☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » בילדער וואס זענען העכער פון אותיות - טעגליך

בילדער וואס זענען העכער פון אותיות - טעגליך

1018 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8153
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

ונבנתה העיר » דינסטאג יאנואר 20, 2015 4:15 pm

· #249063
בילדער וואס זענען העכער פון אותיות - טעגליך
עס האט זיך שוין יעדער אנגעקלאפט אין א בילד וואס רעדט דירעקט צו זיין נפש, אויסלאזענדיג די פארמיטלער פון אותיות, ווערטער און זאצן - זיי גיבן נישט צו, אויב עפעס זענען זיי נאר מגביל.

איך האף בע"ה ארויפצולייגן טעגליך א בילד פון דעם סארט, כל המוסיף מוסיפין לו - אבער ביטע נישט נידערן דעם סטאנדארט, יש"כ.

---

דאס איז א בילד פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל אין שנת תשל"ד, ווי ער גייט דורך פאר א שורה 'מצוה טאנקן' פארענט פון 770, אין די ערשטע תקופה פון די פעילויות.



---

דער דריי יאהריגער JFK Jr סאלוטירט זיין טאטע'ס ארון.

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 21, 2015 7:14 pm

· #249310
שקיעת החמה אויף מארס.

[א פערזענדליכע נאטיץ: דאס איז איינע פון די טיעפסטע בילדער וואס כ'האב אמאל געזעהן.]

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:05 pm

· #249333
ונבנתה העיר
שקיעת החמה אויף מארס.

[א פערזענדליכע נאטיץ: דאס איז איינע פון די טיעפסטע בילדער וואס כ'האב אמאל געזעהן.]


עמוק עמוק.

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:19 pm

· #249338
וואס תורה טוהט אויף!

בעלמא הדין, ווען די זון פארגייט אין א פלאם, יאגן זיך אידן צו מנחה, מען איז מקבל שבת, מען גרייט אן חנוכה ליכט, מען דערמאנט זיך אין רבינו תם'ס צוויי שקיעה'ס.

אבער דארט...

אורו מירוז! ליידיג און פוסט. קיין תורה. קיין עבודה. קען די זון אויפגיין, קען די זון פארגיין, אלעס בלייבט פוסט און לער. קיין תוכן.

און עס דערקענט זיך אויף די זון'ס בלאסע געזיכט. אזל סומקא ואתא חיוורא.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 12:08 am

· #249383
איך מיין עס אין א 'thought provoking' קאנטעקסט.

וואס עס איז מעורר ביי מיר וועל איך אפשר אמאל שרייבן אין אן אייגענעם אשכול, עס איז מיר אבער געווען אינטערעסאנט ווי ביי מיר ברענגט עס פונקט פארקערט מחשבות ווי פאר פישלע - מי יתן לי אבר כיונה.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:08 pm

· #249637
אן אליאירטער סאלדאט ווס. היינריך היממלער ימ"ש.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:39 pm

· #249642
וואס איז דער קאנטעקסט פון דעם בילד?

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:40 pm

· #249644

The cosmos in harmony


דער אפיס פון פון דעם אומשטערבליכן פיזיקער גענוי ווי ער האט עס איבערגעלאזט צום לעצטן מאל, בילד גענומען עטליכע שעה נאך זיין טויט.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:41 pm

· #249645
יאיר
וואס איז דער קאנטעקסט פון דעם בילד?

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Horace_Greasley">http://en.wikipedia.org/wiki/Horace_Greasley</a>

שלמה המלך » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:57 pm

· #249665
יש"כ אלע, ובפרט פאר ונבנתה פארן גיין פתיחה...
א רייכע אשכול!
👍 👍 👍 לייק לייק לייק

ונבנתה העיר » זונטאג יאנואר 25, 2015 6:27 pm

· #250065
לְכוּ מַלְאָכִים קַלִּים אֶל גּוֹי מְמֻשָּׁךְ וּמוֹרָ"ט אֶל עַם נוֹרָא מִן הוּא וָהָלְאָה גּוֹי קַו קָו וּמְבוּסָה אֲשֶׁר בָּזְאוּ נְהָרִים אַרְצוֹ - לכבוד די 70'סטע יאהרטאג פון די באפרייאונג פון אוישוויץ.

אינעווייניג אין אן אוישוויצער גאז קאמער.

אחד העם » זונטאג יאנואר 25, 2015 6:44 pm

· #250069
[ציטאט אראפגענומען]

יא!
איך האב אסאך געטראכט ווען איך בין געשטאנען קעגן דעם וואנט... סדא וואס... העכער פון אותיות פשוטו כמשמעו...

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 26, 2015 6:22 pm

· #250254
כִּי נַעַר יִשְׂרָאֵל וָאֹהֲבֵהוּ


ונבנתה העיר » דינסטאג יאנואר 27, 2015 6:23 pm

· #250512

שלמה המלך » דינסטאג יאנואר 27, 2015 7:18 pm

· #250523
WOW איך האב נישט געוויסט אז אהבה גייט נאך אן ביי די 95 אויך 🙄

ירח בן יומו » דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:26 pm

· #250577
ונבנתה העיר

אונטער די בילד דארף שטיין "ירח בן יומו מיט זיין אשת חיל פרה בת שלשה"
פון ווי האסטו געקריגן מיין בילד?

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 28, 2015 6:26 pm

· #250703
ורחמיו על כל מעשיו כתיב - ר' אליהו לאפיאן ז"ל.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 6:25 pm

· #250864
תן דעתך שלא תחריב את עולמי - א נעיטיוו-אמעריקען באטראכטנדיג דעם נארוואס פארענדיגטן טראנס-קאנטינענטאל רעיל-ראוד אשר בנו בני האדם - נעוואדא 1868.

ונבנתה העיר » זונטאג פעברואר 1, 2015 6:30 pm

· #251141
כמה לא חלי ולא מרגיש - לונדון 1960s.

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 2, 2015 6:31 pm

· #251386
אֵיפֹה הָיִיתָ בְּיָסְדִי אָרֶץ - דער אטאם-באמבע אויפרייס איבער נאגאסאקי, יאפאן, 1945.

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 2, 2015 9:09 pm

· #251420
ונבנתה, דיינע בילדער זענען רירענד, אבער די עיקר וואס נעמט מיר איבער זענען דיינע captions.

שלמה המלך » מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:07 pm

· #251440
ונבנתה העיר
אֵיפֹה הָיִיתָ בְּיָסְדִי אָרֶץ - דער אטאם-באמבע אויפרייס איבער נאגאסאקי, יאפאן, 1945.


אויף דעם בילד וואלט איך געטוישט דיין נאמען פון 'ונבנתה העיר' אויף 'וחרבה העיר'

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:51 am

· #251466
שלמה זאגסט א פונקט, אבער מתוך חורבנה זענען פארליבן מיוסד אסאך אנדערע שטעט, און דאס איז געווען בבחי' סתירת זקנים בנין.

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 3, 2015 6:34 pm

· #251622

נקודת החבדית » דינסטאג פעברואר 3, 2015 6:58 pm

· #251627
יואב יכול להשתמש בזה
ונבנתה העיר

ירח בן יומו » דינסטאג פעברואר 3, 2015 9:03 pm

· #251642
וואס ווייזט ער דארט?
איך גלייב נישט אז ער איז מוחה אויף מאכן בילדער.

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 4, 2015 6:23 pm

· #251771
ונותרתי אני לבדי - א רוסשיער וועטעראן פון די צווייטע וועלט קריג, ביים יאהרליכן צוזאמענקום, נאר היי-יאהר איז ער דער איינציגער פון זיין בריגאדע וואס דרייעט זיך נאך מיט די לעבעדיגע [שוין אויך מיטן רעצל ביי די האנט...].

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 6:26 pm

· #251958
The time has come.

ירח בן יומו » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 9:20 pm

· #252001
ונבנתה העיר:
יעדן טאג באלעק איך זיך די פינגער פון די בילד און פון די קעפל, אבער היינט הייב איך נישט אן צו פארשטיין, קענסטו מיר אפשר מסביר זיין (מיט אותיות 😃 )

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 10:49 pm

· #252041
שווער מסביר צו זיין, און מען קען עס אפלערנען מכמה צדדים.

מיין דמיון גייט בעיקר אויפן מהלך ווי דער אלטער, אפגעארבעטער מאן, וועלכער האט שוין אלס געזעהן, דרייעט זיך אויס און ווערט אט פארשוואונדען אינעם נעפל-באדעקטן עתיד.

אין געוויסע מינוטן דערמאנט עס מיר אין עלוויס' מיין וועג.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 11:30 pm

· #252052
אפשר איז פשט אז דער אלטער מאן איז דער איינציגער וואס האט נישט מורא צו קומען פנים אל פנים מיט א נעפל?

ונבנתה העיר » זונטאג פעברואר 8, 2015 6:17 pm

· #252375
בבואה אית להו - אדאלף היטלער ימ"ש ביים זיך איינ'חזר'ן א דרשה פארענט פון א שפיגל - 1925.

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 9, 2015 6:22 pm

· #252674
NASA סייענטיסטן אין די 1960s.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 9, 2015 7:00 pm

· #252685
ונבנתה העיר
NASA סייענטיסטן אין די 1960s.


זעהט מיר אויס צו זיין סתם א גימיק פאר די קעמארע (אדער פאר עפעס א פרעזענטאציע). איך גלייב נישט אז זיי פלעגן אזוי האנדלען יעדער טאג מיט א לייטער ביים בלעקבאורד..
אויך גלייב איך נישט אז סייענטיסטען האבען באמת אזא שיינע שריפט..

יאיר » מאנטאג פעברואר 9, 2015 7:02 pm

· #252686
.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 9, 2015 7:17 pm

· #252687
קוק נאך בילדער אין דער סעריע


ישראל קאפקע » מאנטאג פעברואר 9, 2015 7:43 pm

· #252690
למען הפונקטליכקייט זיי זענען העכער נאר "טייל אותיות", אפילו דער אויפן לייטער.
😛

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 10, 2015 1:50 am

· #252770
אויפן צווייטן בילד וואס @לעיקוואד האט ארויפגעלייגט איז דער וואס שטייט אויפן מיטעלסטע לייטער איז דעס (מורי ורבי) ר׳ קארל סעיגן ז״ל ? ס׳קוקט אזוי אויס

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 10, 2015 6:15 pm

· #252903
וְהָיוּ עֵינַי וְלִבִּי שָׁם כָּל הַיָּמִים - שחרור כותל המערבי 1967.

יאיר » דינסטאג פעברואר 10, 2015 7:47 pm

· #252913
גאט שמייכלט

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:01 am

· #252992
טאלסטוי אויף די וועגן פון מאסקווע צו זיין געבורטס שטאט יאזנאיע פאליאנא.
B9fI4sTIQAAorLW.jpg

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:12 am

· #252994
עטל און דזשוליעס ראזענבערג.
📎 541b000000000000.jpg

ר' שלמה אבן גבירול » מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:29 am

· #252997
ונבנתה העיר
The time has come.



קודם א ריזן דאנק פאר ונבנתה פאר די אלע בילדער, ס'צעגייט אין די גלידער.

מיין בליק אויף די בילד

דער אלטער מאן גייט זיך זיין לעצטן וועג, אריין צום פארנעפלטן עתיד...

שלמה המלך » מיטוואך פעברואר 11, 2015 11:24 am

· #252998
טאמבל סאס
עטל און דזשוליעס ראזענבערג.

די ווייטאג מיט די פרשה איז אז מ'האט זיך איבערצייגט - נאך 50 יאר פון זייער הינריכטען אז די אידישע פארפאלק זענען געוועהן גאר אומשולדיג!
ממילא איז די בילד 'גאר העכער פון אותיות'

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 11, 2015 11:49 am

· #253001
טאמבל סאס
עטל און דזשוליעס ראזענבערג.

נעבעך, אומשולדיג פארמשפט'ע מענטשן...? הא...! נארישע, נאאיווע מענטשן. פארגלייבטע קאמוניסטן. האבן פארקויפט די אטאמישע סודות פון אמעריקע פאר די מלכות הזלה, סאוויעט רוסלאנד...!

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 11, 2015 6:22 pm

· #253063
קאקא קאולע קומט אהן קיין פראנקרייך צום ערשטן מאהל - 1950.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:16 pm

· #253315

שלמה המלך » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:44 pm

· #253332
געוואלדיג ונבנתה
כה לחי!

כוכב » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 9:25 pm

· #253369
אין אן נאכגעלאזטן קווארטל ביים עק שטאט, מיט בארוועסע פיס אויף די קאלטע שטיינערנע פאדלאגע, קאלירלאזע טרעפ וואס פירן און ערגעץ און האבן שוין געזען בעסערע צייטן. און דאך אזוי רייך און קאלירפול.
ווי דער זייגער זאל זיך ווען אפשטעלן און די גאנצע בריאה זאל נייגן אן אויער צו זיינע נאאיווע געזאנגען, אזש אפילו דאס שטענדיג יאגנדע קעצל גלאצט מיט די אויגן און קען נישט באהאלטן זיין ספאנטאנע התפעלות פון דעם מחזה הוד.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:01 pm

· #253390
וואו איז די לעצטע בילד גענומען געווארן?
איך זוך שוין צוואנציג מינוט עפעס אינפארמאציע איבער דעם בילד אבער טרעף גארנישט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21