☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29

שושן פורים » דאנערשטאג יולי 9, 2015 8:59 pm

· #288547
גם אני מצטרף לבקשת חברינו היקר ערעב @ירא שמים געוויסע עפיזאדן איז דא אויף יו טוב אבער די רעסט איז נישט דא צום געפינען, אויב איינער קען ארויסשטעלן אויף דראפ באקס איט וואלד בי גרעיטלי אפרישיעטעד

שושן פורים » דאנערשטאג יולי 9, 2015 9:01 pm

· #288548
berlbalaguleh
כוכב
וואו קען מען זען די צווייטע סיזען?

נעטפליקס האט אויך עפעס אן אפפער. מיט אנדערע חשבונות...!

וויאזוי קומט מען אהן צו דעם אויף נעטפליקס? וויפיל איך זיך עס איז עס נישטא צום געפינען

מיימון » דאנערשטאג יולי 9, 2015 11:39 pm

· #288587
גיב א זוך פאר shtesel s01e03 וועסטו עס טרעפן אראפצולאדענען, טויש די לעצטע נומער פאר דעם פרק וואס דו זוכסט, אויב ווילסטו קען איך עס ארויפלאדענען דינסטאג ווען איך וועל האבן ווייפיי

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 9, 2015 11:43 pm

· #288590
שושן פורים
גם אני מצטרף לבקשת חברינו היקר ערעב @ירא שמים געוויסע עפיזאדן איז דא אויף יו טוב אבער די רעסט איז נישט דא צום געפינען, אויב איינער קען ארויסשטעלן אויף דראפ באקס איט וואלד בי גרעיטלי אפרישיעטעד

אין יו טוב וועסטו טאקע נישט טרעפן טריי צו זיכן אויףhttp://www.dailymotion.com

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 9, 2015 11:44 pm

· #288591
שושן פורים
גם אני מצטרף לבקשת חברינו היקר ערעב @ירא שמים געוויסע עפיזאדן איז דא אויף יו טוב אבער די רעסט איז נישט דא צום געפינען, אויב איינער קען ארויסשטעלן אויף דראפ באקס איט וואלד בי גרעיטלי אפרישיעטעד

אין יו טוב וועסטו טאקע נישט טרעפן טריי צו זיכן אויף

www.dailymotion.com

ירא שמים » מאנטאג יולי 13, 2015 6:59 pm

· #289123
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ווען קומט ארויס עונה 2 ?

מיימון » דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:13 pm

· #289800
מיינע איינדרוקן איבער די כאראקטערן פון די סעריע (איך האב עס יעצט דאס ערשטע מאל געזען, גוט מארגן אמעריקע...)

שלום: שוין ארויסגעברענגט, א זעלבסט זיכערער מאניפולירער וואס האלט אז ער פארשטייט אלעס, און אומבאוואוסטזיניג מאכט ער חרוב דאס לעבן פון זיינע קינדער און אלע ארומיגע, (און אויך זיין אייגענע ווי צב''ש מיט עליזה), ווי נאר ער כאפט אפאר געזונטע קלעפ ווערט ער ווייעך ווי פוטער, אבער איינמאל ס'איז אריבער ווערט ער צוריק דער אלטער טעראריסט און נעמט זיך הערשן אויף זיינע ארומיגע ווי גארנישט וואלט געווען.

צבי אריה: א שטייפער כאראקטער מיט דעם טאטנ'ס נאטורן, כאטש ער טראגט מיט זיך היבש ווייטאג האנדלט ער עס זייער גוט און לאזט נישט עס זאל צושטערן זיין לעבן, ער ווייסט זיינע פריאריטעטן און פרובירט צו פארגעסן פון זיינע פארלוירענע געלעגנהייטן.

עקיבא: א ווייכער געפילישער און תמימות'דיגער בחור, (גע'ירש'נט די נאטורן פון די מאמע צו וועם ער איז שרעקליך צוגעבונדן), מיט א שטארקע נויגונג צו קונסט (וואס גייט צוזאמען מיט געפילן), זייענדיג דער מוזשיניק האט זיין טאטע אים נישט אזויפיל געשטערט פון אנטוויקלען זיינע געפילן און טאלאנטן און דאס ברענגט אים צו אסאך פראבלעמען, ער קען נישט אויפהערן צו נאכגיין זיין געפיל, אבער מיט זיין ווייכהארציגקייט קען ער נישט באהאנדלען די סיטואציע און ער לאזט זיך מאניפולירן פון זיין טאטע, און טיילמאל מאכט ער אליין חרוב די זאך מיט זיין אומבאהאלפנקייט, ער איז היבש צומישט און פארלוירן אויף די וועלט זייענדיג אליין מיט זיינע געפילן אן קיין הילף פון קיינעם.

גיטי: א טיפישע חרדי'שע ווייבל, זייער געטריי און איבערגעגעבן, א צוגעלאזענע און אמת'דיגע, זי פרובירט זיך צו ספראווען מיט די שווערע מצבים וואס מאכן איר צוביסלעך נאר שטערקער, זי ליידט אסאך און שלינגט, און בויט זיך אויף א פעסטקייט וואס קומט פון ביטערער ערפארונג, כאטש וואס אינעווייניג בלוט מיט ווייטאג וואס קומט ארויס פון צייט צו צייט.

ליפא: א אויבערפלעכליכער יונגערמאן וואס פרובירט זיך אומבאהאלפענערהייט צו אריינדרייען אין די גרויסע וועלט, זיין וואוילטשיקע ווייב פארשטייט נישט צו זיינע באדערפענישן און ער אליין איז נישט גענוג קלוג צו קעיר נעמען פון איר נאר לעבט זיך אין זיין וועלטל און לויפט כסדר נאך זיין אנטלויפנדן מזל.

אלישבע: פול מיט ווייטאג פון פיל איבערלעבענישן, אבער פאסיוו און אויסגעלאשן, כאטש זי שטעלט אן א פנים ווי זי גייט אן געהעריג צופרידן און העפליך האט זי שוין אויפגעגעבן אויף די וועלט און באגראבט אירע געפילן טיף אין הארץ, ווען עקיבא וועקט אויף אירע באהאלטענע געפילן איז עס איר זייער שווער און זי קען עס נישט נעמען, צום סוף ווערט זי נאכגעשלעפט נאך אים און לאזט אירע געפילן גיסן, אבער זי בלייבט זייער סענסיטיוו און דערשראקן און קען זיך נישט ברענגען צו גיין ווייטער, ביז זי אנטלויפט צום סוף.

באבע מלכה: פונקט ווי איר זון, א שטארקע כאראקטער אן קיין תוכן, אויף די עלטער ווען די בושה איז זי אוועק שעמט זי זיך נישט צו פארלאנגען אירע משוגעת'ן מיט א פעסטקייט, און גייט אן מיט עקשנות, זי נוצט אויס די געטרייערע פון אירע אייניקלעך ביז'ן סוף, אבער האלט זיך ווייט פון די שטערקערע ווי שלום וואס שפיגלט איר אפ איר אייגענע נאטור.

האפנטליך וועט די צווייטע סעריע זיין נאך שטערקער און בעסער, עקיבא גייט חתונה האבן ווי מ'זעט פונעם ברית, אבער לכאורה נישט מיט אלישבע, מיט וועם יא?, דער אנדערער וואס שטייט דארט נעבן שלום דוכט זיך איז מיר קענטליך, צו איז ער דער צוקונפטיגער מחותן? מיר ערווארטן א שטארקע סעריע...

moshav zekeinim » פרייטאג יולי 17, 2015 9:55 am

· #289861
זייער שיין ארויס געברענגט יעדנס ראלע. מיין שאלה איז צו דאס איז טאקנ געווען די כונה פון מחבר העלילה

יוחנן הסנדלר » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 9:42 am

· #301034

דעת תורה » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 8:58 am

· #305539
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
Oct 31

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 12:31 pm

· #305558
ס'איז דא אן אנדערע סעריע וועלכע איז געלאפן אויף די איזראעלי טי.ווי. וואס הייסט ..."החצר"}... נאר דאס איז שוין א ביסל עלטער. פון בערך 2004. די פילמינג טעכניק איז נישט אזוי גוט ווי די אויף ..."שטיסל". די בילדער זענען נישט אזוי קלאר. אויך. טייל פון די עקטערס זעען נישט אויס אזוי אויטענטיש ווי די אויף שטיסל. אויך מאכן זיי קליינע טעותים אין .."סקריפט"...אבער פונדעסטוועגן דאך איז עס א זייער געשמאקע סעריע, מיט א סאך אידיש אריינגעווארפן צווישן די עברית'ע ווערטער. ווי ס'זעהט אויס זענען די פראדוסערס רוסישע אימיגראנטן וועלכע האבן געקעיטערט צו א לייכט-רעליגיעזע, רוסישע אוידיענץ. די סוב-טייטלס זענען אויך אין רוסיש. אויסער עברית...!
אויך. די פראדוצירערס פון די ..."שטיסל" סעריע" האבן אויך אהערגעשטעלט אן אנדער סעריע וועלכע הייסט ..."סרוגים"...מלשון כיפה סרוגה. וועלכע טוט באשרייבן דאס לעבן פון די מזרחי קאמיוניטי אין ארץ ישראל. דאס איז אויך זייער אויטענטיש. אויב נישט אזוי פאפולער ווי שטיסל...!

יוחנן הסנדלר » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 2:03 pm

· #305580
https://www.youtube.com/watch?v=9GO5zSGnlMY

https://www.youtube.com/watch?v=rXV5FK4rFSM

ודי למבין » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:26 pm

· #305673
איינער ווייסט אפשר ווי מען קען נאך יעצט וואטשן עונה1 אפילו פאר געלט?

ירא שמים » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:30 pm

· #305675
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
מיימון
גיב א זוך פאר shtesel s01e03 וועסטו עס טרעפן אראפצולאדענען, טויש די לעצטע נומער פאר דעם פרק וואס דו זוכסט, אויב ווילסטו קען איך עס ארויפלאדענען דינסטאג ווען איך וועל האבן ווייפיי

רימון » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:46 pm

· #305678
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
Shtisel שטיסל

https://telegram.me/joinchat/AzqiSjvC5f6FP1UH6jI4og

Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk

דעת תורה » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 4:21 am

· #305713
וואס טוט זיך מיט די ענגליש סובטייטלס ווערסיע, וואו קען מען דאס שאפן בחינם?

ודי למבין » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:44 pm

· #305825
שכח רימון, ירא שמים און מימון. ס'געווען א גרויסע העלפ.

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 9:20 am

· #306604
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ערשטע עפיזאד שוין עוועילעבל

https://youtu.be/ZHUI3TfAja0

פרייוויליג » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 10:40 am

· #306615
דעת תורה
ערשטע עפיזאד שוין עוועילעבל

https://youtu.be/ZHUI3TfAja0

אשאד די זיסע אלישבע עקט נישט דא.

זוכער » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:44 pm

· #306679
אוי געוואלד.
באבע מלכה איז פארטוישט. אוי וויי וואס א דורכפאל.

די נייע באבע מלכה זאגט שולמ'ען גיב אכט אויף דיין פ***. אזוי סטופיד!

קאצקע ציקער » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 4:48 pm

· #306723
אלטץ פאנגן זיי אן מיט א חלום.. אוועראלל איז עס גאנטץ גיט. שוין צוויי ברידער רעדן נישט צווישן זיך וואס נאך איז נייעס!..

הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 8:42 am

· #306818
זוכער
אוי געוואלד.
באבע מלכה איז פארטוישט. אוי וויי וואס א דורכפאל.

די נייע באבע מלכה זאגט שולמ'ען גיב אכט אויף דיין פ***. אזוי סטופיד!

די ארגינעלע באבע מלכה איז געשטארבן א יאר צוריק. די נייע באבע מלכה טויג נישט. נאך א מזל אז רעבעצין ערבליך איז נאך די זעלבע. אויך איז די געוואלדיגע הדס ירון (פון Fill The Void) אויף די שאו יעצט אין די כאראקטאר פון ליבי די טאכטער פון פעטער נחום. זי מאכט א סופער דזשאב.

אגב, פופיק מיינט נישט וואס דו מיינסט אז עס מיינט. פופיק איז די naval, אדער ווי קינדער רופן עס בעלי באטאן.

קאצקע ציקער » פרייטאג אקטאבער 30, 2015 4:59 pm

· #307032
גראדע די ליבי די טאכטער פון נחום קען א היימישע יודיש פרעג מיך נישט פון ווי ווייל איך ווייס נישט.

זי שפילט אויף Felix and Meira זי רעדט דארט א פיינע יודיש

פרייוויליג » מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 8:42 pm

· #307038
הוגה
זוכער
אוי געוואלד.
באבע מלכה איז פארטוישט. אוי וויי וואס א דורכפאל.

די נייע באבע מלכה זאגט שולמ'ען גיב אכט אויף דיין פ***. אזוי סטופיד!

די ארגינעלע באבע מלכה איז געשטארבן א יאר צוריק. די נייע באבע מלכה טויג נישט. נאך א מזל אז רעבעצין ערבליך איז נאך די זעלבע. אויך איז די געוואלדיגע הדס ירון (פון Fill The Void) אויף די שאו יעצט אין די כאראקטאר פון ליבי די טאכטער פון פעטער נחום. זי מאכט א סופער דזשאב.

אגב, פופיק מיינט נישט וואס דו מיינסט אז עס מיינט. פופיק איז די naval, אדער ווי קינדער רופן עס בעלי באטאן.

גערעכט, איך האב נישט אויפגעפאסט אז הדס ירון עקט דארט אויך. זי איז א מאדעל.

יהושע חיים » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 1:59 am

· #307064
קאצקע ציקער
גראדע די ליבי די טאכטער פון נחום קען א היימישע יודיש פרעג מיך נישט פון ווי ווייל איך ווייס נישט.

זי שפילט אויף Felix and Meira זי רעדט דארט א פיינע יודיש

אויף א שמועס מיט לוזער טווערסקי איבער דער פילם Felix and meira זאגט ער אז ער האט איר געדארפט אויסלערנען די ליינס אין אידיש ווייל זי קען נישט קיין אידיש

אבי גערעדט » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 1:08 am

· #307065
Re:
אוודאי געוויס קען זי קיין אידיש נישט, דו רעדסט דא פון א ריכטיג פרייע מיידל, וואס זאגט אז זי האט קיין חרדי קיינמאל נישט געזען, און ביים אויפטרעטן אויף fill the void האט זי די ערשטע מאל זיך באקענט מיט די חרדישע שטייגער, אידיש זאל זי קענען?

קרעקער » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 9:39 am

· #307090
פרק 2 און פרק 3

פרק 2
קבוצת עולם המדיה
http://www.upf.co.il/file/91302494.html
קבוצת עולם המדיה
http://www.myfile.co.il/view/811c237c6b

פרק 3
קבוצת עולם המדיה
http://www.upf.co.il/file/518981448.html
קבוצת עולם המדיה
http://www.myfile.co.il/view/782cb994cf

גיבור » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 10:13 am

· #307317
דער נחום איז פיינע נייעס !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

קורץ און שארף » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 3:45 pm

· #307371
[ציטאט אראפגענומען]

עס האט געהייסן א צייט צוריק אז א אמריקאנער פירמע האט אפגעקויפט די זכות עס צו לופטערן אין ענגליש, אבער עס וועט מסתמא נישט זיין אזוי שנעל

פארוואס פונקטליך דארפטסו ענגליש? פארשטייסט נישט היברו?

קאצקע ציקער » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 5:04 pm

· #307380
גיבור
דער נחום איז פיינע נייעס !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

און קיווע איז גאר שוואך

מארמאראשער » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 5:36 pm

· #307384
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ווי אפט קומען זיי ארויס? ווען קומט ארויס די נעקסטע?

קאצקע ציקער » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 5:52 pm

· #307390
שש די זעלבע וואס דו זאגסט לגבי די טאכטער פון ליפא ווייס פיל איך לגבי קיווע , ער איז ממש נישט צו די זאך און עקט נישט גיט ווי א מאה שערים שבבניק

א זייטיגע נאטיץ, דער נוחם איז א ריכטיגער אנטווערפענער... 😂

זוכער » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 5:54 pm

· #307391
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
יעצט האלט מען דא:
1) גיטי איז אוועק פון ליפא (ווייל ער האט געגעבן דעם נאמען זליג)

2) רוחמי זוכט ליבע ביי עפעס א פרומען כנאקישן בחור אין שול און לייגט אים אראפ עסן.

4) נחומ׳קע צעקריגט מיט שולם, און אוועק פון זיין דירה מיט ליבי.

5) קיווע געווארפן פון מלומדות / צעריסן דעם מכתב פיוס פאר שולם / ענדליך פארקויפט א מאלעריי פאר א גאלאריע / אינמיטן א ליבע שפיל מיט ליבי / פגישה אין המלכים מיט... ליבי.

6) שולם איז נישט א מעשן-ואוכל - ער איז א ״אב ומחנך״ וואס עליזה האט באשטעטיגט / מאכט משוגע נחומ׳קע מיט די כהן שידוך / קניגסבערגער ארבעטער קאלט נחומ׳קע פאר ליבי׳ס המשכה בפגישה מיט י. כהן.

7) ליפא ווייס מאכט אינוועסטמענט אויף רנטה׳ס געלט ביי שטרוק. - גיטי ווייסט נישט פונעם געלט.

Sent from my iPhone using Tapatalk

זוכער » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 6:59 pm

· #307400
קיוווע שפילט אויסגעצייכנט זיין ראלע אלס א איידעלער- תמים, א נאר און א בטלן.

ער האט שוין געכאפט ציפקע צרות פון זיין משוגענעם און אומסטאבילן טאטן. זיין טאטע הרג׳ט אים אוועק יעדן שידוך, און ער גייט נאך נאך צוריק צו דעם סיריעל אביוזער, און פארציילט אים זיינע פלענער ווען ער כאפט צוריק אין קאפ פון זיין טאטע׳ס צעדרייטע קאפאריזן.

גיטי שפילט געוואלדיג אלס באבלאזענע נרדף, אייביג בלאזט זי, און אייביג האט זי א שווערן טשעלענדזש און קיינמאל איז זי נישט שולדיג.

90 פראצענט פון שטיסל סצענעס זענען פרעמדע געוויקסן און כמעט אומדערהערט אין חרדישע פאמיליעס בארץ ובגולה.

1) אומדערהערט אז אין א חסידישע תלמוד תורה קען דער מנהל עסן מיט א פרעמדע פרוי א סעקרעטארשע.
2) צוויי קוזינעס פון העכער 20 יאר א בחור און מיידל גייען קיינמאל-קיינמאל נישט ארויס צום ים. חוץ אויב זיי זענען אפגעפארן.
3) כמעט אומדערהערט צו פארקויפן א נאמען פון א בייסי.
4) אומדערהערט ביי ארטאדאקסן צו מאכן אן אבארטאציע. חוץ און א פאל פון א ממזר, אדער די מאמע איז אין א לעבנס געפאר.
5) באבע מלכה טעלעוויזיע איז כמעט אומדערהערט.

יא עכט-אויסזעענדיג אדער נישט - פיין איז עס.

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 7:23 pm

· #307402
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
קרעקער
פרק 2 און פרק 3

פרק 2
קבוצת עולם המדיה
http://www.upf.co.il/file/91302494.html
קבוצת עולם המדיה
http://www.myfile.co.il/view/811c237c6b

פרק 3
קבוצת עולם המדיה
http://www.upf.co.il/file/518981448.html
קבוצת עולם המדיה
http://www.myfile.co.il/view/782cb994cf

וואלט געוועהן מעגליך אז איינער זאל ארויפלייגן די עפעזיטען אזוי ווי די ערשטע נישט קיין לינק.

שכח למפרע

פרייוויליג » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 8:12 pm

· #307408
די שטיסל סעריעס זענען אזוי מין גוט, און שפילן אויף מיט אויסטערלישע באגאבטקייט די האקלסטע שטריכן פון די חרידישע געמיינדע, אז מען קען משוגע ווערן. איין סעריע בעסער פונעם צווייטן. די אלע ליבע סצענעס זענען ווייט פון נישט אמת. און זיי טוען דאס בכוונה. יעדער ווייסט אז ביי אונז זענען פארהאנען ליבע סצענעס בכל יום ויום, נאר מיר פראבירן דאס צו דערשטיקן, און דאס איז וואס זיי שפילן אויף. אגב טוט דאס אויך ווארפן א פאזיטיווער ליכט אויף חרידים, אז זיי זענען נישט אזאנא הארטע קאלטע מענטשן. אלע עקטערס דארפן קריגן א פייוו סטאר אויסצייכנונג פארן מייסטארהאפטיג אראפשפילן די טיפסטע נקידות פון א צווייטער שבט.

רימון » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 8:36 pm

· #307412
גיטי איז נישט קיין נרדף נאר אן אומסימפאטישע פרוי וואס פארשטייט נישט דעם מאנס שוועריגקייטן און מצרים און לעבט זיך אין איר וועלט, וואס ליפא זאגט איר איז גערעדט ווי א פרעמדע שפראך זיין תוכי אינטערעסירט איר א בוידעם ווייל ס'איז ארויס פון אירע גבולים און זיין גוטווילן רעדט נישט צו איר. דוקא איר טאטנס מאדנע פאקסן בארואיגט איר געוויסן כאטש זיינע פאראליזירטע סאציאלע סקילס זייענדיג א זעלבסט צענטערט מענטש אין אלע הינזיכטן פון לעבן.
כאטש איז זעלבסטשטענדיגקייט האט זי אבער די נאטירליכע שוואכקייט פון יעדע פרוי און אין צייט פון נויט איז זי אנגעוויזן אין דער הילף פון איר מאן אבער דוקא פון א זייט וואס עקזיסטירט נישט ביי ליפא, ער קען נישט זאגן תהלים בכוונה ביים טיר אפילו ער וויל, און זי איז אים נעבעך מכבד צו זינגען מנוחה ושמחה ווי א דפוק, כאילו ער איז א מנוחה ושמחה טיפ יונגערמאן.
איר נישט נעמען אפידורל שטימט געוואלדיג מיט איר כאראקטער ווי א פרומע פרוי וואס איז אין קאנטראל פון אלעם און גארנישט קען נישט געוועלטיגן אין אירע גרעניצן, אז איינער זאל באטיטלען אירס א קינד (וואס זי האט גראדע געוואלט אויפגעבן) גייט קעגן איר גאנצער נאטור און פונקט האט נאך דער דאקטאר די חוצפא צו באקרוינען די פרוי אלס איר מאמע וואס איז א מכה בפטיש אויפ'ן גאנצן דיעל.
די באציאונגען פון נחום מיט זיין ברודער שטיסל זענען א טיפישע חרדישע באציאונג צווישן ברידער פון איין זייט לאזט מען נישט די עמאציעס אריינקומען אין בילד ביים זיך טרעפן נאך פופצן יאר, אבער פונקט אזוי קען נחום אריינשפאצירן ביים ברודער אינדערהיים און זיך מאכן היימיש, זיי זענען שוין יא און נישט צוקריגט דריי מאל, אבער א ברודער בלייבט א ברודער און נחום האט נישט די דיססענסי נישט צו טרעטן אין די הינער אויג נאר מאכט א בעשוי מיט'ן שפיץ פון בריסק ביי זיין ברודער אינדערהיים אין דער צייט וואס ער שיקט זיין ברודערס "דפוק" קויפן קאלע אין גוטע קוכן צו שפייזן דעם שפיץ פון בריסק.
שלום וועלכער שטעלט זיך אהער ווי א וועלטס פארזארגער איז סך הכל א מאניפולירער און קאנטראלירט די מאמען אויך נאר צו שפייזן זיין עגא, אז די מאמע דערקענט אים נישט וועט ער שינדן איר זיבעטע ריפ און טראגן אין בית החיים די מאמע זאל זיך באגעגענען מיט'ן טויט, אין דער צייט וואס נחום פרייעט זיך די מאמע איז צופרידן אין זאל זי שלאפן מיט א פרענק.
כאטש וואס נחום איז נישט אזא דיפלאמאט, איז ער אבער גראד, ער וויל נישט אוועקטראגן די הויז ווי דער מנהג ביי אחינו בני ישראל, סך הכל בעט ער זיין חלק און וואס זאל ער טון אז די מאמע קאלעכט נאך אין א בית החולים, ער דארף דאס געלט און קיינער איינקאסירט נישט פון צבי ארי' קיין רענט און ער זעט עס ווי אן אומיושר, דער שלום ווערט ווילד ווי א צאף און באשולדיגט אים און ווילן ירשען די מאמע.
זיין אבסעסיע מיט די מדינה צייגט אויף די מסובכ'דיגע נערוון פון א קנאי וואס אלעס טראגט דעם זעלבן מאנטל און די נוירסעס אין שפיטאל זענען אלע אנטייל פון די רשעים ארורים אן קיין צום צווישנשייד.
נחום איז נאטירליך ער רוקט זיך אן צו די מאמע מיט א קולע אין דער האנט און ווען די מאמע פרעגט אים וואו ער איז געווען האט ער נישט קיין שום געוויסנביסן, איך בין געווען אין בעלגיע מאמע זאגט ער אן זיך פארלירן קיין כי הוא זה, דארט וואוינט ער און ער קען די מאמע ממילא נישט העלפן מיט גארנישט.
שלום כאפט זיין פליק אין לעבן אז ער איז מעשן ואוכל וואס טוט שטארק כאראקטיריזירן א געוויסער סארט חרדי טיפ וואס זיין איינציגע אוטלעט איז עסן, אז מ'האט נישט עפעס אנדערש דרייעט זיך אלעס ארום דעם טעלער, ער באקרוינט זיך אלס אב ומחנך ווען ער איז ביידע נישט, צו קיווע איז ער א קאפוי און האלט אים פארמשכונט און אונטערדרוקט און קיין גרויסער מחנך איז ער אויך נישט. פלוצלונג הייבט ער אן קלאפן פלייצעס און שוין מוז קיווע האבן מיט אים א שיעור היינט נאכט און נישט נאר דאס יעצט דיקטירט ער אלס טאטע און קיווע מוז זיך עס פארצייכענען אין זיין יומן. ער טיילט פיצא ווייל ער איז די גוטע זיידע אבער קיינער זאל נישט עסן פון די קיפעלעך ווייל ער איז יעצט די גוטע זיידע די פיצא טיילער.
ביי שלום איז אלעס פראגראמאטיש און מיי וועי אר דע היי וועי, אפילו צוריקמישן דעם שיעור איז שוין צו סאך פארלאנגט ווייל ער האלט שוין ווייטער, און אז איך קען דיר נישט אנטראגן מיין זון גיי שלאף אין זכרון משה. קיווע איז א חמור אייזל אבער ער לעקט עס אויס און לויפט אנטראגן דעם שידוך און ער הענגט ארום מיט די גברת פון חדר. ליפא וואוינט מיט א שיקסע אבער זיין זון טאר נישט זאגן א מיאוסע ווארט קטנים וואס צייגט ווי ביי חרדים איז די חינוך גענצליך אפגעטיילט פון עצם מהות פון מחנך.
רוחמי טרעפט אין איר צדיקל אלעס וואס איר טאטע איז נישט, ער לערנט תורה יומם ולילה און אין אים באהאלט זי איר פיין אויף איר טאטן ליפא קליפה. זי וועט נישט זיין אזא דורכפאל ווידי מאמע און וועט יא שטיין צו דער האנט פון אן אמתער צדיק.
צי די מעשה איז רעאליסטיש, אין מיינע אויגן הונדערט פראצענט נאר שטייצעך דראמאטיזירט, מיין באבע למשל האט ערצויגן צען זון כאניאקעס און איז איין שטיק טעלעוויזיע און אינטערנעט, די אלטע רביצין ערבליך וואס טראגט דעם רביצין טיטל מיט שטאלץ און איז איין שטיק מנובל, קייווע וואס האט אזא אומאפיציעלע באציאונג מיט א קוזינע וואס איז אויך נאטירליך און יעדע אלמן טרעפט זיך שוין עפעס א פרוי מיט וועמען ער פארקערט, צי מ'עסט יא אדער נישט איז נישט משנה, ס'איז הונדערט פראצענט נאטירליך אז היימישע פרויען זאלן פארקערן מיט פרעמדע מענער, מיין מאמע שמועסט מיט אלע שכנים פון דער גאס, מיט איינעם צוליב די גארבעזש און א צווייטער וואס האט א געשעפט קאוואקעט מען איבער די נייע אייטעמס און די בעסטע פרייזן.
אז קיווע איז א מלמד איז נישט אזוי מדויק אבער גענוג דפוקים ביי אונז ווערן אריינגערוקט אלס מלמדים ווייל דער טאטע איז מנהל ראש ישיבה, וכו'.
אלנפאלס, די סעריע ווערט בעסער מיט יעדן עפיזאד און איז עפעס נישט נארמאל צו דער זאך, צום לאכן און צום וויינען און דאס איז גענוי וואס מיר טון, איך רייס מיך און מיין פרוי גיסט זוידיגע טרערען פון די געבורט און ווי גיטי באגעגנט אירע קינדער אין קימפעטארין היים. איי טרערן פון א אידישער מאמע...
בנוגע אבארשן, אין דיין וועלט פון א באקוועמע שלום בית איז עס אומדערהערט, אבער אין די וועלט פון גיטין און קאפעלס וואס האבן געטשיט, עגונות און אנטלאפענע, נערוון קראנקע וכו' איז עס א לעגיטימע פראגע יעדן איינציגן טאג.

שצם_חנכל » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 8:43 pm

· #307414
ביי עונה 1 בין איך געווען זייער "מקושר" צו די קערעקטערס, ווען עס האט זיך פארענדיגט איז עס געווען ממש א בחינה פון לבי חלל בקרבי, איך האב זייער געבענקט נאך די העלדען פון די געשיכטע. אבער זינט דאן האב איך שוין געזען אנדערע סעריעס וואס פאלגען נאך משפחות אדער א גרופע אינגע פערזאנען אין זייער זוך פאר ליבע - א שטייגער ווי סרוגים וכדו', צוריקקומענדיג צו שטיסל עונה 2 שפיר איך אז די קערעקטערס זענען צו artificial און מען קען נישט עכט "קאנעקטען" מיט זיי. מיט איין זאך איז אבער שטיסל יא אויסערגעווענליך און דאס איז די טיפע געפילן אין פארשידענע מצבים צווישען טאטע זון, מאן ווייב, ברודער צו ברודער, משפחות, און ליבהאבער.

בד"וו איינער ווייסט וואואהין גיטי'ס בעיבי פון די פריערדיגע עונה איז מיסטעריעזיש פארשוואונדען געווארן?

קאצקע ציקער » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 9:14 pm

· #307415
רימון דו רעדסט נאר וועגן די חסרונות פון גיטי ווי זי געט נישט קיין דעקל פאר די רצונות פון איר מאן, אבער וואס איז מיט ליפא ער איז געגאנגען און זיך גענימען דאס געלט שלא ברצונה, און גערופן דאס קינד זעליגל שלא ברצונה, און ועל כולם האט ער גערופן דאס קינדערלאזע פרוי אין שפיטאל צושטערן גיטי'ס מנוחה

פרייוויליג » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 10:03 pm

· #307422
"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
עמיצער האט שוין געזען דאס? זעט אויס ווי א שטיסל שטייגער.

פרייוויליג » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 10:04 pm

· #307423
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

Sent from my iPhone using Tapatalk

ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 10:53 pm

· #307428
"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
די שרייבערס פונ׳ם שפיל געבן נישט ארויס די סודות וואס זיי האבן אין איר באהאלטן?

קאצקע ציקער » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 11:30 pm

· #307430
יא אונדז וויל מיר הערן ר' שש

ישראלי » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 12:00 am

· #307432
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
מאמר מנומק בבקשה

זוכער » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 4:19 am

· #307442
דאס אז רביצין ערבליך איז א מנוולת און באבע מלכה וואטשט טעלעוויזיע און זאגט תהלים פאר די אקטיארן /פארליבט זיך אין א פרענק מיינענדיג אז ס׳איז איר מאן / איז נישט קיין פערצופאל.
אלעס איז אראפצושפילן חרדים אלס פעיקער/דו פרצופ׳ניקעס. שולם די מעין כאראקטער אלס אביוזער און קאפריזער מענטש,

אגב, די פראדוסער זענען גוט-אויסגעקאכט אינעם פרומען לעבנס שטייגער אבער מאכן אסאך קליינע מיסטעיקס.
1) ביים ברית פון ליפא ווייס, רופט מען אויס נחום, קיווע, ליפא. אבער ליפא וווייס האט עפעס נישט קיין טאטע-מאמע / מאמעס גייען קיינמאל נישט א ברית פון זייער קינד ספרדים ואשכנזים גלייך.

על המחיה » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 6:07 am

· #307443
זוכער
מאמעס גייען קיינמאל נישט א ברית פון זייער קינד ספרדים ואשכנזים גלייך.

אין אר"י איז גראדע א נארמאלע זאך אפי' ביי חסידים אז די מאמע גייט צום ברית

על המחיה » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 6:16 am

· #307444
שטיסל עונה 2 פרק 4
https://copy.com/hFQCQa3BBYMCbFCQ

זוכער » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 1:28 pm

· #307485
פערטע עפיזאד אפדעיטס:
מזל טוב רוחמי האט חתונה געהאט, געמאכט א הרי את, מיט חנינה טוניק - ביי אנשין אין רעסטאראן מיט עטליכע ליצים.
גיטי דערווייל סעפעראטירט פון ליפא.
ליבי וויל נישט דעם בחור יעקב כהן. פארן צוריק קיין אנטווערפן. - זי וויל עפעס אנדערש אבער זאגט נישט פאר'ן נוחעמ'ען וועמען זי וויל.
קיווע צוריק אין שידוכים.
רביצין ערבליך אווער-דאזוט זיך מיט אספירין - זאגט פסוקי יחוד מיט באבע מלכה.

רימון » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 1:41 pm

· #307487
העי דו ביסט א ספוילער.

זוכער » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 2:06 pm

· #307490
שולדיגט. איך בין פשוט פרוסטרירט וואס זיי טוען דא.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29