☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24

אפשר » פרייטאג יולי 8, 2016 9:53 am

· #341045
קאווע טרינקער
ווען מ'זינגט נפשי חולת אהבתך מיט א באטל וויין אין האנט ביי אן אנגעפילטע טיש מיט עסן וואס אפילו פאר א זמירות'ל איז נישטא קיין פלאץ....
#שירה #זאביפריד #פאלקאוויטש

לכאורה גייט די חולת אהבתיך ארויף אויף די וויין און די בן סורר ומורר פלייש

קאמענטירער » פרייטאג יולי 8, 2016 12:07 pm

· #341073
סדא אן ענין וואס שטערט מיך שטארק און איך וועל עס אויסשמועסן טראץ די אומבאטעמטקייטט שבו:
היינט איז שטארק איינגעפירט אז ווען מען גייט אויפן מקום וואו אפי' די אמאליגע קעניגען פלעגן גיין אליינס דארף מען שוין היינט נישט זיין אליינס מנעמט מיט איינע פון די אומזינסטע טעגליכע בראושורען אין ביהמ''ד און מקען פונקטליך זען ווער סוויל פארענטען א דירה אדער אויב איינער וויל עפעס מעורר זיין וכדו'

איז ביי מיר מאכט זיך גאנץ אסאך מאל וואס מען שפירט א שטארקע דראנג פונעם קערפער אויסצושפייען די פרעמדע ארטיקלען סאיז נישט דא קיין ברירות און מדארף פליען און סבלייבט ניטאמאל איבער צייט צו נעמען איינע פון די פליג צעטלעך אזויפיל יא קען מען יא עספיען צו אויסוועלן א בית הכוד שטיבעלע מיט די דבר יום ביומו אינעוויניג איך פריי זיך אז ב''ה לא השבית גואל און סאיז מיר געלונגען נישט צו זיין ביחידות מיט זיך אליין איך הייב אויף די צעטיל אין די ערשטע געלעגנהייט זע איך נישט מער און נישט ווייניגער די צעטטיל אז פון א טאג צוויי צוריק.... 😈 😈 😈 😈

גראף » פרייטאג יולי 8, 2016 12:30 pm

· #341080
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פאר דעם האט דער באשעפער באשאפן סמארט פאונ'ס. מאך נאר זיכער צו דאווענען אין א פלאץ ווי עס איז דא סערוויס איבעראל.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 10, 2016 1:04 am

· #341166
גראף
פאר דעם האט דער באשעפער באשאפן סמארט פאונ'ס. מאך נאר זיכער צו דאווענען אין א פלאץ ווי עס איז דא סערוויס איבעראל.

גראף:...און מ'האט נישט געאסר'ט אריינצוברענגען סמארטפאונס אין גאנצן בנין... 😂

וואלווי » מאנטאג יולי 11, 2016 3:39 am

· #341354
ווען איך גיי אריין און א ספרים געשעפט אין וויל אויסטשעקען די נייע ספרים סעקשען מוז אייביג זיין עפעס א יפת תואר וואס ליגט אנגעליינט אויף די גאנצע שעלף במלוא רחבו שטייטלעך דורך לערנעדיג איעדע הסכמה און מעות קדימה פון איעדען ספר באזונדער.

זיי מוחל נעם א ספר רוק דיך צו א זייט און לאז א צווייטער אויך צו!!

בן אדם » מאנטאג יולי 11, 2016 5:06 am

· #341356
וועלכע ספרים געשעפט איז אפען אזוי שפעט ביינאכט 😉

גראף » מאנטאג יולי 11, 2016 11:07 am

· #341389
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
בן אדם
וועלכע ספרים געשעפט איז אפען אזוי שפעט ביינאכט 😉

ער מיינט לכאורה פינטער'ס ספרים סטאר אויף דער גאס..

וואלווי » מאנטאג יולי 11, 2016 9:46 pm

· #341513
בן אדם
וועלכע ספרים געשעפט איז אפען אזוי שפעט ביינאכט 😉

צווישען 2-4 AM איז מיין צייט ארויס צי געבען כעס...

גראף
ער מיינט לכאורה פינטער'ס ספרים סטאר אויף דער גאס..

דרך אגב YU לייברערי, א גאר פיינע פלאץ, איז אפן ביז 1 am

בן אדם » זונטאג אוגוסט 7, 2016 4:14 pm

· #344784
אז אפאר חסידיש'ער פאצעס קענען שוין מבחין זיין וועלכע מעשיות איז יא אמת און וועלכע נישט, און אז וואס די בארדיטשובער האט געטון איז נישט מעגליך ווייל רביה"ק האט עס שוין כביכול געלייקענט, אדער צו וועלכע מופתים און כוחות דער בעש"ט האט יא גע-יכול'ט און וועלכע נישט...

אנבעליוואבל!

קיינער האט ענק נישט געבעטן צו בלייבן חסידים, אז עטס קענטס עס נישט דערהייבן דאן לאזט'ס עס אפ!! ס'איז נישט פאר ענקערע מוחות.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 7, 2016 5:09 pm

· #344790
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
אפשר איז עס נישט פאר דיין מו"ק מבחין צו זיין בין אמת לשקר

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

בן אדם » זונטאג אוגוסט 7, 2016 5:24 pm

· #344793
(כ'האב געוואוסט אז דאס גייט זיין דו ערשטע שאלה. כ'האב נאר נישט געוואוסט צו פון דיר אדער פון משזר..)

למעשה, די ביסט דאך א ליטוואק, סאו וואס דו זאגסט נאר וועט מיר נאר קאסטן א שמייכל.. אבער אדרבה, וויאזוי ביסטו מבחין צווישן אמת אין שקר?

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 7, 2016 5:28 pm

· #344795
ביסט גערעכט, חסידישע פאצעס האבן טאקע נישט קיין רעכט צו נעמען א שטעלע. אבער נישט-פאצעס, מעגן יא.

בן אדם » זונטאג אוגוסט 7, 2016 5:33 pm

· #344798
ווער איז דער נישט פאץ פון וועם דו רעדסט? און וואס זאגט ער?

בן אדם » זונטאג אוגוסט 7, 2016 5:35 pm

· #344799
אדרבה, איך וויל אויך הערן.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 7, 2016 6:47 pm

· #344807
בן אדם
(כ'האב געוואוסט אז דאס גייט זיין דו ערשטע שאלה. כ'האב נאר נישט געוואוסט צו פון דיר אדער פון משזר..)

למעשה, די ביסט דאך א ליטוואק, סאו וואס דו זאגסט נאר וועט מיר נאר קאסטן א שמייכל.. אבער אדרבה, וויאזוי ביסטו מבחין צווישן אמת אין שקר?

ס'איז פארקערט, אלס מתנגד בין איך גרייט צו גלויבען אז אלע מעשה'ס זענען אמת. דער בע"שט איז אריבער די וואסער אזוי ווי יאשקע, דער ריזהינער האט אין זיין לעבען גארנישט געלערנט און ר' שלמה קארלינער איז געווען א גראבע בעל תאווה. דו ביסט דער וואס האט שתי דרכים לפניך, אדער נישט גלויבען און בלייבען ביי אידישקייט, אדער גלויבען און טוישען דער גאנצע רעליגיע צו שטימען מיט א פאר באבע מעשה'ס.
It's a free country, take your pick

קאמענטירער » זונטאג אוגוסט 7, 2016 9:35 pm

· #344832
כשפאציר מיך אזוי רואיג אויף די שטילע גאסען דא אין שטאט, און איך זעה ווי א קינד -קומט אינעם פארקערטען ריכטונג ווי איך גיי- מיט א ביציקעל, פיין נישט קיין פראבלעם די גאס קען פארנעמען מער ווי צווי שפאצירערס, אבער וואס סגשענט איז -און די פראבלעים איז אז סהאלט זיך און איין איבער'חזר'ען- אז פונקט ווען איך קום אן נאנט צו די קינד, געבט זיך די קינד א קער איבער מיטען ביגוויל וכדו', און מיין רואיגע שפאציר קומט צו א דראסטישע אפשטעל, געשענט דאס נאר צו מיר? ווייס איך נישט, אבער סהאט שוין שוין עטליכע מאל פארסירט צו מיר און סרעגט מיר אויף 😈 😈 😈

בן אדם » זונטאג אוגוסט 7, 2016 9:57 pm

· #344834
ליטוואק פון בודאפעסט

ס'איז פארקערט, אלס מתנגד בין איך גרייט צו גלויבען אז אלע מעשה'ס זענען אמת. דער בע"שט איז אריבער די וואסער אזוי ווי יאשקע, דער ריזהינער האט אין זיין לעבען גארנישט געלערנט און ר' שלמה קארלינער איז געווען א גראבע בעל תאווה. דו ביסט דער וואס האט שתי דרכים לפניך, אדער נישט גלויבען און בלייבען ביי אידישקייט, אדער גלויבען און טוישען דער גאנצע רעליגיע צו שטימען מיט א פאר באבע מעשה'ס.
It's a free country, take your pick

גלייב וואס דו ווילסט געזונטערהייט. אלץ מיך אויס קענסטו אנרופן דעם גאנצן דגל מחנה אפרים (ווי ס'שטייט די מעשה מיט'ן גארטל איבערן וואסער) מיט'ן תולדות יעקב יוסף (אחיה השילוני) אויף יאשקעס תורות.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 2:46 am

· #344857
קאמענטירער
כשפאציר מיך אזוי רואיג אויף די שטילע גאסען דא אין שטאט, און איך זעה ווי א קינד -קומט אינעם פארקערטען ריכטונג ווי איך גיי- מיט א ביציקעל, פיין נישט קיין פראבלעם די גאס קען פארנעמען מער ווי צווי שפאצירערס, אבער וואס סגשענט איז -און די פראבלעים איז אז סהאלט זיך און איין איבער'חזר'ען- אז פונקט ווען איך קום אן נאנט צו די קינד, געבט זיך די קינד א קער איבער מיטען ביגוויל וכדו', און מיין רואיגע שפאציר קומט צו א דראסטישע אפשטעל, געשענט דאס נאר צו מיר? ווייס איך נישט, אבער סהאט שוין שוין עטליכע מאל פארסירט צו מיר און סרעגט מיר אויף 😈 😈 😈

קאמענטירער: ניין. דו ביסט נישט דער איינציגסטער. ס'שוין געשעהן עטליכע מאל ביי מיר אויך.נאר לעצטנס איז דא אן אנדער פראבלעם. א טאטע האט געוואלט מזכה זיין זיין יונגל. און ר'האט איהם געקויפט א מאטארייזד סקוטער. ומה יעשה הבן ולא יחטא. דער יונגל פארט ארום . ניין. נישט ער פארט. נאר ער פליהט מיט'ן סקוטער אויפ'ן סיידוואק מיט א גרויס ווילדקייט. איך זיץ ביי מיר אויפ'ן 3'טן שטאק און איך הער דעם רעש פון דעם סקוטער. ווי דער יונגל פארט אהין און צוריק. ווילדערהייט. יעצט האביך נאר די איינציגע האפענונג אז דער יונג וועט אריינקלאפן אין א מענטש. און מ'וועט סוען דעם טאטן (דעם קארגן) כמו שכתוב. וועט ער זיך אפשר לערנען א לעססאן אז מ'קויפט נישט אזאלכע שעדליכע טויס פאר די קינדער...!

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 2:58 am

· #344858
קאמענטירער, ס'טאקע זייער אינטרעסאנט. אפשר זעסטו אויס ווי א רב און די קינדער פון גרויס שרעק קערן זיי זיך איבער.

ר' בערל, הניחא ווען דו טאטע האט עס געקויפט, אבער ע"פ רוב) אין מיין גאס זיכער) באלאנגט דאס פאר איין קינד און ער איז דאס מזכה פאר זיינע חברים...

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 12:57 pm

· #348903
נישט ממש עס רעגט מיך אויף, אבער מאכט מיר נערוועז.
געוויסע קאמפאניס יעדע מאל זיי שיקן א אימעיל מיט א PDF פייל, שרייבט מען דערונטער אזא "פראפעסיאנאלע" מעסעזש, בערך אזוי,
To read PDF files, download Adobe Acrobat from here

פונקט PDF פיילס? פארוואס נישט פיקטשער פיילס? אדער ווארד/עקסעל פיילס? קליפס?
יעדע קאמפיוטער/פאון קומט שוין היינט עקוויפט מיט א PDF ריעדער, צו וואס סתם משוגע מאכן?

טמיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 2:06 pm

· #348917
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ס'נישטא קיין אשכול פאר זאכן וואס מאכן נערוועז?

שטאפענע קאפעליטש » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2016 6:38 pm

· #349028
וואס רעגט דיר אויף? אז זיי האבן געראטעוועט? קאמאן!!!!

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:44 am

· #349087
אבער איך קען די משפחה. זיי זענען מיינע נעקסט דאאר נעיבארס. אאפס. יעצט ווייסטו שוין וואו איך וואוין... 😂 🙄

אייז קריעם » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:25 pm

· #349555
ווען איינער וואקט אריין אימיטן א שמיעס און פרעגט "וואס רעדט מען דא"?

ביליג » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:47 pm

· #349581
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ווען א גרופע תורים ובני יונה מאכן הכנות אויף מיין קאר ! [emoji35]

קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:35 pm

· #349694
איראנער פראוויקאציעס
איינע פון די הויפט זאכען וואס רעגן מיר אויף און איך קען גארנישט טאן דערצו איז: די חוצפה און פרעכקייט וואס איראן האלט און איין ארויפברענגען לגבי אמריקא, און אמעריקא? גארנישט, טוט נישט גארנישט, אנשטאטס זיך שטעלן אויף די פיס און אנפעגען צו רעדן רעבי שפראך פאר די קליינטשיגע טוטערס, פאלט מען צו די פיס פון די איראנער כומעני'ס און מען לעקט זיך גאר צו זיי,

אנגעפאנגען האט זיך עס ווען מען האט גענומען אמעריקאנער דיפלאמאטען אין האסטעזש, שוין פון דעמאלס איז שוין אמעריקא אין דעפעציט אין ווייזען און שטעלן אין פלאץ די איראנער איטאלעס אז זיי זאלן איינרוען, יעצט (איך וועל נישט דערמאנען יעדע פראוויקאציע) נאכער האט מען מיט זיי פארהאנדעלט מיט די נוקלער דיעל מהאט זיך געבראכן פאר זיי נאכגעגעבן קאמפיסאציעס, פארכאפען זיי אמריקאנער זעלנער, פורבירען אויס א נייע מיסעל, רעדן זיי זיך נאך אפ אז מען באהאנדלט זיי נשיט שיין און על אף וואס מהאט געמאכט א דיעל מיט זיי קענען זיי נאך נישט מאכען ביזנעס!!!!! האלטען זיך אין איין רייצן מיט אמריקאנע נעווי שיפן און אמריקא גארנישט משווייגט,

אפשר וויל מען סזאל מקיום ווערן די פסוק "הַנֶּעֱלָבִין וְאֵינָם עוֹלְבִים שׁוֹמְעִים חֶרְפָּתָם וְאֵינָם מְשִׁיבִים עֲלֵיהֶם הַכָּתוּב אוֹמֵר "וְאהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ". 😈 😈 😈 😈 😈 😢 😢 😢 😢

גראף » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:04 pm

· #349724
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
זעהט אויס אמעריקע האט מורא פון התגרות באומות.

סימפל » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 7:56 pm

· #349772
ווען א ניק ענטפערט אן אנדערע ניק אין מיטן אן אשכול אן ציטירן די אנדערע ניקס קאממענט. ווי למשל, צו ניקי: איך דיסעגרי ווייל בלא בלא בלא... כ'האב נישט קיין אנונג מיט וואס דו דיסעגריסד, כ'ווייס וואס די אנדערע ניק האט געשריבן. כ'דארף יעצט אדורך קוקן די גאנצע אשכול פון אכט פעיזשעס? עס איז אזוי ווי ער האט א פרייוועט קאנווערסעישען אין מיטן א גראפ טשעט. בעצם רעגט עס אויף אבער וואס זאל מען טון אז דער ניק מאכט אזעלכע אייגענארטיגע זיסע פרייליך מאכענדיגע עמאוזשיס.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:30 pm

· #349804
סימפל
ווען א ניק ענטפערט אן אנדערע ניק אין מיטן אן אשכול אן ציטירן די אנדערע ניקס קאממענט. ווי למשל, צו ניקי: איך דיסעגרי ווייל בלא בלא בלא... כ'האב נישט קיין אנונג מיט וואס דו דיסעגריסד, כ'ווייס וואס די אנדערע ניק האט געשריבן. כ'דארף יעצט אדורך קוקן די גאנצע אשכול פון אכט פעיזשעס? עס איז אזוי ווי ער האט א פרייוועט קאנווערסעישען אין מיטן א גראפ טשעט. בעצם רעגט עס אויף אבער וואס זאל מען טון אז דער ניק מאכט אזעלכע אייגענארטיגע זיסע פרייליך מאכענדיגע עמאוזשיס.

סימפל: יעצט וועל איך דיר זאגן דירעקט אין פנים אריין (דריי דיך אויס, יא) וואס ס'רעגט מיך אויף. ווען איך ברענג יענעם'ס קוואוט קומט מען און מ'קוועטשט אז איך ..."בין מצטט לבטלה (בכל קליפין) "...איך האב מיך זייער שטארק דערשראקן. ווייל איך האב אייביג געוואוסט וואס ס'מיינט ברכה לבטלה און --ע לבטלה. און דא פלוצלינג א נייע אנשיקעניש. און כ'האב געפרעגט בפשטות און בתמימות וואס דאס מיינט. קומט איינער וואס ער האלט זיך פאר א חכם בעיניו און איז מיר מסביר...ציטירן, לבטלה... איך האב נאכאלץ נישט געוואוסט וואס זיי מיינען. ביז...דער אייבישטער האט מיר חונן דעת געווען, און כ'האב געכאפט וואס דער פסוק מיינט...קומט יעצט א צווייטער חשוב'ער ניק און קאמפלעינט פארקערט...הוי, אונז אידעלעך זענען א שווער פאלק. כ'הייב שוין אן צו פארשטיין פארוואס משה רבינו האט געדארפט א יעדע נאכט נעמען 2 טיילענאל פאר ער איז געגאנגען שלאפן... 😂 🙄

סימפל » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:09 pm

· #349811
berlbalaguleh

קודם כל שכוח פארן מיר ציטירן, אז נישט וואלט איך געדארפט צוריק גיין זען וואס איך האב גשריבן.
פון לבטלה האסטו מורא? זעט אויס אז ביסט פונעם רעבע זכיסאיאגענאלייניס דור, ווייל אונזער היינטיגע פאוקימאן דור האט א ר' נחמן און א אפילו בהסתרה, זיי האבן שוין קעיר גענומען פון די לבטלה פראבלעמן.
בד"וו נישט געוויסט אז משה רבינו האט שוין אויך גענומען פילן.

בן אדם » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:12 pm

· #349812
סימפל
berlbalaguleh
סימפל
ווען א ניק ענטפערט אן אנדערע ניק אין מיטן אן אשכול אן ציטירן די אנדערע ניקס קאממענט. ווי למשל, צו ניקי: איך דיסעגרי ווייל בלא בלא בלא... כ'האב נישט קיין אנונג מיט וואס דו דיסעגריסד, כ'ווייס וואס די אנדערע ניק האט געשריבן. כ'דארף יעצט אדורך קוקן די גאנצע אשכול פון אכט פעיזשעס? עס איז אזוי ווי ער האט א פרייוועט קאנווערסעישען אין מיטן א גראפ טשעט. בעצם רעגט עס אויף אבער וואס זאל מען טון אז דער ניק מאכט אזעלכע אייגענארטיגע זיסע פרייליך מאכענדיגע עמאוזשיס.

סימפל: יעצט וועל איך דיר זאגן דירעקט אין פנים אריין (דריי דיך אויס, יא) וואס ס'רעגט מיך אויף. ווען איך ברענג יענעם'ס קוואוט קומט מען און מ'קוועטשט אז איך ..."בין מצטט לבטלה (בכל קליפין) "...איך האב מיך זייער שטארק דערשראקן. ווייל איך האב אייביג געוואוסט וואס ס'מיינט ברכה לבטלה און --ע לבטלה. און דא פלוצלינג א נייע אנשיקעניש. און כ'האב געפרעגט בפשטות און בתמימות וואס דאס מיינט. קומט איינער וואס ער האלט זיך פאר א חכם בעיניו און איז מיר מסביר...ציטירן, לבטלה... איך האב נאכאלץ נישט געוואוסט וואס זיי מיינען. ביז...דער אייבישטער האט מיר חונן דעת געווען, און כ'האב געכאפט וואס דער פסוק מיינט...קומט יעצט א צווייטער חשוב'ער ניק און קאמפלעינט פארקערט...הוי, אונז אידעלעך זענען א שווער פאלק. כ'הייב שוין אן צו פארשטיין פארוואס משה רבינו האט געדארפט א יעדע נאכט נעמען 2 טיילענאל פאר ער איז געגאנגען שלאפן... 😂 🙄

קודם כל שכוח פארן מיר ציטירן, אז נישט וואלט איך געדארפט צוריק גיין זען וואס איך האב גשריבן.
פון לבטלה האסטו מורא? זעט אויס אז ביסט פונעם רעבע זכיסאיאגענאלייניס דור, ווייל אונזער היינטיגע פאוקימאן דור האט א ר' נחמן און אן אפילו בהסתרה, זיי האבן שוין קעיר גענומען פון די לבטלה פראבלעמן.
בד"וו נישט געוויסט אז משה רבינו האט שוין אויך גענומען פילן.

איין מעניט, איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:54 pm

· #349822
ר' בערל, איר דארפט פשוט כאפן דעם נפק"מ צווישן מצטט זיין, און מצטט זיין "לבטלה".

מצטט זיין בעצם האט א גוטע סיבה, אז מען באציהט זיך אויף יענעמ'ס ווערטער. אבער טאמער יענער האט אקארשט געשריבן, פעלט נישט אויס גלייך דערנאך צו מצטט זיין יענעמ'ס דרשה. ווי אויך, אויב איז מען שוין יא מצטט, זאל דער ציטוט ענטהאלטן בלויז די פאר שורות אויף וואס דו ווילסט קאמענטירן, נישט מצטט זיין 50 שורות צוליב אן איינצלנעם פאראגראף.

דאס זאג איך נישט דווקא פאר דיר; ס'זענען פאראן מערערע ניקס וואס טוען דאס, און זיי כאפן זיי נישט. אבער עס שטערט שטארק פאר רוב ליינער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 12:14 am

· #349827
ר' שמעקעדיג: ייש"כ. דו ביסט 100% גערעכט. איך פארשטיי שוין ב"ה גאנץ גוט די נפקא מינה. דו דארפסט אבער געדענקען אז איך בין א גרויסער ע"ה ווען ס'קומט צו טעכנאלאגיע, רח"ל. איך ווייס זיכער אז די רבי, הגה"ק מהר"א שליט"א ווען ער רעדט איבער טעכנעלאגיע מיינט ער מיך. און נאר מיך...!
אבוש ולא אודה (אדער אפשר פארקערט). איך הייב נישט אן צו וויסן וויאזוי מ'צוטיילט א קוואוט. כ'האב שוין געטרייט א סאך מאל און ס'גייט נישט. ממילא מוז איך ברענגען די גאנצע מימרא פונ'ם בעל דבר. ס'באדערט מיך אויכעט זייער שטארק. אבער איך האב מיך נאכנישט אויסגעלערנט דאס צו טון...
מיט פארשטענדעניש פאר אן אלטן עם הארץ אין חכמת ה'טעכנעלאגיע...החותם מתוך שמחה אני הקטן בערל בעל עגלה בן יאסל דער אונטערשמייסער. ... 😂 (דאס איז געווען מיין ניק אויף קרעטשמע עליה השלום.)

שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:19 am

· #349835
פון די קארנער ביזן פאמפ איז דא פלאץ פאר צוויי קארס, אבער איינער וואס פארקט ווי א פערד נעמט אויף ביידע ספאטס

יואב » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:46 am

· #349836
שטאפענע קאפעליטש
פון די קארנער ביזן פאמפ איז דא פלאץ פאר צוויי קארס, אבער איינער וואס פארקט ווי א פערד נעמט אויף ביידע ספאטס

יא יא. איי פיעל יור פעין בעבי.

א צווייטע זאך איז ווען עמיצער שטעלט אן סימנים פון ארויסרוקן זיך. ווי א הכנעה'דיג תינוק וואס ווארט אז דער סאדיסטישער מלמד זאל זיך וויסנדיג מאכן פון זיין געהויבענער האנט, און אים לאזן גיין אין טוילעט, ווארט מען אז יענער זאל זיך ארויסציען. ער טוט אבער א גאנצע טובה אז ער גייט זיך ארויסרוקן פון א שטיקל קרקע וואס געהערט אגב פאר מיר פונקט ווי אים, און לאזט זיך ווארטן. פיינעלי צייגט ער שוין מער ערנסטע סימנים, ס'רעדל שטעקט שוין ארויס ס'קעפל אויפ'ן ראוד, דער וויהיקל גיבט א קליין שפרינגעלע, דער בלינקער ארבעט ווי אויף קרוז, דער כאפט אבער א מאדנעם קוק אין שפיגל, לאנג ווי א ראש-השנה'דיגער מוסף. שוין, דער מלך פארט צום סןף ארויס, און ס'שטעלט זיך ארויס אז ער איז גאר געווען פארקירט ביי א פארקאקטן פאמפ. ס'וויל זיך ענדערש יענעם אויסרייסן, ווי איידער דעם פאמפ. שטייצעך כהיום ווייסעך פשוט פון עקספיריענס שוין לפחות ביז איבער צוויי סקווער-מייל פון מיין דירה, גענוי וואו ס'איז פאראן א פאמפ, באס-סטאפ, גאראדש אדער גלאט אזוי א נאוי-סטענדיג. צומאל איז מיר א חידוש וויפיל פאמפס מוז זיין אויף איין גאס. באס-סטאפס ווידער, אויב וויל איך פארקן, דאן איז דא אויף יעדער אינטש איינס, ווידער אז וויל איך כאפן דעם באס, מוז קריכן ביז'ן אנדערן עק פון שטאט. משוגענע וועלט

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 7:49 am

· #349843
יואב!!!! 😂
דו נעמסטו די לימענע און מאכסט לימאנאדע...

פליקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:01 am

· #349847
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
היינט קען מען שוין אין ווילי קיין פאמפ נישט געפינען צי פארקירן מיין ווען

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:33 am

· #349868
פליקער
היינט קען מען שוין אין ווילי קיין פאמפ נישט געפינען צי פארקירן מיין ווען

פליקער: דאס איז דער מצב אויף א סאךבלאקס אין ב.פ. אויכעט. ווען איך זוך שוין עפעס אן אומלעגאל פלאץ צו פארקן. דאס איז אויכעט פארנומען...!

ביליג » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:06 am

· #350501
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מענין לענין ווען גראסעריס שטעלן ארויס זייער סקיטס אדער גארביטש אויף פארקינג ספאטס.
ווען איך האב געפרעגט איינע פון דו אינגעטומער זאגט ער מיר
"איך צאל מער שטייער ווי יעדער אויף די גאס, מעג איך נישט נעמען מער פארקינג ספאטס ?"

פליקער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:24 pm

· #351345
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ווער איז שילדיג אז וויליאמסבורג האט נישט קיין בייקס, מען מיז אויפ-פאדערן די סיטי בייק לייט אז מיר ווערן דיסקרימאנירט, מיר ברויכן זאפארט בייקעס.

טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:42 pm

· #351350
איך בין א סיטי בייק באניצער... עס רעגט מיר אויך די גאנצע בייק עסקנות וואס אונזערע אומגעבעטענע עסקנים מישן זיך דארט ווי מדארף זיי נישט און קעגן די ווילן פון פאלק.
אבער אינמיטן ווילי וועט מיר נישט העלפן, איך וועל עניוועי נישט נעמען דארט א בייק, נאר וואס יא??? זיי זאלן עס לייגן ביי די גרעניצל פון ווילי...
למשל At park and Nostrand. Flushing and Williamsburg st. West. And throughout Broadway.

פליקער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:47 pm

· #351354
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
אויף בראדוועי איז דא די G טרעין, מען ברויך אבער דורכאויס פלאשינג, און קענט, ווער ווייסט ווי אזוי מען פיילט א קאמפלעין זאל פאוסטן, מען ברויך טון צינדע זאך אנשטוט זיך רעגן לאמיר מאכן זיכער אז מען ארלעדיגט.

טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:57 pm

· #351357
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פליקער
אויף בראדוועי איז דא די G טרעין, מען ברויך אבער דורכאויס פלאשינג, און קענט, ווער ווייסט ווי אזוי מען פיילט א קאמפלעין זאל פאוסטן, מען ברויך טון צינדע זאך אנשטוט זיך רעגן לאמיר מאכן זיכער אז מען ארלעדיגט.

מיינט ציזאגן די M J Z טרעין, ממילא פארוואס קען מען נישט לייגן דארט קיין בייקס?

פליקער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:02 pm

· #351360
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
עס איז יא דא א סטעישן אויף בראדוועי ביי לארימער אויך בראדוועי ביי לארימער.

טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:06 pm

· #351361
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פליקער
עס איז יא דא א סטעישן אויף בראדוועי ביי לארימער אויך בראדוועי ביי לארימער.

ביי hewes and Hooper געגנט איז אבער נישט דא

טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 5:52 pm

· #351394
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פליקער
אויף בראדוועי איז דא די G טרעין, מען ברויך אבער דורכאויס פלאשינג, און קענט, ווער ווייסט ווי אזוי מען פיילט א קאמפלעין זאל פאוסטן, מען ברויך טון צינדע זאך אנשטוט זיך רעגן לאמיר מאכן זיכער אז מען ארלעדיגט.

דא האסטו א פארום צי קאנטעקטן דעם מעיארס אפיס. פייל עס אינטער טרענספארטעשיאן...

<a class="postlink" href="http://www.nyc.gov/html/static/pages/officeofthemayor/contact.shtml">http://www.nyc.gov/html/static/pages/of ... tact.shtml</a>

איך האב שוין געפיילט מיין קאמפלעין. פארשטייט זיך אז די נאמען איז פיקטיוו.

📎 IMG_20160929_005340.jpg

טרויבן88 » מיטוואך אקטאבער 5, 2016 7:24 am

· #351696
@פליקער דאס איז וואס איך צירוק באקומען
📎 IMG_20161005_141919.jpg

DJ123go » מיטוואך אקטאבער 5, 2016 9:17 am

· #351701
You could take one by myrtle & Franklin its pretty out from willi

DJ123go » מיטוואך אקטאבער 5, 2016 9:20 am

· #351702
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ביליג
ווען א גרופע תורים ובני יונה מאכן הכנות אויף מיין קאר ! [emoji35]

אדער ווען טרעט אויף מיין הינעראויג

Sent from my C6743 using Tapatalk

פליקער » מיטוואך אקטאבער 5, 2016 9:38 am

· #351705
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
טרויבן88
@פליקער דאס איז וואס איך צירוק באקומען
📎 IMG_20161005_141919.jpg

מיר האט דער מייאר אויך געענטפערט עפעס זייער עינדלעך
Dear Mr. פליקער
 
Your email message  to Mayor de Blasio of September 28, 2016, requesting the installation of a bike stations in the Williamsburg section of Brooklyn was referred to the Department of Transportation (DOT).

New Yorkers deserve and expect safe streets. Through Mayor de Blasio’s Vision Zero plan, the City is making a bold new commitment to improve street safety in every neighborhood and in every borough – with expanded enforcement, new street designs and configurations, public education and increased penalties for dangerous drivers. The Department of Transportation (DOT) recently announced each borough’s Pedestrian Safety Action Plan, which establishes a comprehensive set of actions for DOT, NYPD, and other agencies in achieving Vision Zero initiatives announced last year. The Borough Pedestrian Safety Action Plans are available on the DOT website at http://www.nyc.gov/html/dot/html/pedestrians/ped-safety-action-plan.shtml.

We appreciate your concerns and will make every effort to address the issue that you have raised. Your request has been assigned to the appropriate Operational Unit and has been given case

# DOT-312541-V8L6 .  Brooklyn Borough Commissioner Keith Bray will provide you with our recommendations when the inspection is completed. 

If you wish to contact us again in the future, please use the online form that is available on the DOT web site <a class="postlink" href="athttp://www.nyc.gov/html/dot/html/contact/contact-form.shtml">athttp://www.nyc.gov/html/dot/html/cont ... form.shtml</a>.  This will help us to act on your inquiry promptly, and to track your message to ensure that it is handled appropriately.

Thank you for sharing your concerns with us.

Roseann Caruana

Customer Service Unit

NYC Department of Transportation
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24