א מדריך און א מחנך ער וויל פארגעסן די ברכה פון שהכל, און איינער זאל אים דאס אויסלערנען פון פריש וכולי, סאיז א געוויסע ארטיסטישע השראה וואס האט אים באנומען, אני לעצמי האט דער שטיקל די מערסטע באנומען, און מיך טיף אינספערירט, כהאב אפילו געוויינט, ריינע ילדות, פאלוירענקייט איז אמאל זייער גוט פאר מענטש, איך מיין אז די קומענדיגע פרקים גייט מען זעהן שינויים אין קיווע לאור די השראה. און אז מען וועט מיר זאגען אז דער פראדאסער פון שטיסל האט נישט מכוון געווען אויף אזוי ווייט, מיינט עס אז ער האט אליינס נישט געכאפט די עמקות...
Sent from my SM-G900P using Tapatalk
דו זאגסט זייער גיט אבער איך זאג אז נישט ער גייט ג'יין פארווערד אין די קימענדיגע פרקים לאור די השראה , נאר וויבאלד ער איז געגאנגען פארווערד -זיך צוקריגן מיט זיין טאטען לדוגמא- נאך א דוגמא , זאגן פאר מנוחה ווער ס'איז באמת זיין פראבלעם, דאס האט עים געגעיבן די שטיפ אריינצוקיקן אין זיין ילדות , און זיך צו באהעפטן צו זיין נשמה, זיין ארטיסטישע נשמה
קאצקע ציקעראון וואס באדייט דער פיש אין די געפילן?
דער גאלד פיש אינעם זעקל איז א חלק פונעם משל, קיווע איז יעצט אין א בחינה פון א פיש אן וואסער, ער שוועבט צווישן עולמות, זיין היים איז אינוואדירט געווארן דורך מנוחה (די זעלבע מנוחה וואס האט אים ערקלערט אלץ טאטאלער דעפעקט), זי דראעט צו פארנעמען דאס פלאץ פון זיין ליבע מאמע דבורה עליה השלום, און זי הייבט אן בפועל איבערצונעמען זיינע ד׳ אמות.
קיווע איז גאר שטארק אנגעוויזן אויף זיין היים, ס׳רעפרעזענטירט א פיזישע קשר (נישט בלויז בזכרון) צו זיין מוטער, און כאטש ער קומט זיך קנאפ אויס מיט׳ן טאטען איז ער פארט שטארק אנגעוויזן אויף זיין נאענטקייט. ווען שולעם ווערטלט זיך מיט אים, הערשט דארט אהבה, און ווען שולעם טרעט אויף אים, צינדט דאס אן אין אים פונקען פון זעלבסטשטענדיגקייט.
דאס איז קיווע׳ס כאראקטער, ער איז שוואך, אומדרייסט און הענגט זיך אן אינעם צובראכענעם מסגרת פון זיינע עלטערן׳ס (געוועזענע) שטוב.
דאס איז אויך א גרויס חלק פון די סיבה פארוואס ער בחור׳ט נאך, ער שפירט זיך נישט ביכולת ארויסצוטרעטן אליין אין די וועלט. ער איז ווי א קליין קינד וואס לעכצט נאך אן ערוואקסענעם און עלטערער פיגור וואס זאל אים ווייזן דעם וועג ווען ער בלאנדזשעט, זאל אים אפנעמען סוף טאג ווען ער איז אליין, זאל אים שפייזן ווען ער איז הונגעריג, זאל אים פאררעכטן ווען ער מאכט א טעות, און געבן רשות אפילו בלויז צו גיין אין בית הכסא. גענוי דאס קינד וואס מיר זעהן אין זיין פאנטאזיע.
קיווע שפירט אבער אויך אז צייטן טוישן זיך, אויבנאויף ווערט אלעס ערגער, אבער מעגליך אז נישט.
ווי א הילפלאזער גאלד פיש איז ער יעצט כמעט גענצליך איינזאם, מנוחה האט געבאסט זיין באבעל, זיין היים איז מער נישט די זעלבע און ער איז אינדרויסן פונעם ׳זעקל׳. אבער אין די זעלבע צייט, איז ער אויך ארויס פון א צמצום, ער דארף טאקע שווימען מער מיט די אייגענע כוחות, ער איז אבער אויף די פרייע לופט און אין א ברייטערן שיסל.
ער פארשטייט אז ווארשיינליך מוז ער יעצט אויפוואקסן און גיין אין זיין אייגענעם וועג, ער איז דערשראקן אבער ער געזעגנט זיך. ער מאלט אפ דעם געוועזענעם קיווע ווי א קליין קינד, אומערוואקסן און פארלוירן, אנגעוויזן אויף חיות פון אנדערע ווי דער פיש אויף דאס ביסל וואסער אינעם זעקל. דער קליינער (גרויסער) קיווע האלט שטארק אן דעם זעקל, אבער בלויז מיט איין האנט, דער אנדערער האנט איז שוין פריי.
דאס איז גאר א גרויסע טריט פאר קיווע, ענדליך, ענדליך, איז ער גרייט ארויסצוטרעטן אין א נייער אומאפהענגיגען רשות.
הדסה ווינטשט אים טאקע: ״מזל טוב!״, בלייבט איבער צו זעהן אויב דאס מיינט טאקע אז ער גייט א חתן ווערן בקרוב, צו בלויז אז ער איז ארויס פון שולעם׳ס נעץ.
.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
Wow! הלואי וואלט איך אפגעלערנט א פסוק חומש אדער א משנה אזוי גרינטליך
אויסצוג פון פרק 8
<a class="postlink" href="https://youtu.be/y67zH1vhabo">https://youtu.be/y67zH1vhabo</a>
אויך כ'פארשטיי נישט פארוואס באבע מלכה ווערט ווידער אפגעשוואכט איר זכרון און זי האלט נאך ביים צייט פון פאר ששת הימים דאך אין פרק 2 האט מען געזעהן אז איר זכרון איז צו איר צוריק געקומען אינגאנצן
קינד_אן_קייטקאצקע ציקעראון וואס באדייט דער פיש אין די געפילן?
דער גאלד פיש אינעם זעקל איז א חלק פונעם משל, קיווע איז יעצט אין א בחינה פון א פיש אן וואסער, ער שוועבט צווישן עולמות, זיין היים איז אינוואדירט געווארן דורך מנוחה (די זעלבע מנוחה וואס האט אים ערקלערט אלץ טאטאלער דעפעקט), זי דראעט צו פארנעמען דאס פלאץ פון זיין ליבע מאמע דבורה עליה השלום, און זי הייבט אן בפועל איבערצונעמען זיינע ד׳ אמות.
קיווע איז גאר שטארק אנגעוויזן אויף זיין היים, ס׳רעפרעזענטירט א פיזישע קשר (נישט בלויז בזכרון) צו זיין מוטער, און כאטש ער קומט זיך קנאפ אויס מיט׳ן טאטען איז ער פארט שטארק אנגעוויזן אויף זיין נאענטקייט. ווען שולעם ווערטלט זיך מיט אים, הערשט דארט אהבה, און ווען שולעם טרעט אויף אים, צינדט דאס אן אין אים פונקען פון זעלבסטשטענדיגקייט.
דאס איז קיווע׳ס כאראקטער, ער איז שוואך, אומדרייסט און הענגט זיך אן אינעם צובראכענעם מסגרת פון זיינע עלטערן׳ס (געוועזענע) שטוב.
דאס איז אויך א גרויס חלק פון די סיבה פארוואס ער בחור׳ט נאך, ער שפירט זיך נישט ביכולת ארויסצוטרעטן אליין אין די וועלט. ער איז ווי א קליין קינד וואס לעכצט נאך אן ערוואקסענעם און עלטערער פיגור וואס זאל אים ווייזן דעם וועג ווען ער בלאנדזשעט, זאל אים אפנעמען סוף טאג ווען ער איז אליין, זאל אים שפייזן ווען ער איז הונגעריג, זאל אים פאררעכטן ווען ער מאכט א טעות, און געבן רשות אפילו בלויז צו גיין אין בית הכסא. גענוי דאס קינד וואס מיר זעהן אין זיין פאנטאזיע.
קיווע שפירט אבער אויך אז צייטן טוישן זיך, אויבנאויף ווערט אלעס ערגער, אבער מעגליך אז נישט.
ווי א הילפלאזער גאלד פיש איז ער יעצט כמעט גענצליך איינזאם, מנוחה האט געבאסט זיין באבעל, זיין היים איז מער נישט די זעלבע און ער איז אינדרויסן פונעם ׳זעקל׳. אבער אין די זעלבע צייט, איז ער אויך ארויס פון א צמצום, ער דארף טאקע שווימען מער מיט די אייגענע כוחות, ער איז אבער אויף די פרייע לופט און אין א ברייטערן שיסל.
ער פארשטייט אז ווארשיינליך מוז ער יעצט אויפוואקסן און גיין אין זיין אייגענעם וועג, ער איז דערשראקן אבער ער געזעגנט זיך. ער מאלט אפ דעם געוועזענעם קיווע ווי א קליין קינד, אומערוואקסן און פארלוירן, אנגעוויזן אויף חיות פון אנדערע ווי דער פיש אויף דאס ביסל וואסער אינעם זעקל. דער קליינער (גרויסער) קיווע האלט שטארק אן דעם זעקל, אבער בלויז מיט איין האנט, דער אנדערער האנט איז שוין פריי.
דאס איז גאר א גרויסע טריט פאר קיווע, ענדליך, ענדליך, איז ער גרייט ארויסצוטרעטן אין א נייער אומאפהענגיגען רשות.
הדסה ווינטשט אים טאקע: ״מזל טוב!״, בלייבט איבער צו זעהן אויב דאס מיינט טאקע אז ער גייט א חתן ווערן בקרוב, צו בלויז אז ער איז ארויס פון שולעם׳ס נעץ.
מוראדיגע ווערטער! דערמאנט מיר און ר' יואל כהן'ס ביאורים אויפן ליקוטי שיחות, הצד השווה שבהן אז די פרשנים שטייגן איבער די ארגינעלע מייצרים מיט זייער קריעטיוויטי און גאונות, אבער אוודאי האבן די ארגינעלע מייצרים נישט מכוון געווען די אלע כוונת אר"י.
אז מען רעדט שוין יא, כ'האב נישט קיין סך צוצולייגן צו די אלע אנאליזין איבער די סעריע, וכבר פרשה זו יפה נדרשת בשטיבלינו ע"פ פשט, רמז, דרוש, סוד. כ'וועל נאר שרייבן מיין איינדרוקן ווער עס עקט פיין און ווער נישט.
שלום -שלום איז פיין, ספעציעל ווען ער עסט, די וועג ווי אזוי ער קייט און שלינגט ס'עפעס געוואלדיג, איך ווער הינגעריג יעדע מאל איך זע אים עסן.
קיווע- מאכט מיר נערוועז, ער פאר'גולם'ט זיך יעדע מינוט ער איז ווי איינער וואס וואקט אינמיטן שלאף, ער טרייבט איבער מיט זיין פאר'גולם'אכץ. איך גלייך אויך נישט זיינע וואנצעס.
ליבי- איך בין נישט צו אנטציקט נישט פון איר אקט און נישט פון איר כאראקטער. זי פאללאוד די טיפיקיעל סטיריא-טייפ פון א פרוי-עקטרעסס וואו דער מאן (עקיבא) לויפט נאך די פרוי, און די פרוי (ליבי) זאגט אז ער זאל פארגעסען איר נאמבער. זי ווייזט קיינמאל נישט ארויס איר אהבה צו אים וכו' (איך קען נישט גלייבן אז איך האב געזאגט וכו').
גיטי- אה פאר גיטי איך גיי ניסלעך, זי איז דאך אויסטערליש ארגינעל אז כמעט וואס מען כאפט נישט אז זי עקט, שוין אין עונה ראשון האב איך געהאלטן אז פון אלע עקטערס נעמט זי די קעיק. לדעתי לדעתי קומט זיך איר אן אסקער אדער לכל הפחות אן עממי.
ליפא- ליפא איז אויך גאר גוט (איך וואלט אים געלייגט איינס נאך גיטי). זיין מנוחה ושמחה גייט מיר נישט ארויס פון קאפ, איך האב עס געזינגען דעם שבת מיטן ליטווישן הבהרה און סאיז געגאנגען א רויך. מיין ווייב פרעגט מיר פון וואו איך קען דעם ניגון? סדאך אזוי שיין, זאג איר איר אז איך האב א מסורה אז מיט דעם ניגון האט אמאל א מקשה לילד ארויסגעשטופט א קינד אן אפידורל.
רוחמה- שוואכע מעשיות, זי איז איין דימענשנעל מיט איר כאראקטער און עקט, פארביטערט און שטייף.
צבי אריה- איך קען מיך שווערן אז איך האב אים נעכטען געזען אין באבוב'ע בית מדרש צווישן מנחה און מעריב, ער זעט דאך אויס אזוי היימיש אז עס כאפט א פחד. עקטן עקט ער ווי אויפן באבובע פלעי.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
בענדזעמין יעצט גייט קימען פירושים אויף דיין תגובה אויך אויף רמז דרוש יסוד...
וועגן גיטי ביסטו גערעכט, זי איז טאקע אייזן אין ארגינעל
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
רוחמי איז זייער טיף און געפיליש.
עס איז מער די סקריפט ווי די עקטערס פאר זיך. אבער פארט זענעל טייל עקטערס גאר בולט, אזוי ווי שלום, און גיטי.
@בענדזשאמין פרענקלין, און וואס איז מיט מנוחה און חנינא?
אוי מנוחה, זי איז דאך אזוי ארגינעל, אזוי ביטער און מאניפוליסטיש ווי ממש א היימישע אידענע. אלעס מוז גייען איר וועג. זי וועט שטעלן שלום אין פלאץ.
גיטי קען נאר "בלאזן". בלאזן צו איר מאן, בלאזן צו איר טאכטער און קיינמאל נישט שמייכלען. אין דבר כזה. ליפא איז אייזן.
די חלקים וואס פעלן נאך דערווייל (פאנטאזיע).
1) ליפא'ס געלט וואס ער האט משקיע געווען וועט פארלוירן גיין.
2) קיווע וועט שפילן א ליבע געים מיט הדסה, און עס זאל גיין און גיין ביז ער וועט כאפן א געזונטן שטויס פון איר.
3) שולעם גייט זיך מיאוס צעטיילן מיט מנוחה, אבער נעסטי.
4) צבי ארי' מיט זיין ווייב, וועלן זיך צערייסן, ווייל זי האט נישט געוואלט געבן איר "כיליה" (קידני) פאר אים.
5) ליבי גייט א כלה ווערן אבער אפלאזן דעם שידוך דערנאך.
6) ליבי מיט קיווע וועלן ווייטער שפילן ליבע, אבער גארנישט וועט ווערן דערפון.
עמיצער באמערקט ווי אזוי ליפא שאקלט זיך הין און צוריק מיט אזא איינגעבויגענעם ריקן, איך גיי גאגא אויף דעם.
עטליכע ווערטער אויף די חיצוניות:
די בערד. שולמס בארד איז פאלש, חנינאס אמת, קיוועס אמת.
פיאות זענען אלע פאלש.
די קינד (מיט די גאלד פיש), זיין פיאות זענען נישט גוט. מען קען זען זיין העירליין אונטער די פיאות.
קטע מפרק 8
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=UR6Bm4g1DMQ">https://www.youtube.com/watch?v=UR6Bm4g1DMQ</a>
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=rzycl7mIz5I">https://www.youtube.com/watch?v=rzycl7mIz5I</a>
ברוך בערקטע מפרק 8
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=rzycl7mIz5I">https://www.youtube.com/watch?v=rzycl7mIz5I</a>
איי... די סצענע מיט באבא מלכה און מנוחה איז ריזיג...
מאטיעמיצער באמערקט ווי אזוי ליפא שאקלט זיך הין און צוריק מיט אזא איינגעבויגענעם ריקן
...און שפילט זיך מיט די ציצית
די מערסטע געפעלט מיר ווי ער שטעלט אלטס אן אזאנע פארחלום'טע אויגן, 'כן, גיטי שלי'..
שלום און קיווע זענען אייזערנע אקטיארן אבער איך קאנעקט אסאך מער מיט ליפא און גיטי . איך זעה אין זיי אזויפיל דאס טיפישע חסידיש פארפאלק מלא דיפרענצן און בעיקר דער ״ איין טאג גוט איין טאג צוקריגט ״ מענטאליטעט
אפאר הערות אויף דברי הרב בענדזשאמין פרענקלין.
גיטי - בין איך מיט דיר מסכים אינגאנצן. שוין פון די אנהייב סדרה, ווען גיטי שפילט א געוויסע ראל זי טוהט זיך אן בגוף ובנפש אין דעם ראל וואס זי דארף שפילן, ביז אז זי פשוט לעבט יעצט די ראל, צום ביישפיל ווען גיטי פאלט אין א דיכאון (depression) צוליב דעם נאמען זעליג און דער גאנצער מעשה מיט איר מאן דארטן מ'זעהט אויף איר פנים אין בית החלמה ליולדות ווי זי איז פשוט בדכאון דאס איז סתם א ביישפיל אבער אזוי ממש אין די גאנצע סדרה. און ס'טאקע זעהט אויס אזוי גוט - ממש א מחיה.
אויכעט וויפל געפילן זי שטופט אריין ס'ממש געוואלדיג. איך ווער אלע מאל בהתרגשות פון דאס ניי.
און בכלל זי דריקט אויס אויף די בעסטע אופן די כאראקטער פון א אידישע מאמע מיט זייער שטארקע תכונות הנפש איינע א אוטאנאמע א זעלבשטענדיקע מחד גיסא און א גוטע מאמע א בארימדיקע אידישע מאמע לאידך גיסא, וכדהיטיב לבאר בארוכה הרב אנאנים בלשונו הזהב לעיל.
שלום - איז אויך ממש א מחיה ס'אזוי געשמאק ווען מ'זעהט עם צו אריינטראכטן זיך אביסל אז בעצם איז ער א חילוני במהותו און דא איז ער געווארן א אמעתער ירושאלמער מיט די אלא שטיק'ס, ס'פשוט מויראדיג.
און כנ"ל ביי גיטי ס'נישט אז ער "שפילט" און ער מאכט נאך עפעס א ראל, נאר פשוט ער לעבט דער ראל (וואס דאס איז די אמתע מעלה פון א אקטער). א דוגמא צו דעם, ווען ער ווערט בכעס אויף קיבע און ער נעמט דער האמער און הייבט אן האקן מ'זעהט ווי ער איז באמת ברוגז, זיין פנים בייטן זיך, ער הייבט אן אטעמען הויך און שווער, און ס'ווערט עם שווערער צו רעדן, אדער לדוגמא ווען קיבע און צבי אריה טרעפן עם אין שטוב מיט א פיס אפגעדעקט אויפן בענקל און א..... פרעמדע פרוי מ'זעהט ווי באמת ער פארלארט זיך דארט אינגאנצן און ער זאגט יעדער זאך אפאר מאל (אוי ס'איז גוט.....) און אזוי לאורך די גאנצע סדרה.
און בכלל וואס פאר א גרעסערע עדות אויף שולם פאראן פון דעם אז ער האט באקומען א אוסקאר אויף די ערשטע עונה!
📎 Screenshot_2015-12-17-17-25-11-1.pngמרן כ"ק אדמו"ר הקוה"ט מהר"ש משטיסל שליט"א
גיטי מיין איך איז באמת אין א דכאון. מען זעט עס אויף איר פנים אפילו ווען זי שפילט נישט. לויט ווי איך געדענק האט זי זיך געוואלט טויפן צו קריסטהום אין נארוועגיע.
רעבעצן ערבליך - ס'איז פשוט צוקער זיס. זי איז א אמעתע אלטע יענטע פון דער פריערדיקער דור וואס קיינער וועט איר קיינמאל נישט זאגן וואס צו טאן ווייל זי ווייסט אלץ און זי איז זייער זעלבשטענדע זייער שטארק (-זי וויינט קיינמאל נישט.... אפשר פינעף מינוט נישט מער...).
א שאד זי איז געשטארבן.
באבע מלכה - גאנץ פיין. א טיפיקע אידישע באבע. א פראסטע אידענע. איך וואונטש באבע מלכה אריכות ימים ושנים בדעה צלולה און רפואה שלמה (כ'מיין די פוס טוט איר נאך וויי...).
ווען שלום קימט איר באזיכן אין קימפעטארען היים און זי זיצט זיך אזוי צובראכן און צוקלאפט און ווען שלום מאכט זיך משוגא געט זי אזא שיס אויס אין א געלעכטער ... מיט אזא ארגענילקייט
איך רעד פון גיטי
קינד_אן_קייט@בענדזשאמין פרענקלין, און וואס איז מיט מנוחה און חנינא?
מנוחה- עקט זייער פראפעשינעל, אבער איר כאראקטער איז נישט רעליסטיש, מאניפילאציע האט אויך א שיעור.
חנינא- דער בחור קוקט אויס ווי ער עקט דאס ערשטע מאל, ער איז צו איינגעהאלטן און לאזט נישט דעם אודיענס זיך באקענען מיט זיין כאראקטער. עס שיינט מיר אז ער ציטערט מער פון די קעמרע קראו וואס דירעקטירט און פילמט אים , ווי ער דארף ציטערן פון זיין ווייב רוחמי און זיין שוויגער גיטי...
באבע מלכה- איז געניאל, אירע גלעזער איז ווערט א מיאנטיק.
אנשין און די ליידיגערערס דארט -זענען עפעס ארויס פון ה. העכטויפ'ס קרעטשמע בילדער, דאס זעט אויס ווי א אידישע ווערץ-הויז ווערסיע 2015.
דער חולה מיט די נירן פראבלעמן- האט מיר געמאכט זייער אומבאקוועם כהאב געברויכט אוועקוקן ביי זיין דרשה, ניטאמאל פאר א באבובע פלעי איז ער גוט.
הדסה- גייט מיר אויף די נערווען זי שמייכעלט צו סך, און איר קלייד איז צו לאנג.
קויפמאן נעמט זיין ראלע צו ערענסט.
ווער נאך איז דא זאל זיך שטעלן אין די רייע
חנינא איז דא פלעצער ווי מזעהט אז ער ציטערט פון די קעמרא אבער סאיז דא פלעצער ווי ער איז גאר אריגינעל ווי למשל דארט ווי ער שלינגט די לעפלעך קאווע און דארט ווי ער דערשרעקט זיך פון רוחמי ביים זיך אפברענען די הענט . פון די ליידיגגייער ביי אנשין גלייך איך די מערסטע דעם פארשלופן .
סאו פאר איז די שטיקל פון די איציקל די מערסטע ארגינעל און ארטיסטיש אמה"א, דאס איז וויפארשטענדליך געזאגט געווארן אויף אלעס אחוץ אויף די עצם געדאנק און די קו פון די סדרה.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
פישערער רבישלום - איז אויך ממש א מחיה ס'אזוי געשמאק ווען מ'זעהט עם צו אריינטראכטן זיך אביסל אז בעצם איז ער א חילוני במהותו און דא איז ער געווארן א אמעתער ירושאלמער מיט די אלא שטיק'ס, ס'פשוט מויראדיג.
און כנ"ל ביי גיטי ס'נישט אז ער "שפילט" און ער מאכט נאך עפעס א ראל, נאר פשוט ער לעבט דער ראל (וואס דאס איז די אמתע מעלה פון א אקטער). א דוגמא צו דעם, ווען ער ווערט בכעס אויף קיבע און ער נעמט דער האמער און הייבט אן האקן מ'זעהט ווי ער איז באמת ברוגז, זיין פנים בייטן זיך, ער הייבט אן אטעמען הויך און שווער, און ס'ווערט עם שווערער צו רעדן, אדער לדוגמא ווען קיבע און צבי אריה טרעפן עם אין שטוב מיט א פיס אפגעדעקט אויפן בענקל און א..... פרעמדע פרוי מ'זעהט ווי באמת ער פארלארט זיך דארט אינגאנצן און ער זאגט יעדער זאך אפאר מאל (אוי ס'איז גוט.....) און אזוי לאורך די גאנצע סדרה.
און בכלל וואס פאר א גרעסערע עדות אויף שולם פאראן פון דעם אז ער האט באקומען א אוסקאר אויף די ערשטע עונה!
אסקאר?
כ'האב געמאכט א טעות, ער האט באקומען נישט פרס אסקר נאר פרס האקדמיה לטלוויזיה דאס ווערט געגעבן צו די בעסטע אקטערס אין א"י יעדער יאר.
קיווע - אויבנאופיק מ'קען טאקע טראכטן אז ער פארגולם'ט זיך און ער האקט אין טשאייניק און אזוי האב איך געמיינט ווען כ'האב אנגעהויבן זעהן שטיסל אבער אין פארלויף פון די צייט און די סדרה האב איך געכאפט אז נישט! קיווע איז א אמעתע אקטער און ער האט לאורך די גאנצע סדרה זייער א קלארע שטריך, ער איז א בחור פון די עלטער'ס (ע"ד א ליטווישע עלטערע בחור פון מיר.....) אביסל בדיכאון און טרויעריג, נישט קיין גרויסער חכם - כ'מיין צו זאגן אזוי - שכל ס'פעלט אים נישט, אויב מ'דארף האט ער, אבער ווי צו זיך נוצן מיט עם ס'גייט עם נישט אלע מאל, ער גייט אסאך נאך זיין הארץ און אויב ס'גלוסט זיך טוט ער. זעלבשטענדיקייט האט ער נישט אסאך ער האט א שוואכע שטריך (ער איז מציע אסתי'ן חתונה האבן צוליב איר געוויין!! בזמן אז ער ווייסט שוין אז ער וויל נישט אזוי פיל, ממש א שוואכע שטריך!!) אבער אין די זאכן וואס זיינען עם חשוב ער פראווט שטארק ביז אז צום סוף דערלאנגט ער זיי, און אויב נישט איז דאס נישט צוליב עם, אזוי איז געשען מיט אסתי און אלישבע אז צום סוף האט ער נאך די אלע ספיקות מבטל געווען דער שידוך און געגאנגען צו אלישבע נאר פשוט אלישבע איז געפארן וכו' און ס'נישט תלוי בו. און עד"ז מיט ליבי ער גייט ביזן סוף און גיטי זאגטאפ. און דעם כאראקטער שפילט ער זייער גוט, און נישט סתם ער "שפילט" און ער "מאכט נאך" נאר פשוט ער לעבט דאס כנ"ל ביי שלום און גיטי (זיין משפחה...), צום ביישפיל ווען קיווע רעדט מיט ליבי אין אנטווערפען אויפן סעלפאן מ'זעהט ווי ער שמייכלט און ער בענקט זיך נאך וכו' און ווען ליבי זאגט עם ער זאל מער נישט קלינגן אהין ברגע כמימרא ווערט ער ממש טרויעריג, ער רעדט מיט א צובראכענע (געוויינע) קול, און מ'זעהט א גרויס'ן צער אויף זיין פנים. און אזוי איז מיט אלישבע און אין נאך אסאך ערטער אין די גאנצע סדרה.
קיווע אין מיינע אויגן צייכנט זיך אויס אויכעט אלץ א גרויסער בעל רגש. מ'זעהט דאס מיט איציקל (ס'טאקע דמיונות כנ"ל בארוכה אבער ס'דאך זיינע דמיונות), אין מסכים זיין חתונה האבן צו אסתי ווייל זי וויינט, העלפן זיין חבר צו טרעפן זיין מאמע, העלפן צבי אריה מיט געלט, מיט א כליה, און נאך אסאך ביישפילן אין די גאנצע סדרה.
און בקיצור אין מיינע אויגן קיווע איז א זייער גוטע אקטער נישט ווייניג פון שלום און גיטי. (וואס יעדער איינער פון זיי אין זיין תחום שפילט "אויף הונעדערט פורצענט"). און רבותיי לאמיר נישט פארגעסן אז קיווע קומט פון האליוואוד (נאר צוויי קומען פון דארט ער און אלישבע).
בענדזשאמין פרענקלין
הדסה- גייט מיר אויף די נערווען זי שמייכעלט צו סך, און איר קלייד איז צו לאנג.
כ'מיין... געב איר א טשענס, וואס האט זי שוין געהאט, אפשר א מינוט א האלב סקרינפלעי?
מ'קען נאך נישט אפ'פסל'ן...
רוחמי - בין איך חולק אויף הרב בענדזשאמין פרענקלין מיטן גאנצן תוקף! רוחמי לענ"ד איז א עקספערטע אקטריסע נישט ווייניג פון שלום און גיטי, לאמיר אריינטראכטן זיך א מינוט זי איז ס"ה א פיצ'לדיקע מיידל פערצן יאר אלט און זי שפילט אזוי גוט, זי דריקט אויס גאר שטארקע געפילן, זי איז דאך א דור שלישי למשפחת שטיסל און ברתה דגיטי און אזוי ווי איר מאמע זי שטופט אריין שטארקע געפילן, צום ביישפיל (לאמיר ברענגען פון לעצטנס) ווען זי קומט אהיים נאכדעם וואס חנינא איז געפארן אןן זי רעדט מיט איר מאמע (עסנדיק די ליבע קציצות ווייל זי איז גוועת..) זי איז אזוי ערנסט, און זי דריקט אויס זייער גוט די גרויסע התלבטות הנפש, אז זי וויל לעבן בשלום מיט אירע עלטערן, אבער זי וויל נישט בשום אופן אפלאזן איר מאן, די מעשה ווען זי גייט ארויס אן א טיכל זי שפילט דאס אזוי גוט, זי "לעבט" דער מצב, ווי זי פירט זיך מיט זיין טאטע ליפא אין די ערשטע עונה, אזוי פיל געפילן ליגן דארטן, און זי שפילט דארטן אזוי גוט, אזוי זיס, ס'פשוט מוראדי'ג, ס'מוראדיק, זי איז זייער ערנסט, און זי שפילט זייער גוט דער כאראקטער פון א מיידל וואס איז שוין אינגאצן אטאנאם און זעלבשטענדיק, די צרות פון ליפא אנטפלעקן ביי איר מוראדיג'ע שטארקע תכונות הנפש, און נאך אסאך ביישפילן.
לענ"ד אין רוחמי איז "בהחלט" ניכר אז שטיסל בלוט פליסיק אין אירע גלידער זי איז אין אירע געביט א עקספערטע נישט ווייניג ווי שלום קיווע און גיטי כל אחד בתחומו הוא.
הרב שש, צו וואס פעלט זיך אויס צו האבן אן "אייגענע" אשכול איבער א עקזיסטירנדע נושא?