"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
[פראסטרעטעד? פארוואס?
זאג, דו האלטסט אז ליבי וויל קיווע'נען?
מ'גיט אזוי א בוטשער אפ רוחמי מיט דעם בחור אזוי ווילד און קאלט. דאס דארף זיך ווען ציען 4 עפיזאדן און נישט אזא חופת זנות, וואס סאונד ממש סילי / ניטאמאל אין חלום.
אנטשולדיגט מיר, וויפיל מאל האסטו דיך געטראפן מיט דיין כלה?
רימון, דו האסט שוין אין דיין לעבן געהערט פון אזא סארט אידישע חופה? וואס פרעגסטו שטותים?
.
אלע שטיסל עפיזאדען אויף טעלעגרעם
<a class="postlink" href="https://telegram.me/joinchat/AzqiSjvC5f6FP1UH6jI4og">https://telegram.me/joinchat/AzqiSjvC5f6FP1UH6jI4og</a>
לבי במזרח
פראסטרעטעד? פארוואס?
זאג, דו האלטסט אז ליבי וויל קיווע'נען?
שטיסל איז אזא סארט סאופ-אפערא וואו אלעס גייט פון שלעכט-צו-ביטער.
א קייט פון אנטוישונגען, סוספענס און אנגעצויגנקייט. א גוטע מינוט האלט נישט אן. אלעס ענדיגט זיך מיט א דורכפאל און א זויערן טעם אין מויל. שולעם מוז אלעס צעגרונד לייגן אז קיין גראז זאל דארט קיינמאל נישט וואקסן / קיווע וועט בלייבן אנגעזעצט צום טויט!!!
בעיסד אויף דעם איז מיין פרעדיקשאן:
פון קיווע און ליבי וועט גארנישט ווערן.
שולעם וועט חרוב מאכן רוחמי'ס שידוך, - נישט יעצט - נאר דעמאלט ווען גיטי און ליפא וועלן שוין איינזעהן אז ס'איז א גוטע מעטש, און וועלן עכט וועלן אז רוחמי און חנינא זאלן בלייבן א העפי קאפל.
ברעיס פאר אימפעקט!
.
קיווע איז א פלעינע פגע רע!! סארי
זוכעררימון, דו האסט שוין אין דיין לעבן געהערט פון אזא סארט אידישע חופה? וואס פרעגסטו שטותים?
1. אודאי איז עס דראמאטיזירט ווי ס'איז דער סדר פון יעדער פיקציע, און דער געווענליכער סדר השידוכים האבן זיי שוין גענוג געדעקט. אנגעהויבן פון שלום ביז דעם שפיץ פון בריסק. פון דער אנדערער זייט ברענגט עס שטארק ארויס דעם עלעמענט פון התנגדות פון עלטערן ווען קינדער טרעטן ארויס פון דער ליניע, וואס איז א זאך מיט וועלכן מיר זענען אינפעסטירט מכף רגל ועד ראש.
ביי איינעם איז עס ווען דער זון ווערט א ברסלבער, א צווייטער אז הס מלהזכיר די טאכטער האט געטוישט לבוש, א דריטער ווען דער זון גייט ארבעטן, און א פערטער רחמנא ליצלן ווען זיין יונגערמאן מאכט לייסענס ברענגענדיג א פלעק אין די גאלדענע קייט.
2. אויך ווייזט עס די שווארצע און ווייסע בליק פון גיטי אויף דער וועלט, ווי אלעס ווערט איינגעטיילט אין צוויי קלארע קאטאגאריעס, און עס מוז זיין אז דער בחור איז מנוול ווייל ווען נישט וואלט ער דאך נישט געהאט קיין פארקער מיט א זעכצן יעריג מיידל. עפעס אנדערש אויסער אז ער איז א מנוול געפינט זיך נישט אין איר קליינע אויסוואל פון ווערטער.
3. פון דער אנדערער זייט שילדערט עס לעבעדיג די געצוימטע מעגליכקייטן פון רוחמי און חנינא, אז די איינציגסטע באציאונג צווישן די צוויי איז נאר אן הרי את, און עפעס אנדערש איז בכלל נישט פארהאן, ווייל זייער איינציגער ציל אין זייער באציאונג איז צו קענען זיצן אין ביהמ"ד צוזאמען איבער א טיי.
4. דוקא ליפא האט סימפאטיע מיט זיין טאכטער ווייל ער זעט איר שיינענדע אויגן און ער פרייעט זיך אז איר מאן וועט איר יא קענען געבן דעם נקודת הצדיק וואס ער קען נישט געבן פאר גיטי, אפילו ער וואלט ווען געוואלט.
5. שלום איז ווייטער פראגראמאטיש און די העכסטע פריאריטעט אין לעבן איז אז גיטי זאל זיך חלילה נישט טיילן, גארנישט קען נישט זיין גענוג פאקטאר אז זי זאל זיך יא דארפן גט'ן און ס'מוז זיין מדות רעות און כעס. ער זיצט ווייטער טיף אין טאפ, און האט נישט די מענטשליכקייט מיטצופילן מרת קעניגסבורג'ס צער, נאר טוב מאוד אז דו ביסט יעצט אויף און דו קענסט נישט שלאפן, ווייל "איך" וויל מיט דיר רעדן.
6. קיווע איז בכלל נישט קיין פגע און ער נעמט עס נאר צו די נעקסטע לעוועל ווייל ער זעט איר ווילן, וואס ער פארזעט אבער אז זי איז בכלל נישט דער באשלוסן-מאכער אין איר לעבן ניטאמאל האט זי אמאל באגעגנט אזא זאך אינערליך אין זיך, זי איז א וואויל קינד וואס פרובירט צו מאכן סענס פון איר נאאיוון רשעים ארורים טאטע, און סיי ווי סיי האט זי נישט קיין גרויסע ברירות. ווען קיווע וויל זי זאל איינגיין מיט איר פארלאנגט ער עפעס וואס עקזיסטירט נישט אין איר לעקסיקאן, נעמליך, זי זאל פאסן אן אייגענעם באשלוס.
7. מרת ערבליך איז די קאמפליצירסטע כאראקטער, זי נעמט זיך דאס לעבן בשעת זי היט אויף איר רביצינ'שאפט, און הייסט פארזאגן שמע ישראל בשעת דער טעלעוויזיע ארבעט און דער זעלבער פאץ באגלייט איר צום אייביגן רו. מלכה, קען נישט טרעפן א סיבה צום לעבן אויסער א רוחניות'דיגע און זי קומט שנעל צו דער אנערקענונג אז דאס איז נישט קיין ארגומענט פאר רביצין ערבליך וואס איז א העכערע תורה'דיגע אויטאריטעט פון איר פשוט'ער פרוי.
8. מלכה'ס בליק אויפ'ן לעבן איז דוקא א טיפישע חרדישע בליק פון דינען א העכערן אידיעאל, בעל כרכך אתה חי, אן איבערלאזן פלאץ פאר די פשוט'ע מענטשליכע ערדישע בענעפיטן פון לעבן, ווי געזעלשאפט, פאמיליע און פארגעניגן ודוק.
זוכערמ'גיט אזוי א בוטשער אפ רוחמי מיט דעם בחור אזוי ווילד און קאלט. דאס דארף זיך ווען ציען 4 עפיזאדן און נישט אזא חופת זנות, וואס סאונד ממש סילי / ניטאמאל אין חלום.
גערעכט. זייער נאריש אפגעבוטשערט. און עס מאכט בכלל נישט קיין סענס ביי חרדים. עס איז ניטאמאל ראמענטיק, סתם נאריש.
אידן טייערע, איך זוך עונה 2 פרק 1. איך זאג צי, אז ווער עס וועט דאס מיר ברענגען אין די קומענדיגע שעה, אויף א כשר'ע פארמאט, אז אפילו די געפילטערטע זאלן דאס קענען זען, דאן לייג איך ארויף א פרישע פארזעצונג מיטן לעווער, נאך היינט ביינאכט.
געדענקט!
רימון היקר, דו מאכסט נישט קיין סענס.
רוחמי איז צעשאסן מאראליש און גייסטיש, און מוז טרעפן א עזר עמוירדזשענסי ביי די 16 יאר - אקעי.
אבער דער חנינה איז דאך ביז-דערווייל מער-ווינציגער א נארמאלער ערליכער ארנטליכער בחור פון 18-20. נו, האט ער טאקע נישט קיין טאטע-מאמע אדער משפחה? איז ער יתום מאס ואם אז ער האט חתונה אין א זאא?
איז שוין געווען אזויס אין די היסטאריע ביי ארטאדאקסן צו מאכן א לאס-וועגאס סטייל חופה? שומו שמים? די חופה איז ״מעגליך״ בכלל נישט הלכה׳דיג אויסגעהאלטן! אזוי מין פערדיש פאר א קאפל צו וואוינען אין א פאבליק בית מעדריש! סילי איז נישט דאס ווארט.
חקרןאידן טייערע, איך זוך עונה 2 פרק 1. איך זאג צי, אז ווער עס וועט דאס מיר ברענגען אין די קומענדיגע שעה, אויף א כשר'ע פארמאט, אז אפילו די געפילטערטע זאלן דאס קענען זען, דאן לייג איך ארויף א פרישע פארזעצונג מיטן לעווער, נאך היינט ביינאכט.
געדענקט!
שטיסל עונה 2 / פרק 1זוכער, איך וועל מוזן האלטן ווארט, דו האסט עס געמאכט. אבער וויבאלד קאווע שטיבל איז אפיציעל געבלאקט ביי מיר, איך האב דאס בלויז יעצט געעפנט פאר א וויילע, וועט עס נעמען ביז מארגן פריה (ווענדט זיך ווען איך וועל אויפשטיין, נאכן איבערקוקן דריי פרקים פון שטיסל - פלאס איבערגיין אלע אנדערע אשכולות אין שטיבל), ארויפלייגן דא אין שטיבל.
יישר כח בכל אופן.
זוכער היקר, איר האט געטאן א דבר גדול, אבער דארט קען מען בלויז זען פופצן מינוט פון די סעריע... איך דארף זען די גאנצע...
יישר כח עני וועי פאר אייער הילף. איך זאג אייך צו צען לייקס אויף צען באזונדערע פלעצער, אויב איר ברענגט מיר די גאנצע (און א לייק פון מיר איז א זעלטענע זאך... צייל אפ וויפיל לייקס איך האב שוין בכלל געגעבן אין מיין קארעריע. אצינד קענט איר זעלטענערהייט זוכה זיין צו צען פון מיר - איינס פון מיר איז אזוי ווי צען פון אנדערע - אלעס צוזאמען הונדערט לייקס!!!).
המתחיל במצוה אומרים לו גמור.... יישר כח עני וועי.
"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
<a class="postlink" href="https://copy.com/TJvFhLNwIDSr4tOW">https://copy.com/TJvFhLNwIDSr4tOW</a>
איך קען אויך באקומען לייקס?
סא ירא שמים, דארף איך אייך געבן די צען לייקס...
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נו, גאו עהעד, און אויב איך טרעפ איין לייק ווייניגער נעם איך עס אראפ…
חקרןזוכער, איך וועל מוזן האלטן ווארט, דו האסט עס געמאכט. אבער וויבאלד קאווע שטיבל איז אפיציעל געבלאקט ביי מיר, איך האב דאס בלויז יעצט געעפנט פאר א וויילע, וועט עס נעמען ביז מארגן פריה (ווענדט זיך ווען איך וועל אויפשטיין, נאכן איבערקוקן דריי פרקים פון שטיסל - פלאס איבערגיין אלע אנדערע אשכולות אין שטיבל), ארויפלייגן דא אין שטיבל.
יישר כח בכל אופן.
@חקרן, מה פתאום. עס איז די גאנצע 50 מינוט. איך האב געזען די גאנצע.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אה מחיה, גאנצע צען לייקס פון חקרן!!!
נאך איינער האט באקומען אזוי פיל לייקס פון אים?
ירא שמים, האב איך געגעבן צען לייקס, אבער מיין נישט אז איך האב געשאסן לייקס אין די לופט אריין. נאר דארט וואו עס איז מיר אמת'דיג געפאלן האב איך געלייקט.
לזכותו פון זוכער, וועלן מיר מוזן זיך ארויפשארן די ארבל און אפשרייבן א פרישן סעריע אויפן ליעווער, און האפנטליך מארגן וועט עס ארויפגיין.
📎 image.pngחקרןזוכער היקר, איר האט געטאן א דבר גדול, אבער דארט קען מען בלויז זען פופצן מינוט פון די סעריע... איך דארף זען די גאנצע...
יישר כח עני וועי פאר אייער הילף. איך זאג אייך צו צען לייקס אויף צען באזונדערע פלעצער, אויב איר ברענגט מיר די גאנצע (און א לייק פון מיר איז א זעלטענע זאך... צייל אפ וויפיל לייקס איך האב שוין בכלל געגעבן אין מיין קארעריע. אצינד קענט איר זעלטענערהייט זוכה זיין צו צען פון מיר - איינס פון מיר איז אזוי ווי צען פון אנדערע - אלעס צוזאמען הונדערט לייקס!!!).
המתחיל במצוה אומרים לו גמור.... יישר כח עני וועי.
שטותים. 47 מינוט. זעה דא
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
חקרןירא שמים, האב איך געגעבן צען לייקס, אבער מיין נישט אז איך האב געשאסן לייקס אין די לופט אריין. נאר דארט וואו עס איז מיר אמת'דיג געפאלן האב איך געלייקט.
לזכותו פון זוכער, וועלן מיר מוזן זיך ארויפשארן די ארבל און אפשרייבן א פרישן סעריע אויפן ליעווער, און האפנטליך מארגן וועט עס ארויפגיין.
כהאב געזען… אבער וואו אזוי האסטו עס געמאכט אזוי שנעל?
מ'רעדט דא ארום ווי רעאליסטיש די מעשה איז.. כאילו ס'וואלט געווען יוסף שפיעל. שטיסל איז א קאמאדי-דראמע Soap Opera
קען מען דא אויפהערן רעדן פון די אויסטערלישע פריוויליגיע צו באקומען 10 לייקס מיט לעווער אשכולות? ביטע האלט אייך צום נושא.
שיינט ווי די האסט זיך נישט צאם געזען מיט אזעלכע פאפולארע סיריעסען ווי Desperate Housewives, Orange is the new black וכו' .
די פיגורין זענען געשפילט אויף א קאמיש סאטירישע איבער געטריבענע וועג. אפילו נניח אז שלום, קיווע, גיטי וכו' זענען רעאליסטישע יוצא דופן'ס. וועסטו געוויס מודה זיין אז; כל זה אכניס, אלע צוזאמען און איין משפחה, מיט א פעטער אין א שטאפען הוט, איז א "שווארצע לעמעל געשעניש" וואס עקזעסטירט נישט און איז נישט אזאך וואס מאכט סענס.
זוכעראיז שוין געווען אזויס אין די היסטאריע ביי ארטאדאקסן צו מאכן א לאס-וועגאס סטייל חופה? שומו שמים? די חופה איז ״מעגליך״ בכלל נישט הלכה׳דיג אויסגעהאלטן! אזוי מין פערדיש פאר א קאפל צו וואוינען אין א פאבליק בית מעדריש! סילי איז נישט דאס ווארט.
יא. פאר בערך 20-25 יאר צוריק איז געווען אן ענליכע מעשה אין ארץ ישראל. איך געדענק נישט קיין פרטים אבער די מיידל איז געווען די טאכטער פון עפעס א ראש ישיבה. לכאורה איז דער טייל פון די מעשה עטוואס באזירט אויף יענע אינצידענט.
בנוגע וואס מאנכע רעגן זיך דא אויף דעם וואס רעבעצין ערבליך און באבע מלכה וואטשען טעלעוויזיע. להוי ידוע אז אסאך פון יענע דור, ניצולי השואה, אין די עלטערע איינזאמע יארן וואטשען זיי טעלעוויזיע. אלץ קינד און אלץ בחור פלעג איך אסאך באזוכן אין דער אלדערס היים און איך האב כסדר געזעהן אלטע חסידישע אידן און בעיקר אידענעס וואטשען טעלעוויזיע. אפילו היינט קען מען דאס זעהן. אלץ בחור בין איך איינגעשטאנען פאר א שטיק צייט ביי אן אלטע חסידישע אלמנה וואס האט פארמאגט א טעלעוויזיע פארשטעקט אין איר בעדרום. איך האב נישט קיין ספק אז אויב מיין פרומע, ערליכע, חסידישע פינף און אכציג יעריגע באבע וועט גיין אין אלדערס היים וואו עס איז דא א טעלעוויזיע, וועט זי עס וואטשען. זיי האבן עס נישט געזעהן אלץ אזא דבר טריפה ווי מיר און די דור פון אונזערע עלטערן זעהן עס.
בעקרון האלט איך מיט יאסל ראקאווער, דער עולם נעמט די מעשה גאר ערענסט. דער שאו איז א דראמא און א דראמא ווערט דראמאטיזירט. א דראמא דארף נישט זיין רעאליסטיש עס דארף ס"ה זיין מעגליך. דאס הייסט אז א יעדע אינצידענט דארף קענען האבן געשעהן לכה"פ איין מאל ערגעץ. די דראמא צייגט ס"ה 10-20 שעה פער יאר, און אין דער קורצע צייט פאקט עס אריין 2-3 גרויסע אינצידענטן אין יעדע עפיזאד. דער עיקר וואס מען מעסט א דראמא איז אויב די portrayal איז גוט געווען, אויב דער סקריפט איז גוט געשריבן, אויב דער פיקטשער איז גוט אויפגעכאפט געווארן און אויב עס וועקט אויף emotions.
.
עס איז בעצם נישט נוגע צו עס איז א הלכה'דיגע נישואין אדער נישט (טראץ דעם וואס מען קען זיכער מצדד זיין לכאן ולכאן), דער עיקר איז אז עס קען געשעהן. און דא איז נישט געווען א מעשה פון rebellion נאר ענדערש א מעשה שטות וילדות.
.
הוגהעס איז בעצם נישט נוגע צו עס איז א הלכה'דיגע נישואין אדער נישט (טראץ דעם וואס מען קען זיכער מצדד זיין לכאן ולכאן), דער עיקר איז אז עס קען געשעהן. און דא איז נישט געווען א מעשה פון rebellion נאר ענדערש א מעשה שטות וילדות.
.
איך קען א רב און באראפארק וואס האט צוזאם געשלעפט עדי קידושין און געשטעלט א חופה אויף גרינע מיטוואך פאר צוויי יונגע street bums ווייל זיין דעת תורה האט פארשטאנען אז טב למיתב טן דו בהיתר. די סצענע איז געווען ווי ביי אנטשין. נאר מיט כולל יונגעלייט. איך בין נישט דארט געווען אבער ביודעי ומכירי קאמינא.
.
מ׳איז זיך מפלפל אין א TV שוי אזויווי ס׳וואלט געוועהן א שווערע קצות, די Outcome איז למעשה די זעלבע.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ביידע צדדים דא זענען גערעכט. די אלע עפיזאדן וואס שפילן זיך אפ זענען פאנטאסטישע געשיכטעס וואס אפשר אין אויסטערלישע אויסנאמען איז איינס פון זיי אמאל פארגעקומען ביי איינעם, אבער אז אזויפיל זאכן זאל פארקומען אין איין משפחה איז פיקציע.
אבער די חלק האמת וואס איז יא דא, איז די פערזענליכקייטן פון די כאראקטארן, וואס אין דעם זעט מען איז אריין א מורא'דיגע ארבייט, אהערצושטעלן יעדן מיט זיינע פסיכישע מעלות און חסרונות, אזוי יעדעס מאל וואס א פרישע געשעעניש קומט פאר, פארשטייען מיר שוין אליין וויאזוי יעדענ'ס רעאקציע שטימט לויט זייער אינדעווידואלער כאראקטעריסטישע מהלך המחשבה, און דעס איז דער עיקר קונסט און ארט פון די סעריע.
אבער פאר די וואס זענען יא דן די עצם פרטי הסיפור, נניח אז די קידושין זענען אויסגעהאלטן און זענען חל, פעלט נאכאלטס די כתובה און ברכות און טבילה, וואס בעפאר דעם, טארן זיי זיך נישט מייחד זיין אדער זיך אנרירן...
גראדע האב איך א פילינג אז די נייע עונה האט אביסל נאכגעלאזט פון די טיפקייט פון די כאראקטארן, און פאוקוסט מער אויף די עקשאן און קאמעדיע.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אויב עפעס איז זי נאר אן ארוסה עס איז נישט געווען קיין נשואין (עכ"פ זיי שפילן עס נישט וואס גייט פאר ביהיינד דע סינס ווייס איך נישט 🙂 )
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
א מורא'דיגע שארפע פייל וואס די לעצטער עפיזאד האט געשאסן איז די ענין פון זיך משדך זיין. למשל א בחור רציני איז זיך משדך מיט א בתולה רצינית. סא ליבי זאגט פאר קיווע: נו, אז דו ביסט א בחור לא רציני, וועסטו טרעפן א מיידל לא רצינית. מה כל הרעש? ביי אונז לערנט אבער אויס אנדערש. די טאטע שרייט אויפן בחור: אויב וועסטו נישט זיין ערנסט וועסטו נישט קענען א שידוך טון!! וועסט בלייבן א אלטע בחור!! קיינער וועט דיך נישט דארפן!! אבער דאס איז א ברעינוואשינג און א פרעכע שרעקעדיגע ליגנעט. דער בחור קען טרעפן זיינס גלייכן א 'לא רצינית'. פינטעל.
יהושע חייםאויב עפעס איז זי נאר אן ארוסה עס איז נישט געווען קיין נשואין (עכ"פ זיי שפילן עס נישט וואס גייט פאר ביהיינד דע סינס ווייס איך נישט 🙂 )
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
קיין חופה איז דא נישט געווען. קיין קניית מקום איז נישט געווען, די דזשאוק איז געשפילט אמעראציש און זייער אמעטשור, אומרעאליסטיש.
זוכעריהושע חייםאויב עפעס איז זי נאר אן ארוסה עס איז נישט געווען קיין נשואין (עכ"פ זיי שפילן עס נישט וואס גייט פאר ביהיינד דע סינס ווייס איך נישט 🙂 )
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
קיין חופה איז דא נישט געווען. קיין קניית מקום איז נישט געווען, די דזשאוק איז געשפילט אמעראציש און זייער אמעטשור, אומרעאליסטיש.
.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
וואס, די עדים האבן געהאט אן אייפאון?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
שמערלוואס, די עדים האבן געהאט אן אייפאון?
נאך ערגער, א לעפטאפ.
שמערלביידע צדדים דא זענען גערעכט. די אלע עפיזאדן וואס שפילן זיך אפ זענען פאנטאסטישע געשיכטעס וואס אפשר אין אויסטערלישע אויסנאמען איז איינס פון זיי אמאל פארגעקומען ביי איינעם, אבער אז אזויפיל זאכן זאל פארקומען אין איין משפחה איז פיקציע.
אבער די חלק האמת וואס איז יא דא, איז די פערזענליכקייטן פון די כאראקטארן, וואס אין דעם זעט מען איז אריין א מורא'דיגע ארבייט, אהערצושטעלן יעדן מיט זיינע פסיכישע מעלות און חסרונות, אזוי יעדעס מאל וואס א פרישע געשעעניש קומט פאר, פארשטייען מיר שוין אליין וויאזוי יעדענ'ס רעאקציע שטימט לויט זייער אינדעווידואלער כאראקטעריסטישע מהלך המחשבה, און דעס איז דער עיקר קונסט און ארט פון די סעריע.
אבער פאר די וואס זענען יא דן די עצם פרטי הסיפור, נניח אז די קידושין זענען אויסגעהאלטן און זענען חל, פעלט נאכאלטס די כתובה און ברכות און טבילה, וואס בעפאר דעם, טארן זיי זיך נישט מייחד זיין אדער זיך אנרירן...
גראדע האב איך א פילינג אז די נייע עונה האט אביסל נאכגעלאזט פון די טיפקייט פון די כאראקטארן, און פאוקוסט מער אויף די עקשאן און קאמעדיע.
שמערל: דו פארגעסט, אזוי ווי א סאך אנדערע מענטשן וועלכע זעען און רעדן איבער די סעריע אז דא רעדט זיך פון א ריין פיקטיווע דראמא, געשפיעלט דורך פרייע, נישט רעליגיעזע אקטיארן. וואס דער ציל פון די פראדוסערס און דיירעקטארס איז צו שילדערן געוויסע זייטן פונ'ם אידישן, רעליגיעזן לעבן. און מאכן עס אויסזעהן ווי מער רעאליסטיש. אבער הלכה און מנהגים קומען דא אינגאנצן נישט אין באטראכט...!
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
די קידושין איז קיין קידושין ווייל עס איז נישט געווען קיין דעת צו מקדש זיין.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
בכלל קידושין אינו תופס באשת איש
ביי אן אומדנא דמוכח פסקנ'ט מען אז הוי דברים בפרט אין אזא פאל וואס עס איז מער ווי אן אומדנא.
זעמער נישט אלע כשרע עדי קידושין, אונז האב מיר אלע עס געזען מיט אונזער אויגען.. עדי לקיומא!
סתם אזוי, אנטשין האט א הכשר אויף זיין עסן. די אנדערע מאה שערים יידן וואס זיצען דארט זענען אויך מחללי שבתים? אוי וויי געוואלד.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אגב ווי איז דאס אנטשין? (איך וואלט געקענט באשטיין אמאל צו באזוכן דארט)
קודם כל, יישר כח פארן ציבור, וואס האט מיר ארויסגעהאלפן צו קענען זען שטיסל. און א בקשה פאר אנאנים, זאל מוחל זיין מיט זיין ביאור מעמיק אויף די שפילערס וכו'... כולנו מצפים לזה בכליון עינים.
ליינענדיג וואס דער עולם שרייבט דא, קומט מיר ממש צו וויינען און איך פרעג מיר אליין: 'פארוואס מערק איך נישט אויף די אלע נקודות וואס מענטשן מערקן אויף? פארוואס באמערק איך נישט די פסיכילאגישע מחשבות וואס ליגן אונטער די מעשים פון מענטשן?' - איך האב נישט באמערקט שולמ'ס נאטור לויט ווי אזוי מען לייגט אים דא אראפ. איך האב געקוקט אויף די מעשה ווי א מעשה, הערשט נאך וואס דער עולם דא האט גע'מסבר'ט די פיגורן, האב איך עס טאקע באמערקט. און עס טוט מיר זייער וויי, אז איך האב נישט דעם פינפטן חוש ביקורת, אפצולערנען וואס עס קומט פאר אונטער די הערצער פון די שפילערס. איך שרייב בלויז די ווייטאג פון מיין הארץ.
איך וויל פרעגן עטליכע זאכן וואס איז מיר איינגעפאלן ביי די לעצטע סעריע:
א. דער חנינא טוניק, קען ער נישט אריינפאלן אצינד אין לעגאלע פראבלעמען? - פארוואס רופט נישט גיטי פאליציי אויף אים וגמרנו?
ב. רוחמי קוקט מיר אויס ווי א סתירה: אין עונה 1, האט עס אויסגעקוקט ווי זי האלט פארן גליטשן, דוכט זיך אז מען זעט איר אפילו רייכערן שבת. דא זוכט זי גאר א כניאקישער בחור וואס וויל זיך באשיצן פון מחשבות זרות און זי וויל אים העלפן לערנען. פארוואס?
ג. בכלל, אזוי ווי אנדערע האבן אויפגעמערקט: וואו איז חנינא'ס משפחה? - שלאפן זיי טאקע אין שוהל? - האט דער שוהל נישט קיין באזוכער?
ד. דער חנינא קוקט מיר נישט אויס ווי א בלויזע אקטיאר, ער זעט אויס ממש ווי א חרדי, אדער איינער וואס איז אפגעפארן... זיין תפילה איז זייער הארציג און אמת'דיג. ווייסט איינער ווער ער איז און וואס די סטארי איז?
ה. קען זיך די באבע מלכה נישט אריינלייגן אין פראבלעמען? - די לעצטע טעלפאן קאל פון רביצין ערבליך איז געווען צו איר און זי איז געווען די איינציגסטע וואס האט זיך געפינען דארט בשעת מעשה... וואס וועט די פאליציי זאגן?
ו. וואו איז צבי אריה שטיסל נעלם געווארן אין די עונה?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
וואס איז די ציל פון אזא סארט סעריע? איז די ציל ריין אינטערטעינמענט אדער ס׳קומט לערנען עפעס חכמת חיים?
@חקרן צבי אריה שטיסל קען מען יא זעהן אויף עונה 2 פרק 1
איך האב א צווייטע שאלה.. ווי איז שלום שטיסל'ס צווייטע טאכטער די חבדסקער , איהר שוועסטער מאכט א שמחה אין זי קימט זיך נישט באטייליגען?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
.
וויאזוי קען ליבי אזא פיינע עברית? זי וואוינט דאך אין בעלגיע.