☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24

petergrifin » מוצ"ש מערץ 2, 2013 10:53 pm

· #91876
שמעקעדיג
צוליב דיין גראבן ניק מיינען זיי אז דו האסט אסאך איבריג געלט צו פרעסן...


זײ קענען נישט מײן ניק.. 😂

טעפל » זונטאג מערץ 3, 2013 3:48 am

· #91996
petergrifin
שמעקעדיג
צוליב דיין גראבן ניק מיינען זיי אז דו האסט אסאך איבריג געלט צו פרעסן...


זײ קענען נישט מײן ניק.. 😂

אבער דיר קענען זיי יא!

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 22, 2013 4:52 pm

· #99545
עס רעגט מיך אויף אז G&G מאכט אויף ערשט 11 אזייגער... 1:45 זענען זיי שוין געווען פארמאכט.
משוגעים.

זר זהב » פרייטאג אפריל 12, 2013 2:25 am

· #104122
ס'רעגט מיר זייער אויף אז ווען כ'זיץ ביי א שמחה עני אקעיזשען וואו סערווירערס טיילן דאס עסן מוז איך זוצן און עסן און עסן און עסן, אויב נעם איך א רעסט אריינצאטעמען אביסל לופט אדער א שמועס טון מיט'ן שכן איז דער פיינער וועיטער גלייך דארט צו פארכאפן דעם טעללער זאל עס נאך אפילו זיין 3 פערטעל אנגעפילט, און מ'מוז פראטעסטירן סארי איים נאט פיניש יעט!! יו מאראן!!!

נר מצוה דארף ארויסקומען מיט אזא סארט אייזענע קליפפער וואס מ'זאל צובינדען דעם טעללער צום טיש און אויב דער וועיטער וועט דאס צוכאפן זאל ער מיטשלעפן דאס גאנצן טיש. הער אויף!!!!

ברוין » פרייטאג אפריל 12, 2013 10:07 am

· #104139
מיך רעגט אויף ווען מענטשען פייפן צוועלף אזייגער ביינאכט אן קיין רחמנות נאר ווייל איינער שטערט אים אדער ווייל די לעקטער איז די רגע געווארן גרין און יענער פארט נאכנישט. דער אפגעפיפענער כאפט נישט אז ס'איז ביינאכט און ער קען ניצן זיינע הייביעמס אנשטאט צו אויפרידערן די גאס

צומאל פיל איך ווי איך וואלט אים געשפאלטן דאס רעדל פאר כעס

newkave » פרייטאג אפריל 12, 2013 10:44 am

· #104144
די וואוינסט אויף א הויכע שטאק?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 17, 2013 5:59 pm

· #105968
פארוואס דארף א קאר אנהייבן פייפן (סיט בעלטס) די רגע וואס מען צינדט אן די ענדזשין? איז מען מחוייב זיך צוצובעלטן מיט די סיט בעלטס נאך איידער מען צינדט אן דעם קאר?
האלא, אפשר גיסטו מיר א מינוט? אזויפיל שכל האסטו נישט אז איך בין נאך אין PARK און איך דארף פשוט אביסל עירקאנדישאן? קלאץ איינער! וואס ווילסטו איך זאל מיר אנטון די סיט בעלטס יעצט?

די ריכטיגע זאך וואלט געווען אז עס זאל אנהייבן קלינגען ווען מען שיפט ארויס פון PARK. ערשט דאן דארף מען האבן סיעט בעלטס.

ברוין » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:49 pm

· #106054
לעגאל דארף מען אנהאבן סיטבעלטס די מינוט וואס די לייגסט אריין די שליסל אונעם לאך.

בדחן » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:58 pm

· #106061
עס איז א אינטערסאנטע געזעץ, אויב איינער ריעט זיך אפ ביי די זייט א פאר מינוט און די קאר ארבייט מוז ער האבן סיט בעלטס?

מענין לענין, לעצטענס איז געווען א קארט קעיס פון איינעם וואס האט באקימען א טיקעט אין nyc פאר טעקסן שטייענדיג ביים רויט לייט, ער האט געטענה׳ט אז ער איז נישט געפארען בשעת מעשה, די פאליס האט געטענה׳ט אז שטייענדיג ביים רויט לייט איז א חלק פון פארען, און פארשטייט זיך אז די פאליס האט געווינען די קעיס.

MickyMouse » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:39 pm

· #106080
זר זהב

נר מצוה דארף ארויסקומען מיט אזא סארט אייזענע קליפפער וואס מ'זאל צובינדען דעם טעללער צום טיש און אויב דער וועיטער וועט דאס צוכאפן זאל ער מיטשלעפן דאס גאנצן טיש. הער אויף!!!!


למעא

איך אויך » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:49 pm

· #106088
זר זהב
ס'רעגט מיר זייער אויף אז ווען כ'זיץ ביי א שמחה עני אקעיזשען וואו סערווירערס טיילן דאס עסן מוז איך זוצן און עסן און עסן און עסן, אויב נעם איך א רעסט אריינצאטעמען אביסל לופט אדער א שמועס טון מיט'ן שכן איז דער פיינער וועיטער גלייך דארט צו פארכאפן דעם טעללער זאל עס נאך אפילו זיין 3 פערטעל אנגעפילט, און מ'מוז פראטעסטירן סארי איים נאט פיניש יעט!! יו מאראן!!!

נר מצוה דארף ארויסקומען מיט אזא סארט אייזענע קליפפער וואס מ'זאל צובינדען דעם טעללער צום טיש און אויב דער וועיטער וועט דאס צוכאפן זאל ער מיטשלעפן דאס גאנצן טיש. הער אויף!!!!

איך בין מסופק פון וואס איך לאך מער, פון דיין געניאלע איינפאל אדער פון מיקימאוס'ס לייק.

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:56 pm

· #106089
איך האב אמאל פאר נקמה, געלאזט מיין טעלער אפיטייזער (כ'זאג עס גוט?) מיט א קליין שטיקל שריים דערין, אגאנצן שמחה, נעבן מיר, און ווייטער געגעסן די אנדערע ריכטן. ווען ער האט געוואלט נעמען דעם ערשטן טעלער. האב איך אים געוואונקען "איים סארי, איך האלט נאך אינמיטן" זעסט נישט ס'האט נאך א שטיקל אינעווייניג??..

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 4:55 pm

· #106381
וואס איז נייעס?
יעדן טאג כמעט ווען איך קום אריין אין ביהמ"ד, אדער אין מקוה, קומען צו געוויסע אידן און פרעגן: הרב שמעקעדיג, וואס איז נייעס?

איין מינוט, איך פארשטיי נישט. ביז א האלבע מינוט צוריק בעפאר דו ביסט אריינגעקומען אין ביהמ"ד ביסטו דאך געווען אינפארמירט און אפדעיטעד מיט אלע נייעס איבער דער גארער וועלט. דו לעבסט דאך אויף די נייעס! און איך קום יעצט אקארשט פון מיין בעט מיט די פארשלאפענע פיאות, כ'ווייס נישט וואס טוט זיך מיט מיין לעבן, דו מיינסט איך קען דיר עפעס פארציילן?

איך ענטפער, ב"ה, גארנישט ספעציעל, אדער, ב"ה פיין געשלאפן, אדער נישט, מיין בעבי האט געוויינט, א.א.וו. און מ'הייבט אן א קורצע שמועס אויף א 2 מינוט... אבער דאן פרעגט ער ווידעראמאל: סאו, וואס נאך איז נייעס? הא??

איך האב עטליכע פריינד, וואס קענען אין א צירקע 10 מינוט פרעגן לכה"פ 6 מאל 'וואס נאך איז נייעס'... ער האט שוין נישט וואס צו שמועסן, און ער פרובירט אויסצוקוועטשן דעם אויסגעטריקנטן לעמאן מער און מער אן רחמנות (איי געס יענער האט אויך ליב לעמאן דזשוס, נישט נאר קאווע טרינקערס..), אבער איך בין שוין טרוקן!! וואס ווילסטו פון מיר? איך בין עפעס א נייעס פארציילער? א רעפארטער? ביטע קריך אפאר פון מיר!

==

מענין לענין. איך האב אמאל געהערט גאר א שיינעם טעיפ, איך געדענק שוין נישט ווער איז דער רעדנער דארט. מען קען עס קויפן ביי 'ובלכתך בדרך', דוכט זיך אז עס הייסט "וואס איז נייעס?". ער איז מסביר אז די אלע וואס זוכן טאג און נאכט פרישע נייעס, זענען פשוט אומצופרידענע מענטשן, זיי האבן נישט קיין סיפוק החיים. איינער וואס האט א געשמאק אין תורה אדער אפילו וועלטליכע ענינים, אינטרעסירט נישט יעדע רגע וואס איז נייעס, ער לעבט מיטן רעאליטעט. ער ברענגט דארטן מעשיות פון צדיקים וואס אפילו ביי אינטרעסאנטע געשעענישן האבן זיי נישט ארויסגענומען די אויגן פון די גמרא, דאס איז זיי געווען אינטרעסאנטער ווי אלע הבלי עוה"ז, ליטערעלי טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף, שש אנכי על אמרתיך כמוצא שלל רב, און נאך שיינע פסוקים. דער CD האט מיר געגעבן א שאקל.

איך האלט נאך נישט אויף אזא מדריגה אז עס אינטערעסירט מיר ממש נישט קיין נייעס, אבער די נערוון קריכער ווילעך בעטן זיי זאלן זיך ביטע אפשאקלען פון מיר, און גיין קויפן א צייטונג אדער זוכן נייעס אויפן אינטערנעט, אדער העכסטנס פרעגן שעפטיל...
 

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 5:08 pm

· #106390
שמעקעדיג איך פארשטיי אז עס מאכט דיך נערוועיז אבער טראכט א מינוט די צווייטע זייט פון די מטבע נישטא א וועיג צו ווערען גוט מיט איינעם נאר דורך רעדען צו דיין מזל ביסטו זייער א געשמאקע מענטש און מענטשען ווילען זיין דיינע חברים, צו ווייל זיי ווילען זיך קענען בארומען פאר זייערע חברים דו קענסט שמעקעדיג פון קאווע שטיבל ער איז פון מיינע בעסטע פרענדס, צו ווייל צו אז מ'זעיט אים זיך דרייען מיט שמעקעדיג האפט ער אז מענטשען וועלען זאגען עס מוז זיין ער איז א געשמאקע מענטש איך זעי שמעקעדיג רעדען יעדען טאג צו אים, וויאזוי קען ער עס טון נאר דורך רעדען צו דיך צו זיין ביטערע מזל טרעפט ער דיך נאר צופרי און ער יאגט זיך אבער ער דארף דאך קענען זאגען פאר יעדעם אז ער רעדט מיט שמעקעדיג איז שטעלט ער דיך אוף פאר א מינוט צו זיין ביטער מזל איז ער שוין די 10טע וואס פרעיגט די די זעלבע קשיה, וואס איז ער שולדיג אז דו האסט נאך 10 מענטשען וואס טוען די זעלבע זאך צו דיך?
דאס איז די חסרון פון זיין א געשמאקע מענטש קענט העלף יא

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 5:22 pm

· #106398
שכויעך לעמיל פאר דיינע באלזאמע ווערטער אויף מיין צעבראכענעם גייסט, אבער איך מיין האסט מיר נישט פארשטאנען.
איך רעד אז דער זעלבער מענטש פרעגט איבער 10 מאל וואס איז נייעס. און וואס נאך? און וואס נאך?

בעל הבית » זונטאג אפריל 21, 2013 4:15 pm

· #107290
ווען מענטשן זאגן נע!!! די עף בי איי האט נישט געמאכט א גיטע זשאב אין BOSTON

טעפל » זונטאג אפריל 21, 2013 4:48 pm

· #107315
בעל הבית
ווען מענטשן זאגן נע!!! די עף בי איי האט נישט געמאכט א גיטע זשאב אין BOSTON

נע!!! זיי ווילען סך הכל אנהייבען א שמואס מיט דיר און זיי ווילען נישט זאגען וואז איז נייעס וויל ס'וועט אויפרעגען הרב שמעקעדיג..

בעל הבית » זונטאג אפריל 21, 2013 4:55 pm

· #107319
זיצט א כולל יונערמאן זיין העכסטע עדויקעשען education איז ענגליש פין קאשוי חדר אין ער מאכט אוועק די שטערקסטע law enforcement אוף די ווועלט

מיט אזא איינם וויל איך נישט רעדן

טעפל » זונטאג אפריל 21, 2013 5:45 pm

· #107335
זאגסט עפעס, דו האסט געלערענט אין שאפראן?

בעל הבית » זונטאג אפריל 21, 2013 5:51 pm

· #107339
Nien mien vieb is fin bikvie hatzon

petergrifin » מאנטאג אפריל 22, 2013 12:30 am

· #107491
פארקינג/נא פארקינג
איך קום אהײם יעצט נאך א שמחה און איך זיך פארקינג איך דרײ מיך און פרײ זיך ענדליך נאך צװאנציג מינוט א ספאט
איך האב למעשה געטראפען װי צו פארקן און איך קען שוין אהײם גײן מיט דער טעיקאט סענדװיטש עסן און זיך ארײן לײגען אין בעט!!
אבער נײן!!!!!!!! צי מײן מזל באמערק איך װי ס׳יז דא א נא פּארקינג סײן פונקט בײ דער ספאט א נײע סײן ערשט ארויף געלײגט
פארװאס?? װײל סאיז פארנט פון א שולכעל װאס קײנער קערט נישט װעגן זײ מוזען זײ ערלעידיגען דער סײן אבער בײ בײדע זײטן
פון דער שול מיט אנקעגן איבער איז אויך דא שולן אבער היות זײ האבן צען מאל די מתפללים דארפן זײ נישט אנקאקן די שכנים
שוין מײן סענדװיטש איז קאלט 😈

בעל הבית » מאנטאג אפריל 22, 2013 12:41 pm

· #107600
פאר איך ארום די בלאק איינמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל... ענדליך נאכן צוזאגען פאר רבי מאיר בעל הנס .בנוי עולם, מקימי, מטרנה נכדי רבי ישעי'לע, כולל חצות , נכדי ר' יחזקע"לע מערץ,ועד הרבנים, Y U, פאפא ביקור חולים , אין זאגן פרק שירה ענדליך טרעף איך א קליינע פארשטינקענע פארקינג ספאט, איך דריי די רעדל אהער אין אהון ענדליך געלונגט מיר אריין צו פאשען מיין אדאסי . ביז איך הער א פייף קודם האב איך געמיינט אז עס איז ענדליך די שופר של משיח, ביז איך זע מיין טעות. זיצט א אינגרמאן שפילט זיך מיט זיין טעלעפאן ,הערט צו ר פישל שכטר מעשה טעיפ אדער שאן הענענדי, שפרינגט ארוס פין זיין קאר אין נעמט זיך צומאכן קולות, אין דערביי ניצט ער די F ווארט ,

אז איך האב כמעט געטושט (touched) זיין באבמפער....... די גנב , שייגיץ, מניוול, מאלעסטער . ביז איך האב עם שיין מסביר געווען אז עס איז נאך גארנישט געשען נאר כמעט,שון האט ער מיר מוחל געווען, ביקוצר המעשה זעי איך אויפן דאך פין זיין קאר האט ער א בנוי עולם סיין, א רעדיא פין הצלה, אין חסד מעמבער, אין א יד אפרים וואלינטיר , פרעג איך צו מיר איז דאס א בעל חסד?? אדער???????????????????????????????

מעג איך זיין אופגערעגט?..

בדחן » מאנטאג אפריל 22, 2013 1:33 pm

· #107618
גוט געזאגט,

ווען עס געשעט צו מיר אז איינער פייפט מיר אריין אינמיטען בעקן ווייל איך גיי אפשר טאטשען זיין באמפער, האב איך א מנהג דירעקט צו טאטשען זיין באמפער אזוי אז די פייף זאל נישט זיין אומזינסט און ער זאל נישט עובר זיין אויף בל תשחית.

בעל הבית » מאנטאג אפריל 22, 2013 1:38 pm

· #107622
ממך ילמדו וכן תעשו

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 22, 2013 1:44 pm

· #107623
הערה צו בעל הבית
אז דער יונגערמאן וואס האט דיך אנגעשייגעצט איז געווען א מעמבער אין די אלע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס און איז געווען אויסגעשטאט מיט די אלע פיטשיווקעס וואס דו האסט דא אויסגערעכנט, קען איך גלייבן. אויסער איינס. די וואלונטירן פון יד אפרים וועלכע איך האב באגעגנט ביז היינט זענען אלע וואוילע, איידעלע יונגעלייט וואס מיינען גארנישט נאר טון חסד. זיי האבן נישט קיין לעלאס, רעדיאס אדער פענסי באמפער סטיקערס. נאר, אלעס איז מעגליך.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 22, 2013 1:47 pm

· #107625
בדחן
גוט געזאגט,

ווען עס געשעט צו מיר אז איינער פייפט מיר אריין אינמיטען בעקן ווייל איך גיי אפשר טאטשען זיין באמפער, האב איך א מנהג דירעקט צו טאטשען זיין באמפער אזוי אז די פייף זאל נישט זיין אומזינסט און ער זאל נישט עובר זיין אויף בל תשחית.

אדער א ברכה לבטלה.
נ.ב.: די תגובות פון אונזערע גוטע פריינט, ספעציעל ------ און --------- קען איך פאראויסזאגן.

בעל הבית » מאנטאג אפריל 22, 2013 4:03 pm

· #107692
וואס אין וועמען מיינסטו ? איך האב א complex

טעפל » מאנטאג אפריל 22, 2013 4:51 pm

· #107708
בעל הבית
פאר איך ארום די בלאק איינמאל אין נאכאמאל אין נאכאמאל... ענדליך נאכן צוזאגען פאר רבי מאיר בעל הנס .בנוי עולם, מקימי, מטרנה נכדי רבי ישעי'לע, כולל חצות , נכדי ר' יחזקע"לע מערץ,ועד הרבנים, Y U, פאפא ביקור חולים , אין זאגן פרק שירה ענדליך טרעף איך א קליינע פארשטינקענע פארקינג ספאט, איך דריי די רעדל אהער אין אהון ענדליך געלונגט מיר אריין צו פאשען מיין אדאסי . ביז איך הער א פייף קודם האב איך געמיינט אז עס איז ענדליך די שופר של משיח, ביז איך זע מיין טעות. זיצט א אינגרמאן שפילט זיך מיט זיין טעלעפאן ,הערט צו ר פישל שכטר מעשה טעיפ אדער שאן הענענדי, שפרינגט ארוס פין זיין קאר אין נעמט זיך צומאכן קולות, אין דערביי ניצט ער די F ווארט ,

אז איך האב כמעט געטושט (touched) זיין באבמפער....... די גנב , שייגיץ, מניוול, מאלעסטער . ביז איך האב עם שיין מסביר געווען אז עס איז נאך גארנישט געשען נאר כמעט,שון האט ער מיר מוחל געווען, ביקוצר המעשה זעי איך אויפן דאך פין זיין קאר האט ער א בנוי עולם סיין, א רעדיא פין הצלה, אין חסד מעמבער, אין א יד אפרים וואלינטיר , פרעג איך צו מיר איז דאס א בעל חסד?? אדער???????????????????????????????

מעג איך זיין אופגערעגט?..

האסט מיר דערשטיקט דו!!! 😈 😈 האסט פארגעסען ער איז זיכער געוועהן א שאמרעם מעמבער..

בעל הבית » מאנטאג אפריל 22, 2013 4:57 pm

· #107713
איך העלט עס נאך אין מיטן מברר זיין

איך האב שון געקאלט די בורו פארק אפיס זיי האבן נישט געקענט רעדן ווייל ער האט זיך געיאגט צו א קאלל, פין עפעס א אנסטימיטשע אינצודענט, איך וועל שפעטער צוריק רופן

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 22, 2013 8:28 pm

· #107787
בעל הבית
וואס אין וועמען מיינסטו ? איך האב א complex

די שטרעכעלעך שטימען נישט מיט דיין נאמען. קענסט שלאפן רואיג. 😂

בעל הבית » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:22 pm

· #107996
הערט א מעשה !! כדרכו בקודש פאר איך למקום עבודתי מעיר לעיר, היינט פאר איך דאראך א מקום פאר היטשעס,

זעי איך צווי פארקלאצטא בחורים שטייען אין ווארטן אלי יחוס איינער זאל זיך אפשטעלן מיט זיין ווארימע אדסי מיניווען .

ווי געוונדליךהער איך צו א סי. די. פין ר זלמן לייב פילאף הילכות שבת אין אמאל הער איך אויס Z100

לכבוד די בחורי חמד שטעם טעם האב איך געמישט צו 1010 נאכן פארן א פאר געסעלעך רופט זיך אן א בחורל מיט עזות דקודשה, אפשר האט איר א תורה טעיפ.

איך האב מיך שרעקליך אופגערעגט איך וויל נישט זאגן וואס איך האב געטהון .

איך וואלט געוואלט הערן פין חבירים המקשיבים וואס מען דארף טהון אין אזא פאל ??

איך אויך » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:29 pm

· #108005
דאס אז דו געבסט א היטש מיינט נאך נישט מעגסט מכשיל זיין תמימות'דיגע בחורים (אויף 1010 קען מען אויך הערן גענוג זאכן וואס טויגן נישט) ,אויב ער האט געבעטן איידעלערהייט זעה איך נישט וואס איז ראנג.

בעל הבית » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:33 pm

· #108010
כל אחד לפום דרגא דיליה, ווי נישט ווי האב איך אוועקגעמישט פון Z 100

זאל איך ענדערש נישט אריינעמען קיין מענטשן ?

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:39 pm

· #108024
לכאורה איז בעסער זאלסט נישט ארייננעמען און מכשיל זיין.

איך אויך » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:40 pm

· #108025
טאקע ווייל כל אחד לפום דרגא דיליה לאז דעם בחור ריין פאר ווי ווייט מעגליך.
אויב אזא איידעלע בקשה שטערט דיר דאן יא, אדער זיי דיך מצייר אז ער בעהט דיר אויב ער קען אריינשטעלן די לעטעסט טינופת פון קליפה.

בעל הבית » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:42 pm

· #108028
זייער אום קלאר איך פארשטיי דיך שווער

איך אויך » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:43 pm

· #108029
וועלכע חלק?

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:44 pm

· #108030
איך לאז קיינמאל נישט אפען די ראדיא ווען איך נעם היטשעס

בעל הבית » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:48 pm

· #108038
זייער קליג. מיר נישט בייגאפאלן איך האב געמיינט עס איז מער בעל בעטיש

איך אויך » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:48 pm

· #108039
זר זהב
איך לאז קיינמאל נישט אפען די ראדיא ווען איך נעם היטשעס

וכך ראוי לנהוג.

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:50 pm

· #108040
מיר האט אמאל פארציילט א רביש קינד אז ער איז אריינגעפאלן מיט א באם אויף א היטש.. און נאך קריגערייען אז יענער זאל פארלעשן די FM מוזיק איז ער ארויסגעגאנגען אינמיטן דעם בי קיו אי אויף דער זייט... נישט לאנג דערנאך האט אים איינער אריינעגענומן.

א אמתע מעשה, נישט א וויץ.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:53 pm

· #108043
איך אויך
דאס אז דו געבסט א היטש מיינט נאך נישט מעגסט מכשיל זיין תמימות'דיגע בחורים (אויף 1010 קען מען אויך הערן גענוג זאכן וואס טויגן נישט) ,אויב ער האט געבעטן איידעלערהייט זעה איך נישט וואס איז ראנג.

א בחור וואס נעמט א היטש ווייסט אז מענטשען וועלן אויסהערן ראדיא, נייעס טרעפיק והמסתעף, טאמער איז ער שטארק חס על נפשו ונפש בהמתו קען ער נעמן די באס, אדער זיך קויפן אויערן שיצער. בעטן א מכניס אורח זיך אומבאקוועם צו מאכן פאר דיין שגעונות איז א פרעכהייט. ס'געפעלט אייך נישט? ס'דא פיר טירן, איר קענט אפשטייגן לארבע כנפות הארץ, און איר זענט א חב לאחריני, ווייל איר פארגייט די אפעטיט פון די פאר יחידים וואס גיבן נאך היטשעס.

בעל הבית » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:54 pm

· #108045
יא איך קען מעיד זיין דארוף.

איך האב עם אריין גענומען אבער אופן פראספעקט עקספרעס וועי האב איך ארוס געשליידרט .

א מין נאסע פגר דאס

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:55 pm

· #108046
אבער איינער וואס נעמט אריין בחורים און פילט נישט פאר וויכטיג אויסצולעשן דעם ראדיא וואלט איך געזאגט אז ער דארף א דאקטאר. כ'רעד נישט וואס ער איז מחייב, ער איז פשוט א חסר דעה.

בעל הבית » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:57 pm

· #108049
מיין מעדיקעל אינשורענס האט לעצטענס אויפגעהערט צו קאווערן היטש מחלות

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:00 pm

· #108051
פארוואס דאקטאר? וואס פונקטליך גייט דער בחור הערן אויף טען טען ווינס? ווי א אינגל זינגט וואן עיט סעווען סעווען קארס פור קידז?

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:03 pm

· #108055
ער קען פונקט הערן א סעקס נייעס.

און גראדע דער וואן עיט סעווען סעווען קארס פור קידז איז א שאלה וועגן מוזיק אין ספירה...

איך אויך » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:07 pm

· #108058
זרל דאס מאל ביסטו גערעכט. געפילטע, דער וואס געבט אנצוהערן פאר א ריינע בחור וואס מען דארף נישט איז דער חב לאחריני נישט פארקערט.

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:09 pm

· #108060
וואס הייסט 'דאס מאל'?

בעל הבית » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:09 pm

· #108061
הוא הדין ביי עלטער יונגערמאן אויך?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24