☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

1413 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29

ראוונע » דינסטאג יאנואר 12, 2016 9:42 am

· #317105
לקראת פרק הסיום פרק 12
https://m.youtube.com/watch?v=mA2zLCQ89mY

ראוונע » דינסטאג יאנואר 12, 2016 9:44 am

· #317107
עוד לקראת פרק הסיום
https://m.youtube.com/watch?v=OaDIdLBjaIs

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג יאנואר 12, 2016 10:19 am

· #317113
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
סקומט פיינע נייעס.

נעגעל וואסער » דינסטאג יאנואר 12, 2016 10:41 am

· #317116
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ראוונע
עוד לקראת פרק הסיום
https://m.youtube.com/watch?v=OaDIdLBjaIs

לבי אומר לי אז קיווע האט געליינט די ארטיקל פון @אנאנים וועגען יאשקע, דערפאר האט ער איהם אפגעמאלען אין א פאזעטיווע וועג...

סמבטיון » דינסטאג יאנואר 12, 2016 6:03 pm

· #317188
קאם אן.. יעדער מיט צוויי געזינטע אויערן הערט אויפן רגע אז סיי עוד ישמע און סיי ואפילו בהסתרה איז א ריקארדינג,

באשטעטיגט » דינסטאג יאנואר 12, 2016 9:27 pm

· #317220

סביב העולם » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 1:03 pm

· #317481
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
שטיסל עונה 2 פרק 12

https://www.dropbox.com/sh/ibo4byvxgblh ... h7Xna?dl=0

זוכער » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 1:39 pm

· #317484
סביב העולם
שטיסל עונה 2 פרק 12

https://www.dropbox.com/sh/ibo4byvxgblh ... h7Xna?dl=0

עטליכע אינטרעסאנטע און מאדנע עפיזאדן אין די 12טע פרק:
1) נחום און שולעם שוין ב"ה נאכאמאל צוקריגט. מ'זעט נישט אז שולעם זאל פארקויפן די חלקה. פארקערט. שולעם שרייט איך פארקויף נישט אפילו פאר א מיליאן דאלער, אבער נוחעם זאגט אז ער האט עס יא אפגעקויפט! (!)
2) חנינה טוניק קומט נישט אן צו די באגעגעניש פון זיין טאטע מיט רוחמי ביי די גאז סטאציע. פארוואס?
3) גיטי פארט אוועק אינמיטן די נאכט, און ברעטעט אוועק בשעת זיי דרייווט. האט נישט קיין הענט און קיין פוס.
4) וויאזוי האט איר ליפי אויפגעפיקט.
5) קיווע אנטלויפט פון די פארשטעלונג, פארוואס? ליבי קומט אן און טרעפט אים אין א עפעס א שטיבל פאר'חלומ'ט - אין לו שחר.

HotCoffee » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 3:41 pm

· #317498
זוכער
סביב העולם
שטיסל עונה 2 פרק 12

https://www.dropbox.com/sh/ibo4byvxgblh ... h7Xna?dl=0

עטליכע אינטרעסאנטע און מאדנע עפיזאדן אין די 12טע פרק:
1) נחום און שולעם שוין ב"ה נאכאמאל צוקריגט. מ'זעט נישט אז שולעם זאל פארקויפן די חלקה. פארקערט. שולעם שרייט איך פארקויף נישט אפילו פאר א מיליאן דאלער, אבער נוחעם זאגט אז ער האט עס יא אפגעקויפט! (!)

זוסמאן פון חברה קדישא האט געקאלט שולם אז איינער פון פאריז וויל אפקויפן די חלקה פאר $11,000.
שלום קויפט אפ דעם בילד פון קאופמאן - ער האט געאפערט $11,000 - מ'זעט עם אהיים שלעפן די בילד.
נחום דערציילט פאר ליבי וויאזוי ער האט זיך געמאכט ווי איינער פון פאריז...

HotCoffee » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 3:45 pm

· #317499
זוכער
סביב העולם
שטיסל עונה 2 פרק 12

https://www.dropbox.com/sh/ibo4byvxgblh ... h7Xna?dl=0

עטליכע אינטרעסאנטע און מאדנע עפיזאדן אין די 12טע פרק:
1) נחום און שולעם שוין ב"ה נאכאמאל צוקריגט. מ'זעט נישט אז שולעם זאל פארקויפן די חלקה. פארקערט. שולעם שרייט איך פארקויף נישט אפילו פאר א מיליאן דאלער, אבער נוחעם זאגט אז ער האט עס יא אפגעקויפט! (!)
2) חנינה טוניק קומט נישט אן צו די באגעגעניש פון זיין טאטע מיט רוחמי ביי די גאז סטאציע. פארוואס?
3) גיטי פארט אוועק אינמיטן די נאכט, און ברעטעט אוועק בשעת זיי דרייווט. האט נישט קיין הענט און קיין פוס.
4) וויאזוי האט איר ליפי אויפגעפיקט.
5) קיווע אנטלויפט פון די פארשטעלונג, פארוואס? ליבי קומט אן און טרעפט אים אין א עפעס א שטיבל פאר'חלומ'ט - אין לו שחר.

6) נחום און שולעם זיצן אין א Station Wagon, די טעקסי וואס מ'זעט פון אידרויסן איז נישט די זעלבע...

ראוונע » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 4:22 pm

· #317504
די סצענע פון גיטי דרייווען אין וויינען איז לכאורה א חלום

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 4:23 pm

· #317505
נוחעם'ס הוט ביים לויה איז פארקערט. די bow tie אויף די רעכטע זייט

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 5:09 pm

· #317514
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
סביב העולם
שטיסל עונה 2 פרק 12

https://www.dropbox.com/sh/ibo4byvxgblh ... h7Xna?dl=0

פארוואס קען איך נישט עס דאינלוידן ?

פישערער רבי » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 5:46 pm

· #317520
איך קען אויך נישט דאונלאודן הרב סביב העולם ביטע במטותא מינך ברחמך דנפישין קענסטו מאכן א נייע לינק מיר זיינען זייער נייגעריג

HotCoffee » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 6:50 pm

· #317530
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
הרגע הזה שאתה מסיים את העונה של שטיסל ואתה שואל לעצמך, בשביל הסוף המטומטם הזה, הייתי צריך לראות את כל הסדרה?

רשעים ארורים [SMIRKING FACE]

סביב העולם » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 6:57 pm

· #317534
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
https://www.dropbox.com/s/ep6xptu1zuzml ... 4.mp4?dl=0

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 7:53 pm

· #317541
זוכער
סביב העולם
שטיסל עונה 2 פרק 12

https://www.dropbox.com/sh/ibo4byvxgblh ... h7Xna?dl=0

עטליכע אינטרעסאנטע און מאדנע עפיזאדן אין די 12טע פרק:
1) נחום און שולעם שוין ב"ה נאכאמאל צוקריגט. מ'זעט נישט אז שולעם זאל פארקויפן די חלקה. פארקערט. שולעם שרייט איך פארקויף נישט אפילו פאר א מיליאן דאלער, אבער נוחעם זאגט אז ער האט עס יא אפגעקויפט! (!)
2) חנינה טוניק קומט נישט אן צו די באגעגעניש פון זיין טאטע מיט רוחמי ביי די גאז סטאציע. פארוואס?
3) גיטי פארט אוועק אינמיטן די נאכט, און ברעטעט אוועק בשעת זיי דרייווט. האט נישט קיין הענט און קיין פוס.
4) וויאזוי האט איר ליפי אויפגעפיקט.
5) קיווע אנטלויפט פון די פארשטעלונג, פארוואס? ליבי קומט אן און טרעפט אים אין א עפעס א שטיבל פאר'חלומ'ט - אין לו שחר.

1)אזוי דער בעל העגלה האט שוין מעיר געווען די עלעף אהאלב טויזענט דאללער איז געקומען פונעם פארקויפטן חלקה.
2)מיינסט אוודאי חנינא'ס טאטע, כנראה איז ער נישט דער זעלבער וואוילער איד וואס ער מאכט זיך ווען ער רעדט מיט רוחמי אויפן טעלעפאן. נישט אומזיסט רעדט נישט חנינא מיט זיין טאטע, ער דאווענט פאר אים דריי מאל א טאג אזוי ווי איך דאווען.
3) גיטי איז איבערגענומען פון די שאלה פון רוחמי צו זי האט מוחל געווען ליפא בלב שלם פארן אנטלויפן אויף וואס זי ענטפער ניין, זי טושעכט זיך אויס און וויינט זיך אויס ווילאנג זי איז אים מוחל בלב שלם ( כנראה לדעת המייצרים -צו דערגרייכן א מדרגה פון מחילה בלב שלום פאדערט זיך אוועקצולאפן און זיך גוט אויסוויינען).
4) מיט א קאר סערוויס (דאכט זיך אז מען זעט עס פאר א רגע).
5) ווייל ער איז צובראכן פונעם פאקט אז סיי זיין טאטע און סיי ליבי זענען נישט דארט- און ביידע פון זיינע צוויי נענסטע מענטשן אויפן וועלט זענען אויפגערעגט אויף אים פארוואס ער טוט עס (קען אויך זיין אז ער באמערקט און ווייסט אז די בילד פון זיין מאמע פעלט.
נאך עפעס?

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:00 pm

· #317543
HotCoffee
הרגע הזה שאתה מסיים את העונה של שטיסל ואתה שואל לעצמך, בשביל הסוף המטומטם הזה, הייתי צריך לראות את כל הסדרה?

רשעים ארורים [SMIRKING FACE]

וואס האסטו געוואלט זען ? ווי דבורה שטייט אויף תחייית המתים? אדער ווי נחום'ס נאז ווערט קלענער?

גענעראלע איד » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:18 pm

· #317547
זוכער
סביב העולם
שטיסל עונה 2 פרק 12

https://www.dropbox.com/sh/ibo4byvxgblh ... h7Xna?dl=0

עטליכע אינטרעסאנטע און מאדנע עפיזאדן אין די 12טע פרק:
1) נחום און שולעם שוין ב"ה נאכאמאל צוקריגט. מ'זעט נישט אז שולעם זאל פארקויפן די חלקה. פארקערט. שולעם שרייט איך פארקויף נישט אפילו פאר א מיליאן דאלער, אבער נוחעם זאגט אז ער האט עס יא אפגעקויפט! (!)
2) חנינה טוניק קומט נישט אן צו די באגעגעניש פון זיין טאטע מיט רוחמי ביי די גאז סטאציע. פארוואס?
3) גיטי פארט אוועק אינמיטן די נאכט, און ברעטעט אוועק בשעת זיי דרייווט. האט נישט קיין הענט און קיין פוס.
4) וויאזוי האט איר ליפי אויפגעפיקט.
5) קיווע אנטלויפט פון די פארשטעלונג, פארוואס? ליבי קומט אן און טרעפט אים אין א עפעס א שטיבל פאר'חלומ'ט - אין לו שחר.

דער שטיבל וואו קיווע זיצט פשרחלום'ט און ליבי קומט עם טרעפן, איז אן אלטע איטאליענע שול וואס די אינטעריער דערפון האט מען אריבערגעפירט קיין ארץ ישראל און געפינט זיך היינט אין 'מוזיאון ישראל' וואו די סצענע פון קיווע'ס תערוכה שפילט זיך אפ, די גאנצע שול איז אייגענטליך א עקזיביט פונעם מוזעאום. פאר איין סעקונדע אינעם שאו, פאר די שול סצענע, קען מען זעהן די אריגינאלע אריינגאנגס שילד מיט א קליין טאוועלע פון די מוזעאום, דו"ק ותשכח. איך האב גראדע הנאה געהאט פונעם איינפאל וויאזוי די שרייבער האבן אויסגענוצט די אפורטיוניטי...

הויזן טראגער » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:43 pm

· #317552
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
וואס איז געשען אז די תערוכה איז אין מוזיאון ישראל אין נישט אין ניו יארק ?

HotCoffee » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:54 pm

· #317553

שמערל » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 9:21 pm

· #317560
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אודאי איז קיווע צישאסען, ער האט אלעס אוועקגעגעבן פאר די בילד, זיך צוקריגט מיט זיין טאטע, זיין כלה וכו', און ער קומט אן צום גאלערי און טרעפט עס נישט.

די עפיזאד איז באמת א מייסטער שטיקל, אזוי עמאציאנאל און יעדער בעט זיך איבער, אסאך א בעסערע ענדינג ווי די פריערדיגע סעזאן.

באשטעטיגט » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 9:24 pm

· #317561
דווקא מאד אהבתי את הסיום הזה בדיוק כמו שצפיתי !
ליבי לבסוף הבינה מה הם הרצונות שלה ומה הרצונות של "לא יודע מי"
גם אהבתי איך שהם הצליחו למסור מסר שלפעמים גם החלטות חשובות מעורבים בנגיעות עצמית =היריבות של שלום ונוחם
גם שצריכים לסלוח מכל הלב ולהמשיך הלאה !
ואיך אני אוהב את שלום -אם רגשות כל כך עמוקות איש אם לב טוב שמכוסה לפעמים עם המשגעתן שלו !

ודי למבין » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 11:03 pm

· #317568
wow!
די גאנצע דראמע מיט אזא ענדע איז געווען אויסערגעווענליך און טאטל נישט עקספעקטעט... מוראדיג...

סמבטיון » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 11:03 pm

· #317569
וואס בלייבט נאר שווער איז, ווי געוויזן אין פריעדיגן פרק אז נחום אדארך שווערע צייטן, אזש ער האט געדארפט בעטן שלום זאל אים פארשאפן א הלוואה, נו ווי קומט צו אים יעצט א סכום פון 11 טויזענט דאלער אפציקויפן די חלקה בעילם שם?

וכדומה.. » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 11:22 pm

· #317570
מלא רגש יעדע מינוט פון דעם עפיזאד

בלב שלם?
לא ידעת בכלל שיש כזה דבר בעולם - לב שלם

אגב נאך א סיבה פארוואס ס'גוט געווען איז ווייל צבי אריה מיט זיין ווייב זעט מען נישט פאר די אויגן. #נערוועןקריכערס

קאצקע ציקער » פרייטאג יאנואר 15, 2016 1:39 am

· #317582
הערליכער ענדינג וויזוי ליבי זעהט ענדליך איין וואס זי ווייסט באמת ... און נחום בלייבט א חוזק די מינע אויף זיין פנים ווען ליבי הייבט זיך אויף איז עפעס געוואלדיג

יואליש » פרייטאג יאנואר 15, 2016 2:07 am

· #317588
רייסענדע ענדע!

אין דעם עפיזאד האבן זיי געוויזן די שענסטע, און טיפסטע באגראבענע זייט פון שלום. פון אנפאנג דאכט זיך אז שלום'ס אויפברויז איז צוליב מה יאמרו הבריות, "כל הגאולה!". אבער אין די ענדע זעהט מען וואס רייסט ביי אים, זיין פרוי פון פערציג יאר, איר סאמע שטרעבונג און עצם מהות איז געשענדעט. ער צורייסט נישט דאס בילד. ער איז מבער די חלק "הפרוצה". ער גיבט זיין ווייב פיל מער פון בלויז ליגן מיט איר פאר אייביג, ער גיט ער וואס איז וויכטיג, איר כבוד, איר צניעות, איר גאנצע לעבן! ארויסצוברענגן דאס, און טאקע ווען ס'איז מתוך כעס, ברענגט ארויס דאס שענסטע חלק פון די טיפ פון שלום.

שלום redeemed himself.

די לעצטע סצענע פון זיי זעצן זיך אראפ איז איינע פון די עטליכע פארשטעלונגן פון שולן דורכאוס די דורות און מוזיאון ישראל. דאכט זיך דע ספעציפיש איז נאכגעמאכט א שול פון איטאליע. כ'האב שוין באזוכט דארט און ס'קוקט אויס אז ס'איז געווארן געפילמט אינעם עכטע מוזיאון.

יואליש » פרייטאג יאנואר 15, 2016 2:15 am

· #317589
דרך אגב, כ'האב שוין דערמאנט די בוך "מיין נאמען אשר לב" בשייכות מיט עקיבא. אבער די ענדע איז ממש גענימען פון דארט, און נישט בלויז ווען אויף די טעלעוויזיע פרעגן זיי אויב דאס איז ישו וואס זייגט פון די מאמע. ס'יאז אן ארטיסט וואס מאלט א בילד פון זיינע טיפענישן אבער פארשעמט די עלטערן פאר די גאנצע גאס. די עלטערן קומען צו די גאלעריע און זעהן זיך דארט געשענדעט אויפן קרייץ.

פישערער רבי » פרייטאג יאנואר 15, 2016 6:08 am

· #317594
📎 Screenshot_2016-01-15-09-06-51.pngא מורא'דיגע סתירה אין פרק 11 חנינא דערציילט גיטי'ן אז זיין מאמע איז געשטארבן פאר זיין בר מצוה (און דער גאנצער מעשה מיטן רעקל) און דא שרייבט ער צו רוחמי אז זיין מאמע איז געשטארבן ווען ער איז געווען פערצן יאר אלט?

באשטעטיגט » פרייטאג יאנואר 15, 2016 8:40 am

· #317598
פישערער רבי
📎 Screenshot_2016-01-15-09-06-51.pngא מורא'דיגע סתירה אין פרק 11 חנינא דערציילט גיטי'ן אז זיין מאמע איז געשטארבן פאר זיין בר מצוה (און דער גאנצער מעשה מיטן רעקל) און דא שרייבט ער צו רוחמי אז זיין מאמע איז געשטארבן ווען ער איז געווען פערצן יאר אלט?

חנינא האלט הארט פאר זיין חתונה אין איז אביסל צימישט !

פישערער רבי » פרייטאג יאנואר 15, 2016 9:12 am

· #317599
גוט שבת!
📎 IMG-20160115-WA0109.jpg

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 15, 2016 9:18 am

· #317600
אומבאשרייבליך!!!
ס'זעהט אויס ווי באבע מלכה האט איינגעריסן עולמות פאר אירע צובראכענע געפילען-צופליקטע קינדער און אייניקעלך, און זוכה געווען צו דעם זה היום עשה ה', ווען אין איין גליקלעך טאג, האט דער מזל "אמת" זיך גובר געווען, און עקיבא, ליבי, רוחמי, זענען ארויס פון די קלאזעט, און ארויסגעזאגט מיט חוצפה פאר זייערע דיקטארישע עלטערן "עד כאן"! גענוג! דאס בין איך, אזוי וויל איך! דו וועסט קומען צו מיין תערוכה, ווייל אזוי האב איך, דיין זוהן, געהייסן! און דו, טאטע נוחעם... זיי מוחל געב אהער געלט און מאך מיך חתונה מיט עקיבא! יא, מיט מיין בחירת ליבי!
מצד שני, ליפא און גיטי, ברעכן זייער קאלטע קריג בזכות פון די טוניק מחותנים....
געוואלדיג איז נישט דאס ווארט..
יעצט איז צו ערווארטן א בעסט-סעליג בוך "שטיסל" אין עברית, און אין אפאר יאר ארום אין אידיש מיט הסכמות, עד שיבוא @יואליש און לינקען צו יא-טאב פון וואו דער הייליגער אידישע בוך האט גענומען די מעשה און וואו זי האט משנה געווען.
די ענדע.

יואליש » פרייטאג יאנואר 15, 2016 11:12 am

· #317613
כ'זאג נישט אז ס'איז גע'גנב'ט אדער זייער ענדליך. אבער די ענדליכקייטן ווערט נישט פארלוירן.

די בוך (וואס איז אויך געשפילט געווארן אויף בראדוועי) איז אויסגעשמוסט געווארן אין שטיבל בעפאר.
https://en.wikipedia.org/wiki/My_Name_Is_Asher_Lev

יואליש » פרייטאג יאנואר 15, 2016 11:27 am

· #317615
דא האסטו עטליכע עקסעמפעלס פון א שלעכטע on stage פערפארמענס.

די מעשה איז באזירט אויף א רוסישע חסידות און כאריזמאטישע רבי, א פירער, אין קראונהייטס אין די 1950ס.

https://www.youtube.com/watch?v=fRMVv3el-2w

https://www.youtube.com/watch?v=AiiY60RouRI

https://www.youtube.com/watch?v=rA8DD7QQnNA

https://www.youtube.com/watch?v=1PPikM6zGLc

א שמועס מיט אקטיארן:

https://www.youtube.com/watch?v=bJ44Z4fRA_I

שמערל » פרייטאג יאנואר 15, 2016 12:42 pm

· #317630
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אינטרעסאנט אז שלום האלט פאר חתונה מאכן א אייניקל, און מען הערט נישט פון אים קיין ווארט איבער די גרויסע שמחה.
דאס איז א כראנישע פראבלעם אין די גאנצע סעריע אז די אינדיווידואליסטישע געשיכטעס קומען זיך נישט געהעריג צוזאם, עס איז נישט דער עכטער חסידישער משפחה לעבן ווי אלעס איז איין גרויסע קוגל.

כלבאשבוע » מוצ"ש יאנואר 16, 2016 6:22 pm

· #317664
זוהר שטראוס (ליפא ווייס) נאטיצן:
📎 shteisel.jpg

קאמפיאטער » מוצ"ש יאנואר 16, 2016 7:13 pm

· #317670
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
כלבאשבוע
זוהר שטראוס (ליפא ווייס) נאטיצן:

איך געדענק נישט ער זאל עס האבן געזאגט ערגץ, פון ווען קומט דעיס?

נעגעל וואסער » מוצ"ש יאנואר 16, 2016 7:32 pm

· #317673
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
קאמפיאטער
כלבאשבוע
זוהר שטראוס (ליפא ווייס) נאטיצן:

איך געדענק נישט ער זאל עס האבן געזאגט ערגץ, פון ווען קומט דעיס?

אז מגעדענקט נישט דארף מען מאכן חזרה...
דעס איז דאכצעך געווען ווען די ראש ישיבה האט נישט געוואלט אריין נעמען זייער יאסעלע אין ישיבה.

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 16, 2016 8:13 pm

· #317676
[ציטאט אראפגענומען]

ראשעקאאל: דער דיאלאג פון ליפא מיט זיין ווייב אין אידיש איז ממילא נישט נאטורליך. ס'איז געטון דורך..."ליפ-סינק"...! נישט אזוי ווי די אידיש פון שלום און נוחעם שטיסל, וועלכע רעדן געהעריג אידיש.
מיין שאלה איז נאר פארוואס האבן זיי נישט געקענט האבן דעם שמועס אין עברית. נאר, ס'זעהט אויס אז זיי (די עלטערן) האבן נישט געוואלט אז יאסעלע זאלל פארשטיין דעם שמועס...!

פרייוויליג » מוצ"ש יאנואר 16, 2016 8:28 pm

· #317681
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
בעסטע 17 סקונדעס פונעם לעצטן עפיזאד

https://vimeo.com/152034563

ראוונע » מוצ"ש יאנואר 16, 2016 9:19 pm

· #317685
וואס טוט מען יעצט אין די לאנגע מוצאי שבת?
ביז יעצט האמיר געהאט שטיסל

נעגעל וואסער » מוצ"ש יאנואר 16, 2016 9:23 pm

· #317687
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ויהי ממחרת... עונה ב' איז פארטיג..

ווייסט איינער עני אינפא אויב סקומט נאך אן עונה? און ווען?

דרך אגב, לדעתי לדעתי איז עונה א' געווען היבש מער אינטערעסאנט, בגשמיות. ס'איז מער אנדערע סארט מצבים, נישט אזוי פיל, די זעלבע קליינע קאך נאכאמאל און נאכאמאל. מאידך גיסא עונה ב' איז געווען מער אינטערעסאנט ברוחניות. טיפערע סקריפט, און געדאנקן. תקותינו איתנה אז די נעקסטע עונה זאל זיין משולב פון ביידע.

קאצקע ציקער » מוצ"ש יאנואר 16, 2016 9:32 pm

· #317688
געב עס צוויי יאר מינימאם

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 17, 2016 6:15 am

· #317733
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: אויף עמעזאן. נאר זיי האבן א דיסקלעימער אז זיי גאראנטירן נישט אז ס'גייט ארבעטן אויף די אמעריקאנער ווידיא סיסטעם. ווייל די הקלטה/רעקארדינג איז געמאכט געווארן אויף די אייראפע'ישע סיסטעם. דאס האט מיך צוריקגעהאלטן פון ארויסווארפן א פופציגער...!

פרייוויליג » זונטאג יאנואר 17, 2016 12:18 pm

· #317762

גיבור » מאנטאג יאנואר 18, 2016 11:36 am

· #317868
אייזן !

זיי האבן געשלעפט ירון לונדון פון ערוץ 10, אזוי ארגיניעל!!!!

און רוחמי'ס ווערטער : אסאך מאל אונזערע נענסטע מענטשן קענען אונז אזוי שטארק וויי טון!
איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם .............................................

פישערער רבי » מאנטאג יאנואר 18, 2016 12:05 pm

· #317877
📎 IMG_20160118_150201.jpg

פישערער רבי » מאנטאג יאנואר 18, 2016 12:24 pm

· #317878
א ארטיקל געשריבן נעכטן אין ynet אויף שטיסל די ענד פון די צווייטע עונה
http://m.ynet.co.il/Articles/4753561

בן נריהו » מאנטאג יאנואר 18, 2016 1:53 pm

· #317898
רוחמי, די אינגע ווייבל פון שטיסל סעריע - און טאכטער פון ליפא - פאראורזאכט הלכה'שע דילעמא.

נעמליך, איז זי - רוחמי - באטראכט פונאויס הלכה - אן אשת איש? די מאן אירע, אין שטיסל'ס וועטשערע, האט איר דאך א קידושין אהינגעגיבען, אין אנוועזנהייט פון 2 עדות!

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4721613,00.html
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29