זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
Ben-ShishimPour l'attension de Rabbi berlbalaguleh.
Oui, je ai de l'argent, beaucoup d'argent, peut-être certaines d'entre elles est le vôtre, mais je ne vous donne tout.
Monsieu(Ou messieur) Ben Shishim. Merci beaucoup...!
בעל מדותא מין דערנערווירונג דאס, מען שפאצירט אדער פארט אין די ברוקלינע גאסן אין איבעראל הענגען שרייעדיג פאר'אומעט'דיגע פלאקאטן בנוסח נטורי קרתא וואס געבן אהן גאנצע הדרכות און פסקים וועגן גראבן אין בית שמש און אזוי ווייטער, קען מיך איינער מסביר זיין וואס פאר א שווארץ יאר עס האט מיט אינז? אין אויסטראליע הענגט מען דאס אויך? וואס פשט דערפון? עטץ ווילט'ס גראבן דאן גראבט איר ווילט נישט, דאן גראבט נישט, טוט'ס וואס די רבנים הייסן, טוט'ס וויאזוי עס כאפט אהן אייער באשלוס אבער הערט אויף קריכן אויף די נערוון מיט ריזיגע אלארמירנדע אנאנסן ווי כאילו דא קומט א סעפטעמבער עלעווען אטאקע, ענק ווילן אנהויבן זעהן ריזיגע צעטלעך אין גאנץ ארץ ישראל יעדעס מאל פאפא מאכט בר מצוה אדער פרענקל'ס האט א אויספארקויף? נאך איינמאל איך זעה אזא פלאקאט הייב איך אהן שרייען.
מיך רעגט אז איינער וואס רופט זיך בעל מדות זאל האבן אזוינע דאגות.
דזאסט קידינג
ווען מענטשן רעדן מיט התפעלות פון די געוואלדיגע זכות פון עי טיים אס מ'ענדיקט גאנץ שס "אונטער איין דאך"...... שוין דא מעשיות פון געהאלפענע אויכט.....
כוכבאיר האט נישט פארשטאנען קיין ווארט וואס איך רעד.
מ'שרייבט ''עקסקלוסיוו'' נישט ''עקסלוסיוו''.
זעה דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6264">viewtopic.php?f=4&t=6264</a><!-- l -->
און דאס איז אויך פריש:
📎 Exlusive.jpg
שמעקעדיגכוכבאיר האט נישט פארשטאנען קיין ווארט וואס איך רעד.
מ'שרייבט ''עקסקלוסיוו'' נישט ''עקסלוסיוו''.
זעה דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6264">viewtopic.php?f=4&t=6264</a><!-- l -->
און דאס איז אויך פריש:
אויף די קרעדיט קארדס קען ער שרייבן elusive
געוויסע נייע סידורים האבן געדריקט יו"כ קטן פאר הלל אנשטאטס צוזאמען מיט די אנדערע סליחות.
מיינען זיי טאקע אז ווען מ'ענדיגט יו"כ קטן לאזט מען די סידור אפען ביז מארגן ווען מ'גייט זאגן הלל?
איך ווער גערעיגט פון משנכנס אדר מרבין בשמחה, ווער פרייט זיך, איך פריי זיך בכלל נישט מער, נאר קען זיין אז פשט איז די שנארער'ס פרייען זיך, ווייל עס גייען איצטער ווערן באשאפן צעינליגע וויכטיגע צוועקן און מען זיין אנהייבן מעלקן ביים עולם, איך זעי שוין די ערשטע צייכענעס פון שמחה ביי די שנארערס וואס גייען זיך ווארפן אויפן ציבור התמימים, מקיים צי זיין כל הפושיט יד נותנים לו, ברגל
איז אויף וואס רעגסטו זיך?
אז ביי דיר ווערט נישט מקויים משנכנס אדר מרבין בשמחה
אדער אז ביי די שנארער ווערט עס יא מקויים
אדער פשוט אז איינער גייט דיר בעטן א קוואדער אדער העכסטנס א דאללער אין ביהמ"ד
ווען איך ליין א לענגערע ארטיקל צען מינוט צייט, און איך קוק צוריק זע איך אז דאס גאנצע ארטיקל וואלט געקענט געשריבן ווערן אין פינעף שורות.
לית דין בר נשאיז אויף וואס רעגסטו זיך?
אז ביי דיר ווערט נישט מקויים משנכנס אדר מרבין בשמחה
אדער אז ביי די שנארער ווערט עס יא מקויים
אדער פשוט אז איינער גייט דיר בעטן א קוואדער אדער העכסטנס א דאללער אין ביהמ"ד
קען זיין אז ער רעגט זיך צו זען ווי ווייט מענטשן האבן נישט קיין אייגענע מיינונג און זענען פראגראמירט... מלייגט א צעטל היינט איז מען פרייליך און והנה דער עולם ווערט שמייכעלדיג בלי שום סיבה... די זעלבע איז ביי טרטרויריגקייט..
פליקערמקיים צי זיין כל הפושיט יד נותנים לו, ברגל
😂 😂 😂
איך האב דאס כאטשיג איין מאל א וואך
איך מיין אז עס איז א לעצטיגע זאך ביי זיי גם אני בחלומי
לית דין בר נשאיך האב דאס כאטשיג איין מאל א וואך
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Patch_Tuesday">http://en.wikipedia.org/wiki/Patch_Tuesday</a>
עס רעגט מיר אויף אז
@שמעקעדיג ווערט אויפגערעגט.
ער איז דאך א סעמפל פון א רואיגע מענטש
פארקערט! מאדאך שמעקעדיג רעגט זיך אמאל אויף איז ק'ו אז איך מעג זיך אויך אמאל אויף רעגן.
סיריעסלי? טאפ ניוס סטארי?
געטוויט צוויי שעה צוריק, מיט 'איין' ריטוויט!
איך רעד שוין נישט פון די נייעס ווערדלאזיגקייט דערפון (מער ווייניגער נול, ווייל עס איז שוין ווייניגסטנס דריי יאר אלט) און די 'אנאנימער אייראפעאישע דיפלאמאט' וואס האט אנגעבליך געזאגט אזוי. אבער פארוואס טוט טוויטער פראמאוטן אן איינזאמער ווערדלאזע טוויט אלס טאפ ניוס סטארי?
📎 Screenshot_2015-02-24-19-34-04-1.png
איך קען נישט פארשטיין פארוואס וואך איין, וואך אויס, הערשט א שרעקליכע אנגעצויגנקייט ווען מען קימט אהן צו די גרעניצן פון אויפשניידן לחם משנה ביי די שבת'דיגע סעודה, עס איז א געשעעניש וועלכע פאדערט גאנצע סיסטעמאטישע חשבונות און נעמט אריין הענט און פיס פאר די אלע קאלקולאציעס, שפאקולאציעס, און פארזארגערייען, די סעודות ווי עס זאל נאר זיין ביים אלטן טאטן אדער ביים רייכן שווער און שוויגער זענען געווענליך רוהיג ביז אהינציר און ווען דער ציבור הייבט זיך אהן וואשן, געבט זיך א פארשפרייט א וואלקן פון שווייס אויף אלעמענ'ס געזיכטער ווי מען זאל דא האנדלען פון גרויסע געלטער אדער אנדערע האקעלע מאטריאל, די ראש המשפחה שוין געוואשן באטראכט מיט געמאכטע לומדות די צוויי פארזארגטע חלות הונטערן דעקל און הייבט אהן נאקענען מיט שטום לשון צו פארשטיין געבן אז א געוויסע פארדעכטיגטע לעכל אויבן ביים שפיץ פון איין בארכע מאכט אים אומרוהיג און דא הייבט זיך אהן א פרשה פון פיפצן מינוט וואס שיעור די שלום בית צושטערט עס...עס הייבט זיך אהן טומלען מען נעמט אפיר מצה באקסעס מיט אייזיגע בילקעס פון פריזער און פארשטייט זיך קיינער קען נישט רעדן און עס קוקט אויס ווי אט אט הייבט אהן גיין מכות,...
יעדער איז אין די העכסטע אקטאוועס ווען מען קען נישט צוזיך קומען פון דעם איבערלעבעניש איך שפאציר אין אזא פאל ארויס און ווארט אויף א רוהיגע מינוט מיך אומציקערן און פארשניידן מיין פארציע, איך וויל זיך נאר ווענדן צו מיין שוויגער מיט א איינמאליגע אנבאט און כמו ווארענונג אז איך וויל פון היינט און ווייטער מען זאל קויפן זעקס איבריגע בילקעס און איך וועל עס באצאלן פאר א גוט יאר! דעי איבריגע קאפ וויי בנוסף צום טשולענט סאמוטאכע לאזט מיר איבער פאר א צוהאקטן טשוכעפאכע מאכטלאז און אומצופרידן.
איך האלט שוין לאנג אז פון צווישן די סייד-עפעקטס פון דער מתנה טובה וואס רופט זיך "שבת" זענען anxiousness און aggression.
נישט אז עפעס איז ראנג, נאר אפילו גוטע מעדיקעישאנס קענען אייביג האבן סייד-עפעקטס. אנדערע סייד-עפעקטס וועלכע ס'זענען שטארק מצוי צווישן מענטשן וועלכע היטן שבת זענען: Fatigue, sudden gain-weight, און gastrointestinal problems.
בעל מדותדעי איבריגע קאפ וויי בנוסף צום טשולענט סאמוטאכע
איך קען קוים ווארטן צו הערן איבער דעם טשולענט סאמוטאכע.
שמעקעדיג.
שמעקעדיג: ביי מיר לויפט עס קיינמאל נישט ארויף צו דעם נאמבער.אבער ווען ס'קומט די הודעה אז ס'גייט זיך אפ'דעיטן, לאז איך איבער דעם קאמפיוטער כמו שהוא. און רוב מאל ווען איך ענדיג ליינען קריאת שמע איז שוין אלעס געענדיגט. אויב פעהלט נאך אויס צייט, זאג איך נאך צו שטיקלעך פון תיקון חצות (תיקון רחל און תיקון לאה) און אויב דאס אלעס העלפט נישט, מיש איך אויף פרק שירה. און געוויינליך, ווען איך האלט שוין ביי "כלבים אומרים", איז שוין אלעס פארלאשן... 😂 🙄
פרישע (און אלטע) דיינים'לעך, שלא קרו ולא שנו, זיי האבן גע'חזר'ט אביסל או"ח יו"ד, און פאר קיין געלט אין די וועלט וועלן זיי נישט זאגן איך ווייס נישט, זאל עס זיין א שאלה אין הלכות נדרים.
נעכטן האביך מיטגעהאלטן ווי איינער פרעגט א מו"ץ וועגן א טלית וואס ער איז געווען מסופק צו ס'איז זיינס, האט ער זיך דערמאנט פון כתה ו' 'נו, א ת"ח האט דאך טביעת עין, חחחח', און מיט דעם איז די פסק ארויס לאור עולם.
(בערל: תביעת אין...)
ונבנתה העיר
נעכטן האביך מיטגעהאלטן ווי איינער פרעגט א מו"ץ וועגן א טלית וואס ער איז געווען מסופק צו ס'איז זיינס, האט ער זיך דערמאנט פון כתה ו' 'נו, א ת"ח האט דאך טביעת עין, חחחח', און מיט דעם איז די פסק ארויס לאור עולם.
וויאזוי וואלט געוועהן ריכטיג ווען ער פסק'נט?
ונבנתה העירפרישע (און אלטע) דיינים'לעך, שלא קרו ולא שנו, זיי האבן גע'חזר'ט אביסל או"ח יו"ד, און פאר קיין געלט אין די וועלט וועלן זיי נישט זאגן איך ווייס נישט, זאל עס זיין א שאלה אין הלכות נדרים.
נעכטן האביך מיטגעהאלטן ווי איינער פרעגט א מו"ץ וועגן א טלית וואס ער איז געווען מסופק צו ס'איז זיינס, האט ער זיך דערמאנט פון כתה ו' 'נו, א ת"ח האט דאך טביעת עין, חחחח', און מיט דעם איז די פסק ארויס לאור עולם.
(בערל: תביעת אין...)
ונבנתה העיר: שקויעך. פאר מזכיר נשמות זיין. איך האב מיך דערמאנט א צווייטע מעשה פון א איד א גרויסן ת"ח תענית חלום. ער האט געהאט ביי זיך אין שטוב אמאל אן אורח אויף שבת. אינמיטן די שבת'דיגע סעודה, ווען ער האט געהאלטן זיין קליין קינד אויף די שויס, האט אריינגעטראפט א ביסל מילך פון די באטל אין טשולנט. דער איד האט געוואלט באווייזן פאר זיין גאסט וואספארא תלמיד חכם ער איז. רופט ער זיך אן צו זיין זון...זלמן. ברענג מיר אהער דעם שולחן ערוך הלכות שבת. איך וויל נאכקוקן צו מ'מעג נאך ווייטער עסן דעם טשולנט. ווען דער אורח האט איהם געפרעגט פארוואס פונקט ביי הלכות שבת? האט ער געענטפערט...ווייל שבת עסט מען טשולנט... 😂 🙄
זעהסטו, תורה לשמה, פונקט היינט געהערט אז דער משנ"ב שרייבט אז מען זאל מנדב זיין בתי כסא פאר'ן ציבור.
זאגט יענער: מן הסתם שרייבט ער עס אין הל' בית הכסא...
[ציטאט אראפגענומען]
ער האט יא גוט געפסק'נט! דאס אז דער דין ווערט שוין געלערנט אין כתה מאכט עס נישט ווייניגער דין.
אה, נישט געכאפט אז דו ווילסט מצדיק זיין זיין קרעכטץ.
נא, מיי פרעינד, אפי' אויב האט יענער א דין ת"ח האט ער אבער נישט געהאט טביעת עין, ער איז דאך געווען מסופק און איז געקומען פרעגן צו ער מעג עס נעמען מספק.
אז מענטשן ווייסן נישט די גדר פון א תלמיד חכם.
די גמרא זאגט אין מס' קידושין הרי את מקודשת ש"מ שאני תלמיד חכם אפילו אינו יודע רק מס' כלה, זאגט שוין רש"י אויפן פלאץ אז דאס מיינט נאר די איינע הלכה פון
כלה בלא ברכה אסורה לבעלה כנדה הרי זו מקודשת
א אידאז מענטשן ווייסן נישט די גדר פון א תלמיד חכם.
די גמרא זאגט אין מס' קידושין הרי את מקודשת ש"מ שאני תלמיד חכם אפילו אינו יודע רק מס' כלה, זאגט שוין רש"י אויפן פלאץ אז דאס מיינט נאר די איינע הלכה פון
כלה בלא ברכה אסורה לבעלה כנדה הרי זו מקודשת
און וואס איז מיט די תוס' וואס טייטשט אז ער דארף קענענן אלעס אפי' די הלכה פון מסכתות קטנות?
דאס רעגט דיר אויף?
berlbalagulehונבנתה העירפרישע (און אלטע) דיינים'לעך, שלא קרו ולא שנו, זיי האבן גע'חזר'ט אביסל או"ח יו"ד, און פאר קיין געלט אין די וועלט וועלן זיי נישט זאגן איך ווייס נישט, זאל עס זיין א שאלה אין הלכות נדרים.
נעכטן האביך מיטגעהאלטן ווי איינער פרעגט א מו"ץ וועגן א טלית וואס ער איז געווען מסופק צו ס'איז זיינס, האט ער זיך דערמאנט פון כתה ו' 'נו, א ת"ח האט דאך טביעת עין, חחחח', און מיט דעם איז די פסק ארויס לאור עולם.
(בערל: תביעת אין...)
ונבנתה העיר: שקויעך. פאר מזכיר נשמות זיין. איך האב מיך דערמאנט א צווייטע מעשה פון א איד א גרויסן ת"ח תענית חלום. ער האט געהאט ביי זיך אין שטוב אמאל אן אורח אויף שבת. אינמיטן די שבת'דיגע סעודה, ווען ער האט געהאלטן זיין קליין קינד אויף די שויס, האט אריינגעטראפט א ביסל מילך פון די באטל אין טשולנט. דער איד האט געוואלט באווייזן פאר זיין גאסט וואספארא תלמיד חכם ער איז. רופט ער זיך אן צו זיין זון...זלמן. ברענג מיר אהער דעם שולחן ערוך הלכות שבת. איך וויל נאכקוקן צו מ'מעג נאך ווייטער עסן דעם טשולנט. ווען דער אורח האט איהם געפרעגט פארוואס פונקט ביי הלכות שבת? האט ער געענטפערט...ווייל שבת עסט מען טשולנט... 😂 🙄
גג על גג: כ'האב מיך יעצט דערמאנט אז ווען איך האב איבערדערציילט אט די מעשה'לע פאר אן עולם, איז דארט געווען א איד א קנאפער חכם, האביך איהם געפרעגט, ...וואו דארף מען אמת'דיג נאכקוקן...? ענטפערט ער... ביי הילכות טריפות.... 😂 🙄 😮
די באפוצטע פרויען וואס קומען צו מיין געשעפט איינקויפן און רעדן אזא באפוצטן ענגליש, בעת צו זייערע קינדערלעך רעדן זיי היימישע "מאמע" לשון.
שמעקעדיגדי באפוצטע פרויען וואס קומען צו מיין געשעפט איינקויפן און רעדן אזא באפוצטן ענגליש, בעת צו זייערע קינדערלעך רעדן זיי היימישע "מאמע" לשון.
וועלעכע שטערט דיר די רישא אדער די סיפא?
שמעקעדיגדי באפוצטע פרויען וואס קומען צו מיין געשעפט איינקויפן און רעדן אזא באפוצטן ענגליש, בעת צו זייערע קינדערלעך רעדן זיי היימישע "מאמע" לשון.
את חטאי אני מזכיר איך האב אויך א שוואך קייט צו דיין גאלדענע מהות און איך פראביר זיך אויך אביסל צופיצן דיר צו גיפעלן!
זעהט אויס עס זענען דא נאך וואס האבן די הרגש ווי מיר אז די ביסט א גאלדענע מענטש און ווילן דיר גיפעלן!
צי איך בין גאלד אדער זילבער קען איך נישט זאגן, אבער א לאנגע חסיד'ישע בארד און פיאות האב איך - קיינער קען אויף מיין געזיכט נישט ליינען און מיינען אז מיר געפעלט מען מיט ענגליש..
שמעקעדיגדי באפוצטע פרויען וואס קומען צו מיין געשעפט איינקויפן און רעדן אזא באפוצטן ענגליש, בעת צו זייערע קינדערלעך רעדן זיי היימישע "מאמע" לשון.
ווייל די קינדערלעך וואלטן זיי נישט פארשטאנען און זיי וואלטן געפרעגט:...מאמע. וואס רעדסטו...? די מאמע ענטפערט...פלעין יודיש... 😂
שמעקעדיגצי איך בין גאלד אדער זילבער קען איך נישט זאגן, אבער א לאנגע חסיד'ישע בארד און פיאות האב איך - קיינער קען אויף מיין געזיכט נישט ליינען און מיינען אז מיר געפעלט מען מיט ענגליש..
עשה לך קנאבל, און פראבלעם איז ארלעדיגט..
[ציטאט אראפגענומען]
א פרישע אכשר דרא'דיגע גזירה: מענער זאלן נישט רעדן אידיש מיט פרויען.
אזוי פאנגן זיך אן אלע אכשר דרא'דיגע גזירות. קודם זענען דא אפאר פרומע וואס פירן נייע חומרות פאר זיך און מיט די צייט מיינט מען אז יעדער דארף דאס נאכטון.
קיינער פירט נישט איין קיין חומרות, @אנאנים מיט @אנאנים האבן זייער א גוטע הנהגה, איך פאל אסאך מאל דורך דערין, איך זעה נישט פארוואס עס דארף קומען א קאמענט פון אכשר דרא.
ובזה יצאתי ידי חובתי
קען איינער ארויפלייגן די קול קורא פון התאחדות וואס די סיקיריקים \צימערמאן \אנעמפלויד \וכו חברה . פארשפרייטן יעצט אין אלע גאסן קעגן פלעיס? . די רשעות און אבסורד דערפון איז דאך הימל שרייענד ממנ אויב האלטן די רבנים פאר וויכטיג צו אסרן די שפיל{ווארשע} זאלן זיי יעצט שרייבן א קול קורא אויב נישט וואס איז דאס אפירקראצן א קול קורא פון צוואנציג יאר צוריק ?
משבקקען איינער ארויפלייגן די קול קורא פון התאחדות וואס די סיקיריקים \צימערמאן \אנעמפלויד \וכו חברה . פארשפרייטן יעצט אין אלע גאסן קעגן פלעיס? . די רשעות און אבסורד דערפון איז דאך הימל שרייענד ממנ אויב האלטן די רבנים פאר וויכטיג צו אסרן די שפיל{ווארשע} זאלן זיי יעצט שרייבן א קול קורא אויב נישט וואס איז דאס אפירקראצן א קול קורא פון צוואנציג יאר צוריק ?
ווייל אויך א סאך פון די אזויגערופענע רבנים זענען א באנדע לייידיגגייערס וועלכע האבן א חוץ זייערע ריעל עסטעיט דיעלס גארנישט מיט וואס אנצופילן דעם טאג. זוכן זיי ארויס איסורים פון אונטער די ערד. ווי למשל האט קאפס, אייער, טשיקנס, וכדומה. ווייל וואס איז דען דא צו אסר'ן אויף א פלעי וועלכע ווערט געשפיעלט דורך יונגעלייט...? נאכדעים שרייבן זיי נאך אויף זייערע איסור צעטלעך..."ולהשומע יונעם ותבוא עליו ברכת טוב"...וואס וועט זיס זיין..? די קאקאש קעיק און טשערי סאדא...? עטץ אסר'ט דאך אלעס. נאך א מזל אז זייער מאמע האט געבאקן קאקאש קעיק... 😂 🙄
און וואס איז מיט די אנאימלויד ליידיגייער אויפגעקלערטע שוטים וואס האבן יעצט ארויסגעגעבן א ווידיאו "א דשו אין ראקלענד".אז די שכנים זענען פונקט ווי די נאציס. כא כא כא.
shem-tovאון וואס איז מיט די אנאימלויד ליידיגייער אויפגעקלערטע שוטים וואס האבן יעצט ארויסגעגעבן א ווידיאו "א דשו אין ראקלענד".אז די שכנים זענען פונקט ווי די נאציס. כא כא כא.
שם טוב: דו האסט מיך געמאכט געפערליך נייגעריג. יעצט זיי מוחל לייג ארויף די ווידיאו אדער א לינק. יישר כח למפרע אוי למפריע... 😂 🙄
דו דערמאנסט מיך. ס'איז געווען א חשוב'ער איד הרב מרדכי צבי סאסנא ז"ל. ער פעלגט שרייבן אין "דער איד". א יעדע וואך האט ער אויסגערעכנט וואו מ'טוט אלץ אפ עבירות, ר"ל. פונקטליך וואו אין די קעטסקילס ס'איז דא א צוזאמענקום פון באמס. וואו די אפגעפארענע גייען שפילן אין וואודבוירן וכדומה.אין וועלכן קעמפ ס'איז דא א געמישטע מיוזיק קאנצערט וכו' אזוי אז ווען איינער האט (ח"ו) געוואלט טון עבירות האט ער נישט געדארפט מער ווי אריינקוקן אין איד, אין הרב סאסנא'ס קאלום און ער האט שוין אלעס געוואוסט... 😂 🙄
רעסטוראנטן וועלכע גיבן קעטשאפ צו דעם "טו-גאו" אין דעם פארמאט פון פארשאלטענע פיצי זעקלעך ווי איידער א קליין קאנטעינאר. אין דער צייט וואס די אכילה האב איך קוים אזוי פאצעריש און אומבאלימפערט געשטעלט צווישן מיין שיפטער און עיר-בעגס נאך מיט דער סטערינג-וויהל ווי אן אבן נגף אויף מיינע קני, ברויך איך אריינארבעטן מיט מיינע הונגעריגע ציין אויפצורייסן דאס זעקל ווי איך זאל ווען זיין א ממזר מיום היוולדו. מוז זיין א גענוג גרויסער בייס איך זאל נישט סתם איבערבלייבן מיט א שטיקל גלאנצעדיג פאפיר אין מויל; קליין אבער אויף אזויפיל אז דאס אנגעפארעטעווע גלאז פון מיין גלעזער זאל נישט פאר'משפט ווערן אין קעטשאפ רותחת. פארוואס זאג איך רותחת איז צוליב אן אנדער פראבלעם. דער מוסיף חטא על פשע'ניק ווארפט אריין די זעקלעך ממש אויף דעם פרענטש-פרייס, אזוי ווערט מיר דאס פרייס לוילעך און די קעטשאפלעך ווארעם. ואי משום דא והא החרשתי. קומט למעשה פראביר איך ווי א לוזער אויסצוקוועטשן אביסל מן האדום הזה. קוים א האלבן טראפ וואס איז לכאורה נישט כשר אפילו למנחות. יעצט ברויך איך גיין צום צווייטן זעקל, זיי האבן דאך געגעבן פינף זעקלעך. אבי איך רעד מיך אפ.
היינט, מאנטאג, איז געווען א ברית ביי אונז אין ביהמ"ד, א חתן האט געדאווענט מיט מיין מנין און ס'איז חודש ניסן, ווען מ'זאגט סייווי נישט תחנון.
פארוואס דארף אלעס זיין אויף איינמאל?!
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
די זעלבע סיבה פארוואס יו"ט איז היי יאר שבת און זונטאג ווען מ'ארבעט ממילא נישט
שומו שמים, געקויפט א טונא סענדוויטש, א בייגעל מיט טונא, נישט אפי קיין פיקעלס, כקום צו צאלן זאגט ער מיר מיט א גלאטע פנים ״פינף דולר פלאס טעקס״, אויס געקומען א חשבון פון 5.45
לייגט ער אריין גאלד אונעם טונא?
200 פראצענט מארק אפ, ווער וויל גיין שותפות אויף א ברעקפעסט געשעפט??
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
געב ארויס דעם נאמען. ווער איז דער קולפריט?
מארגן גיי איך ארויף צו אים בעטן א נדבה.