☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29

מילך טראק » זונטאג יאנואר 31, 2021 9:31 pm

· #466273
לבי במזרח
איך בין געווען מסופק פון די ערשטע מינוט צו מיס וורבך איז א חרדיש מיידל אדער א פרייער. פון איין זיי איז זי געגאנגען אנגעטאן צניעות׳דיג פון צווייטען זייט זעיט זי אויס ווי א עלטערע מיידל וואס איז א גרויסע ביזנעס לעידי אין די ארט אידוסטרי. איך בין געווען אביסל סופרייזט זעהנדיג איר עלטערן. וואס איז אייער אימפרעשאן? פרימע בעסערע מענטשען?

זיכער חרדי !
ווייל זי ארבעט ווערט זי אויס חרדי?

וויפיל היימישע ווייבלעך ארבעטן מיט מענער אגאנצן טאג?

מילך טראק » זונטאג יאנואר 31, 2021 9:33 pm

· #466274
בככל די איז אין ארץ ישראל נישט דא אזא צוטיילקייט צוויישען פרעמדע מענער און פרויען אפי' ביי די גאר היימישע

מילך טראק » זונטאג יאנואר 31, 2021 9:35 pm

· #466275
וואלווי
אבשלום בן מעכה
הער, צבי ארי'ס שלום בית מיט טובי, איז אונטערגעהינקען.
די שלום בית ביי משפחת ווייס איז אויך אונטערגעהינקען.

איך מיין אז מיסטער ווייס מיט טובי וואלט געווען א גוטע שידוך, ביידע קענען באשטיין עפעס מער...
און צבי אריה וואלט זיך גוט פארשטאנען מיט מרת ווייס... ביידע פרומע קאטשקעס...

אויב כ'געדענק גוט האט טויבי מיט יארן צירוק נישט געלאזט צבי אריה ווערען א בעל מנגן.
אפי' דאס האט געמיינט אז ער ברענגט פרנסה, דאך האט עס נישט געפאסט פאר איר..

ליגט מיר אויך אין קאפ אזוי

ביי דע וועי ווען איך האב א ניסיון דערמאן איך מיר פון טויבי זי איז אזא עקלעדיגע פרוי

מפיל קינד » זונטאג יאנואר 31, 2021 10:02 pm

· #466276
טוניק האט נישט געהאט קיין חלום, רוחמי האט גע'חלומ'ט.

חנינא האט געזען צימערמאן און גענומען א מוסר השכל אז אפי' אויב מ'זאגט ס'איז 1 פון טויזנט קען מען עס מאכן. ער האט געזען און אהיימגעלאפן מיט א החלטה. דארט האט ער געטראפן רוחמי אינמטן שלאף, אינמיטן איר שלעכטע חלום...

דער שולם איז עפעס נישט נארמאל, ווערט קיינמאל נישט פארלוירן האלט זיך פריש און מונטער.

צבי אריה בלייבט צבי אריה, לא מתלונן. שולם: בכלל לא...

מפיל קינד » זונטאג יאנואר 31, 2021 10:05 pm

· #466277
אלבערט איינשטיין
די עיקר אונז זארגן פאר די גורל פונעם איידלען יאסעלע וואס איז צוריסן אין זיך מיט זיין שטרענגע מאמע...
אפי' א ווארט נישט דערמאנט ברמיזה

די גאנצע סעריע לויפט אזוי, יעדע צווייטע פרק לויפט פון יאסעלע מיט צבי אריה, צו שולם און קיווע.

מפיל קינד » זונטאג יאנואר 31, 2021 10:10 pm

· #466280
קלאר אז נישט.

ער האט געזען זיין ענטפער אין די גמרא, און ס'איז נאך שטערקער געווארן זיין החלטה ביים זען הרב צימערמאן.

אויס מענטש » זונטאג יאנואר 31, 2021 10:59 pm

· #466282
וואס האט ער געזעהן פון צימערמאן?

לבי ובשרי » זונטאג יאנואר 31, 2021 11:03 pm

· #466283
אויס מענטש
וואס האט ער געזעהן פון צימערמאן?

לויט ווי איך פארשטיי איז פוינט געווען דאס וואס ליפא ענטפערט אים וועגן צימערמאן, אז ער איז אראפ פון זינען און דאס לערנען וואס פלעגט אמאל זיין זיין חיות האט ער נישט. עפעס איז דער שווער דא לכאורה מרמז פאר חנינה'ן.

אגב, בלי שום נדר...

מילך טראק » זונטאג יאנואר 31, 2021 11:09 pm

· #466284
אויס מענטש
וואס האט ער געזעהן פון צימערמאן?

ער האָט גארנישט געזעהן
חנינא איז א תמיד ער האט געהערט אז צימערמאן ברכות ווערן מקוים
ליפא לאכט אפ אז ער איז נישט דאהי

מפיל קינד » מאנטאג פעברואר 1, 2021 12:32 am

· #466291
איך וואלט ענק אלע געראטן עס איבערצוקוקן.....

צימערמאן איז דורך אן עקסידענט און האט עס איבערגעלעבט קעגן אלע אויסזיכטן. ער איז טאקע משוגע, אבער ער לעבט. אפי' ער האט געהאט ווייניג שאנסן. אחת מני אלף... דאס איז פונקט וואס טוניק האט געוואלט הערן אז אפי' ווען ס'דא ווייניג אויסזיכטן איז עס מעגליך.

טראכט גוט » מאנטאג פעברואר 1, 2021 12:48 am

· #466294
די שרעקעדיגע חלום מיט די נפל האב איך נישט אנגעקוקט ווי א חלום. איך האב עפעס פארשטאנען אז ער דערמאנט זיך דא א מעמארי פון א געשיכטע עטליכע יאר בעפאר, דאן האט מען נאכנישט געוואוסט פון איר קרענק, און זי האט זיך שיער געטראפן אויף יענע וועלט, און צום סוף מקריב געווען איר קינד אנשטאט.

און דאס אלעס איז זיי יעצט אריבער פריש נאכאמאל אין קאפ.

דאס איז ווי איך האב עס פארשטאנען, אבער מעגלעך איך בין ראנג.

די מסעדה באזוך מיטן שווער און שוויגער איז עכט. נישט א חלק פונעם דמיון/זכרון/חלום.

טראכט גוט » מאנטאג פעברואר 1, 2021 12:59 am

· #466296
מילך טראק
וואלווי
אבשלום בן מעכה
הער, צבי ארי'ס שלום בית מיט טובי, איז אונטערגעהינקען.
די שלום בית ביי משפחת ווייס איז אויך אונטערגעהינקען.

איך מיין אז מיסטער ווייס מיט טובי וואלט געווען א גוטע שידוך, ביידע קענען באשטיין עפעס מער...
און צבי אריה וואלט זיך גוט פארשטאנען מיט מרת ווייס... ביידע פרומע קאטשקעס...

אויב כ'געדענק גוט האט טויבי מיט יארן צירוק נישט געלאזט צבי אריה ווערען א בעל מנגן.
אפי' דאס האט געמיינט אז ער ברענגט פרנסה, דאך האט עס נישט געפאסט פאר איר..

ליגט מיר אויך אין קאפ אזוי

עטץ געדענקט נישט גוט. א מענטש איז פארט א מענטש...

צבי ארי' האט דער טאטע ר' שלום צודרוקט און אים נישט געלאזט זינגען, כאטש ער וואלט געקענט זיין א ילד הפלא ווי ווען ער האט געזונגען אין די מייק ביי נחום'ס חתונה...

זיין ווייב איז גאר אן אנדערע טיפ. זי איז בכלל נישט מחשיב זיין תורה לערנען בעת זי צערייסט זיך אין שטוב מיט די קינדער און מיטן ברענגען פרנסה. זי האט געפייגערט ער זאל ווערן א זינגער, ווי זי האט זיך אויסגעדריקט פאר צבי אריה ווי זי דמיונט ווי אלע אירע פרענדס קוקן פארגאפט אויף די זינגער ביי די חתונה און פרעגן ווער איז דאס און זי גייט ענטפערן מיט שטאלץ אז ס'איז איר מאן...

יעצט האט זי ווידער פייגלעך אין קאפ מיטן מאכן דרייווער לייסענס. א שאד דער שדכן האט איר נישט צאמגעשטעלט מיט ליפא ווייס... צוויי היימישע רעבעלן.

צבי אריה מיט גיטי וואלטן אפשר געקענט ארבעטן ווען נישט זיי זענען ברודער און שוועסטער.

עקיבא בלייבט עקיבא. ווערט צעריסן צווישן זיינע געפילן ווי אן עכטע נשמה ארטיסט. ער קען זיך נישט ברענגען צו חתונה האבן נאכאמאל אפילו מיט איינע וואס קען אים ערפילן זיין חלל, ווייל דאס וועט זיין א פארשוועכונג אין זיין ליבי...

יאסעלע איז גראדע נישט צום פארשטיין, וואס וויל ער באמת?

קוויטעל » מאנטאג פעברואר 1, 2021 3:09 am

· #466297
יע יע דאס איז די לעבן...

מילך טראק » מאנטאג פעברואר 1, 2021 10:39 am

· #466303
גענדיגט מיט רחלי אדער זי קומט נאך צוריק ?

טראכט גוט » מאנטאג פעברואר 1, 2021 4:38 pm

· #466318
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
איין אינטערעסאנטע זאך וואס איך זע מיט דעם שטיסל אנדערש ווי א געווענליכע מאווי.

מיר זענען געוואוינט אז אין יעדע מעשה איז דא א הויפט שפילער, און אלע מענטשן ארום זענען דארט פאר אים... דהיינו אים צו העלפן אדער שטיין אין וועג... אבער די מענטשן פאר זיך האבן נישט קיין שום ספעציעלע תפקיד אויף די וועלט...

קומט אבער שטיסל מיט א געוואלדיגע לימוד... נישטא אזא זאך סתם מענטשן. יעדע מענטש האט זיך זיין געשיכטע וואס דארט איז ער א מעין אקטיאר. מען קען ווען רעדן אין די מעשה בלויז פון עקיבא און פערצופאל אריינברענגען אז ער האט א ברודער צבי אריה און א שוואגער ליפא, אבער ניין. דער שרייבער געבט פאר יעדן באזונדער זיין פארדינטע אויפמערקזאמקייט...

צבי אריה מיט זיינע שלום בית פראבלעמען, זיין ווייב ווערט אים אויפגעקלערט און ער האט נישט קיין שום קאנטראל אויף איר. צו דעם קומט צו זיין פחד פון סאסייעטי אז איינער גייט באמערקן...

ליפא און גיטי מיט זייערע קאנפליקטן. זייער קינד רוחמי מיט איר מאן חנינא מיט זייערע טשעלענדזשעס. זייער יאסעלע, א וואוילע בחור אבער אונטערגעציפטע חברהמאן...

רעב שולעם מיט זיינע ווייטאגן... פארלארן דעם פאסטן, זוכט א שידוך, קריגט זיך מיט זיין ברודער..

דער מוסר השכל איז געוואלדיג! די אלע מענטשן וואס דו זעסט טעגליך קומען און גיין, יעדער באזונדער האט אונטער זיך א גאנצע מאווי ווי ער איז דער מעין כאראקטער...

Sent from my Alcatel_5005R using Tapatalk

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג פעברואר 1, 2021 5:39 pm

· #466319
אויס מענטש
וואס האט ער געזעהן פון צימערמאן?

ליפא זאגט פאר חנינא "יהודי הזה החיים שלו היה הלימוד, ועכשיו כשאין לו את זה, לא נשאר לו בשביל מה לחיות". חנינא נעמט דאס אלס מוסר השכל פאר זיין רחמי, שכל החיים שלה בשביל ילדים וכשאין לה את זה, אין לה בשביל מה לחיות.

אישתישבי » מאנטאג פעברואר 1, 2021 5:40 pm

· #466320
וואס איז טאקע געשען מיט זיין פאסטן? עס האט אויסגעזעהן אז ער האט עס צוריק באקומען. למעשה איז ער אייביג אינדערהיים, זיין אייניקעל ארבעט נאך פאר אים אינדערהיים. וואס טוט זי?

מפיל קינד » מאנטאג פעברואר 1, 2021 6:46 pm

· #466322
אישתישבי
וואס איז טאקע געשען מיט זיין פאסטן? עס האט אויסגעזעהן אז ער האט עס צוריק באקומען. למעשה איז ער אייביג אינדערהיים, זיין אייניקעל ארבעט נאך פאר אים אינדערהיים. וואס טוט זי?

שולם איז געהעריג אין חדר. די אייניקל ארבעט אין חדר פאר אים, פונקט ווי אמאל איידער מ'האט אים געווארפן האט זי אויך געארבעט אין חדר.

אישתישבי » מאנטאג פעברואר 1, 2021 8:45 pm

· #466331
עס האט זיך מיר געדאכט אז ווען ער פרעגט זי אויב זיי קען מיטגיין צו דער צנתור און זי אנטשולדיגט זיך אז זי פילט נישט גוט, זעהט עס אויס ווי ביי אים אינדערהיים נישט אין חדר.

בת קול » מאנטאג פעברואר 1, 2021 9:37 pm

· #466336
טראכט גוט
איין אינטערעסאנטע זאך וואס איך זע מיט דעם שטיסל אנדערש ווי א געווענליכע מאווי.

מיר זענען געוואוינט אז אין יעדע מעשה איז דא א הויפט שפילער, און אלע מענטשן ארום זענען דארט פאר אים... דהיינו אים צו העלפן אדער שטיין אין וועג... אבער די מענטשן פאר זיך האבן נישט קיין שום ספעציעלע תפקיד אויף די וועלט...

קומט אבער שטיסל מיט א געוואלדיגע לימוד... נישטא אזא זאך סתם מענטשן. יעדע מענטש האט זיך זיין געשיכטע וואס דארט איז ער א מעין אקטיאר. מען קען ווען רעדן אין די מעשה בלויז פון עקיבא און פערצופאל אריינברענגען אז ער האט א ברודער צבי אריה און א שוואגער ליפא, אבער ניין. דער שרייבער געבט פאר יעדן באזונדער זיין פארדינטע אויפמערקזאמקייט...

צבי אריה מיט זיינע שלום בית פראבלעמען, זיין ווייב ווערט אים אויפגעקלערט און ער האט נישט קיין שום קאנטראל אויף איר. צו דעם קומט צו זיין פחד פון סאסייעטי אז איינער גייט באמערקן...

ליפא און גיטי מיט זייערע קאנפליקטן. זייער קינד רוחמי מיט איר מאן חנינא מיט זייערע טשעלענדזשעס. זייער יאסעלע, א וואוילע בחור אבער אונטערגעציפטע חברהמאן...

רעב שולעם מיט זיינע ווייטאגן... פארלארן דעם פאסטן, זוכט א שידוך, קריגט זיך מיט זיין ברודער..

דער מוסר השכל איז געוואלדיג! די אלע מענטשן וואס דו זעסט טעגליך קומען און גיין, יעדער באזונדער האט אונטער זיך א גאנצע מאווי ווי ער איז דער מעין כאראקטער...

Sent from my Alcatel_5005R using Tapatalk

א מאווי האט א מעין קערעקטער, א TV series האט געווענטליך עטליכע.

בת קול » מאנטאג פעברואר 1, 2021 9:38 pm

· #466337
טראכט גוט
די שרעקעדיגע חלום מיט די נפל האב איך נישט אנגעקוקט ווי א חלום. איך האב עפעס פארשטאנען אז ער דערמאנט זיך דא א מעמארי פון א געשיכטע עטליכע יאר בעפאר, דאן האט מען נאכנישט געוואוסט פון איר קרענק, און זי האט זיך שיער געטראפן אויף יענע וועלט, און צום סוף מקריב געווען איר קינד אנשטאט.

און דאס אלעס איז זיי יעצט אריבער פריש נאכאמאל אין קאפ.

דאס איז ווי איך האב עס פארשטאנען, אבער מעגלעך איך בין ראנג.

די מסעדה באזוך מיטן שווער און שוויגער איז עכט. נישט א חלק פונעם דמיון/זכרון/חלום.

יאפ זעהט מיר אויס ווי flashbacks. רוחמי האט מיר געברענגט צו טרערן מיט אירע וויינערייען. אוי איז זי גוט.

לבי ובשרי » דינסטאג פעברואר 2, 2021 1:30 am

· #466347
בת קול

וואס הייסט? וואס האט אין ענדע פאסירט מיט רוחמי’ס קינד? געבוירן און געשטארבן? די בית הקברות איז א חלום? כ’כאפ נישט.
וואס עפעס איז עס א פלעש בעק? מ’זעט דאך שפעטער ווי זיי זענען אינאיי עם אין בעט און זיי זינען זיך מחזק איינער דעם צווייטן. ניין?

טראכט גוט » דינסטאג פעברואר 2, 2021 1:54 am

· #466348
לבי ובשרי

זאג איך אז איז שוין נישט די ערשטע מאל זי ווארט א קינד. איינמאל געווען, דאן האט מען ערגעץ וואו אנטפלעקט אז זי ליידט אויף דאס אז אויב זי טראגט איז זי אין א סכנה און מען האט דאן איר געמאכט האבן דאס קינד, אבער דאס קינד האט עס נישט דורכגעמאכט און געענדיגט אין בית החיים. זינט דאן ווייסן זיי צו היטן אז זי זאל נישט נאכאמאל שוואנגערן.

ועכשיו אז ס'איז יא געשען קומען ארויף פלעשבעקס. דערנאך גייט מען צוריק צום הווה ווי איינער איז מחזק דעם צווייטן.

שטימט פשט אין תוספות?

בת קול » דינסטאג פעברואר 2, 2021 1:55 am

· #466349
Flashback- זי האט קאמפליקעישאנס ביים ערשטן קינד און דארף ווערן induces פרי כאטש רוחמי איז נישט מסכים. דאס קינד ווערט געבוירן אן א heartbeat. ווען חנינא דערמאנט זיך ווי devastated זי איז געווען האט ער רחמנות אויף איר און פרובירט צו טרעפן סיבות נישט צו דארפן אבארטן.

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג פעברואר 2, 2021 9:54 am

· #466359
חנינא איז אין א ערנסטע דילעמא, פאר די פיזישע געזונט פון זיין ווייב מוז מען עבאורטן אבער דאן וועט עס זיין א גייסטישע טויט קלאפ.

שוין די צווייטע מאל וואס הרב סולובייציק גיבט אים פארנעפלטע הוראות, דער מציאות מיטן געפיל זענען אין א ענדלאזן קאמף.

איך בין באמת נייגעריג, וואס ראטן אונזערע קאווע טרינקער פאר חנינא?? וויאזוי פסקנט מען פיקוח הגוף קעגן פיקוח הנפש?

מפיל קינד » דינסטאג פעברואר 2, 2021 11:17 am

· #466362
די פלעשבעק טעאריע מאכט אסאך סענס. איך שטיץ עס.

מ גפני » דינסטאג פעברואר 2, 2021 12:36 pm

· #466364
לבי ובשרי
בת קול
טראכט גוט
די שרעקעדיגע חלום מיט די נפל האב איך נישט אנגעקוקט ווי א חלום. איך האב עפעס פארשטאנען אז ער דערמאנט זיך דא א מעמארי פון א געשיכטע עטליכע יאר בעפאר, דאן האט מען נאכנישט געוואוסט פון איר קרענק, און זי האט זיך שיער געטראפן אויף יענע וועלט, און צום סוף מקריב געווען איר קינד אנשטאט.

און דאס אלעס איז זיי יעצט אריבער פריש נאכאמאל אין קאפ.

דאס איז ווי איך האב עס פארשטאנען, אבער מעגלעך איך בין ראנג.

די מסעדה באזוך מיטן שווער און שוויגער איז עכט. נישט א חלק פונעם דמיון/זכרון/חלום.

יאפ זעהט מיר אויס ווי flashbacks. רוחמי האט מיר געברענגט צו טרערן מיט אירע וויינערייען. אוי איז זי גוט.

וואס הייסט? וואס האט אין ענדע פאסירט מיט רוחמי’ס קינד? געבוירן און געשטארבן? די בית הקברות איז א חלום? כ’כאפ נישט.
וואס עפעס איז עס א פלעש בעק? מ’זעט דאך שפעטער ווי זיי זענען אינאיי עם אין בעט און זיי זינען זיך מחזק איינער דעם צווייטן. ניין?

דאס זיין אין בעט גלייך נאכן האבן/פארלירן א קינד איז נישט הלכה׳דיג אויסגעהאלטן, זי איז א נדה

פארווע חסיד » דינסטאג פעברואר 2, 2021 1:30 pm

· #466367
זיכער א פלעשבעק, ואין כאן לא נדה וכולי'
📎 photo_2021-01-31_17-14-32.jpg

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג פעברואר 2, 2021 2:53 pm

· #466375
די ערשאע איז מעגליך א פלעשבעק, מען זעט דארטן ווי פראפעסאר משניות אינטערדוסט זיך, די צווייטע קוקט שוין נישט אויס ווי א פלעשבעק אבער אויך נישט ווי רעאליטעט נאר פרי דמיונו פון חנינא.

מנחם ציון » זונטאג פעברואר 7, 2021 3:59 pm

· #466509
מפיל קינד
די פלעשבעק טעאריע מאכט אסאך סענס. איך שטיץ עס.

וואס הייסט טעאריע? איינער ספק'ט דערין?

נ נח » זונטאג פעברואר 7, 2021 5:13 pm

· #466514
פרק 8 איז שוין ארויס?

אישתישבי » זונטאג פעברואר 7, 2021 5:17 pm

· #466515
זופ מיט מאנדלען
חנינא איז אין א ערנסטע דילעמא, פאר די פיזישע געזונט פון זיין ווייב מוז מען עבאורטן אבער דאן וועט עס זיין א גייסטישע טויט קלאפ.

שוין די צווייטע מאל וואס הרב סולובייציק גיבט אים פארנעפלטע הוראות, דער מציאות מיטן געפיל זענען אין א ענדלאזן קאמף.

איך בין באמת נייגעריג, וואס ראטן אונזערע קאווע טרינקער פאר חנינא?? וויאזוי פסקנט מען פיקוח הגוף קעגן פיקוח הנפש?

לכאורה מישן זיי רעביס וואס האבן ליב צו רעדן נישט קלאר, לעומת ראש ישיבות און רבנים וואס ענטפערען קלאר.

לגבי דעם שאלה, אוודאי דארף מען מפיל זיין, אבער דא אז זי וויל נישט, זי וויל דווקא נעמען די סכנה, איז די שאלה נאר אויב זי מעג, גראדע די בריסקער זענען זייער מחמיר אויף דעם, זיי האלטען אז מען טאר נישט מאכן קיין אריינשלעפן פאר א אפעראציע, ווייל עס הייסט א חשש סכנה.

מנחם ציון » זונטאג פעברואר 7, 2021 5:39 pm

· #466516
מ גפני

דאס זיין אין בעט גלייך נאכן האבן/פארלירן א קינד איז נישט הלכה׳דיג אויסגעהאלטן, זי איז א נדה

די ערשטע אבארשן איז נישט יעצט געשעהן, ווען חנינא גייט צו פראפעסאר משניות אז רוחמי איז נאכאמאל שוואנגער זאגט ער אז איך האב דיר שוין געזאגט פיר יאר צוריק אז זי טאר נישט טראגן.

חנינא האט נישט באקומען קיין קלארע הוראה פון דער ראש ישיבה, איז ער מחליט אז די רמזים וואס ער האט געטראפן און גמרא\רב צומערמאן (און בעצם האט דער ראש ישיבה אים אויך געזאגט אז ער וועט טרעפן א רמז אינמיטן לערנען) איז גענוג שטארק, און מ'גייט ווייטער מיט די הריון.
ער לאזט זיין שווער און שוויגער הענגען אין רעסטוראנט, ווייל ס'איז סייווי נישט נוגע, ער האט שוין נישט וואס דורך צו שמועסן מיט זיי.
ער קומט אהיים, ומצא אשתו בטהרה, אבער שטארק דערפרעסט צוליב די שארפע ווערטער אויסטויש וואס זי האט געהאט מיט חנינא'ן א נאכט פריער. (די סצענע איז מסתמא שטארק באקאנט פאר איטליכער פון אונז...) און זי ווערט געכאפט און שאק אז חנינא איז "יא" אויף איר זייט, און איז גרייט מיטצוגיין מיט איר געוואגטער אויסוואל.
חנינא לערנט אונז גאר וויכטיגע ווערטער, נפחד, ונתפלל, ונמשיך לפחוד ולהתפלל, גוטע ווערטער וואס קענען אונז באגלייטן אין גלות

בת קול » זונטאג פעברואר 7, 2021 5:51 pm

· #466517
ספוילער אלערט: אלץ האט זיך אפגעלאזט אזוי מאדנע. רחמי מיט אירע הויפנס טעיפס, יוסעלע אן אפגעפאטשטער, רוחלי אין א מאדנע בילד, שלום עלנד ווי א שטיין... גאנץ אן עמאשענאל עפיסאוד געווען אבער. איך קען זעהן עס זאל זיך ענדיגן נעקסטע מאל.

כלבאשבוע » זונטאג פעברואר 7, 2021 6:38 pm

· #466519
בת קול
ספוילער אלערט: אלץ האט זיך אפגעלאזט אזוי מאדנע. רחמי מיט אירע הויפנס טעיפס, יוסעלע אן אפגעפאטשטער, רוחלי אין א מאדנע בילד, שלום עלנד ווי א שטיין... גאנץ אן עמאשענאל עפיסאוד געווען אבער. איך קען זעהן עס זאל זיך ענדיגן נעקסטע מאל.

יא יא, אבער כאטשיג האט די חדר מרויח געווען

סאיז מיר אביסל נישט קלאר וואס די באשיידענע רעביצין יוקטן זעט אין נוחעם, זיי פארשטייען זיך אביסל אין מוזיק, פיין, אבער פון דעם ביז אים אריינעמען אינגאנצן איז שוין א שטיקל מהלך

סקען זיין אז זי האט א הארץ פאר צובראכענע נפשות און זי זעט דורך אז נוחעם איז באמת א צוקלאפטע זאך דורך און דורך כאטש ער שטעלט אן א פנים פון mr. macho

מילך טראק » זונטאג פעברואר 7, 2021 7:11 pm

· #466521
נ נח
פרק 8 איז שוין ארויס?

יא
מ'זעהט נאכאמאל שלום עסן

רשעים ארורים 😂

זאכן ווערן געשטעלט אין פלאץ :
עקיבא מיט רחלי
יוסעלע מיט שירה לעווי

וואס איז געווארן פון ליפא ווייס געשעפט מיט די חרדישע עקטערס??

מילך טראק » זונטאג פעברואר 7, 2021 7:19 pm

· #466522
19:00
סקוק אויס גיטי גייט אראפלאזן צװײ קלינגעדיגע

מילך טראק » זונטאג פעברואר 7, 2021 7:25 pm

· #466523
בת קול
ספוילער אלערט: אלץ האט זיך אפגעלאזט אזוי מאדנע. רחמי מיט אירע הויפנס טעיפס, יוסעלע אן אפגעפאטשטער, רוחלי אין א מאדנע בילד, שלום עלנד ווי א שטיין... גאנץ אן עמאשענאל עפיסאוד געווען אבער. איך קען זעהן עס זאל זיך ענדיגן נעקסטע מאל.

רחמי קינד גייט נישט האבן קיין מאמע סא רחמי גרייט אן טעיפס פאר איר קינד צו אויפשפילן ווען זי/ער ווען זיין גרויס

אבשלום בן מעכה » זונטאג פעברואר 7, 2021 7:48 pm

· #466527
קען איינער שיקן פאר די געפילטערטע? - ושכרם יהיה כפול מן השמים.

יואליש » זונטאג פעברואר 7, 2021 8:09 pm

· #466533
מילך טראק
בת קול
ספוילער אלערט: אלץ האט זיך אפגעלאזט אזוי מאדנע. רחמי מיט אירע הויפנס טעיפס, יוסעלע אן אפגעפאטשטער, רוחלי אין א מאדנע בילד, שלום עלנד ווי א שטיין... גאנץ אן עמאשענאל עפיסאוד געווען אבער. איך קען זעהן עס זאל זיך ענדיגן נעקסטע מאל.

רחמי קינד גייט נישט האבן קיין מאמע סא רחמי גרייט אן טעיפס פאר איר קינד צו אויפשפילן ווען זי/ער ווען זיין גרויס

די צענע מיט די קאסעטעס רייסט שטיקער. הבה לי בנים ואם אין מתה אנכי.

די שנירל וואס קניפט צוזאמען די עפיזאדע איז: א שטיסעל מאן טרוימט אויף איימיצען אבער די צד השני איז נישט אנציקט.

אבשלום בן מעכה » זונטאג פעברואר 7, 2021 8:14 pm

· #466534
אבשלום בן מעכה
קען איינער שיקן פאר די געפילטערטע? - ושכרם יהיה כפול מן השמים.

קנדה » זונטאג פעברואר 7, 2021 8:24 pm

· #466537
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ווען קומט שוין ארויס די נייע און אויב איינער קען ביטע עס ארויפלייגן

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

mevakesh » זונטאג פעברואר 7, 2021 8:48 pm

· #466540
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
קען איינער שיקן פאר די געפילטערטע? - ושכרם יהיה כפול מן השמים.

קען זיך איינער מרחם זיין אויף די געפילטערטע יידן ?

mevakesh » זונטאג פעברואר 7, 2021 9:01 pm

· #466543
[ציטאט אראפגענומען]

ישר כוחכם

קוויטעל » זונטאג פעברואר 7, 2021 9:30 pm

· #466545
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דאס וואס שלום לאזט אראפ די גלאז, איז עפעס וואס מ'נוצט אסאך אין מאוויס, וואס מ'קען קויפן אזעלכע כלים געמאכט פון צוקער בלעזל, און ס'נישט קיין עכטע גלאז, און ס'צעברעקלט זיך ווי שטויב. נאר די סאונד לייגן זיי צו.

mevakesh » זונטאג פעברואר 7, 2021 10:08 pm

· #466551
[ציטאט אראפגענומען]

ארבייט שוין איינמאל!
אייזערנע עפיזאד
עקיבא פרובירט צו ארבייטן לויז צו ווערן פונעם געשטארבענעם ווייב. הגם נישט קלאר צום סוף צו ער איז אינגאנצן מצליח עפעס איז דא א טרויער אין רחלי
שלום האלט נישט אויס אז נחמה האט זיך אוועקגעגליטש פון איהם אבער בארוהיגט זיך מיטן אויפעסן די גאנצע טשיזקעיק.ַ.
רוחמי שרייבט צו איהר יתומהלה
און גיטי קען נישט שלום מאכן ווי איהר משפחה קען נישט זיין "נארמאל"
די שדכנטע מישט ווייטער און טרעט אויף איהרע שוואכקייטן
יוסעלע מיט זיין תמימות הרגעט אוועק די שידוך וואס ער האט אזוי געוואלט
און אונזער באליבטער ליפא פרובירט צו גיין צווישן די טראפן פון יוסעלע און גיטי

מפיל קינד » זונטאג פעברואר 7, 2021 10:32 pm

· #466557
שלום שטיסל דארף צוקומען צו אונזערע טובות צו זען די אנטוויקלונגען אין זיין באליבטע פאמיליע...

מפיל קינד » זונטאג פעברואר 7, 2021 10:37 pm

· #466558
ממילא קיבע ווייסט אז די פייער אויפן בילד איז צוליב די חלום, אבער וואס האט רחלי גע'חלומ'ט?...

איך מיין אז דאס איז די ערשטע פרק וואס ענדיגט זיך אזוי ביטער. היבש דראמאטיש. אלע אנדערן פרקים האבן זיך געענדיגט מיט א סוף פסוק, דאסמאל בלייבט יעדער אפגעשמיסן.

גיטי - מיט יאסעלע.
ליפא - מיט גיטי.
יאסעלע - מיט שירה.
שולם - מיט יוקטון.
נחום - מיט די 3 מיליאן.
יוקטון - מיט די טשיז קעיק...
קיווע - מיט רוחלי.
רוחמי - מיט די טעיפס.

קנדה » זונטאג פעברואר 7, 2021 10:43 pm

· #466559
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
און איז דאס גוט ישר כח פארן עס ארויפלייגן דא

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

אבשלום בן מעכה » מאנטאג פעברואר 8, 2021 12:43 am

· #466565
וואס זאגט איר צו שלום. ווי אזוי וואלט איר געהאנדלט אין אזא פאל; דיין ברודער ערלעדיגט דיר א דריי מיליאן, און שפעטער קומט ער דיר בעטן א האלב דערפון... ער האט א סברה, אז אן אים וואלסטו נישט באקומען די געלט... וואס וואלסטו געטון אין אזא מצב?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29