☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29

קאווע קריטיק » מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 10:04 pm

· #462472
בת השוטר איז חלשות. געשריבן ווי א גרובייס פילם. די כאראקטערן זענען פלאך ווי א מצה און טראגן נישט קיין שום... כאראקטער. שפארט אייך צייט און טרעפט עפעס אנדערש מיט וואס זיך אונטערצוהאלטן.

בת קול » מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 10:28 pm

· #462473
לויט ווי איך פארשטיי איז עס געמאכט פאר teenagers.
מיין עברית איז נישט די בעסטע, קען זיין איך פארשטיי נישט די גאנצע context, אבער ביי די 3טע עפיסאוד הייבט עס אן ווערן אינטערעסאנט.

מפיל קינד » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:09 am

· #462475
איך האלט שוין נאכן זען 17.

ס'איז טאקע היימיש און אינטערעסאנט צו זען ווי פרייע שפילן פרומע, אבער קיין איין חלק פון די מעשה האט נאכנישט אנגעהויבן צו מאכן סענס

נישט וויאזוי דנה איז אנגעקומען צום ראש ישיבה.
וויאזוי חני איז געווארן גוט מיט דניאל.
וויאזוי דוד האט קאנווינסט די ראש ישיבה.
וויאזוי אליהו איז אנגעקומען צום שאו.
וויאזוי איתי וויל נישט אויפגעבן צו זוכן דנה.
וויאזוי רונן דרייט זיך פראנק און פריי אויפן גאס.
וויאזוי דנה איז פרייליך אנשטאט זיין אנגעזעצט.

בכלל זענען די כאראקטורן אויסגעוועפט. רונן איז שלעכט און פארקויפט גארנישט, איתי בן חיים איז אויסגעטרוקנט, אדם איז גארנישט ווערד, שחר עקט ווי א בעבי, און די גאנצע שאו לויפט צו ווילד און שלאבעריש אן קיין טראפ ריאליטי.

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 8:05 pm

· #462530
יע רובם שלעכטע אומערפארענע עקטערס, שלעכטע קעסטינג, שלעכטע נארישע מעשה און שלעכטע אלעס. עס קוקט אויס ווי א נידריגע באדשעט טין פליק.

בכגון דא ווען איינער האט דא אמאל צוגעגלייכט עפעס א מינדערוויכטיגע פילם צו א וועלט בארימטע סעריע (דאכט זיך צו 'פריזן ברעיק)' האט מען געשריבן ''אינגערמאן אויף וועלכע וועלט לעבסטו?''

mevakesh » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:50 am

· #462636
אט אט December 20
link

מפיל קינד » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:39 am

· #464353
געדענקן צו מאכן א שהחיינו אויף די ערשטע לעכטל פון שטיסל.

אלבערט איינשטיין » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:57 am

· #464356
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
11 אזייגער ארץ ישראל צייט קומט עס ארויס

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

מפיל קינד » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 11:08 am

· #464357
בת השוטר ענדיגט זיך שוין. למעשה מוז איך מודה זיין אז זיי האבן געמאכט א גוטן דזשאב מיטן איבערדרייען די מעשה עטליכע מאל, פון רונן צו די ראש ישיבה, פון מרן צו יפתח און צום לעצט, איז די רעביצין די רוצחת... ס'איז געשפילט אויף זייער א נידריגע שטאפל, לאו לעוועל, אבער די מעשה פאר זיך איז נישט אוועקצומאכן.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 4:47 pm

· #464377
איינער האט די נייע עפיזאד אויף גוגל דרייב וכדומה?

מנחם ציון » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 4:50 pm

· #464378
ס'איז שוין אינדרויסן?!

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 4:55 pm

· #464379
מנחם ציון
ס'איז שוין אינדרויסן?!

יא 7 pm israeli time

מנחם ציון » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 5:13 pm

· #464380
גיימער זיך איינהאנדלען פאפקארן

בת קול » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 5:38 pm

· #464382

קאצקע ציקער » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 5:45 pm

· #464383
דאס קינד לוידט זיך

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 5:46 pm

· #464384
בת קול

ישר כוח
איך האב ליידער נישט קיין צוטריט צו טעלעגראם סאו אויב איינער קען לייגען אויף גוגל דרייו וועל איך דאנקבאר זיין

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 9:22 pm

· #464389
mevakesh
בת קול

ישר כוח
איך האב ליידער נישט קיין צוטריט צו טעלעגראם סאו אויב איינער קען לייגען אויף גוגל דרייו וועל איך דאנקבאר זיין

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1-STzRgQTCGy0avX-cTrpUOMP31qQ890L/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/1-STzRg ... p=drivesdk</a>

סמבטיון » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 9:36 pm

· #464392
יעצט גענדיגט זעהן די נייע עפיזאד, עס ווערט בעסער און בעסער, דא ליגט אזויפיהל רגש מחשבה און ליבשאפט, איך ווער מעשיגע פאר ליפא, שלום פארשטייט זיך איז אייזן ווי אלעמאל, רוחמי האט א שוואכע ראלע, ליבי איז באשיידן און זיס ווי האניג.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 9:42 pm

· #464395
רביה''ק זי''ע
mevakesh
בת קול

ישר כוח
איך האב ליידער נישט קיין צוטריט צו טעלעגראם סאו אויב איינער קען לייגען אויף גוגל דרייו וועל איך דאנקבאר זיין

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1-STzRgQTCGy0avX-cTrpUOMP31qQ890L/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/1-STzRg ... p=drivesdk</a>

ישר כוח זאלסט ווײטער קענען טוהן גוטס פאר מענטשן

מנחם ציון » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 9:44 pm

· #464396
סמבטיון
יעצט גענדיגט זעהן די נייע עפיזאד, עס ווערט בעסער און בעסער, דא ליגט אזויפיהל רגש מחשבה און ליבשאפט, איך ווער מעשיגע פאר ליפא, שלום פארשטייט זיך איז אייזן ווי אלעמאל, רוחמי האט א שוואכע ראלע, ליבי איז באשיידן און זיס ווי האניג.

עטליכע אינטערעסאנטע שטריכן.
שולעם עלטערט זיך אין פריידן, זיין גאנצע עקט שרייט ארויס אז עטליכע יאר זענען פארלאפן
ביי 6:46 איז דא שריים פון מהרז"ל'ס נסיעה.
יוסל'ה האט שטארקע ענליכקייטן אויפ'ן אויסזעהן צו קיווע, מ'זעהט אז זיי זענען משפחה...
דער ראש ישיבה..... ווי שאפט מען אזאנס....

מפיל קינד » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:08 pm

· #464398
וואס גייט פאר מיט ליבי(ק), קודם זענען זיי צוזאמען, א מינוט שפעטער זאגט קאופמאן אז זי איז טויט, אןן שפעטער קוקט אויס ווי זיי האבן זיך צוטיילט...?

מפיל קינד » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:11 pm

· #464399
דאס איז זיכער, שטיסל בלייבט שטיסל. אייזן שטארק יעדע ריר. יאסל דער מתמיד האט זיך פארליבט אין די בייזע רוחות, ליפא בלייבט מיט זיינע אויפגעקלערטע רעניונות און זיין אשת חיל האלט אים צוריק.

שלום און קיווע זענען טאקע עלטער, אבער נאך בעסער ווי סיי ווען. שלום גייט כאפן כאטש 3 הארץ אטאקעס אין דעם עונה, און קיווע גייט נאך שלאפן ביי גיטי אין רעסטוראנט צוזאמען מיט זיין בעבי.

ווער פעלט? טוניק... לאמיר האפן ער קומט נאך צוריק, רוחמי איז גארנישט אן אים.

מנחם ציון » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:14 pm

· #464400
מפיל קינד
דאס איז זיכער, שטיסל בלייבט שטיסל. אייזן שטארק יעדע ריר. יאסל דער מתמיד האט זיך פארליבט אין די בייזע רוחות, ליפא בלייבט מיט זיינע אויפגעקלערטע רעניונות און זיין אשת חיל האלט אים צוריק.

שלום און קיווע זענען טאקע עלטער, אבער נאך בעסער ווי סיי ווען. שלום גייט כאפן כאטש 3 הארץ אטאקעס אין דעם עונה, און קיווע גייט נאך שלאפן ביי גיטי אין רעסטוראנט צוזאמען מיט זיין בעבי.

ווער פעלט? טוניק... לאמיר האפן ער קומט נאך צוריק, רוחמי איז גארנישט אן אים.

: 😂 :lol

קוויטעל » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 2:41 am

· #464409
דווקא חנה לסלאו האב איך אלץ ליב, זי איז א געבוירענע אקטארין

קאצקע ציקער » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 8:29 am

· #464413
מנחם ציון
סמבטיון
יעצט גענדיגט זעהן די נייע עפיזאד, עס ווערט בעסער און בעסער, דא ליגט אזויפיהל רגש מחשבה און ליבשאפט, איך ווער מעשיגע פאר ליפא, שלום פארשטייט זיך איז אייזן ווי אלעמאל, רוחמי האט א שוואכע ראלע, ליבי איז באשיידן און זיס ווי האניג.

דער ראש ישיבה..... ווי שאפט מען אזאנס....

שולי ראנד

ישעיה » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:06 am

· #464414
ספוילער אלערט

מפיל קינד
וואס גייט פאר מיט ליבי(ק), קודם זענען זיי צוזאמען, א מינוט שפעטער זאגט קאופמאן אז זי איז טויט, אןן שפעטער קוקט אויס ווי זיי האבן זיך צוטיילט...?

עס איז גאנץ קלאר אז זי איז אוועק פון ברעסט קענסער.

מפיל קינד » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 10:27 am

· #464419
מה שאירע לקיווע, אירע ליוסף.

דאס וואס קיווע איז דורך מיט אלישבע, גייט יעצט יוסף דורך מיט שירה לוי. ער גייט חלומ'ן אויף איר ביז סוף פון די עונה.

ישעיה » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 10:45 am

· #464420
ישעיה
ספוילער אלערט

מפיל קינד
וואס גייט פאר מיט ליבי(ק), קודם זענען זיי צוזאמען, א מינוט שפעטער זאגט קאופמאן אז זי איז טויט, אןן שפעטער קוקט אויס ווי זיי האבן זיך צוטיילט...?

עס איז גאנץ קלאר אז זי איז אוועק פון ברעסט קענסער.

אופס,
יעצט כאפ איך אז דאס ווי די רעדט פון זייגן האט גארנישט מיט איר מחלה,
זי איז שוין אוועק איידער די עונה האט זיך אנגעהויבן!!
ס'איז א חזיון......

yn.NY » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 12:05 pm

· #464425
סמבטיון
יעצט גענדיגט זעהן די נייע עפיזאד, עס ווערט בעסער און בעסער, דא ליגט אזויפיהל רגש מחשבה און ליבשאפט, איך ווער מעשיגע פאר ליפא, שלום פארשטייט זיך איז אייזן ווי אלעמאל, רוחמי האט א שוואכע ראלע, ליבי איז באשיידן און זיס ווי האניג.

ווי שאפט מען די צענדליגע אינגלעך (אין קלאס) פאר אזא פראיעקט?
זענען זיי אלע פרייע אינגלעך? וויאזוי שפילן זיי אזוי גוט די פרומע חדר-לעבענסששטייגער?...

אלבערט איינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 12:36 pm

· #464427
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ישעיה
ישעיה
ספוילער אלערט

מפיל קינד
וואס גייט פאר מיט ליבי(ק), קודם זענען זיי צוזאמען, א מינוט שפעטער זאגט קאופמאן אז זי איז טויט, אןן שפעטער קוקט אויס ווי זיי האבן זיך צוטיילט...?

עס איז גאנץ קלאר אז זי איז אוועק פון ברעסט קענסער.

אופס,
יעצט כאפ איך אז דאס ווי די רעדט פון זייגן האט גארנישט מיט איר מחלה,
זי איז שוין אוועק איידער די עונה האט זיך אנגעהויבן!!
ס'איז א חזיון......
אוי מיי... שוין צו סאך! נישט יעדע צווייטע שמויגער קען דא ווערן א אלמן. שלום איז שוין גענוג. איך האב טאקע נישט געכאפט וואס גייט דא פאר. דיין ווערסיע שטימט די מערסטע נאכן איבערקוקן אפאר פונקטן ווי זיי רעדן זיך צוזאמען. איך האב מורא אז עס איז שוין אביסל צו ווילד. צוויי מענטשן זענען געשטארבן דאהי די מנהל האט מען ארויס געווארפן און מאכט א נייע חדר די יונגע ישיבה גדולה בחור'ל באליבט זיך.... בארואיגט אייך! איינס אויף אמאל זענען די ערשטע עונה'ס אויך געווען אזוי סך צו דראסטישע זאכן אויף איין מאל?

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

אלבערט איינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 12:42 pm

· #464429
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
yn.NY
סמבטיון
יעצט גענדיגט זעהן די נייע עפיזאד, עס ווערט בעסער און בעסער, דא ליגט אזויפיהל רגש מחשבה און ליבשאפט, איך ווער מעשיגע פאר ליפא, שלום פארשטייט זיך איז אייזן ווי אלעמאל, רוחמי האט א שוואכע ראלע, ליבי איז באשיידן און זיס ווי האניג.

ווי שאפט מען די צענדליגע אינגלעך (אין קלאס) פאר אזא פראיעקט?
זענען זיי אלע פרייע אינגלעך? וויאזוי שפילן זיי אזוי גוט די פרומע חדר-לעבענסששטייגער?...
עםםם... די מיינסט אז נאר די פרומע מאכן טראבל? פרייע קענען פונקט אזוי אויב נישט נאך בעסער. נישטא צו גרויסע קונץ אין דעם אחוץ די פאות וואס דו זעהסט...

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

yn.NY » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 12:49 pm

· #464430
אלבערט איינשטיין

זיי שפילן עס גוט אראפ... זעה דארט ווי די מנהל לאזט איהם אראפ א געזונט פעטשעל פאר'ן זיין א מחוצף

מפיל קינד » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 1:26 pm

· #464432
די מנהל??? דאס איז דאך אונזער שולם!!

איי געס דאס איז דיין ערשטע שטיסל. וועלקאם, סיט בעק ענד ענדזשוי.

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 2:00 pm

· #464433
קאצקע ציקער
מנחם ציון
סמבטיון
יעצט גענדיגט זעהן די נייע עפיזאד, עס ווערט בעסער און בעסער, דא ליגט אזויפיהל רגש מחשבה און ליבשאפט, איך ווער מעשיגע פאר ליפא, שלום פארשטייט זיך איז אייזן ווי אלעמאל, רוחמי האט א שוואכע ראלע, ליבי איז באשיידן און זיס ווי האניג.

דער ראש ישיבה..... ווי שאפט מען אזאנס....

שולי ראנד

שטימט
דער האט אויסגעזעהן צו היימיש

ישעיה » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 2:15 pm

· #464434
אלבערט איינשטיין
ישעיה
ישעיה
ספוילער אלערט

מפיל קינד
וואס גייט פאר מיט ליבי(ק), קודם זענען זיי צוזאמען, א מינוט שפעטער זאגט קאופמאן אז זי איז טויט, אןן שפעטער קוקט אויס ווי זיי האבן זיך צוטיילט...?

עס איז גאנץ קלאר אז זי איז אוועק פון ברעסט קענסער.

אופס,
יעצט כאפ איך אז דאס ווי די רעדט פון זייגן האט גארנישט מיט איר מחלה,
זי איז שוין אוועק איידער די עונה האט זיך אנגעהויבן!!
ס'איז א חזיון......
אוי מיי... שוין צו סאך! נישט יעדע צווייטע שמויגער קען דא ווערן א אלמן. שלום איז שוין גענוג. איך האב טאקע נישט געכאפט וואס גייט דא פאר. דיין ווערסיע שטימט די מערסטע נאכן איבערקוקן אפאר פונקטן ווי זיי רעדן זיך צוזאמען. איך האב מורא אז עס איז שוין אביסל צו ווילד. צוויי מענטשן זענען געשטארבן דאהי די מנהל האט מען ארויס געווארפן און מאכט א נייע חדר די יונגע ישיבה גדולה בחור'ל באליבט זיך.... בארואיגט אייך! איינס אויף אמאל זענען די ערשטע עונה'ס אויך געווען אזוי סך צו דראסטישע זאכן אויף איין מאל?

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

וועלקטם טו איזריעל 😂

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 3:00 pm

· #464437
מיין אפשאצונג אויפ'ן ערשטן עפיזאד.
שטערקסטע עקטער, מנוחה אדער שולעם
שטערקסטע ליין, החיים נותנים לך לימונדה, תיקח! אבא.... וכולי.... 😂
הומאריסטישע ליניע, ווי ליפע פרובירט צו איבעררעדן גיטי'ן אויפ'ן אלג'ירער שידוך. ער זעהט דעם דיפערענץ צווישן אשכנזים און ספרדים פשוט אז "הם פשוט אוהבים את הדג שלהם קצת יותר חריף משלנו...... זייער גוט..
דאס וואס ישעיה זאגט אז ליבי איז שוין נישטא איז די מערסטע מיושב און פארענפערט אסאך

שולעם פאלט פאר געלט, די סעקונדע ער הערט אז נחומה האט געלט הערט ער אויף קאלעכן, און ווייסט גענוי וועלכע קנעפלעך צו דרוקן.
סוכער, אלס שולעם'ס שוואגער, וויל איר פלוצלינג הייראטן פאר די זעלבע סיבה... נעמליך זי האט געוואונען די לאטארי.

ליפע שעפט נחת פון זיינע קינדער כאטש ער איז יענער צדיק. ווערט ער אבער געוואויר אז זיין יוסל'ה דער מתמיד איז א מענטש פונקט ווי יעדן און פארשטייט אויך צו א גוט שטיקל....

די פראדוצירער זענען היבש בייסיג מיט דער שטיקל פון די לעווינזון הצעה. דא זענען מיר חרדים ביזי שרייען אז אלעס איז באשערט, און שידוכים איז פון הימל. אבער ווען אלע רעדער דרייען זיך אין די ריכטונג ווי גיטי וויל נישט, איז נישט דא קיין הימל, און נישט קיין באשערט, נאר אלעס זאל זיין "לפי הספר". און ליפע, ווי אן איש כשר עושה רצון אשתו רופט אן יוסל'ה ווי המן נאכן באגאסן ווערן. (דאס איז בכלל א שטארקע טויש אין גיטי'ס כאראקטער, ווען אין די ערשטע עונה איז גיטי געווען א שדרה'לאזע פרוי, פיל מיט עמאציעס. און פון די צווייטע און ווייטער איז זי א היבשער.... כ'ווייס נישט, א ביטש? )
אוועראלל איז די עפיזאד פול מיט מחשבה, געפיל, ראמאנס, און לאזט איבער א גוטער איינדרוק אז זיי וועלן אונז נישט אנטוישן אזוי ווי ביז היינט

און צום שלוס די מיליאן דאלאר פראגע
איז שולעם גערעכט אדער די הנהלה?.....

הוגה » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 3:39 pm

· #464438
מנחם ציון
די פראדוצירער זענען היבש בייסיג מיט דער שטיקל פון די לעווינזון הצעה. דא זענען מיר חרדים ביזי שרייען אז אלעס איז באשערט, און שידוכים איז פון הימל. אבער ווען אלע רעדער דרייען זיך אין די ריכטונג ווי גיטי וויל נישט, איז נישט דא קיין הימל, און נישט קיין באשערט, נאר אלעס זאל זיין "לפי הספר". און ליפע, ווי אן איש כשר עושה רצון אשתו רופט אן יוסל'ה ווי המן נאכן באגאסן ווערן. (דאס איז בכלל א שטארקע טויש אין גיטי'ס כאראקטער, ווען אין די ערשטע עונה איז גיטי געווען א שדרה'לאזע פרוי, פיל מיט עמאציעס. און פון די צווייטע און ווייטער איז זי א היבשער.... כ'ווייס נישט, א ביטש?)

אינטערעסאנט ווי דו און איך האבן געוואטשט די זעלבע סצענע און דאך האבן מיר ארויסגענומען גאר פארקערטע רעאקציעס. אין מיינע אויגן זענען די שרייבער דא בכלל נישט בייסיג. אדרבא, זיי האבן יומאניזירט די פרומע אידנע, אז טראצדעם וואס געווענטליך האט זי נישט קיין רוקנ-ביין נאר איר גאנץ לעבן דרייט זיך ארום וואס די אייבישטער און די תורה (און די קאמיוניטי) זאגט, דאך קומט א פונקט ווי זי איז א יומען ביאינג ערשט. זי שטעלט אראפ א פוס און זאגט עס קומט מיר אויך אמאל עפעס נחת דא אין עולם הזה. עס גיבט די viewer א געלעגנהייט זיך צו קענען עטוואס אידענטיפיצירן מיט די גיטי כאראקטאר. זארג דיך אבער נישט, די מעשה האט זיך נאכנישט געענדיגט. איך גלייב אז די טראגישע גיטי וועט צוריק ערגענצט ווערן ווען דער שידוך וועט ווערן טראצדעם וואס עס געפעלט איר נישט און זי וועט מיט א געבויגנע קאפ עס "מקבל זיין באהבה".

נ.ב. נאר א מאן וואס איז שורר בביבתו כצוואת אחשווירוש קען האלטן אז א פרוי וואס וויל א "נארמאלע" שידוך פאר איר קינד איז מעגליך א ביטש. כנלענ"ד.

.

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 4:03 pm

· #464441
הוגה

בייסיג איז אפשר נישט די ריכטיגע ווארט
זיי מאלן אפ א סצענע ווי אפי' חרדים וועלן בעפארצוגן וואס זיי ווילן על אף דאס פארקערטע זעהט אויס באשערט. און ס'איז ליידער אמת.
און דאס איז איבעראל, יעדער ווייסט וויאזוי די שידוכים געקלויבעכץ גייט ביי אונז

ביטש מיין איך צו זאגן אויף דאס אומגעזעהנע, (מען זעהט בלויז א חלק). ווי זי צווינגט ליפע צו רופן פארנט פון איר זייער זוהן, און ווי לאנג זי הערט נישט קלאר ארויס פון זיין מויל איז זי נישט צופרידן. זי שאקלט אזוי מיט'ן קאפ מיט פארגעניגן ווען זי הערט אז ליפע זאגט טאקע וואס זי האט געהייסן.
דאס זעלביגע איז געווען ביי טוניק מיט רוחמי, "גיי פארלאנג א גט אבער שוין!" ער פרובירט מסביר זיין אז אולי איז דאס יא גוט, אבער זי וויל נישט הערן.
(מען קען איר דן זיין אז זי ווייסט זייער גוט אז איר מאן איז א שטיקל דריי קאפ, ער האט איר שוין אפגעלאזט איינמאל, און ביי זעליג האט ער איר אויך אויסגעשפילט,און זי האט נישט קיין גענצליכע טראסט אין אים, אבער עס האט א שיעור)
זי האט דעם ליפע אזוי אין די הענט אזש ער קען נישט מער ווי דרייען מיט די ציצית

מ גפני » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 4:03 pm

· #464442
ישעיה
ספוילער אלערט

מפיל קינד
וואס גייט פאר מיט ליבי(ק), קודם זענען זיי צוזאמען, א מינוט שפעטער זאגט קאופמאן אז זי איז טויט, אןן שפעטער קוקט אויס ווי זיי האבן זיך צוטיילט...?

עס איז גאנץ קלאר אז זי איז אוועק פון ברעסט קענסער.

דאן פארוואס זאגן זיי גארנישט דערוועגן??

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 4:18 pm

· #464444
זיי האבן געשטעלט @ישעיה צו זאגן

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 4:19 pm

· #464445
ישעיה
ספוילער אלערט

מפיל קינד
וואס גייט פאר מיט ליבי(ק), קודם זענען זיי צוזאמען, א מינוט שפעטער זאגט קאופמאן אז זי איז טויט, אןן שפעטער קוקט אויס ווי זיי האבן זיך צוטיילט...?

עס איז גאנץ קלאר אז זי איז אוועק פון ברעסט קענסער.

קוקט נישט אויס אזוי,אויב יא איז עס באמת סטופיד,
און בכלל אויב מען וויל איר אוועקלייגן פארן סיזן וואלט מען בכלל נישט געדארפט אנהייבן אז זיי האבן חתונה געהאט און נאכדעם איר אוועקלייגן....סוף סיזן 2 איז נישט געווען אזוי זיכער אז זיי גייען חתונה האבן, חוץ דעם אויב זי לעבט שוין טאקע נישט וואלט מען נישט געדארפט מאכן אז זי בעט זיך ער זאל יא פארקויפן, פארקערט מען וואלט געדארפט מאכן ווי זי פארפירט [אין זיין דמיון] אז ער זאל נישט פארגעסן פון איר וכו וכו.
איך קלער אז קיווע איז אנטלאפן פון ליבי נאך וואס ער האט זיך נישט געקענט מוחל זיין פארן פארקויפן די פעינטינגס.
דאס וואס קויפמאן זאגט אז זי איז אוועק קען זיין אז סאיז טאקע נישט אנגענומען ביי ארטיסטן צו פארקויפן אזעלכע פערזענליכע ווערק און כדי דער עולם זאל אים נישט אראפקוקן האט ער פארקויפט אזא לאטקע.

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 4:26 pm

· #464447
אגב כהאב ספעציעל הנאה געהאט ווי זיי זענען מדגיש שלוםס "בהחלט" ביים רעדן מיט סוכערס נייע כלה, און פונעם "וכולי" ווען קיווע בעט אים געלט.....

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 4:50 pm

· #464449
זופ מיט מאנדלען
ישעיה
ספוילער אלערט

מפיל קינד
וואס גייט פאר מיט ליבי(ק), קודם זענען זיי צוזאמען, א מינוט שפעטער זאגט קאופמאן אז זי איז טויט, אןן שפעטער קוקט אויס ווי זיי האבן זיך צוטיילט...?

עס איז גאנץ קלאר אז זי איז אוועק פון ברעסט קענסער.

קוקט נישט אויס אזוי,אויב יא איז עס באמת סטופיד,
און בכלל אויב מען וויל איר אוועקלייגן פארן סיזן וואלט מען בכלל נישט געדארפט אנהייבן אז זיי האבן חתונה געהאט און נאכדעם איר אוועקלייגן....סוף סיזן 2 איז נישט געווען אזוי זיכער אז זיי גייען חתונה האבן, חוץ דעם אויב זי לעבט שוין טאקע נישט וואלט מען נישט געדארפט מאכן אז זי בעט זיך ער זאל יא פארקויפן, פארקערט מען וואלט געדארפט מאכן ווי זי פארפירט [אין זיין דמיון] אז ער זאל נישט פארגעסן פון איר וכו וכו.
איך קלער אז קיווע איז אנטלאפן פון ליבי נאך וואס ער האט זיך נישט געקענט מוחל זיין פארן פארקויפן די פעינטינגס.
דאס וואס קויפמאן זאגט אז זי איז אוועק קען זיין אז סאיז טאקע נישט אנגענומען ביי ארטיסטן צו פארקויפן אזעלכע פערזענליכע ווערק און כדי דער עולם זאל אים נישט אראפקוקן האט ער פארקויפט אזא לאטקע.

שטארקע סברות לכאן ולכאן
אבער פארוואס זאלן זיי עס נישט מאכן אזוי? אלס די געלט?
די חלק ווי קיווע מאלט אפ דער יונגעלע מיט'ן פיש איז אויך עפעס אזוי איבעריג און ס'איז נישט קלאר וואס זיי ווילן דערמיט

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 5:33 pm

· #464453
אלעס שיינע באמערקונגען אבער די עיקר האט מען אויסגעלאזט, די סצענע וואו קיווע שטייט און באטראכט ליביק׳ס פארטרעטס, און ס׳קומט איהם ארויף די פלעשבעקס וואו ער מאלט די בילדער און מ׳זעהט וואו ער מאלט די בילדער מיט א זויערע בענקעדיגע מינע פארנט פון א ליידיגע בענקל און דו כאפסט אז באמת איז ליבי קיינמאל נישט געווען דארט נאר ער האט עס געמאלן פון זכרון אויס בענקעניש צו איר און ער איז גרייט צו שטארבן פאר הונגער אבי נישט אפצולאזן זיינע לעצטע זכרונות וואס ער האט פון ליבי, און ווען ער האט שוין נישט קיין ברירה און ער איז מסכים זיי ארויסצושטעלן אויף אויספארקויף איז פונקט די טייערסטע בילד זיינע פון די חתונה נאכט געגאנגען די ערשטע, און ער קען נישט פועל׳ן ביי זיך צו נוצן דאס געלט וואס ער האט באקומען דערפאר און ער רופט א טעקסי אינמיטן נאכט און ציעט זיך אריבער צו זיין טאטן אין שטוב, ס׳איז דאך אזוי ראמאנטיש, שטעכעדיג, און ספייסי !!OUCH

כגפן פוריה » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 5:44 pm

· #464454
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אין די trailer פין די דריטע סיעסען איז אויך משמע אז ליבי לעבט שוין נישט.

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk

קוויטעל » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 5:48 pm

· #464456
מנחם ציון

איז שולעם גערעכט אדער די הנהלה?.....

האט נישט דער עולם געכאפט, אז די מעשה מיט'ן אפכאפן מיט א קליינע קעמרע דעם פאטש, האט פאסירט פאר א אמת, נישט לאנג צוריק?

כ'האב מורא'דיג הנאה ווען מ'נעמט אזעלכע נישט לאנג צוריק אמת'ע געשעענישן, און מ'מישט עס אריין אינעם שפיל, [א שטייגער ווי 'אוטונומיה' שפיגעלט אפ דעם לב טהור קאלט.]

כוכב » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 6:07 pm

· #464457
אוודאי לעבט ליבי. דער קאופמאן איז א סאקער וואס וויל מאכן א בעסערע געשיכטע ארום די ארט האט ער עס פארוואנדלט אין א וויינעדיגע סאב סטארי. דערפאר איז קיווע להשמיד ולהרוג. נישט נאר מ'נעמט אים צו א שטיק נשמה מיט זיינע פעינטינגס וואס ער זעט ווי די חי החיים, קומט עס נאך איינגעוויקלט אין א געשיכטע ווי כאילו זיין ווייב לעבט מער נישט.

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 6:20 pm

· #464459
רביה''ק זי''ע
אלעס שיינע באמערקונגען אבער די עיקר האט מען אויסגעלאזט, די סצענע וואו קיווע שטייט און באטראכט ליביק׳ס פארטרעטס, און ס׳קומט איהם ארויף די פלעשבעקס וואו ער מאלט די בילדער און מ׳זעהט וואו ער מאלט די בילדער מיט א זויערע בענקעדיגע מינע און ליבי געפונט זיך נישט דארט און דו כאפסט אז באמת איז ליבי קיינמאל נישט געווען דארט נאר ער האט עס געמאלן פון זכרון אויס בענקעניש צו איר און ער איז גרייט צו שטארבן פאר הונגער אבי נישט אפצולאזן זיינע לעצטע זכרונות וואס ער האט פון ליבי, און ווען ער האט שוין נישט קיין ברירה און ער איז מסכים זיי ארויסצושטעלן אויף אויספארקויף איז פונקט די טייערסטע בילד זיינע פון די חתונה נאכט געגאנגען די ערשטע, און ער קען נישט פועל׳ן ביי זיך צו נוצן דאס געלט וואס ער האט באקומען דערפאר און ער רופט א טעקסי אינמיטן נאכט און ציעט זיך אריבער צו זיין טאטן אין שטוב, ס׳איז דאך אזוי ראמאנטיש, שטעכעדיג, און ספייסי !!OUCH

די פלעש בעק איז עפעס אויסנאם
קורץ און שארף און עכט!

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 6:26 pm

· #464460
כוכב
אוודאי לעבט ליבי. דער קאופמאן איז א סאקער וואס וויל מאכן א בעסערע געשיכטע ארום די ארט האט ער עס פארוואנדלט אין א וויינעדיגע סאב סטארי. דערפאר איז קיווע להשמיד ולהרוג. נישט נאר מ'נעמט אים צו א שטיק נשמה מיט זיינע פעינטינגס וואס ער זעט ווי די חי החיים, קומט עס נאך איינגעוויקלט אין א געשיכטע ווי כאילו זיין ווייב לעבט מער נישט.

אבער וואס איז פשט פון די באלדיגע סעפערעישן?
איז ליבי געווארן באליידיגט אז קאופמאן האט געזאגט אז זי איז טויט?וואלט נישט קיווע איר געקענט זאגן בעפאר? דאס איז דאך פשטות געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך ארויסגעדרייט פון פארקויפן (אויב נעמט מען אן אז זי לעבט יא) וואלט ער זי נישט געקענט זאגן פארדעם?

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 6:30 pm

· #464461
בכלל איז מיר געווען שווער, ס'סאונד ווי דער קיווע נאגלט אראפ זיין ווייבעלע אויף איין פלאץ, לאזט איר נישט זייגן דאס קינד, לאזט איר נישט זעהן וואס שטייט אינעם בריוו, נאר זיצן ווי א סלופ אויפן טשעיר ווייל ער וויל איר אפמאלן. און דאס איז לכאורה אן אפטער ערשיינונג, און זיי לעבן נאך אינאיינעם.....

און ווען זי וויל שוין יא עפעס פארדינען דערפון דורך פארקויפן, וויל ער נישט.
דאס פאסט נישט פאר ר' שולעם'ס א קינד... זיי זענען מער מחונך'דיג...
אבער אי נקטינן כישעיה, ניחא

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 7:05 pm

· #464463
דאס אי דאס זי איז טויט!
קוק איבער דעם שטיקל ווי שולעם בעט צבי ארי' צו געבן א חיבוק פאר נחומע ווייל יהודיה צריכה חיבוק
זעה די שארפע בליקן וואס קיווע טוישט אויס מיט'ן פאטער זיינער, ווי צו זאגן "אהא, און ווען דיין אפגעריסענער זוהן, דער אלמן, וואס האט נישט געווינען די לאטערי בעט הילף, איז נישטא גארנישט!?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29