"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
לעיקוואד
@לעיקוואד, כ'האב שוין לאנג נישט געליינט אזא הערליך געשריבנע געשמאקע ארטיקל. און דער האט אזוי גוט צונומען די סעריע און אירע עיקר טעמעס. יישר כח פאר די לינק. ווער עס פארשטייט עיברית זאל ליינען דער ארטיקל, איר וועט הנאה האבן.
א דריטער מאמר הערכה וביקורת פון דער זעלבער שרייבער.
החלום ושברו
החלום ושברו
בשורה טובה
סקומט א נייע סיריעס פון שטיסל
<a class="postlink" href="http://bidur.nana10.co.il/Article/?ArticleID=1023583">http://bidur.nana10.co.il/Article/?ArticleID=1023583</a>
סקומט א נייע סיריעס פון שטיסל
<a class="postlink" href="http://bidur.nana10.co.il/Article/?ArticleID=1023583">http://bidur.nana10.co.il/Article/?ArticleID=1023583</a>
תודה רבה, מיר קענען קוים ווארטן
"לעונה השנייה יצולמו 12 פרקים והיא תשודר בתחילת 2015"
האסט נאך א גאנצע יאר צו ווארטן.
האסט נאך א גאנצע יאר צו ווארטן.
דו מיינסט טאקע אז אפכאפן נעמט אזוי שנעל ווי מ'קוקט עס?..
דער שלום שטיסל איז אנביטעבל, אזוי גוט צו עקטן, איים גאוינג קרעיזי פאר הים!
לבונה זכהווי קען מען האבן א working link צו די full episode פון 'שטיסל' פרק 3?
אפשר קען איינער מזכה זיין, איך האב אנגעהויבן וואטשען די ערשטע צוויי סעריעס. אבער איך קען נישט טרעפן די איבריגע סעריעס. וואו אין די גרויסע וועלט קען איך זיי טרעפן און וואטשען? יישר כח למפרע.
שטיסל פרק 3
www.jumbomail.co.il/Downloads.aspx?sid=3264516C4373564A532F6B3D
https://mega.co.nz/#!7QwTWDxA!ac-fgxuKbAnKlKRvwLbfbzk3rT1y2pUruU-ae70COhA
www.upf.co.il/file/737717698.html
און פאר די קומענדיגע פרקים זאלסטו וויסן אז די דריי לינקס האב איך געטראפן אין אונטער דריי מינוט, די סייט הייסט גוגל, מ'קען דארט סוירטשן וואס מ'וויל. גוגל האט מיר געשיקט אהער, און ער האט מיך געשיקט אהין, און פון דארט קענסטו זען א שיינע פאר לינקס אין די קאמענטס וואס ארבעטן.

יישר כוחכם! זאלט איר דערלעבן משיח'ן.
גוגל ר"ת ג'עפילטע ג'עט ו'ואלונטיר ל'עקציעס
אהוביי וידידיי, יעצט געפערטיגט מיט דעם שטיסל, און איך בין נייגעריג אויב איינער האט אויפגעפאסט אזוי ווי מיר, אז אין די סעריעס ליגט באגראבן געפערליכע גופט און האס קעגן חרדים. עס איז דא צענדליגע עפיזאדן וואו מען קען בחוש זען וואו זיי ברענען מיט גופט און העצע און לייגן אראפ די חרדים ווי מאנסטערס. פארשטייט זיך אז זיי האבן עס איינגעשלייערט קונצליך אונטער א מייסעטרהאפטע שפיל. וואו גוטע עקטערס לייגן גוט אראפ די טאג טעגליכע לעבן פון חרדים. און אין צו די זעלבע צייט אריינגעפלאכטען שקרים וכזבות, ניבול פה, און גופט ווי אזוי מיר באגייען זיך אין די טעגליכע רוטין. עס איז צום באדויערן אז די חלונים וואלטן אזוי געדארפט אויסזען ווי אין שפיל, ווען נישט זייער תינוקת שנישבו, וואס האט זיי אפגעשניטן פון זייערע שורש. און ווער קען אזוי גוט ווי "אידן" אראפמאלן די אייגענע ברידער, און ליידער אויף אזא אופן. מיין הארץ האט ממש געריסען און אין צו די זעלבע צייט האב איך חרטה געהאט פארן פארטאכלעווען מיין צייט אויף אזא ביליגער סעריע.
אט איז א קורצע ליסט וואס איך האב צוזאם געקליבן, וואס איינער וואס האט צוויי אויגן אין קאפ זעט זייערע פינסטערע מאטיווען און סם וואס זיי שפייען:
1) צבי ארי' האט נעבעך נישט געקענען אויסנוצען זיינע מוזיק טאלאנטען, ווייל זיין טאטע האט אים נישט געלאזט. און אנשטאט איז ער געווארן א אפגעריסענער כולל אינגערמאן...
2) חרדים זאגן קיינמאל נישט פאר זייערע פרויען 'איי לאו יא'...
3) א בילד כאילו חרדים טרינקען קאווע אדער טיי א גאנצן טאג. דאס איז פארוואס מען זעט שלום ביי די אכילה ושתיה א גאנצען צייט. וואס דאס מיינט, אז חרדים טרינקען און עסן א גאנצען טאג...
4) חרדים ווערן געשטיפט צום שידוך מיט געוואלד...
5) פרויען שלאגן זייערע ווייבער...
6) קינדער רופן די עלטערן צו דין תורה...
7) ליצנות פון שמירת ענים, למשל ווי עקיבא איז געזיצן אלס בחור אויפן באס קעגן א אויסגעלאסענע כאלערע...
8) ליצנות פון מחאות, ווי ארויסשטיפן א חצופה פון א געשעפט..
אלעס איז שוא ושקר, און ביליגע ליצנות פון חרדישע אידן. אראפגעלייגט מייסטערהאפטיג אבער מיט גופטיגע סם. עס שוידערט די געוויסן אז 'אידן' ווערן גענוצט צו שפילן מיט פרויען אזוי ביליג. ווי מען נעמט קליינער קינדער, קליינער בחור'לעך א.ד.ג. זאלן שפילן טיילן פונעם חרדישען לעבן אויף א פארבאטענעם אופן, אפי' זיי זענען 'חלונים'.
תמצית היוצא פון דעם שטיסל: 'סם המות', גופט און פויזן אויף אידן מאמינים לה' ולתורתו.

Error
בקיצור, עס איז א רחמנות אז אידן שפילן עס, עס ווייטאגט די הארץ, אבער וואטשן איז אקעי... איך פארשטיי דאס נישט, ס'זעהט אויס היפאקרעטיוו.
הוגהבקיצור, עס איז א רחמנות אז אידן שפילן עס, עס ווייטאגט די הארץ, אבער וואטשן איז אקעי... איך פארשטיי דאס נישט, ס'זעהט אויס היפאקרעטיוו.
האמת אגיד, וואטשען איז פונקט אזא סכנה, איך זאג עס אויף מיך אליין. השם ישמור. דאס איז גופט פון גופטלאנד.
איש אשכולותאהוביי וידידיי, יעצט געפערטיגט מיט דעם שטיסל, און איך בין נייגעריג אויב איינער האט אויפגעפאסט אזוי ווי מיר, אז אין די סעריעס ליגט באגראבן געפערליכע גופט און האס קעגן חרדים. עס איז דא צענדליגע עפיזאדן וואו מען קען בחוש זען וואו זיי ברענען מיט גופט און העצע און לייגן אראפ די חרדים ווי מאנסטערס. פארשטייט זיך אז זיי האבן עס איינגעשלייערט קונצליך אונטער א מייסעטרהאפטע שפיל. וואו גוטע עקטערס לייגן גוט אראפ די טאג טעגליכע לעבן פון חרדים. און אין צו די זעלבע צייט אריינגעפלאכטען שקרים וכזבות, ניבול פה, און גופט ווי אזוי מיר באגייען זיך אין די טעגליכע רוטין. עס איז צום באדויערן אז די חלונים וואלטן אזוי געדארפט אויסזען ווי אין שפיל, ווען נישט זייער תינוקת שנישבו, וואס האט זיי אפגעשניטן פון זייערע שורש. און ווער קען אזוי גוט ווי "אידן" אראפמאלן די אייגענע ברידער, און ליידער אויף אזא אופן. מיין הארץ האט ממש געריסען און אין צו די זעלבע צייט האב איך חרטה געהאט פארן פארטאכלעווען מיין צייט אויף אזא ביליגער סעריע.
אט איז א קורצע ליסט וואס איך האב צוזאם געקליבן, וואס איינער וואס האט צוויי אויגן אין קאפ זעט זייערע פינסטערע מאטיווען און סם וואס זיי שפייען:
1) צבי ארי' האט נעבעך נישט געקענען אויסנוצען זיינע מוזיק טאלאנטען, ווייל זיין טאטע האט אים נישט געלאזט. און אנשטאט איז ער געווארן א אפגעריסענער כולל אינגערמאן...
2) חרדים זאגן קיינמאל נישט פאר זייערע פרויען 'איי לאו יא'...
3) א בילד כאילו חרדים טרינקען קאווע אדער טיי א גאנצן טאג. דאס איז פארוואס מען זעט שלום ביי די אכילה ושתיה א גאנצען צייט. וואס דאס מיינט, אז חרדים טרינקען און עסן א גאנצען טאג...
4) חרדים ווערן געשטיפט צום שידוך מיט געוואלד...
5) פרויען שלאגן זייערע ווייבער...
6) קינדער רופן די עלטערן צו דין תורה...
7) ליצנות פון שמירת ענים, למשל ווי עקיבא איז געזיצן אלס בחור אויפן באס קעגן א אויסגעלאסענע כאלערע...
8) ליצנות פון מחאות, ווי ארויסשטיפן א חצופה פון א געשעפט..
אלעס איז שוא ושקר, און ביליגע ליצנות פון חרדישע אידן. אראפגעלייגט מייסטערהאפטיג אבער מיט גופטיגע סם. עס שוידערט די געוויסן אז 'אידן' ווערן גענוצט צו שפילן מיט פרויען אזוי ביליג. ווי מען נעמט קליינער קינדער, קליינער בחור'לעך א.ד.ג. זאלן שפילן טיילן פונעם חרדישען לעבן אויף א פארבאטענעם אופן, אפי' זיי זענען 'חלונים'.
תמצית היוצא פון דעם שטיסל: 'סם המות', גופט און פויזן אויף אידן מאמינים לה' ולתורתו.
blogs.timesofisrael.com/get-out-of-the-ghetto/
מסתם איז די ארטיקל געשריבן געווארן דורך שלום שטיסל..
איש אשכולות
אט איז א קורצע ליסט וואס איך האב צוזאם געקליבן, וואס איינער וואס האט צוויי אויגן אין קאפ זעט זייערע פינסטערע מאטיווען און סם וואס זיי שפייען:[/b]
1) צבי ארי' האט נעבעך נישט געקענען אויסנוצען זיינע מוזיק טאלאנטען, ווייל זיין טאטע האט אים נישט געלאזט. און אנשטאט איז ער געווארן א אפגעריסענער כולל אינגערמאן...
2) חרדים זאגן קיינמאל נישט פאר זייערע פרויען 'איי לאו יא'...
3) א בילד כאילו חרדים טרינקען קאווע אדער טיי א גאנצן טאג. דאס איז פארוואס מען זעט שלום ביי די אכילה ושתיה א גאנצען צייט. וואס דאס מיינט, אז חרדים טרינקען און עסן א גאנצען טאג...
4) חרדים ווערן געשטיפט צום שידוך מיט געוואלד...
5) פרויען שלאגן זייערע ווייבער...
6) קינדער רופן די עלטערן צו דין תורה...
7) ליצנות פון שמירת ענים, למשל ווי עקיבא איז געזיצן אלס בחור אויפן באס קעגן א אויסגעלאסענע כאלערע...
8) ליצנות פון מחאות, ווי ארויסשטיפן א חצופה פון א געשעפט..
אלעס איז שוא ושקר, און ביליגע ליצנות פון חרדישע אידן. אראפגעלייגט מייסטערהאפטיג אבער מיט גופטיגע סם. עס שוידערט די געוויסן אז 'אידן' ווערן גענוצט צו שפילן מיט פרויען אזוי ביליג. ווי מען נעמט קליינער קינדער, קליינער בחור'לעך א.ד.ג. זאלן שפילן טיילן פונעם חרדישען לעבן אויף א פארבאטענעם אופן, אפי' זיי זענען 'חלונים'.
תמצית היוצא פון דעם שטיסל: 'סם המות', גופט און פויזן אויף אידן מאמינים לה' ולתורתו.
זיי שפייען נישט קיין סם און זיי האבן נישט קיין פינסטערע מאטיוון, ווי עס איז די שטייגער פון מאוויס איז אוודאי זאכן איבערגעטריבן און דראמאטיזירט אבער און אלגעמיין איז עס געוואלדיג צום פוינט אנגערירט האקעלע נקודות ביי חרדים, בעיקר נעגאטיווע אבער אויך גוטע נקודות צום ביישפיל:
די תמימות פון גיטל'ע און די כוחות וואס זי לייגט אריין צו האלטן די שטוב האט מיך גערירט ביז טרערן
די געטריישאפט וואס די משפחה האט צו די קראנקע באבע און אזוי אויך די געטריישאפט פון שלום צו זיין טאכטער ווען זי איז אין א געדריקטע מצב
די חדר ווערט אראפגעלייגט זייער פאזיטיוו ווי מען לערנט און זינגט מיט די קינדער אפשר נאך בעסער ווי אין רעאליטעט
און אזוי ווייטער
די פוינטס וואס די ברענגסט ארויס איז אמת אז עס טוט נישט דווקא כאראקטעריזירן חרדים, אבער קלאהר אז ס'איז דא אזעלכע זאכן ביי אונז.
1) יא עס דרייען זיך אין די כוללים הונדערטער צבי אריה'לעך און עקיבה'לעך וואס מ'האט אונטערדריקט זייערע טאלאנטן, אדרבא קוק וויפיל פראצענט ארטיסטן די אלגעמיינע גאס געט ארויס און קוק ביי אונז עס איז קלאהר אז מיר זענען א ריזן בית הקברות פאר מענטשליכע טאלאנטן און געפיהלן
2) איך מיין אז דו וואלסט בעסער געזאגט אז עס זענען דא חרדים וואס זאגן יא איי לאוו יו... עס איז זיכער אז סאיז דא א גרויסע פראצענט פרויען ביי אונז שלא טעמו טעם לאוו
3) חרדים עסן און טרינקען א גאנצן טאג... איך זעה נישט ווי זיי פרובירן צו אוועקשטעלן אזא בילד עס איז נאר די כאראקטער פון שלום און עס קומט זייער גוט אריין אין די צוזאמשטעל פון די כאראקטער פון שלום, ואכמ"ל
4) חרדים ווערן אריינגעצווינגען אין שידוכים.... ניין זיי ווערן נישט?
5) פרויען שלאגן זייערע ווייבער... דאס מוז איך מודה זיין אז איך האב נישט געהערט פון אזא ערשיינונג, אקעי איך גיי דיך נישט כאפן ביים ווארט, דו מיינסט די שטיקל ווי די ווייב פון שלום ווערט צולאזט און שלאגט איר מאן, גראדע איך האב פארשטאנען א פארקערטע מעסעדש, איך זעה ווי זיי לייגן אראפ די קאנטראסט פון שלום שטיסל און זיין ווייב
שלום איז א ריכטיגע געמאכטע פרימער, רוממות א-ל בבגרונו שם שמים שגור על פיו און ער איז מחנך זיינע קינדער גאר גאר שטרענג צו האבן שמירת עיניים און זיך היטן בקדושה, ווען און די זעלבע צייט ליגט ער גאנץ גוט און עולם הזה אכילה שתיה משגל וכו', ער לאזט נישט קוקן די מטס פון יום העצמאות מיט די הסבר וואס ער האט געהערט פון די מנוולת רביצין ערבליך, און ער אליין גולמ'ט ביים פענסטער און אזוי ווייטער
לעומת זה איז זיין ווייב די פונקט פארקערטע זיי איז א עהרליכע פרוי וואס ליידט און שווייגט, זי וויל אז פאר אירע קינדער זאל זיין גוט, און טראץ איר איידלקייט גייט זי ארויס פון די כלים ווען זי שפירט אז איר מאן לייגט צוגרינד די קינדער.
זי איז א פרומע פרוי אבער אויך א אמת'דיגע. מינוטען פאר'ן שטארבען פארגליסט זיך איר א שטיקל טשאקאלאדע און זי בעט עס פון איר מאן אהן קיין בושה
אלזא די חלק וואס זי שלאגט די מאן ברענגט גראדע ארויס א פאזעטיווע פוינט ווי א חרדיש'ע מאמע זארגט פאר אירע קינדער
6)ליצנות פון שמירת עיניים איך זעה נישט די ליצנות, די שטיקל איז ווייטער ארויסצוברענגען די צביעות פון שלום ווי ער מוסר'ט זיין זוהן בשעת ער ווארפט אייגעלעך, דאס איז א חלק פון די מעסעדש וואס לויפט דורכאויס די גאנצע שוי.
7) ליצנות פון מחאות, פונקט פארקערט די שטיקל זאגט פאר די פרייע צוקוקער נעקסטע מאל די זעסט א צודרייטע חרדי מוחה זיין זאלסט אים דן זיין לכף זכות, דאס איז די וועג פון טייל חרדים זיך ארויסצוגעבן זייערע אנגעזאמלטע ביטערקייט פון זייערע פערזענליכע צרות...
בסך הכל איך זעה אז דו האסט אביסל פאלש אפגעלערנט די גאנצע שוי, איך זעה נישט דארט קיין גיפט אויב עפעס איז עס פארקערט עס ברענגט ארויס די צרות און גבורות און פראבלעמען וואס פלאגט מענטשן אינערהאלב די חרדיש'ע ציבור אבער איז בכלל נישט עפעס וואס איז געבויט צו באשמוצען אדער חוזק מאכן פון די חרדים אין אלגעמיין, אויב וועסטו ליינען אביסל די פידבעק און קריטיק וועסטו זעהן אז עס איז פונקט פארקערט ביי אסאך חילונים האט עס געגעבן א פאזיטיווערע בליק אויף חרדים
ועוד חזון למועד ארויצוברענגן די שיינקייט און טיפקייט פון די סעריע
איך האב פארגעסן אנצורירן נומבער 7
גראדע האב איך אויך נישט ליב געהאט די שטיקל אבער נישט דווקא וועגן דעם וואס א טאכטער רופט די טאטע צו דין תורה, נאר די גאנצע שטיקל איז עפעס מאדנע און פיט נישט אריין אין די סעריע, עס איז גראדע געוואלדיג שיין אבער עפעס קלעבט נישט דארט

למעשה זענען מיר כמעט אויף איין פעידזש, ווי דו אליין זאגסט אז זיי מאלן אראפ די חרדים ווי צביעים, וואס איז דאס נישט קיין סם? און אודאי מאלן זיי אפ אונזער שטרענגער חינוך מיט א איידלקייט, מיטן ציל צו האלטן די פילם אריגינעל, און די סם איז די זאכן וואס דו וואלסט מסתמא נישט באמערקט. די זאכן וואס איך האב אויסגעשמיעסט אויבן. ווידער טאלאנטען א בית הקברות? Well מיר זענען נישט אראפגעקומען אויף דער וועלט צו אויסבויען אונזערע טאלאנטען. לצורך פרנסה? פארוואס נישט. איי וועסטו זאגן צבי ארי׳ וואלט געקענט זינגן ביי חתונות. יא אבער זיי ווילן דיר דאס נישט זאגן. זיי מאלן אראפ די חרדים וואס דערשטיקן די געפילן פון לעבן. איינער וואס האט דאס אויך געוואטשט האט מיר געזאגט אז ער וואלט געלאזט זיין קינד וואטשען די טיטאניק ווי איידער שטיסל.. די קונץ פון שטיסל איז דיר צו האלטן די חרדים סטאביל און אריין ריקן ביטערע קלעפ פאר זיי. אויב דו זעסט עס נישט קען איך דיר דאס נישט מער מסביר זיין. אדרבה אז די האסט געזען די גוטס זאל די אייבירשטער העלפן אז די פילם זאל דיר נישט שאטן.
פארגעסן צו זאגן נאך א זאך וואס איז סם, א בילד כאילו חרדים מאכן ״אבארשען״..
איש אשכולותפארגעסן צו זאגן נאך א זאך וואס איז סם, א בילד כאילו חרדים מאכן ״אבארשען״..
חרדים מאכן נישט קיין אבארשען? וואס איז שלעכט מיט אבארשען ווען עס פעלט אויס?
.
וואס איז שלעכט מיט חילול שבת ווען ספעלט אויס.
דאס איז א גערעדעכטס?
דאס איז א גערעדעכטס?
מאראנצןזאפטוואס איז שלעכט מיט חילול שבת ווען ספעלט אויס.
דאס איז א גערעדעכטס?
הוגהאיש אשכולותפארגעסן צו זאגן נאך א זאך וואס איז סם, א בילד כאילו חרדים מאכן ״אבארשען״..
חרדים מאכן נישט קיין אבארשען? וואס איז שלעכט מיט אבארשען ווען עס פעלט אויס?
.
די אמת איז אז איך ווייס אז דו האסט נאר געמאכט א ווערטל אזוי ווי גיטי האט נאר געמאכט א ווערטל, עכט האט זי נישט געוואלט, ווייל יעדער ווייסט אז אבארשען איז אסור על פי תורה.
איש אשכולותיעדער ווייסט אז אבארשען איז אסור על פי תורה.
יעדער ווייסט? איך נישט! אדרבא, אפשר צייגסטו וואו עס שטייט אזוי קלאר אז עס איז אסור?
אגב, אויב מיינסטו אז גיטי האט עס נישט געמיינט ערענסט האסטו נישט פארשטאנען די שאו.
.
הוגהאיש אשכולותיעדער ווייסט אז אבארשען איז אסור על פי תורה.
יעדער ווייסט? איך נישט! אדרבא, אפשר צייגסטו וואו עס שטייט אזוי קלאר אז עס איז אסור?
אגב, אויב מיינסטו אז גיטי האט עס נישט געמיינט ערענסט האסטו נישט פארשטאנען די שאו.
.
אזוי ערנסט ווי דו ווייסט נישט אז עס איז אסור..
די נקודות וואס ר' איש האשכולות שרייבט האבען אסאך פרומע זיך אפגערעדט בשעתו אויף די איזרעילי פארומס.
איש אשכולותהוגהאיש אשכולותיעדער ווייסט אז אבארשען איז אסור על פי תורה.
יעדער ווייסט? איך נישט! אדרבא, אפשר צייגסטו וואו עס שטייט אזוי קלאר אז עס איז אסור?
אגב, אויב מיינסטו אז גיטי האט עס נישט געמיינט ערענסט האסטו נישט פארשטאנען די שאו.
.
אזוי ערנסט ווי דו ווייסט נישט אז עס איז אסור..
איך בין גאר ערענסט. עס איז בכלל נישט קלאר אז עס איז אסור. איך פארשטיי אז רוב חרדי'שע פוסקים האבן שוין מפלפל געווען לאיסור אבער עס איז בכלל נישט פשוט וברור. אין געוויסע פעלער איז עס פשוט מותר. דו קומסט דא און דו טענה'סט אז ס'אסור ע"פ תורה אבער דו קענסט בשו"א נישט אנצייגן פארוואס.
.
הוגהאיש אשכולותהוגהאיש אשכולותיעדער ווייסט אז אבארשען איז אסור על פי תורה.
יעדער ווייסט? איך נישט! אדרבא, אפשר צייגסטו וואו עס שטייט אזוי קלאר אז עס איז אסור?
אגב, אויב מיינסטו אז גיטי האט עס נישט געמיינט ערענסט האסטו נישט פארשטאנען די שאו.
.
אזוי ערנסט ווי דו ווייסט נישט אז עס איז אסור..
איך בין גאר ערענסט. עס איז בכלל נישט קלאר אז עס איז אסור. איך פארשטיי אז רוב חרדי'שע פוסקים האבן שוין מפלפל געווען לאיסור אבער עס איז בכלל נישט פשוט וברור. אין געוויסע פעלער איז עס פשוט מותר. דו קומסט דא און דו טענה'סט אז ס'אסור ע"פ תורה אבער דו קענסט בשו"א נישט אנצייגן פארוואס
בל״נ דאס איז מיין לעצטער אנטווארט צו די עפיזאד, ווייל עס פארקריכט מן הענין. די איסור שטייט אין די עשרת הדברות ״לא תרצח״. קיין איין רב האט דאס נישט מתיר געווען. אפשר שלום שטיסל איז דאס מתיר. צוריק צום ענין.
איש אשכולותבל״נ דאס איז מיין לעצטער אנטווארט צו די עפיזאד, ווייל עס פארקריכט מן הענין. די איסור שטייט אין די עשרת הדברות ״לא תרצח״. קיין איין רב האט דאס נישט מתיר געווען. אפשר שלום שטיסל איז דאס מתיר. צוריק צום ענין.
ס'דאך דיין לעצטע אנטווארט קען איך דיר נישט ענטפערן ווייל דו וועסט דאך סייווי בלייבן גערעכט, אבער דאס וואס דו זאגסט איז בערך אזויווי איך זאל זאגן אז מ'טאר זיך נישט בלאזן די נאז מיט א פינקע טישו, ס'שטייט בפירוש אין די עשרת הדיברות "לא תנאף", קיין איין רב האט עס נישט מתיר געווען...
יעצט צו דיינע טענות אויפן סעריע, איך האב בכלל נישט געזען ס'זאל זיין אנטי, נאר ס'ברענגט זייער גוט ארויס די תוך און פנימיות פון חרדיזם בכלל, און די ארגינעלער טשאלמער'קייט בפרט. און שולם שטיסל איז די בעסטע חרדישע כאראקטאר וואס ס'נאר אמאל געווען אין סיי וואסערע מידיע. אבער כדי ארויסצוברענגען א קולטור אזוי גוט, פארשטייט זיך ס'וועט ארויסקומען די גוטס און אויך די שלעכטס, אן דעם וואלט עס נאר געווען א וואן סיידעד שאו און וואלט אויסגעזען ווי פראפאגאנדע. יעצט צו דיינע נקודות.
איש אשכולות
[i]1) צבי ארי' האט נעבעך נישט געקענען אויסנוצען זיינע מוזיק טאלאנטען, ווייל זיין טאטע האט אים נישט געלאזט. און אנשטאט איז ער געווארן א אפגעריסענער כולל אינגערמאן...
2) חרדים זאגן קיינמאל נישט פאר זייערע פרויען 'איי לאו יא'...
די ערשטע צוויי האט שוין איש עברי גוט געענטפערט, יא, ס'נישט קיין כלל אן א יוצא מן הכלל, אבער דו ווייסט אויך אז ס'דא אסאך אזעלכע.
3) א בילד כאילו חרדים טרינקען קאווע אדער טיי א גאנצן טאג. דאס איז פארוואס מען זעט שלום ביי די אכילה ושתיה א גאנצען צייט. וואס דאס מיינט, אז חרדים טרינקען און עסן א גאנצען טאג...
לאו דוקא, נישט אלע חרדישע כאראקטארן עסן א גאנצע טאג, נאר שולם אליינס, און דאס איז זיין כאראקטער, ס'האט לאו דוקא מיט חרדיזם איינגעלייגט.
4) חרדים ווערן געשטיפט צום שידוך מיט געוואלד...
פעלט דען אויס אזעלכע? ווילסט נעמען?
5) פרויען שלאגן זייערע ווייבער...
אזויווי איש עברי האט געענטפערט, און אויך איז דאס נאר אן איינצעלנע פאל, ביי א איינצעלנע פארפאלק, די אנדערע חרדישע פארפעלקער אינעם סעריע שלאגן זיך נישט מיט הענט. וואס ווילסטו? זיי זאלן אפמאלן יעדע חרדישע כאראקטאר אינעם סעריע ווי א טלית שכולה תכלת? אודאי וועלן זיין גוטע און שלעכטע, שוואכע און שטארקע, אבער דאס איז דא אין יעדע סעריע, און ס'האט נישט מיט חרידזם כי היא זה.
6) קינדער רופן די עלטערן צו דין תורה...
שטעלסט דיך אויף קלייניקייטן, באלד וועסטו מיר זאגן אז זיי ווילן אויך איינרעדן אז אלע 12 יעריגע חרדישע מיידלעך רייכערען.
7) ליצנות פון שמירת ענים, למשל ווי עקיבא איז געזיצן אלס בחור אויפן באס קעגן א אויסגעלאסענע כאלערע...
ליצנות פון היפאקריטסווע, וואס איז דא איבעראל, און יא, ביי אונז אויך.
8) ליצנות פון מחאות, ווי ארויסשטיפן א חצופה פון א געשעפט..
כנ"ל. חוץ מזה איז דאס א משבר נפשי פון א געליטענע פרוי וואס זעט אינעם אומצניעותדיגע פרוי די פערסאניפיקאציע פון אלע אירע פראבלעמען, זי איז שולדיג אז איר מאן האט איר איבערגעלאזט.
אלעס איז שוא ושקר, און ביליגע ליצנות פון חרדישע אידן. אראפגעלייגט מייסטערהאפטיג אבער מיט גופטיגע סם. עס שוידערט די געוויסן אז 'אידן' ווערן גענוצט צו שפילן מיט פרויען אזוי ביליג. ווי מען נעמט קליינער קינדער, קליינער בחור'לעך א.ד.ג. זאלן שפילן טיילן פונעם חרדישען לעבן אויף א פארבאטענעם אופן, אפי' זיי זענען 'חלונים'.
תמצית היוצא פון דעם שטיסל: 'סם המות', גופט און פויזן אויף אידן מאמינים לה' ולתורתו.
די ריוויו'ס וואס איך האב געזען פון די פריי איז נאר געווען לשבח, ס'נעמט דעם פארפרעמדעטן חרדי וואס זיי קוקן אן ווי א חיה פון וואלד, א alien, און עם געגעבן א מענטשליך פנים, ער האט אויך אינעליכע מלחמות, משברים, ער האט ליב, און האט פיינט, ער איז ווייעך, און איז שטייף, אמאל קומט די שטייפקייט צו פארשטעקן אנדערע פראבלעמען וואס מ'האט מיט זיך אליינס, דאס האט געגעבן א human פנים פאר חרדים מער ווי עני PR קאמפיין קען זיי געבן. נאר איינער וואס קען נישט דולדן די מינדעסטע קריטיק, וואס קען נישט זען קיין שלעכטס אויף זיך, און וויל אז די וועלט זאל מיינען אז אלעס ביי אונז איז פיקס און פערפעקט, נאר אזא איינער קען זען סם און פארשמיצוגונג אין דעם הערליכען סעריע.
הערליך ארויסגעברענגט, עס יוזשאעל
אודאי האבן די פרייע געגעבן גוטע ריוויאס ווייל זייערע פרייע חברים האבן געמאכט א סאלעט גוטע דזשאב. נאך אלעם בין איך צופרידן צו זען ווי ענק אלע פארשטייען זייער גוט וואס איך מיין. יוצא מן הכלל, לאו דוקא וכו׳ וכו׳ ענק האבן ארויס די זאך פיין.
וואו זיצט שבעה איר זוהן ר' שולם שטיסל?
אגב, זי האט שוין געענדיגט נייען דעם סוועטער פאר איר פארשטארבענעם מאן?
איך האלט אז עס האט איר געשאדט אן עין-הרע, נאך אזא שיינעם מסיבת יומלדת... אויך קען זיין אז עס איז א קפידה ווייל זי האט געקוקט אויף די שיינע פארשטעלונגען אום יום העצמאות... רביצין ערבליך האט איר אנגעווארנט.
אגב, מיט וועמען וועט יעצט רביצין ערבליך פארברענגען?

אינטערעסאנט צו וויסן וויפיל מען האט שוין אנגעיאגט צו רעקארדירן פון איר פאר עונה 2
אין טערמס פון ארגינעלקייט איז זי מיין פעיוואריט עקטרעס, אירע געזיכט אויסדריקן און האנט און קערפער באוועגונגען זענען געווען זייער עכט
אין טערמס פון ארגינעלקייט איז זי מיין פעיוואריט עקטרעס, אירע געזיכט אויסדריקן און האנט און קערפער באוועגונגען זענען געווען זייער עכט
שצם_חנכלאינטערעסאנט צו וויסן וויפיל מען האט שוין אנגעיאגט צו רעקארדירן פון איר פאר עונה 2
אין טערמס פון ארגינעלקייט איז זי מיין פעיוואריט עקטרעס, אירע געזיכט אויסדריקן און האנט און קערפער באוועגונגען זענען געווען זייער עכט
מ'זאגט אז ס'איז שוין רעקאדירט די צווייטע אין ווינטער גייט מען עס פארשטעלען..
אבער עס איז מעגליך אז מען האט איר געדארפט 'הרגענען' כדי די מעשה זאל שטימען מיט איר אפוועזנהייט
אויב גייט מען עס אויפשפילן 2015 מוז עס שוין זיין רעקארדירט פאר א שטיק צייט ווייל עדיטן נעמט גאנץ געווענליך
ונזכה ונחיה ונראה
אויב גייט מען עס אויפשפילן 2015 מוז עס שוין זיין רעקארדירט פאר א שטיק צייט ווייל עדיטן נעמט גאנץ געווענליך
ונזכה ונחיה ונראה
אויס מענטשגעזען אלע עפיזאדן אויף איינמאל
אלץ איינער וואס איז אן אמעריקאנער און האט יארן לאנג געלעבט מיט א ירושלמי בין איך ממש משוגע געווארן פון דעם שלום שטיסל ער איז א ירושלמי קארבען קאפי.
און ער עקט פונקט ווי אהיימשיען ירושלמי ממש חבל על הזמן.
ווידער אים ממין הארץ האט געכאפט גיטי ווייס, וויפיל חכמה ליגט אין איר עקטן ווי א חרדישע פרוי, עס איז זייער אינטרעסאנט אויב הערט מען איר אין ריעל לייו, און מען כאפט זיך וויפיל חכמה ליגט און יאר נאכמאכן דעם לעבן סטייל פון א חרדישע פרוי, ממש פלאים.
דאס מערסטע האט מיר געשטאכן אירע ווערטער "סהאט איר נישט בארירט צו ווערן א בעלת תשובה, אפ'י זי האט געזען דעם פרומען לעבנ'ס שטייגער פון דער נאנט און אפי' אויף די אייגענע הויט, ווייל עס איז אן מחשבה מען טוט אזוי ווייל מען דארף אזוי טון, און ווייל יעדער טוט, עס איז מעשים אן מחשבה עס ווירקט נישט אויף דייין אינערליכען לעבן"
אוי וויי ווי אמת.
קענסט מיר מסביר זיין מיט וואס זי האט זיך באקענט מיט'ן חרדישן לעבן? ווייל זי האט געשפילט מיט אפאר חילונים אנגעטון אין חרדישע בגדים? און וואו האט זי געזען אז דער חרדישער לעבן איז פאלש? ווייל דאס איז די סטארי ליין פון עפעס א שפיל?
זי איז אינגאנצן פון קאפ געפאלן? קען נישט אנטשיידן צווישן רעאליטעט און פיקציע. אלעס איז אליינס.
איך זאג נישט זי איז יא אדער נישט גערעכט, אבער זי האט נישט קיין שום סמכות מער ווי א צווייטע חילוני אפילו זי האט זיך אנגעטון א שייטל צו שפילן א שפיל.
Wow!! ששון גבאי קוקט דאך אויס ווי ר' אהרן'ס א בני בית...
איך האב נעכטן אפגעשריבן א לענגערן ריוויו איבער די סעריע שטיסל. נאר מעשה שטן האט דער קאווע שטיבל סייט געכאפט איינס פון זיינע "היקקאפ'ס". פונקט ווען איך האב עס סובמיטעד. און איך האב שוין נישט קיין כח און נערוון עס איבערצושרייבן. אבער איך האב עס געסעיווט אויף א פייל אויף מיין קאמפיוטער. אויך האביך אומערפאלגרייך פרובירט ארויפצולייגן דעם פייל. איך וועל בלי"נ טרייען נאכאמאל און אז ס'וועט נישט גיין איז פארפאלן, מיט צוויי פייען. אזוי חיים גראדע ברענגט אין איינס פון זיינע סיפורי מעשיות איבער ר' נחומ'ל דער מלווה. אז ווען ער האט געזאגט ניין איז פארפאלן, מיט צוויי פייען... 🙄
וואו קען מען זען די צווייטע סיזען?
כוכבוואו קען מען זען די צווייטע סיזען?
כוכב: עמעזאן פארקויפט די גאנצע סעריע פאר בערך א פופציגער. נאר זיי האבן א דיסקלעימער אז זיי גאראנטירן נישט אז ס'וועט ארבעטן. ווייל אין ארץ ישראל איז עס רעקארדירט געווארן אויף דעם אייראפעאישן רעקארדינג סיסטעם. און ס'איז גאנץ מעגליך אז אין אמעריקע וועט עס נישט ארבעטן. מהאי טעמא האביך עס טאקע נישט געקויפט...!נעטפליקס האט אויך עפעס אן אפפער. מיט אנדערע חשבונות...!
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
עונה ב' איז נאכנישט ארויסגעקומען
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
מ'קען ערגעץ זען - בחינם - די ענגליש סאבטייטלס ווערסיע?
"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
berlbalagulehכוכבוואו קען מען זען די צווייטע סיזען?
כוכב: עמעזאן פארקויפט די גאנצע סעריע פאר בערך א פופציגער. נאר זיי האבן א דיסקלעימער אז זיי גאראנטירן נישט אז ס'וועט ארבעטן. ווייל אין ארץ ישראל איז עס רעקארדירט געווארן אויף דעם אייראפעאישן רעקארדינג סיסטעם. און ס'איז גאנץ מעגליך אז אין אמעריקע וועט עס נישט ארבעטן. מהאי טעמא האביך עס טאקע נישט געקויפט...!נעטפליקס האט אויך עפעס אן אפפער. מיט אנדערע חשבונות...!
כהאב געקוקט דא אויף עמעזאן כזעע איינס פאר 25 דאלער און איינס פאר 48 דאלער ביי ביידע פון זיי שטייט all seasons\all season
ווייסט איינער צו דאס כולל עונה 2 ? און וואס די חילוק צווישען די ביידע?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
און וואס איז די חילוק צווישען די 2 די. ווי. די.׳ס דארטן ווייסטו?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
[ציטאט אראפגענומען]
אויב אזוי לוינט זיך מיר עס נישט צו קויפן ווייל 5 חלקים האב איך שוין געזען און די רעשט האב איך נישט געטראפן אויב איינער האט עס אויפן קאמפיוטער און קען עס ארויפלייגען אויף דראפבאקס איז די בעסטע .
אז נישט לכה״פ לינקס ,
יש״כ למפרע.