☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24

שטילע אינגערמאן » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:08 pm

· #236323
ווען נישט איך זעה עס מיט מייינע פליישיגע אויגן וואלט איך עס קיימאל ניט געגלייבט. אנבעליוועבעל

דריידל » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:33 pm

· #236343
איך בין לעצטענס געווען בין א דינער פאר א געוויסע מוסד און אשטאטס הערן א באריכט פון די דערגרייכונגן פונ'ם מוסד, אדער איינער זאל פארלייגן די בוזשעט, זענען אלע בעלי דרשנים געווען פארנומען אויסרומען די מייסד המוסד. איך פארשטיי אז ס'קומט זיך אז מ'זאל דערמאנען די מייסד אבער האלט מען אונז פאר אזעלעכע בהמות אז מ'וועט געבן געלט בלויז ווייל די מייסד, וואס לעבט שוין נישט צענדליגע יארן, איז געווען א קדוש?

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:58 pm

· #236469
די מענטשן האנדלען דאך בכלל נישט מיט קיין נארמאלן שכל...ואכמ"ל.... 🙄

משה פיטות » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:22 pm

· #236623
דאס איז א שרעקליך אלטע קליפ
די האסט נישט קיין whats up ?

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 1:23 pm

· #236643
berlbalaguleh
די מענטשן האנדלען דאך בכלל נישט מיט קיין נארמאלן שכל...ואכמ"ל.... 🙄

פי' על מאמר של "דריידל"....!

Ben-Shishim » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 1:29 pm

· #236647
מען עפענט איין אשכול נאך'ן צווייטען אין מען קייעט איבער די זעלבע אויסגעדראשענע......................איבער 45 אדער 48.

וויפיעל איז דער שיער?

נעקסט פליז

לאליפאפ » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 1:34 pm

· #236648
משה פיטות
דאס איז א שרעקליך אלטע קליפ
די האסט נישט קיין whats up ?

נאופ! וואס איז דאס whats up? פארשאף מיר צוויי דריי שטיק

משה פיטות » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:03 pm

· #236715
לאליפאפ
משה פיטות
דאס איז א שרעקליך אלטע קליפ
די האסט נישט קיין whats up ?

נאופ! וואס איז דאס whats up? פארשאף מיר צוויי דריי שטיק

נישט קיין פּראָבלעם שיקן מיר מיר דיין מיילינג אַדרעס .

לאליפאפ » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 7:36 pm

· #237476
איך זעה דו האסט הומאר אויך! שיק מיר מיט אביסל און פארגעס נישט א Invoice.


<!-- e --><a href="mailto:Lollipop.kave@gmail.com">Lollipop.kave@gmail.com</a><!-- e -->

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 2:21 pm

· #238668
איך בין ב"ה צופרידן אז די געז פרייזן טראסקען אראפ, הולך ופוחת כדברי ב"ש, ס'איז באמת א פארגעניגן מיטצוהאלטן, וכן יאבדו לעלם ולעלמי עלמיא יתברך.

ווי באקאנט, זענען די עירליינס ארויף מיט די טיקעט פרייזן בעת די גאז איז געווארן טייערער, ס'טייטש, זיי מוזן זיך דאך קאווערן, קוים וואס זיי פארדינען, א.א.וו. פיינע תירוצים, און מיר קאנסומער האבן גארנישט געקענט טון, נאר שלינגען, ליידן און שווייגן. אבער ראה זה פלא, די פרייזן גייען אראפ נאכאנאנד, אבער די עירליינס הם בשלהם, זיי האלטן זיך עקשנות'דיג אויף זייערע הויכע ראטעס, און אין די נייעס לייען איך אז זיי פאקן אריין די פראפיט פאר זיך אין די קעשענע מיט א בלעכענעם פנים...

וואס גייט דא פאר? ואין פוצה פה ומצפצף? אין קול ואין עונה? קיינער נעמט זיך נישט אן פאר די קאנסומער?
און אויב א יאר ארום וועלן די גאז פרייזן זיך העכערן, וועלן זיי ווידער ארויפגיין מיטן פרייז? עד מתי?? ווען וועלן די עירליינס אראפקריכן פון אונזער קעשענע?

Kool man » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 4:51 pm

· #238711
דאס זעלביקע מיט די בעיקעריס, ווען מעהל און צוקער איז ארויפגעגאנגען, זענען די בעיקערי פראדוקטען ארויפגעשאסען אין פרייז ווי א ספוטניק, ווען די פרייזען זענען אראפ פון די מעהל און צוקער האבען זיי אינגאנצען פארגעסען צו נידערען די פרייזען 😠

פליקער » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 7:46 pm

· #238743
זיי מיזען זיך פארברייטן געניג געלט אויף ווען די פרייזן פון געז גייט שטייגן

יואב » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 1:42 pm

· #240971
מ'וועט מוזן איינזעצן אז אין וואשינגטאן לייענט מען קאווע שטיבל, אדער אפשר נאר וואס שמעקעדיג האט צו זאגן, צו אפשר נאר אין ניו יארק,( און מעגליך נאר ווייל ער איז א איד? חחח.)

וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, סענאטאר שומער פארלאנגט א פעדראלע אויספארשונג איבער שמעקעדיג'ס טענה.

<a class="postlink" href="http://newyork.cbslocal.com/2014/12/14/sen-charles-schumer-wants-probe-of-airfares-amid-lower-fuel-costs/">http://newyork.cbslocal.com/2014/12/14/ ... uel-costs/</a>

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 1:54 pm

· #240975
יואב
מ'וועט מוזן איינזעצן אז אין וואשינגטאן לייענט מען קאווע שטיבל, אדער אפשר נאר וואס שמעקעדיג האט צו זאגן, צו אפשר נאר אין ניו יארק,( און מעגליך נאר ווייל ער איז א איד? חחח.)

וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, סענאטאר שומער פארלאנגט א פעדראלע אויספארשונג איבער שמעקעדיג'ס טענה.

<a class="postlink" href="http://newyork.cbslocal.com/2014/12/14/sen-charles-schumer-wants-probe-of-airfares-amid-lower-fuel-costs/">http://newyork.cbslocal.com/2014/12/14/ ... uel-costs/</a>

יואב: מ'דארף מתפלל זיין אז סענאטאר טשארלס שומער זאלל מאריך ימים זיין על ממלכתו, ווייל ער איז אייביג הונגעריג פאר פובליסיטי. ווי ס'זעהט אויס האט ער נישט קיין ווייב און קינדער. (מסתמא דאוונט ער אן א טלית. און לייגט נישט קיין ר"ת תפילין. א שטריימל האט ער אויך זיכער נישט.) ווייל אנישט וואלט ער כאטש געווען ביזי מיט משפחה זאכן. מפי השמועה. אדער האביך עס ערגעץ געליינט אז דער חשוב'ער סענאטאר גייט ארום אין די סענאט אפיסעס פרייטיג נאכמיטאג און זוכט אייביג עפעס אן אישו אויף וואס ער זאל זיך קענען שטעלן...!

chusid » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:29 pm

· #241097
ווען איך זע דעם טיפש טרעי גראדי רעדן שטרענג צו זשאנאטאן גרובער און צו די העלט דעפרטמענט.. זיין שמאלער מח דערהייבט נישט

ישראל קאפקע » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 4:29 pm

· #242229
א זאץ וואס קרענקט מיר זייער לעצטנס איז ''ווארפן אונטער די באס'' מען נוצט עס ווען מען וויל איינעם באשולדיגן אז ער איז נישט גענוג געטריי אדער איינזייטיג צו איין צד, אנשטאט צו ערקלערן פארוואס יענער איז אומריכטיג, פארוואס ער דארף זיך ווען אננעמען פאר יענע מענטש, גרופע, אינטערעס, אדער לאנד, לאזט מען ארויס די באשולדיגונג אז דער און דער האט 'געווארפן יענעם אונטערן באס' און יעדע לאגיק אדער דעבאטע איז פערטיג.
(איך האלט אז מען דארף עס מאכן איליגל. )

נאך איין באצייכענונג וואס שטערט מיר, ווייל עס ווערט גענוצט אסאך, אבער איז ריכטיג נאר אין גאר גאר זעלטענע פעלער איז 'זעלבסט-האסנדע איד' (self hating Jew), איז ער נישט איבערגעצייגט אז אידן זענען 'אייביג' גערעכט, איז ער א זעלבסט-האסנדע איד, און עס איז ניטאמאל אינטערעסאנט וואס ער זאגט.

ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:38 pm

· #242239
ישראל, כ'מיין אז 'ווארפן אונטערן באס' ווערט בעיקר באנוצט ווען יענער האט געארבעט בשליחותך/פאר דיינע אינטערעסן, נאר יעצט איז דיר באקוועמער איהם אוועקצוווארפן, מדינת ישראל און פאלארד למשל.

ישראל קאפקע » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 7:20 pm

· #242242
ונבנתה העיר
ישראל, כ'מיין אז 'ווארפן אונטערן באס' ווערט בעיקר באנוצט ווען יענער האט געארבעט בשליחותך/פאר דיינע אינטערעסן, נאר יעצט איז דיר באקוועמער איהם אוועקצוווארפן, מדינת ישראל און פאלארד למשל.

אויף אזא פאל איז עס טאקע גאנץ פארשטענדליך, אבער עס ווערט גענוצט צו אפט אויך אויף אנדערע אופנים, צי ביי אוקראינע, מדינת ישראל, קובא, מובאראק, סאודי אראביע, און צום לעצט איבער דיבלאזיאו קריטיקירן די מערדער פון עריק גארדנער.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:31 pm

· #243024
אז איך באשטעל עפעס פון איינעם אנליין, און ער טשארדזשד פארן פראדוקט פלאס (למשל) 5 דאלער שיפינג. דער פראדוקט וועגט ווינציגער ווי א פונט, איז א קליין באקסל. טאמער באשטעל איך צוויי שטיק, טשארדזשד ער מיר יעצט 10 טאלער שיפינג!
ביסטאך סתם א גנב! עס קאסט דיר נישט מער צו שיקן 2 ווי איינס, איך טוה אויך אין שיפינג און איך ווייס אזויפיל אז דו ריפּסט מיך אפ יעצט! און דו רעגסט מיך אויף!

כפתור » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:45 pm

· #243026
אז איך פאר אונטער איינעם, און יענער הערט א עמערזשענסי וויהיקל קומט אים (2 אדער פיר ברייטע לעינס) אנטקעגן מוט די פייפערס און פליט אן א שטערונג, שטעלט זיך אונזער חכם/ה אריין און די זייט, כאילו ער גייט עפעס העלפן. די איינציגסטע זאך וואס ער טוט איז מאכן טרעפיק...און מיך אויפרעגן

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:20 pm

· #243060
אין געוויסע סטעיטס איז דאס די געזעץ ,אין עטליכע סטעיטס (דאכט זיך אין פלארידא איז אזוי) דארפן זיך אפילו דער קעגנשטראם טרעפיק אפשטעלן.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:21 am

· #244535
מיין קאר מאכט א שווערן נויז שוין עטליכע חדשים, ענדליך נעם איך מיר די צייט, און גיי אראפ צום מעקעניק עס אויסצוטשעקן. דער מעקעניק פרובירט צו נעמען דעם קאר און אויסהערן דעם נויז, אבער אין פוצה פה ומצפצף, אין קול ואין עונה, ניטעמאל א קול ענות חלושה, כאילו ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיינע קולות משונות ומפחידים. "סארי", זאגט מיר דער מעכאניקער, "כ'זעה נישט וואס איז ראנג! זיי מיר געזונט"... און איך טראג אפ פון דארט בפחי נפש.

און וואס מיינסטו? עטליכע פוס ארויס פונעם מעקעניק און עודך הנה זה בא, דער שרעקעדיגער קול דענערווירט מיר ווייטער, מיט א צינישן שמייכל לאכט ער מיר ווי אין פנים אריין, "הא הא, האסט געמיינט וועסט פטור ווערן פון מיר, הא"??? חחחחחח.......

און דאס פאסירט נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, סיי ביים מעקעניק, סיי ביים דיעלער, כסדר באקום איך א רעפארט "cannot duplicate problem", און כ'פלאץ אוועק....

דערמאנט מיר פון דעם קינד, א גרויסער טראבל מעיקער, דרייעט כסדר איבער דעם קלאס, וואס ווען דער מנהל קומט אריין מיטן שטעקן זיצט ער שטיל, איידל און מיט דרך ארץ, און ווי נאר דער מנהל וואקט ארויס פון חדר פלאצט ער אויס אין א הילכיגן געלעכטער..........

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:26 am

· #244536
@שמעקעדיג, קען זיין אז דער מעקעניק'ס גאראדזש איז אויף א slope וואס מאכט אז דאס וואס מאכט דער גרודער זאל אויפהערן. דער מעקעניק דארף עס נעמען אויף א טעסט דרייוו פאר 15 מינוט.

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:28 am

· #244537
א שאד זיך צו רעגן די גיבסט נאר פאר דיין קאר א סעטיספעקשע"ן
פאלג מיר לאך אים צריק אין פנים און זאג אים איך נעם דיר מער קיינמאל נישט צום מיקעני"ק אפילו די וועסט זיין ערענסט נישט געזונט אוי גייט ער איינפאקן!

שמן זית » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:24 am

· #244562
הלוואי אויף מיר געזאגט....
מיין קאר קאסט מיר טייער געלט צו פיקסן.....
דו דארפט נאר גיין צום מעקעניק, און ביזט מסודר...

אזא קאר אויף אלע שונאי ישראל...

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:54 pm

· #244619
נאך איינמאל איך קריג א פערסאנעל טרעינער עדווערטייזמענט פון קול העולם טוויטס גיי איך מיך אויפרעגן.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:58 pm

· #244747
שמעקעדיג
מיין קאר מאכט א שווערן נויז שוין עטליכע חדשים, ענדליך נעם איך מיר די צייט, און גיי אראפ צום מעקעניק עס אויסצוטשעקן. דער מעקעניק פרובירט צו נעמען דעם קאר און אויסהערן דעם נויז, אבער אין פוצה פה ומצפצף, אין קול ואין עונה, ניטעמאל א קול ענות חלושה, כאילו ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיינע קולות משונות ומפחידים. "סארי", זאגט מיר דער מעכאניקער, "כ'זעה נישט וואס איז ראנג! זיי מיר געזונט"... און איך טראג אפ פון דארט בפחי נפש.

און וואס מיינסטו? עטליכע פוס ארויס פונעם מעקעניק און עודך הנה זה בא, דער שרעקעדיגער קול דענערווירט מיר ווייטער, מיט א צינישן שמייכל לאכט ער מיר ווי אין פנים אריין, "הא הא, האסט געמיינט וועסט פטור ווערן פון מיר, הא"??? חחחחחח.......

און דאס פאסירט נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, סיי ביים מעקעניק, סיי ביים דיעלער, כסדר באקום איך א רעפארט "cannot duplicate problem", און כ'פלאץ אוועק....

דערמאנט מיר פון דעם קינד, א גרויסער טראבל מעיקער, דרייעט כסדר איבער דעם קלאס, וואס ווען דער מנהל קומט אריין מיטן שטעקן זיצט ער שטיל, איידל און מיט דרך ארץ, און ווי נאר דער מנהל וואקט ארויס פון חדר פלאצט ער אויס אין א הילכיגן געלעכטער..........

שמעקעדיג: אבער אויב דער מעקעניק איז א גוטער פאכמאן און א פארלעסליכער, וועט ער נעמען דעם קאר און אויסטשעקן אפילו אויפ'ן מאמענט הערט ער נישט קיין אויסטערלישן גערודער קומען פון קאר. אמאל קען מען דורך אבזערווירן באמערקן א לויזן אדער אויסגעריבענעם בעלט אדער א "פוללי". אדער אן אנדערן לויזן אדער צובראכענעם פארט.
אויף מיין קאר איז אמאל געווען א פראבלעם אז די טעמפ. איז ארויף צו הויעך. ווען איך בין געגאנגען צו מיין געוויינליכן ריפעיר שאפ האט ער מיך אייביג אפגעשטופט בלך ושוב. ביניך געגאנגען צו א צווייטן ריפעיר שאפ. און דארט האט מען תיכף געפונען און פארראכטן דעם פראבלעם...!

א איד » פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:18 pm

· #245371
שמעקעדיג
מיין קאר מאכט א שווערן נויז שוין עטליכע חדשים, ענדליך נעם איך מיר די צייט, און גיי אראפ צום מעקעניק עס אויסצוטשעקן. דער מעקעניק פרובירט צו נעמען דעם קאר און אויסהערן דעם נויז, אבער אין פוצה פה ומצפצף, אין קול ואין עונה, ניטעמאל א קול ענות חלושה, כאילו ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיינע קולות משונות ומפחידים. "סארי", זאגט מיר דער מעכאניקער, "כ'זעה נישט וואס איז ראנג! זיי מיר געזונט"... און איך טראג אפ פון דארט בפחי נפש.

און וואס מיינסטו? עטליכע פוס ארויס פונעם מעקעניק און עודך הנה זה בא, דער שרעקעדיגער קול דענערווירט מיר ווייטער, מיט א צינישן שמייכל לאכט ער מיר ווי אין פנים אריין, "הא הא, האסט געמיינט וועסט פטור ווערן פון מיר, הא"??? חחחחחח.......

און דאס פאסירט נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, סיי ביים מעקעניק, סיי ביים דיעלער, כסדר באקום איך א רעפארט "cannot duplicate problem", און כ'פלאץ אוועק....

דערמאנט מיר פון דעם קינד, א גרויסער טראבל מעיקער, דרייעט כסדר איבער דעם קלאס, וואס ווען דער מנהל קומט אריין מיטן שטעקן זיצט ער שטיל, איידל און מיט דרך ארץ, און ווי נאר דער מנהל וואקט ארויס פון חדר פלאצט ער אויס אין א הילכיגן געלעכטער..........


כ'האב דעם זעלבן פראבלעם גייענדיג צום דאקטאר, איך האב געפערליכע ווייטאג, קום איך אן צום דאקטאר טוט עס שוין נישט וויי.
צו עס איז די בויך, פוס, קאפ, האלז.
גיי איך ארויס פון דארט, און א טאג שפעטער אודך די זעלבע פראבלעם.

כ'האב אמאל געהערט אז ביים דאקטאר קומט מיט א מלאך וואס היילט ווענדט זיך ווי א גרויסע דאקטאר, (כידוע המעשה מהמגיד ממעזריטש עם דר. גארדאן), @שמעקעדיג, קען זיין ביים קאר דילער איז דער מלאך דארט און ער היילט עס אויפן מינוט, (אויב עס בארויהיגט דיר האט זיך שוין געלוינט).

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:11 pm

· #245402
העי וועלקאם בעק אידעלע, שוין א לענגערע צייט דיר נישט געזען דא....

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 9:13 pm

· #245539
שמעקעדיג
העי וועלקאם בעק אידעלע, שוין א לענגערע צייט דיר נישט געזען דא....

מסתמא שוין געמאכט די ברכה ברוך מ---- א---!---ווען איז דער קידוש...?... 😂

א איד » זונטאג יאנואר 4, 2015 9:56 pm

· #245859
berlbalaguleh
שמעקעדיג
העי וועלקאם בעק אידעלע, שוין א לענגערע צייט דיר נישט געזען דא....

מסתמא שוין געמאכט די ברכה ברוך מ---- א---!---ווען איז דער קידוש...?... 😂


סארי פארן נישט פארשטיין וועלכע ברכה?

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 4, 2015 10:31 pm

· #245865
א איד
berlbalaguleh
שמעקעדיג
העי וועלקאם בעק אידעלע, שוין א לענגערע צייט דיר נישט געזען דא....

מסתמא שוין געמאכט די ברכה ברוך מ---- א---!---ווען איז דער קידוש...?... 😂


סארי פארן נישט פארשטיין וועלכע ברכה?

א איד: איך גיי נאר ענטפערן בתנאי אז ס'וועט דיך נישט באדערן. אויב יא. האביך גארנישט געזאגט. און מיינע ווערטער זאללן זיין בטל און הפקר כעפרא דערעא...די ברכה פון ברוך מתיר אסורים... 😂

א איד » זונטאג יאנואר 4, 2015 10:45 pm

· #245871
פאר וואס זאל עס מיר באדערן?
גראדע קען מען האבן דארטן עקסעס צו קאווע שטיבל

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 4, 2015 10:59 pm

· #245875
א איד
פאר וואס זאל עס מיר באדערן?
גראדע קען מען האבן דארטן עקסעס צו קאווע שטיבל

א איד: יישר כח. איך פלעג אייביג זאגן אזא ווערטל. אז אויב איך וועל אמאל ח"ו באקומען א פעדעראל סענטענס...פאר'ן נישט וואשן זיך צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות.... 😂 ...דארף איך גארנישט מער נאר א משנה ברורה. און איך וועל זיין רואיג...כש"כ אז מ'קען נאך האבן דארט א צוטריט צו קאווע שטיבל. איז דאך אוודאי גוט...!

נ.ב.: א ניק פאר א איד וואס איז נעבעך איינגעשפארט, קענמען געיבן א נאמען יושב בסתר... 🙄

א איד » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:40 am

· #245897
אדער הלן בסתר בצל

א איד » דינסטאג יאנואר 6, 2015 4:25 pm

· #246368
זיץ איך אין ביהמ"ד קומט אריין א איד און ער האלט מיין חק וואס איך זיך שוין ארום צוויי יאר, און איך פרעג עם ווי האסטו עס געטראפן, זאגט ער מיר אין פאליש, אבער איך נעם עס פאר מיר, ווייל דו דארפסט עס נישט עכט, והא ראי' האסט עס קיינמאל נישט גענומען פון דארט.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 6, 2015 9:50 pm

· #246486
א איד
זיץ איך אין ביהמ"ד קומט אריין א איד און ער האלט מיין חק וואס איך זיך שוין ארום צוויי יאר, און איך פרעג עם ווי האסטו עס געטראפן, זאגט ער מיר אין פאליש, אבער איך נעם עס פאר מיר, ווייל דו דארפסט עס נישט עכט, והא ראי' האסט עס קיינמאל נישט גענומען פון דארט.

א איד: דו זאלסט נאר זעהן אז ווען דו פארסט אוועק אויף א שבת אדער יו"ט זאל דער זעלבער איד זיך נישט אריינכאפן צו דיר אין הויז און טענה'ן די זעלבע טענה אז מסתמא דארפסט דו נישט דאס הויז ווייל דו ביסט אוועקגעגאנגען פון דארט...!

א איד » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:40 pm

· #246504
איך בין באמת געווארן גערעגט איך שעם זיך צו זאגן אבער ער האט געכאפט פון מיר אזא סילוק אז די ביהמ"ד איז געגאנגען אויף רעדער נאך א מזל אז עס איז נישט דארט געווען כמעט קיין מענטשן.
בערל דיין תגובה האט מיר צוריק דערמאנט די מעשה אז מיין בלוט קאכט שוין יעצט ווייטער.

petergrifin » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:21 am

· #248359
Anger management
געב דיך אויס. האק ארײן װיפיל עס גײט..

<a class="postlink" href="http://www.angerroom.com/">http://www.angerroom.com/</a>

ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:35 am

· #249678
די אויסדרוק 'חומר למחשבה'.

ווען אן אונגארישער דערמאנט זיך אז עס איז דא א רמב"ן סוף פרשת בא.

יואב » פרייטאג יאנואר 23, 2015 2:30 am

· #249685
ונבנתה העיר
די אויסדרוק 'חומר למחשבה'.

ווען אן אונגארישער דערמאנט זיך אז עס איז דא א רמב"ן סוף פרשת בא.

😉 😂

בעל מדות » דינסטאג יאנואר 27, 2015 2:57 am

· #250375
איך מיין די וויצלער זענען שוין העכסט איבער די מאס!
אנשטאט א שטורעם פון שניי האט א מאכטפולע ווינט אהערגעבלאזן (בתוך המקוואות והוואצעפ גרופס) א רייע אומבאלימפערטע וויצן ערפונדער'ס וואס ווי עס שיינט זענען זיי אדער צוגעבינדן צו א ווילטשעיר מיט א פרעסקריפשן פון בוכשטאבן און נומערן, אדער זענען זיי אנגעליטן פון א מיחוש וואס האלט זיי פארכאפט מיטן איינרעדעניש אז זיי זענען אויסגעקאכט אין מאכן גוטע וויצן.

זיי האבן זיך אינאיינעם געיאוועט אהערשטעלנדיג א שטורעמישע בליזערד פון ארכי קורני וויצן וואס הענגט פון זיי מייז און לייז און לויפן ארום פון מויל צו אויער ווען יעדע מינוט הערט עס א צווייטער פון א דריטע וואצעפ גרופ וחוזר חלילה ביזן ערשיינען אין די ראנגען פון די פרוי'ערישע קופקעס וואס ברענגט זיי צו טרערן אין די אויגן פון גרויס איבערגענימענקייט.

די שטורעם ווינט פארציילט יעדע עטליכע מינוט פון נאך א וויץ, און נאך א גוטס, און כמעט אין יעדע איז פאפא, אמשינוב, אדער דעבלאזיא אריינגעמישט.

עס טרעט שוין היבש איבער די געהירן און כלל ישראל בעט פון די לצים זיי זאלן ליבערשט שאוולען די שניי ווי באהאגלען דעם אידישן פאלק מיט נארישע דזשאוקס.

פליקער » דינסטאג יאנואר 27, 2015 6:21 am

· #250380
אז איך וועל מיזן גיין ארבייטן, ווייל די שניי פינעם שטורם האט איינגענימען א צילאזעניש נאך איידער ס'יז אנגעקימען, און איך האלט נישט ביים ארבייטן.

כוכב » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:20 pm

· #250883
ווייסט איינער וואס '' עקסלוסיוו'' מיינט?
שטריימל סענטער האט אפגעמאכט איינמאל פאר אלעמאל אז א קאסטבארן מארקעטינג קאמפיין וועט ברענגען זיין ענדגילטיגע ישועה, האט ער גענומען זאגאר א קליקע, דארט און מצוין וואס זאלן פירן זיין מארקעטינג סטראטעגיע.
וואס איך פארשטיי נאר נישט וויאזוי אין גאטס גיהונם קען טויזנט און איין מאל איבערגע'חזר'ט ווערן דעם זעלבן נארישן 'עקסלוסיוו' טעות וואס זיצט פראמינענט אין אלע זייערע עדס.
ס'ברענגט מיר שוין באלד הארצוויי.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 11:12 pm

· #250892
יואב
ונבנתה העיר
די אויסדרוק 'חומר למחשבה'.

ווען אן אונגארישער דערמאנט זיך אז עס איז דא א רמב"ן סוף פרשת בא.

😉 😂

Est ce que vous ete yoav? Avez vous d'argent...? s'il vous plais, donner un petit peut par moi...!
יואב: די אויבנדערמאנטע פסוקים זענען א תגובה צו דיין חתימה.... 😂

Ben-Shishim » פרייטאג יאנואר 30, 2015 10:20 am

· #250923
Pour l'attension de Rabbi berlbalaguleh.

Oui, je ai de l'argent, beaucoup d'argent, peut-être certaines d'entre elles est le vôtre, mais je ne vous donne tout.

בעל מדות » פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:18 pm

· #250944
כוכב
ווייסט איינער וואס '' עקסלוסיוו'' מיינט?
שטריימל סענטער האט אפגעמאכט איינמאל פאר אלעמאל אז א קאסטבארן מארקעטינג קאמפיין וועט ברענגען זיין ענדגילטיגע ישועה, האט ער גענומען זאגאר א קליקע, דארט און מצוין וואס זאלן פירן זיין מארקעטינג סטראטעגיע.
וואס איך פארשטיי נאר נישט וויאזוי אין גאטס גיהונם קען טויזנט און איין מאל איבערגע'חזר'ט ווערן דעם זעלבן נארישן 'עקסלוסיוו' טעות וואס זיצט פראמינענט אין אלע זייערע עדס.
ס'ברענגט מיר שוין באלד הארצוויי.

די בעסטע איבערטייטש פארן ווארט עקסלוסיוו וועט געוויס זיין "אויסשליסלעך" און דאס אז שטריימל סענטער פי. אר. קאמפיין האט דאס אדאפטירט איז אזאך וואס איז גאנץ פארשטענדליך, נעמליך זיי האלטן אז מיט דעם וואס זיי וועלן צעגערן און אריינקארמען אינעם ציבור אז זיי זענען אויף וואס מען ווארט שוין פונעם ערשטן וועלט קריג וועט דער געשעפט מער בליען, און איך שטעל מיך פאר אז די חברה וואס ארבעטן מיט די זאכן פארשטייען בעסער דערצו ווי מיר, איז עס אבער נאכאלץ א וואונדער פארוואס דער קאמפיין באווייזט מער אפצוטוהן ווי אויפצוטוהן...

כוכב » פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:40 pm

· #250948
איר האט נישט פארשטאנען קיין ווארט וואס איך רעד.
מ'שרייבט ''עקסקלוסיוו'' נישט ''עקסלוסיוו''.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 30, 2015 1:33 pm

· #250956
זאכן וועלכע רעגן מיך אויף!
אז די 48 באבובע רבי פארמאכט זיין ישיבה פאר צוויי וואכן אינמיטן זמן, און דערצו פארלאנגט ער נאך געלט פון די עלטערן צו צאלן א טיקעט פאר זייערע בחורים קיין ארץ ישראל.

בעל מדות » פרייטאג פעברואר 6, 2015 2:36 pm

· #252172
א מין דערנערווירונג דאס, מען שפאצירט אדער פארט אין די ברוקלינע גאסן אין איבעראל הענגען שרייעדיג פאר'אומעט'דיגע פלאקאטן בנוסח נטורי קרתא וואס געבן אהן גאנצע הדרכות און פסקים וועגן גראבן אין בית שמש און אזוי ווייטער, קען מיך איינער מסביר זיין וואס פאר א שווארץ יאר עס האט מיט אינז? אין אויסטראליע הענגט מען דאס אויך? וואס פשט דערפון? עטץ ווילט'ס גראבן דאן גראבט איר ווילט נישט, דאן גראבט נישט, טוט'ס וואס די רבנים הייסן, טוט'ס וויאזוי עס כאפט אהן אייער באשלוס אבער הערט אויף קריכן אויף די נערוון מיט ריזיגע אלארמירנדע אנאנסן ווי כאילו דא קומט א סעפטעמבער עלעווען אטאקע, ענק ווילן אנהויבן זעהן ריזיגע צעטלעך אין גאנץ ארץ ישראל יעדעס מאל פאפא מאכט בר מצוה אדער פרענקל'ס האט א אויספארקויף? נאך איינמאל איך זעה אזא פלאקאט הייב איך אהן שרייען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24