זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
יעדן טאג מאכט זיך מיר אנדערע זאכן און פאסירונגען וואס רעגן מיך אויף! אמאל גרעסערע זאכן, און אמאל נארישקייטן.
און היות ס'שטייט דאך דאגה בלב איש ישיחנה, וועל איך דא אויסגעבן אויפן פאפיר (סקרין) מיינע בויך ווייטאג.. 😞
יעדן טאג פארגעס איך די נעכטיגע, הדאגות האחרונות משכחות את הראשונות,
אשר ע"כ וועל מיר יעדן טאג שרייבן וואס קוועטשט אונז, כפי שידינו מגעת.
און איך וויל אויך הערן פון אייך, וואס זאגט איר, וואס קוועטשט אייך.
-------
איך האב געקויפט א טונא סענדוויטש פאר מיטאג. אבער די ראל איז נישט געווען אינגאנצן אדורכגעשניטן!
דארף איך עס שלעפן און אויפרייסן מיט ביידע הענט, און אינדערצווישן קוועטשט זיך ארויס טונא אויף אלע 4 זייטן, און קוים האט זיך עס צוטיילט אויף א גאר פארקרומטן אופן.
פארוואס אויף דער וועלט קענען נישט די רעסטוראנטן גענצליך אדורכשניידן דעם ראול אדער בייגל??
ווייל זיי איילן זיך צו סערווירן דעם נעקסטן קאסטומער. היינט האט קיינער נישט קיין צייט.
חוץ פון דעם, אויב ס'איז אן איינמאליגע זאך קען מען עס פארקוקן. אויב ס'געשעט אפטער, דארף מען מעורר זיין דעם רעסטאוראנט אייגנטומער/קעכער איבער דעם.
יה"ר אז איר זאלט קיינמאל אין לעבן נישט האבן קיין מער ערנסטע פראבלעמען פון דעם. אמן..
פריער געפארן אויפן גאס. עס איז געווען א לאנגע ליין פון קארס ביי די רויט לייט (טרעפיק לאמפ בלע"ז).
די ליניע פאר די וואס דרייען זיך איין רעכטס איז געווען ליידיג.
פלוצלינג קומט איין יונגערמאנטשיקל (א חסיד'ישער) מיט א פענסי מיניווען און פארט אויף דעם ליידיגן RIGHT TURN ONLY ליניע, כאילו ער וויל מאכן א רעכטס.
די סעקונדע וואס עס ווערט גרין, גיט ער א קאט אריין צום גראדן לעין און פעססד דעם ערשטן קאר פון די לאנגע רייע מיט קארס, און היידא! ער איז דער ערשטער!
איך האמעך אזוינס גערעגט. איך פארגין אים עס (עה, נישט עכט) אבער ער ברענגט ארויף דעם צארן און אויפברויז פון אלע נארמאלע מענטשן!
לאמיר שוין אפילו נישט רעדן פונעם חילול השם!
וויאזוי האט יענער געזאגט?
יונגערמאן, ביהעיוו!!!!און אז איך האב געגעסן טונא סאלאט פון א רעסטוראן און אינמיטן פאפס: א שאלאכץ, אךך, כאב אוועקגעווארפן דעם טעלער, כ'ווייס נישט ווען כעל נאכאמאל קויפן טונא סאלאט ביי עני רעסטוראן. אבער כאב זיך נישט גערעגט, א שאד זיך צו רעגן אויף אזאנע שטותים. גם זו לטובה און שוין.
איך גיי אין גראסעריי, האבן די קעשירס א מאדנעם משוגעת וואס מאכט מיר צודרייט.
איך האב א בערזל אין מיין אונטערשטן הויזן טאש, פאר די מזומנים.
דערנאך א אנדערע טאשקעלע אין מיין רעקל טאש פאר טשעינדזש.
איז למשל איך קויף עפעס פאר 12.46 און איך דערלאנג דעם קעשיער א צוואנציגער,
בשעת איך שטיי מיט מיין אויסגעשטרעקטן האנט צו מקבל זיין די רעשט, הייבט ער אן צו קראצן די טשעינדזש, קודם די 7 דאלער, און נאכדעם די קליינ-געלט, און ווען אלעס איז שוין צוזאמען פרינט ער דעם רעסיט, און אזוי אין איין פעקל שבת אחים גם יחד דערלאנגט ער מיר דעם גאנצן בינטל אין האנט אריין. (און אפט גיט זיך די קליין געלט א גליטש אראפ און צעשפרייט זיך ימה וקדמה צפונה ונגבה..)
איך בעט אים, גיב מיר קודם די דאלארן, איין זאך אויף אמאל! סייווי נאכדעם וואס איך באקום דעם בינטל צוטייל איך עס צוריק, און לייג אריין יעדע זאך וואו עס באלאנגט, די צעטלען געלט אינעם גרויסן בערזל, די טשעינדזש אינעם קליינעם בערזל אדער אין די פושקע ביים רעזשיסטער, און דעם רעסיט אדער אין גארביטש אדער אין דעם שאפינג בעג, איז דאך א שאד איך זאל ווארטן, און דו זאלסט דארפן זוכן די קוואדערס און פעניס מיט א אנגעפילטן האנט פון 7 דאלער! ס'איז דאך זה נהנה וזה נהנה.
אבער ניין. עס קוקט עפעס אויס ווי א משוגע'נע געזעץ אז מען מוז צודרייט מאכן דעם קאסטומער. בפרט ווען דער קעשיער איז א ספאניאלא, קענסטו רעדן צום דופן.
סתם אזוי וואלט איך עס נאך אראפגעשלינגען, אבער אסאך מאל ווען מענטשן אונטער מיר יאגן זיך, און איך דארף שטיין און זיך באקראצן/צוטיילן די געלטער, שפיר איך אז עס איז שוין איבערגעצויגן דאס שטריקל.
זאגסט כאטש ראה נא עמלי ושא לכל חטאותי?
ניין!
יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן!
איך מעג דיר געבן א ברכה?
איך בין ביטער דורשטעריג, מיינע לונגעלעך שמאכטן נאך אביסל פייכטקייט, קום איך אריין אין קאך, איך וויל נעמען א קאלטן טרונק פון פרידזש, טרעף איך עס צו מיין אנטריסטונג אויף די קאונטער וואו דאס באטל בראט זיך שוין אויף די זון די לעצטע פאר שעה.. שאקס.
פארוואס דארף מען עס אייביג לאזן אינדרויסן? און די זעלבע איז מיין קשיא אויף די מילך וואס איך טרעף יעדן צופרי ליגן א אפגעווארעמטער נעבן קראן, עטס זענטס אויף'ן קאפ געפאלן? ווארעמע מילך? וואס מיינסטו, וואו זעמער דא? אינעם מיטל אלטער, ווען מען האט געטרונקען ווארעמע זויער-מילך גלייך פון דד הפרה?
איך דארף דיר נישט זאגן אויף וועמען עס ווילט זיך אויסגיסן א פנחס'דיגע גרימצארן.
איך האב זייער מורא אז דו ביסט שמואל הלוי'ס דאפעלטע ניק, ווייל אויך ביי מיר פאסירט גאר אפט דאס זעלביגע.
איך גיי אין מקוה צופרי מיט א פרישקייט, איך וועל מיר אויס דעם גרעבסטן האנטוך, לאנג און אהנע ריסן און לעכער.
איך מאך זיכער אז די הערעלעך פון די האנטוך שטעקן נאך ארויס ווי יונגע שתי שערות, און עס האט נאך דעם ארגינעלן הארטקייט. און דאס זעלבע בין איך אים בודק אלע זייטן מאכענדיג זיכער אז ער האט נישט די גראבע בליטש פלעקן, וואס איין גאט אין הימל ווייסט צו ס'איז טאקע פון בליטש.
אפגערעדט פון דעם אז ס'מוז זיין א טונקל קאלירטע אפוויש טוך, ווייל וועלכע נשמה וויל זיך דען פוגש זיין מיט דעי אומהיימליכע ברוינע פלעקן וואס פיגורירן כסדר אויף האנטוכער אין היימישע בתי מדרשים, און היות איך האב נאך נישט גענומען געהעריג שימוש קען איך טאקע נאכנישט אלע סארטן קאלירן און מראה'ס. אבער אויף אזויפיל ווייס איך יענץ טאטש איך נישט.
טו מעיק עי שארט סטארי. איך שפאנציר מיך א רוהיגער צום בור, מען הענגט אויף דעם האנטוך ערגעץ אינדערנאנט, און יאלאהה מיר טוען זיך א לאז צום שאווער. נאך א פעסטע טבילה אין די הייסע, א שמועס אין די ווארעמע, און א דערפרישנדע טונק אין די קאלטע, קום איך ענדליך ארויס. ס'רינט און טריפלט פון אלע זייטן. די פען פון אויבן און די קאלטע פארטאגס וועטער, בלאזט מיט א רוח מצויה. און א קעלט הויבט זיך אן שפירן. שנעל וויל איך א כאפ טאן דעם האנטוך, און איינוויקלען דערין מיין קערפער.
אבער איך האב געכאפט א טויטע שאק. דער האנטוך איז נישטא. מיין קאפל וואס איז געלעגן אויף דעם, ווי שמירה, איז אויך ערגעץ פארשוועמט מיט שמוציגע זייפיגע וואסער, סטאק געבליבן נעבן די דרעין. און איך שיווער פאר קעלט און אויפרעגעניש אינאיינעם. און צו מיין מזל זע איך נישט קיין אנדער האנטוך פאר א רפואה.
און אט שטייט יענער הינט אפאר בענק ארויפצו, און רייבט זיך גוטמוטיג מיט מיין אויסגעהארעוועטע אויסדערוועלטע האנטוך...
ווי כאילו ס'זאל זיך דא האנדלען פון א נארישע שמאטע פירט ער עס אדורך זיינע פיס פינגער, בשעתן פארפירן א אנגענעמע שמועס מיט א צווייטער האנטוך-גנב אין זיין שכינות.
כ'זאג ענק כ'געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל אזוי געשוימט פאר כעס.. איי וויאזוי האב איך געוואוסט ס'איז מיין? ווייל אנדערש קען נישט זיין, ס'איז געווען די שענסטע האנטוך אין די גאנצע מקווה יענעם טאג. און ער האט עס אזוי מיאוס פאראומווערדיגט.
חברה אויב זעט עטס אים נעקסטע מאל אין מקוה, טוט'ס אים אויס נאקעט, און לויפט'ס ארויס מיט אלע וועש. אויב האט ער יא אזוי ליב האנטוכער זאל ער טאקע, יענעם בעגינען אהיים גיין באקליידעט מיט האנטוכער.
סארי מר' טאמבל סאס איך האב געמיינט זיכער אז דו האסט אונגעגרייט די האנטואך פאר מיך ווייל איך האב געזעין אז דו האסט גענומען צוויי און איינס האסטו געלאזט ביי דיין פלאץ בין איך געוועין זיכער אז דעיס האסטן מיך אוינגעגרייט
סארי איך וועל וויסען פאר נעקסט טיים עס נישט צו נעמען...... 😂 😂
טו מיך נאר איין טובה און רעיג דיך נישט.....
חדשים לבקרים ערשיינען נייע איבערגעדרוקטע ספרים, אין א הערליכן פארמאט, מיט די אלע באקאנטע מעלות, ווי פענוח ר"ת, אפטיילן לאנגע שטיקלעך, מראי מקומות, א.א.וו.
באמת א שיינע ארבייט, און איז באגריסענס-ווערד, עס פילט אן אונזערע ספרים שענק מיט שיינע הערליכע ספרים.
ברם דא עקא,
די פענוח ראשי תיבות האט זיך דערקייקלט צו שטארק, אז מען עפנט אפילו אזעלכע ווערטער וואס יעדער בר בי רב קען פארשטיין.
ווי למשל אע"פ, ע"י, און נאך אזעלכע.
עס מאכט מיר געפערליך נערוועז. ס'איז מיר פשוט גרינגער צו ליינען ע"י ווי על ידי, בפרט ווען על איז די לעצטע ווארט אין איין שורה, און ידי איז שוין די קומענדיגע שורה.
איך האב מיר די פארגאנגענע ימים נוראים איינגעקויפט נייע מחזורים מיט שיינע מפרשים. א שיינע ארבייט, מיט אסאך שיינע שטיקלעך.
עס האט גראדע אסאך טעותי הדפוס, וואס עס וועט מסתמא פארראכטן ווערן אין די מהדורות הבאות.
אבער וואס האט מיר צודרייט געמאכט איז געווען טאקע די ראשי תיבות געעפענעכץ. הקדוש ברוך הוא! וואסי, קענסט נישט שרייבן הקב"ה?
און נישט איינמאל, און נישט צוויי מאל, נאר צענדליגער מאל, אלע ראשי תיבות...
לאמיר עפעס מסביר זיין פאר די אלע דרוקערס. אויב קען איינער נישט מפענח זיין הקב"ה, דער וועט ממילא נישט פארשטיין א שטיקל חתם סופר!!! צו וואס טוסטו דאס?
הערט מיר אויס, דרוקערס. סטאפט מיט די קליינקעפיגקייט. עס וועט קיינעם נישט מאכן מער פרייליך,
און איר וועט האבן א זייטיגע הנאה, אז איר וועט זיך קענען שפארן טינט און בערך 5-10 דפים פון יעדן דרוק.
איך פלעג האבען פראבלעמען מיט די קעטשאפ וויבאלד אויב מען האט עס נאר איינמאל געניצט פאר מיליכיגס האט מיין רעבעצין שוין נישט געלאזט לייגען אויפען פליישיגען טיש וואס איז די פראבלעים? פשוט אויב עס ליגט אויפען טיש קען איך נעמען מן האדום הזה וויפיל איך וויל איך מיז נישט נעמען אויף איינמאל איך קען צוטיילען וויפיל איך וויל נעמען אויף עטליכע טראנספארטען אויב אבער מען האט עס געמאכט מיליכיג קען עס נישט ארויף גיין אויפען שולחן רבינם מאן רבנים די ברייט בייכיגע מיז איך נעמען מיין פארציע פון פאראויס און דאס קוומט אויס א גאנצע פינעף אונציגע גלעזיל און דאס זידט אויף סבליט פונעם עזר
האב איך נישט געהאט קיין ברירה און איך בין אריבער געלאפען אין גראסערי וואס געפינט זיך דא ארים די קארנער זעקס גאסען און איך בין אהיים געקומען מיט צוויי פלעשלעך פון די רויטע פעיסט פון היינט און ווייטער איז נישט דא קיין פראבלעמען איינס וועט זיין די מיליכיגע און דאס צווייטע וועט זיין פאר די פליישיגע געברויכען האב איך אויס געריפען אזוי איז אריבער געלאפען עטליכע שעות און איך האב מיר צוגעגרייט פאר א מאלצייט ווען איך האב געפענט די פרידשערעטאר כדי צו נעמען די קעטשאפ באמערק איך ווי ביידע פלעשליך זענען שוין געווען אין באניץ נו וועלעכע איז די פליישיגע? אוי איך האב דאך פארגעסן צו מאכען א סימן פיין אבער וואס טוט ען יעצט? כדי מקיים זיין די לא יזוז האב איך שנעל אריבער געשיקט מיין יונגעלע זאל איינהאנדלען א פרישען פלעשיל כשבא לידי האב איך גלייך געמאכט א סימן אויפען סאלוי און אראפגריסען א שטיקעל פון די רייצענדע בילד -וואס מען באקומט פאר אומזינסט- אנצודייטען אז דאס איז די פליישיגע און מען זאל עס נישט פארמישען מיט די מיליכיגע אבל צו מיין גרויס ווייטאג
ווען עס איז אונטער געקומען די געלעגנהייט צו ניצען דאס מאכל בין איך געווען צוישט וועלעכע איז די אפגעריסינע פלעשיל ווי געהערט ער? לאח או לצרינו? צו די מילכיגע חסידות אדער צו די פליישיגע פארטיי? אזוי ווי איך האב נישט געהאט קיין ברירה האב איך מיר איינגערישט א פרישען פלאש און קלאר אנגעצייכענט א גרויסען און קלארען "מ" אנדייטענדיג אז דאס איז פארן מילכיגען באנוץ צום קומענדיגען דינער האב פארגעסן וואס די מים מיינט צו מיינט עס 'מ'ילכיג צו מיינט עס 'מ'יעט האב איך באשלאסען ניין איך גיי מיר מער נישט לאזען איון איך בין געגאנגען און אנגעצייכענט א פ וואס מיינסטו די קומענדיגע נאכטמאל האב איך געהאט א גפארטיגע שפיל מיט די קינדער ווער עס קען טרעפן אויף וועלעכע באטעל עס שטייט די "פ"
איך וועל ענק זאגען אז עס האט מיר בכלל נישט געבאדערט אז די קאמפעני האט געמאכט געלט מיר ארט אז איך טראג א פנים ווי די שור מועד וואס שטויסט און פארגעסט מתמול ומשולשום איך האב מיר אנגעקוקט ווח אין די משל פון ככלב ששב על קיאו ועל זה דוה ליבי
איך קום ארויס פון עפ די אר עקזיט 4, איך מאך א רעכטס ביים לייט,
דערנאך קען מען ווען אזוי שיין מאכן אלע גרין ליינט ביז קלינטאםן סטריט פון ווי מען נעמט דעם וומ"ס בריק,
אבער:
די עולם פארט אויף 5 אדער שטייט מען אין די גרין,
ווען עס ווערט רויט נעמט זיך יעדער פארן,
ישר כח, יעצט קענסטו פארן,
פארן זאלסטו ווען ס'איז גרין, פארשטאנען?
ווען מען קומט ארויס פון עקזיט 16 פונעם טרווועי רעגט מיר אויף 3 זאכן:
1) אז פון טראוועי נאורט איז דא אריין ליינס צום עקזיט, און אייביג וועלן די שטייטע קארס און טראקס פארן אויף די זעלבע לעין ווי מיר, ווי כ'זאל מיר נאר נישט רוקן ריקט זיך יעדער מיט,
2) פון די עקזיט ביזן טאול איז א האלבע מייל און די ראוד גייט קרום און די עולם פעעסט פון אלע זייטן און מען פליט אויף 70, מ'לייגט אריין דעם עולם אין א סכנה,
3) אז די וואס דרייען זיך לינקס שטייען אין די מיטעלסטע לעין וואס איז געמאכט צו פארן גראד צום פאליס סטעישאן, און מאכן אז די קארס וואס פארן גראד זאלן דארפן ווארטן 7 מאל אז די לייט זאל ווערן רויט גרין רויט גרין, ווילאנג זיי קראצצן זיך אויס צו מאכן די לינקס.
ווען אימער איך טשעינדזש לעינס הייבט זיך די לעין פון ווי כ'האב מיך ארויסגערוקט אן צו רוקן שנעלער, דאס איז סייענטיפיקלי פראווען מיט א דאבל בליינד שטודיע, ס'האט עפעס צו טוהן מיט די מאגניטיג פיעלד ארום מיין קאר.
דערפאר דרייוו איך טאקע זיג-זאג, אריין און ארויס אריין און ארויס
ס'העלפט נישט, ווייל דעמאלס ווערט דער ערשטער לעין צוריק שטייט און די צווייטע וואס איז געווארן שטייט ווען איך בין אריין אהין ווערט צוריק שנעל, כ'האב שוין פראבירט אקיופאנקטשער, האמיופאטישע געווירצן, קמעות, קופת העיר, 40 טעג אנטעסעמיטישע לויזינגען, גארנישט געהאלפן.
געפילטע פישס, כ'האב שוין פראבירט אקיופאנקטשער, האמיופאטישע געווירצן, קמעות, קופת העיר, 40 טעג אנטעסעמיטישע לויזינגען, גארנישט געהאלפן.
וואו, אנטיסעמיטישע לאזונען...... וואט עי סגולה!
וואס דען טוהסטו ווען דו זיצט אין טרעפיק?
געפילטע פישוואס דען טוהסטו ווען דו זיצט אין טרעפיק?
זינג הויך אויפן קול.
כ'האב דאס אויך פראבירט, אבער כ'מיין אז דאס האט נאר פארערגערט די טרעפיק, די עולם איז איינגעשלאפן פון מיין זינגערייען.
דאן פאר נאך מער פאמעליך ווי אלע קארס, און צייל וויפיל קארס הייבן אן פייפן צוליב דיר.
איך וויל דאך נישט זיין סתם א פי הטבעת...
אויב אזוי, גיי צוריק צו די לאזונגען.
שמעקעדיגחדשים לבקרים ערשיינען נייע איבערגעדרוקטע ספרים, אין א הערליכן פארמאט, מיט די אלע באקאנטע מעלות, ווי פענוח ר"ת, אפטיילן לאנגע שטיקלעך, מראי מקומות, א.א.וו.
באמת א שיינע ארבייט, און איז באגריסענס-ווערד, עס פילט אן אונזערע ספרים שענק מיט שיינע הערליכע ספרים.
ברם דא עקא,
די פענוח ראשי תיבות האט זיך דערקייקלט צו שטארק, אז מען עפנט אפילו אזעלכע ווערטער וואס יעדער בר בי רב קען פארשטיין.
ווי למשל אע"פ, ע"י, און נאך אזעלכע.
עס מאכט מיר געפערליך נערוועז. ס'איז מיר פשוט גרינגער צו ליינען ע"י ווי על ידי, בפרט ווען על איז די לעצטע ווארט אין איין שורה, און ידי איז שוין די קומענדיגע שורה.
איך האב מיר די פארגאנגענע ימים נוראים איינגעקויפט די נייע מחזורים "חת"ם סופר". א שיינע ארבייט, מיט אסאך שיינע שטיקלעך.
עס האט גראדע אסאך טעותי הדפוס, וואס עס וועט מסתמא פארראכטן ווערן אין די מהדורות הבאות.
אבער וואס האט מיר צודרייט געמאכט איז געווען טאקע די ראשי תיבות געעפענעכץ. הקדוש ברוך הוא! וואסי, קענסט נישט שרייבן הקב"ה?
און נישט איינמאל, און נישט צוויי מאל, נאר צענדליגער מאל, אלע ראשי תיבות...
לאמיר עפעס מסביר זיין פאר די אלע דרוקערס. אויב קען איינער נישט מפענח זיין הקב"ה, דער וועט ממילא נישט פארשטיין א שטיקל חתם סופר!!! צו וואס טוסטו דאס?
הערט מיר אויס, דרוקערס. סטאפט מיט די קליינקעפיגקייט. עס וועט קיינעם נישט מאכן מער פרייליך,
און איר וועט האבן א זייטיגע הנאה, אז איר וועט זיך קענען שפארן טינט און בערך 5-10 דפים פון יעדן דרוק...
ס'איז אמאל דא א פארקערטע לאגיק. "כדי לא להשאיר את הנייר חלק". ווען איינער דרוקט א ספר מיט ווייניג תוכן. זוכט ער צו מאכן ברייטע גליונות און אן ראשי תיבות. ווייל קיינער איז נישט גרייט צו צאלן פאר $45 קונטרס'ל פון 15 פעידזשעס.
טאמבל סאסאיך בין ביטער דורשטעריג, מיינע לונגעלעך שמאכטן נאך אביסל פייכטקייט, קום איך אריין אין קאך, איך וויל נעמען א קאלטן טרונק פון פרידזש, טרעף איך עס צו מיין אנטריסטונג אויף די קאונטער וואו דאס באטל בראט זיך שוין אויף די זון די לעצטע פאר שעה.. שאקס.
פארוואס דארף מען עס אייביג לאזן אינדרויסן? און די זעלבע איז מיין קשיא אויף די מילך וואס איך טרעף יעדן צופרי ליגן א אפגעווארעמטער נעבן קראן, עטס זענטס אויף'ן קאפ געפאלן? ווארעמע מילך? וואס מיינסטו, וואו זעמער דא? אינעם מיטל אלטער, ווען מען האט געטרונקען ווארעמע זויער-מילך גלייך פון דד הפרה?
איך דארף דיר נישט זאגן אויף וועמען עס ווילט זיך אויסגיסן א פנחס'דיגע גרימצארן.
ס'איז דיר אמאל ביי געפאלן אליינס אריין צו לייגן דעם דרינק אדער די מילך ווען ס'קומט אן פון גראסערי?
א זאך וואס רעגט מיר אויף:
געוויסע ניקס ענטפערן אויף אלטע אשכולות, ארויסגעגראבן פון קעלער, אבי געזונט.
צו וואס אויפוועקן ווען עס שלאפט שוין טיף...
שמעקעדיגא זאך וואס רעגט מיר אויף:
געוויסע ניקס ענטפערן אויף אלטע אשכולות, ארויסגעגראבן פון קעלער, אבי געזונט.
צו וואס אויפוועקן ווען עס שלאפט שוין טיף...
סעים היער <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/51959">viewtopic.php?p=51959#p51959</a><!-- l -->
מיר רעגט אויף ווען עס גייט צו א שטייטע בעל תפלה אין מיין מנין.
מיר רעגט אויף ווען מענטשען "האלטן" פארקינג ספאטס פאר זייער ברודער\שוואגער\חבר, טאמער האסטו נישט קיין פיר רעדער מיט א לייסענס פלעיט, טראג אפ פון דאנעט!
איך האב געטוידזש נומבער פון מיין קרעדיט קארד,
איך האב באקומען א נייע קארטל אין ווייניגער ווי 24 שעה,
און מיין אלטע קארט נומער ארבעט נאך?
א חוצפה, און ווען איך קאל די באנק פרעגן זאגן זיי אז זייער סיסטעם איז דאון,
דאס איז סיי א זאך וואס באדערט מיר און דארף אפשר גאר א באשרייבונג אליינס:
דו ווילסט אזוי אריינפארקירן אין א ליידיגע פארקינג ספאט און פלוצלינג פיייייייייייייפ (חירוק פ') פאאאאאאאאאאאאאפ (קמץ פ') קוקסט אין שפיגעל און די זעהסט א איד מיט אי-עם-טי פלעיטס, א חברים טעג אויפן שפיגעל, א חסד של אמת פלעג אויפן ווינד-שילד, און א חברים סטיקער אויפן פענסטער, דער איד קען זיין יאגט זיך, אבער קוקט נישט אויס צו א הצלה קאל, אבער ער קען מיר נישט געבן די מינוט איך זאל קענען פארקן!
האלא, דו טוהסט אזויפיל חסד, האלט אויס איין מינוט און טוה נאך א חסד און לאז מיך רואיג! הער אויף צו פייפן אויף טויזענט
און וואס איז מיט א הצלה מעמבער וואס האט אויפגענומען צוויי ספאטס ביים פארקען, בעט איך עם שיינערהייט ער זאל זיך אביסל רוקן אז נאך א קאר זאל אריינפיטן, זאגט ער אז אויב ער באקומט א קאלל דארף ער קענען שנעל אוועק "רייסען" און ער מוז האבן א ברייטע ספאט... האסטו געהערט!
געפילטע דאס פאסט נישט פאר דיר, אויב וואלט ער ח"ו געדארפט "רייסען" צו גיין ראטעווען דיין טאכטער וואס שטיקט זיך וואלסטו אויך אזוי געפילט?
אפשר וואלט איך דעמאלס "געפילט" אנדערש, אבער דאס טוישט נישט די מציאות, ער קען אוועק רייסען פון דארט פונקט אזוי שנעל, און ס'געווען דארט ברייט פלאץ פאר צוויי קארס.
(גראדע קען איך יענעם און ער איז פון די הצלה מעמבערס וואס זענען געווארן מעמבערס נאר צו זיין "רייסערס" מיט א וואקי טאקי און א לעלא טשערי לייט, ב"ה רוב מעמבערס זענען נישט אזוי, ווען יא וואלטן מיר אלע אנטרינען)
שעפטלדאס איז סיי א זאך וואס באדערט מיר און דארף אפשר גאר א באשרייבונג אליינס:
דו ווילסט אזוי אריינפארקירן אין א ליידיגע פארקינג ספאט און פלוצלינג פיייייייייייייפ (חירוק פ') פאאאאאאאאאאאאאפ (קמץ פ') קוקסט אין שפיגעל און די זעהסט א איד מיט אי-עם-טי פלעיטס, א חברים טעג אויפן שפיגעל, א חסד של אמת פלעג אויפן ווינד-שילד, און א חברים סטיקער אויפן פענסטער, דער איד קען זיין יאגט זיך, אבער קוקט נישט אויס צו א הצלה קאל, אבער ער קען מיר נישט געבן די מינוט איך זאל קענען פארקן!
האלא, דו טוהסט אזויפיל חסד, האלט אויס איין מינוט און טוה נאך א חסד און לאז מיך רואיג! הער אויף צו פייפן אויף טויזענט
מיט מיין תגובה גיי איך דא נישט אטאקירן
אללע מעמבערס פון די פארשידענע וואלונטיר ארגאניזאציעס, וואס זענען באמת צדיקים. אבער ס'איז דא געוויסע מעמבערס וועלכע נוצן אויס זייער "אפיציעלן" סטאטוס צו אונטערדריקן אנדערע אידן. וכדי בזיון וקצף.
איך נעם א צייטונג אין האנט. געווענליך א דיקע, צווישן 130 און און 160 זייטן אנגעפאקט מיט אינפארמאציע, מעשיות און באשרייבונגען.
איין מעשה כאפט מיר דאס אויג, עס קוקט אויס אינטרעסאנט.
איך הייב אן צו לייענען מיט דורשט, ס'ווערט אינטרעסאנטער נאך יעדן פאראגראף...
מען דארף טאקע אפאר מאל מישן פון זייט 76 צו זייט 36 און דערנאך צוריק צו 88, ס'איז נערווירענד, אבער, נו, ס'וועט שוין מיט גיין.
אבער נאכדעם דארף מען מישן צו זייט 95, ביים אינטרעסאנטסטן שטיקל, און דאן קומט עס:
- ("פארזעצונג קומט אי"ה"!)
איך פלאץ!!!
וואו איז דיין שכל? אז דו קענסט אריינשטופן 160 זייטן קענסטו נישט צוענדיגן די מעשה?
איך מוז יעצט ווארטן אויפן פארזעצונג ווי א נייגעריגע קאטשקע ביז נעקסטע וואך?
מילא ווען עס איז א לאנגע פארזעצונג, וואס ציהט זיך איבער א יאר, דאס איז פארשטענדליך;
אבער א מעשה'לע וועלכע ענדיגט זיך שוין כמעט? צו וואס? סתם פייניגן א איד??
געווענליך פאסירט דאס אין "דער בלאט" (די וואך אויך, פרשת לך), אבער פלענטי מאל אויך אין אנדערע אויסגאבעס.
ביטע, סטאפט! לא מדובשך ולא מעוקצך!
אין ערגסטן פאל, אויב קענט איר טאקע דאס נישט צוענדיגן די וואך צוליב "טעכנישע" (?) סיבות,
דאן זייט אזוי גוט, טוט כאטש דאס מינימאלסטע מענטשליכקייט:
אויפן קעפל שרייבט אן "א" אדער א נומבער "1", אז מען זאל כאפן אז דאס איז נאר דער ערשטער חלק פון די מעשה.
א דאנק!
שמעקעדיג, דער בלאט האטיר שוין צופיל אויפגערעגט אז דו זאלסט עס נאך קויפן!! קויף עס נישט און פטור אן עסק!
איך בין אויך אמאל געווען אריינגעטון אין זייערע קינדערישע דרעק. (ווען ס'נאך גראדע געווען מער אינטערעסאנט. אין די גוטע צייטן, יארן צוריק)
אין דער "אוצר" אפטיילונג האבן זיי גאר שיינע סחורה.
איך האב ליב צו נאשן די מעלות פון יעדן. איך ווער נישט נתפעל פון פאליטיק.
דער איד האט זיך זיינע חסרונות און דער בלאט זיינע מעלות.
איך קען נישט קויפן א גאנצע אויסגאבע בלויז פאר עטליכע ארטיקלען. ס'נישט ווערט די געלט
אן ענטפער צו שמעקעדיג הי"ו
איבער די פארזעצונגען אין בלאט וואס מאכן דיך אויפגערעגט: זיי נישט נאאיוו. זיי טוען דאס בכוון. זיי זענען נישט די איינציגסטע. אנדערע ווי למשל דער לינק טוען דאס זעלבע. זיי ציען אן דעם ליינער און ווען מען האלט שוין גוט אנגעשפאנט שרייבן זיי "פארזעצונג קומענדיגע וואך אי"ה" כדי צו מאכן זיכער אז דו וועסט ליינען די קומענדיגע אויסגאבע אויך. מיט די מעשיות פון לינק האב איך מיר אן עצה געגעבן. ביי די ערשטע מעשה וועגן דעם מענטש וואס איז אנטלאפן פון אוישוויץ, האב איך געקויפט דעם בוך. איך האב בדרך אגב אויסגעפונען אז זיי פוטצן א סאך מאל צו א מעשה כדי ס'זאל פאסן פאר חרדישע ליינערס. נאר איך מיין אז דו זאלסט פאלגן די עצה פון זר זהב און אויפהערן קויפן דעם קינדערישן (געשריבן דורך קינדער, פאר קינדער). 🙄 נארישן צייטונג.
איך קלער אויב איך זאל ארויסגיין פון צימעס, און גיין צו "פארברענגען" אין די אשכול פון "זאכן וועלכע רעגן מיר אויף". אדער איך זאל ווייטער לאזן דעם שמועס דא אין צימעס.
האללאו... איינער האט דא געפרעגט פארוואס צייטונגען מאכן פארזעצונגען טראץ ס'איז נישט מער פון צוויי וואכעדיגע באשרייבונגען. און די שמועס געטוישט געווארן איבער:
זר זהב קינדערישע דרעק.
וואו בין איך דא?
גייט אריין אין צימעס. און פארשמירט דארט די אשכולות.
דא מישט ביטע נישט אריין אייער
זר זהב קינדערישע דרעק.
אין יעדן אשכול.
שכוח!
-----
דאס איז וואס רעגט מיך אויף. (איצט בין איך אין די ריכטיגע אשכול!..)
ער האט גערעט פון א דרעקישן צייטונג איז לא ימלט אז ס'זאל נישט צוקומען צו רעדן דערפון. אז ס'געפעלטער נישט שפאציר צוריק קיין אייוועלט.
זר, דו מוזט אויפהערן. פליז פארטרייב נישט דעם עולם.
דער אוצר אפטיילונג פון דער בלאט, ווי שוין געזאגט, איז כשושנה בין החוחים (נישט אריינגייענדיג אין טעותי הדפוס).
איך בין מקיים די גמרא, תוכו אכל וקליפתו זרק.
דא פארצייל איך נאר וואס רעגט מיך אויף, ואידך פירושא היא.
ר' בערל באלעגאלע; צו מאכן א לאנגע פארזעצונג מאכט סענס דיין תשובה,
אבער כדי אז איך זאל קויפן קומענדיגע וואך, וועגן דעם טוען זיי דאס? פאר איין וואך?
און וואס וועט זיין נאך די וואך?
נאופ, איך קען שוין די תירוצים. די לאנגע פארזעצונגען מאכט מען פאר דעם.
די קורצערע באשרייבונגען קען מען פארענדיגן.
און חוץ מזה, אנדערע אויסגאבעס טוען דאס אויך אסאך מאל, נישט נאר דער בלאט.
(למשל, די בעלייכטונגען. הגם איך לייען עס מער נישט).
ס'איז א קינדערישע קאלארינג בוק. און איך וועל קאמענטירן אקארדינגלי. דו האלטסט אנדערש? פיין און וואויל! איי מעי דיסאגריע.
עס רעגט אויף די סקול באסעס וואס לאזען די סטאפ סיין אפען שלא לצורך, און אלע קארס מוזען בלייבען שטיין ווי לאנג ער קראצט זיין נאז.
בכלל רעדען זיי זיך איין אז די גאס געהער צו זיי. פראביר נאר פאר די פאן צו געבען א פייף אויף א באס דרייווער, און ער וועט דיר אויסשטרעקען אלע פינעף מיטעלע פינגער בלויז פאר די חוצפה. אזעלכע זינלאזע באס דרייווערס, נע.
דא קלאגט שוין "געפילטע פיש" דערוועגן:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/44542">viewtopic.php?p=44542#p44542</a><!-- l -->
טייל מיר נישט קיין הבטחות!
דינסטאג אווענט. א קלאפ אויפן טיר.
איך עפן אויף, צוויי אידן באווייזן זיך ביים שוועל.
- א גוטן! מיר קענען אריינקומען רעדן מיט אייך פאר א פינף מינוט?
- עממ, פונקט א שווערע צייט, כ'האלט אינמיטן סאפער...
- נישט קיין פראבלעם (פאר ענק, אבער פאר מיר יא!), איר קענט ווייטער רואיג (?) עסן, און מיר וועלן זיין די רעדנערס...
- אבער מיין הויז איז אזוי אנגעווארפן, די קינדער האלטן פונקט ביים גיין שלאפן, און, און...
- נעע, איר מאכט אייך נאריש, דאס איז דאך א אידישע שטוב קע"ה! מיר פארשטייען דאס אלעס, מיר האבן נישט קיין אישו דערמיט.
- אקעי, נו שוין (כ'קען דאך נישט פטור ווערן פון די נודניקעס), קומט אריין, לאמיר גיין דא אין עק פון דיינונג רום.
- אודאי, נישט קיין פראבלעם.
- בא"ה אמ"ה שהכל נהי' בדברו... (איך עס מיין פלייש מיט די פאטעיטעס).
- אמן! אקעי, אונז האמיר געוואלט רעדן מיט דיר זייער א וויכטיגע ענין היינט, וואס קען דיר אויך ברענגען גרויס נוצן (אה, די זענען גוטע סעילסלייט, מען האט זיי פיין אריינגעטרעינט).
- נו, אדרבה, שלינג איך אראפ, לאמיר הערן.. איר קענט נעמען דא אביסל קאלטע סעלטצער...
- אה, שקויעך! איז אזוי. מיר רעדן וועגן דעם מוסד "קומי אורי" וועלכע העלפט יתומים פון אפריקע לערנען משניות ביינאכט ביי מתמידים. עס איז א געוואלדיגע מוסד, נישטא נאך אזוינס אויפן כדור העולם, אלמלא אונזער מוסד, ווער ווייסט וואו די נשמה'לעך וואלטן אנגעקומען.
- פשיהא, קיינמאל נישט געהערט!
- טאקע? עס איז וועלט בארימט! איבער 7 קינדער האבן מיר שוין ארויסגעגעבן מלא תורה וחכמה.
- באמת? טאקע זייער חשוב! ווי אזוי קען איך העלפן?
- אה, איר פרעגט דאך ווי א חכם. איז אזוי: דער מוסד פלאגט זיך לעצטנס געפערליך פינאנציעל. בפרט אין די עקאנאמיע האבן מיר פארלוירן די עשירים וועלכע פלעגן טיילן סכומים הגונים. דער מוסד איז ממש א סכנה פון זיך פארשפארן (אוי, איך האב מיר שיער געשטיקט פון מיין פאטעיטא נאכן הערן די שרעקליכע בשורה), און מיר דארפן האבן אידן נדיבים וועלכע פארשטייען די חשיבות הענין.
- עהעם, עמממ... איך הער. אבער כ'וועל אייך זאגן, מיין מצב איז נישט אזוי פויגלדיג, איך פלאג זיך מיט מיינע אייגענע חובות, איך ווייס נישט, איך זעה נישט כ'זאל אייך קענען העלפן..
- נעהה, הא הא, מיר בעטן בכלל נישט קיין גרויסע זאכן. מיט בלויז 600 דאלער א יאר קענט איר ווערן א "שר הנחושת"! (אה! א שר הנחושת! אזא געלעגנהייט!)
- זע..זע..זעקס הונדערט דאלער..!!! וואס?? דאס איז דאך א פארמעגן!!
- איר מוזט נישט געבן אויף איינמאל. איר קענט עס צוטיילן פער חודש, א קנאפע פופציגער א חודש, ביני ובינך מה היא...
- איך מוז אייך זאגן, עטץ האטס א גוט פיסקל! אבער איך בין באמת געדריקט יעדן חודש! איך וואלט זיך גערן משתתף געווען מיט א סכום הגון, אבער פשוט "אין לי", כ'האב נישט פון וואנעט צו נעמען!
- אהא. ממש אזוי? אפשר קענט איר כאטש מאכן האלב? איר קענט אויך צאלן מיט א קרעדיט קארטל אויב איר האט נישט.....
- אבער איך זאג אייך קלאר, איך האב נישט ווי אזוי צו ענדיגן דעם חודש! איך האב שוין איצט א דאגה אנצופילן דעם לאך, ווי אזוי קען איך צולייגן נאך? אויף וועמענס חשבון??
- איי, אזוי רעדט א איד? איר האט נישט קיין בטחון אין באשעפער? ער וועט אייך נישט פארלאזן!
(אקעי, יעצט קומט עס.. איך ווייס!)
- רעב שמעקעדיג, אין דעם זכות וואס איר העלפט ארויס דעם חשוב'ן מוסד, וועט איר געהאלפן ווערן מיט כל מיני ישועות, איר וועט זעהן הצלחה בכל הענינים, נחת פון די קינדער.. איר וועט זעהן!
(שוין מיין 8'טע הבטחה דעם יאר! איך מוז זיי צוריקענטפערן!)
- פון וואו נעמט איר מיט אזא זיכערקייט אז איך וועל געהאלפן ווערן?
- וואס'א שאלה? איר האט דען א ספק דערין?
- הערט מיך אויס, ליבע אידן! לעצטע חודש איז שוין געווען דא א פארשטייער פון אן אנדערן חשוב'ן מוסד, און א יאר צוריק פון אן אנדערן מוסד, און די אלע האבן מיר מבטיח געווען כל מיני ישועות, אבער ליידער קען איך נאך אלץ נישט געבן א "קנאפע פופציגער א חודש" פאר אייער מוסד! ס'איז נישט אז איך גלייב נישט אין כח פון צדקה, אודאי ברענגט עס השפעות טובות, אבער אין פאקט באווייזט זיך עס נישט אין די געלט, טראץ וואס איך בין אנגעלאדענט מיט הבטחות פון 8 מוסדות!
- שוין, מר. שמעקי, מאכט אייך נישט נאריש. 50 א חודש איז א קלייניגקייט, די הצלחה וועסטו זיכער זעהן, בלי שום ספק!
- דאן וואו זענען די אלע הבטחות פון ביז היינט?
- וואס הייסט? ווייסטו דען ווי אזוי וואלסט געשטאנען ווען נישט די הבטחות פון זיי? ס'וואלט געקענט זיין אסאך ערגער!!
אקעי, טייערע חברים. איך וועל ענק נישט באלמוטשען מיט די מעשה ווייטער.
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען מיין פארדרוס, ווי יעדער ראצערל גייט ארום סעילס'ן פאר געוויסע מוסדות (פארשטייט זיך אז 75% גייט פאר די אייגענע טאש, אבער דאס איז א שמועס בפני עצמו), רייסן ארויס געלט פון ארימע אידן אן רחמנות (אויך א באזונדערע שמועס פאר זיך), און ועל כולם, די פוסטע יונגאטשן טיילן הבטחות אין גרויסן אן קיין דעקונג! וואס מיינען זיי, ווער זענען זיי? קערעסטירער אייניקלעך? אויף וועמענס חשבון שלעפסטו געלט פון מיר וואס כ'האב נישט, אויפן סמך פון הבטחות וואס דו קענסט נישט דעליווערן??!!
יונגערמאן, ביטע סטאפ טיילן הבטחות אין די וועלט אריין, פארשטאנען?