זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
שוין לאנג געוואלט שרייבן! און היינט נתעורר געווארן פון הערשי'ס
תגובה!
דאס איבער-באנוץ פון סימני קריאה [exclamation marks] איז שוין אריבער יעדע גבול!
אהן אריינגיין אין די אונטער-ליגנדע פסיכאלאגיע'ס [וואס מען קען דרש'ענן בכמה אנפין!], האב איך אלץ באקומען די געפיהל ווי די דינע שטראך האט מיר נארוואס פארבינדן מיט'ן מקור הטפשות והסכלות! און ווען עס רעגענט, גיסט!
כלל זה נקוט בידך! - א גאר אקוראטע איי קיו מעסטער! - פאר יעדע סימן קריאה רעכענט אראפ 10% פון די עוורידש איי קיו נומער! און אט האט איהר א פונקטליכע טפשות סקאר פון דעם שרייבער!
גאט די מעסעדזש! ך'הער אויף שרייבן!
בלי נדר ובלי שבועה, אבל יש כאן אלה וקללה, נאך איינמאהל איך הער דעם רבינ'ס משל פונעם צינדער און לעשער וועט יענער ווערן די נמשל...
ונבנתה, אין עונשין אא"כ מזהירין, ביטע עקספלעין וואס שטערט דיר דארט אזוי שטארק?
עס איז ווי די גע'אסרטע 'ווער עס פארשטייט פארשטייט' עס איז א לחש פאר ווען מען האט נישט וואס צו שרייבן/ענטפערן.
עס רעגט מיר געפערליך אויף אז איך באשטעל געוויסע אייטעמס - בעיקר מאכט זיך עס ביי פורניטשער (א בענקל, א טישל), אבער אנדערע זאכן זענען פונקט אזוי גלטי - און אנשטאט מען זאל קענען צוזאמענשטעלן דעם פראדוקט אין 5 מינוט, קען עס נעמען א שעה און אפילו צוויי אדער נאך לענגער! צענדליגער סקרוס אין פיציעלע בעגס, מיט קאמפליצירטע אינסטרוקציעס, ס'רוב מאל דארף מען נעמען הילף פון איימיצן, האלט אן רעכטס, שטופ לינקס, אוי ס'נישט גוט, פרוביר נאכאמאל... למעשה וואלטן רוב זאכן געקענט קומען שוין אריינגעשטעלט אויף זייער פלאץ און ביז אפאר מינוט זאל אלעס זיין לא-ל גומר עלי, דערווייל מאכן זיי די קאסטומערס פרוסטרירט און ברענגען אן זייער צייט, אנשטאט שרייבן אין שטיבל איז מען ביזי האקן/שלעפן/שטופן/שעלטן/איבערמאכן.... נישטא קיין שום עקסיוז בעולם אויף די עוולה!
וועלקאם טו די אייקיע קלאב. געב א זוך אויף גוגל עס זענען דא זיסע קארטונס דערויף.
משה געצילא מין משוגעת דאס נישט לאזן א צווייטן פארקן! מיינע בלינקער לעמפלעך צייגן אז איך וויל מיך ציהן צו רעכטס, א יא? פארוואס רוקסטו זיך צו ביזן באמפאר און נעמסט זיך פייפן ווי אינעם ניינטן חודש?!
הרינו מקבל עלי בל"נ, לעילו נשמת ר' מנחם שטארק הי"ד, מהיום והלאה לאזן אנדערע פארקן.
ביטע סיינטס די פעטיציע עס זאל נישט זיין קיין חשש גילוי...
אין די היימישע געיגנטער קען עס יא זיין א חשש גילוי, ווייל דו ביסט דער איינציגסטער וואס פיהרט זיך אויף מענטשליך. ממילא ביסטו בולט. 😂 🙄 😠 😛 😳 😮
שווערע גראבע לעכער אויף ניו יארק סיטי שאסייען זענען שוין כמעט אזוי נארמאל ווי בייק לעינס. מ'רעדט זיך שוין כמעט נישט אפ דערויף. די טעם מאטאריסטן שפירן בשעת ס'קאר הייבט אריין פרייע קעדאטשקעס, איז ווי אין א דריטע וועלט לאנד. פארגעט עבאויט די פארשאלטענע פעטהאללס. משוגענע סיטי נאך פון די בלומבערג ערא.
די וואך בין איך אבער דורכגעפארן אויפן בי קיו אי, און איינער -- ניטאמאל געפארן שנעל -- האט געכאפט א פלעט טייער פון א זינלאזן גרוב. דאס איז ממש חוצפה צו א קלימאקס. ווייסט איינער צו מ'קען סוען די סיטי? א חברים מעמבער פון וויליאמסבורג -- וואס אגב לשבחם איז כדי ארויסצוברענגן ווי שנעל זיי האבן רעספאנדעט -- זאגט מיך פלעט טייערס אויפן בי קו אי ווערט א נארמאלע ערשיינונג. עקסיוז מי! מ'לעבן מיר דא אין זימבאוויע? נישט גענוג די ווילדע טאנצערייען אויף די צעפילדלטע צוזעצטע ראודס, האלט דאס שוין אזש ביי א לעוועל אז מ'ברויך ריזיקירן די רעדער ביי א טריפ פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק? לי יהא מ'זאל קענען סוען די סיטי, רעגט מיך ווייטער אויף. פאר סועראציעס דארף די דרעקישע סיטי צאלן אירע געלטער? אנבעשמיוועבל!
בעסער אזוי, די היימישע ווייסען שוין וואו די לעכער זענען, זאלן די אויסלענדישע זיך צולעכערען די רעידער ווי איידער קאנסטראקציע אויפן BQE פאר די קומענדיגע צוויי יאר.
איך האב היינט אויך געכאפט אזא זעץ מיטן קאר אויפן BQE פון א פאטהאול אזש דער קאר ווארפט זיך נאך יעצט ווי א מפרכס. פארשאלטענע סיטי. געז טעקס? יא, פארקינג און טרעפיק טיקעטס? ביג טיים! צאלן יעדן יאר צוויי אינספעקציעס רעגיסטראציעס און פלעיטס? יו בעט! באקומסט עפעס פאר דעם? נעוואדע, א גוטן שטויס.
ווי קומט דער bqe צו נעוואדע. ביזט שיכור?
קאווע טרינקערבעסער אזוי, די היימישע ווייסען שוין וואו די לעכער זענען, זאלן די אויסלענדישע זיך צולעכערען די רעידער ווי איידער קאנסטראקציע אויפן BQE פאר די קומענדיגע צוויי יאר.
צװײ יאר און דעטס איט? הלװאי. איעדע קאנסטראקשען פאזע נעמט כאטש צען יאר און נאכדעם לאזט מען די װאסער שפריצן אויבן אז ס׳זאל
רינען אונטען שמוציגע װאסער פאר נאך פינעף יאר אײדער מען עפענט די הײװעי.
איך האב אפגעשריבן א לאנגע תגובה ווען איך דרוק "שיק" האב איך זיך געדארפט נאכאמאל איינסיינען , נאכן זיך איינסיינען האב איך זיך געטראפן מיט א ליידיגע תגובה ,
מיין גאנצע ארבייט איז געגאנגען לטמיון !
גיבור האט אפגעשריבן א לאנגע תגובה און וויבאלד סהאט זיך פארמעקט האט ער עס נישט איבערגשריבן
איש עבריגיבור האט אפגעשריבן א לאנגע תגובה און וויבאלד סהאט זיך פארמעקט האט ער עס נישט איבערגשריבן
פונקט אזוי !
גיבוראיך האב אפגעשריבן א לאנגע תגובה ווען איך דרוק "שיק" האב איך זיך געדארפט נאכאמאל איינסיינען , נאכן זיך איינסיינען האב איך זיך געטראפן מיט א ליידיגע תגובה ,
מיין גאנצע ארבייט איז געגאנגען לטמיון !
נעקסט טיים נוץ די בעק קנעפל, אדער אויב יענע טעב איז נאך אפען קענסטו נאכאלץ פראבירן.
איך האב ביידע פרובירט , אין קול ואין עונה !
פארשווינדן ווי אין וואסער אריין !
ס'יז זיכער די ארבעט פון די סיטי, בלעים זיי דערויף
גיבוראיך האב ביידע פרובירט , אין קול ואין עונה !
פארשווינדן ווי אין וואסער אריין !
די NSA האט זיכער א קאפי דערפון, קענסט זיי בעטן.
איך האב עס אויך געהאט עטליכע מאל. זינט דאן ווען איך וויל שרייבן א לענגערע זאך שרייב איך עס אויף ווארד אדער גוגל דרייוו, און דערנאך ליפער איך עס אריבער אין שטיבל אריין.
כ'האב היינט אינמיטן טאג באקומען א טעלעפון קאל פון מיין ווייב, מיט א דערשטיקטע שטימע זאגט זי מיך איך זאל שנעל קומען צו דער איך דער אדרעסס. ס'איז מיר גוט געווארען, כ'האב נישט געוויסט וואס צו טראכטען, ב"ה ס'איז א גאס אוועק פון מיין אפיס, כ'בין ארויס געלאפען פון אפיס (די ערשטע מאל אין מיין לעבן איך בין געווען אויפן גאס אן א רעקל) איך קום אן צום אדרעס זעה איך א בהלה איך לויף אהין אין איך זעה מיין רעבעצין ליגן אויסגעשטרעקט אויפן ערד ווי א פגר. אפאר פרויען ארום זי קוקן זי אן ווי זי וואלט געווען פארוקט קיינער נישט אן געפאלען צו פרעגן טאמער זי וויל א שלונג וואסער אדער רופן הצלה וגו' אבער דאס איז נישט מיין פראבלעם.
טאמער די עולם כאפט נאך נישט, מיין ווייב האט זיך אויסגעגליטשט צוליב א סעלפיש בארא פארק אנוואינער האט נישט געשארט די שניי.
וויל איך וויסען וואס לויפט אדורך יענעמ'ס קאפ ווען ער קומט ארויס אינדערפרי אין זעהט ס'האט געשנייט אין ס'איז גלוטשיק וואס טראכט ער?
1 איך געב נישט קיין דרעק?
2 כ'האף קיינער גייט זיך נישט אויס גליטשען?
3 ס'איז בכלל נישט גליטשיג?
4 די שניי גייט פון זיך אליין אוועק גיין?
5 באמערקט נישט די שניי?
6 האט נישט קיין כח צו שארן?
7 מיין ווייב וועט עס טוען שפעטער?
8 כ'וועל שארן ווען איך קום אהיים?
9 אסאך אנדערע שארן אויך נישט?
רבותי. אויף יעדער בלאק איז דא לכה"פ צוויי הייזער וואס זענען נישט געשארט, מ'דארף די מענטשען צובינדען אין אריין פראקען 9 מאל 9
וואס איז דער חוצפה? מ'זעהט ווי פרויען מיטשען זיך מיט די קעריד'ז, די אלטע מענטש מיטן שטעקן, קינדער טראסקענען ווי דאמינו'ז אלץ וויל די ביסט א סעלפיש חזיר.
טאמער איינער וועט פאלן אין זיך צוברעכען די ביינער אין וועט דיך קלאגען אין קאורט דעמאלטס ווערט יענער א שגץ א מסור.
די ווייסט אז אין די תורה שטייט ונשמרתם מאד לנשפותיכם...???? ס'איז ממש א בור ברה"ר. איך קען זאגן מיט א זיכערקייט די מענטשן שרייען ווען איינער רעדט אינמיטן הויכע שמו"ע, אין זוכט א הדר פאר א אתרוג איז מדקדק מיט אלע אנדערע קרעפ, אבער א משהו מענטשליכקייט? א נעכדיגע טאג...
נ.ב. יעצט דארף איך טוען אלע ארבייט אין די היים ווייל זי לוגט אין בעט. שקויח ר' איד איך בין אייך זייער דאנקבאר.
נו לייג א בילד און די קאוועשטיבליסטן וועלן יענעם שוין אויספראקן
בדוק ומנוסה.
דאס ביסטו
@שטילע אינגערמאן?
שוין געקומען לידי גילוי, עמער זיך טרעפן מארגן אין מונקאטש
שטילע אינגערמאןכ'האב היינט אינמיטן טאג באקומען א טעלעפון קאל פון מיין ווייב, מיט א דערשטיקטע שטימע זאגט זי מיך איך זאל שנעל קומען צו דער איך דער אדרעסס. ס'איז מיר גוט געווארען, כ'האב נישט געוויסט וואס צו טראכטען, ב"ה ס'איז א גאס אוועק פון מיין אפיס, כ'בין ארויס געלאפען פון אפיס (די ערשטע מאל אין מיין לעבן איך בין געווען אויפן גאס אן א רעקל) איך קום אן צום אדרעס זעה איך א בהלה איך לויף אהין אין איך זעה מיין רעבעצין ליגן אויסגעשטרעקט אויפן ערד ווי א פגר. אפאר פרויען ארום זי קוקן זי אן ווי זי וואלט געווען פארוקט קיינער נישט אן געפאלען צו פרעגן טאמער זי וויל א שלונג וואסער אדער רופן הצלה וגו' אבער דאס איז נישט מיין פראבלעם.
טאמער די עולם כאפט נאך נישט, מיין ווייב האט זיך אויסגעגליטשט צוליב א סעלפיש בארא פארק אנוואינער האט נישט געשארט די שניי.
וויל איך וויסען וואס לויפט אדורך יענעמ'ס קאפ ווען ער קומט ארויס אינדערפרי אין זעהט ס'האט געשנייט אין ס'איז גלוטשיק וואס טראכט ער?
1 איך געב נישט קיין דרעק?
2 כ'האף קיינער גייט זיך נישט אויס גליטשען?
3 ס'איז בכלל נישט גליטשיג?
4 די שניי גייט פון זיך אליין אוועק גיין?
5 באמערקט נישט די שניי?
6 האט נישט קיין כח צו שארן?
7 מיין ווייב וועט עס טוען שפעטער?
8 כ'וועל שארן ווען איך קום אהיים?
9 אסאך אנדערע שארן אויך נישט?
רבותי. אויף יעדער בלאק איז דא לכה"פ צוויי הייזער וואס זענען נישט געשארט, מ'דארף די מענטשען צובינדען אין אריין פראקען 9 מאל 9
וואס איז דער חוצפה? מ'זעהט ווי פרויען מיטשען זיך מיט די קעריד'ז, די אלטע מענטש מיטן שטעקן, קינדער טראסקענען ווי דאמינו'ז אלץ וויל די ביסט א סעלפיש חזיר.
טאמער איינער וועט פאלן אין זיך צוברעכען די ביינער אין וועט דיך קלאגען אין קאורט דעמאלטס ווערט יענער א שגץ א מסור.
די ווייסט אז אין די תורה שטייט ונשמרתם מאד לנשפותיכם...???? ס'איז ממש א בור ברה"ר. איך קען זאגן מיט א זיכערקייט די מענטשן שרייען ווען איינער רעדט אינמיטן הויכע שמו"ע, אין זוכט א הדר פאר א אתרוג איז מדקדק מיט אלע אנדערע קרעפ, אבער א משהו מענטשליכקייט? א נעכדיגע טאג...
נ.ב. יעצט דארף איך טוען אלע ארבייט אין די היים ווייל זי לוגט אין בעט. שקויח ר' איד איך בין אייך זייער דאנקבאר.
פארען אויספראקען קין שטיבעל וועט מען גאר נישט פארדינען
יא גיי קלאג אים אן
מאך פון אים גאטשעס
און מער וועט די שטאט זיי גערייניגט פון שניי ווי ערב פסח פון חמץ

איך האב זיך גטענה'ט מיט אזא איינעם, גיט ער מיר א זאג אז על פי דין איז דאס נישט זיין חיוב. דאס איז נישט קיין בור ברה"ר ווייל ער האט דאס נישט ארויסגלייגט. און אויך איז דאס נישט זיינס, עס איז הפקר.
זאג איך אבער דינא דמלכותא דינא!
זאגט ער, אז זיין דיין/רב האט אים גזאגט אז מזאגט נישט דינא דמלכותא דינא נאר בענינים הנוגעים אל המלך, און אויך נאר ביי א מלך נישט א דעמוקראטישע גאוורנמענט.
גייט טענה'ט זיך מיט אזוינע הייליגע יידן...
איך האלט ווי ער. פלוצלינג ווערט דער דורכגייען אזא געזעץ היטער? וואס איז א הויז אייגענטומער שולדיג אז ס'האט געשנייט? ער האט אפגעקויפט דאס פלאץ ווי מ'גייט דערויף? נו אז אזוי איז דער געזעץ מיינט נאך נישט אז דו דארפסט עם אזוי שעלטן, דו האלטסט אויך נישט איין אלע געזעצן
היי יאר איז א אויסנאם, ס'שנייט מער רעגלמעסיג און ס'שווער צו אניאגן,
די לעצטע 10 יאר האט געשנייט בערך 2 מאל פער ווינטער, היי יאר האלט מען שוין ביים 9טן שניי צום גוטן
with no end in sight
די שניי! עס רעגט מיר שוין אויף. אלעס האט א שיעור!
@שמעקעדיג דאס ביסטו?!....
שמעקעדיגדי שניי! עס רעגט מיר שוין אויף. אלעס האט א שיעור!
אינז קענמיר נישט זאגן פאר'ן באשעפער קיין דיעות וויפיל ס'איז דער שיעור און ווען ס'זאל סטאפן. 🙄 😂 😠 😛 😳 😮
דוד גרינפעלד האט אריינגעגעבן א נייע געזעץ אז אנשטאט געבן הונדערט דאללער קנס פאר איינעם וואס האט נישט אויפגעשארט די שניי פאר זיין הויז. זאל די סיטי האבן ארבעטער וואס וועלן שארן די פלעצער ווי דער בעה"ב האט נישט געשארט, און די אייגענטומער זאלן עס דארפן באצאלן. עס וועט קאסטן פון $250 און ארויף, געוואנדן לויט די גרויס פון די פראפעטי.
ברעקינג!!!! מארגן גייט "נישט" שנייען.
berlbalagulehשמעקעדיגדי שניי! עס רעגט מיר שוין אויף. אלעס האט א שיעור!
אינז קענמיר נישט זאגן פאר'ן באשעפער קיין דיעות וויפיל ס'איז דער שיעור און ווען ס'זאל סטאפן. 🙄 😂 😠 😛 😳 😮
אונזער באלעגאלע פרייט זיך פאר יעדן שניי טאג וואס ער האט OFF...
אבער ווען ס'קומט צום פעי-טשעק, פריי איך מיך שוין נישט אזוי שטארק. אינז האבן געהאט נאר איין שניי-טאג דעיס יאר.אלע אנדערע טעיג זענען די באסעס געפאהרן נארמאל. ב"ה. 😕 😎 😃 😉 😠 😛 😳 😢 😮
berlbalagulehשמעקעדיגדי שניי! עס רעגט מיר שוין אויף. אלעס האט א שיעור!
אינז קענמיר נישט זאגן פאר'ן באשעפער קיין דיעות וויפיל ס'איז דער שיעור און ווען ס'זאל סטאפן. 🙄 😂 😠 😛 😳 😮
מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די
עד שיבלו שפתותיכם מלומר די
ווען די צרות - אדער אפילו גוטס! - רינט איבער דאס מעסטל, שרייען מיר אלע "די"! גענוג איז גענוג.
וכפי שמסופר בגמרא (תענית כג.) אודות הברכה של ירידת הגשמים שנפעלה ע"י חוני המעגל — שכאשר ירדו גשמים בריבוי גדול ביותר (רוב טובה), התפלל חוני להקב"ה ואמר "עמך ישראל.. אינן יכולין לעמוד.. ברוב טובה.. השפעת עליהם רוב טובה אינן יכולים לעמוד"... כלומר, אע"פ שזהו "טובה", מ"מ כאשר הטובה היא בריבוי שלא לפי ערך, "רוב טובה", אזי "אינן יכולים לעמוד".
אלמודד בן הכנעניתשווערע גראבע לעכער אויף ניו יארק סיטי שאסייען זענען שוין כמעט אזוי נארמאל ווי בייק לעינס. מ'רעדט זיך שוין כמעט נישט אפ דערויף. די טעם מאטאריסטן שפירן בשעת ס'קאר הייבט אריין פרייע קעדאטשקעס, איז ווי אין א דריטע וועלט לאנד. פארגעט עבאויט די פארשאלטענע פעטהאללס. משוגענע סיטי נאך פון די בלומבערג ערא.
די וואך בין איך אבער דורכגעפארן אויפן בי קיו אי, און איינער -- ניטאמאל געפארן שנעל -- האט געכאפט א פלעט טייער פון א זינלאזן גרוב. דאס איז ממש חוצפה צו א קלימאקס. ווייסט איינער צו מ'קען סוען די סיטי? א חברים מעמבער פון וויליאמסבורג -- וואס אגב לשבחם איז כדי ארויסצוברענגן ווי שנעל זיי האבן רעספאנדעט -- זאגט מיך פלעט טייערס אויפן בי קו אי ווערט א נארמאלע ערשיינונג. עקסיוז מי! מ'לעבן מיר דא אין זימבאוויע? נישט גענוג די ווילדע טאנצערייען אויף די צעפילדלטע צוזעצטע ראודס, האלט דאס שוין אזש ביי א לעוועל אז מ'ברויך ריזיקירן די רעדער ביי א טריפ פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק? לי יהא מ'זאל קענען סוען די סיטי, רעגט מיך ווייטער אויף. פאר סועראציעס דארף די דרעקישע סיטי צאלן אירע געלטער? אנבעשמיוועבל!
www.vosizneias.com/155885/2014/02/20/new-york-ny-nyc-mayor-launchs-comprehensive-plan-to-battle-potholes/ר' היימישער ליטוואק: נעקסט טיים דו באגעגנסט דיין בעל ויכוח זאג איהם אז ביי דיר און ביי זיין דיין איז ער גערעכט. נאר ווען ער וועט באקריגן א סובפינע פון א מענטש וואס האט זיך אויסגעגליטשט אויף זיין פראפערטי זאל ער געיבן פאר'ן לויער דעם סעלל נאמבער פון דיין שליט"א. אין ווען ר'עט גיין פאר א היערינג אין קאורט זאל ער טענה'ן אז זיין ראביי האט געזאגט אז ער מוז נישט פוצן די שניי אין פראנט פון זיין הויז!... 🙄 😈 😕 😂 😠 😳 😮
ברסלבערדוד גרינפעלד האט אריינגעגעבן א נייע געזעץ אז אנשטאט געבן הונדערט דאללער קנס פאר איינעם וואס האט נישט אויפגעשארט די שניי פאר זיין הויז. זאל די סיטי האבן ארבעטער וואס וועלן שארן די פלעצער ווי דער בעה"ב האט נישט געשארט, און די אייגענטומער זאלן עס דארפן באצאלן. עס וועט קאסטן פון $250 און ארויף, געוואנדן לויט די גרויס פון די פראפעטי.
אצינד איז די פראגע צי דאס גרעניצט זיך נישט מיט פשוט'ע גניבה צו באשטימען אזא געזעץ וואס וועט אוועקנעמען טויזנטער אידישע דאלערן יערליך. קען זיין ער האט געפרעגט א דעת תורה, במושכל ראשון איז עס זייער נישט שיין פון אים, ענדערש זאל ער זיך זארגן אויף די שטאטישע פראפעטיס און פארקס זאלן ווערן געשארט.
ס'וועט נישט קאסטן קיין טויזענטער אויב די עולם פאלג וואס מ'דארף טוהן, און שארט די שניי ווי נארמאלע מענטשען. דו זארגסט זיך מער פאר אידישע דאלארן ווי פאר צובראכענע ביינער?
שווער גע'ארבעט צו שארן דער שניי צוויי וואכען צירוק, קומט איינער, און געט זיך א קלאפ אפ דער פוס דארט פון דער שניי פון זיין שטיוועל....
העלאו, איין סעקאנד נאכדעם גייסטו צירוק אונעם שניי, וואס קלאפסטו אפ דיין פוס, נאכדעצו ווען יענער האט שווער גע'ארבעט...
אזא שרעקליכע עוולה!
לאמיר דיר בארואיגן,
עס קומט נאך א שניי בקרוב, און דער פראבלעם וועט זיין א פארגאנגענהייט!
בברכת קיינמאל קיין ערגערס.
When my boss picks his nose in front of me. At least he doesn't fart. (not yet) 1
its meWhen my boss picks his nose in front of me. At least he doesn't fart. (not yet) 1
He is digging for gold to be able to pay you
װען איך גײ ארײן אין קאך מוז מײן װײב זיך דרײען אינטער די פיס. ❗
themenarealwaysintheway#
איך וויל קויפן המן טאשן, אבער נאר מיט סטראבערי דזעם פילינג און די אלע געפאקטע קומען נאר געמישט מיט עפריקאט. דעי וואס די גראסעריס פארקויפען אין אפענע באקס וואלט איך נישט געגעסן פאר נא מאני. דאס ווערט באטאפט דורך כל צריע וכל זב ממש, און איך האב שוין געזעהן ווי אן ארבייטער הייבט אויף פון די פלאר עטליכע המן טאשן וואס האבן זיך אויסגעגאסן און פאקט עס צוריק אין באקס כאילו לא היה.
וואטס דע ביג דיל צו פאקן סטראבערי און עפריקאט באזינדער?
דו מיינסט אז דע געפאקטע ווער ןאזוי געבוירן? זעסט נאר נישט ווי ס'ווערט ארומגעטאפט אין בעקערי, ס'קומט אן אזוי שיין געסיעלט צו דיין גראסערי און ס'מאכט דיר פילן ווי ס'איז אזוי ריין. מאך דיר נישט נאריש קענסט רואיג נעמען פון דע אפענע און יאכלו ענוים וישבעו , ווי צדיקים האבן געזאגט אז ביי יעדע אידישע בייס אין א המן טאש געט המן א שריי אוטש! אין קבר.
דער (פינטעל) אידדו מיינסט אז דע געפאקטע ווער ןאזוי געבוירן? זעסט נאר נישט ווי ס'ווערט ארומגעטאפט אין בעקערי, ס'קומט אן אזוי שיין געסיעלט צו דיין גראסערי און ס'מאכט דיר פילן ווי ס'איז אזוי ריין. מאך דיר נישט נאריש קענסט רואיג נעמען פון דע אפענע און יאכלו ענוים וישבעו , ווי צדיקים האבן געזאגט אז ביי יעדע אידישע בייס אין א המן טאש געט המן א שריי אוטש! אין קבר.
אמן, כן ירבו. 😕 🙄 😈 😂 😂 😂 😠 😛 🙂 😃 😉 😞 😮