☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24

בעל מדות » מיטוואך פעברואר 24, 2016 12:59 pm

· #322513
האלטנדיג אינמיטן א טיפע דעבאטע אויפן טעלעפאן מיט מיין ידיד "באראק אבאמא". ווי כסדר ביי מיר, אים רופנדיג קיין וואשינגטאן צו געבן ראט.

באקום איך מיטאמאל א "ביפ", פון א אנאנימע נומער, עס האט מיר געגרילצט אבער דאך האב איך נישט געקענט לייגן דעם פרעזידענט אויף האלד, נאך וואס דער רופער האט נישט אויפגעהערט רופן, און איך האב זיך געהערט אפגעהאקט האט דער פרעזידענט געכאפט אז איינער רופט מיר און פארגעשלאגן אז "ער וועט ווארטן"... "פיק אפ די פאון" האט ער געזאגט, האב איך טראנספערירט די ליניע, און צו מיין שטוינונג איז דאס געווען א ראבאטישע רוף פון עפעס א רעדל פירמע פון סאוט קאראליינע, וועלכע רופט צו אנבאטן איבער א ספעשל וואס זיי אנאנסירן לכבוד די געבורט'סטאג פון די פירמע גרונדער.

ווער זענען זיי מיר צו רופן? פון ווי האבן זיי מיין נומער בכלל? אפשר באלאנגט מיין נומער פריוואט צו דאנעלד טראמפ? וואס טוען זיי דא? האקן א קאפ! וועם אינטערסירט זייערע רעדער פון דא ביז יאפאן.

א אויפברויז, א חוצפה איך האב תיקף אראפגעהאקט און דערציילט פארן פרעזידענט דערוועגן, ער האט דאס אויך נישט פארשטאנען.

איך מאך א קאנטראקט מיט א טעלעפאן פירמע אז זיי זאלן צולייגן מיין נומער צו א נערווירנדע עדווערטייזינג ליסטע? אפשר עגרי איך ניטאמאל צו די "טערמ'ס און קאנדישנ'ס וואס די קאמפאני רעזערווירט? האבן זיי מיין ערלויבעניש אז איך זאל געצעגערט ווערן יעדע שני וחמישי מיט אנדערע אנבאטן?

וכדומה.. » מיטוואך פעברואר 24, 2016 6:33 pm

· #322549
דיע וואס רופן אן דעם שטאפענעם היט "טשאלענט טאפ"

אזוי? ער גייט א טאפ אויפן קאפ? נישט סתם א טאפ, א טשאלענט טאפ! א קראק פאט אדער א פלאכע? א ריינע אדער ס'האט נאך די שריים פון פארגאנגענעם שבת? און אז מרעדט שוין א בהמה טשאלענט אדער פארווע? א רינעדיגע אדער פארקוועטשטע? און וואו ליגט די קישקע??

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 24, 2016 11:12 pm

· #322580
שוין לאנג נישט געזעהן די אשכול. קוקט אויס אז פאר מער ווי צוויי חדשים האט זיך קיינער נישט גערעגט.

#אכשר דרא

קל וחומר » מיטוואך פעברואר 24, 2016 11:56 pm

· #322594
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מענין לענין באותו ענין, זאגט מען בשם ר' אורי סטרעליצקער אז ס'נישט פארהאן קיין גרעסערע יסורים ווי דאס אז ס'זאל אריבערגיין אויף א מענטש פערציג טעג אנע יסורים.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

פרייוויליג » זונטאג פעברואר 28, 2016 6:28 pm

· #322876
מיין ערשטע רעאקציע אין דעם אשכול, און אן אומאויפהערליכער צארן ברענט אין מיך. מיין חבר פון וומ"ס זאגט מיר אז ער האט עפלייד דורך אן אימעיל צי באקומען אינפארמעשען פון א דירה וואס שטייט צי פארדינגען אויף מירטעל עוועניו, און פאלגנד איז די קורצע אבער כומענישע אפליקאציע:

Applicants name:
Call back number:
Address:
Husband name:
Wife name:
Address:
Home number:
Cell number:
Number of Kids:
Section 8 (yes or no):
Name of Bais Medrash davening daily:
Name of Bais Medrash Davening Shabbos
:
Man Job:
Woman Job:
Husband parents name and address:
Wife parents name and address:
Previous Landlords name:
Previous Landlords phone number:


און פארוואס פרעגן זיי נישט ווער עס איז געווען זיין מוהל? וועלכע הכשר ער עסט? און וועלכער שיעור ער גייט ביינאכט? אם תמצי לומר אויב ער וויל וויסן אויב יענער איז נישט פון א דריטע וועלט קאנטרי, איז גענוג אז ער שרייבט ווער זיין שווער אדער פאטער איז!!

וואס דער זיבעטער שער גיהנם, דארף יענער בלוט-רענט צאפער וויסן אין וועלכע שול ער דאווענט?

דעת זקנים » זונטאג פעברואר 28, 2016 6:33 pm

· #322877
.

שטילע אינגערמאן » זונטאג פעברואר 28, 2016 7:02 pm

· #322878
זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פארוואס דארף מען ווייב אייביג קאמפליצרטע סחורה פונעם גראסערי?
פארוואס וויל זי קיינמאל נישט קיין מילך מיט ברויט? אייביג איז עס בעקעלעך מיט הונדרעטע סייזעס אדער איצי סקווערס אין יעדער זאך וואס סאיז דא פיפציג מין?
כקום אהיים בייז אז זי שיקט מיר פאר דעים, זי עפענט אויף די זעקל אין זאגט גארנישט איז גוט פארשטייט זיך,
אבער די ארדער וואס קומט איז אלץ פשוטע זאכן, נאר איך דארף גיין אליין קויפן די שווערסטע חפצים.

יעצט די בעקעלע קאמפעני גיי איך נעמען צו די״ת. פארוואס די העלל מאכט ער יעדער סייז סאיז שייך? סתם מיר צו געבן א הארד טיים? האק נישט א טשייניק, די ווייבער גיין זיך גוט א עצה געבן מיט יעדער צווייטע סייז אויך. נאר מיר צו אויפרעגן. להכעיס.

עכ״פ כשיק א בילד פארן ווייב פון געפוירענע whipped cream, פארשטייט זיך ס׳בילד גייט נישט אדורך ווייל דער צודרייטע גראסערי האט נישט סערוויס. מיין הענט ווערן פארפורען מיט די חפצים אין די הענט. דא זעהט די גוי וואס פאקט די שעלווס מיין בייזקייט אין לאכט כאילו כפארשטיי נישט קיין פשוטע אינסטראקעשענס פון מיין ווייב.

כדארף נישט קיין פארשטינעקענע אייס קרים כדארף נישט קיין זופ, שיק מיר נישט צום גראסערי, מיר איז גוט קאשע פאר סאפער אדער סיריעל.

קל וחומר » זונטאג פעברואר 28, 2016 7:07 pm

· #322879
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
די פשוטע סיבה איז ווייל יענער וויל גרינטליך אדורכגיין יענעמס ארענטליכקייט ווייל ער האט געהאט צו ליידן פון א וויליאמסבורגער איינוואוינער וואס פארשטייט אז 'מ'מוז' וואוינען אין וויליאמסבורג, אבער מ'מוז נישט צאלן האלב פון וואס די ארטיסטן אפערן.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

ירח בן יומו » מיטוואך מערץ 2, 2016 1:20 am

· #323101
ווען איך זעה א גאנצע הויפן לוח הציבור'ס אנקמען אין ביתמדרש. ווער דארף אזוי פיל. עס איז דאך נישט דא אזויפיל ביסכיסעס. זיי דארפן לייגן איינס אין יעדער ביהכ"ס און ס'איז פונקט גענוג.

בן אדם » מיטוואך מערץ 2, 2016 6:30 am

· #323105
ווייל פון אסאך לוח הציבור'ס פעלען שוין שטיקלעך. צומאל האלבע עמודים אדער גאנצע וואס געוויסע באטראכטן זיי אלס גאר וויכטיגע אנפארמאציע. אבער לאזן איבער דאס איבריגע אז אנדערע אידן זאלן כאטש קענען הנאה האבן פון ס'רעשט.

דריידל » מיטוואך מערץ 2, 2016 8:03 am

· #323108
מענין לענין, די וואס מאכן א טיי אין קאווע שטיבל (המקורי) און ווארפן ח"ו נישט די טי-בעג אין מיסט, נישט עובר זיין אויף בל תשחית, נאר לאזן עס איבער כאילו איינער וועט באלט עס איבערניצן

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מערץ 2, 2016 8:56 am

· #323110
היינט אין מקוה זיך גערעגט.

פארוואס דער שמאק קען נישט נעמען די האנטוך וואס ער האט געברענגט צום בור..
כהאב מיך דערוועלט א האנטוך לויט מיין געשמאק פארוואס דארף איך צוריקגיין מיט דיין האנטוך וואס די האסט נאר וואס אפגעווישט דיין שווייץ.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 2, 2016 9:03 am

· #323111
דריידל
נישט עובר זיין אויף בעל תשתית

🙂

גר ותושב » מיטוואך מערץ 2, 2016 9:17 am

· #323113
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
דריידל
מענין לענין, די וואס מאכן א טיי אין קאווע שטיבל (המקורי) און ווארפן ח"ו נישט די טי-בעג אין מיסט, נישט עובר זיין אויף בעל תשתית, נאר לאזן עס איבער כאילו איינער וועט באלט עס איבערניצן

און פארשטייט זיך אז זיי ניצן נישט די זעלבע טיי זעקלעך וואס דער וואס איז דא געוועין פארדעים האט איבער געלאזט אויך פאר די זעלבע סיבה.

לית דין בר נש » מיטוואך מערץ 2, 2016 11:44 am

· #323118
גרויסע מענטשעלע
היינט אין מקוה זיך גערעגט.

פארוואס דער שמאק קען נישט נעמען די האנטוך וואס ער האט געברענגט צום בור.

פארוואס נעמסטו בכלל דיין האנטוך צום בור? עפעס שלעכט אז עס ליגט נעבן דיין וועש?

ירח בן יומו » מיטוואך מערץ 2, 2016 12:02 pm

· #323122
אזוי נאך אפילו א גנב קומט און גנבעט זיינע קליידער, האט ער נאך א האנטעך צו צדעקן די פנים און אהיימגיין 😛

בן אדם » מיטוואך מערץ 2, 2016 12:19 pm

· #323127
אין די מקוה ווי איך גיי (בד"כ) האבן די האנטעכער וואס מ'נעמט צום בור א %50 שאנס צו ווערן נאס און א %80 שאנס צו ווערן געגאנב'עט.

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מערץ 2, 2016 1:03 pm

· #323134
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
לית דין בר נש
גרויסע מענטשעלע
היינט אין מקוה זיך גערעגט.

פארוואס דער שמאק קען נישט נעמען די האנטוך וואס ער האט געברענגט צום בור.

פארוואס נעמסטו בכלל דיין האנטוך צום בור? עפעס שלעכט אז עס ליגט נעבן דיין וועש?

כהאב אינזין געהאט צושרייבן.

ווייל כוויל נישט אויסזעהן ווי דער בייאינז אין מקוה וואס וואקט אן האנטוך.

די סיבה פארוואס יענער טוט אזוי ווייס איך נישט. אבער כקוק עס מער אן ווי טיפשות.

Sent from my SGH-M919V using Tapatalk

בן אדם » מיטוואך מערץ 2, 2016 2:15 pm

· #323137
דו ווילסט זאגן אז דאס איז די היתר פון ארומוואקען נאקעט אין מקוה?? 🙄

בן אדם » מיטוואך מערץ 2, 2016 2:16 pm

· #323138
ע"פ הלכה מעג מען זיך טובל'ן מיט קליידער, וויל די וואסער גייט דורך און מ'ווערט אינגאנצן נאס.

בן אדם » מיטוואך מערץ 2, 2016 2:29 pm

· #323142
שוין. אפשר דארף מען אנפרעגן ביי ר' הילל'ען לחוות דעת קדשו.

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מערץ 2, 2016 2:50 pm

· #323146
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
די ספארדישע באדעקן מיט די הענט [emoji6]

דריידל » מיטוואך מערץ 2, 2016 3:19 pm

· #323151
שמעקעדיג
דריידל
נישט עובר זיין אויף בעל תשתית

🙂


פאראכטן. וטעות לעולם חוסר

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 2, 2016 3:58 pm

· #323153
דריידל
שמעקעדיג
דריידל
נישט עובר זיין אויף בעל תשתית

🙂


פאראכטן. וטעות לעולם חוסר

😂
כ'האב געמיינט אז דו שרייבסט דאס אזוי בכוונה אלס מליצה, בעל תשתית, נישט טרינקען (הגם דער ע' פון 'בעל' קומט זיכער נישט)

א איד » מיטוואך מערץ 2, 2016 4:23 pm

· #323154
עס רעגט מיר אויף אז איך האב זיך נישט אויף וואס צו רעגן.

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:03 am

· #323902
ווען עמיצער הייבט אן רעדן און זאגט: נומער איינס... בעפאר ער ווייסט אז ער האט נומער צוויי.. פלוצלינג טרעפט ער זיך מיט איין נומער..

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:45 am

· #323920
בינעך געווען ביי א חתונה נעכטן, און אהיימגעגאנגען מיט א טראמא פארפלעקטע נפש.

די ספיקערס זענען געווען אזוי הויעך, אז די מתי מדבר וואלטן טויב געווארן.

די ליטאים האבן מיר צושטויסן מיט זייערע לומדישע טאנצעריי.

די ווילדע חסידים האבן מיר געטרעטן אויף די אינגרא טאנעיל, און געלאזט זייער שיך שמוץ אויף מיין שיך פוץ.

טייל חברה האבן אזוי געבריקעוועט ביי הארא, אז זיי האבן מיר שיעור געהארגעט מיט א שטויס בין המשפתים.

די זופ איז געווען אזוי הייס ביים סערווירן, אז מיין ערל שפתים דאמענירט היינט מיין טאג.

די חופה איז געווען אינדארס, ווייל אזוי איז מען מער קיהל. אויסגעזעהן ווי א לויה מיט בענקלעך אויף ביידע זייטן, און א זינגער אזוי בעצבות, אז יום המיתה דעפרעסיא האט מיר אייינגעשליגן אין א מרה שחורה עמוקה.

ווען דער רבי איז אנגעקומען האט מען אונז ארויסגעזארקעט פון די רינג ווי קינדער ביי יזכור, און געלאזט הויערן ביי די זייטן ביז דעם רעבינס גארטעל האט געוואלט אנטלויפן פונעם הייליגן טבור גרעניץ.

דאן האט די גבאי אויפגעהויבן די גארטל און געלאפן מיט'ן צדיק זעהן די שיינע כלה. די רבי האט אזש געטאנצן אז די הויזן האבן געדראעט אראפצוקומען יעדע רגע.

די חברה געבן נישט אויף אויף די סטרינג בינס.. יעדע חתונה נאכמאל מיט די גענעטישע מאדעפירטע הארטע פעסטערעזירטע קען'ירטע אויסגעטריקענטע סטרינק בינס. דאס מאל איז אפילו נישט געווען א קליין אויסגעבעטענע מייערען צווישן די סטרינג בינס. סתם הארטע סטרינג בינס מיט צומות הגידין פליייש, מיט א א"ח נאה שיעור מעש פאטעטאס.

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:00 pm

· #323930
כאב גראדע הנאה געהאט פונעם חתונה, ווייל וואנצעס האט מיך אנאנק דעם דערווארגן פאר געלעכטער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:06 pm

· #323932
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
לאמיר הערען א שטיקל למדות. אויף וואס פאר א טעמע?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:18 pm

· #323936
די לומדישע סוגיא פון ליטאים וואס טאנצן, איז א ברייט פארצווייגטע, זאגאר גאר א ווייטאגליכע צוליב די טרעמפלען, שטויסן און שטופן. כ'ווייס נישט צו ס'איז דערפאר וואס ביים טאנצן טראכט מען איבער'ן שור המועד וואס מ'האט געלערנט פריער און טאג, אדער הא גופא די טאנצן אליינס איז א אומארגענזירטע ויכוח אין די סוגיא צו רגל מועדת לשבר בדרך הילוכה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:31 pm

· #323940
יעצט דארף דער ליטאי אפגעבען א דין וחשבון פאר ביידע עוולות, הן דער פון לאמדעווען און הן דער פון ווילדע טאנצען. אלס פאלט אויף אונז? גארנישט קענען די חסידים נישט נעמען אויף זיך?

בעל מדות » מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:02 pm

· #324445
ררראאאא ווען עס טוט וויי שרייט מען!

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 1:26 am

· #329101
"ליל התקדש (ה)חג".

shem-tov » מיטוואך מאי 25, 2016 8:19 am

· #334488
די געמיינע צעטלעך פון די איזרעיליס קעגן די אמעריקאנע יודן אז מען זאל נישט ארויסנעמן זייערע סעלפאוןס. אנטשולדיגט מיר אבער לא זו הדרך רעד ווי א מענטש דער אמעריקאנער יוד איז נאך אזוי הייליג ווי די אפילו אויב ער האט א סמארט פאון

איך מוז אייך זאגן דעם אמת איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געטראפן אפילו איין איינציגער חרדישער יוד אין ארץ ישראל וואס איז באמת מצפים לישועה אויף ביאת משיח אלע דארטן זענען פארכאפט אין מינית און אפיקורסות בגלוי ובסתר זיי לאכן פון אונזער תמימות וואס ווען נישט דעם דאלער וואלט ער דיר ווען אפען געזאגט פ"י יעצט קומט ער אונז מוסר זאגן. פארשטייט זיך אז די קענסט אים גארנישט ענטפערן פאר די געמיינע פאשקעוויל אבער נעקסטיים איך טרעף דעם אפגעפליקטן איזרעילי וואלט איך אים אויסגעפרעגט איבער זיין אמונה דארטן אין זיין גאלדענע מדינה קלים וריקים שלעכטע מענטשן

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 25, 2016 8:25 am

· #334489
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
אויב וועלן די אמעריקאנע נישט ארויסנעמען די סמארטפאונס וויאזוי וועלן די ארץ ישראלדיקע וויסן פון וועם צו שנארען?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

בן אדם » מיטוואך מאי 25, 2016 9:09 am

· #334491
איינער אויף א"וו זאגט אז ס'איז אן אמעריקאנער ליידיגייער וואס דרייט אן די גאנצע מעשה און גייט זאמלען חתימות אין א"י. (נו מה יעשה הבן שלא יחטא? אוודאי גייען זיי חתמ'נען).

ונבנתה העיר » מאנטאג יוני 13, 2016 11:20 pm

· #337619
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פון משפחה'ס קולמוס דעם שבועות:



ווער עס איז נישט אן עם הארץ מופלג פארשטייט אז ענן מיינט אפצולערנען וואס די תורה האט געמיינט ווען זי זאגט 'דו' זאלסט נישט וגו', און נישט סתם ת' ת' לגז"ש.

אז מען גיסט עמערס זלזול איז כדאי צו זיין גערעכט אויך.

דעת תורה » מאנטאג יוני 13, 2016 11:55 pm

· #337620
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
וואס א נפק"מ צי דער גזירה שוה איז דער ת', און פון דעם ציטירטן שטיקל זעה איך נישט וואס דיין הכרח איז.

בכל אופן, פון א קראי'שן שטאנדפונקט איז אזא שטיקל תורה מופרך. פשוטו של מקרא דיקטירט אז לא תעשה כל מלאכה מיינט סטאפן אינמיטן טון די מלאכה, און תבערו מיינט אנצינדן, אבער גארנישט קיין רמז אויף אויסלעשן. אזא פשעטל און צושטעל האלט בכלל נישט אויס לויט קראי'שע סטאנדארטן.

איך וואונדער זיך באמת מאי דוחקייהו, וואס האט זיי געשטופט צו אסר'ן לעכט און פייער שבת.

נהורא נפישא » דינסטאג יוני 14, 2016 12:16 am

· #337625
לכאורה איז עס די בכל מושבותיכם, ווייל אויב די איסור איז די מלאכה דאן וואס האט דאס צוטאן בכל מושבותיכם. אויב אבער מיינט אז עס טאר נישט ברענען א פייער דאן פאסט די בכל מושבותיכם זייער גוט. ווי דער פסוק ולכל בני ישראל היה אור במושבותם.

ירא שמים » דינסטאג יוני 14, 2016 10:58 am

· #337683
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

דא האסטו די פלעצער וואו סשטייט בכל מושבותיכם און סהאט נישט צוטוען מיטן שטוב גופא.

נהורא נפישא » דינסטאג יוני 14, 2016 10:50 pm

· #337766
איר זענט גערעכט.
אריינקוקענדיג יעצט, זעה איך אז די פשט איז מדגיש צו זיין אז די אלע מצוות זענען נישט נאר יעצט בשעת הציווי, נאר חוקת עולם לדורותיכם בכל מושבותיכם, ופשוט.

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 15, 2016 11:32 am

· #337801
פארוואס יעדעס מאל מ'רעדט פון פרויען אין היימישע צייטונגן אדער מודעות אין ביהמ"ד וכדומה באטיטעלט מען זיי "נשים צדקניות און מענער זענען נישט זוכה צו דעם טיטול.

יהושע חיים » מיטוואך יוני 15, 2016 2:21 pm

· #337820
ווייל נארמאל איז עס עפעס נעגאטיוו וויל מען געבען עפעס א פאזיטיווע גלעט

בעל מדות » פרייטאג יוני 24, 2016 12:58 am

· #338915
איך פארשטיי אז ווען דו ביסט אויפגעוואקסן אין דיין טאטנ'ס טירגארטן האסטו זיך צוגעקוקט און אקאמאדירט א אנדערע שיטה ווי עס איז אנגענומען.

איך פארשטיי זייער גוט דאס אז דו מיינסט אז ווי מער עקלדיג דו וועסט זיך אויפפירן אלס מער וועט דיר ג-ט רעספעקטירן.

איך פארשטיי אז דו ווילסט זיך פירן מיט ראדיקאלע שיטות, און דורכפירן דיינע טאטן טראץ וואס זיי זענען גרויליג.

איך פארשיי זייער גוט אז דיינע עקלהאפטיגע סעלפישנעס און טראכטן נאר פון דיר, קומט פון יארן וואס דו מאכסט חוזר חזרה אויפן "בשבילי נברא העולם", און דו קימערסט מיט אנדערע מענטשן ווי זיי זאלן ווען זיין צעקוועטשע ווערים.

אבער זיי וויסן אז א חזיר קען מען נישט זיין, און ווען דו ערשיינסט צו א שמחה קענסטו "נ-י-ש-ט" ארויסנעמען מיט דיינע בלויזע הענט, עסן פונעם טאץ.

יעצט זייענדיג ביי א בחורל'ס 13-טע געבורטסטאג סעלעבראציע, איז מיר אויסגעקומען צו מיטטיילן די זעלבע טיש מיט מענטשן וואס איך וואלט מיט זיי נישט געלערנט בחברותא, נעמענדיג עסן פון איין טאץ מיט מענטשן וואס איך וואלט פון זיי נישט געבארגט קיין געלט.

קומט אריין א אינגערמאן וואס פליעט צווישן גייסטער אין עולם הדמיון, עס איז נישט קלאר ווען ער דארף צו לאנדען, זיינע וועש זענען שמוציג, ער איז - ווי מען רופט דאס אין אנדערע ווערטער - א חאניאק, אבער א ראדיקאלער דערפון, אזאנס וואס וואלט געווינען דער פארמעסט ווען עס זאל זיין אזא זאך.

זאל ער זיין אראביש אפשטאמיג וואלט ער בלי ספק געווען א אימאם, א עקלדיגער כלי, איימסארי טו סעי, ווען איך גיב ווען די כללים פון זיין מענטשליך וואלט איך אים גענוצט אלס א מוסטער וואס צו נאכקוקן און טון גענוי אלעס פארקערט.

מיט די באקטיריע, און שמוציגע אנגעווארצלטע הענט פון וועמען עס רינען שטיקלעך פארטרוקנטע הויט, באגלייט מיט לענגערע רינעדיגע אפענע העמעדער וואס קוקן מיר אויס צו זיין א שטראף, דערנענטערט ער זיך צום טעצל פרוכט. נישט אז עס איז שוין געווען האלב ליידיג און שוין, נאר פארקערט, ער האט אנגעטראפן א אנגעפולט טעצל פון ג-ט'ס בעסט באשאפענע פרוכט, ווי א היגיענישע דורכפאל און דזשוירמס רעוואלוציאנער, האט ער גענומען די פינעוו פינגערס, און געפאנגען עטליכע שטיקלעך וואסערמעלאנע וואס האבן אזוי צו מיר געקוקט און געבעטן פוי, נעם מיך ארויס פון דא.

אנטשולדיגט מיין ידיד, מיין טייערע ערב, איך זאג עס ווייל עס טוט מיר וויי ביז די טיפענישן פון מיינע מענטשליכע אינסטינקטן, דו קענסט אזא זאך נישט טוהן, עס איז עטישלאז, אבסורד, עקלדיג, און אומפארשטענליך.

קיינער דארף נישט ליידן אז איר זענט פויל צו נעמען ווי א מענטש עסן, און איר קלויבט אויס די האנט וואס האט נארוואס געראטעוועט און ארויסגעקראצט א מייקראסקאפישע פליגעלע וואס האט זיך בטעות פארפלאנטערט אין די וויסטענישן פון אייער נעזל.

מיר ווילן עסן רואיג און געשמאק. איר זענט נישט ביי אייך אינדערהיים, און איר דארפט זיך אויפפירן ווי די סטאנדארט וואס ווערט אויפגעפאדערט פון מענטשן ארום אייך.

ביי אייך אינדערהיים, קענט איר עסן וויאזוי איר פארשטייט, און געדענקט נאר אז ווען מען שמירט אריין פישזאפט אין די גאטשעס דארף מען דאס דערנאך אויסוואשן.

אבער קומען אין פובליק, טרעטן אויף מענטשליכקייט, טון זאכן וואס די תורה פארבאט, עסן אומאיידל, איז נישט צום זאך, און עס איז אפילו נישט רבניש.

עס זענען דא ספעציעלע געצייג וואס הייסן לעפלעך, גאפלעך, און מעסערס, וועלכע העלפן דעם מענטש זיין זויבער, עס העלפט צו זיין ריין, און איז געמאכט פאר אט די סיבה, נעמליך, איר זאלט קענען עסן און נישט צושטערן די שמחה פון אנדערע מענטשן וואס ווערן רואינירט ביז ברעכן ווען זיי זעען די סארט סצענעס.

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 24, 2016 8:01 am

· #338933
מ'זעהט אסאך מאל יונגעלייט פירן זיך אויף פשוט אומערצויגן. דאס וואס איז פשוט פאר יעדע בר בי רב חד יומא און אפילו א נידריגע גוי ווייסט און רעספעקטירט עס, וועט אבער א יונגערמאנטשיק אדער אפילו עלטערע איד, נישט וויסן וואס די ווילסט פון אים.
נעם למשל די יונגערמאן מיט וועם איך דאווען טעגליך מנחה. דער האט א מנהג אז ווען די נאז רינט אים וועט ער נישט מטריח זיין זיינע פיסעלעך צו גיין נעמען א טישו. אנשטאט דעם וועט ער זיך אן עצה געבן דורך אריינשלעפן זיין צואת האף מיט אזא גרידער אז א טויבער טויטער קען הערן. ווען איך קוק אויף אים מיט מאדנע בליקן האט ער נישט קיין מושג וואס איך וויל פון אים.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 7, 2016 4:05 pm

· #340845
ווען כ׳געב אריין די קאר פאר valet parking.
דער נידריגע גוי וואס דרייווט מיין קאר פאר פונקטליך 20 פיס האט געטראפן זייער וויכטיג צו רוקן די סיעט.
איך האב עיהם נאך געגעבן א טיפ אויך.

א איד » דאנערשטאג יולי 7, 2016 5:09 pm

· #340853
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ווען זיי זעצן זיך אריין אין די קאר, קען מען מיינען אז זיי לאזן זיך ארויס צו די נייעגרע פאלס, זיי רוקן די סיעטס, טוען זיך אן סיעטבעלטס, כהאב געפרעגט אמאל איינעם, אויב ער האט מיר פאררוקט די רעדיא טשענעלס אויך.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 7, 2016 6:18 pm

· #340863
ווען מ'זינגט נפשי חולת אהבתך מיט א באטל וויין אין האנט ביי אן אנגעפילטע טיש מיט עסן וואס אפילו פאר א זמירות'ל איז נישטא קיין פלאץ....
#שירה #זאביפריד #פאלקאוויטש

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 7, 2016 6:29 pm

· #340865
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
און מען רייכערט א ציגאר

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 7, 2016 7:29 pm

· #340886
סאשי פיש
און מען רייכערט א ציגאר

און א קינד זעהט דאס נאך צו....
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24