☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24

למדן » מאנטאג מערץ 3, 2014 4:45 pm

· #188160
אזויווי יעדע באנדל הרג'ט א ציוני, די שאלה איז נאר ווער דארף עסן דעם באנדל,

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:00 pm

· #188168
......פארוואס איז נאכנישט פאראן א וועג צו מישן א לאנגע מוזיק טרעק אין א קאר/ווען ווי א מענטש!

אין קאמפיוטער האב איך א לאנגע BAR, איך קען קליקן דערויף (וואו איך וויל) כדי אנצוקומען אינסטענטלי צו א געוויסע פוינט, למשל ביי א שעה לאנגע טרעק, און איך וויל גיין צו 40 מינוט, גיט מען א קליק בערך ביי 2/3 און דארט ביסטו.
אבער אין די אלטמאדישע, און אפילו אין ניי-מאדישע קארס, דארף מען דרוקן FWD וואס מישט אביסעלע (בערך 5 סעקונדעס) שנעלער, און מען דארף אנהאלטן דעם פארווערד קנעפל עד כדי ריסוק אברים, דער פינגער טוט שוין וויי נאך 6 מינוט דרוקן דעם קנעפל אינמיטן דרייוון, און עס האלט נאך אלץ ביי 25 מינוט... כ'האב שוין נישט קיין כח צו מישן ביז 40 מינוט.

אפשר וועט @געפילטע פיש טרעפן עפעס א סאלוציע ווי שטענדיג.

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:15 pm

· #188179
נאך אביסל, ווארט צו.

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 3, 2014 7:08 pm

· #188243
איך מיין דאס איז דער פאסיג'סטער אשכול פאר דעם עקעלדיגן בילד
1393891574789.jpg

דער (פינטעל) איד » מאנטאג מערץ 3, 2014 7:13 pm

· #188244
איך ווינשט דיר אז דאס זאל זיין דאס ערגסטע וואס רעגט דיר אויף אין דיין לעבן

גיבור » מאנטאג מערץ 3, 2014 7:17 pm

· #188247
wow
די מענדעליסטן האבן געהעקט די סאטמערע קאמפיוטערס !

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 3, 2014 7:47 pm

· #188252
פארוואס?

די תירוץ איז, לקדושים, פארוואס זענען זיי אזוי הייליג? ווייל אשר בארץ המה! ווייל זיי זענען שוין אין דר'ערד.

יאיר » מאנטאג מערץ 3, 2014 7:57 pm

· #188257
יא יא, אזוי האבן זיך אנגעהויבן די פרשה צעטלעך.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 3, 2014 8:02 pm

· #188261
אפטעמיסט
איך מיין דאס איז דער פאסיג'סטער אשכול פאר דעם עקעלדיגן בילד

אפטעמיסט: איך'ל דיך פרעיגן א היכי תימצי. וויאזוי קען א מענטש עובר זיין די דריי הארבסטע עבירות מיט איינמאל.?!
תשובה: ער לערנט דעם דף היומי ביים כותל אויף עברית..... 😕 😎 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😂 😠 😳 😮 😉 🙂 😃

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 3, 2014 8:05 pm

· #188262
יאיר
יא יא, אזוי האבן זיך אנגעהויבן די פרשה צעטלעך.

וואו? ביי סאקמער אדער וויזשניץ???!!! 😂

יין שרף » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:56 am

· #188318
berlbalaguleh
אפטעמיסט
איך מיין דאס איז דער פאסיג'סטער אשכול פאר דעם עקעלדיגן בילד

אפטעמיסט: איך'ל דיך פרעיגן א היכי תימצי. וויאזוי קען א מענטש עובר זיין די דריי הארבסטע עבירות מיט איינמאל.?!
תשובה: ער לערנט דעם דף היומי ביים כותל אויף עברית..... 😕 😎 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😂 😠 😳 😮 😉 🙂 😃

אין א ארצקרול גמרא...

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 4, 2014 10:47 am

· #188391
איך שטיי אין סמעדרעש און איך בין פארטון אין א טיפן שמועס מיט מיין גוטן חבר, מושי, א פיינער אינגערמאן. אויף איינמאל וואקט אדורך חיים דערנעבן, און דערזעהט אונז, און שרייעט אויס: "העי, מושי, וואס איז געווארן נעכטן מיט די ענין וואס איך האב דיר געפרעגט"? מושי: איך האב אנגעהויבן ארבעטן דערויף, שפעטער וועל איך רעדן צו יאנקי וועגן די איבריגע חלק. חיים: אבער וואס וועט זיין מיט.....כ'ווייסניש וואס?? און אזוי טענה'ט מען זיך ארום אין א היציגע דעבאטע, בשעת איך שטיי מיט מיין צונג אינדרויסן... כ'האב געהאלטן אינמיטן זאגן א זאפטיג שטיקל, א זיסע סטעיטמענט, און עס בלייבט מיר הענגען אין דער לופט, דער שמויגער חיים האט געהעריג געהיידזשעקט מושי! ער מאכט זיך כאילו ער באמערקט מיר נישט שטיין אפגעפאטשט אין דער זייט..

די איינציגסטע טרייסט? אז חז"ל האבן שוין אנגערופן אזא איינעם "גולם" (נכנס לתוך דברי חבירו). אבער נאך ווי!

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 11:28 am

· #188400
אקעי דער חיים איז א גולם, אבער דיין חבר מוישי איז אויך נישט דער גרויסער חכם עם נישט צו פטרן און זאגן אז ער האלט יעצט אינמיטן רעדן מיט דיר

מ גפני » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:00 pm

· #188611
יין שרף
berlbalaguleh
אפטעמיסט
איך מיין דאס איז דער פאסיג'סטער אשכול פאר דעם עקעלדיגן בילד

אפטעמיסט: איך'ל דיך פרעיגן א היכי תימצי. וויאזוי קען א מענטש עובר זיין די דריי הארבסטע עבירות מיט איינמאל.?!
תשובה: ער לערנט דעם דף היומי ביים כותל אויף עברית..... 😕 😎 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😂 😠 😳 😮 😉 🙂 😃

אין א ארצקרול גמרא...

אויף א ליטווישן שטענדער...

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 12:14 am

· #189026
הערשט יעצט געארבעט אויף א ארטיקל באלד א האלבעה שעה, געדריקט,איבערגעקוקט די ספעלינג, אויף געסעט שיין, כ'האב געקליקט אויף די שיק קנעפל אין נישט מער אין נישט וויניגער כ'האב בטעות געדריקט די וויפיי קנעפל אינמיטען אויפסעטען די ארטיקעל האב איך פארלוירן מיין קאנעקשען אין ביים דרוקען שיק איז מיין גאנצע ארבייט געגאנגען א גאנג.
😈 😈 😈 😈 😈 😈 😈 😈 😢 😢 😢 😢 😢

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 12:18 am

· #189028
שיהטטטטטטטטטטטטטט*. 😞

פליקער » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 12:32 am

· #189031
הכנות

אליצפן » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 12:33 am

· #189033
שטילע אינגערמאן
הערשט יעצט געארבעט אויף א ארטיקל באלד א האלבעה שעה, געדריקט,איבערגעקוקט די ספעלינג, אויף געסעט שיין, כ'האב געקליקט אויף די שיק קנעפל אין נישט מער אין נישט וויניגער כ'האב בטעות געדריקט די וויפיי קנעפל אינמיטען אויפסעטען די ארטיקעל האב איך פארלוירן מיין קאנעקשען אין ביים דרוקען שיק איז מיין גאנצע ארבייט געגאנגען א גאנג.
😈 😈 😈 😈 😈 😈 😈 😈 😢 😢 😢 😢 😢

Next times this happens you should know, that on most browsers when you press the back button right away, the previous page will reappear with the article intact.
On a side note, I always type up my articles in a word processor app/program, that way I don't run the risk of losing it when something like this happens.

מצטמק ויפה » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 12:43 am

· #189036
שטילע אינגערמאן
הערשט יעצט געארבעט אויף א ארטיקל באלד א האלבעה שעה, געדריקט,איבערגעקוקט די ספעלינג, אויף געסעט שיין, כ'האב געקליקט אויף די שיק קנעפל אין נישט מער אין נישט וויניגער כ'האב בטעות געדריקט די וויפיי קנעפל אינמיטען אויפסעטען די ארטיקעל האב איך פארלוירן מיין קאנעקשען אין ביים דרוקען שיק איז מיין גאנצע ארבייט געגאנגען א גאנג.
😈 😈 😈 😈 😈 😈 😈 😈 😢 😢 😢 😢 😢

קודם וועסטו האבן וואס צו טוען נאך א האלבע שעה, יעצט אז די ביסט אליין אונדערהיים!!! 😂
איך שרייב מיינע זאכן קודם אין ווארד, און הערשט נאכדעם ברענג איך עס אהער, איך טו עס זייט איך האב געהאט דיין דורכפאל.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 11:10 am

· #189076
אינסטאל לאזארוס, ס'איז א בראוזער עד אן וואס סעיווט וואס דו טייפסט אפילו אויב דיין בראוזער קראכט. אזוי אויך אז בעק וואלט געהאלפן, און איך האב אויך א מנהג צו קאפיען עניטינג וואס האט מיר גענומען לענגער ווי צוויי מינוט צו טייפן, אריין אין מיין קליפ באורד, בעפאר איך דרוק שיק.

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 18, 2014 1:54 am

· #191046
די טאן הידוע אויף קה אכסוף.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 18, 2014 7:59 am

· #191055
???????

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 18, 2014 8:47 am

· #191059
די אזוי גערופענע "חופה ניגון"?

מאטי » דינסטאג מערץ 18, 2014 9:48 am

· #191066
גראדע א שיינער ניגון, אבער אסאך מיילעדזש.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 18, 2014 1:30 pm

· #191106
ונבנתה העיר
די טאן הידוע אויף קה אכסוף.

איך ווייס נישט. צו מיינע אויערן (אירס, בלע"ז) קלינגט עס אינספירעישאנאל צו די העכסטע גראד. 😕 😎 🙄 ❓ ❗ 💡 😐 😮

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:19 pm

· #191130
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?v=10203619870556479&set=vb.1207551561&type=2&theater">https://www.facebook.com/photo.php?v=10 ... =2&theater</a>

שטילע אינגערמאן » מאנטאג מאי 19, 2014 2:42 pm

· #201130
כ'רוף א גרויסע שטארקע קאמפעני ווי א ער-ליין צו א טעלעפאון קאמפעני אדער אפי דער באנק, אין א שיקסע וואס ווייסט נישט ווער האט זי די קאפ געשטעלט הייבט אויף די טעלעפאון.
מ'קען אראפ גיין פון זינען מיט די טיפשותדיגע חברה מיט א צובראכענע ענגליש וואס פארשטייען נישט בחייכון די ערשטע זאך פון די קאמפעני וואס זיי ארבייטען.
כ'קען נישט יעצט אויסשרייבען באריכות וואס כהאב יעצט מיטגעלעבט, קריטיש וויכטיג געדארפט עפעס ארלעדיגן אין די פארשאלטענע טיפוש קען ענגליש ווי איך כנעיזיש,
פראבירט זיך צו מאכן באטאמט מיטן אויס ליינען פון א צעטעל אז אלע קאלס זענען ריקארדוד וגו'

א חוצפה פון די קאמפעני פארן דינגען זעלעכע חברה. פאר דעים צאל איך גראב געלט? כדי דער שוטה זאל מיך לייגן אויף האלט ווייל זיי וויסט נישט גארנישט אין נאך א האלבע שעה ארויף שטעלען א צווייטע גולם?????
😈 😈 😈 😈

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 19, 2014 6:04 pm

· #201156
יא, דאס רעגט אויף יעדן נארמאלן מענטש. ערגעץ אויפן שטיבל איז געווען צוגעצייכענט א קליפ ווי איינער מאכט חוזק דערפון.. אפשר ביי אינטרעסאנטע קליפס אשכול?
מען דארף גלייך בעטן א סופערווייזאר, אפט מאל העלפט עס.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 19, 2014 6:06 pm

· #201157
שטילע אינגערמאן: ייש"כ. איך האב צוויי מעשיות צו פארציילן איבער גרויסע קאמפאניעס וועלכע לייגן ארויף טיפשים, עמי הארצים און שלימזל'נים אויף די פראנט ליינס, וועלכע רעיגן אויף מענטשן. כ'על זיי דערציילן בהעלם אחת. 1) . איך האב אמאל גערופן עי. טי.. ענד טי. בקשר מיט א טעלעפאן קאלל קיין א"י אדער יוראפ. (כ'געדענק נישט.). רופט זיך אן די אפערעיטאר און זי פרעיגט. דא יו ספיעק ספאניש? (ס'איז קיינמאל נישט געוועין קיין שמועס פון רעדן דעים לשון.) . האב איך געענטפערט "האו עבאוט אינגליש"?! זאגט זי "יעס, שור". נו פארוואס האסטו אנגעבאטן צו רעדן אין ספאניש?! דא איז דאך יו. עס.!... 😂 🙄 😉 😛 😳 😮
מעשה ב': איך האב אמאל געקויפט אן עלעקטראניק פארט (אן אריינגיין אין די פרטים הקטנים.) פון די גרויסע "דזשי. אי. קאמפאני. אין באקס איז געוועין א צעטל וואס ס'שטייט "אויב מ'האט קוועסטשאנס בלע"ז, זאל מען רופן דעים נאמבער. איך רוף אן דעים נאמבער, לייגט מען מיך אויף האולד פאר צען מינוט. נאכדעים רופט זיך אן עפעס א גולמ'טע און פרעיגט וואס איך וויל. איך זאג מיין שאלה. לייגט זי מיך אויף האולד פאר נאך צען מינוט. קומט א צווייטע חכמת, און פרעיגט וואס איך וויל. די זעלבע רעזולט. וחוזר חלילה. נאך רעדן צו זיבן אדער אכט מענטשן קום איך אן צום ערשטן בעל דבר. ערשטער בעל דבר זאגט "קאלל ען עלעקטריש'ן"...
דאס האב איך דאך געקענט טוון לכתחילה. נאר ס'איז געוועין א טעכנישע פראגע וואס דער מאנוופעקטשור'ער וואלט געדארפט האבן דעם ענטפער צו דעים... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 😛 😳 😉 😢 😞 😮

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 19, 2014 6:14 pm

· #201162
שמעקעדיג
יא, דאס רעגט אויף יעדן נארמאלן מענטש. ערגעץ אויפן שטיבל איז געווען צוגעצייכענט א קליפ ווי איינער מאכט חוזק דערפון.. אפשר ביי אינטרעסאנטע קליפס אשכול?
מען דארף גלייך בעטן א סופערווייזאר, אפט מאל העלפט עס.

כ'האב אמאל געזעין ערגעץ אין א מעגעזין א קארטון. ווי צוויי ליידיגגייערס וועלכע ארבעטן אין א קאמפעני. זיי ברענגען אן דעם טאג מיט שטותים. (טוען נישט די ארבעט). א מענטש רופט אריין. ער איז נישט צופרידן מיט'ן ענטפער. ער בעיט מ'זאל געיבן א סופערווייזער. מ'לייגט איהם אויף האולד. דער צווייטער באם וועלכער זיצט לעיבן ערשטן הייבט אויף און זאגט "יעס, איי עם דע סופערווייזער". קען איי העלפ יו?... 😕 😂 🙄 😂 😂 🙄 😉 😳 😮

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יוני 2, 2014 1:05 pm

· #204156
ארויף גיין אויף VIN.
אונזער טייערע @אנאנים האט יעצט געלייגט א לינק אין א געוויסע אשכול צו "וואס איז נייעס".
וואס איז דער שגעון פון האבן הונדרעט טויזענט עדד'ס??? טאמער איז דאס נישט גענוג קומט נאך ארויף א ריזיגע עדד וואס מ'דארף עקסן צו קענען בכלל אריין גיין אויף די וועב-זייטל.
אלץ האט א שיעור. מ'קען נישט ליינען קיין גראדע ווארט, הודרעטע עדד'ס בליטשקענען ביי די זייטן, כ'דארף טיילענאל.

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 2, 2014 1:07 pm

· #204159
ס'דא א פראגרעם וואס מ'קען דאונלאודען בכינם ס'וועט בלאקן אלע עד'ס
מ'האקט

רויטע וואנצעס » מאנטאג יוני 2, 2014 1:22 pm

· #204168
איך האב די באקאנטע ABP ad blocker. לעצטענס ארבייט עס מער נישט.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 2, 2014 3:37 pm

· #204245
עס מאכט מיר אויך משוגע,
אבער פארוואס זאל דיר יענער צושטעלן טעגליך נייעס אומזיסט?

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יוני 2, 2014 3:40 pm

· #204246
גערעכט. אבער איז נישט דא קיין מיטל וועג?
כ'גיי אויף אסאך וועב זייטלעך טעגליך וואס לעבן פון עדד'ס. קיינער איז נישט אזוי אנגעפירקלט, ביי די זייט, אינדערמיט, אויבן, אינטען, גרויס, קליין, וגו'

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 2, 2014 4:12 pm

· #204250
איך בין מסכים צו דעם.
אויכעט האבן זיי צופיל בלינקעדיגע עד'ס וואס בליטשקעט אין די אויגן בשעת'ן ליינען.

טיטאניק » מאנטאג יוני 2, 2014 4:18 pm

· #204251
מיר גראדע רעגט אויף אז קאווע שטיבל האט "נישט " קיין עדס
די מושג פון האבען עדס איז לאו דוקא די געלט וואס קימט אריין
עדס צייגען אז דער וועב סייט איז פיקט אפפ און מענטשען טיען דאס אנערקענען מיטען צאלען געלט ווערען געזען ביי זייער אסאך ליינערס

לית דין בר נש » מאנטאג יוני 2, 2014 4:21 pm

· #204252
פליז לאז אפ אונזער שטיבל עס איז פונקט גוט כמו שהוא

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 2, 2014 11:13 pm

· #204349
[ציטאט אראפגענומען]

די עדבלאקערס ארבעטן נישט אויף געוויסע היימישע וועבזייטליך וויבאלד זיי נוצן נישט די עד סערווערס פון די גרויסע עד קאמפאני'ס, נאר קלענערע היימישע קאמפאני'ס. ממילא דארף מען גיין צו יעדע עד אויפן פעידזש, רייט קליקן, אדער אין די סעטינגס פונעם עד בלאקער, געוואנדען אין וועלכע מ'נוצט. מ'טוט דאס איין מאל, ס'נעמט דריי מינוט, און מ'שפארט זיך אסאך צער ועגמ"נ.

מ גפני » מאנטאג יוני 2, 2014 11:19 pm

· #204352
האט איינער פון ענק דא שוין פראבירט צו לייענען נייעס אויף NEWS12.COM? זייער אסאך מאל קומט ארויף א ריזיגע באקסל - וואס מ'קען נישט עקסן - און אויף צו קענען בכלל אריין גיין אויף די וועב-זייטל מוז מען זיך איינשרייבן מיט א אי-מעיל אדרעס און קריעטען א פאסווארד, פארוואס טוהן זיי דאס? פארגינען זיי נישט אז מ'קען לייענען זייער נייעס?

טיטאניק » מאנטאג יוני 2, 2014 11:22 pm

· #204354
סתם אנטיסעמיטען
טיען עס נאר אפציטין אידען ווייל ווער זיצט אויף אינטערנעט אויב נישט אידען????

petergrifin » זונטאג יוני 8, 2014 1:45 am

· #204660
ארטיקעל װעגן סעליולער סערװיס אין אמעריקע, ס׳איז א װײטאג.

<a class="postlink" href="http://www.bloombergview.com/articles/2014-06-05/why-does-u-s-cell-phone-service-stink">http://www.bloombergview.com/articles/2 ... vice-stink</a>

berlbalaguleh » זונטאג יוני 8, 2014 4:38 am

· #204688
ישמעאל הכהן
ס'דא א פראגרעם וואס מ'קען דאונלאודען בכינם ס'וועט בלאקן אלע עד'ס
מ'האקט

ישמעאל כהן גדול: יפה דיברת. דו האסט געשריבן "בחינם" מיט די אותיות פון "כינם". ווייל ס'דא א באקאנט ווערטל. "בחינם קריגט מען כינם"... 😕 י-) 😂 🙄 😛 😳 😉 😮

berlbalaguleh » זונטאג יוני 8, 2014 4:46 am

· #204689
טיטאניק
מיר גראדע רעגט אויף אז קאווע שטיבל האט "נישט " קיין עדס
די מושג פון האבען עדס איז לאו דוקא די געלט וואס קימט אריין
עדס צייגען אז דער וועב סייט איז פיקט אפפ און מענטשען טיען דאס אנערקענען מיטען צאלען געלט ווערען געזען ביי זייער אסאך ליינערס

טיטאניק: ס'שטייט אין די גמרא. "קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא". דער וואס ליינט דעם בריעף זאל מקיים זיין וואס שטייט דארט.. נו, הייב אן. לאז וויסן דעם עולם ווען דער טיטאניק פארט ארויס פון די מאנהעטן פיער. יעצט וועסטו שוין וויסן צו וואטשן אז די שיף זאל נישט אריינקראכן אין אן אייזבארג... 😕 😎 😂 😂 😂 😛 😳 😉 😮

דריידל » מאנטאג יולי 7, 2014 8:09 pm

· #210646
איך קען נישט דערליידן ווען איינער זאגט "אבער" במקום "אדער". לעצטענס ארבעט איך מיט איינעם וואס האלט אין איין זאגן "יא אבער ניין" "דעיס אבער יענץ ". ס'מיר שווער יענעם צו זאגן עפעס ווייל ער איז סאך עלטער ווי מיר אבער איך ווער צעפלאצט יעדעס מאל איך הער עס.

איך האף אז יענער דרייט זיך דא אין שטיבל און ליינט מיין תגובה.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 7, 2014 8:16 pm

· #210650
דריידל
איך קען נישט דערליידן ווען איינער זאגט "אבער" במקום "אדער". לעצטענס ארבעט איך מיט איינעם וואס האלט אין איין זאגן "יא אבער ניין" "דעיס אבער יענץ ". ס'מיר שווער יענעם צו זאגן עפעס ווייל ער איז סאך עלטער ווי מיר אבער איך ווער צעפלאצט יעדעס מאל איך הער עס.

איך האף אז יענער דרייט זיך דא אין שטיבל און ליינט מיין תגובה.

יא. איך דריי מיך (ב"ה) דא אין קאווע שטיבל. אדער דו ווילסט דאך נישט אז מ'זאל מגלה זיין ווער דו ביסט. כ'גע- דיר צוויי ברירות. אבער שטעלסט דו זיך ארויס אבער נישט... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😉 😉 😮

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 7, 2014 8:24 pm

· #210654
איך ווייס נישט יא "אבער" ניין ער דרייט זיך דא, "אדער" זיין איידעם דרייט זיך זעכער דא.

שטילע אינגערמאן » דינסטאג יולי 8, 2014 10:56 am

· #210773
שטילע אינגערמאן
כ'רוף א גרויסע שטארקע קאמפעני ווי א ער-ליין צו א טעלעפאון קאמפעני אדער אפי דער באנק, אין א שיקסע וואס ווייסט נישט ווער האט זי די קאפ געשטעלט הייבט אויף די טעלעפאון.
מ'קען אראפ גיין פון זינען מיט די טיפשותדיגע חברה מיט א צובראכענע ענגליש וואס פארשטייען נישט בחייכון די ערשטע זאך פון די קאמפעני וואס זיי ארבייטען.
כ'קען נישט יעצט אויסשרייבען באריכות וואס כהאב יעצט מיטגעלעבט, קריטיש וויכטיג געדארפט עפעס ארלעדיגן אין די פארשאלטענע טיפוש קען ענגליש ווי איך כנעיזיש,
פראבירט זיך צו מאכן באטאמט מיטן אויס ליינען פון א צעטעל אז אלע קאלס זענען ריקארדוד וגו'

א חוצפה פון די קאמפעני פארן דינגען זעלעכע חברה. פאר דעים צאל איך גראב געלט? כדי דער שוטה זאל מיך לייגן אויף האלט ווייל זיי וויסט נישט גארנישט אין נאך א האלבע שעה ארויף שטעלען א צווייטע גולם?????
😈 😈 😈 😈

כ'האלט פאר א הארץ עטאקע, פארשאלטענע גולמים, הענגטס ענק אלע אויף, גייטס אין די ערד, משגועים,

its me » דינסטאג יולי 8, 2014 11:10 am

· #210776
דריידל
איך קען נישט דערליידן ווען איינער זאגט "אבער" במקום "אדער". לעצטענס ארבעט איך מיט איינעם וואס האלט אין איין זאגן "יא אבער ניין" "דעיס אבער יענץ ". ס'מיר שווער יענעם צו זאגן עפעס ווייל ער איז סאך עלטער ווי מיר אבער איך ווער צעפלאצט יעדעס מאל איך הער עס.

איך האף אז יענער דרייט זיך דא אין שטיבל און ליינט מיין תגובה.

I have the same problem with my boss, it drives me insane. Also, when he wants me to call somebody, he says "kol em up" in yidish.
Let me guess your coworker is north of 50

דריידל » דינסטאג יולי 8, 2014 3:36 pm

· #210850
רויטע וואנצעס
איך ווייס נישט יא "אבער" ניין ער דרייט זיך דא, "אדער" זיין איידעם דרייט זיך זעכער דא.


געווענדליך שרייבסטי גוט און איך שטעל דיר אויפ'ן חזקה אז דאס איז אויך גוט. אבער וואס זאל איך טאן אז איך פארשטיי נישט וואס די שרייבסט?

זיי מסביר, ביטע
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24