☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:08 pm

· #148314
זי האלט אלעס אינעווייניג, געט עס נישט אויס צו ליפא'ן, נאר באטעלט אלעס אן אין הארץ, ביז ס'האט געפלאצט ווען זי האט געזעהן די "שיקסע" וואס ביי איר אין קאפ איז די מאנעפיסטאציע פון אלע אירע פראבלעמען, וועגן די "שיקסע" האט זי זיך געדארפט ספראווען מיט אלע דאגות אליינס, איז ליפא אוועק פון איר, זי האט איר אלעס צוגענומען, אפילו די פלאץ ביים שפיגל אין קליידער געשעפט.

ס'געפעלט מיר ווי ער נוצט רעביצין ערבליך'ת קנאות צו הייבן זיין פרעסטיזש אין חדר, ווער ווייסט? אפשר וועט ער עס אזוי לאנג טוהן ביז ער וועט זיך אליינס איינרעדן אין די ריכטיגקייט דערפון.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:25 pm

· #148329
אבערוואס, ער אליין קוקט דאך ארויס פון פענסטער באהאלטענערהייט בשעת די פאראדע.

פארוואס מוז זיך עס ענדיגן אזוי אום בא'טעם'ט? וואס גייט זיי אן צו מאכן א העפי ענד? זעען זיי דען נישט ווי שטארק אזאלכע מענטשן ווי די באבע מלכה נעמען זיך צום הארצן פון די געשעענישן? 🙂

מנשה לוסטיג » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 8:12 pm

· #148386
<a class="postlink" href="http://www.dailymotion.com/PtsuimBaroshHD#video=x14f2fc">http://www.dailymotion.com/PtsuimBaroshHD#video=x14f2fc</a>
פרק סיום פרק 12

מנשה לוסטיג » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 11:30 pm

· #148467
הא הא הא.. ס'האט אלע סימנים פון א יידישע מאווי..
נו מלכה'לע! האסט מחליט געווען??..

לכבוד שבת קודש » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 1:56 am

· #148510
מנשה לוסטיג
http://www.dailymotion.com/PtsuimBaroshHD#video=x14f2fc
פרק סיום פרק 12


סא, דאס איז עס? - שטיסעל איז געענדיגט?

מ'האלט נאך אינמיטן די מעשה. ניין?

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 2:26 am

· #148513
דעת תורה
פארוואס מוז זיך עס ענדיגן אזוי אום בא'טעם'ט? וואס גייט זיי אן צו מאכן א העפי ענד? זעען זיי דען נישט ווי שטארק אזאלכע מענטשן ווי די באבע מלכה נעמען זיך צום הארצן פון די געשעענישן? 🙂

זיי לאזען אונז מיט חומר למחשבה ווי מ'רופט עס..

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 2:32 am

· #148516
לכבוד שבת קודש
מנשה לוסטיג
http://www.dailymotion.com/PtsuimBaroshHD#video=x14f2fc
פרק סיום פרק 12


סא, דאס איז עס? - שטיסעל איז געענדיגט?

מ'האלט נאך אינמיטן די מעשה. ניין?

ס'ריפט זיך סיעזאן וואן אויף ענגליש..

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 2:38 am

· #148520
אין ענגליש איז עס טאקע סיזען וואן, אבער אין עברית בלייבט עס ביים עונה ראשון ויחידה.

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 9:55 am

· #148545
געפילטע פיש
אין ענגליש איז עס טאקע סיזען וואן, אבער אין עברית בלייבט עס ביים עונה ראשון ויחידה.

אסאך מאל נאך ווען מ'זעהט אז ס'גייט גוט מאכט מען נאך א סיזען..

לכבוד שבת קודש » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 11:37 am

· #148564
מיין פילטער לאזט נישט דורך. אפשר קען איינער זאגן וואס יענער זאגט?

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 11:47 am

· #148567
לכבוד שבת קודש
מיין פילטער לאזט נישט דורך. אפשר קען איינער זאגן וואס יענער זאגט?

צו Dailymotion לאזט ער דורך און אהין נישט? אינטערעסאנט.

אבי גערעדט » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 11:51 am

· #148569
ווי שטייט אז ס'איז די סיום?

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 12:25 pm

· #148576
he.wikipedia.org/wiki/שטיסל

מספר עונות 1
מספר פרקים 12

אבי גערעדט » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 1:35 pm

· #148590
פיין געווען, איינער האט נאך עפעס אינטערעסאנטס?

אבי גערעדט » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 2:49 pm

· #148614
דא זעה איך א באריכט איבער א נייעם סעריע אינטערן "נאמען "שידוך משמים

דא קען מען זען פרק א'

דעת תורה » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 4:01 pm

· #148633
עס קומט יעצט א סעריע אונטערן נאמען "זמן פוניבז'". לפי הבנתי דארף דאס צו קאווערן די בני ברק'ער ליטאים.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 4:12 pm

· #148634
דעת תורה
עס קומט יעצט א סעריע אונטערן נאמען "זמן פוניבז'". לפי הבנתי דארף דאס צו קאווערן די בני ברק'ער ליטאים.

זמן פונוביז איז א דאקומענטערי פילם וועגן די פאנאוויזשע ישיבה. נישט קיין סעריע.
לע"ע קען מען עס נישט זעהן אויפ'ן אינטערנעט, הגם עס דרייט זיך ביי פארשידענע מענטשען האנט צו האנט.

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 5:10 pm

· #148653
ס'דא א פאר פרימע יודן וואס עקטען,איינס איז די מנהל פון חדר,איינער ווייסט פון נאך?

מנשה לוסטיג » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 5:32 pm

· #148664
zurich
ס'דא א פאר פרימע יודן וואס עקטען,איינס איז די מנהל פון חדר,איינער ווייסט פון נאך?

א שיין ביסל היימישע וואס איך אליין קען

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 5:36 pm

· #148665
מנשה לוסטיג
zurich
ס'דא א פאר פרימע יודן וואס עקטען,איינס איז די מנהל פון חדר,איינער ווייסט פון נאך?

א שיין ביסל היימישע וואס איך אליין קען

טאקע אינטערסאנט ווי זיי האבן גענימען די דרייסקייט, זאג שוין ווער?

מנשה לוסטיג » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 5:44 pm

· #148671
ביי די מענער זענען דא 'עקסטרע' אפאר. דער פידל שפילער ביים קומזיץ איז שמעי ווייצהענדלער - ווער ס'קען עהם.
אויך 'בוקסבום' ביי די מלמדים שטוב, און דער באקאנטער אקטיאר פון גרובייס און פון נשמה של ילד, כ'געדענק נישט זיין נאמען, אבער א חב''דסקער א היימישער.
ביי די פרויען ביים דרשה פון דער מנהל, איז דא צוויי זיכער וואס איך ווייס זיי זענען היימישע, איך וויל נישט זאגן וועלכע, טאמער קיינער ווייסט נישט.
איינע פון די צוויי איז א גערע פרוי, וואס האט נאכנישט געענדיגט שנה ראשונה יעצט.
ס'קוקט אויס אז ס'געווען א ביקוש, און מ'האט געקענט לייכט אנקומען אינעווייניג, און אלץ די בושה, די צייט איז א קורצע ווילאנג ס'וועט נאך זיין א בושה.. הערט מיין ווארט

ככלי מלא בושה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 6:21 pm

· #149055
וואס האט אלישבע געטון צו אירע ערשטע צוויי מענער?

אויך פרעגט זי קיווע צום סוף "אז למא ספרת לו? וואס מיינט זי

דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:03 pm

· #149067
שלום - וואס זאגט איר עס - האלט דאך אז זי פילט שולדיג אין אירע מענער'ס טויט. און דער אמת איז, אז די פילם שרייבער'ס האבן טאקע געהאט א יועץ לעניני חרדים, אליין א - אדער א געוועזענער - חרדי. אבער קיין בר אוריין איז יענער לכאורה נישט, ווייל על פי הלכה טאר מען טאקע נישט חתונה האבן מיט א פרוי וואס צוויי מענער אין א רייע זענען איר געשטארבן. (נאט שור אויב דער רמב"ם נעמט עס אן להלכה; אין די גמ' עכ"פ איז אזוי גע'פסק'נט).

למה סיפרת לו מיינט פארוואס ער - עקיבא - האט דערציילט פארן פאטער אז די גאנצע תנאים איז געווען א אנשטעל.

דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:08 pm

· #149069
דער סך הכל קומט אויס אז שלום ווערט אראפגעמאלן ווי א קארופטירטער מענטש, קיין שום סאשעל סקילס, זערא מעגליכקייט צו פארשטיין א צווייטן. (זיי ווילן בעקיפין ט אראפמאלן דעם טיפיקל מידל עיזש חרדי פאר אזא טיפ).

עקיבא איז נעבעך א געבוירענער לוזער, דאס מזל צורינט אים אייביג צווישן די פינגער.

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:13 pm

· #149070
לאו דוקא, שולם האט גערעכטע טענות. ווי איז געהערט געווארן אן אירוסין בלא נישואין. זי האלט נישט ביים חתונה האבן ווייל זי האט מורא פאר עקיבא׳ן אבער זי לאזט אים מיט אילוזיעס כאילו עקיבא האט א טשאנס. דאס האט שולם פארשטאנען און אלס געטרייער טאטע דאס געוואלט איינמאהל פאר אלעמאהל אויפהערן.

בן תמליון » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:37 pm

· #149074
גראדע מיר קוקט אויס וויי שולעם קומט ארויס געווינער. קיווע וואלט באדארפט חתונה האבן מיט אסתי ווי א גוט חסידיש בחור. ווי האבן איהם זיינע גויאישע לאוו השגות געפירט? אויך האבע מלכה זעט איין דעם חורבן פון די טי ווי און דאך פירט איר דאס אדיקשאן צום טויט.

די דרשה פון שולעם איז עפעס ריזיג. אויך מיין איך באבע מלכה מיט רביצין ערבליך באקומען מיין אסקער נאמינאציע.

לכבוד שבת קודש » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:44 pm

· #149076
איך מיין אז די גאנצע מאווי ברענגט ארויס די פאלשקייט פון מענטשן בכלל, און ווי אזוי מענטשן זאגן כסדר איין זאך און טוען עפעס אנדערש, געוואנדן לויט ווי אזוי עס קומט אויס. פון שלום איז דאך שוין אפגערעדט, דא שרייט ער אז די מאמע מעג קוקן אויף די פארשטעלונג, דא הענגט ער צעטליך און זאגט נאך רביצין ערבליכ'ס דרשות אויף וואס ער האט זיך פריער געשריבן, און צום סוף קוקט ער נאך אליין ארויס פון פענסטער.

רביצין ערבליך אליין, סוף כל סוף הערט זי נישט אויף צו רעדן מיסע ווערטער, און פרעגט אויס שלום וועלכע מיסע ווערטער די אייניקל האט געזאגט, זי, די אלטיטשקע איז בקי אין אלע מיסע ווערטער און זאגט עס כסדר נאך. קיווע פון די אנדערע זייט איז אויך א צומישטע בריאה וואס יעדע מינוט וויל ער עפעס אנדערש, אז ס'גייט א רויעך.

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:45 pm

· #149077
דער פאלשער ארטיסט ווי קיווע האט געארבייט איז בכלל נישט אוועקצומאכן. ער מאכט דעם אטמעספערע פון חסיד׳שע מאנקי ביזנעס, געלט גייציגקייט, און אינטערערדישקייט אייזן שטארק.

אביגדור » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:19 pm

· #149090
.

משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:32 pm

· #149246
בן תמליון
גראדע מיר קוקט אויס וויי שולעם קומט ארויס געווינער. קיווע וואלט באדארפט חתונה האבן מיט אסתי ווי א גוט חסידיש בחור. ווי האבן איהם זיינע גויאישע לאוו השגות געפירט?

גערעכט, ער וואלט ווען געברויכט גיין בדרכי אבות און אנקניפען מיט די האלב געווארענע בעלת תשובות...

מנשה לוסטיג » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:35 pm

· #149256
כ'האב אויף קיינעם נישט אזוי רחמנות ווי אויף ר' שלום שטיסל, ווי יעדעס מאל וואס מ'האט געענדיגט א סצענע האט ער נעבעך געמוזט מיט יסורים אראפרייסן דעם געקניפטען בארד פון זיינע געגאלטע באקן

משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:37 pm

· #149258
פאר'ן ריכטיגן פרייז רייסט נישט אראפ דיין עכטן בארד פונעם געקלעבטען פנים?...

פערינא » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 5:31 am

· #149372
קוק אויף די פעיסבוק פעידזש פון שטיסל, די לעידיס ווערען קראנק פאר עקיבא

טעפל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:30 am

· #149393
פערינא
קוק אויף די פעיסבוק פעידזש פון שטיסל, די לעידיס ווערען קראנק פאר עקיבא

מיינסט אהן זיין בארד?!

פערינא » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:27 pm

· #149598
Tovi Gittie
מתוסבכת האלישבע הזאת.ומזה אנטיפטית!!אם היה מתחיל איתי בחור רווק כזה. .הייתי חוטפת אותו..רק שבמציאות אין דברים (גברים) כאלה ..ואין בכלל..

zurich » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:34 am

· #149614
מנשה לוסטיג
כ'האב אויף קיינעם נישט אזוי רחמנות ווי אויף ר' שלום שטיסל, ווי יעדעס מאל וואס מ'האט געענדיגט א סצענע האט ער נעבעך געמוזט מיט יסורים אראפרייסן דעם געקניפטען בארד פון זיינע געגאלטע באקן

Kivve also

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:11 pm

· #149780
א פערדישע אומפראפעסיאנאלע ענדע פון לאזן אן אוידענץ אינמיטן א געשיכטע.
קיין איין פרט פון דער מעשה האט זיך נישט געענדיגט און דער לעצטער עפיזאד האט גארנישט קלוגער געמאכט.
קען מיר איינער זאגן וואס איז געווארן מיט רוחמי, גיטי, ליפא, שלום, קיווע, אלישבע, וכו'.
דאס הייסט נישט קיין פוד פאר טאוט, דאס איז א שארט סטאפ.
אויך מיר א סקריפט שרייבער צו שרייבן א סטארי ליין אן א סוף.

הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 5:14 pm

· #149833
אפאר נקודות וואס די עולם דארף פארשטיין. 1) א יעדע שפיל דארף האבן א hero מיט א villain (אדער אפאר). נאך א זאך איז אז מען דארף אויסשטעלן די כאראקטארן ווי ווייט מעגליך אז זיי זאלן זיך דרייען אויף די גרעניץ וואס פינאדערשייד די גוטס פון שלעכטס. עס מוז זיין מעגליך צו רוטען פאר די שלעכטע און צו רוטען אקעגן די גוטע. אויב נישט ווערט די שפיל צו פרעדיקטעביל און נישט אינטערעסאנט. לדעתי האט דער סעריע געמאכט א גוטע דזשאב אויף ביידע פראנטן.

עס איז קלאר ווי די טאג אז די עיקר villain איז געווען שלום. קיינער האט עס נאך נישט געמענטשענד דא אבער די הויפט characteristic פון שלום איז אז ער איז געווען א מאניפולירער. די שרייבער האבן עס געמאכט גענוג גוט אז עס זעהט אויס אז שלום כאפט אליינס נישט אז ער טוט עס. אבער למעשה האט ער מאניפולירט זיין ווייב ע"ה, מרת וואטעווער וואס פלעגט אים אלעמאל געבן צו עסן איינרעדנדיג זיך אז זיי גייען אמאל חתונה האבן, זיין עלעטער זון זיצט אין כולל נאר צוליב אים, זיין איידעם האט ער איינגעזעקלט אין די השגחה ביזנעס, די איינציגסטע וואס האבן זיך נישט געלאזט פון אים זענען געוען קיווע און די טאכטער. אבער אפילו זיי האט ער אונטער די רוקן מאניפולירט, קיווע האט ער צוויי מאל קאליע געמאכט די שידוכים, און איין מאל אריינגעזעקלט אין א שידוך. און נאך אסאך מאל. דאס איז לדעתי געווען די הויפט טעמע פון די show. און צוליב דעם האבן די שרייבער אויסגעשטעלט אז דאס זאל זיין די הויפט טעמע אין די season finale. שלום האט גענוצט ריכטיגע מאניפולאציע אז די מאמע זאל ארויס ווארפן די טעליוויזיע, דאס האט גורם געווען א פרישע חורבן (אזוי ווי אלע אנדערע חורבנות אינעם שטוב) אז די מאמע זאל פאלן. דערווייל פאלט ניטאמאל איין דער שלום אז ער איז שולדג אין אלעם, ווייל ער האט טאקע נישט געמיינט קיין שלעכטס. ער האלט אז ער האט געטון די ריכטיגע זאך! דאס איז די הויפט טעמע, אז יעדער איינער ליידט צוליב זיין מאניפולאציע, אבער די עצם מאניפולאציע קומט גאר פון זיין גוטע זייט!

(בעצם איז קיווע אויך א בארדערליין כאראקטאר. פון איין זייט איז ער א גוט'עטשקע בא'טעמט'ע אבער פון די אנדערע זייט איז ער רעבעליוס, און אויך זייער non-committal ביז ממש די לעצטע עפיזאד. די איינציגסטע קלארע villain אין די שאו איז דער פאלשע ארטיסט.)

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 6:59 pm

· #149865
וואס די מעשה איז, און ווי געלונגען עס איז, וכולהו וכולהו, ממילא.
איך האב ליב די היימישקייט דערין. סיי די שפראך, סיי די טיפישקייט פון מאה שערים פון די יונגע חברה פון די עלטערע ירושאלמערס און די באבעלעך.. וואס רעדן 'נאך' יידיש, און די אויספיר 'מלכה האסט מחליט געווען'.. דאס איז די גוטע ענדע.. א סארט ליין פונעם אמאליגער יידיש טעטאטער.

zurich » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:35 pm

· #149871
זיי גייען טאקע נישט גיין ווייטער?

יואליש » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:59 pm

· #149940
הוגה
עס איז קלאר ווי די טאג אז די עיקר villain איז געווען שלום. קיינער האט עס נאך נישט געמענטשענד דא אבער די הויפט characteristic פון שלום איז אז ער איז געווען א מאניפולירער.


קלאר אזוי. און איז גאנץ כאראקטערלאז דערין. נאכמער, ער האט אין וועם צו ראטן. די מוטער זיינער איז א פיינער פאסיוו-אגרעסיוו מאניפולירער, אזש זי האט איר זוהן שלום געברענגט צו די קניען ביי די עניווערסורי פארטי.

און ווי @בן תמליון, זענען די צוויי באבעס געווען מיינע פעיווערעד סצענעס.

יואליש » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:02 am

· #149943
[ציטאט אראפגענומען]


נארוואס פארעדיגט תהילים כמנין כפר. יעצט קען מען זיך אומקוקן וואס כ'האב פארפאסט לעצטענס.

::פארנויגט קאפ מיט הכנעה און שמייכעלט מיט בושה::

יואליש » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:04 am

· #149944
דרך אגב, ס'איז דא פיינע ליינס אין די סעריע. ס'וואלט געווען ראטזאם עס צו פאראייביגן אין דעם אשכול.

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:29 am

· #149949
יואליש
און ווי @בן תמליון, זענען די צוויי באבעס געווען מיינע פעיווערעד סצענעס.


יואליש
דרך אגב, ס'איז דא פיינע ליינס אין די סעריע. ס'וואלט געווען ראטזאם עס צו פאראייביגן אין דעם אשכול.

📎 Capture.PNG
און וואס גיט מיר דאס? דרעק מיט חרוסת!

איחוד פעלד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 9:12 am

· #149985
א"א בלי שום קריטיק.

דער גאנצער מהלך פין דער שרייבער אז קיווע און אלישבע האבען זיך מתארס געוועהן ווייל אזוי מעגען זיי זיין צוזאמען, איז נישט אין שפאן מיט דער חרדישער מהלך פין א חתן ווערען. אפילו ביי די ליטאים ווי מען זעהט זיך אלס חתן כלה, אבער נישט פאר שעות ארוכות, און דאס גיט נישט קיין היתר פין פארברענגען צוזאמען.

אגב, דער פרומער אקטאר, דער טאטע פין אלישבע, האט שוין נישט אנטייל גענומען אין דער תנאים פין קיווע.

אבי גערעדט » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 10:13 am

· #149996
די מעשה האט ב"ה געהאט א גאר פרייליכע ענדע, ר' ליפא ווייס האט ברוך השם אינגאנצן חוזר בתשובה געווען, ער האט זיך ב"ה פיין מסדר געווען, ער וואינט היינט אין וויליאמסבורג (אפגאניסטאן ד'אמעריקא) און ער האט ב"ה אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב, ער מאכט שוין אפילו חתונה די קינדער, פאר פרנסה איז ער דער קעיטערער אין בית רחל האלל אויף העיווארד סט. גלייבסט מיר נישט? גיי אריין צום בית רחל קעיטערער און פרעג אים וויאזוי ער הייסט.
הודו לה'

אויס מענטש » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:05 pm

· #150364
געזען אלע עפיזאדן אויף איינמאל
אלץ איינער וואס איז אן אמעריקאנער און האט יארן לאנג געלעבט מיט א ירושלמי בין איך ממש משוגע געווארן פון דעם שלום שטיסל ער איז א ירושלמי קארבען קאפי.
און ער עקט פונקט ווי אהיימשיען ירושלמי ממש חבל על הזמן.
ווידער אים ממין הארץ האט געכאפט גיטי ווייס, וויפיל חכמה ליגט אין איר עקטן ווי א חרדישע פרוי, עס איז זייער אינטרעסאנט אויב הערט מען איר אין ריעל לייו, און מען כאפט זיך וויפיל חכמה ליגט און יאר נאכמאכן דעם לעבן סטייל פון א חרדישע פרוי, ממש פלאים.

דאס מערסטע האט מיר געשטאכן אירע ווערטער "סהאט איר נישט בארירט צו ווערן א בעלת תשובה, אפ'י זי האט געזען דעם פרומען לעבנ'ס שטייגער פון דער נאנט און אפי' אויף די אייגענע הויט, ווייל עס איז אן מחשבה מען טוט אזוי ווייל מען דארף אזוי טון, און ווייל יעדער טוט, עס איז מעשים אן מחשבה עס ווירקט נישט אויף דייין אינערליכען לעבן"
אוי וויי ווי אמת.

אויס מענטש » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:17 pm

· #150367
דאס וואס מען ברענגט דא ארויס אז שלום איז א מאניפולירער און דאס איז די מאווי איז מער ווייניגער א גוטע נקודה אבער תברא בצדה, ווייל דאס איז בעצם א ירושלמי מהות במילא ווייס איך נישט אויב איז דאס שלום'ס ראלע אין שפיל אדער אלץ ירושלמי האט דאס אויסגעפעלט פארן השלמה.
איך ווער משוגע פון יעדע גוטע מאווי, ווי מען האט שטודירט די אייגנארטיגקייט פון די פערסאנאליטעיט פון יעדן מענטש און דאס אהער געשטעלט

מיין קשיא איז פארוואס איז דער מיטן ביבער הוט (נו וואס איז זיין נאמען ?) געפאלן, דוקא ביים זינגען אם אמרתי מטה רגלי...

לעיקוואד » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 10:07 pm

· #151209
אן אינטרעסאנטע באשרייבונג אויף דער סעריע מאת ידידי בעל הבלוג "מאה ואחד שערים" וואס איז מפורסם געווען אויך אין מקור ראשון און אין 'מעריב', וואס טענה'ט אז דער סעריע ברענגט ארויס די אומבאהלפענקייט פון חרדי'שע מענער וואס קענען נישט געהעריג אויספירען זייער טראדיצינאלע מענערישע ראלעס פון הנהגה און ברענגען פרנסה און זענען אין פילע זינען אינטערטעניגט אונטרע די ווייבער ארום זיי וואס זענען אסאך שטערקעא פון קלארער.
צו'ם סוף טענה'ט ער אז דער קנאות וואס מענער באצווינגען אל ארויף אויף די ווייבער וואס צו טוהן קען זיין עס שטאמט אויך פון די צורך פון די מענער משלים זיין זייער חסרון אין נאטורליכע מענערישקייט פון זיין דער שטארקער מין.
דיוקנה של גבריות במשבר

zurich » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:32 am

· #151250
אסאך פאזלעך האבן זיי נאך נישט צאמגעשטעלט ווי למשל מ'זעהט אנפאנג פון די סעריעס זאגט קיווע אויס דעים סוד פאר זיין ערשטע כלה אז ער מאלט די בילדער און זיין באס שרייבט גאר אינטער, און ביי אלע עפיסוידס אנפאנג ווי זיי פאנגן אן די המשכה זאגן זיי עס ווי גלייך זיי גייען עס ניצן שפעיטער!?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29