☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29

זופ מיט מאנדלען » פרייטאג יאנואר 8, 2021 8:50 am

· #465321
מנחם ציון
שכוח פארן פונאנדערשיידן.
איך בין נייגעריג אויב אנדערע שפירן אויך אזוי. ס'איז עפעס צו שטארקע צופאלן

טאקע צופאלן... אבער בויט זיך הערליך צוריק.....

סמבטיון » פרייטאג יאנואר 8, 2021 12:25 pm

· #465325
עס ווערט בעסער און בעסער, איינער שרייבט דא פריער איך קען נישט דערליידן גיטי, אויב קען איינער אזוי זאגן האט ער נאכנעשט אנגעכאפט די קלאמקע פון שטיסל, זי איז לכאורה פון די בעסטע עקטערס אויף שטיסל, די טאלאנט פון זיך אריינלייגן אין א טיפיקעל ווויליאמסבורגע ווייבל איז נישט צום באגרייפן. און אז מען רעד שוין, דער ליפא איז ריין גאלד, דע סמירק אויפן פנים, מיטן זיך שאקלן און דרייען מיט די ציצות, איך ווער צידרייט פאר אים

מנחם ציון » פרייטאג יאנואר 8, 2021 12:35 pm

· #465326
מיר זעהט אויס ווי אין אנהויב איז די ציצית שפילעריי געווען נאטורליך
יעצט איז עס אביסל טו מאטש

אויס מענטש » מוצ"ש יאנואר 9, 2021 10:45 pm

· #465352
פארקערט דאס נישט דערליידן גיטי, ווייזט אויף איר מעכטיגע עקטן, און מסתמא דאס האט ער געמיינט צו זאגן, ער קען נישט דערליידן די גיטי פון די פילם, דאס הייסט די מעטאליטי פון שטופן אלעס אין איר ריכטינג, און נישט זעהן א צווייטן, און לעבן פאר די גאס.

לייבל שטילער » מוצ"ש יאנואר 9, 2021 11:14 pm

· #465353
אויס מענטש: א דאנק, דאס איז געווען מיין כוונה.

כרם זית » מוצ"ש יאנואר 9, 2021 11:35 pm

· #465355
איינער ווייסט פארוואס רחמי איז נישט געקומען צו איר ברודער'ס לחיים? (כמיין סאיז באמת נישט קיין קשיא ווייל קוים וואס דער טאטע ליפא איז געקומען...)

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 10, 2021 4:08 am

· #465370
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
עס איז אפילו נישט געווען א געהעריגע לחיים... עס איז געווען א געכאפטע מעשה....

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

ראוונע » זונטאג יאנואר 10, 2021 4:11 am

· #465371
כרם זית
איינער ווייסט פארוואס רחמי איז נישט געקומען צו איר ברודער'ס לחיים? (כמיין סאיז באמת נישט קיין קשיא ווייל קוים וואס דער טאטע ליפא איז געקומען...)

די האסט שוין געהערט פון א לחיים וואס מען מאכט פאר די טאטע פונעם חתן קומט אן?

אישתישבי » זונטאג יאנואר 10, 2021 8:09 am

· #465374
כרם זית
איינער ווייסט פארוואס רחמי איז נישט געקומען צו איר ברודער'ס לחיים? (כמיין סאיז באמת נישט קיין קשיא ווייל קוים וואס דער טאטע ליפא איז געקומען...)


זי מיט איר מאן זענען געוועהן פארנומען טוהן דער ערשטע מצוה ביים דאקטאר.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג יאנואר 10, 2021 9:48 am

· #465378
פערדע פרק שוין אידרויסן?

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 10, 2021 9:53 am

· #465380
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
יעדע זונטאג נאכט 11 אזייגער ארץ ישראל צייט ערשיינט עס. דאס מיינט פיר אזייגער ביי אונז אחינו בגולה

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

ישעיה » זונטאג יאנואר 10, 2021 5:45 pm

· #465407
זופ מיט מאנדלען
פערדע פרק שוין אידרויסן?

יאפס.
משוגע משוגע, געוואלדיג

אבשלום בן מעכה » זונטאג יאנואר 10, 2021 5:47 pm

· #465408
אהער דערמיט!

מנחם ציון » זונטאג יאנואר 10, 2021 5:47 pm

· #465409
ישעיה
זופ מיט מאנדלען
פערדע פרק שוין אידרויסן?

יאפס.
משוגע משוגע, געוואלדיג

נו ווער קען משפיע זיין?

mevakesh » זונטאג יאנואר 10, 2021 5:54 pm

· #465411
גוגל דרייו איינער?

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 10, 2021 5:54 pm

· #465412
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
<a class="postlink" href="https://t.me/stisel2020/39">https://t.me/stisel2020/39</a>

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

אבשלום בן מעכה » זונטאג יאנואר 10, 2021 5:56 pm

· #465413
ברענג פאר די הייליגע פארשפארטע...

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 10, 2021 5:58 pm

· #465414
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אבשלום בן מעכה
ברענג פאר די הייליגע פארשפארטע...
עס איז א שטיקל ארבעט צו אנלאדן און אפלאדן... קאסט א שיינע ביסל דאטא.... אבער וואס טוט מען נישט פאר חברינו פון די הייליגע שטיבל

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

mevakesh » זונטאג יאנואר 10, 2021 5:59 pm

· #465415
אבשלום בן מעכה
ברענג פאר די הייליגע פארשפארטע...

עשה למען הקדושים שאסרו להם הטעלעגראם

מילך טראק » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:00 pm

· #465416
<a class="postlink" href="https://t.me/shtiseline/19">https://t.me/shtiseline/19</a>

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:00 pm

· #465417
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1d6A89BTrg9KQdJBCS_NRKkU2N4m3Gh2c/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/1d6A89B ... p=drivesdk</a>
היות עס נעמט אויף פלאץ פון מיינע קארגע פופצן גיג וועל איך עס נישט לאזן צו לאנג דאהי. אפשר פאר געציילטע טעג... נעמטס און האט הנאה....
מאכט נאר זיכער נישט אוועק צו נעמען דאס צייט פון לערנען פלעגט מיין מנהל זאגן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:02 pm

· #465418
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
mevakesh
אבשלום בן מעכה
ברענג פאר די הייליגע פארשפארטע...

עשה למען הקדושים שאסרו להם הטעלעגראם
חנינו וענינו כי אין בנו מעשים וואלט געווען אביסל שענער צו אויסדריקן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

mevakesh » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:03 pm

· #465419
אלבערט איינשטיין
https://drive.google.com/file/d/1d6A89BTrg9KQdJBCS_NRKkU2N4m3Gh2c/view?usp=drivesdk
היות עס נעמט אויף פלאץ פון מיינע קארגע פופצן גיג וועל איך עס נישט לאזן צו לאנג דאהי. אפשר פאר געציילטע טעג... נעמטס און האט הנאה....
מאכט נאר זיכער נישט אוועק צו נעמען דאס צייט פון לערנען פלעגט מיין מנהל זאגן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

ישר כוח !!!

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:04 pm

· #465421
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
לאמיר רעדן אביסל אפן איך בין נישט אזוי באהאווענט אין די ענינים. איז דא אזא זאך אז מאיז מזנה א צווייטע פרוי און דאס קינד ווערט גערעכט פון די ערשטע? וואס גייט פונקטליך פאר. ? על כל פנים אויב עס איז דא א ווארט אין ענגליש אויף עס אז איך זאל קענען נאכקוקן דערין וואלט געווען גענוג

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:08 pm

· #465422
אלבערט איינשטיין
לאמיר רעדן אביסל אפן איך בין נישט אזוי באהאווענט אין די ענינים. איז דא אזא זאך אז מאיז מזנה א צווייטע פרוי און דאס קינד ווערט גערעכט פון די ערשטע? וואס גייט פונקטליך פאר. ? על כל פנים אויב עס איז דא א ווארט אין ענגליש אויף עס אז איך זאל קענען נאכקוקן דערין וואלט געווען גענוג

<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Surrogacy">https://en.wikipedia.org/wiki/Surrogacy</a>

לייבל שטילער » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:09 pm

· #465423
<a class="postlink" href="https://www.wikiwand.com/en/Surrogacy">https://www.wikiwand.com/en/Surrogacy</a>

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:17 pm

· #465424
האט איינער די היינטיגע פרק אין 720P?

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:18 pm

· #465425
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אויף טעלעגראם?

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:19 pm

· #465426
וואו אימער.

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:20 pm

· #465427
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אלבערט איינשטיין
https://t.me/stisel2020/39

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
אויף מיין לינק איז דא 1080

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

מרדכי מרדכי » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:33 pm

· #465428
כי בא סוס פרעה 😂

אבשלום בן מעכה » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:59 pm

· #465429
קען מיר איינער מסביר זיין וואס גייט פאר? - וואס מיינט פונקטליך "להוציא את ההתקן" - וואס טוט מען דארט?

יחזקאל גארליצער » זונטאג יאנואר 10, 2021 7:06 pm

· #465430
אבשלום בן מעכה
קען מיר איינער מסביר זיין וואס גייט פאר? - וואס מיינט פונקטליך "להוציא את ההתקן" - וואס טוט מען דארט?

ס'איז א מין birth control נאר ס'איז נישט טאבלעטן ס'איז א שטיקל פלסטיק וואס מ'לייגט אריין אין ענגליש הייסט עס IUD

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 10, 2021 7:12 pm

· #465431
כ'האב הנאה אז דער עולם קען זיך אזוי גוט אויס, מ'דארף נאר אכט געבן ס'זאל נישט זיין קיין חכמתו מרובה ממעשיו. 😛 (כ'רעד צו מיר אויך. 😳 )

mevakesh » זונטאג יאנואר 10, 2021 7:57 pm

· #465435
די פרק איז גוט אבער איך פיהל אביסעל אז עס איז דא צופיהל עקשען און עס פעהלט אביסל פונעם פשטות וואס איז געווען אין די פריערדיקע סעזאנס

מילך טראק » זונטאג יאנואר 10, 2021 8:23 pm

· #465439
רחל האט נישט קיין משפחה

כ'בין געווארן אנטוישט אז מען זעהט נישט ַַַַַַַעקיבה
מיט רחל צוזאמען נאכדעם
בד"ו (עקיבא מיט רחל סקלינט א בעל )

כגפן פוריה » זונטאג יאנואר 10, 2021 9:13 pm

· #465446
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
בין איך די איינציגסטע וואס האט פיינט רוחמי(שירה האסס) סיי דא אין סיי ביי unorthodox, מאכט אויסזעין אידישקייט שלעכט!

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk

כגפן פוריה » זונטאג יאנואר 10, 2021 10:11 pm

· #465452
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
וואס גייט פאר מיט רוחמי האט זי יא געהייסטען בטל מאכן די הריון אדער נישט?

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk

ראוונע » מאנטאג יאנואר 11, 2021 1:09 am

· #465465
רוחמי איז נאך ערגער ווי די מאמע גיטי
א מין צודרייטע קאנטראל פריעק
נעבעך חנינא דער איידעלע נשמה איז נעבעך אריינגעפאלען מיט איר

נוחעם פארליבט אין הרבנית יוקטן?? LOL

ראוונע » מאנטאג יאנואר 11, 2021 1:24 am

· #465466
ווער נאך האפט אז רחלי וועט זיך למעשה נישט אזוי שנעל אפגעטן פון קיווע

קוויטעל » מאנטאג יאנואר 11, 2021 1:40 am

· #465467
😂
רעב שולעם!... הרגת אותי..... 😂 😂 דו פארשטאפ דיין מויל!!! זאלסט איינרוען ווי א בובה'לע... הערזיך איין, גענוג צורעס האסטו געמאכט פאר עם ישראל....

חחחחחחחחחחחח אני נחנק מצחוק

קוויטעל » מאנטאג יאנואר 11, 2021 1:44 am

· #465468
ווער ס'פארשטייט נישט רוחמי, כ'מיין אז אלע ווייבעלעך זענען בערך אזוי, ווען ס'שפילט זיי די ווייבערישע פיבער.

ראוונע » מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:41 am

· #465481
קוויטעל
ווער ס'פארשטייט נישט רוחמי, כ'מיין אז אלע ווייבעלעך זענען בערך אזוי, ווען ס'שפילט זיי די ווייבערישע פיבער.

זי נעמט עס צום נעקסט לעוועל
גיטי מיינעך קען מען מער רילעיטען צו א היימישע ווייבעל

כגפן פוריה » מאנטאג יאנואר 11, 2021 7:38 am

· #465490
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ראוונע
קוויטעל
ווער ס'פארשטייט נישט רוחמי, כ'מיין אז אלע ווייבעלעך זענען בערך אזוי, ווען ס'שפילט זיי די ווייבערישע פיבער.

זי נעמט עס צום נעקסט לעוועל
גיטי מיינעך קען מען מער רילעיטען צו א היימישע ווייבעל
גיט געזאגט!
מין הסתם איז דא אפאר מינע ווייבליך[emoji854]. די עיקר אז יעדער זעיט זיך אין א צוויטען אין מען לערנט זיך עפעס פין דעים. [emoji6]

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk

טאמבל סאס » מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:30 pm

· #465503
[ציטאט אראפגענומען]

אויב עטס פארשטייטס נישט שוין נאכ'ן זאגן זענט איר דאך נישט בעסער פון חנינא.. איר באדערט צוויי זאכן אויב נישט מער. אז יעדער אינקלודינג איר מאן קימערן זיך מער איבער דאס קינד (אדער איבער דאס אז די צוויי וועלן האבן א קינד צוזאמען) ווי איבער איר און מער ספעציפיש איבער דאס אז זי וויל אזוי שטארק א קינד. ביז ווילאנג זי איז נישט ממש געוואן אין א סכהנאון צוויי אז מען האט נישט דאס מינדסטע רעספעקט פאר איר פריוואטקיייט. דער פרופ רופן אן פון שפיטאל אונטער איר רוקן פארציילן איר מאן וועגן אירע אינטענשאנס. עניוועי, פארוואס קימער איך מיר אפילו צו מסביר זיין..

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג יאנואר 12, 2021 8:53 am

· #465525
כמיין אז יעדער פארשטייט רוחמיס אנגעווייטאגטקייט, אבער פון די אנדערע זייט איז איר רעאקציע זייער סטופיד...ועם וויל זי אפטון דא? קיינער האט נישט געמיינט איר שלעכטס,מיט דעם מאדנעם טאהט לייגט זי אריין איר לעבן, איר אויסזיכטן צו האבן א אייגן קינד, און ועל כולם איר רילעישאנשיפ מיט איר אזוי פארליבטע מאן אין א כמעט זיכערע סוף....זי גייט נישט יעצט קענען בלייבן מיט חנינא ווייל ער וועט אויפדעקן דעם גאנצן שפיל מיט די קישענעס אין אפאר טעג [חוץ אויב ער פלאנט צו פראווען פרישות כל ימי "עיבורה"....], קיין פונדקאות וועט זי שוין נישט האבן מיט וועמען צו מאכן, און סאיז בכלל נישט דא קיין שטארקע טשאנסן זי זאל דאס איבערלעבן.

און בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס מען מאכט אזוי אוועק חנינא, יעדער רעכטדענקנדער מענטש אפילו א אטעאיסט האט א אידעלאגיע, פאר א מענטש עובר צו זיין אויף זיין אידעלאגיע וואס איז פאקטיש דער רוקנביין פון זיין לעבן איז זייער שווער, און אפטמאל אפילו אוממעגליך, פאר חנינא וואס איז א אידעלאגישער מענטש און זיין ווייב ווייסט דערפון איז די גאנצע פונדקאות אפילו מער ווי פארלירן א קינד, ביי א קינד פארלירט ער זייער א נאנטע מענטש,דאגעגן דא פארלירט ער זיך אליין...ער פילט אז דער פראיעקט פון זיין לעבן איז איין שטיק שקר, מיט דעם אלעם איז ער גרייט געווען אלעס צו לייגן אין א זייט פאר זיין ליבע מיט רוחמי, מעג זי זיין כאטש אביסל סענסיטיוו צו וואס ער גייט אדורך, אןיב איינער זעט נישט איינעם איז עס רוחמי חנינא נישט פארקערט.

אברך משי » דינסטאג יאנואר 12, 2021 9:00 am

· #465526
לויט ווי סזעט אויס האט שוין נישט רוחמי אזוי שטארק ליב איר הייליגע מאן. די מעשה האלט יעצט ביי דעם אז זי איז פארביטערט אין לעבן, און פאר דעם נעמט זי דראסטישע שריט, כדרכה בקודש ביז אהער צו טון וואס ספאלט איר ביי צו סמאכט יא סענס אדער נישט. דאס איז איר כאראקטער און סשטימט א מחי'

ראוונע » דינסטאג יאנואר 12, 2021 11:32 am

· #465528
אברך משי
לויט ווי סזעט אויס האט שוין נישט רוחמי אזוי שטארק ליב איר הייליגע מאן. די מעשה האלט יעצט ביי דעם אז זי איז פארביטערט אין לעבן, און פאר דעם נעמט זי דראסטישע שריט, כדרכה בקודש ביז אהער צו טון וואס ספאלט איר ביי צו סמאכט יא סענס אדער נישט. דאס איז איר כאראקטער און סשטימט א מחי'

גוט געזאגט
די חילוק צווישען איר אין איר מאמע לפע״ד איז איר מאמע גיטי האט כאטש עפעס א human side צו איר משא״כ רוחמי איז א שטיק ביטערניש גיב נאר א קוק ווי זי עפענט אזוינע ברייטע נאז לעכער אויף חנינה אזש זי איז אים גרייט איינצושלונגען

ירח בן יומו » דינסטאג יאנואר 12, 2021 11:53 am

· #465529
ווער איז די פרוי וואס האט באקומען פון רוחמי די פונדקאות? איז מעגליך אז עס איז גאר רחלי? לאמיר דימיונ'ען נאך מער-גייט רוחמי שטארבן פון די עיבור און חנינא וועט אוועקשטיפן עקיבא און חתונה האבן מיט רחלי כדי צו זיין די טאטע פון זיין קינד?

די סיבה פארוואס איך טראכט אזוי איך די וועג ווי אזוי רחלי איז געליגן אויסגעמיטשעט ווען עקיבא האט אריינעקלאפט צי איר

אברך משי » דינסטאג יאנואר 12, 2021 12:00 pm

· #465530
ירח בן יומו
ווער איז די פרוי וואס האט באקומען פון רוחמי די פונדקאות? איז מעגליך אז עס איז גאר רחלי? לאמיר דימיונ'ען נאך מער-גייט רוחמי שטארבן פון די עיבור און חנינא וועט אוועקשטיפן עקיבא און חתונה האבן מיט רחלי כדי צו זיין די טאטע פון זיין קינד?

די סיבה פארוואס איך טראכט אזוי איך די וועג ווי אזוי רחלי איז געליגן אויסגעמיטשעט ווען עקיבא האט אריינעקלאפט צי איר


דאכט זיך אז מהאט דערמאנט א נאמען דארט "גבריאלה" ווען די נורס האט געפרעגט חנינא און רוחמי אויב זיי ווילן איר טרעפן אדער עפעס זאגן פאר די פרעצעדור, מכלל גבריאלה הן אתה שומע רחלי לאו, אבער ס'איז ניט מוכרח ווי דער ראש ישיבה פלעג זאגן
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29