☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29

יואליש » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 1:29 am

· #315156
עונה 2 פרק 3
כ'ווייס נישט אויב איינער האט שוין אנגעמערקט: די ניגון וואס גיטי שפילט אויפן אקארדיען איז די רוסישע ניגון וואס יו"ט עהרליך זינגט אלס "דער גענעראל".

https://www.youtube.com/watch?v=GmVKv9xQyrg

ראוונע » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:20 am

· #315164
לקראת פרק 10
https://m.youtube.com/watch?v=r017u-PTOv4
https://m.youtube.com/watch?v=TDiMBT-Nqaw

פישערער רבי » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:23 am

· #315182
א חרדישע פרוי קלינגט צו ששון גבאי - ר' נחום שטיסל און פרעגט עם וואס מיינט שטערצאלע

AUD-20151230-WA0033.m4a
📎 AUD-20151230-WA0033.m4a

פישערער רבי » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:37 am

· #315189
ואדקאינן ביה איימעצער ווייסט טאקע וואס מיינט פונקט שטערצאלע? פון וואו איז דאס גענומען?
כ'וואלט געזאגט מל' שטערן אזוי ווי זי האט געטראכט.

יואליש » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:40 am

· #315190
ביי אונז האט מען געניצט דאס ווארט שטערצל פאר א דעקעל פון א טאפ. וואס זאגן די שפראך קענער?

פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 12:07 pm

· #315195
ראוונע
לקראת פרק 10
https://m.youtube.com/watch?v=r017u-PTOv4
https://m.youtube.com/watch?v=TDiMBT-Nqaw

אוי! די שמיצל אויף דער בארד.. טאטע זיסע... איך זאג אייך, די סרטים וואלטן קיינמאל נישט געקענט געשפילט ווערן דורך גויים. די איינציגסטע וואס פארשטייען אונז, איז אונזערע פרייע ברידער און שוועסטער..

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 12:34 pm

· #315202
פישערער רבי
ואדקאינן ביה איימעצער ווייסט טאקע וואס מיינט פונקט שטערצאלע? פון וואו איז דאס גענומען?
כ'וואלט געזאגט מל' שטערן אזוי ווי זי האט געטראכט.

איך וועל לערנען אן אנדער'ן פשט.
אזוי ווי ליבי שטייט דאך יעצט אין שידוכים. און ס'איז ידוע דאס ווערטל לגבי שידוכים. אז...א יעדע טעפאלע טרעפט זיך זיין שטערצאלע... (כ'מיין, ס'איז מקורית'דיג א ירושלימ'ער אימרא). רופט זי איהר ..."טאטע"...שטערצאלע...!

שצם_חנכל » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 12:44 pm

· #315204
כדברי הבעלעגאלע
א טאפ מיט א שטארץ
א טעפל מיט א שטערצל
א טעפעלע מיט א שטערצעלע

"יעדעס טעפל האט זיך זיין שטערצל" איז א ווערטעל וואס מען פלעגט נוצן פאר א מאדנע-פאסענדע פארפאלק. זע דא באמצע הדף.

(דא ווערט גענוצט דער אויסדריק אנדערש ווי ביי ליבי, דער חתן איז די שטערצל און די כלה די טעפל, עיי"ש ובההערה למטה)
pot.png

יהושע חיים » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 7:35 pm

· #315490
לקראת פרק 11
https://www.youtube.com/watch?v=LPxoIV1 ... 02o1Hdu9Cr

יהושע חיים » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 7:44 pm

· #315493
https://www.youtube.com/watch?v=SubPcBW ... Cr&index=4

https://www.youtube.com/watch?v=cu6kXGe ... Cr&index=5

נעגעל וואסער » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 8:40 pm

· #315505
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ס'זעהט אויס ווי ס'גייט זיין לעבעדיג די פרק...
זאג נאר.. ווען איז מאצע די וואך?..

Sent from my SM-G800F using Tapatalk

באשטעטיגט » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 8:55 pm

· #315508
נעגעל וואסער
ס'זעהט אויס ווי ס'גייט זיין לעבעדיג די פרק...
זאג נאר.. ווען איז מאצע די וואך?..

על כגון דא מתפללים "הושענא יושבת וממתנת עד כלות השבת"

נעגעל וואסער » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 6:21 pm

· #315665
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נו? איינער מיט א לינק פון פרק 10? דראפבאקס? טעלעגראם?
די וואך איז הייסע נייעס.. חמין במוצ"ש מלוגמא..

Sent from my SM-G800F using Tapatalk

נעגעל וואסער » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 6:47 pm

· #315669
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נעגעל וואסער
נו? איינער מיט א לינק פון פרק 10? דראפבאקס? טעלעגראם?
די וואך איז הייסע נייעס.. חמין במוצ"ש מלוגמא..

Sent from my SM-G800F using Tapatalk

שוין דא אויף טעלעגראם.

Sent from my SM-G800F using Tapatalk

קאמפיאטער » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 6:48 pm

· #315670
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
פרק 10

עס איז 204 מב, איך וואלט געווארט אויף אביסעל א בעסערע... א שאד צו זעהן ווען עס איז נישט אייץ'-די.

היום זה הכול אייץ'-די.[emoji12]

https://telegram.me/filesbot?start=BQAD ... hPQSMckdUC

סביב העולם » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 7:04 pm

· #315674
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
עונה 2 פרק 10

https://www.dropbox.com/s/qnf2wxfg07a5s ... 9.mp4?dl=0

פרייוויליג » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 9:16 pm

· #315691
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
איך גלייב אז ליבע און קיווע גייען ווערן חילונים... קיווע גייט מעגליך קאלט ווערן פון די אינטערנעט...

לבי במזרח » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 9:35 pm

· #315692
http://www.dailymotion.com/video/x3kijl ... 10_animals

באשטעטיגט » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 9:44 pm

· #315694
שטיסל 2 - פרק 11
"הסתרה שבתוך ההסתרה" - עקיבא מנסה לחזור לאט אל הציור, למרות התנגדותה של ליבי. יוסל'ה מורחק מן הישיבה בגלל כלב משוטט שהוא מאמץ, וצבי אריה מקבל הזדמנות להגשים חלום ילדות ישן.

וכדומה.. » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 11:12 pm

· #315704
מזיזים יבשות בשבילך...

איך האלט אז די לעצטע סצענע ווי נוחעם פארחלומ'ט זיך אויף דעם ניגון קלאפט נישט מיט זיין קערעקטער, ער איז דער דאון-טו-אירט מענטש/ביזנעסמאן וואס געפילן קימערן אים נישט קיין סאך.

שמערל » זונטאג יאנואר 3, 2016 12:04 am

· #315710
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ליבי פארציילט פאר קאופמאן א געשיכטע איבער די פופטע סימפאניע פון מאהלער, און ער זאגט יא די טראגישע סימפאניע.
די צרה איז נאר אז די טראגישע סימפאניע (וואס לכאורה פן דעם רעדט זי, און כ'מיין אז דאס איז די ענדינג סקאור פון די עפיזאד) איז די זעקסטע סימפאניע און נישט די פופטע.

https://en.wikipedia.org/wiki/Symphony_ ... 8Mahler%29

קאמפיאטער » זונטאג יאנואר 3, 2016 12:36 am

· #315713
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
געפעלט מיר, נוחעם ווייסט אז צו קענען פויעלן עפעס ביי שולם גייט עס מיט א טעלער עסן.

און שלום מיט די נאכט העמעד איז ער אייביג רעדי פאר אביסעל עסן.

ראוונע » זונטאג יאנואר 3, 2016 12:51 am

· #315717
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
פארשלופען אלץ מזכיר ביי שולעם
וואס איז פשט פון די מאדנע צעטל וואס שולעם וויל אז נוחעם זאל אונטערשרייבען?
שולעם הערט גששות אין די גאנצע חדר האלט מיט

Sent from my iPhone using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 3, 2016 1:17 am

· #315721
סביב העולם
עונה 2 פרק 10

https://www.dropbox.com/s/qnf2wxfg07a5s ... 9.mp4?dl=0

סביב העולם: פאר מיר זעהט אויס אז ..."נוחעם"...איז א גילגול פון לבן הארמי...און ..."עקיבא"...האט חתונה געהאט מיט זיין טאכטער...!
..."שולם" איז א געזונטער לץ...!

סביב העולם » זונטאג יאנואר 3, 2016 1:21 am

· #315722
"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ווי איך פארשטיי גייט נוחעם נישט געבן קיין שום ספר תורה ער וויל נאר ווייזן פאר שלום אז ער טיט מער פאר די מאמע הייסט ער אריינלייגן מודעות אין די צייטונגען אין יעצט קען ער אינטערשרייבן די צעטיל.
די שאלה איז נאר פארוואס געט עם שלום די צעטיל צי האלטן?

יואליש » זונטאג יאנואר 3, 2016 1:53 am

· #315737
שמערל
ליבי פארציילט פאר קאופמאן א געשיכטע איבער די פופטע סימפאניע פון מאהלער, און ער זאגט יא די טראגישע סימפאניע.
די צרה איז נאר אז די טראגישע סימפאניע (וואס לכאורה פן דעם רעדט זי, און כ'מיין אז דאס איז די ענדינג סקאור פון די עפיזאד) איז די זעקסטע סימפאניע און נישט די פופטע.

https://en.wikipedia.org/wiki/Symphony_ ... 8Mahler%29

די עפיזאד ענדיגט זיך מיט די פערדע מאוומענט פון מאהלער'ס פיפטע סימפאניע. אבער זאגסט א גיטע כאפ.

פישערער רבי » זונטאג יאנואר 3, 2016 1:58 am

· #315738
ס'אזוי געשמאק צו זעהן ווי שלום לאכט אויף גארנישט מיט גארנישט הערנדיג די "גששים"..... אבי מ'לאכט.... (ווייל זי האט עם דאך געזאגט אז ס'גוט)
און אז דער גאנצער חדר לאכט מיט דאס איז א גוטע שטיקל....
קיווע גליטשט ווי א אמתע צ'אלמער בטלן....

רבי לעבען » זונטאג יאנואר 3, 2016 1:58 am

· #315739
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
קען איינער שיקן א לינק פון פרק 10נישט נאר פון די ערשטע 15 מינוט

Sent from my iPod touch using Tapatalk

יואליש » זונטאג יאנואר 3, 2016 2:18 am

· #315742
כ'געדענק נישט אויב שטיסל האט שוין געהאט עפיזאדן אין ביהמ"ד, אבער זיכער נישט געניג. דארט איז ווי די מענער מאכן רוב ביזנעס. ס'איז א חסרון אינעם שאו נישט צו האבן א שטיבעל'ס קאפע צימער, פאליש, מנינים, מקואות.

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 3, 2016 2:58 am

· #315743
בענדזשאמין פרענקלין
דער קיווע שלעפט זיך ארום מיט א גל-פז בעג וואו ער גייט און וואו ער שטייט.. קוקט אויס אז דאס איז א חרידישע פעטיש.

ס'איז א סטייל אין ארץ ישראל, כ'געדענק אז אין ישיבה האבן אלע בחורים זיך געדרייט מיט גל פז זעקלעך, די תפילין בייטל פיט אריין פונקטליך, ווי געמאסטן. און דאס איז די גאונות פון דעם שאו, זיי האבן ארויס אונזערע קלענסטע פרטים!

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 3, 2016 3:00 am

· #315744
סביב העולם
ווי איך פארשטיי גייט נוחעם נישט געבן קיין שום ספר תורה ער וויל נאר ווייזן פאר שלום אז ער טיט מער פאר די מאמע הייסט ער אריינלייגן מודעות אין די צייטונגען אין יעצט קען ער אינטערשרייבן די צעטיל.
די שאלה איז נאר פארוואס געט עם שלום די צעטיל צי האלטן?

כ'מיין אז ער וויל מיט דעם ווייזן פאר גמח"ים אז ער איז א נגידישע איד, און האט געלט אויף צוריק צו באצאלן. אבער ווען דער הערשי רופט עם אז ער מוז האבן די געלט אויף מארגן האט ער נישט קיין ברירה און גייט חתמנ'ן די צעטל פאר זיין ברודער.

בד"וו, דער הערשי'ס אידיש סאונדט גאנץ היימיש, איז ער משלנו?

יואליש » זונטאג יאנואר 3, 2016 3:03 am

· #315745
ס'קען זיין א וואויסאווער.

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 3, 2016 3:06 am

· #315746
ראוונע

וואס איז פשט פון די מאדנע צעטל וואס שולעם וויל אז נוחעם זאל אונטערשרייבען?

זעט מיר אויס ווי פשוט, שלום האלט אז באמת קומט זיך עם די ירושה, די פרק הויבט זיך טאקע אן מיט א שטיקל פון א פריערדיגע עפיזאד ווי שלום פראבירט משכנע זיין זיין מאמע אז ער איז די בעסערע זון און נחום איז נישט געקומען צו איר יארן לאנג. און ער וויל זיין ברודער זאל עם מודה זיין אז ער איז די מער איבערגעגעבענע זון, די דירה מאכט עם נישט אויס, ער וויל אבער די רעקאגנישען.

ראוונע
שולעם הערט גששות אין די גאנצע חדר האלט מיט

פאר די וואס פארשטייען עברית, העטס זיי אויס, אסאך פון איזראעלי קולטור און סלענג קומט פון זיי. אן אינטערעסאנטע זשאנער פון היומאר.

https://soundcloud.com/buna76/apaagenyrnrq/sets
https://soundcloud.com/liront231/s3fr9ywetgis/sets
http://www.wonder-tree.com/uni-humor45.htm
http://www.baba-mail.co.il/content.aspx?emailid=35713
http://redmp3.cc/17670168/hgshsh-hkhyvv ... khv-l.html
https://soundcloud.com/liront231

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 3, 2016 3:08 am

· #315747
יואליש
ס'קען זיין א וואויסאווער.

נישט משנה, דער וואס רעדט סאונדט ווי א היימישער.

קינד_אן_קייט » זונטאג יאנואר 3, 2016 3:41 am

· #315748
סביב העולם
ווי איך פארשטיי גייט נוחעם נישט געבן קיין שום ספר תורה ער וויל נאר ווייזן פאר שלום אז ער טיט מער פאר די מאמע הייסט ער אריינלייגן מודעות אין די צייטונגען אין יעצט קען ער אינטערשרייבן די צעטיל.

ער וויל ניצען די מודעות פאר׳ן מנדב זיין די ספר תורה אלץ אדווערטייזינג פאר׳ן נייעם ״נוחעם טורס״ געשעפט.

ער זאגט בפירוש פאר׳ן פאנדרעיזער אז ס׳מוז שטיין ״נוחעם טורס״ און ליבי זאגט פאר קיווע אז סוף וואך וועלן קונדן אנהייבן קומען ווייל איר טאטע האט איר געזאגט אז ״ס׳גייט זיין מודעות אין די צייטונגען״.

סמבטיון » זונטאג יאנואר 3, 2016 11:40 am

· #315776
איך מיין, אז די פשט פון שלום'ס צוריק געבן די צעטל פאר נחום, איז אז ער זאל האבן אביסעל יסורי מצפון, אויף וואס ער איז קיינמאל נישט געקומען באזיכן די מאמע, ווי געזאגט, איך וועל די העלפן ווייל די ביזט מיין ברידער, און איך וועל דיר שאפן ס'געלט, אבער זאלסט אייביג געדענקען וואספארא חיה די ביזט אלע יאהרן געוועהן, געזיצן אין בלגיה און געמאכט געשעפטן און נישט געקומען באזיכן די אלטע מאמע פאר 15 יאהר.

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 3, 2016 9:10 pm

· #315878
וכדומה..
מזיזים יבשות בשבילך...

איך האלט אז די לעצטע סצענע ווי נוחעם פארחלומ'ט זיך אויף דעם ניגון קלאפט נישט מיט זיין קערעקטער, ער איז דער דאון-טו-אירט מענטש/ביזנעסמאן וואס געפילן קימערן אים נישט קיין סאך.

זיי ווילן ווייזן אז אפילו נחום איז אזא שטערקער מענטש וואס ס'קיקט אויס ווי געפילן גייען עם קנאפ אן, דאך איז ער נאר א מענטש. און עפעס געפילן האט ער יא

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 3, 2016 9:12 pm

· #315879
און איך טראכט יעצט אז אוודאי האט עס מיט זיין קארעקטער אלץ א געזינטער פאפער , אז אפילו ער האט געזאגט פאר ליבי אז מער הערט ער מער נישט דעם געזאנג , הער ער עס מיט א פעסטקייט

ברוך בער » זונטאג יאנואר 3, 2016 10:29 pm

· #315889
וואס איז דאס בובאלע? נישט געהערט דערפון.

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 3, 2016 10:39 pm

· #315890
ס'איז עפעס אזא מין מאכל וואס די טשאלמעס עסן

זוכער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 12:18 pm

· #316109
וואס באדייט וואס קיווע צעשנייד די מאלעריי פון זיין חתונה בריוול וואס ליבי האט געבעטן, און צינד נאך דירעקט אן די מצלמות אז נוחעם זאל עס זעהן?
עס מאכט פשוט נישט קיין פשט?

רימון » דינסטאג יאנואר 5, 2016 12:31 pm

· #316116
ער צינד אן הארט פאר'ן ארויסגיין, די קאמעראס זאלן דינען איר צוועק, אפהיטן די אפיס אין די נאכט שטונדן.

קאמפיאטער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 12:46 pm

· #316123
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
רימון
ער צינד אן הארט פאר'ן ארויסגיין, די קאמעראס זאלן דינען איר צוועק, אפהיטן די אפיס אין די נאכט שטונדן.

איך מיין ער צינד עס אן ספעשעל ביים צירייסען זיין מאלעריי, ער קיקט אזוי אויפן קעמרע ווי צי ווייזען פאר נוחעם.

פארצווייפלטער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 2:09 pm

· #316138
סמבטיון
ווי גוט נחום זאל נאר נישט זיין, קען ער נישט באהאלטן זיין פרענקישע נאז, בדרך אגב, אויב כהאב נישט קיין טעות פלעגט ער עקטן ביי גרובייס, דאכצעך ביי הדוב המרקד איז נחום די פריץ.

יענער איז אברהם סלקטר

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%98%D7%A8

יואליש » דינסטאג יאנואר 5, 2016 3:01 pm

· #316141
זוכער
וואס באדייט וואס קיווע צעשנייד די מאלעריי פון זיין חתונה בריוול וואס ליבי האט געבעטן, און צינד נאך דירעקט אן די מצלמות אז נוחעם זאל עס זעהן?
עס מאכט פשוט נישט קיין פשט?

די שאלה איז צו ער shred די שידוך אדער זיין טאלאנט. איך האב געזעהן defiance אין די סצענע. די וועג וויאזוי ער פארנויגט זיך, ווי א פערפארמער אויפן סטעעדזש, שמעקט אלס foreshadowing אז עקיבא גיבט נישט אויף זיין דראנג צו זיין קריעטיוו זייט, אפשר גאר צו רייזן קיין ניו יארק און באקומען אנערקענונג. די ענדע ווי נחום פאלט אריין אין א דביקות מיט זיין באליבטע סימפאניע איז א device צו אהיימדרייווען די theme: מ'קען פרובירן צו דערשטיקען אן אינערליכע דראנג, אבער מ'קען עס נישט גענצליך פארלעשן. און ווי א העראאין עדיקט, לעבט מען מיטן סטראגעל פאר אייביג, אלעמאל איין טריט אוועק פון צוריקפאלן. עקיבא'ס סטראגעל גייט פארבלייבן אין זיין די ען עי עד יום מותו, אדער גייט ער נאכגיין זיין שאיפה.

שמערל » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:29 pm

· #316157
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
איך זעה דערין אזא רעבעליעס אקט. ליבי וויל ער זאל מאלן אבער נישט זיין קיין מעלער, מאכן עמבלעמ'ס אויף חתונה בריוולך, נוי סוכה וכו'. פאר קיבע איז אזא לעבן נאך ערגער ווי נישט מאלן בכלל, דערפאר צומאלט ער עס.

יואליש » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:33 pm

· #316160
א צווייטע וועג צו אפלערנען די סצענע איז אלס אן אקט פון הכנעה, עכ"פ אויף די מינוט. עקיבא צינד אן די קאמארא און פארנויגט זיך מיט הכנעה צום מחותן נחום, זאגענדיג I wanna give it all I have, און proceed צו פארשניידן יעדע קשר מיט זיין טאלאנט, אפי' די חתונה בריוועל וואס זיין כלה האט אים ערלויבט און אפי' געבעטן. נאכער קומט די "סימפאניע אויף די באלקאני" סצענע, ווי צו זאגן, אוי איז דער עקיבא נאיוו, not so fast, די אינערליכע קאמפ האט נישט קיין ענדגילטיגע שלאכט.

און אנדערע ווערטער, כ'בין ברור איבער די סימבאליזים וואס שטעקט אין נחום'ס "סימפאניע אויפן באלקאני" סצענע. כ'בין נישט אזוי זיכער צו די shredder סצענע איז defiance אדער wishful submission. במושכל ראשון האט עס אויסגעקוקט ווי defiance.

דאס איז כמעט קלאר אז די ending ס'איז בכוונה ambiguous ווייל די המשך וועט קלאר ווערן ביים נעקסטן עפיזאד צו וואס די דאזיגע ענדינג דינט אלס אן אריינפיר.

יואליש » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:34 pm

· #316162
שמערל
איך זעה דערין אזא רעבעליעס אקט. ליבי וויל ער זאל מאלן אבער נישט זיין קיין מעלער, מאכן עמבלעמ'ס אויף חתונה בריוולך, נוי סוכה וכו'. פאר קיבע איז אזא לעבן נאך ערגער ווי נישט מאלן בכלל, דערפאר צומאלט ער עס.

זייער א שיינע און טיפע נקודה.

דענקער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 5:19 pm

· #316180
כשמערל, האב איך געזען דערין ווי איינער זאגט: דו ווילסט כ'זאל אויפהערן מאלן לחלוטין. אבער ווען דו ברויכסט דעם גנב, נעמסטו אים אראפ פון די תליה. בלא! אז כ'על נישט מאלן, על'ך נישט מאלן אפילו ווען ס'קומט דיר אויס גוט אויך נישט.

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 5:23 pm

· #316183
יואליש
א צווייטע וועג צו אפלערנען די סצענע איז אלס אן אקט פון הכנעה, עכ"פ אויף די מינוט. עקיבא צינד אן די קאמארא און פארנויגט זיך מיט הכנעה צום מחותן נחום, זאגענדיג I wanna give it all I have, און proceed צו פארשניידן יעדע קשר מיט זיין טאלאנט, אפי' די חתונה בריוועל וואס זיין כלה האט אים ערלויבט און אפי' געבעטן. נאכער קומט די "סימפאניע אויף די באלקאני" סצענע, ווי צו זאגן, אוי איז דער עקיבא נאיוו, not so fast, די אינערליכע קאמפ האט נישט קיין ענדגילטיגע שלאכט.

און אנדערע ווערטער, כ'בין ברור איבער די סימבאליזים וואס שטעקט אין נחום'ס "סימפאניע אויפן באלקאני" סצענע. כ'בין נישט אזוי זיכער צו די shredder סצענע איז defiance אדער wishful submission. במושכל ראשון האט עס אויסגעקוקט ווי defiance.

דאס איז כמעט קלאר אז די ending ס'איז בכוונה ambiguous ווייל די המשך וועט קלאר ווערן ביים נעקסטן עפיזאד צו וואס די דאזיגע ענדינג דינט אלס אן אריינפיר.

איך ווייס נישט פארוואס איך האב עס אנגעקוקט ווי שלאבעריש, אז קיווע האט געמיינט אז עס איז אנגעצינדען און האט געמיינט אז ער לעשט עס אויס, ביזדערווייל האט ער עס אנגעצונדען. צוליב דעם מאכט ער פאקסן צום קעמערע ווייל נוחעם זעט דאך סייווי נישט..
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29