"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
רבותיי לענ"ד כ'מיין סוועט זיין זייער אינטערסאנט אויב מוועט מאכן דא לכבוד די ענד פון די צווייטע עונה פון שטיסל א וועלטליכע אנקעטע, אז דער גאנצער עולם אלפים ורבבות וואס האבן באזוכן אין דעם אשכול אין די לעצטע וואכן און דונלאוד די חשובע עפיזודן און האבן מחבר געווען און געליינט די הערות און די טיפע פלפולים ופלוגתות וכו' וכו' זאל קומען דא אויסוואלן ווער איז דער בעסטער אקטיאר צווישן די פינעף - שולם, נוחעם, קיווע, ליפא, און חנינא.
און א באזונדערע אנקעטע צו אויסוואלן ווער איז די בעסטע אקטריסע צווישן די פינעף - גיטי, רוחמי, ליבי, מנוחה און באבע מלכה (ע"ה).
כ'וואלט געוואלט דאס מאכן אבער כ'האלט נאך נישט אין די מדריגה פון א חבר וותיק וכו' אין אונזערע חשובע ביהמ"ד קאווע שטיבל כדי צו מאכן א אנקעטע.
ואי לזאת איך ווענד זיך צו דער וואס האלט יא בדרגא הנ"ל להואיל בטובו צו מאכן די אנקעטע הנ"ל לתועלת הרבים. או ס'זיכער אז יבוא שכרו מן השמים און ווי הרב קאווע טרינקער האט שוין באמערקן אז מ'האט קלאהר געזעהן ווי הרבנית הצדקנית די באבע מלכה ע"ה האט איינגעריסן עולמות פאר אירע קינדער און אייניקעלך און ס'זיכער אז ער וועט אויכעט באקומען פון די מוראדיגע השפעות בבני חיי ומזוני רוויחי וכל טוב סלה.
ווי אזוי צו מאכן א אנקעטע מ'קען זעהן דא אויבן אויף אפט געפרעגטע פראגעס - ויאזוי מאך איך אן אנקעטע?
ייש"כ
בן נריהורוחמי, די אינגע ווייבל פון שטיסל סעריע - און טאכטער פון ליפא - פאראורזאכט הלכה'שע דילעמא.
נעמליך, איז זי - רוחמי - באטראכט פונאויס הלכה - אן אשת איש? די מאן אירע, אין שטיסל'ס וועטשערע, האט איר דאך א קידושין אהינגעגיבען, אין אנוועזנהייט פון 2 עדות!
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4721613,00.html
מען האט שוין דן געווען דא אין שטיבל דערוועגן
אבער למעשה גלייב איך נישט אז עס איז געווען דארט צוויי כשר'ע עדים (דהיינו נישט מחללי שבת בבפרהסיה)
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ווער קען ברענגען דעם גאנצן שמועס?
📎 uploadfromtaptalk1453147067591.jpg
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אבי גערעדטווער קען ברענגען דעם גאנצן שמועס?
אדער א PDF
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
http://mesubin.net/%D7%AA%D7%A8%D7%91%D ... %95%D7%AA/
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ירא שמיםhttp://mesubin.net/%D7%AA%D7%A8%D7%91%D7%95%D7%AA/%D7%9E%D7%A0%D7%99-%D7%9B%D7%94%D7%9F-%D7%A9%D7%98%D7%99%D7%A1%D7%9C-%D7%A4%D7%A8%D7%A7-%D7%94%D7%A1%D7%99%D7%95%D7%9D-%D7%94%D7%A6%D7%99%D7%95%D7%A8-%D7%A9%D7%9C-%D7%93%D7%9E%D7%95%D7%AA/
Error 404 😞
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
http://mesubin.net/%D7%AA%D7%A8%D7%91%D ... %95%D7%AA/
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
יעצט?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
השבוע הסתיימה העונה השניה של הסדרה החרדית הראשונה – שטיסל, שבה גם הצופה הגברי ביותר לא הצליח שלא להזיל דמעה. במרכז הפרק בו תם ולא נשלם הסיפור עמד הציור של “דמות האם”, האם היא הדמות הנעלמת המופיעה מידי פעם בחלום כהקיץ, היא דמות הקיימת ברובד של התת מודע ומשם מובילה את העלילה.
בראיון קיווע אומר כי ציור הוא רישום של הזכרון וציוריו הם זיכרון של זכרון , ציורי קיווע הם תבנית נוף ילדותו של אבא ואמא, של ילד המאבד את הדרך לאימא, לבית. הבית שממנו הוא בא ואליו הוא לא מפסיק ללכת.
גם שולם מחפש את הבית, את המקום בין דבורה ל’באבע’. הוא מאוכזב מ’הקלפטע’ שאיבדה לו את הזיכרון מ’הבאבע’ ונלחמת בזכרון של דבורה אפי’ במטבח.
גיטי שמבינה שליפא הוא לא בשבילה וחוזרת לחפש את עצמה במטבח הישן של אמא.
בסופו של דבר כולם מחפשים קצת אהבת אם, קצת חום משפחתי, מקום בלב של מישהו שאוהב אותך תמיד ומקבל אותך איך שאתה, שולם ונוחעם הם בסה”כ שני ילדים קטנים שרבים על אהבתה של אימא.
המוטיב החזק ביותר בחברה החרדית לטוב ולמוטב הוא המשפחה,
העולם המערבי מרוב ליברליות של חרות אינדיבידואליסטית וחופש מתירני שלא לדבר על פמיניזם רדיקלי, זכויות להט”ב וזהות קווירית [בלי קשר לדיון אם הם ערכים צודקים כשלעצמם] איבד את המשפחתיות, המשפחה הפשוטה והבסיסית שהיא העוגן היציב בנפש האדם שאינו נאלץ לעמוד בודד מול הקיום אלא כחלק מ’אנחנו’ גם כשפיזית הוא עומד לבד.
הסיבה המרכזית [לדעתי] שבה צעירים מתנתקים [או לא] מ’החרדיות’ היא המשפחה,
חוסר האפשרות לילד למצוא לו מקום נפשי שיכיל אותו בבית בו גדל תגרום לו להיפלט מהמסגרת ולא יעזרו אלפי הרצאות של מחזב”תים (מחזירים בתשובה) או תשובות מנומקות ומבינות ב’אקשיבה’. מאידך ילד שיש לו מקום יציב וחם בבית לא ימיר זאת בעולם אחר גם אם יהיה לו ביקורת אמתית ונוקבת על כל המערכת מיסודי האמונה ועד הנהגת אחרון עסקני הדת, ילד כזה יצור לעצמו את המרחב בו יחיה את חייו בתוך המסגרת המשפחתית, הוא ימתח אותה אבל לא יקרע אותה.
גם רוחמי לא ביקשה אלא בית יציב בלי אמא שבורחת מהבית ומאיימת בגט ואפילו חנינא שדי לו בקב חרובין מערב שבת לערב שבת מתברר בפרקים האחרונים כילד שכל מה שחסר לו זה אהבת אם ובית קטן ומכיל.
ברגע שגיטי מבינה כי הבעיה האמתית של רוחמי היא האם סלחת לאבא באמת? ותפסה כי אם אין דבר כזה סליחה בלב שלם אז גם לילדים אין בית שלם והם יחפשו את החום במקום אחר משידוכי בוסר ועד כלבלב לילד [ולשולם].
אם ננסה פסיכלוגיה בגרוש על היוצר המוכשר יהונתן אינדורסקי 31. שגדל כמז’יניק בילדות חרדית קלאסית בגבעת שאול, חניך ישיבת אור אלחנן לצעירים ופוניבז’ פרש ל’סם שפיגל’ וכיום חי בתל אביב [לדעתי עוד נשמע ממנו רבות, נקווה שיקח איזה ‘אוסקר’ על סרט חרדי]
הסדרה היא על החיבור והגעגוע למשפחה, למקום החמים והבטוח של זכרונות ושאיפות הילדות מול המימוש העצמי, האינדיבידואלי של היוצר בעולמו הקולנועי. [או אם תרצו יותר לעומק אהבת האם מול אהבת האשה]
שטיסל אינה סדרה *אירוטית אבל [ואולי דווקא בגלל כך] היא מלאה חום אמיתי.
ה’צבי אריה בוא לישון’ מחזיק אותו להישאר בכולל אפילו שאשתו לא הייתה מוכנה לתרום עבורו כליה וגם בכלל מעדיפה שיהיה זמר מוכר ומרוויח. הרצון לשמר את הקן החמים, את הבסיס הבטוח, את הבית המוכר, את ה’משפחה’ גובר על כל חלום של מימוש עצמי.
אולי אפשר להבין שבעמקי התת מודע זה אחד הזרמים המשפיעים על השמרנות העומדת בבסיס החרדיות החרדה מהשינוי שבמודרנה, מאיבוד החיבור לזכרונות הילדות ותחושת ההמשכיות, זה הדרישה של ליבי [שמעמקי נפשה בוקע קולו ה’מוזיקלי’ של נוחעם] תמצא לך מקום בתור המסגרת, או בקיצור תישאר במשפחה.
לדעתי האתגר הגדול של החרדים היא למצוא את המקום בו אפשר לחיות במשפחה מבלי ל”הירצח למען כבוד המשפחה” [מטאפורית], למרוד בדמות האב [נוחעם ושלום] מבלי לחלל את דמות האם.
[ועוד לא דיברנו מילה על אמנון לוי והרבנית פוברסקי]
איך לעשות את החיבור הזה, והאם נצליח לעשות את זה – כבר תלוי בנו.
מחשבות על המשפחה החרדית.
תם ולא נשלם הסיפור
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
זיי זאגן סקומט ארויס א נייע שאו אויף חרדים
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
[ציטאט אראפגענומען]
פיינע אינטערוויו. די ישראלים הערן נישט אויף צו שרייען, איינער איבער די צווייטע..
ס'געבט מיר באמת א ציפ צו זעהן שלום אזוי. עיני עיני ירדו מים. כ'בין אזוי מקושר צו איהם בלב ונפש, אלס אן עהרליכע היימישע יוד, און דא פלוצלינג מאכט ער זיך נישט וויסענדיג פון די גאנצע מעשה. א שטאך אין הארץ 😞
📎 IMG-20160120-WA0048.jpg
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
קאצקע ציקער📎 IMG-20160120-WA0048.jpg
כ'האף ס'נאר א וויץ...
ממש חבל אויף דובעלע גליקמאן , ער וואלט געקענט זיין הרב שלום שטיסל שליט"א וכו' ,קיק ווי ער זעהט נעבעך אויס מסתובב בתל אביב ואינו מוציא את עצמו .
שלום שטיסל קען נישט פארשטיין וויאזוי די חרידים קענען עס וואטשען אן טעלעוויזיע, מען איז אים מסביר אז מען קען עס וואטשען אויף די אינטערנעט, אבער ער פארשטייט נישט, ווייל חרידים דארפן דאך האבן כשר׳ע פאונס.. איך זע אז ער קען נאכנישט גענוג גוט די חרידים..
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
פרייוויליגשלום שטיסל קען נישט פארשטיין וויאזוי די חרידים קענען עס וואטשען אן טעלעוויזיע, מען איז אים מסביר אז מען קען עס וואטשען אויף די אינטערנעט, אבער ער פארשטייט נישט, ווייל חרידים דארפן דאך האבן כשר׳ע פאונס.. איך זע אז ער קען נאכנישט גענוג גוט די חרידים..
פארשטייט שוין איינמאל... ער שפילט אויף דיר...
מיר איז געווען אינטערעסאנט אז די אנדערע האט נאר דערמאנט אז מזעהט עס אויף ווטסאפ, ער האט אינגאנצן נישט דערמאנט קאווע שטיבל.. ער קען טאקע נישט די חרדים...
משפחה פון די וואך
📎 26,1 35,6 JPEG.jpg
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
[ציטאט אראפגענומען]
מ'דארף אבער גלייבן אז ס'וואלט געקענט זיין אמת...
שעה טובה פון די וואך
📎 IMG_20160121_103518.jpg
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
פישערער רבישעה טובה פון די וואך
📎 IMG_20160121_103518.jpg
שוין ווייטער איז זיין הוט די פארקערטע וועג 😞
אזוי גייט מען אין אנטווערפען?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נעגעל וואסערפישערער רבישעה טובה פון די וואך
📎 IMG_20160121_103518.jpg
שוין ווייטער איז זיין הוט די פארקערטע וועג 😞
אזוי גייט מען אין אנטווערפען?
ס'איז די זעלבער בילד
HotCoffeeנעגעל וואסערפישערער רבישעה טובה פון די וואך
📎 IMG_20160121_103518.jpg
שוין ווייטער איז זיין הוט די פארקערטע וועג 😞
אזוי גייט מען אין אנטווערפען?
ס'איז די זעלבער בילד
דאס איז אין הר המנוחות ביי די שלושים פון הרבנית הצדקנית די באבע מלכה ע"ה (פרק 12)
די מדריכות כלות אין א"י האבן אויסגעפונען א נייע שיטה צו אויספרוון די חתנים, זיי זאגן די כלות אז זיי זאלן זאגן עפעס א זאץ מיט דער ווארט בהחלט, און זיי זאלן באטראכטן דעם פנים פונע'ם בחור...
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
פישערער רבידי מדריכות כלות אין א"י האבן אויסגעפונען א נייע שיטה צו אויספרוון די חתנים, זיי זאגן די כלות אז זיי זאלן זאגן עפעס א זאץ מיט דער ווארט בהחלט, און זיי זאלן באטראכטן דעם פנים פונע'ם בחור...
נו נו...
דרך אגב ס'דא אויף יוטיוב א אלטער סעריע אויף חרדים ס'הייסט החצר. כמובן ס'דערגרייכט נישט די דרגא פון שטיסל און דאס איז ממש באין ערוך וכמרחק שנות אור און מער פון דעם, אבער פארט (יעצט אז ס'געענדיגט שטיסל) ווער ס'וויל זעהן קען עס זעהן אויף יוטיוב ס'פאראן דארטן אלע פרקים.
בילדער פון שטיסל
http://www.victorbezrukov.com/shtisel-i ... -season-2/
שוין נישטא מער שטיסל ...
טייערער ברידער וואס גייט מען זעהן איצטער מוצ"ש ...
יידן אויף וואס גייט איר פארברענגען א גאנצער וואך ...
ס'איז געקומען גאר שווערע צייטן ...
לאמיר צעריסן אלע עולמות און פועל'ן א דריטע סעזאן אין גיכן ...
http://www.haaretz.co.il/gallery/television/1.2773325
זיי זאגן דא אז ס'וועט ארויסקומען א שטיסל סעריע אויף די אמעריקאנישע חרדים
לאמיר זעהן
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
פישערער רביhttp://www.haaretz.co.il/gallery/television/1.2773325
זיי זאגן דא אז ס'וועט ארויסקומען א שטיסל סעריע אויף די אמעריקאנישע חרדים
לאמיר זעהן
חסדי השם
היינט ביים דאווענען איז מיר עפעס בייגעפאלן א קשיא. רנטה האט געגעבן פאר ליפא'ן חמשים אלף דאלאר פארן זעליג נאמען וואס ליפא האט אינוועסטירט ביי שטרוק. שפעטער פארציילט ליפא פאר גיטי מיט א גרויס שמחה אז די געלט איז ווערט מאתים ושמונים אלף שקל. א שקל איז דאך עפעס פיר פינף פאר א דאלאר, נו איז דאך דער אינוועסטמענט קוים עפעס געוואקסן מיט עטליכע טויזנט שקל, ולשמחה מה זו עושה?
[ציטאט אראפגענומען]
יא לפי זכרוני אדרבה הערט איבער.
ברוך בערהיינט ביים דאווענען איז מיר עפעס בייגעפאלן א קשיא. רנטה האט געגעבן פאר ליפא'ן חמשים אלף דאלאר פארן זעליג נאמען וואס ליפא האט אינוועסטירט ביי שטרוק. שפעטער פארציילט ליפא פאר גיטי מיט א גרויס שמחה אז די געלט איז ווערט מאתים ושמונים אלף שקל. א שקל איז דאך עפעס פיר פינף פאר א דאלאר, נו איז דאך דער אינוועסטמענט קוים עפעס געוואקסן מיט עטליכע טויזנט שקל, ולשמחה מה זו עושה?
העלוי דו האסט ערענסט נישט פון וואס צו טראכטן ביים דאווענען נאר פון שטיסל?...
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ברוך בערהיינט ביים דאווענען איז מיר עפעס בייגעפאלן א קשיא. רנטה האט געגעבן פאר ליפא'ן חמשים אלף דאלאר פארן זעליג נאמען וואס ליפא האט אינוועסטירט ביי שטרוק. שפעטער פארציילט ליפא פאר גיטי מיט א גרויס שמחה אז די געלט איז ווערט מאתים ושמונים אלף שקל. א שקל איז דאך עפעס פיר פינף פאר א דאלאר, נו איז דאך דער אינוועסטמענט קוים עפעס געוואקסן מיט עטליכע טויזנט שקל, ולשמחה מה זו עושה?
קודם עס איז יא א גוטע אינוועסמענט, אין קוים אפאר וואכן האט ער שוין ארויסגענומען עפעס געלט.
אויך קען זיין, אז די קרן איז נאך געבליבען ביי שטרוק, דאס איז נאר די ריווח, אויב דאס איז די קעיס, דאן אינוועסט איך אויך ביי אים.
פאר דער וואס האט מדייק געווען, ווען ליפא איז צוריק געגאנגען צו רנטה בעטן די געלט , האט ליפא קלאר געזאגט אז זי זאל אים געבן כאטש א חלק פונעם סכום. על כן פון א חלק פון די 50 איז שוין געוועהן אזויפיהל רווח, מיינט עס אז די השקעה האט יא מצליח געוועהן
פאר פופציג טויזנט דאלער באקומט איר היינט 199,108 שקלים. לאמיר זאגן אז די השקעה איז געווען פאר איין גאנצע יאר (עס איז נישט) האט ער געמאכט א 41 פראצענט ריווח. דאס איז בעסער ווי גוט (כמעט אוממעגליך רעאליסטיש) אין א גוטע יאר. ווער רעדט נאך פון א יאר ווי היי יאר ווען מענטשן האבן פארלוירן גרויסע געלטער אין די סטאק, קארענסי און קאמאדעטי מארקעטס. זעהט אויס דער מזל הייבט אים אן צו שפילן.

די ווערטער פון שטיסל
https://youtu.be/Ht26hBBZxaY
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
דא האט איר די מטרה פון די גאנצע זאך...... https://youtu.be/y1zJxyPPK8c
פישערער רבידרך אגב ס'דא אויף יוטיוב א אלטער סעריע אויף חרדים ס'הייסט החצר. כמובן ס'דערגרייכט נישט די דרגא פון שטיסל און דאס איז ממש באין ערוך וכמרחק שנות אור און מער פון דעם, אבער פארט (יעצט אז ס'געענדיגט שטיסל) ווער ס'וויל זעהן קען עס זעהן אויף יוטיוב ס'פאראן דארטן אלע פרקים.
עס גייט נישט ווייטער ווי פרק 26 אין מיר זעהט אויס ווי די מעשה איז נאכנישט פארטיג
גראדע גאנץ גוט
ס'גייט נישט ווייטער אבער דאס איז אלץ ווייל אינמיטן דער מעשה דער טשאנעל וואס האט דאס באוויזן האט אויפגעהערט צו ארבעטן
סא די מעשה האט זיך קיינמאל נישט גענדיגט?
וואס איז געבליבען מיט לייבל פון אלט לייבניץ?
אין רבי משולם?
איז טאקע עוזיאל די רבי׳ס אינגסטע זון געגאנגען דינען אין צה״ל?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
מ'קען עפענען א פרישן אשכול אויף "החצר", מיין איך. ס'טוט מיר וויי ווען מ'רעדט פון דעם אין "שטיסל" אשכול...
נעגעל וואסערמ'קען עפענען א פרישן אשכול אויף "החצר", מיין איך. ס'טוט מיר וויי ווען מ'רעדט פון דעם אין "שטיסל" אשכול...
נישט קיין פראבלעם
ווען די ביזט גערעכט ביזטו גערעכט
https://youtu.be/tVdnMjhv8xY
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
פעינטערhttps://youtu.be/tVdnMjhv8xY
דאס מיינט ס'קומט זיכער נאך אן עונה?
חסדי ה'.
נעגעל וואסערפעינטערhttps://youtu.be/tVdnMjhv8xY
דאס מיינט ס'קומט זיכער נאך אן עונה?
חסדי ה'.
איך האף אזוי.......
ראוונעסא די מעשה האט זיך קיינמאל נישט גענדיגט?
וואס איז געבליבען מיט לייבל פון אלט לייבניץ?
אין רבי משולם?
איז טאקע עוזיאל די רבי׳ס אינגסטע זון געגאנגען דינען אין צה״ל?
יא: אונז האמיר איהם געזעהן אנגעטון מיט די מדים פון צה"ל. ווען זיין טלית קטן הענגט ארויס. כ'מיין ער איז געגאנגען צו יחידת נצח יהודה. די טמא'נע נח"ל חרדי וואס רבינו הקדוש פון קרי (ניין. דאס אויסלאזן די אויבערשטרעכעלעך איז נישט געווען קיין טעות.) שרייט אזוי סאך דעריבער. אדער לכה"פ זיין שופר. דער בלאט...!
פעינטערנעגעל וואסערפעינטערhttps://youtu.be/tVdnMjhv8xY
דאס מיינט ס'קומט זיכער נאך אן עונה?
חסדי ה'.
איך האף אזוי.......
רבותיי טעות היא בידכם ס'מיינט נישט אז ס'גייט זיין א נייע סעזאן זיי זאגן נאר אז ערוץ ראשון גייען באוויזן נאכאמאל די גאנצע סעריע - די 24 פרקים אין די קומענמדיקע 24 וואכן יעדער וואך א פרק, דאנערשטיג ביינאכט אין 21:50.
די נאכט ס'שוין געווען דער ערשטער פרק.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
פישערער רביפעינטערנעגעל וואסערפעינטערhttps://youtu.be/tVdnMjhv8xY
דאס מיינט ס'קומט זיכער נאך אן עונה?
חסדי ה'.
איך האף אזוי.......
רבותיי טעות היא בידכם ס'מיינט נישט אז ס'גייט זיין א נייע סעזאן זיי זאגן נאר אז ערוץ ראשון גייען באוויזן נאכאמאל די גאנצע סעריע - די 24 פרקים אין די קומענמדיקע 24 וואכן יעדער וואך א פרק, דאנערשטיג ביינאכט אין 21:50.
די נאכט ס'שוין געווען דער ערשטער פרק.
אבער פארוואס געדענק איך נישט די מעשה פון שלום מיט די זעברע? איזעס געווען אויף איינער פון די פרקים?
אויב יא, דארף איך זאפארט מאכן חזרה..
ערשטע פרקים פון די ערשטע עונה
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ראוונעערשטע פרקים פון די ערשטע עונה
כ'דענק קיווע דארט מיט אלישבע און שרולי, אבער נישט שלום בכבודו ובעצמו.
גיימער עס יעצט טשעקן.