"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
רביה"ק זי"ע: איך פארשטיי בכלל נישט פארוואס הרב זמיר כהן מאכט בכלל אן עסק איבער דעם שאו ..."היהודים באים"...! צי ווייסט ער דען נישט אז דאס איז נישט מער ווי א סאטירישע פארשטעלונג?!
זייער תפקיד איז נישט צו לערנען היסטאריע אדער רעליגיע מיט אונז. זיי ברענגען ארויס די אבסורד אין א יעדן מצב...!
יא. זיי וואלטן געמעגט האבן א ביסל מער דרך ארץ און רעספעקט פאר היסטארישע און פארהייליגטע פיגורן ווי אברהם אבינו און משה רבינו. אבער זיי לאכן נישט אפ אדער שפעטן פון סיי וועם.
איינער קען מסביר זיין וויאזוי טהרן ענדיגט זיך? איך האב עס געזעהן אין עברית און נישט פונקטלעך פארשטאנען די ענדע.
די ערעפלאנען ווערן יא געשאסן אדער נישט?
בת קולאיינער קען מסביר זיין וויאזוי טהרן ענדיגט זיך? איך האב עס געזעהן אין עברית און נישט פונקטלעך פארשטאנען די ענדע.
די ערעפלאנען ווערן יא געשאסן אדער נישט?
אויך נישט פארשטאנען געהעריג. ס׳זעט אויס ווי די עראפלאנען ווערן געטראפן אבער נישט קלאר אויב זיי האבן איבערגעלעבט.
@בת קול און
@יוחנןאיר האט טאקע נישט פארשטאנען, און נישט נאר די ענדע נאר די גאנצע סעריע, ווייל די פוינט איז בכלל נישט די פליגער'ס... ס'איז ווי די נודניק זאל פרעגן די מילך וואס האט זיך אויסגעגאסן איז געווען חלב עכו"ם אדער ישראל?
די עיקר שאלה איז צו די ליבע צווישן תמר און מילאד איז געבליבן...
(אבער אפי' אויבערפלעכליך איז די סוגיא און די מאווי תמר, צו זי ווערט ווערן געכאפט צו נישט? צו איר טאטע וועט ליידן וועגן איר? אא"וו, און אביסעלע טיעפע וואס טוט זיך מיט די ליעבע צווישן איר און מילאד? ודו"ק)
והאיש משה@בת קול און
@יוחנןאיר האט טאקע נישט פארשטאנען, און נישט נאר די ענדע נאר די גאנצע סעריע, ווייל די פוינט איז בכלל נישט די פליגער'ס... ס'איז ווי די נודניק זאל פרעגן די מילך וואס האט זיך אויסגעגאסן איז געווען חלב עכו"ם אדער ישראל?
די עיקר שאלה איז צו די ליבע צווישן תמר און מילאד איז געבליבן...
(אבער אפי' אויבערפלעכליך איז די סוגיא און די מאווי תמר, צו זי ווערט ווערן געכאפט צו נישט? צו איר טאטע וועט ליידן וועגן איר? אא"וו, און אביסעלע טיעפע וואס טוט זיך מיט די ליעבע צווישן איר און מילאד? ודו"ק)
נא נא ווען מ׳פרעגט אויף די פליגערס איז פשט אז ביז דארט איז שוין אלעס קלאר ב״ה...
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
און וואס טוט זיך מיט יעל?? וואס האט זי געוואלט פון תמר? דאס האט מיך אינגאנצן צוחושט
סא וואס בלייבט? - קדוש האט געארבעט פאר די איראנער, דער הויפט פון די איראנער זיכערהייט האט כלומר'שט געארבעט פאר די איזרעעליס (אזוי האבן די ישראלים געמיינט), דערווייל האט ער זיי גוט אויסגעשפילט, בשעת ער האט געמאכט יד אחת מיט קדוש, און זיי ביידע האבן געארבעט פאר די איראנער.
זקן ממרא!
מהאט געפילמט א העפטיגע הפגנה קעגן ר׳ שולעם פארן נייעם סעזאן
https://twitter.com/avigad27/status/129 ... 36768?s=21
https://twitter.com/avigad27/status/129 ... 77314?s=21
כלבאשבועזקן ממרא!
מהאט געפילמט א העפטיגע הפגנה קעגן ר׳ שולעם פארן נייעם סעזאן
https://twitter.com/avigad27/status/129 ... 36768?s=21
https://twitter.com/avigad27/status/129 ... 77314?s=21
קען איינער דאס ארויפלייגן אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו, פאר די געפילטערטע?
כלבאשבועזקן ממרא!
מהאט געפילמט א העפטיגע הפגנה קעגן ר׳ שולעם פארן נייעם סעזאן
https://twitter.com/avigad27/status/129 ... 36768?s=21
https://twitter.com/avigad27/status/129 ... 77314?s=21
https://twitter.com/targem24/status/1293348371130974210
וועלכע איז עכט, וועלכע איז שטיסל עכט?
ר׳ שולם איז מסביר וויאזוי מפילמט אין קאראנע
https://www.instagram.com/p/CDsxvrPibLp ... 6upypon25j
https://drive.google.com/file/d/19yX6oq ... sp=sharing
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נו!!! ווען קומט עס ארויס? ווען גייט מען עס ארויס לייגן אויף די yes tv program?
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
זיי האבן געספוילט די גאנצע זאך, יעצט אז איך ווייס שוין אז עקיבה האט ענדליך חתונה געהאט פארוואס זאל איך עס נאך וואטשן? 😂
כ'האב מורא אז ס'קומט אן affaire מיט אנה'לע (חנה'לע)...
החיים נותנים לך לימונדה --- תיקח!

אוי איז דאס א ריכטיגע צ׳אלמער ווארט
נישט געזארגט שלום גייט נאך מאכן א שידוך און צופאלן... יעצט האלט מען שוין ביי שידוכים פון די אייניקלעך... חנניא טוניק קוקט אויס ווי ער גייט זיך נאכאמאל זיך נעמען צו א לערנען אטאקע... איך בין בכלל נישט באזארגט וואס עס גייט געשעהן... אבער דאס איז זיכער אז מאכן עקיבא זאל צום פערטן מאל אונז דרייען אויף שפילקעס איז שוין צופיל. אונז אלע קוקן ארויס אויף עקיבא צו זיין א געצערטעלטע מענטש....
נוחעם'ס פיאות זעהט נישט אויס אזוי גוט ווי אין די פריערדיגע עונה
א גאס אין גבעתיים איז גערופן געווארן על שמה פון בובע שטיסל.
נישט די באבע פון די צווייטע עונה אין שפיטאל, נאר די חבר'טע פון ערבליך פון די ערשטע עונה וואס איז געשטארבן צווישן די עונות.
ת.נ.צ.ב.ה.
📎 IMG_20200905_225709.jpg
אלבערט איינשטייןנישט געזארגט שלום גייט נאך מאכן א שידוך און צופאלן... יעצט האלט מען שוין ביי שידוכים פון די אייניקלעך... חנניא טוניק קוקט אויס ווי ער גייט זיך נאכאמאל זיך נעמען צו א לערנען אטאקע... איך בין בכלל נישט באזארגט וואס עס גייט געשעהן... אבער דאס איז זיכער אז מאכן עקיבא זאל צום פערטן מאל אונז דרייען אויף שפילקעס איז שוין צופיל. אונז אלע קוקן ארויס אויף עקיבא צו זיין א געצערטעלטע מענטש....
עפעס גייט זיך טוהן מיט יוסעלע׳ס שידוך, מזעט שוין פריער אז ער איז א באגעבונדל ווען ער פארליבט זיך אין דאס הינטל...
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
מפיל קינדא גאס אין גבעתיים איז גערופן געווארן על שמה פון בובע שטיסל.
נישט די באבע פון די צווייטע עונה אין שפיטאל, נאר די חבר'טע פון ערבליך פון די ערשטע עונה וואס איז געשטארבן צווישן די עונות.
ת.נ.צ.ב.ה.
טעות, מ'רעדט פון די באבע פון די צווייטע עונה, זי איז נישט געשטארבן נאר זי לעבט און לאכט
והאיש משהכ'האב מורא אז ס'קומט אן affaire מיט אנה'לע (חנה'לע)...
מ'רעדט דא פון שטיסל, נישט פון אוטנמיה.
מפיל קינדוהאיש משהכ'האב מורא אז ס'קומט אן affaire מיט אנה'לע (חנה'לע)...
מ'רעדט דא פון שטיסל, נישט פון אוטנמיה.
[ציטאט אראפגענומען]
ע"ש ותמצא נחת, אויב נאכ'ן קוקן דאס פריוויו האט איר נאך אלס נישט פארשטאנען וואס איך מיין, קוקט עס איבער נאכאמאל, טאמער נאך אלס נישט דארפט איר איבער קוקן אוטונומיה'ס.
חצי צלחת פון דער רביצין וואס עסט מער נישט קיין סאך, דערמאנט מיך פון יארמע רב'ס ווערטער איבער דעם משולח וואס האט געזאגט, נאכ'ן אריינרוקן א גאנצע סעודה, א טיי? דאס יא!
דער בחור ביים באשוי איז פארכאפט אין דער סעלף-העלפ מאטיוועישענעל מיינדפולנעס באבל וואס מאכט זיין וועג אריין אין דער חרדישער וועלט...
כוכבחצי צלחת פון דער רביצין וואס עסט מער נישט קיין סאך, דערמאנט מיך פון יארמע רב'ס ווערטער איבער דעם משולח וואס האט געזאגט, נאכ'ן אריינרוקן א גאנצע סעודה, א טיי? דאס יא!
וואס פאר א רביצין? דאס איז דאך מנוחה! קניגסברג'ס אלמנה, און אפגעלאזטער שידוך פון שלום...
והאיש משהכוכבחצי צלחת פון דער רביצין וואס עסט מער נישט קיין סאך, דערמאנט מיך פון יארמע רב'ס ווערטער איבער דעם משולח וואס האט געזאגט, נאכ'ן אריינרוקן א גאנצע סעודה, א טיי? דאס יא!
וואס פאר א רביצין? דאס איז דאך מנוחה! קניגסברג'ס אלמנה, און אפגעלאזטער שידוך פון שלום...
נא נא
איז זי דען נישט קיין רעביצין? זי האט דאך פארלאנגט אז שולעם זאל אפזאגן זיין סעקרעטארשע ווייל ס'פאסט נישט
שולעם שעפט חשיבות נאר ווייל ער גייט חתונה האבן מיט א רעביצין ווי איר
סקומט אריין די אומגינסטיגע נייעס אז שטיסל (די רעסטעראנט) האט זיך פארמאכט
📎 F152007F-D591-4D9B-B324-20095FA68885.jpeg
אבער זעהסט פון די סיין אז זיי זוכן עס צו פארקויפן אלס א Going concern.
לעצם הגעשעפט, די בעלי בתים האבען שוין יארן נישט משקיע געווען דערין און אזוי האט עס טאקע אויסגעזעהן, די איינציגסטע מעלה איז געווען די 'היימישקייט' אבער היינטיגע קונים זוכן מער פון דעם.
חבל חבל
אסאך פארברענגט דארט דאס איז געווען איינע פון מיינע פעיווארעט רעסטוראנטן
דארט פלעגט עסן א יעדן טאג א גאר אלטע פארפאלק, זיכער איבער די 85, ווען איך פלעג דארט זיין זענען זיי דארט געווען.
איך האב אמאל געפרעגט דעם אינגערמאן דארט ווער זיי זענען, האט ער מיר געזאגט אז זיי האבן גאר חשוב'ע קינדער ראשי ישיבות, זיי וואוינען אין די ארומיגע געגנטער נישט ממש דארט אין גאולה.
זיי קומען "יעדן טאג" אהין עסן, און דאס איז א שפיל פון א שיינע פאר שעה. מען שלעפט זיך צום באס, מען קומט אן, מען עסט, מען נעמט ווידער דעם באס אהיים, אזוי שטופט מען דורך די יארן...
אבער שלום בית, כבוד הזולת האט מען זיך ביי זיי געקענט לערנען זיי, האבן זיך מכבד געווען איינער דעם צווייטן עד להפליא
שטיסל קומט אמאל צוניטץ פאר
פרומע אידן אויך.
איך אויךשטיסל קומט אמאל צוניטץ פאר
פרומע אידן אויך.

איך כאפ נישט וואס ער וויל ארויסברענגען דא
ווער ווייסט נישט פארוואס טראמפ האט גארנישט געטוען בעפאר די וואלן? דאס וואלט דאך געווען פאליטישע זעלבסטמארד פאר אים
איינער ווייסט פון וואנעט יענע קאמיקס בלאט קומט? ס'איז אלעס פון עכטע בילדער, ביטע זייטס מודיע
מען קען עס היינט אליין מאכן מיט פילטערס פון אינסטעגרעם און אנדערע programs.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
וואס זאגן די חברי השטיבל דא אויף די נייע סדרה "בת השוטר"
טאקע נישט קיין שטיסל אבער נאכאלס גאנץ פיין
יהושע חייםוואס זאגן די חברי השטיבל דא אויף די נייע סדרה "בת השוטר"
טאקע נישט קיין שטיסל אבער נאכאלס גאנץ פיין
לינק?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
רימוןיהושע חייםוואס זאגן די חברי השטיבל דא אויף די נייע סדרה "בת השוטר"
טאקע נישט קיין שטיסל אבער נאכאלס גאנץ פיין
לינק?
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7%AA_%D7%94%D7%A9%D7%95%D7%98%D7%A8
יהושע חייםוואס זאגן די חברי השטיבל דא אויף די נייע סדרה "בת השוטר"
טאקע נישט קיין שטיסל אבער נאכאלס גאנץ פיין
איך האלט עס אינמיטן קיקן און עס איז זייער פיין
מען זעט א חשובע משפחה וואס די עלטערן זענען זיווג שני און עס שאדט נישט פאר שידוכים
יהושע חייםוואס זאגן די חברי השטיבל דא אויף די נייע סדרה "בת השוטר"
טאקע נישט קיין שטיסל אבער נאכאלס גאנץ פיין
שכח פארן אפיר ברענגען.
יעצט געבינדזש וואטשט פון איינס ביז פערצן אין 4.5 שעה...
זייער גוט צוזאם געשטעלט!
ווען קומט ארויס עפיסאוד 15?
די מעשה איז פיין צוזאמגעשטעלט, אבער זייער נישט רעאליסטיש. די מעשה קען נישט מאכן סענס.
די מעלה פון שטיסל איז געווען אז אלעס האט געשטומט אויפן האר. די בת השוטר האט יעדע פרק עטליכע פרטים וואס מאכן נישט קיין סענס במציאות.
רוחמי האט חתונה ביי די פופצן מיט א שטיבל בחור איז רעאליסטיש?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ווי קען מען באקומען אלע פערצן סיזענס אויף טעלעגראם. דא https://t.me/vvjdw קען מען נאר באקומען ביז צען
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אלבערט איינשטייןווי קען מען באקומען אלע פערצן סיזענס אויף טעלעגראם. דא https://t.me/vvjdw קען מען נאר באקומען ביז צען
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
@bathashoter1
https://t.me/bathashoter1
שוין דא 15 עפיסאודס. זעהט אויס עס קומט ארויס א נייע 4 טעג א וואך.
מנחם ציוןרוחמי האט חתונה ביי די פופצן מיט א שטיבל בחור איז רעאליסטיש?
ס'איז כאטש אראפגעשפילט געווארן אויף אן אופן אז ס'זאל זיך הערן מער רעאליסטיש.
בת השוטר לויפט פון איין געשעעניש צום צווייטן, זאכן טוישן זיך צו שנעל, אז ס'זאל קענען אפי' מאכן סענס אין מיינע אויגן.
זעה איך אין וויקיפידיע אז ס'קומט 40(!) פרקים..
מעיק סענס?
יא. יעדע איז 20 מינוט.