"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
הרב שש
אפשר ליפא. אין מיינע אויגען איז ער אויך עפעס א אייזענע עקטאר
און אזוי ווי איך האב שוין איין מאל געזאגט ערגעץ ווי, אז ליינען שש'ס אנאליזן נאכן ווואטשן די עפיזאדן איז מיר א תענוג רוחני
שש און פישערע רבי האבן גוטע פונקט אבער מיט עקיבא לדעתי זענט עטץ טאטאל ראונג. לדעתי סאוקט ער אוועק אויף כח די איינציגסטע סבה פארוואס ער האט באקומען די הויפט ראלע איז ווייל ער האט בלאנדע האר און גרויסע בלויע אויגן ,אויסער דעם טויג ער א מכה. ער עקט נישט ווי אן עכטע אידישע היימישע כאראקטער מען ברויך נאר קוקן אויף אים איין מינוט און ער ווארפט דיר צוריק אריין און עולם הריעלטי אז דאס וואס די זעסט איז סתם א פילם. און איין ווארט ער איז נישט קאנווינסינג, ער עקט ווי א האליוואוד ערשטע יאר גרעדיועט, מיט אלע הוויות און תנועות וואס מען לערנט דארט אז אזוי שפילט מען אראפ א מענטש, עס קומט נישט אריין ווען די מאלסט אראפ א היימישער עלטערע בחור.
עס איז כדאי צו וויסן, אז אין real life זענען שולם און מנוחה מאן און ווייב.
און ליפא און גיטי זענען פארליבט (גיטי זאגט אויף א אינטערוויו אז עס איז איר זייער שווער צו שפילן ברוגז אויף ליפא).
טעות, חנה לסלאו וואס שפילט 'מנוחה' איז בכלל נישט פארהייראט.
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Hana_Laszlo">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Hana_Laszlo</a>
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=h0FeHf8cyDE">https://m.youtube.com/watch?v=h0FeHf8cyDE</a>
היום יום א' לסדר וירא מנוחה כי טוב ח' טבת ה'תשע"ו לפ"ק
איימעצער האט שוין פרק 8 אויף דראפבאקס? אזוי וועט דער עולם זוכה זיין צו דאונלאודן
דע פרק דארף מען קענען ליינען אסאך מחשבות ! אחלה פרק !
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
פרק ח אויף דראפבאקס
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/nrks3dbmmin26de/%D7%99%D7%95%D7%A1%D7%99%20%D7%A1%D7%A8%D7%98%D7%99%D7%9D%20%D7%A9%D7%98%D7%99%D7%A1%D7%9C%20%D7%A2%D7%95%D7%A0%D7%94%202%20%D7%A4%D7%A8%D7%A7%208%20HD%20%D7%A2%D7%99%20%D7%90%D7%95%D7%A8%D7%99%20%D7%94%D7%9E%D7%9C%D7%9A.mp4?dl=0">https://www.dropbox.com/s/nrks3dbmmin26 ... A.mp4?dl=0</a>
Sent from my iPhone using Tapatalk
פיין, פיין.
בעיקר די זייטיגע קרישקעלעך, וויאזוי גיטי ארבעט אויף איר גאווה עקיבא פראבירט די סגולה שטיל צו מאכן די מייק....
אגב, כ'מיין אז גיטי און ליפא רעדן מער אידיש ווי פריער
פרק 8׳ איז זייער א שטורמישער . קיווע אזויווי אלעמאל מאכט זיכער צו פארפאטשקענען זיין גליק און דווקא ווען סקוקט אויס אז ער טרעפט ענדליך זיין באשערטע . הרגעט ער עס אפ . נעבעך א געבוירענער שלימזל . שלום ווי ערווארטעט לאזט ענדליך אפ זיין מנוחלע אינטערסאנט צו זעהן וואס סגייט זיך אויסלאזן מיט דעם חבר מאן חיליק איך פיל אז ער איז נאכנישט פארטיג מיט שלום דער גייט אים נאך גוט בלעיקמעילן און אין די ענדע ארויסבאקומען א שיינע סכום געלט . סאיז גראדע נישט קיין שלעכטע בייפאל אינטערסאנט אז קיינער טוט עס נישט .
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
קאווע טרינקערפיין, פיין.
בעיקר די זייטיגע קרישקעלעך, וויאזוי גיטי ארבעט אויף איר גאווה עקיבא פראבירט די סגולה שטיל צו מאכן די מייק....
אגב, כ'מיין אז גיטי און ליפא רעדן מער אידיש ווי פריער
ווען זיי רעדן עפעס וואס זיי ווילען נישט אז די קינדער זאלן מיטהאלטן רעדן זיי אידיש (למשל ווען ער קומט צירוק און רוחמי וויל עהם נישט קענען)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
יוי האבן זיי מיר אנגערייצט, איך בין אמאל געווען אין עין כרם אויף וואקאציע, א רואיג פארסטוראלע דארף א טריט ווייט פון ירושלים מיט א הערליגע פאנאראמע פון הרי יהודה און עצי היער מיט זייער קלארע און פרישע לופט ממש א מחיה, איך פארשטיי זייער גוט פארוואס די מזגן האט זיך דארט אויסגעלאשן.
קאווע טרינקערפיין, פיין.
בעיקר די זייטיגע קרישקעלעך, וויאזוי גיטי ארבעט אויף איר גאווה עקיבא פראבירט די סגולה שטיל צו מאכן די מייק....
אגב, כ'מיין אז גיטי און ליפא רעדן מער אידיש ווי פריער
אבער זייער אידיש קומט נישט ארויס אזוי נאטורליך ווי דאס וואס שולם און נוחעם רעדן. ס'שפירט זיך אזוי ווי געצווינגען. ספעציעל די אידיש ווערטער וואס גיטי זאגט ארויס. ס'איז שוין באלד אזוי ווי די עקטערס אויף ..."די בלו בלאדס"...רעדן אידיש. ס'וואלט שוין בעסער געווען ווען זיי האבן דעם דיאלאג אויף עברית...!
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
לכל המעוניין.....
התפנה תאריך באולם זוועיל
(האולם הקטן) במחיר מוזל!!
זוג שביטלו ממש לפני החתונה, זה ממש חסד נא להעביר הלאה!
מי שרוצה נא להתקשר לשולם שטיסל או למנוחה קניגסברג.
כ'שפעקוליר אויב הדסה איז די חבד'סקע אייניקעל פון שלום...
berlbalagulehקאווע טרינקערפיין, פיין.
בעיקר די זייטיגע קרישקעלעך, וויאזוי גיטי ארבעט אויף איר גאווה עקיבא פראבירט די סגולה שטיל צו מאכן די מייק....
אגב, כ'מיין אז גיטי און ליפא רעדן מער אידיש ווי פריער
אבער זייער אידיש קומט נישט ארויס אזוי נאטורליך ווי דאס וואס שולם און נוחעם רעדן. ס'שפירט זיך אזוי ווי געצווינגען. ספעציעל די אידיש ווערטער וואס גיטי זאגט ארויס. ס'איז שוין באלד אזוי ווי די עקטערס אויף ..."די בלו בלאדס"...רעדן אידיש. ס'וואלט שוין בעסער געווען ווען זיי האבן דעם דיאלאג אויף עברית...!
גראדע האב איך יא ליב געהאט די אידיש פון גיטי, גאנץ פיין. אדרבה, פראביר דו זיך אויסצולערנען אביסל אראביש און עס אזוי גוט און פליסיג איבערזאגן...
זיי פלאנען ארויסצוקומען וועכענטליך מוצ"ש? א שפיצל ארויסצוקוקען אויף די זמן מוצאי שבת... זיכער האב דאס די ציונים אינזינען.. 😂 😈
קאווע טרינקערכ'שפעקוליר אויב הדסה איז די חבד'סקע אייניקעל פון שלום...
Huh?
איך גיי אויפזיכען די הויז אין עין כרם, אפשר וועהט זי מיך איוכעט שיין אויפנעמען 🙄
א יראת-שמים פון קיווע... אפילו אינמיטן געוואונען הדסה'ס הארץ, דערמאנט ער זיך איבער די תפילין און ער לאזט אלעס איבער... מ'דערקענט אז דאס איז ר' שלומ'ס א קינד.
אויך, דאס אפלאזן דעם שידוך מיט מנוחה, איז אסאך צו פארדאנקען דעם פאלשן טעלפאן קאל וואס ער האט בטעות געמאכט צו דער געוועזענע סעקרעטארישקע פון חדר. שלום האט געפילט אז זי איז אים באמת געווען געטריי, משא"כ...
אנאנים - מיר ווארטן נאך אויף אן אנאליז אויף דעם פרק.
איך קוק עס אהן ווי סתם א קאוועראפ . וואס קיווע ווי אלעמאל ווען סקומט צו ערנסטע מאווס .געבט ער עס אזא שטופ אוועק בידיים
ווי אלעמאל? - קיווע איז נאכגעלאפן ליבי, ער איז נאכגעלאפן אלישבע, געטאן שריט דערפאר... וואס הייסט אז ער לאזט אפ? - ער האטעך געוואלט פארן ביז אנטווערפן צו טרעפן ליבי'ן...
יא אבער קוק צוריק ביי אלישבע למשל איז דא א סצענע ווי סמאכט זיך זייער א ווארעמע מצב אזש אז סקען זיך דאכטן ווי סקומט ממש לידי מעשה . און די לעצטע מינוט געט קיווע א לאז אפ און שטופט איר אוועק. מיט ליבי איז ער נאכנישט אנגעקומען צו ווייט
שמואל פרימו
אויך, דאס אפלאזן דעם שידוך מיט מנוחה, איז אסאך צו פארדאנקען דעם פאלשן טעלפאן קאל וואס ער האט בטעות געמאכט צו דער געוועזענע סעקרעטארישקע פון חדר. שלום האט געפילט אז זי איז אים באמת געווען געטריי, משא"כ...
.
יא ,ער האט אפי ' געחלומט חתונה האבען מיט איהר- ער האט נאר נישט פין זיך אליין געקענט געבען די שטופ -ביז זי האט געטראפען א צווייטע אין זי איז דער וואס שלום דארף ווען עס ליגט איהם זאכען אויפען הארץ... (איך מיין אז זי האט אויך זיך פאליבט אין איהם נאר זי האט נישט געוויסט ווי ער שטייט -אזוי האב איך פארשטאנען פין די שמועס וואס ער האט געהאט מיט איהר פארן שידוך טיהן מיט מנוחה)
📎 SH P.jpg
חגית כהן צפתה בפרק 8 של העונה - והתרגשה עד דמעות.
ממש לא דמיינתי שזה מה שהולך להתרחש הפרק, שככה תלך לעולמה הבובע מלכה, או בשפת "שטיסל", תלך למכור בייגלך. אפילו בסצנה שהייתה בעיני מתוקה מדבש בה היא הביטה, הבובע, בתמונה של הים, לא דמיינתי שזה מה שיקרה. חשבתי שזה חלק ממה שקורה לה, שהיא חוזרת אחורה לעבר; ולא רק לירדנים בירושלים אלא גם לים שהיא בטח נסעה אליו עם גיטי נכדתה דרך בני ברק באוטובוסים המיוחדים רק למטרה זאת בחודשי הקיץ. ואז, כשהתקשרו לשולם, והוא שאל וענה לזה שהתקשר אליו, הייתי בטוחה שפשוט מצאו אותה יושבת שם שעות ארוכות ולכן התקשרו אליו.
וכך הפך הפרק הזה, שחשבתי בהתחלה שהוא עוסק ב "קשה זיווגו של אדם", לפרק של פרידה מהסבתא הכי משמחת ומצחיקה וחכמה בעולם, זאת שהיית רוצה בעצמך לשבת על ידה ולשמוע את סיפורי חייה ולשאול בעצתה ולהיות בקרבתה. מהסבתא שהיא אבן שואבת לכל המשפחה. זאת שכשרואים אותה מבינים איך ומהיכן התחיל הכל.
וכשחשבתי שהפרק עוסק ב"קשה זיווגו של.. ", חשבתי שדווקא עקיבא והדסה עושים את זה בלי לשים לב, ובלי כוונה (למרות שנראה שהדסה מאד מכווננת, אבל עקיבא ממש לא) הכי נכון שיש, הכי טוב שאפשר. פגישה. חצי פגישה. הוא חושב בכלל על מישהי אחרת. והיא מגששת בעדינות. הכי עדין ואיטי ובטוח. ממש דייט היה שם, בפרק הזה, בנוף עוצר הנשימה של עין כרם, וגם להורים כבר הדסה הספיקה להביא את עקיבא, זאת אומרת, לא ממש להורים, אבל כן לבית שלהם; וגם ציור אחד של השניה, ולהפך, היה שם, שזה סוג של אינטימיות שהלכה ונבנתה שם, אבל אז עקיבא נזכר שהוא לא הניח תפילין ושזה בחיים לא קרה לו והוא קם ובורח ממש לצערה של הדסה שנדמה היה שהיא בונה על מה שהיא חושבת שיכול להיבנות ביניהם (כך היה נראה לי, אבל אולי אני טועה), ואילו על עקיבא שברח עלה לי מיד המשפט על יצר הרע שבתחילה הוא אורח אח"כ הוא הופך לבעל הבית, כי הרי אין מצב ואין סיכוי שבחור חרדי ידבר כך עם אישה וילך לביתה, אבל עקיבא לא נישא עד כה ולאט לאט כיוון שכאמור הוא נזרק תרתי משמע מהעולם בו הוא חי אז כשאין "החזקה", הנהגות שהיו בעבר חד משמעיות הולכות ומתרופפות והולך ונבנה לו עולם רך וגמיש יותר.
ודווקא, בניגוד אליהם, במסגרת "קשה זיווגו", דווקא המנוסים הגדולים, אלו שכבר היו בזוגיות שנים ארוכות, ויותר מזה, אשתו של השכן הגדול קניגסברג, שני המוכיחים הגדולים של עקיבא בענייני רווקות וזוגיות, דווקא שם הזוגיות כל כך כבדה ולא זורמת, כל כך מקרטעת, כל כך לא משתלבת, כל כך, לדוגמא, מאיינת את שולם, ולא סתם אמרה הבובע מלכה "קלפטע" על מנוחה, כיוון שזה מה שהיא, זאת החוויה שיש ממנה, היא לגמרי בולעת את שולם ואת חייו. ונדמה ממש שהבובע נתנה צוואה למי שרצה לשמוע, לגיטי על הגאווה, ואכן גיטי הולכת ומיישמת את הצוואה ברגע הראשון האפשרי; ולשולם היא אומרת את דעתה על הכלה שלו, אולם שולם, בהיפוך תפקידים, מנסה לבנות את ביתו בבחינת "חוכמת נשים בנתה ביתה", אולם זה שולם הפעם בתפקיד ה"בנתה" ובחוכמתו מציג למנוחה תמונה (שקרית) שככה הבובע התייחסה גם לדבורה שלו. והוא מצליח.
הסצנה המדהימה בעיני בה שולם מתקשר לעליזה ומספר לה על מותה של אמו, השיח ביניהם הוא בעיני החלק החזק ביותר בפרק. הכל גלום שם: מי מבחינת שולם קרוב אליו באמת (עליזה, ולא מנוחה, ממש לא מנוחה); עובדה שלעליזה הוא התקשר לספר ואילו למנוחה הוא מבקש מצבי אריה שיספר; ועוד גלומה שם תמצית דמותו של שולם: חזק מבחוץ, מאד חזק, הכל בסדר ב"ה וכו', וזאת דרך העולם והיא נפטרה בשיבה טובה וכו'… אבל הבפנים ברור, בדיוק הפוך לכל החוזק שהוא מפגין. וכשהם מסיימים את שיחת הטלפון, שולם ועליזה, הוא בוכה בכי מר, נוגע ללב ומבכי, שאני משערת שהוא גם על מותה של אמו, אבל גם על עליזה ועל מה שעשה כשפיטר אותה מהחיידר, כשבתוך תוכו הולכת ונבנית ההבנה כי אמא שלו אמרה לו את מה שהוא צריך לדעת על הכלה החדשה שלו: היא קלפטע. ובגלל הקלפטע הזאת הוא עושה כ"כ הרבה דברים בניגוד לרצונו ומשלם על כך מחירים כבדים (עליזה לא נמצאת, עקיבא לא נמצא, הבית שהיה לו כבר לא אותו בית…ועוד).
וכשחיליק, הנוכל שמרוויח את כספו על חשבון המצוקה של אחרים, קורא גם הוא למנוחה קלפטע, זה שוב מדליק לשולם נורה אדומה, שהרי גם הכל מתרחש בהקשר של אמו הבובע מלכה, והרי אין מקרה, ולבסוף, לאחר שהוא טורק לו את הטלפון בדיוק בגלל ה"קלפטע" שהוא קורא לה, אותו חיליק, למנוחה, שולם נראה מהורהר ומוטרד, כי בגלל מנוחה הוא בעצם ויתר על זיכרון מאמא שלו, שבצוואתה הלא רשמית אמרה לו בדיוק מה היא חושבת על הכלה שלו, על מנוחה.
ואני כבר מתגעגעת. לבובע מלכה. היה משהו בדמות הזאת שקשה להסביר. מן יציבות חוזק וביטחון. מן שלווה של מי שעשתה את רוב הדרך. החוכמה והתבונה והגבורה שהיא רכשה במהלך שנותיה. המבט מלמעלה שתמיד היה לה, של יודעת כל וכבר לא מתרגשת מהעולם הזה. ליא קניג, שהחליפה את קודמתה בתפקיד הבובע, עשתה את זה בצורה יוצאת מן הכלל. שתי שחקניות ענק, שגילמו דמות ענקית.
<a class="postlink" href="http://blog.yes.co.il/?p=10103">http://blog.yes.co.il/?p=10103</a>
מיין פאנטאזיע
די רעקארדונג איז לכאורה אנגעקומען צו נחומקע,חיליק האט געזעען אז שלום צאהלט נישט האט ער זיך פארבינדען מיט נחומקע,
מן הסתם זאגט אוכט דארט די באבע עפעס א צוואה וועגען איהר דירה.
יעצט אז די רעקארדונג ליגט ביי נחומקע וועט ער קענען מאנאפאלעטין די situation.
איך גיי ניסלעך פאר חיליקס עקטען.
סיי ווען ער פארקויפט קודם זיין פראדוקט שעמעדיג און אומשולדיג דערנאך ווען סגייט נישט און ווען ער איז באזוך און משרד רעדט ער שוין כמו שכתוב.
סדאכט זיך מיר אז חיליק איז דער זעלבער וואס פלעגט ארויסהעלפן קניגסברג.. ?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
[ציטאט אראפגענומען]
איך שטעל מיך פאר עס האט אינגאנצען דריי ווערטער איבערגעזאגט הונדרעט מאל
קוש אין ...
Sent from my iPhone using Tapatalk
משבקס'דאכט זיך מיר אז חיליק איז דער זעלבער וואס פלעגט ארויסהעלפן קניגסברג.. ?
איז נישט יענץ פארשלופען?
מיר זעהן אלע 3 אויס די זעלבע פארשוין
איך האב קודם געטראכט אז דער חיליק האט נישט מער פון דריי מינוט פון בובע מלכה, ער פארדרייט אים נאר א קאפ אז ער האט גאנצע צוויי שעה, און ווען עס וועט קומען למעשה וועט ער אים געבן בלויז דריי מינוט און שלום וועט שעלטן און גארנישט קענען טון... מעגליך אז איך האב זיך טועה געווען.
איך זעה אז דא גייט פארקומען העווי עקשן:
א. קודם כל, וועט קיווע צוריסן ווערן צווישן הדסה מיט ליבי, וואס איז פלוצלינג פריש אנגעקומען פון בעלגיע און כמובן וועט זיך דא עפעס דעוועלעפן...
ב. ווייטער קומט א פרשה איבער די ירושה, די דירה וואו צבי אריה וואוינט וואס נחום האט שוין דערויף פארפירט... אצינד וועט גיין מכות - איך מיין אז נחום איז אנגעקומען פשוט אפצונעמען די ירושה, מער ווי אויף די לויה פון זיין מאמע'ן.
ג. דערנאך קומט דער עצם אפלאזן דעם שידוך מיט מנוחה - וועט זי דאס לאזן דורכגיין רואיג? - וועט זי פארפירן? - וואס וועט שלום טון דערנאך?
ביי דע וועי: וואס טוט זיך מיט חנינא? - איז מיסטער ווייס אראפגעפארן קיין צפת אנסטראשען זיין איידעם?
אגב; פאר די וואס שרייען אז מנוחה איז א קלאפטע און איז זי איז שולדיג אויף אלע שוועריגקייטן פון שולם - שרייעט נישט אזוי: מנוחה איז געווען די וואס האט גע'טענה'עט פאר שלום אז מען וואלט אפשר יא געדארפט לאזן וויסן פאר קיווע פון פריער און אז עס פאסט נישט אז מען האט זיך גענומען בויען אן זיין רשות. פארקערט גאר; שלום איז גאר געווען דער וואס האט געשריגן אז עס איז זייער גוט אזוי און זאל זיך דער קיווע אויסלערנען זיין לעקציע... ווידער ווען שלום האט זיך גענומען רעדן צו מנוחה איבער דבורה'ס יום-הלדת, איז דען מנוחה נישט גערעכט געווען מיטן אים פארשווייגן? - כ'מיין, אזוי טוט מען? - פיר דיר אויף ווי א מענטש... וואס דען וואלט מנוחה געדארפט טון דעמאלס? - נו, גייט שלום און טרינקט א לחיים מיט זיך אליין... נו נו...
ווידער די מעשה מיט די רעקארדינג: איר האלט באמת אז מנוחה וואלט געטון ריכטיג אים צוצורעדן אפצוקויפן די רעקארדינג פאר אן אלף?
.
דער ענדע ווי קיווע שטופט די הענט צו איינשטילן דעם לוויה קאר איז פרייזלאז. בין איך דער איינציגער וואס שפעקולירט אויב ס'איז דא עפעס אין דעם סגולה צו שטילן די תנים מיט די הענט? בכלל וואס איז דאס תנים? זענען זיי טאקע אין ירושלים ברומען אין אווענט?
תנים זענען שאקאלן, פון די וועלף משפחה און עס געפונען זיך פון זיי אסאך אין א"י זיי מאכן טאקע אזעלעכע קולות אבער נישט אזוי ווי עס הערט זיך דארט, ווען איך בין געווען דארט ווי געשריבן האב איך בכלל נישט געהערט קיין שאקאלן, די סגולה קומט מסתם פון די זעלבע מקור ווי 40 טעג עסן 7 לעי.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
די פראבלעם מיט מנוחה אין שלום איז בעצם אז ביידע גלייכען צו זיין דאמינענט אין גלייכען נישט ווען א צווייטער זאגט זיי וואס צו טון
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
איז נישט וואסערשטיין די מנהל פון חדר פאר שלום דער זעלבער ווי דער וואס פארהערט יוסל'ה פאר תפארת התורה?
Sent from my iPhone using Tapatalk
ווי אזוי האט באבע מלכה איינגעזען אז מנוחה איז א קלאפטע? - איז דאס סתם געווען א פליטת הפה, אדער האט זי טאקע עפעס באמערקט?
וואו איז אנאנים? - וואסי פשט פון די שטיל שווייגעניש אז ער האט אויפגעהערט צו אנאליזירן?
ברוך בערדער ענדע ווי קיווע שטופט די הענט צו איינשטילן דעם לוויה קאר איז פרייזלאז. בין איך דער איינציגער וואס שפעקולירט אויב ס'איז דא עפעס אין דעם סגולה צו שטילן די תנים מיט די הענט? בכלל וואס איז דאס תנים? זענען זיי טאקע אין ירושלים ברומען אין אווענט?
מיר זעט עס מער אויס ווי אן אויסברוך, נערווען בראך, אדער עפעס. ס'איז צו סאך פאר עקיבא צו פארנעמען, צו סאך נויז אין זיין לעבן, ער וויל ס'זאל שוין זיין שטיל פאר אפאר מינוט. דא איז ער נאכנישט איבערגעקומען ליבי'ס אפווארף, דא שפילט הדסה צו צו זיינע נערווען, ער האט מורא אז זיין אידישקייט גייט פארפארלן, דא ליידט ער גלות, שלאפט אין סטודיא, שלאפט אין פרעמדע הייזער, עסן האט ער שוין נישט געגעסן פאר א מעת לעת מסתמא, טרעפט זיך מיט זיך זעלבסט אלץ קינד, און דא שטארבט עם אוועק די באליבטע באבע, און די קאר הויכהילכערס גריזשען עם אין די אויערן. ער וויל ס'זאל זיך אויפהערן, און זייענדיג אזוי שטורמדיג איבערגענומען און צוריסן מיט זיך אליינס איבער הדסה, קומט איר סגולה באלד ארויף. שטרעקט אויס די הענט אינמיטן גאס ווי א מטורף, און ליבי קוקט דאס צו. דאס איז אדער א מכה בפטיש אז ליבי זאל איינזען אז זי זאל שטיין ווייט פון עם, אדער גאר פארקערט, זי וועט רחמנות באקומען אויף עם און עפעס וועט זיך נאכאמאל אנווערטשאפן צווישן די צוויי. איך בין נייגעריק וויאזוי די שרייבערס וועלן ווייטער וועבן עקיבא'ס לאוו לייף.
שמואל פרימוווי אזוי האט באבע מלכה איינגעזען אז מנוחה איז א קלאפטע? - איז דאס סתם געווען א פליטת הפה, אדער האט זי טאקע עפעס באמערקט?
וואו איז אנאנים? - וואסי פשט פון די שטיל שווייגעניש אז ער האט אויפגעהערט צו אנאליזירן?
קיין איין 90 יעריגע פרוי שמעקט נישט ווען מרעדט פון איר עלטער .. און מנוחה פון שלעכטסקייט זיכט ווי מער צו רעדן דערפון און וואונשט און וואונשט . און דאס איז שוין ווי אויל צום פייער נאכדעם ווי זי מאכט אזוי גלייכגילטיג אוועק די איידע פון ג'יין צום ים .
שמואל פרימו
ווידער די מעשה מיט די רעקארדינג: איר האלט באמת אז מנוחה וואלט געטון ריכטיג אים צוצורעדן אפצוקויפן די רעקארדינג פאר אן אלף?
באמת האט מנוחה גאר ריכטיג געצה'ט שלום צו אנשרייען דעם מחוצף ,שלום איז נישט דווקא געווען בייז אויף איהר פאר דעם , נאר דא איז געווען די מכה בפטיש וואס ער האט איינגעזעהן מנוחה איז נישט פאר עים
שמואל פרימואיך זעה אז דא גייט פארקומען העווי עקשן:
ב. ווייטער קומט א פרשה איבער די ירושה, די דירה וואו צבי אריה וואוינט וואס נחום האט שוין דערויף פארפירט... אצינד וועט גיין מכות - איך מיין אז נחום איז אנגעקומען פשוט אפצונעמען די ירושה, מער ווי אויף די לויה פון זיין מאמע'ן.
ביי דע וועי: וואס טוט זיך מיט חנינא? - איז מיסטער ווייס אראפגעפארן קיין צפת אנסטראשען זיין איידעם?
איך האב אויך געקלערט אז נוחם קימט אויף א ביזנעס טריפ ענדעש ווי א לוויה -וועהן שלום האלדז איהם זעהט עס אויס ווי שלום וואס איז יעצט צירוסען פין אלע זאטען ...האט געטראפען זיין ברידער אין איז פיל מיט emotion,אבער נוחעם ווייסט נישט פין קיין צרות אין זאגט מיר זענען שוין נישט קיין קליינער קינדער...
לגבי חנינא- שטיסל 2 - פרק 9
"המתנחמים" - שולם ונוחעם יושבים שבעה על אימם, הבובע מלכה. ליבי מוצאת את הצוואה המפתיעה של הבובע,
וליפא נוסע בשליחות גיטי לצפת כדי להוציא גט מחנינא.שוין האסט מיר אויסגעכאפט . איך האלט אז מקען ערווארטן א סורפרייז צוואה וואס זאל פארלאנגען אז קיווע זאל חתונה האבן מיט ליבי . און באקומען די דירה . ..
משבקשוין האסט מיר אויסגעכאפט . איך האלט אז מקען ערווארטן א סורפרייז צוואה וואס זאל פארלאנגען אז קיווע זאל חתונה האבן מיט ליבי . און באקומען די דירה . ..
חתונה האבען מיט ליבי גלייב איך נישט,חוץ פין דעם האט איינער וואס האט געזעהן די סקריפט שוין אויסגעזאגט אז קיווע גייט נישט חתונה האבען די עונה 😢
אגב וואס איך האב געשריבען איז נישט מיין פאנטאזיה דאס איז פין <a class="postlink" href="https://www.yes.co.il/content/searchresults?k=%D7%A9%D7%98%D7%99%D7%A1%D7%9C">https://www.yes.co.il/content/searchres ... 7%A1%D7%9C</a>
נישט חתונה האבען אבער אפשר א חתן ווערן
לעניות דעתי וועט קיווע קיינמאל נישט חתונה האבען ווייל איינמאל ער האט חתונה איז אלעס גענדיגט
מיט א גט קען מען אלץ גיין ווייטער.......
Re:
קיווע איז famous פארען אפלאזען שידוכים אדער אפהארגענען ראמאנסען
א גט איז עפעס נישט זיין סטייל. דעס לאז פאר זיין פלומעניצע רוחמי
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/sh/yarjrzli1scrvyz/AAAWyFBtFRef8-t8gSPyzoIva?dl=0">https://www.dropbox.com/sh/yarjrzli1scr ... zoIva?dl=0</a>
שטיסל לצנות