"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
כ'האב געזעהן די ערשטע 3 עפיזאדן אויף נעטפליקס, איך האב שוין נישט קיין כח צן קוקן ווייטער.
ווי אזוי מאכט מען אזא פאלשע לעבנס שטייגער? ס'איז נישט חסידיש, נישט אידיש, נישט גויעש.
I can't, Sorry
הדסיםכ'האב געזעהן די ערשטע 3 עפיזאדן אויף נעטפליקס, איך האב שוין נישט קיין כח צן קוקן ווייטער.
ווי אזוי מאכט מען אזא פאלשע לעבנס שטייגער? ס'איז נישט חסידיש, נישט אידיש, נישט גויעש.
I can't, Sorry
ס'איז טשאלמיאיש...
חוץ קיווע עקטען יעדער גאנטץ פיין שלום מיט גיטי זעכער
קיווע עקט אויך זייער גוט אלס טשאלמער בחור. מיט די באגרעניצטע השגות וואס די טשאלמערס האבן...!
אויך דער וועג פון די תנועות וואס ..."ליפא"... מאכט. דאס האלב שאקלען זיך איז געוואלדיג פאר א חילוני'שן אקטיאר...!
די גאנצע סעריע איז זייער שטארק רעאליסטיש. אפשר נישט אזוי דראמאטיש. און דער חידוש איז אז אלע אקטארס זענען חילונים...!
אויף שלום שטיסל האביך זיכער געמיינט אז ער איז א מאה שערים'דיגער איינוואוינער. און דער נייער אקטאר וועלכער שפיעלט..."נחום" דער פעטער פון קיווע איז גאר א ספרדי. און ר'האטציך אויסגעלערנט רעדן אידיש...!
נישט פארגעסן רעבעצין ערבליך, נפלאות הבורא ממש
איש חזון: נאר דער וואונדער איז וואו זיי האבן געקענט טרעפן אן אלטע פרוי וואס רעדט אזויפיהל ניבול פה. און האט אזא שמוציגן פיסק...!
berlbalagulehאיש חזון: נאר דער וואונדער איז וואו זיי האבן געקענט טרעפן אן אלטע פרוי וואס רעדט אזויפיהל ניבול פה. און האט אזא שמוציגן פיסק...!
קלאסישע אלטע היימישע ריינע קללות. א מוש פון ירושלים און פון דערהיים אין אייראפע, כידוע פונ'ם אלטן דור.
געוואלדיג צו געטראפן, היימישע יודישליכע קללות
berlbalagulehקיווע עקט אויך זייער גוט אלס טשאלמער בחור. מיט די באגרעניצטע השגות וואס די טשאלמערס האבן...!
אויך דער וועג פון די תנועות וואס ..."ליפא"... מאכט. דאס האלב שאקלען זיך איז געוואלדיג פאר א חילוני'שן אקטיאר...!
די גאנצע סעריע איז זייער שטארק רעאליסטיש. אפשר נישט אזוי דראמאטיש. און דער חידוש איז אז אלע אקטארס זענען חילונים...!
אויף שלום שטיסל האביך זיכער געמיינט אז ער איז א מאה שערים'דיגער איינוואוינער. און דער נייער אקטאר וועלכער שפיעלט..."נחום" דער פעטער פון קיווע איז גאר א ספרדי. און ר'האטציך אויסגעלערנט רעדן אידיש...!
קיווע עקט ווי א סלוי ליטיוויש בחור אפשר ער עקט נישט גיט נו .
ביבערשטיסל 2 אויף ענגליש איז יעצט עוועילעבל אויף די טעלעגראם טשענעל
ווי קען מען דאס טרעפן אויף טעלעגראם?
<a class="postlink" href="https://telegram.me/joinchat/AAAAAEQBe4ws_3FaWGKEJg">https://telegram.me/joinchat/AAAAAEQBe4ws_3FaWGKEJg</a>
[ציטאט אראפגענומען]
ער מאכט נאך א קערעקטער וואס איז כמעט נישט בנמצא
קאצקע ציקער[ציטאט אראפגענומען]
ער מאכט נאך א קערעקטער וואס איז כמעט נישט בנמצא
דו מישט אויס, לכאורה, צוויי זאכען. קיבע איז יוניק אין זיין תכונת הנפש, אבער נישט יוניק פאר די מציאות פון א קאראקטאר פון די ירושלימ'ער חרידישע וועלט. זיין אנדערשקייט האט צו טוהן מיט די שאיפה וואס ליגט אין עם צו א ברייטערע, טיפערע, און הארציגע וועלט, אבער דאך איז ער סטאק אין די באקס פון זיי חרידישע אטמאספער. דאס איז יוניק לויט זיין מהות, ווייל רוב מענטשען גייען מיט די פלאו. אבער די סעטינג פון קיבע אין די חרידישע ירושלימ'ער וועלט, איז זייער טיפיקעל, און דוקא יא בנמצא פאר אן אוט אוו די באקס קאראקטאר, ווי אזוי ער דארף זיך אן עצה געבן זייענדיג אין די באקס. דאס איז געהעריג א נארמאלע פינאמינאן אין א יעדע קרייז, און ווערט זייער "עכט" אראפ געמאלן אין די קאראקטאר פון קיבע.
ביבערשטיסל 2 אויף ענגליש איז יעצט עוועילעבל אויף די טעלעגראם טשענעל
אויף ענגליש?? וואו?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אוי ווען, ווען גייען מיר שוין מאכן עפעס א זאפטיגס אין יודיש. גלייבט מיר, אונז האבן אזויפיל אקטוערס מ'דארף נאר צולייגן א מייק און א קעמערע. גיטע ביזנעס. "ארטס" אזוי ווי עס דארף צו זיין.
Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
איז דא אוועילעבל אנליין די סעריע מיט די ענגליש סאבטייטלס? חוץ פון נעטפליקס און טעלעגראם וואס ארבייט נישט ביי מיר אפשר קען עס איינער לייגן אויף גוגל דרייו?
איז דא ערגעץ די שטיסל סעריע אויף גוגל דרייוו אדער דראפבאקס?
ישעיהאיז דא ערגעץ די שטיסל סעריע אויף גוגל דרייוו אדער דראפבאקס?
<a class="postlink" href="https://my.pcloud.com/publink/show?code=kZKiG07Z9yAhir3B07FkYgGXcgQ7Mm15zFg7">https://my.pcloud.com/publink/show?code ... Q7Mm15zFg7</a>
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/drive/folders/0ByVXkdrJdAOZMXBsNEJMUXl6Wm8?usp=sharing">https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing</a>
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/drive/folders/1u4BEhuwaFWjxqVPWhDZwg20QHrmuPwCy?usp=sharing">https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing</a>
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/drive/folders/0ByVXkdrJdAOZQ0FJdHhSdHNudWc?usp=sharing">https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing</a>
במדבר
היהודים באים איז צוריק, שטיסל איז צוריק, געלויבט דער פון אויבן אז מ'האט דערלעבט, גילי מאד בת ציון הריעי בת ירושלים!
אויך שבאבניקים איז אופן וועג מיט א נייער סעזאן! זעה
דא.
רביה''ק זי''עבמדבר
היהודים באים איז צוריק, שטיסל איז צוריק, געלויבט דער פון אויבן אז מ'האט דערלעבט, גילי מאד בת ציון הריעי בת ירושלים!
רביה''ק: וואס האסטו איינגעזעהן אין היהודים באים, חוץ ליצנות פון כל הקדוש לנו? (ס'נישט קיין תביעה נאר א שאלה.) מיר ברענגט עס צו ברעכן.
לייבל שטילער: איך זאג נישט אז איך וואלט געשפילט אין דעם (נארישן) שאו. מ'דארף אבער געדענקען אז דאס איז סאטירע. צומאל טרייבן זיי טאקע איבער. זיי לאכן און שפעטן אפ פון אלץ און אלעמען. זיי שעכטן אלע ..."פרות קדושות"...פון די ציוניס'טישע עסטאבלישמענט. פון בן גוריון וחבריו בעת'ן התייסדות המדינה. און וויאזוי זיי האבן אויפגענומען די פרישע אימיגראנטן פון תימן.
זיכער וואלט געווען בעסער ווען זיי וואלטן ארויסגעוויזן א ביסל רעספעקט פאר כל הקדוש לנו. אבער קיין להכעיס'ניקעס און רשעים קענמען זיי נישט אנרופן. א ביסל נאריש. אזוי ווי א חדר יונגל וואס ווייסט נישט ווען צו סטאפן.
איך עגרי, און מיין תגובה איז נישט געווען אויסצודריקן צארן אויף די מפיקים, נאר אויס נייגער וואס א היימישער טרעפט שוין דארט אזש צו חוגג זיין זייער צוריקקער צום סקרין.(איך, למשל, קען נישט צוקוקען ווי זיי טרייבן שפאס פון די תורה און אונזערע נביאים וחכמים, ס'עקלט מיר, איך האלט נישט אז ס'קען אראפפירן פון וועג, אבער ליצנות האט פארט א כח).
לייבל שטילער: זיכער שטעכט עס מיר ווען זיי מאכן ליצנות פון די עקידה. אבער למשל ביי איין סצענע ווי די אידן מאכן משה רבנו נערוועז מיט פרעגן צופיהל נודניקישע קשיות אויף די תורה און משה רבנו געט א קראך מיט די לוחות אויפ'ן קאפ פון א פרוי וועלכע דערקוטשעט איהם מיט נארישע קשיות איבער ...."לא תרצח"...פארוואס, פארווען. און משה רבנו געט איהר א קראך אויפ'ן קאפ מיט די לוחות..."אמרתי לך, לא תרצח"...! ס'איז פאני...
און ווען זיי לייגן אראפ וויאזוי בן גוריון טוט עקנקורידזשן אז ס'זאללן קומען וואס מער אימיגראנטן. ער זאגט זיי אלע צו א גרויס הויז מיט 5 צימערן. אבער ווען ער זעהט אז ס'רוקט זיך אן א תימנ'ער משפחה מיט 10 קינדער דרייט ער שוין צוריק...!
לייבל שטילעראיך עגרי, און מיין תגובה איז נישט געווען אויסצודריקן צארן אויף די מפיקים, נאר אויס נייגער וואס א היימישער טרעפט שוין דארט אזש צו חוגג זיין זייער צוריקקער צום סקרין.(איך, למשל, קען נישט צוקוקען ווי זיי טרייבן שפאס פון די תורה און אונזערע נביאים וחכמים, ס'עקלט מיר, איך האלט נישט אז ס'קען אראפפירן פון וועג, אבער ליצנות האט פארט א כח).
איך זעה נישט וואו זיי טרייבן לצנות פון די תורה, זיי טרייבן לצנות פון היינטיגע מענטשן נוצנדיג היסטארישע פיגורן.
פון איינעם וועלן זיי קיינמאל נישט לצנות מאכן, דאס איז מוחמד'ן. אלע זענען דארט אויפן צימבל, אויך יאשקע און זאגאר קב"ה אליין רח"ל, אבער מוחמד'ן ציטערן זיי פחד מות.
אגב, איך האב הנאה געהאט ווי זיי טרייבן לצנות פונעם ליובאוויטשער - עטס האט געזען דעם שטיקל?
אגב דאגב, וואס טוט זיך מיט שטיסל, ס'איז שוין ארויסגעקומען די נייע עונה מיט די נייע פרק? - אויב יא, אהער דערמיט!
האסט נאך צייט... די מעלדונג לויטעט אז זיי גייען הערשט "אנהייבן" די שוטינג.
רביה''ק זי''עבמדבר
היהודים באים איז צוריק, שטיסל איז צוריק, געלויבט דער פון אויבן אז מ'האט דערלעבט, גילי מאד בת ציון הריעי בת ירושלים!
אוי זענען זיי גוט די היהודים באים! , לוי אשכול ציטערט צו ניצן נוקלעארע וואפן 😂 😂 😂
און ווי קען מען אויסלאזן ׳תאגד׳ זיי קומען אויכעט אט אט ארויס מיט א צווייטע עונה.
וואס איז 'תאגד', איבער וואס רעדן זיי?
לכבוד שבת קודשוואס איז 'תאגד', איבער וואס רעדן זיי?
אפאר זעלנער אין א מעדיקעל אפטיילונג אין צהל, דעקן אויף א גרויסע קאראפציע אין די הויכע מיליטערישע ספערן, סהאט אסאך דראמא און ראמאן.
די ערשטער עונה איז געווען אין 2016 און סאיז געווארן גאר פאפולער.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
📎 IMG_3545.jpg
מ׳פילמט שטיסל סעזאן 3
האט איינער געזען היהודים באים עונה 4 פרק 3 וואס איז היינט ארויסגעקומען?
ווארפט א נייע ליכט אויף דוד און שלמה, מיט בת שבע...
איך וויל הערן וואס דער עולם האט צו זאגן אויף דעם.
לכבוד שבת קודשהאט איינער געזען היהודים באים עונה 4 פרק 3 וואס איז היינט ארויסגעקומען?
ווארפט א נייע ליכט אויף דוד און שלמה, מיט בת שבע...
איך וויל הערן וואס דער עולם האט צו זאגן אויף דעם.
גראדע דעם פרק איז זייער שוואך געווען, כ'האב געווארט און געווארט פאר עפעס א גוטס אבער ס'איז נישט אנגעקומען. זיי האבן סך הכל אויסגעברענגט צוויי נקודות נאכאמאל און נאכאמאל אז פארצייטישע מענטשן זענען געווען בארבארן און געהאט אן עקלדיגע באציאונג צו פרויען (ועדיין לא פלטינן מינה). איין זאך אויף וואס ס'קומט זיך זיי אסאך קרעדיט איז אז זיי האבן ארויסגעשניטן די בעיבי וואס וויינט פונעם אינטראו, ס'האט געשטאכן אין הארץ יעדעס מאל עקסטער. הגם איך האב נישט הנאה אז זיי האבן עס ארויסגעשניטן, ס'פארוואסערט די גאנצע זאך, איך האב ליב אז ווען מ'זאגט עפעס זאל עס זיין געזאגט מיט'ן פולן מויל, אפילו ס'שטעכט. ס'קומט זיך זיי אבער קרעדיט פאר'ן זיך רעכענען מיט מענטשנ'ס געפילן טראץ דעם וואס זיי האבן געדארפט פארציכטן אויפ'ן שארפקייט פונעם מעסעדש.
כהאב הנאה געהאט פון די גידאנק אז בת שבע האט אנגעדרייט די גאנצע מעשה אז דוד זאל איר נעמען..
סאיז נישט שלעכט און סמאכט סענס אז סזאל זיין אמת.
קיווע אליין פארשפרייט די גיטע נייעס
📎 069DC40F-C8A8-4F31-A469-2183C36E35C3.jpeg
real fake newsכהאב הנאה געהאט פון די גידאנק אז בת שבע האט אנגעדרייט די גאנצע מעשה אז דוד זאל איר נעמען..
סאיז נישט שלעכט און סמאכט סענס אז סזאל זיין אמת.
כידוע פון בעש"ט אז ווען איינער האט א רח"ל א הרהור מיינט אז די פרוי האט ערשט געהאט א הרהור, און דערנאך האט דער מאנספערזאן באקומען די הרהור צוליב די פרוי.
די יעצטיגע סעריע "טהרן" ברודקעסטעט דורך כאן 11 איז גאנץ פיינע ווארע. אני ממליץ.
וואס איז פשט אז זיי האבן תיכף ארויסגעלייגט 5 עפיזאדן און יעצט קומט א הפסקה?
זיי האבן נישט, ס'האט געליקט.
אפשר וואלט א גוטע יוד דא געקענט מסדר זיין און מזכה זיין פאר מי שאין לו, טהרן אויף גוגל דרייוו אדער דראפבאקס.
ייש"כ
לייבל שטילערדי יעצטיגע סעריע "טהרן" ברודקעסטעט דורך כאן 11 איז גאנץ פיינע ווארע. אני ממליץ.
גא״מ סקוקט אויס גאר פיין.
איז דא ערגעץ ווי מקען עס זעהן מיט ענגליש סאבטייטלס?
העט איך געוואלט אז איינער זאל עס דא ארויפלייגן לתועלת הציבור. איך בין זיכער אז דער אויבערשטער וועט דערפאר באצאלן מאוצרו הטוב.
בפרט חלק 1,2 און 3, וואס איך האב אין ערגעץ נישט געפינען.
לאמיר זען ווער ס'איז דער נחשון.
<a class="postlink" href="https://www.algemeiner.com/2020/07/02/israeli-actress-shira-haas-says-season-3-shtisel-script-brought-her-to-tears/">https://www.algemeiner.com/2020/07/02/i ... -to-tears/</a>
קיקט אויס ווי ס'קימט פיינע סחורה
איך קוק יעצט אביסל "טהרן", ס'איז גאנץ אינטערעסאנט, אבער איך האב אפאר שאלות.
וואס איז געווארן מיט דער אמת'ער זי'לה, מען הערט גארנישט פון איר און קיינער ווייסט נישט ווי אזוי עס האט זיך געענדיגט מיט איר.
בכלל, ווי אזוי האט איר דער מוסד געלאזט גיין, בשעת זי האט נישט געהאלטן איר אנזאג, און נישט געברענגט די קאוד'ס? - פארוואס האט מען איר געלאזט ארויפגיין אויפן פליגער? - דער מאן אנגעט וואלט געדארפט לאזן א מעסעדזש אז זי האט בוגד געווען און די מוסד זאל טון מיט איר וואס מען דארף?
די ישראלית האט זיך אנגעשטויסן מיט די אגענט'קע און זיך געמאכט כאילו זי קען איר נישט, בשעת זי האט איר זייער פיין געקענט. שפעטער אין די נייע דירה, בשעת מען פרעגט איר איבער די ישראלית, זאגט זי בלויז אז זי האט נישט אופגעכאפט דער טויש, אבער פארוואס מעלדט זי נישט אז זי האט איר דערקענט - א זאך וואס קען זיך אויסלאזן פאטאל אויב די איראנער כאפן דאס...?
די גאנצע טהרן שטימט נישט במציאות, ס'קוקט אויס ווי זיי ווילן נאכמאכן פאודה, אבער מיט גאר שוואכע סוקסעס.
די עצם מעשה איז מער דראמאטיש, די גאנצע זאך שפילט זיך אפ אין איראן, אבער די דעטאלן זענען נישט מסודר, נישט דראמאטיש, נישט גוט אויסגעשטעלט, און פארכאפט נישט דעם אטעם.
נייס טריי.
די לעצטיגע אויפרייסן אין איראן איז גוטע פובליסיטי פאר די שאו
איך קוק עס יעצט דורך, און אסאך זאכן שטימען נישט מיט די מציאות, און זענען זיך סותר מיניה וביה.
אבער פארט איז עס שטארק אינטערעסאנט.
ווער איז סאלומה סולטאני, וואו קומט זי אריין אין בילד? - פארשטיי איך נישט.
זמיר כהן איז ממש אויפגעשוידערט פונם שאו "היהודים באים", ער האט א מורא'דיגע פראבלעם מיט דעם אז זיי שטעלן פאר אומריכטיג די מעשיות פון תנ"ך, כאילו די וועג וויאזוי ער וויל אונז זאלן אפלערנען די תנ"ך איז ממש די ריכטיגע אויטענטישע כוונה וואס די מחברים האבן אינזין געהאט, נישטא ווער זאל לאכן. ער האט א פראבלעם אז זיי פארשעמען און דערנידערן אונזערע געפילן, האלאו?! ווער איז דער וואס איז משפיל פרויען צו דארפן ווייזן זייערע אונטערוועש פאר א פרעמדע מאן? ווער איז דער וואס לייגט אריין מענטשן אין א מצב אז זיי זאלן זיין צוריסן מיט זיך אליינס וועגן עניני אמונה? ווער איז דער וואס פארשעמט מענטשן וואס האלטן אנדערש פון דיר? הא? און דו ביזט נאך דער וואס טראגט דאגות. ביזטו פון קאפ געפאלן?