"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
עס איז נישט געוועהן קלאר וואס די ביטול איז, צו אז מען זאל נישט פראבירן נאכאמאל, צו פשט אז זי גיבט אויף דער קינד, ווען דער קינד ווען געבוירען ווערן, למעשה איז עס זייער קינד.
בכלל איז א חידוש אז מען קען אזוי מבטל זיין.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
זופ מיט מאנדלעןכמיין אז יעדער פארשטייט רוחמיס אנגעווייטאגטקייט, אבער פון די אנדערע זייט איז איר רעאקציע זייער סטופיד...ועם וויל זי אפטון דא? קיינער האט נישט געמיינט איר שלעכטס,מיט דעם מאדנעם טאהט לייגט זי אריין איר לעבן, איר אויסזיכטן צו האבן א אייגן קינד, און ועל כולם איר רילעישאנשיפ מיט איר אזוי פארליבטע מאן אין א כמעט זיכערע סוף....זי גייט נישט יעצט קענען בלייבן מיט חנינא ווייל ער וועט אויפדעקן דעם גאנצן שפיל מיט די קישענעס אין אפאר טעג [חוץ אויב ער פלאנט צו פראווען פרישות כל ימי "עיבורה"....]
יעצט כאפ איך פארוואס חנינא האט איר געדארפט זאגן נישט אויסצוטוהן די בויך קישענעס אפילו פאר אים... ער וויל עס ניטאמאל זעהן. אזוי וועט ער קיינמאל נישט אויסגעפינען אז זי באמת שוואנגערט.
ירח בן יומוווער איז די פרוי וואס האט באקומען פון רוחמי די פונדקאות? איז מעגליך אז עס איז גאר רחלי? לאמיר דימיונ'ען נאך מער-גייט רוחמי שטארבן פון די עיבור און חנינא וועט אוועקשטיפן עקיבא און חתונה האבן מיט רחלי כדי צו זיין די טאטע פון זיין קינד?
די סיבה פארוואס איך טראכט אזוי איך די וועג ווי אזוי רחלי איז געליגן אויסגעמיטשעט ווען עקיבא האט אריינעקלאפט צי איר
רוחמי האט דאך מבטל געווען די פונדקאות. (דערביי פארלוירען די דיפאָזיט אויך). האסט פארגעסען?
לאמער קלאר מאכן:
רוחמי איז מבטל פונדקאות וואס איז שוין לכאורה געווארן אויסגעפריווט איין מאל דעמאלס ווען זיי זענען געקומען אין די קליניק און די נורס זאגט אז עפ"י-רוב געלונגט עס נישט ביי די ערשטע מאל, אבער סקען געשען נסים. שפעטער קלינגט זי אריין דורך די טעלעפאן מבטל צו זיין די פונדקאות, על-סמך זה אז מן הסתם איז עס נישט געלונגען ולכן בעט זי אז מזאל נישט ווייטער ממשיך זיין דערמיט, און אין די זעלבע צייט גייט זי צו א דאקטער -אן קיינעמס וויסן- צו מאכן אז זי אליין זאל קענען נתעבר ווערן נאטורליך, און אפי' חנינא איז נישט בסוד הענינים און ער ווייסט נישט אז זי קען פון יעצט און ווייטער ווערן מעוברת (און ער וועט זיכער מיינען אז סאיז די קישן אין בויך)
נאר דא קען אוודאי קומען די פאנטש-ליין אז למעשה האט די פונדקאות יא חל געווען דעם ערשטן מאל בדרך נס און סאיז שוין צו שפעט מבטל צו זיין (אדער נישט, סקען זיין אז מוויל אונז נאר אנציען די נערווען)
@ירח בן יומו האט געזאגט א שטארקע סברא אז סקען זיין רחלי איז די פינדקאית (איבערהויפט אז זי איז א אלטע עלנדע מויד וואס האט נישט געפלאנט חתונה צו האבן און זוכט אייביג צו טון חסד) אבער דעמאלס וועט מען מוזן מיישב זיין פארוואס ווערט זי אנגערופן אין די טעלעפן שמועס מיט די נאמען גבריאלה, אולי האט זי איינגעגעבן א פאלשע נאמען וכולי וכולי
רחליס פארט אין די שאו איז זייער פשוט אלס קיוועס נייע ליבע, כזע נישט פארוואס מען זאל דארפן מאכן אזא מוראדיגע פשעטל אז זי איז די פונדקאית, זי איז בכלל נישט קיין חסד פרוי, אויב יא וואלט זי צוריקגעגעבן די פעינטינגס פאר קיווע בחינם, דאס אז זי האט חתונה מיט אים איז ווייט נישט קיין חסד סאיז פשוט א פארלוירענע פרואוו זיך אריינצוזען אין קיוועס הארץ, ווי מען זעט זייער קלאר אויף איר גאנצע באנעמונג אין געגנווארט פון קיווע.
און בכלל זי הייסט רחלי ורבורג און די פונדקאית הייסט גבריאלה, גבריאלה איז זיכער נישט קיין פאלשע נאמען אויב יא וואלט זי זיך נישט געוואלט טרעפן מיט רוחמי און חנינא, און רחלי ורבורג איז זיכער א עכטע נאמען, [נישט אז סדארף א ראי אבער לאסמכתא בעלמא....] זי נוצט איר נאמען ביי 2 לעגאלע פלעצער די רבנות און די רווחה.
וואו איז אנאנים מיט זיינע קלארע אנאליזן אויף יעדן פרק. מיר בענקען זיך.
אבשלום בן מעכהוואו איז אנאנים מיט זיינע קלארע אנאליזן אויף יעדן פרק. מיר בענקען זיך.
כ'בין צוריקגעגאנגען זוכן משזר'נס אנאליזן אבער כ'האב זיי נאכנישט געטראפן, אפשר א צווייט מאל. אזוי מישנדיג האב איך גראדע באמערקט אז געוויסע האבן טענות אז די שאו איז "סם המוות" ווייל ס'לייגט אראפ חרדים אין א נעגאטיווע בליק, איך מיין אז די סארט טענות זאגן מער אויף דער וואס טענה'ט זיי ווי אויף די פראדוצירער פונעם סעריע. לדעתי לייגן זיי אראפ חרדים אביעקטיוו אזויווי זיי זענען, אז איינער האט נישט ליעב וואס ער זעהט איז עס ווייל ער האט נישט ליעב וואס ער זעהט ביי חרדים אין אלגעמיין, ער האט נישט ליעב די דמויות פון שטיסל ווייל ער האט נישט ליעב די דמות פון חרדים, אויף דעם שטייט "דער נאר זאל ארויס פון מקוה..." ס'נישט קיין פעלער אין שטיסל, ס'איז א פעלער אינעם אבזערווירער (אדער אין די חרדים זעלבסט...)
א מחיה צו זעהן ווי דער עולם איז זיך ערנסט מפלפל אין מסכת שטיסל.
"שטיסל"?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1KCpaPCpeykYr-npUw6EOpKZ8yzwPc7jE/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/1KCpaPC ... p=drivesdk</a>
פאר די געכשר'טע
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אוי די ראמאנטיק צווישן יוסלע און די עכטע שירה דערווארימט אזוי דאס הארץ. דאס מאמע איז ווילד ווי א מטורף ווייל יאסעלע כאפט פייגלעך אין קאפ און וויל דעם שידוך אפהאקן פון די אריינגעפאלנע שירה... אזא הארציגע כאראקטער איז ליפא. ממש איינס אין די וועלט. זי האט עס דאס ערשטע מאל איינזעהן ענדליך און טאנצט מיט זיין קוזארע געדאנקען פון טרעפן פרימער אקטירן פאר די שוי....
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
איפה דבל'ה 😮
ישעיהאיפה דבל'ה 😮
מצא איזה רויזעלע....
שני נעבעכים.... שיעזרו אחד לשני
א זיסע עפיזאד די וואך, פאקוס איז אויף משפחת ווייס און טוניק און אסאך תרתי משמע מאמענטן
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אינטערסאנט אז דאס פאטריאכטישע געשטעלט פון רעב שולם איז נישט באוויזן געווארן דאס גאנצע צייט... אזוי אויך פון קיווי.
בעצם האב איך געוויסט אז ליפא האט א גוט הארץ. נישט געוויסט אויף אזא פארנעם
ער האט פארשטאנען אז אויב יאסעלע האט בעסער ליב א ווייב וואס וועט מאכן מער געספייסעטע פיש איז עס גוט פאר איהם..
אויב עס איז שוין יא באשערט דאס שידוך ווייל גיטי האט באלעבאסטעוועט אויף איר איז ער מער הארציג צו העלפן דאס אנדערע צד...
און ווען יאסעלע וויל ארויס בעקן פונעם שידוך איז ער רואיג און פרובירט נאר מיט די גוטע מהלך. ער פארשטייט צווינגן איז נישט גוט און אז די תועלת פארן קינד איז וויכטיגער ווי דאס נאמען אין גאס. גיטי קען אנדעריש נישט פארשטיין. פארדעם רעגט זי אויף געוויסע חברה דא אויף קאווע שטיבל [emoji1]
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
אוי אוי..... וואט ען עפיסאד.....
איך ווער משוגע פון די סעטינגס וואס זיי האבן.
די היציגע דיסקוסיע וואס גייט פאר מיט גיטי, יוסאלע, און ליפא מיט די פי דזשעיס 😂 😂 דאס איז ארגינעל!! זאל מען נאר אריינברענגען אביסל קאפע און אלעס וועט זיך בארואיגן.....
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
שוין ב"ה ס'דא גיטע נייעס ביי די טוניקס!
Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk
חנינא קומט מיר פאר, ווי 'מייק בורשטיין' אין קוני לעמעל בתל אביב... אזא גולם תמים
im in love with lipa
שטארקע עפיזאד
פיל פעין מיט פיל פאנטאזירטע הנאות ... ליפא מיט זיינע חרדים טאטאל דוס... און יוסעלע מיט זיין שירה...
חנינא קומט אריינ קלאר מיטן אריין אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער פאר פרנסה... סיי גיטי און סיי רוחמי טרעטן אפ פון זייער ביטערקייט... און פאנגען אביסל צוריק די הערצער פונעם עולם... ליפאס מעסעדזש קומט ענדליך אן צו זיין ווייב און זי קוקט ענדליך ארויס פון זיך און זעהט א צווייטן... בקיצור דראמא מיט הנאה אינאיינעם... די סעריע רעדט צו יעדן מער ווי אלע אנדערע... א שאד סגייט נאר זיין 9 עפ"י עפיזאדן...
די חברה פרובירן אז תענית דיבור זאל ווערן די נייע טוסטוס לא יעבור...
פילייכט וועט נאך יוסאלע אליינס גיין מאכן חופה וקידושין ביים ספרדישע רב הראשי וואס האט געמאכט פאר קיווע מיט רחלי 🙂
וואס דארפסטו גיין אזוי ווייט?
זייער חתונה וועט זיין אין די ווייס רעסטוראנט, פונקט ווי זיין טוניק מיט זיין שוועסטער.
קוויטעל 😂
רעב שולעם!... הרגת אותי..... 😂 😂 דו פארשטאפ דיין מויל!!! זאלסט איינרוען ווי א בובה'לע... הערזיך איין, גענוג צורעס האסטו געמאכט פאר עם ישראל....
חחחחחחחחחחחח אני נחנק מצחוק
יא יא דאס עפל פאלט נישט ווייט פון בוים.. די וואך צושרייט זיך גיטי אויף אידיש
מ גפניקוויטעל 😂

איך מיין אז פשוט יוסלה פארשטייט נישט קיין יודיש אזוי ווען אונז רעדן אנגליש פארנט פון די קינדער
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
קלוגע יודלמ גפניקוויטעל [emoji38]
רעב שולעם!... הרגת אותי..... [emoji38] [emoji38] דו פארשטאפ דיין מויל!!! זאלסט איינרוען ווי א בובה'לע... הערזיך איין, גענוג צורעס האסטו געמאכט פאר עם ישראל....
חחחחחחחחחחחח אני נחנק מצחוק
יא יא דאס עפל פאלט נישט ווייט פון בוים.. די וואך צושרייט זיך גיטי אויף אידיש
איך מיין אז פשוט יוסלה פארשטייט נישט קיין יודיש אזוי ווען אונז רעדן אנגליש פארנט פון די קינדער
איך רעד גראדע א גוטע יודיש און איך האב כמעט נישט פארשטאנען א ווארט פון זייערע יודיש...
איראניש א ליפא מאכט חוזק פון די פלאץ ווי זיי פילמירן די שאו אז זיי רעדן יידיש אבער א צוקראצטע רוסישע....
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
פרק 5 געווינט די מעדאל פון די שטערקסטע ליין און די שטערקסטע סצענע ביז אהער!
די שטערקסטע ליין: "אולי באמת גם אתם הייתם צריכים להקשיב לעצמכם לפני שהתחתנתם..." וגם אני בחלומי געדענק איז אז ווען איך פלעג דורכגיין די שידוכים מאניפולאציעס נישט מער געדאכט פלעג איך טראכטן דאס זעלביגע...
די שטערקסטע סצענע איז פארשטייט זיך די ענדע ווי רוחמי ליפערט די פאסט און זי זעהט חנינא טון דאס זעלביגע, זיס ווי צוקער,
!YUMMאלבערט איינשטיין
און ווען יאסעלע וויל ארויס בעקן פונעם שידוך איז ליפא רואיג און פרובירט נאר מיט די גוטע מהלך.
און זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז אויך א חלק פון די מאניפולאציעס, ווי באקאנט פאר אלע דא וואס זענען דאס דורכגעגאנגען...
וויי דער ליפא האט פארכאפט מיין סטארט אפ.....כהאב ערנסט געטראכט זיך אריינצולייגן אין דעם נאך די פריערדיגע עפיזאד, שוין כל מה דעביד רחמנא "וכולי וכולי"....
תִּהְיֶה יְהוּדִי כָּשֵׁר
פָּשׁוּט בְּלִי חֲלוֹמוֹת בְּלִי שְׁטוּיּוֹת כָּל הַיּוֹם בָּרֹאשׁ.. .
תִּהְיֶה יְהוּדִי פָּשׁוּט...
אֲבָל מָה
יֵשׁ לֵךְ גַּם לֵב?
קָשֶׁה לְךָ לִחְיוֹת לֹא כְּמוֹ שֶׁאַתָּה?
אָז מָה
הַקַּבַּ״ה עוֹזֵר!!
יַעַבְרוּ עֶשְׂרִים וְחָמֵשׁ שָׁנָה
וְהִנֵּה עָבְרוּ עֶשְׂרִים וְחָמֵשׁ שָׁנָה
הַקַּבַּ״ה עָזַר
עָזַר בְּהֶחְלֵט
אֲבָל הַלֵּב עֲדַיִין צוֹרֵם
עֲדַיִין מְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ
תִּהְיֶה יְהוּדִי
זֶה לֹא פָּשׁוּט
עִם חֲלוֹמוֹת בְּלִי שְׁטוּיּוֹת כָּל הַיּוֹם בָּרֹאשׁ.. .
אַל תִּהְיֶה בֵּן אָדָם פָּשׁוּט...
תִּהְיֶה פָּשׁוּט מִי שֶׁאַתָּה
תִּהְיֶה יְהוּדִי לֹא פָּשׁוּט
תִּהְיֶה פָּשׁוּט מִי שֶׁאַתָּה...
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/gbi.rose/posts/273325920801676">https://www.facebook.com/gbi.rose/posts/273325920801676</a>
רביה''ק זי''עתִּהְיֶה יְהוּדִי כָּשֵׁר

כ'האב געמיינט דו ברענגסט די אינטרו ליד; לאן הולכים פתאום כולם
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/watch/?v=882601358906620">https://www.facebook.com/watch/?v=882601358906620</a>
רביה''ק זי''עתִּהְיֶה יְהוּדִי כָּשֵׁר
פָּשׁוּט בְּלִי חֲלוֹמוֹת בְּלִי שְׁטוּיּוֹת כָּל הַיּוֹם בָּרֹאשׁ.. .
תִּהְיֶה יְהוּדִי פָּשׁוּט...
אֲבָל מָה
יֵשׁ לֵךְ גַּם לֵב?
קָשֶׁה לְךָ לִחְיוֹת לֹא כְּמוֹ שֶׁאַתָּה?
אָז מָה
הַקַּבַּ״ה עוֹזֵר!!
יַעַבְרוּ עֶשְׂרִים וְחָמֵשׁ שָׁנָה
וְהִנֵּה עָבְרוּ עֶשְׂרִים וְחָמֵשׁ שָׁנָה
הַקַּבַּ״ה עָזַר
עָזַר בְּהֶחְלֵט
אֲבָל הַלֵּב עֲדַיִין צוֹרֵם
עֲדַיִין מְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ
תִּהְיֶה יְהוּדִי
זֶה לֹא פָּשׁוּט
עִם חֲלוֹמוֹת בְּלִי שְׁטוּיּוֹת כָּל הַיּוֹם בָּרֹאשׁ.. .
אַל תִּהְיֶה בֵּן אָדָם פָּשׁוּט...
תִּהְיֶה פָּשׁוּט מִי שֶׁאַתָּה
תִּהְיֶה יְהוּדִי לֹא פָּשׁוּט
תִּהְיֶה פָּשׁוּט מִי שֶׁאַתָּה...
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/gbi.rose/posts/273325920801676">https://www.facebook.com/gbi.rose/posts/273325920801676</a>
Wow wow just wow
נישט אויפגעכאפט בשעת מעשה !
איך האב מיך געווארפן פון די פאון קאלל רעספאנעס צו די סרט עדס. איינס בעסער פונעם צווייטן.
אויס מענטש
חנינא קומט אריינ קלאר מיטן אריין אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער פאר פרנסה...
כ'האב געלאכט. ס'קוקט שוין באלד אויס ווי ס'נישטא פאר וועמען צו פאוסטן אויב יעדער פאוסט צו יעדן. וואס זענען די שאנסן לול. דואר חרדי..
מפיל קינדדי חברה פרובירן אז תענית דיבור זאל ווערן די נייע טוסטוס לא יעבור...
ס'איז זייער אינטערעסאנט, ביידע זענען געכאפט געווארן אין דער זעלבער צייט יעצט ביי קאראנע, און די סצענעס זענען שרעקליך ענליך. איך בין נייגעריג ווער האט פלאגאירט וועמען
ביידע הייבן זיך אן ווי דער פירער שלעפט אריין דאס לעצטע ציה פונעם ציגארעטל פארנט פון א פולע טענדער
ביידע האלט ער א דרשה בעפאר
און ביידע ענדיגט זיך מיט א טשענט
רביה''ק זי''עפרק 5 געווינט די מעדאל פון די שטערקסטע ליין און די שטערקסטע סצענע ביז אהער!
די שטערקסטע ליין: "אולי באמת גם אתם הייתם צריכים להקשיב לעצמכם לפני שהתחתנתם..." וגם אני בחלומי געדענק איז אז ווען איך פלעג דורכגיין די שידוכים מאניפולאציעס נישט מער געדאכט פלעג איך טראכטן דאס זעלביגע...
די שטערקסטע סצענע איז פארשטייט זיך די ענדע ווי רוחמי ליפערט די פאסט און זי זעהט חנינא טון דאס זעלביגע, זיס ווי צוקער,
!YUMMאלבערט איינשטיין
און ווען יאסעלע וויל ארויס בעקן פונעם שידוך איז ליפא רואיג און פרובירט נאר מיט די גוטע מהלך.
און זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז אויך א חלק פון די מאניפולאציעס, ווי באקאנט פאר אלע דא וואס זענען דאס דורכגעגאנגען...
און איך האב מקובל פון מיינע רבי'ס
כל השטיסלים קודש ועפיזאד 5 קוה"ק
טאמבל סאסאיך האב מיך געווארפן פון די פאון קאלל רעספאנעס צו די סרט עדס. איינס בעסער פונעם צווייטן.
דער וואס רופט אריין סטראשען 😂 😂 👍 👍
יוי איז דעיס גוט....... ספרד'ישע קללות מיט א אשכנז'ישע הברה 😂 😂 😂 😂 😂 😂
מפיל קינדדי חברה פרובירן אז תענית דיבור זאל ווערן די נייע טוסטוס לא יעבור...
אז מ'רעדט שוין פון תעניתים, נאך איינער האט געכאפט אז שולעם איז שרוי בתענית?
דער אלטער מעשן ואוכל האט נאכנישט אריינגענומען קיין ביסן אין מויל די גאנצע עונה
תה, קפה, און ציץ ענבים עם סודה דאס יא, אבער עסן?
מי יתננו ירחי קדם מיטצוהאלטן א טיש ביי רעב שולעם
מנחם, איך ווארט שוין 2 מעת לעת אויף דיינע זאפטיגע הערות. דו ברענגסט אייביג ארויס מיינע מחשבות אויפ'ן האר.
נעקסט טיים קום פריער.
מנחם ציוןמפיל קינדדי חברה פרובירן אז תענית דיבור זאל ווערן די נייע טוסטוס לא יעבור...
אז מ'רעדט שוין פון תעניתים, נאך איינער האט געכאפט אז שולעם איז שרוי בתענית?
דער אלטער מעשן ואוכל האט נאכנישט אריינגענומען קיין ביסן אין מויל די גאנצע עונה
תה, קפה, און ציץ ענבים עם סודה דאס יא, אבער עסן?
מי יתננו ירחי קדם מיטצוהאלטן א טיש ביי רעב שולעם
האט ער נישט געסען מיט קיווע בשעת'ן זיצן מיט דבורה'לע אין קיך?
אגב דאכט זיך מיר אז די יעצטיגע פרק איז די ערשטע וואס מ'זעט בכלל נישט שלום, אפי' ברמיזה. משפחת ווייס זענען די נייע הויפט כאראקטארן. נעקסטע עונה וועט עס שוין הייסן ווייס...
רביה''ק זי''עאבשלום בן מעכהוואו איז אנאנים מיט זיינע קלארע אנאליזן אויף יעדן פרק. מיר בענקען זיך.
כ'בין צוריקגעגאנגען זוכן משזר'נס אנאליזן אבער כ'האב זיי נאכנישט געטראפן, אפשר א צווייט מאל. אזוי מישנדיג האב איך גראדע באמערקט אז געוויסע האבן טענות אז די שאו איז "סם המוות" ווייל ס'לייגט אראפ חרדים אין א נעגאטיווע בליק, איך מיין אז די סארט טענות זאגן מער אויף דער וואס טענה'ט זיי ווי אויף די פראדוצירער פונעם סעריע. לדעתי לייגן זיי אראפ חרדים אביעקטיוו אזויווי זיי זענען, אז איינער האט נישט ליעב וואס ער זעהט איז עס ווייל ער האט נישט ליעב וואס ער זעהט ביי חרדים אין אלגעמיין, ער האט נישט ליעב די דמויות פון שטיסל ווייל ער האט נישט ליעב די דמות פון חרדים, אויף דעם שטייט "דער נאר זאל ארויס פון מקוה..." ס'נישט קיין פעלער אין שטיסל, ס'איז א פעלער אינעם אבזערווירער (אדער אין די חרדים זעלבסט...)
בככל נישט געגעטיו
ראוונעווער נאך האפט אז רחלי וועט זיך למעשה נישט אזוי שנעל אפגעטן פון קיווע
איך
The uncle Kivah was in love with art. The nephew Yosele is in love with biology. Their romantic interests are a quest to be understood and validated.
מה שאירע לקיבע אירע ליוסלה.
יעצט כאפ איך אז יאסעלעס גאנצע שידוך איז גאר בזכות א טויטע באטטערפליי.....
טאקע ראמאנטיש.....
פאר ווער עס קען עברית איז דא א גרופ אויף טעלעגראם וואס מען רעדט וועגן שטיסל
<a class="postlink" href="https://t.me/joinchat/Qox_07AeqQ2Na64E">https://t.me/joinchat/Qox_07AeqQ2Na64E</a>
📎 D95A4E65-002B-482A-8343-AFF2D8457526.jpeg
📎 Okinawa-Flat-Belly-Tonic-Review-1024x576.jpg
"I used Flat Belly Tonic, and achieved amazing results"
Rochamie T
Israel
פרישע ווארע... ווער ברענגט?
אבשלום בן מעכהפרישע ווארע... ווער ברענגט?
<a class="postlink" href="https://t.me/shtiseline">https://t.me/shtiseline</a>
דער עולם ווארט מיט שפאנונג פאר @אלבערט איינשטיין....
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
זופ מיט מאנדלעןדער עולם ווארט מיט שפאנונג פאר @אלבערט איינשטיין....
הייבט שוין אן.... איך בין די אפציעלע שטיסל געבער דא געווארן.... דא פראבלעם איז אז עס איז נישטא דערווייל צו געפינען מיט עברית סובטייטלס, וואס רוב פון אונז קען נישט באגיין אן דעם,
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
Wow איז דעיס אן episode!!!!!!
שלום האט זיך אנגעקישט אין נאכאיינעם.
עקיבא האט צישטערט נאך א relationship
צבי ארי' ציקער זיס.
Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk