☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24

ירא שמים » דאנערשטאג מאי 28, 2015 8:47 am

· #278667
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
אלטע ניקס קענען אויך לייגען קרעפ
זייקענען אויך די מלאכה[emoji1][emoji2]

סלינקי » דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:35 pm

· #278753

נופת צופים » דינסטאג יוני 2, 2015 8:45 am

· #279798
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פארוואס ווען איך זיץ אויפ'ן טרעין אדער אין עני אלגעמיינע פלאץ קען איך זיצן און שרייבן אויף ק"ש אדער ערלעדיגן סיי וועלכע ביזנעס. אבער ווען כ'פאר מיט א רייד אדער מיט'ן ב"פ-ווילי באס זענען אייביג דא נאך נייגעריגע אויגן אויף מיין סקרין.
*** אראפ פון מיר!

וויל קענען » דינסטאג יוני 2, 2015 8:52 am

· #279800
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
קוקט אויס אז אין דיין טרעין וואגאן איז נישט דא נאך ברודערליך מאנשי שלומזלינו

בן אדם » דינסטאג יוני 2, 2015 9:17 am

· #279803
נופת צופים
פארוואס ווען איך זיץ אויפ'ן טרעין אדער אין עני אלגעמיינע פלאץ קען איך זיצן און שרייבן אויף ק"ש אדער ערלעדיגן סיי וועלכע ביזנעס. אבער ווען כ'פאר מיט א רייד אדער מיט'ן ב"פ-ווילי באס זענען אייביג דא נאך נייגעריגע אויגן אויף מיין סקרין.
*** אראפ פון מיר!

געזען אמאל א חסידישער איד זיצן פארטיפט מיט א קונטרס אין איין האנט, און אין די אנדערע האנט האט ער געהאלטן זיין פאון - בין דפי הקונטרס, שלא ישלטו עיני צדיקים בה.

ירא שמים » דינסטאג יוני 2, 2015 11:20 am

· #279844
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
קענסט קויפען א פרייוועסי סקרין פראטעקטער

נופת צופים » דינסטאג יוני 2, 2015 12:26 pm

· #279865
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ירא שמים
קענסט קויפען א פרייוועסי סקרין פראטעקטער

גיימער זיך שוין איינהאנדלן. ס'העלפט טאקע?

ירא שמים » דינסטאג יוני 2, 2015 12:29 pm

· #279866
זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
כווייס נישט כהאב עס לעצטנס געזעהן אויף עמעזאן מן הסתם האט די השגחה צוגעפירט כזאל דיר קענען מציע זיין …
איינס האב איך געזען דארט וואס איז רימאוועבל קענסט עס ארויפלייגען ווען דו היטש און אראפנעמען ווען בוסט אין טרעין…

פליקער » דינסטאג יוני 2, 2015 1:15 pm

· #279876
סלינקי

די אשכול איז פארשפארט, זעיט אויס אז תהילים כולל האט זיך איינגעשריבן אינעם כולל צי ראטעווען פינעם אייוועלט גזירה, און עס האט זיך פארשפארט פליצלינג

בן אדם » דינסטאג יוני 2, 2015 1:26 pm

· #279879
פליקער
סלינקי

די אשכול איז פארשפארט, זעיט אויס אז תהילים כולל האט זיך איינגעשריבן אינעם כולל צי ראטעווען פינעם אייוועלט גזירה, און עס האט זיך פארשפארט פליצלינג

איך בין נישט קיין אפטער אייוועלט באזיכער, אבער דעם אשכול האבעך באמערקט גאנץ און אנפאנג, און כ'האב מעך טאקע געווינדערט ווי אזוי לאזן זיי צו אזא אשכול דארט וואס מאכט ממש חוזק מכל הקודש לנו. אבער ב"ה זיי זענען געקומען צום שכל.

בן עזאי » דינסטאג יוני 2, 2015 5:27 pm

· #279928
נופת צופים
ירא שמים
קענסט קויפען א פרייוועסי סקרין פראטעקטער

גיימער זיך שוין איינהאנדלן. ס'העלפט טאקע?

יא, איך האב עס געקויפט אויף עמעזאן פאר מיין דעסקטאפ. ס'ארבייט זייער גוט פאר מענטשן וועלכע זענען אין די זייט פון דיר, אבער נישט פאר די וואס זענען אינטער דיר און קוקן פון א גראדע ענגעל.
איז בפשטות פאר א סעלפאון אויפ'ן באס וואלט דאס פיין געארבעט.

בן עזאי » דינסטאג יוני 2, 2015 6:02 pm

· #279946
שטיי איך אין גראסערי ווילנדיג באצאלן פאר מיין סענדוויטש און קאווע (ניין, גראסערי איז נישט קאווע שטיבל, מען מיז באצאלן פאר א קאפי.)
בין איך ענדליך מחליט וועלכע רעכענער האט די קלענסטע שורה.
שטייט אין פארנט פון מיר א פרוי און פאקט אויס 10 דאזן אייער,6 מילך 4 האול וויט ברויט און נאך א לאנגע אויסוואל פון כל מיני אייטעמס. ( זאג נאר, איז דאס אפשר געווען פרוי חאצקלאוויטש? איך ווייס נישט, כ'קוק נישט אויף נשים)
ענדליך ענדיגט זיך דאס אויספאקן, כ'פריי מיר זי ענדיגט שוין. צו להכעיס צוקלינגט זיך איר פאון מיט א רינגער פון "ואפילו בהסתרה".
העלאו שיינדי, די ביזט עס? האסט נישט קיין אהנונג וואסארע שיך כ'האב געטראפן פאר פישעלע, לייט מארון, מיט בעיזש... איין סעקאנד, האלט אויפ'ן ליין, כ'האלט אינמיטן באצאלן.
הונדערט און זעכציג דאלאר, און צוועלף סענט פליז.
הערשט יעצט פאנגט זיך אהן דאס ריכטיגע, פון איר פאקעט בוק נעמט זי ארויסצושלעפן כל מיני קיופאנס און וויק צעטלעך.
וואס, מ'קען נאר נעמען איין גאנצע גאלאן און נישט צוויי האלבע? ס'דאך די זעלבע זאך!
איימסארי נישט איך מאך עס אפ, דאס איז די וויק פאליסי, זיי נעמען עס זייער שטרענג.
אבער די סטאר קעגנאיבער נעמט עס יא! כ'האב מיר סתם איינגערעדט אז ביי ענק איז דא קאסטומער סערוויס.
אקעי פישעלע, לויף שנעל צו די פריזידער טויש עס אויף.
חוץ די וויק דארפסטו נאך געבן צוויי און ניינציג דאלאר.
אקעי שרייב עס אויף.
סאררי האסט שוין א בעלענס פון צוועל...

איך זעה שוין אז כ'וועל קיינמאל נישט פארטיגן, כאפ איך מיר אריבער צו די נעקסטע רעזיסטער. און כ'לאז איר איבער אין סטאר מסביר זיין פאר די רעזיסטער וואס מיינט קאסטומער סערוויס...

וכדומה.. » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:12 pm

· #280631
פארוואס פיצא סטורס און אנדערע ביליגע רעסטעראונטען האבן אזעלכע קליינע דינע נעפקינס, מרירט עס נאר אן מיטן פינגער און סבלייבט צו געקלעבט צום האנט, און בכלל איז עס נישט ראוי זיך אפצווישן דערמיט, פארוואס קענען זיי נישט געבן נארמאלע נעפקינס וואס איך און דיר האבן אינדערהיים, זאג דארט איז די פלאץ צו קארגען?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 4, 2015 4:01 pm

· #280659
און אז דו רעדסט שוין, פארוואס געבן זיי די ביליגסטע פלעסטיג עסצייג, וואס נאר אריינשטעקנדיג דעם גאפל אינעם פארציע פלייש ברעכט זיך אפ 2 שפיצן, און די איבריגע 2 בייגט זיך איין מאחורי? קענען זיי נישט געבן אביסל א בעסערן גאפל??

וויל קענען » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:08 pm

· #280750
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
באמת האלט איך נישט פון אנלאזירן משוגעים און רשעים אפי׳ לרגע אבער אז די הארץ ווייטאג׳ט איז נישט דא צוויי ברירות דאגה בלב איש ישחנה אפי׳ כ׳בין נישט קיין שרייבער
מעשה שהיה כך היה כ׳בין אריין געפאלן אין א מנין מיט אפאר סאטמארע משוגעים הער איך ווי זיי רעדן פון די פטירה פון בנו של אב״ד וויזשניץ מאנסי זאגט איינער(כ׳ווייס נישט צו ס׳איז אפי׳אמת ) אז אב״ד צאנז ארץ ישראל איז געקומען קיין ווילאמסבורג און ער האט געדארפט פראווענען אין ביהמ״ד וויזשניץ אויף לי און צוליב די פטירה פון בן אדמור וויזשניץ שליט״א איז עס נישט דארט געווען זאגט יענער(–ער רעד זיך איין אז ער איז אין הימל–) אז ער איז נפטר געווארן אין דעם טאג בשביל זה איך וויל מיך נישט באשמיצן שרייב איך עס נאר ברמז או לאזנים שכך שומעות
אפגעזעהן אז זיי האבן געוואלט מקיים זיין א מצוה אין נישט קיין עבירה נאר אפי׳ לטפשתך האט ער נישט קיין שייכות דערמיט אין אפי׳ ער זאל זיין די ראש פארדעם ווער ביסטו צו פסקנען פסקים לא תאכלו על הדם יענעמס בלוט איז נישט הפקר
אונז דארף מיר זיך מאכן א חשבון הנפש למה בא לאזני כזאת מ׳זאגט נאך פון בעל שם אז מ׳שיקט צו פון אויבן צו הערן–זעהן נאר אויב מ׳איז נכשל געווארן בכזו
אריכות איז איבריג

אפשר » פרייטאג יוני 5, 2015 8:33 am

· #280810
זאכן וועלכע רעגן מיר אויף
אוי די שיך בענדלעך, וויפיל איך וועל עס נאר צובינדן אינמיטן טאג, וועט זיך עס האלטן אין איין אויפבינדן, אבער משום איזה סיבה שהוא, ווען ס׳קומט ביינאכט און איך וויל אויפבינדן מיינע שיך בענדלעך, געשעהט עפעס אזא מין סאמאטוכע, עפעס אזא קשר של קיימא, אזש מ׳דארף זיין א פיזיקער דאס צו מסדר זיין. פארוואס די גיהנם קען דאס נישט געשעהן צופרי? אזוי וואלט איך כאטשיג געהאט אגאנצן טאג מנוחה

סאשי פיש » פרייטאג יוני 5, 2015 10:49 am

· #280828
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
@יואב האט א גאנצע אשכול אויף די נושא פון שיך בענדלעך זיך עס אויף

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 5, 2015 11:46 am

· #280842
דא האסטע
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5886">viewtopic.php?f=10&t=5886</a><!-- l -->

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:44 pm

· #283580
פארוואס פאר א פריקן יאר האלטן די קאמפאניס כסדר אין איין טשעינדזשן זייערע מעניו'ס?
"פליז ליסטען קערפולי עז אוער מעניו אפשענס העס ריסענטלי טשעינדזשד"... קלינגט אייך קענטליך??
דעם נוסח הער איך יעדן טאג לכה"פ זעקס מאל ביי יעדן איינציגע קאמפאני וואס איך קלינג, אידישע צו גוי'אישע, קליינע ביז גרויסע..

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:02 pm

· #283620
דער געוואגטער יונגל: דו האסט אויסגעלאזט א גאר וויכטיגן חלק פון די סצענאריא וואס דו לייגסט אראפ ווען דער בנש"ק'ל מיט זיין פמליא זענען אנגעקומען צו די חתונה. נאכ'ן גראד מאכן און איבערבינדן דעם אבנט אויפ'ן גוף הקדוש האט די רעבע שליט"א זיך געלאזט אנגיסן א רביעית משקה און פארגלאצט די אויגן און אנגעהויבן וואונטשן פאר די נעקסטע 5 מינוט. ערשט נאכדעם וואס די רבי שליט"א איז שוין געווען בגילופין און געשוועבט אין די עולמות האט ער זיך גענומען טאנצן די ריקודין של מצוה און ממשיך געווען אלע השפעות טובות (פארשטייצעך צו זיך אין טאש קודם.(.

וויל קענען » דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:07 pm

· #283622
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ערעב שמעקעדיג
די אמת איז אז קאמפעניס לאזן די נוסח פאר א לענגערע צייט– ביז מ’טוישט שוין די מעניו נאכאמאל
די מעגסט זיך אפלערנען פון מיר ,ביי מיר ליגט עס שוין אויפן סיסטעם א לאנגע צייט ווייל זייט E-mail קאל איך כמעט נישט קיין ארבעטער ביי פאן הער איך עס נישט ועתה אין ועתה אלא לשון תשובה האב איך עס אראפ גענומען אפילו ביסט נישט מיין קאסטעמער תודה

אור חדש » דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:08 pm

· #283696
היינט געשען. איך האב געגעסען א ״סושי״ אין קאר. ס׳געווען איין גוטע קריספי שטיקעל וואס איך האב געלאזט פאר די לעצטע, כדי צו בלייבען מיט א גוטען טעם אין מויל. אין פליצלינג ווען כ׳האב כמעט גענדיגט ״טאך״ ס׳האט זיך איבערגעדרייט די גאנצע מעשה אויפען פלאר. איז זאג אייך כ׳בין שוין לאנג נישט געווען אזוי אויפגערעגט.

בעל מדות » דינסטאג יוני 23, 2015 11:32 pm

· #284778
אזאנע נידריגע עלעמענטן שטעלן זיי צו דא אז מען קען שוין כמעט גיין אויף אפריקא,
לאמיר נישט נעמען די גאולה פאר די צייט, איך זיץ דא אין א ברוקלינע קאר סערוויס, אפגערעדט פון דעם אז ער נעמט ביטערע געלטער, רעדט און בלעבלט ווי ער זאל זיצן ביי זיך אין וואנע, אין קאר הערשט היצן ווי אין פלארידא, זיצט ער און שטאפט אויס דאס נעזל, איך האלט מיך איין פון נעמען א בילד יעצט נאר ווייל איך ווייס נישט וואס דער מאדנע פערזאן קען מיר נאך אנמאכן דא, וואס איז מיט אים? ער שעמט זיך נישט?

ער איז אבסעסירט מיט זיין נאז זיך מאכנדיג א גוטן אויסרייניגונג דא מיט אלע פינגער, איך קען נישט אויסהאלטן דאס, ער גרוילט מיך.

איך הער יעצט אויף שרייבן פארן טובת הכלל.

א איד » דאנערשטאג יוני 25, 2015 12:56 pm

· #285084
עם רעגט עס און דו לאכסט?

דריידל » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:00 pm

· #285089
.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:02 pm

· #285091
ער לאכט דאך עם נישט אין פנים אריין, ער זאגט נאר אז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן. (נעבעך)

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:18 pm

· #285148
מיך רעגט ווען איך זעה איינעם קייען גאם. איך ווייס אליינס נישט פארוואס דאס נערווירט מיר אזוי, אבער דאס איז די פאקט.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:41 pm

· #285227
😂 Please, not in public

יואב » פרייטאג יוני 26, 2015 4:22 pm

· #285414
האלט איך מיך א קוישל אין גראסערי, באכאשעם די געיורענע וואגאנען ארום קוקן אויס ווי שוין אין ניינטן חודש. א קלייניקייט, ג-ט אליינס זאגט לוו עלי ואני פורע. אלענפאלס, נישט דאס איז וואס רעגט מיך אויף, אדרבה, איך פארלאז מיך אויך דערויף, כ'האב שוין פשוט געקויפט אויף שבת נעכטן נאכט, יעצט קום איך בלויז אפירנעמען סחורה וואס ווי אייביג פארגעסט מען.

מה נשתנה די עקספערס ליניע פון די אנדערע? גארנישט, אז דער געשעפטס-אייגנטומער קימערט אבער נישט, פארוואס זאל דער עולם יא. שוין אויף דעם האט מען זיך שוין אויך אפגרעגט.

שטייט בעפאר מיר א איד, א ברייטן הוט מיט א לאנג רעקל, די שיך ווי צוגענאגלט צו דער ערד, איין הענט פאשעט ערגעץ אין פארבאטענע תחומים און די געפרוירענע פינגער פון דער אנדער האנט קלאפן שטייטלעך אויף א רייע קארטלעך. זיין קליין טאכטערל מיט א גלאנציג שוויציג געזיכט ארבעט ווי א חמור אויסצוליידיגען די וועגענער. נישט איינס, נאר צוויי. גראבע וואסער מעלוינע, פאקסי באקסעס, דיטערדשענטס, ענדלאזע האלב צעקניפטע בעגס פרוכט, גרינצייג און וואס נישט. דער סוס אבער שטייט פאר'גולמ'ט, דא דארט לאזט ער פאלן א באמערקונג / באפעל צו איר, און אז ער איז צו לאנגווייליג כאפט ער א בליק אויפ'ן סקרין וועלכן ערהאלט פרישע שורות מיט יעדן באוועג פון דער קליינער נשמה.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 28, 2015 1:36 am

· #285546
די פאראזיטן וואס רוקן זיך אן אין גראסערי צוויי שעה פארן זמן מיט וויק טשעקס וואס גייען זיין גילטיג זונטאג, אויפהאלטענדיג א גאנצע רייע קונדן וואס האפן נאך צו כאפן א מקוה פארן זמן, שטייט דער אברך משי מיט א מין רואיגקייט ווי כאילו נישט עם מיינט מען, און טענה'ט זיך מיטן געשעפט מאן פארוואס ער זאל יעצט יא נעמען זיינע בעילה'דיגע וויק שטעקס, ס'הייסט? מוצאי שבת 12 אזייגער קענסטו עס שוין אריינלייגן אינעם סיסטעם! וואס וועל איך טון אן באבאגאנאוזש און טשיז קעיק אויב אנקעל סעם צאלט נישט דערפאר?

בן אדם » זונטאג יולי 5, 2015 2:09 pm

· #287148
זי האט למען השם נישט געקענט טרעפן קיין בעסערע טאג ווען אריינצוקומען מיט'ן קרים קעיק...

petergrifin » זונטאג יולי 5, 2015 2:54 pm

· #287155
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
Happy birthday

בן אדם » זונטאג יולי 5, 2015 3:02 pm

· #287157
אוי טאקע, כ'האב פארגעסן. א מזל דערמאנסט מיך.

(מיינסט ס'עט נאך עפעס איבערבלייבן פאר מיר?)

געפילטע פיש » זונטאג יולי 5, 2015 3:19 pm

· #287161
[quote="העלא"]בונדל,
וועלקאםם טו קאווע שטיבל,
אייער זיך דרייען אויף דעם פלאץ איז אייער אייגענע אחריות,
ליידער האבן די אידן דא א שוואכע פראבלעם מיט הלכה,
געוויסע צוליב צו חסרון ידיעה, געוויסע צוליב חסרון אין יראת שמים,
הצד השוה,
אויף דעם פלאץ דארף מען פראסידן מיט קער,[/quote]

איך שפיר מיך ווי א צובראכענע רעקארד, אבער @העלא, אויב האלסטו טאקע אז ס'איז א פראבלעם להלכה, וואס די פ*ק זוכסטו דא?

העלא » פרייטאג יולי 10, 2015 8:01 pm

· #288728
איך פראסיט מיט קער,

ס'האט אויסגעקוקט ווי ער יז פארלוירן דא,
אב איך אים מקרב געווען זאגענדיג,
אז מ'נעמט וויסן אין וואס מ'גייט אריין,

ווילאנג מ'ווייסט ווי מ'שטייט איז גוט

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יולי 12, 2015 1:14 am

· #288760
אז יעצט פארן גיין שלאפען האב איך אריינגעריקט א פישקע הערינג מיט 2 בילקעס סתם ״למען הקטע״ ווי מ׳זאגט אין ישראל.

כפתור » זונטאג יולי 12, 2015 1:35 am

· #288766
האב רחמנות אויף דיין ווייב, און לאז די פענסטער אפען איבער נאכט, האפנטלעך וועט אריינקומען עפעס לופט

א איד » זונטאג יולי 12, 2015 2:06 am

· #288778
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
איך ווייס נישט אויב די שטיקעדיגע לופט פון אינדרויסן וועט עפעס העלפן?

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 17, 2015 2:22 am

· #289840
נאכזוכנדיג דעטאלן איבער דעם בילד, האב איך זיך אנגעשטויסן אין דעם בריטישע פאטאגראפיע וועבזייטל.

וואס איז דאס, דארף יעדע פאטאגראפיע פארמעסט זיין א גראב שטיקל מערב וועלט פראפאגאנדע?

- געיס אין רוסלאנד? טשעק.
- פרא רוסישע ברוטאליטעט אין קיעוו? טשעק.
- רוסישע אגרעסיע אין אוקראינע? טשעק. (צוויי גאר, ווייל איינס איז נישט גענוג).
- פאליציי ברוטאליטעט אין טערקיי? טשעק.

וואס איז דאס, א דורכזיכטיגע פראפאגאנדע פארמעסט?

<a class="postlink" href="http://www.bjp-online.com/2015/02/jury-unveils-winners-across-eight-categories-in-58th-world-press-photo-contest/">http://www.bjp-online.com/2015/02/jury- ... o-contest/</a>

(ווייסט דאך אז אין די מערב וועלט איז נישט פאראן קיינע געיס, אגרעסיע אדער ברוטאליטעט. דאס קען מען נאר טרעפן אים רוסלאנד און אין טערקיי).

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יולי 19, 2015 1:33 am

· #289984
אז גפני מיט אייכלער דארפען זיך אזוי ארום הרג׳ענען אז אלע פרייע פאטשען זיך די בויך. (איך רעד פין די סארט פרייע וואס האבען אונז פיינט)

ירא שמים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:36 pm

· #293020
זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
די אטד׳ס פראפעגאנדע וועגן שוואכע בילדונג ביי אונז ברענגט מיר ארויף דאס בלוט ! און ס׳איז א חוצפה שאין דוגמתה ! וואס האסטו זיך אריינצומישען אין אונזערע אנגעלעגהייטן?! ווילסט אונז איינרעדן דו מיינסט אונזער טובה ?! און סגייט דיר ממש אהן אז היימישע אידן מוטשען זיך אין פרנסה ?! וועגן דעם אליין טאר מען גיי נישט נאכגעבן ! קיש דיך מיט דיינע זונות און פרעס דיר דיין דבר אחר און רעד איין א צווייטען אז וועגן בילדונג בוסטו ארויסגעפאלן ! ושלום על שלומי אמוני ישראל !!

וכדומה.. » דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:42 pm

· #293021
וואס גייט דיך אן וואס דעי או.טי.די. זאגט אויף דיר?? דו זוכסט אים צו געפעלן צו וואס?

ירא שמים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:49 pm

· #293025
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
וואס גייט דיך אהן א נודניק בעסער געזעגט א פאררעטער וואס מישט זיך אריין אין דיין ביזנעס און זאגט דיר דעות וואס איז יא אדער נישט גוט ?!

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 2, 2015 12:28 am

· #293203
אז ס׳א סלאw מוצאי שבת און קיינער שרייבט נישט דא.

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 6:51 pm

· #294478
מ׳קומט אהן צו costco און מ׳האט פארגעסען די קארד.

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 9, 2015 1:58 pm

· #294621
ירא שמים
די אטד'ס פראפעגאנדע וועגן שוואכע בילדונג ביי אונז ברענגט מיר ארויף דאס בלוט! און ס׳איז א חוצפה שאין דוגמתה! וואס האסטו זיך אריינצומישן אין אונזערע אנגעלעגהייטן?! ווילסט אונז איינרעדן דו מיינסט אונזער טובה?! און סגייט דיר ממש אהן אז היימישע אידן מוטשען זיך אין פרנסה?! וועגן דעם אליין טאר מען גיי נישט נאכגעבן! קיש דיך מיט דיינע זונות און פרעס דיר דיין דבר אחר און רעד איין א צווייטען אז וועגן בילדונג בוסטו ארויסגעפאלן! ושלום על שלומי אמוני ישראל!!

איך שמעק דזשעלעסי. דו ווילסט אויך זונות? זיי סערווירן נישט OTD'ס עקסקלוסיוולי. פאר די רייט פרייז וועלן זיי דיר אויך סערווירן.

איך פארשטיי אויך נישט פארוואס פליטים פון נארט קארעא פארפירן וועגן די רעזשים דארט. ווער האט דיר געפרעגט? ביזט דאך אנטלאפן פון דארט! ווער ביזטו אונז איינצוטיילן וויאזוי צו פירן א מדינה? קיש דיך מיט דיינע אמעריקאנע חבירים און לאז אונז אפ!

chusid » זונטאג אוגוסט 9, 2015 2:20 pm

· #294622
אויף שלמה המלך שטייט חכם מכל אדם זאגן די מפרשים אפילו מן השוטים ... צו ענטפערן אויף אזאנע איגנאראנס איז א קונץ ..!

כפתור » זונטאג אוגוסט 9, 2015 3:07 pm

· #294628
ענדליך הייבט דער עולם אן צו טאנצן לעבעדיג, די מוזיק פייערט אויף אלע סילינדערס, מ'גייט שוין אריין און די צווייטע פאזע ווי די זינגער איז שוין און "סינקט" מיטן עולם, און פלוצלינג.... קומט צו לויפן א אויבער חכם, פאכעט הויעך מיט די הענט צום זינגער די נאמבער זעקס אדער א צווייטע קאוד וואס די ווייסערס פארשטייען אויפן ווינק.
די זינגער מאכט א שארט-סטאפ אין א יו-טורן און נעמטצעך תיקף זינגען די אויסגעדראשענע 6קסטע הקפה, אדער א אנדערע ניגון. די רבי פארגלייגזט זיך די אויגן, און שיסט גלייך ארויף אויף די העכערע עולמות.
דערווייל, די טאנצערס וואס זענען געבליבן אויף די וועלט, ווערן אינגאנצן אפגעקילט. די חתן מיט די חבירים רעגן זיך פארוואס די רבי קען נישט קומען פריער, און נישט שטערן די שמחה. איך האב שוין בייגעוואינט מערערע מאל ווען נאכדעם וואס די רבי ענדיגט, ווערט נישט צוריק לעבעדיג ווי פריער, און בלייבט שוין אזוי ביזן לשנה הבא. ווער רעדט נאך ווען ס'קומען אפאר שיינע אידן אייינס גערוקט פונעם צווייטן 10 מינוט, אזוי אז ס'זאל אינגאנצן פארגיין די חשק צו טאנצן.

ווען האט זיך אנגעהויבן די מושגעת אז יעדע רבי מוז האבן א אייגענע ניגון? איז עס א פחיתת הכבוד צו זינגען וווייטער ווי מ'האלט ווען די רבי קומט אריין? ווער זאגט אז די רבי קען נישט טאנצן די הארא? ספעציעל די יונגע רביס וואס האבן עס געטאנצן נישט לאנג צוריק. ס'שוין געווארן אזא זאך אז יעדע רבעלע וואס האט א מנין באקומט א ברוך הבא מיט א קאסטאם ניגון

רויטע וואנצעס » זונטאג אוגוסט 9, 2015 4:29 pm

· #294652
ס'ארא חוצפה די יונגווארג. אונז רעביס שטרענגן זיך אן, און נעמען אראפ פון אונזער גאר ענגע סדר היום צו קומען אפגעבן מזל טוב און אפנעמען אונזערע מאגערע געהאלט, און דער חצוף האט נאך טענות פאר'ן אונז אפגעבן די כבוד הראוי?! אוי לדור שכך וכו'.

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 9, 2015 8:00 pm

· #294686
זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
געפילטע פיש
ירא שמים
די אטד'ס פראפעגאנדע וועגן שוואכע בילדונג ביי אונז ברענגט מיר ארויף דאס בלוט! און ס׳איז א חוצפה שאין דוגמתה! וואס האסטו זיך אריינצומישן אין אונזערע אנגעלעגהייטן?! ווילסט אונז איינרעדן דו מיינסט אונזער טובה?! און סגייט דיר ממש אהן אז היימישע אידן מוטשען זיך אין פרנסה?! וועגן דעם אליין טאר מען גיי נישט נאכגעבן! קיש דיך מיט דיינע זונות און פרעס דיר דיין דבר אחר און רעד איין א צווייטען אז וועגן בילדונג בוסטו ארויסגעפאלן! ושלום על שלומי אמוני ישראל!!

איך שמעק דזשעלעסי. דו ווילסט אויך זונות? זיי סערווירן נישט OTD'ס עקסקלוסיוולי. פאר די רייט פרייז וועלן זיי דיר אויך סערווירן.

איך פארשטיי אויך נישט פארוואס פליטים פון נארט קארעא פארפירן וועגן די רעזשים דארט. ווער האט דיר געפרעגט? ביזט דאך אנטלאפן פון דארט! ווער ביזטו אונז איינצוטיילן וויאזוי צו פירן א מדינה? קיש דיך מיט דיינע אמעריקאנע חבירים און לאז אונז אפ!

@געפילטע פיש סמיר זייער אינטערעסאנט ווייל דאס איז דיין ערשטע תגובה נאך א שטיק צייט און כשטעל זיך פאר בוזט שוין נישטא געווען פאר א שטיק צייט און די אינטערעסאנסטע זאך וואס דו האסט געטראפן צו טוען אינ׳ם שטיבל איז געווען צו אטאקירן מיין אומשולדיגע תגובה ?! הלא דבר הוא ! וואס איז פשט ?!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24