זאכן וועלכע רעגן מיר אויף! 1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
לאמיר דיר מסביר זיין מיין
@דריידל .
(איי איי מסביר זיין א ווערטעל איז סתימת הגולל פונעם ווערטעל אבער שוין..)
איך באצי מיך צו דיין צווייטע נקודה אז דו האפסט דער "אבער" זאגער ליינט קאווע. מיין ריספאנס איז אז זיין איידעם ליינט זעכער, ווייל מיין שווער רעדט אויך אזוי.
מיין סטעיטמענט טוישט אויך ארום די צוויי ווערטער "אבער" מיט "אדער" ודוק כי עמוק הוא.
דא דארף מען לאכן 😂
😂
ס'ארא מין חוצפה! איך לײען עפעס דא אין שטיבל אדער אפילו אמאל איז עס װאס איך האב געשריבן, און ס'גײט נישט אדורך קײן האלבע שעה און א חבר שיקט עס אויף װאטסעפפ. איך מײן אדער שרײב פון װאו ס'קומט אדער כאטש שרײב ק/פ. איטס אנבליװעבל װיפיל זאפטיגע לשונות װערטלעך אדער תגובות קומען פון קאװע שטיבל און מען געט נישט קרעדיט. העלאו! דו לײנסט זיך אן דא?! האסט הנאה?! דו שיקסט נאכדעם ארום פאר אלע חברים עפעס װאס זײ האבן אויך געלײנט דא אדער גײען באלד לײנען דא. זײ װײסן אז דו לײנסט אויך דא, סא פארװאס באהאלטסטו עס? סטענד פראד!
מיך רעגט אויף די סוף פון די הארלעם ריווער דרייוו ארויף צו דעם דז'ארדז' וואשינגטון ברידז', איך קען זיצן און זיצן און נאכאמאל זיצן, און מ'קומט אן צום רעמפ און ס'פארט ארויף א מחייה, וואס די גיהנום איז מען געזעצן ביז יעצט?! די רעמפ פארט גוט, די ברידז' איז גוט, (חוץ ווען קריסטי וויל אפטוהן איינעם...) סוי וואס איז מען געזעצן ביז יעצט?! ווער ס'וויל קען טאקע נעמען די וויליס עוועניו ברידז' צו דעם מעידז'ער דיגען עקספרעסוועי, און דארט כאפן די דז'ארדז' וואשינגטון ברידז', אבער איך ווארן פון פריער, מ'קען פון איין זייט זעהן די צווייטע הייוועי, אריבער די וואסער, און בדוק ומנוסה, יעדע מאל איך נעם די הארלעם ריווער דרייוו פארט די דיגען גוט, און יעדע מאל איך נעם די דיגען פארט די הארלעם ר. ד. גוט, און דאס רעגט אויף!
די נוסח פון פסוקי דזמרה בימים הנוראים, ספעציעל ביי די וואס האבן א חיות אין קוועטשן און ציהען ווערטער.
אוי ונבנתה דו דערמאנסט מיך. װאס װעט זײן פון הײ יאר און װײטער אין באבוב 45? מען װעט דארפן טוישן דער גאנצע נוסח פון חודש תשרי 😈
יחזקאל (זיגי) בראך געמאכט א דיעל פאר 17 מיליאן דאללער!!!
רבותי איך פארגין אים נישט! וואס הייסט אידן האבן נישט ווי צו וואונען מען צאהלט פאר א לעכל אין בארא פארק שווערע אלפים, און דער זיגי האט פארקויפט א ריזן לאט וואס וואלט געקענט גענוצט ווערן פאר דירות פאר א קהילה (געהערט האב איך פאר באבוב רמ"ד) פאר גאנצע זיבעצן מיליאן דאללער. די לאט איז אויף דעהיל אין 38 סטריט לעבן די נייע סאטמאר (רז"ל) מקוה. פשט איז אזוי, זאל ער האבן מיליאנען אבער באשעפער דער זיגי האט עס נישט געקענט פארקויפן פאר דעוועלאפערס, וואס עפעס פאר א קהילה
כ'פארשטיי נישט קיין ווארט. פליז זיי מסביר.
קאווע טרינקער כ'פארשטיי נישט קיין ווארט. פליז זיי מסביר.
וואס פארשטייסטו נישט
ערב יום טוב. ביי מיר אין אפלייענס געשעפט (*) איז דער הייסטער סעזאן פונעם יאר, עס טוט זיך א טומל און א געפילדער, ס'קוים דא צייט צו כאפן דעם אטעם, קאסטומער שטראמען כסדר אריין ב"ה, און פארלאזן דעם געשעפט מיט פולע באגאזשן סחורה און דער רעדזשיסטער וואקסט ווי אויף הייוון. שטייצעך די גרעסערע אפלייענסעס דארף מען אראנדזשירן דעליווערי, קאסטומער סערוויס פארנעמט אויך א וויכטיגן מקום, יעדער מיט זיינע/אירע ספיקות און פראגעס, ביז מען באשליסט וועלכע מאדעל איז פאסיג, און שפעטער די רעטורנס, די פאון סטאפט נישט קלינגען, מען קען פשוט נישט נאכיאגן דעם דימענד ב"ה. לכבוד יו"ט. דער טעלעפאן קלינגט שוין ווידעראמאל. האלא, אפלייענס געשעפט, האו קען איי העלפ יו? יא, א גוטן, דא רעדט מיסיס קאצנבורג, א שנור פון די עביוזער פאמיליע – זאגט זי מיט א רואיגע שטימע, האבענדיג די וועלטס צייט – איך האב א שטיקל פראבלעם מיט א מיקסער וואס איך האב געקויפט ביי אייך א האלב יאר צוריק. איך וואלט אפשר געקענט האבן פון אייך די גענויע מאדעל נומבער און דע טעלעפאן נומער פון די קאמפאני'ס קאסטומער סערוויס? אוי, פונקט יעצט! טראכט איך צו מיר, אבער איך פארבייס די ליפן, און אנשטאט זאג איך, "זיכער, לאמיך אייך אויפזוכן די פארלאנגטע נומערן". 'געטראפן!' זאג איך, 'דא האט איר די נומבערס'. "איין מינוט, לאט מיר נעמען א פעדער, נא, וואו האב איך א פעדער, לאמיר זעהן אין די לעדל, נאופ, אפשר אין די אנדערע לעדל, ווייטער נישטא, אלע שרייב געצייג פאקן די קינדער ארויס פון דא, לאמיך זעהן אויפן קאונטער, אה איך האב געפינען איינס, וואס איז די נומבער? אוי, דער פעדער שרייבט דאך נישט, האק האק האק, אפשר דאך ווילסטו ארבעטן? ניין, נאך אלץ נישט, עס בלייבט פאר'עקשנ'ט, וואס טוה איך דא? חנה'לע! חנה'לע!!! נו, איך רוף דיר, הערסט נישט? קום אהער! האסט אפשר ערגעץ א פעדער אדער א בליי?" "נו , נו," מורמל איך אונטער בשעת מיינע נערוון האלטן פאר אן אויספלאץ רח"ל, "אסאך מענטשן ווארטן דא, יאגט אייך אונטער מיסיס", "יא יא, איין מינוט, איימסארי, די פעדער האט פונקט אויפגעהערט ארבעטן, חנה'לע, האסט עפעס פאר מיר צו שרייבן? יא, אקעי, א קרעיאן איז אויך גוט, אבער ברענג שוין ווייל דע מענטש ווארט! אויף וואס ער ווארט? כעל דיר באלד זאגן, קודם ברענג מיר דעם קרעיאן מיט א שטיקל ליידיגע פאפיר אויף וואס איך קען שרייבן, אוי, פונקט א לייט בעיזש קאליר האסטו מיר אנגעברענגט? מען קען דאך נישט ליינען דערפון, ברענג א דארקערע קאליר קרעיאן, יא די צובראכענע איז אויך גוט, אבער ברענג שוין עפעס, נו שנעל...... מען דארף נאך צוענדיגן?? וויפיל מאל מאכט זיך ווען מענטשן קלינגען אריין פאר אינפארמאציע, און "פארגעסן" אז אין א מינוט ארום גייען זיי דארפן שרייבן! פאר א פריקען יאר, גרייט דיר אן א גוטן פעדער און א שטיקל פאפיר בעפאר דו הייבסט אויף דעם טעלעפאן!! פארוואס שפילסטו מיט יענעמ'ס צייט און דו זיצט יענעם אויף די געהירן??? * סעזאן און געשעפט נעמען פארענדערט
מענטשן דאווענען שמו"ע הויעך. אדער Wיספערין זיי און די כף'ס מיט די שין'ס קראכן און זעצן אויף מיינע נערוון. ע"פ הלכה דארף און מעג נאר די מתפלל זעלבסט הערן.
@שמעקעדיג שוין לאנג נישט געזעהן דא. וואס איז דער סוד? 😛
שמעקעדיג: ייש"כ. זייער גוט אראפגעלייגט די מצב. נאר די מענטשן וועלכע האבן נישט גרייט א פען און פאפיר ווען זיי ווייסן אז זיי דארפן אראפשרייבן אינפארמאציע, זענען די זעלבע מענטשן וואס זענען צופלויגן אין אלע ענינים פון זייער לעבן. און אזוי ציען זיי אויף די קינדערלעך שיחיו. איך האב א שכן וואס זיין רעבעצין שתחי' קומט פון א גאר א גרויסע משפחה מיוחסת. שוין לכה"פ דריי דורות פון צופלויגענע מענטשן און שלעפער'ס (בבחינת שלעפן די צייט). ער וואוינט אויפ'ן דריטן שטאק. רוב טעג ווען די באס קומט פאר זייערע קינדער איז מען נישט גרייט. די באס דארף ווארטן איבריג כמעט א יעדן טאג. נאר אפילו ווען זיי זענען שוין יא גרייט, שטייט די מאמע מיט די קינדער און ווארט, אויבן, ביי די טיר פון זייער דירה. פאר די זעלבע געלט וואלט זי דאך געקענט ווארטן אינטן. אבער, ניין ס'זעהט אויס אז דאס צופלויגנקייט און נישט מסודר'דיגקייט איז אין די דזשינס... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😳 😉 😮
שמעקעדיג האסט מיר גוט אויפגערעגט יעצט, איך האב געלאצט צוזאמען מיט דיר.
אז איינער מאכט חתונה אין פרדס און רופט שירה קווייער,
וואספארא חוצפה דאס!!! עס איז ספעציעל געמאכט פאר מענטשען וואס ווילען זיך שפארען געלט אדער האבען נישט קיין געלט. נישט פאר איינער וואס זוכט עפעס בעסער.
האסט געלט גיי צו קאנטינעטאל!
נישט אז פשוטע מענטשען זאלען דארפען ווארטען א יאר צייט פאר א דעיט חתונה צו מאכען!
@שמעקעדיג נעם איבער די מייק.
אז איינער ווערט הייזעריג גיט ער מיר איבער די מייק! וואספארא חוצפה איז דאס? גיי צו קאנטינענטל.... 😛
סאשי פיש אז איינער מאכט חתונה אין פרדס און רופט שירה קווייער,
וואספארא חוצפה דאס!!! עס איז ספעציעל געמאכט פאר מענטשען וואס ווילען זיך שפארען געלט אדער האבען נישט קיין געלט. נישט פאר איינער וואס זוכט עפעס בעסער.
האסט געלט גיי צו קאנטינעטאל!
נישט אז פשוטע מענטשען זאלען דארפען ווארטען א יאר צייט פאר א דעיט חתונה צו מאכען!
@שמעקעדיג נעם איבער די מייק.
האסטע דעם תריץ <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/224182">viewtopic.php?p=224182#p224182</a><!-- l -->
וכבר אמר האומר: עסקן מלשון עסק.
@כוכב .
איך קען זיך נישט כאפן דעם אטעם - אנבעליוויבעל.
עניני דיומא, בין איך עס מעתיק דא:
שמעקעדיג עטץ מיינטס די אלע זאכן איז א דזשאוק? איך האב שוין באמת נישט קיין געדולד דערצו (אפשר זאל איך עס שרייבן אינעם אשכול פון זאכן וואס רעגן מיך אויף) פארוואס דארף איך אפגעבן דין וחשבון פאר יעדן צווייטן טאטער אין ביהמ"ד צי אפילו אויפן גאס?שמעקעדיג, האסט שוין ד' מינים? וואו האסטו עס געקויפט? וויפיל האסטו געצאלט דערפאר? כאטשיג א הדר אזוינס און אזעלכעס? וואס האסטו א יאנעווער אדער א מאראקא? מאכסט א אייגענע סוכה? דיין סוכה שטייט שוין? ווען האסטו עס געמאכט? ווער האט דיר צוגעהאלפן? שלאפסט אויך אין סוכה? ווען שטייסטו אויף חול המועד? וואו גייסטו חאלעמויעד האלטן? יענע פלאץ איז אויסגעהאלטן? זיי האבן צוגעשטעלט א סוכה? פארוואס גייסטו נישט פלעין צו די ריידס מיט די קינדער און פטור אנייסעק? וואו גייסטו דאווענען יום טוב? פארסט אוועק צו דיין רבי'ן? וואו זאגסטו קהלת? וואו גייסטו וויינען הושענא רבה? און וואו פראווען די הקפות? האסט שוין א זאגער'ל? קענט עטץ מיר פליז לאזן לעבן? לאזטס מיר געמאך! איך שלאף אין סוכה נאר ווען עס איז מיר באקוועם, איך דאוון ווען און וואו איך וויל, איך גיי חול המועד וואו מיין מוד זאגט מיר (אדער וואו די רעבעצין פארלאנגט), און מישט אייך נישט אין מיינע געשעפטן. און אויב האט איר צופיל איבריגע צייט, קענט איר גיין צוהעלפן מיין רעבעצין מיט די ערב יו"ט ארבעט. שכויעח!
ווען איינער קומט ערב פריקען יום טוב צוויי שעה פארן פריקען זמן צום פריקען עקפרעסס ליין אין גראסערי מיט פריקען וויק טשעקס! זי דארף קויפן א באטל מילך און דארף אויפהאלטן א ליין מענטשען ווייל זי דארף נוצן די פריקען וויק טשעק. צאל קעש, שרייב אויף! ס'איז ערב יום טוב פאר גאד פריקען סעיק!
זי האט געליינט הוגה'ס ארטיקל און מקיים געווען <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4753">viewtopic.php?f=24&t=4753&start=0..</a><!-- l -->.
נאכאמאל, כ'בין צעמישט. זי האט געקויפט פריקען אדער מילך? קומסט עפעס נישט אריין קלאר.
ווען דער בעל תפילה גארגעלט זיך ביי האל בתעצומות אדער שוכן עד און דער בחור'ל אדער יונגערמאן וואס איז געקומען שפעט, זאגט הויך, מיט א פאלשער איידעלקייט, ברוך שאמר. ביסט פארפאפן? שווייג שטיל, נישט יעדער דארף וויסן!
וואו ביסטו געוועהן בעל תפילה?
פארוואס מיז מיין שכן צונעמען זיין סוכה 9:30 אויפדערנאכט און אויפוועקן מיינע קינדער איז דען נישט דער זונטאג גענוג גרויס
כאב יעצט גערעדט צו אים. זאגט ער מיר אז זיינע קינדער וועלכע זענען געקומען צונעם אויף די צווייטע טעג און העלפן אים צו צונעמען די סוכה פארן שוין באלד אהיים און ער מוז אריינכאפן ווילאנג זיי זענען ביי אים.
שאולדיספריםפאקער פארוואס מיז מיין שכן צונעמען זיין סוכה 9:30 אויפדערנאכט און אויפוועקן מיינע קינדער איז דען נישט דער זונטאג גענוג גרויס
כהאב אויך אזוי געטאן מארגן קען איך אויפשטיין מיט א פרישקייט צו א' סליחות, כקען מעך שוין נישט דערמאנען וועחע נאכט כבין פאראיאר געשלאפן אין די סוכה
דער ערשטער האט שוין ענדליך געענדיגט צאמנעמען זיין סוכה איז צו מיינע צרות יעצט אהיימגעקומען מיין אנדערע שכן פון די סאטמארע באגלייטן מיט א פרישקייט און הייבט יעצט אן מיטן שלאק דאס מיינט אז כ׳האב נאך צויי שעה צוגיין מינומום
שמעקעדיג כאב יעצט גערעדט צו אים. זאגט ער מיר אז זיינע קינדער וועלכע זענען געקומען צונעם אויף די צווייטע טעג און העלפן אים צו צונעמען די סוכה פארן שוין באלד אהיים און ער מוז אריינכאפן ווילאנג זיי זענען ביי אים.
זעעט אויס אז די און די ס'פאקער זענען פון צוויי אנדערע generations.
שאולדיספריםפאקער דער ערשטער האט שוין ענדליך געענדיגט צאמנעמען זיין סוכה איז צו מיינע צרות יעצט אהיימגעקומען מיין אנדערע שכן פון די סאטמארע באגלייטן מיט א פרישקייט און הייבט יעצט אן מיטן שלאק דאס מיינט אז כ׳האב נאך צויי שעה צוגיין מינומום
ווי נאר ער איז מסלק דעם שלאק, זיי איהם מכבד מיט א וזרקתי עליכם מים טהורים...
שאולדיספריםפאקער דער ערשטער האט שוין ענדליך געענדיגט צאמנעמען זיין סוכה איז צו מיינע צרות יעצט אהיימגעקומען מיין אנדערע שכן פון די סאטמארע באגלייטן מיט א פרישקייט און הייבט יעצט אן מיטן שלאק דאס מיינט אז כ׳האב נאך צויי שעה צוגיין מינומום
ר' שאול: איך האב שטארק מיטלייד מיט דיר און דיין מצב. פונקט האסטו דיך באזעצט צווישן צוויי שכנים וועלכע ארבעטן און מאכן א גערודער אין די נאכט שעות. האביך איין עצה פאר דיר. לייג זיך צו תיכף נאך הבדלה פאר א צוויי שעה, און נעם דיך האקן ווען דיינע שכנים זענען שוין ענדליך פארטיג מיט צונעמען זייער סוכה, און ווילן זיך גיין אויסרוען נאך א שווערע ארבעט. הייב דו דאמאלס אן צו האקן,זעצן און דריללן. און לאמיר זעהן ווי שטארק ס'וועט זיי געפעלן. דאמאלס איז די צייט צו פארהאנדלען. דו גייסט סטאפן נאר בתנאי כפול, אז לשנה הבאה אי"ה גייען זיי צוערשט צונעמען די סוכה און נאכדעים גיין באגלייטן דעם צדיק הדור... 😂
עד כדי רציחה?! לאן הגענו? נישט מער און נישט ווייניגער נאר אז ווער עס טרעפט אברהם סלונים איז מחיוב תיכף ומיד אים צו הרג'ענען.
אין אנדערע נייעס איז געפינען געווארן צעטליך מיט אויפשריפטן אקעגן אידן אויסגעווארפן אין די גאסן נעבן די אידישע געגנט, די געטרייע איבערגעגעבענע עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די פרשה, די פאליציי האט באשטעטיגט אז דאס איז געווען א העיט קריים און גייען אן מיט א גרינטליכע אויספארשונג צו דערגיין ווער עס איז געשטאנען אונטער דעם.
בושה תכסה פנינו.
📎 555.JPG
אלאה האכבר!
די מודזאדיסטן פון עז-א-דין-אל-סיקריקים געבן נישט נאך. באלד וועט נאך ארויסקומען א ווידיאו ווי זיי שניידן אים אפ די קאפ. איך קווענקל מיך שוין ערענסט ווער איז א גרעסערע סכנה פאר די מענטשהייט, אייסיס צי זיי.
אפטעמיסט די מודזאדיסטן פון עז-א-דין-אל-סיקריקים געבן נישט נאך. באלד וועט נאך ארויסקומען א ווידיאו ווי זיי שניידן אים אפ די קאפ. איך קווענקל מיך שוין ערענסט ווער איז א גרעסערע סכנה פאר די מענטשהייט, אייסיס צי זיי.
גרעסער? וויאזוי זאגט נאר ביבי שטענדיג: "אייסיס איז כאמאס; כאמאס איז אייסיס."
שוידערליך! ווי אזוי האט ער עספיעט צו רצח'ענען אזופיל קליינע בעביס?
שמעקעדיג שוידערליך! ווי אזוי האט ער עספיעט צו רצח'ענען אזופיל קליינע בעביס?
יתכן אז דער יעניגער באנדיט וואס האט אויסגעשאסן די דאזיגע צעטלעך, האט אין דער זעלבער צייט פארשפרייט צעטלעך אז מ'זאל נישט שטיצן תועבה. ער האט דורכגעפירט א שנעלן זוך אויף גוגל איבער פאליטישע שטעלונגען בנוגע SSM, מילא האט ער שוין אריינגעבלאנדזשעט אין אבארציע.
למעשה האט ער זיך געיאגט ווארום מ'שטימט שוין היינט, מילא איז אין איילעניש בטעות ארויף א pro choice זיגל אויף דעם מאן וואס האט א דין רודף און איז שוין געווארן גע'משפט צום טויט, און יענער נעמט אן אז pro choice טוט באדייטן רציחה ממש.
אין וועגען זיין יאגעניש האט ער אויך נישט געהאט קיין צייט צי נעמען די בארא פארק באס אין דארט אויסווארפן די ליפלעטן אקעגן הייקינד אין אשטאטס עס געווארפן אין וולימסבורג בארא פארק! עטס ווייסטס אפילו נישט פין וואס עטס זענטס געווארן אפגעשוינט
קאסטנער אין וועגען זיין יאגעניש האט ער אויך נישט געהאט קיין צייט צי נעמען די בארא פארק באס אין דארט אויסווארפן די ליפלעטן אקעגן הייקינד אין אשטאטס עס געווארפן אין וולימסבורג בארא פארק! עטס ווייסטס אפילו נישט פין וואס עטס זענטס געווארן אפגעשוינט
😂
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/index.php">http://www.ivelt.com/forum/index.php</a> כקריג יעדעס מאל הארצוויי. כדארף אנהויבן ארבעטן אויף טאלארנץ.
איך וויל עס נישט זאגן אבער זיך מאכן פרום געווינט אייביג
כוכב http://www.ivelt.com/forum/index.php כקריג יעדעס מאל הארצוויי. כדארף אנהויבן ארבעטן אויף טאלארנץ.
דיין לינק שיקט צום הויפט בלאט פון איי וועלט
ס'רעגט אים אז אייוועלט עקזיסטירט
שטארקע כוח הסברה דריידל. קיפ אן.
די וועג וויאזוי יודן אביוזן די סיסטעם פאר קיין שום גוטע ריזן רעגט מיר אויף.
VIDEO
קראנקע אטענשן איז נישט א גוד אינאף ריזען? מצד שני די קראנקע ענדלאזע מאטארקיעדס פון די ניפד א היבשע שטיק צייט נאך ניין עלעווען האט אויך נישט געדינט קיין שום ציהל ואצ''ל אז קיינער האט זיך נישט געפילט מער 'סעקיור' דערפון ,ביי אונז איז עס כאטשיק ספרי תורה ותפילין.
לאליפאפ: ייש"כ. אויב דאס איז פון די פלאד פון האריקעין סענדי, וואו איז געוועין די קליפ ביז יעצט? א יעדער זעהט עפעס אנדערש. איך זעה דוקא א שיינע זאך אין דעם גאנצן טומל. התלהבות של מצוה...! איך פארגין זיי דעם כבוד מיט'ן גאנצן הארץ...!
א שטיקל חילוק. אפילו רז"ל'ס מאטארקאדע מאכט מיר מער סענס ווי דעם. כאטש מאכט מען א טראסק וועגן א גרויסן רבי'ן וכדו', אבער סיריעסלי, פארוואס קען נישט די טראק מיט צוויי מעמבערס אליין פירן די ספרי תורה צו א זיכערער ארט?? און בערל, איך האב מיר פשוט אנגעשטויסן דערין.
נעבעך... מ'מוז פארן מיט לייט און סיירינס ווייל די ספרי תורה קענען חלילה אויסגיין! און פליז זאג מיר נישט אז די אלע מעמבערס זענען צוריק געפארן די גאנצע וועג אין די שווערע פייער פרוף קליידער, מסתמא האבן זיי עס צוריק אנגעטוהן אין ב"פ כדי צו קענען טראגן די ברענדעיגע ספרי תורה און נישט ווערן אפגעבריהט. אבער ווייסטעוואס? אפאר קינדער ווילן זיין רייסערס? סוכ"ס טוען זיי טובות פאר מענטשען און בעטן נישט גארנישט דערפאר חוץ פון אביסל אטענטשען. שוין.