☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24

איך אויך » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:10 pm

· #108063
ווענט זיך ווי דער חמור שטייט איין, ווייסט וואס כ'מיין?

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:37 pm

· #108081
שוין, וויל איך נישט אז דער בחור זאל מיר מכשיל זיין מיטן זיין א חב לאחריני, פאר איך דורך די היטש פלאץ מיט גרויס אימפעט, און דער בחור באוואשט מיר מיט א טוץ קללות פארן אריבערפארן ליידיג.
איך בין נישט אינגאנצן משוגע אז איך האב א יונג בחור אין קאר און מ'הייבט אן רעדן וועגן דברים העומדים ברומו אז איך זאל עס לאזן שפילן, אבער סתם צו הערן אביסל טרעפיק און נייעס? סתם ווייל זיין משגיח ווייסט נישט אז ער האט א ראדיא אונטערן קושן? גימי עי ברעיק.

איך אויך » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:40 pm

· #108082
וואלסט נישט געוואלט איינער זאל עס טוהן צו דיין תמימות'דיגע בחור'ל טוה עס נישט צו יענעמ'ס.

העכסטענס קענסטו זאגן אז קען זיין מען דארף מעורר זיין די בחורים צו וואטשן מיט וועם מען כאפט א היטש, וכבר היה לעולמים.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:41 pm

· #108083
איך האב אלס בחור נישט געהאט א ראדיא אונטער מיין קישן 😉
איז עפעס ראנג מיט מיר?

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:46 pm

· #108086
אנצינדן טרעפיק אויב ס'פעלט אויס ממש ביי די מינוט וואס די טרעפיק הייבט זיך אן איז אקעי

בעל הבית » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:52 pm

· #108088
זר ביסטו אפשר די מחבר פין די באקאנטע ספר נטעי גבריאל ?

די סאנדס ווי א פוסק הדור

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:57 pm

· #108089
זר זהב
אנצינדן טרעפיק אויב ס'פעלט אויס ממש ביי די מינוט וואס די טרעפיק הייבט זיך אן איז אקעי

ביי דיר שטעלט זיך אפ די שגעון ביי טרעפיק, ביי א צווייטן ביי מ.ב.ד טעיפס, וויזוי גייט נאר יענעמ'ס חתימה? מער פון מיר איז א פרומאק, ווייניגער פון מיר איז א שגץ.

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 4:09 pm

· #108094
ניין, ווייל טרעפיק איז א חלק פונעם רייד. און אויב איז דא אנגלייגטע טרעפיק און דו ווילסט טרעפן דאס בעסטע רוט איז פארשטענדליך פאר יעדן.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 23, 2013 4:10 pm

· #108095
געפילטע, איך האב מורא דו פארפארסט, און דו טוסט נישט פאנאנדערשיידן צווישן איין איד און צווייטן.
דו פארשטייסט אז א מאדערן ארטאדאקס קען נישט מכניס אורח זיין א היימישן אינגערמאן און אים מכבד זיין צו עסן פלייש מיט א OU הכשר,

אז דו גיסט א היטש אין א קאמיוניטי ווי ראדיא איז אראפגעקוקט, אדער אפילו מב"ד, (היינט איז עס ליפא), ביטע פרוביר נישט צו זיין א אויבערחכם און זאגן מער פון מיר איז פרומאק וכו', נאר מען פירט זיך ע"פ מנהגי המקום.
אודאי קען מען דיר נישט איינטיילן וואס צו הערן, דו פאר זיך טו וואס דו ווילסט, און אז דו ווילסט הערן נאר דאס, לאז דעם בחור ווארטן אינדרויסן,
אבער אים ארייננעמען און טון עפעס אנטקעגן זיין חינוך - אפילו דו לאכסט דערפון - איז נישט ריכטיג.

'ך בין זיכער דו פארשטייסט.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 23, 2013 4:44 pm

· #108110
שמעקעדיג
געפילטע, איך האב מורא דו פארפארסט, און דו טוסט נישט פאנאנדערשיידן צווישן איין איד און צווייטן.
דו פארשטייסט אז א מאדערן ארטאדאקס קען נישט מכניס אורח זיין א היימישן אינגערמאן און אים מכבד זיין צו עסן פלייש מיט א OU הכשר,

אין המשל דומה, ס'מער דומה צו א אינגערמאן וואס גייט אריין צו איינעם אין שטוב אין זאגט עם עס נישט דאס און דאס.
אדער זאגן פארן איד ביטע הייס דיין ווייב גיין מיט דיקערע שטרימפ ווילאנג איך בין ביי דיר אן אורח.

שמעקעדיג
אז דו גיסט א היטש אין א קאמיוניטי ווי ראדיא איז אראפגעקוקט, אדער אפילו מב"ד, (היינט איז עס ליפא), ביטע פרוביר נישט צו זיין א אויבערחכם און זאגן מער פון מיר איז פרומאק וכו', נאר מען פירט זיך ע"פ מנהגי המקום.
אודאי קען מען דיר נישט איינטיילן וואס צו הערן, דו פאר זיך טו וואס דו ווילסט, און אז דו ווילסט הערן נאר דאס, לאז דעם בחור ווארטן אינדרויסן,
אבער אים ארייננעמען און טון עפעס אנטקעגן זיין חינוך - אפילו דו לאכסט דערפון - איז נישט ריכטיג.

'ך בין זיכער דו פארשטייסט.
איך ווייס נישט אויב רוב קאמיוניטי קוקט אראפ אדער ארויף, און נישט דאס איז די מדובר, אבער ציווישן קאר דרייווערס איז אויסהערן ראדיא עכ"פ א מיעוט המצוי, און איינער וואס נעמט א היטש ווייסט אז אדעתא דהכא גייט ער, אז ס'דא א שאנס אז דער איד זאל ר"ל אויסהערן שאן העניטי אויפן וועג אהיים פון די ארבעט, ממילא אויב ווילסטו דאס נישט קענסטו נעמען די באס, אדער קויף דיך אוירן שטאפערס. קענסט אפילו האבן א כשר'ע סאנסא קליפ וואס מ'קען נישט מחבר זיין צו דאס וואס מ'רופט א סקרין אין ענגליש, און אזוי וועסטו קענען איינשלאפן אין די בעק סיט אונטערן אינפלוענס פון הרב יוסף חיים גרינוואלד.

wassup » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:14 pm

· #108126
pls guys just stop with this bs ..... could somebody explain the problem of radio ???? pls stop its already 2013

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:17 pm

· #108128
העי, וואסאפ, שלום וברכה.
ווילסט דוקא הערן עפעס שלעכט?
במשך יעדע שעה איז דא א נייעסל פון סעקס אביוזערס, רעיפינג. ווילסט נאך? ספארטס, יאנקיס אדער מעטס.
נישט יעדער וויל זיינע קינדער זאלן דאס הערן.

ביטע נוצן טאלעראנץ אויך ביי אזעלכע אידן וועלכע זענען פרומער ווי אייך... (בדחן, וואו ביסטו??)

wassup » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:21 pm

· #108131
whats the problem about rape stories its not sex stories its just abuse stories what every child needs to know and hear ? do u think im wrong

איך אויך » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:26 pm

· #108134
האמיר שוין א נח"ר דא, זוך דיר עפעס אנדערש.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:30 pm

· #108135
Wasup,
צי קרדיא איז גוט אדער שלעכט איז נישט די מדובר דא, פאקטיש האלט דער בחור אז ס'איז פון די ג' חמורות.
אבער טאלעראנץ? טאלעראנץ דארף איך האבן אין גאס, אין בעסמעדרעש, אין די פובליק דאמעין, נישט ווען איך נעם איינעם אריין אין מיין שטוב\קאר.
טאלעראנץ איז טאקע א שיינע זאך, אבער געוויסע דא מאכן עס פאר א גאנצע אפגאט, קיינער האלט נישט פון אבסעלוטע טאלעראנץ, (חוץ פונעם עקסטרעמן פיליזאף), ס'דא א זאך וואס הייסט שכל, און מ'דארף דאס אויך אמאל אמאל נוצן.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:31 pm

· #108136
איך אויך
האמיר שוין א נח"ר דא, זוך דיר עפעס אנדערש.

איך אויך, אביסל טאלעראנץ!

איך אויך » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:51 pm

· #108140
קוק אהער, טאלעראנץ גייט ביידע וועגן, אבער אזא איינער וואס טוהט זיך אן א אדרת כחש און פרעגט מיט א געמאכטע בלעכענע פנים "וואס איז שלעכט אז דער בחור הערט זיך אן מיט אלע רעיפס?" הלמאי עס קען עם גאר "צוניץ קומען" ,דארף איך אויסדרוקליך נישט טאלערירן.

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:53 pm

· #108141
און איך האף אז ער וועט זיך אפפיצן פון דא ווי שנעלער

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:57 pm

· #108143
עס רעגט מיך אויף!
אז א שיינער אשכול פארפארט אויף מחלוקת פון טאלעראנץ.
צוריק צו די זיסע זאכן וואס רעגן אויף! נידער מיט די שברי לב!!

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:22 pm

· #108176
איך אויך
קוק אהער, טאלעראנץ גייט ביידע וועגן, אבער אזא איינער וואס טוהט זיך אן א אדרת כחש און פרעגט מיט א געמאכטע בלעכענע פנים "וואס איז שלעכט אז דער בחור הערט זיך אן מיט אלע רעיפס?" הלמאי עס קען עם גאר "צוניץ קומען" ,דארף איך אויסדרוקליך נישט טאלערירן.

נאך איין תגובה וועגן טאלעראנץ, שמעקעדיג, לאזט? שכויעך.

אויב גייט טאלעראנץ ביידע וועגן, דארף דער בחור טאלערירן מיין ראדיא, און העכסטענס פארשטאפן די אויערן.

צוריק צום נושא, זאכן וואס רעגן מיך אויף.

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:31 pm

· #108180
מיך רעגט געפערליך אויף די אידן וואס דרייוון אזוי ווי זיי באוועגן זיך. דאס הייסט אזעלכע פעשע אידן וואס אויף די וועג וויאזוי זיי פירן זייער אויטא דערקענט זיך וויפיהל זיי וועגן.
נישט אלע זענען אזוי. אבער איך קען למשל עמיצן, ער וועט אייביג דוקא פארקירן האלב אויף די סיידוואלק, שיפערהייט מיטן נאז אריין אין די ראוד, אדער פארקערט, זיין אחור סטיקט שטענדיג ארויס. איינמאל האב איך אפגעשטעלט עמיצן. א עלטערע איד, ער וואלט געקענט זיין מיין טאטע. ער האט זיך געאיילט זעט אויס ,און געפארקט ווי א הונט, שאפענדיג א שווערע פארקער לענגאויס דעם גאנצן גאס. זאג איך אים: ר' איד איך האב הנאה וויאזוי איר האט געפארקט! ער האט צעך אויפגערעגט פארשטייט זיך. אבער עס שיין געביסן און אראפגעשלינגען. בהמה וואס ער איז. דו מיינסט ער האט זיך געלערנט!? א מכה! און די ריזיגע תפילין זעקל אויף זיין ווינד שילד דארף יעדעם פארציילן אז דא רעדט מען פון א ברייטע חסידישע איד. איך וועל אוועקגעבן עקסטער פינף מינוט צו זוכן פארקינג אבי נישט צו מאכן די סארט חילול השם.

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:40 pm

· #108181
מענין לענין באותו ענין. טאקע די וואך. איך האב שטענדיג א ארט וואו איך פארק נעבן מיין ארבעט. אריין אין א געוויסע געסל. אבער היות ס'איז א שמאל געסל, טאר מען נישט פארקן ביי די קארנער, דארט ווי די גאס קומט זיך צאם מיטן גרעסערן גאס וואס האקט איר איבער אין פארעם פון א T דזשאנקשן. סאו מיין געסל פון וואו איך קום ארויס איז די אונטערשטע חלק פון T אריין א לינקס צו די לינקע שטיקל פון אויבן.
אסאך אידעלעך אבער פייפן זיך אריין אין פארקן דארט שטענדיג. און וועל איך וויל זיך איינדרייען לינקס דארף איך פייפן, ארויסגיין פון קאר, ארומזוכן דער הונט. וכו' וכו'.
די וואך אדורכגייענדיג צופיס נעבן יענעם ספאט. זע איך א ברייטע אידישע ווען, פארקירט דארט. און א גוי קומט ארויסצופארן טאקע פון דעם זעלבן געסל. און געט דעם איד'ס ווען א ברייטן רעבישן קראץ אין זיין רעכטע בעק קארנער. אין שעיפ פון א רעבישע שיפע הויזן טאש. די גוי'ס קאר איז נאך צו אלע צרות (מיין גרויס שמחה) געווען א בלויע, און די איד'ס א ווייסע. און ס'האט זיך דערקענט ווי בין תכילת לכרתי. איך בין ממש געטאנצן פון התפעלות. כ'האב אפילו אפירגעזוכט דעם איד און אנגעוויזן. "קוקט! א גוי האט אקארטש אייך שיין צעריבן אייער אחור... ער האט זיך גראדע אפגעשטעלט א רגע, אבער תיכף אפגעפלויגן . דער אידל ווערט ווילד, "האסט אפגעשריבן זיין לייסנס פלעיט?" ניין ! זאג איך מיט א קאלטע פאסיווע רוהיגקייט. "כ'מיין, האסטאך געפארקט ווי א חיה, וואס ווילסטו? אים שטעכן די רעדער אפשר אויך?" (כ'האב עס נישט געזאגט, כ'האב אים נאר נישט געוויזן אז ס'באדערט מיר אויף א האר אפילו).

ברסלבער » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:18 am

· #108304
איך בין נישט ממש גערעגט, אבער איך וויל עס פארשטיין.
איך דאווען געווענטליך יעדן טאג מיט די זיבן אזייגער מנין, מען דאווענט נארמאל נישט צו שטאט און נישט צו שנעל, אזוי גייט עס ביז שמונה עשרה, אבער ווען עס קומט צו שמונה עשרה נעמט עס עפעס זייער לאנג, ווי אזוי ארבעט דאס? ווען די מענטשן וואלט געזאגט די שמו"ע אויף די זעלבע ספיד ווי די גאנצע דאווענען וואלט עס גענומען מאקסימום די האלב צייט ווי עס נעמט יעצט די שמו"ע.
איך האב שוין געענדיגט שמו"ע אינקלודינג צוגעלייגטע אייגענע תפלות ביי שמע קולינו און ביי אלקי נצור, און איך האב שוין געטוישט צו רבינו תם'ס תפלין, און מען דארף נאך ווארטן אויף תשעה עונים צו אנהייבן די הויכע שמו"ע.
און נאך מער איז מיר שווער אויף דעם בעל תפלה קבוע, זיין שטילע שמו"ע נעמט אים לענגער ווי די הויכע, ווי אזוי איז דאס מעגליך? ביי די הויכע שמו"ע קומט נאך צו די ברוך הוא ובר"ש'ס, אמן'ס, קדושה, מודים, און דאס וואלט געדארפט נעמען לענגער ווי די שטילע, און למעשה איז עס פארקערט.
האט איינער אן ענטפער אויף די פליאה?

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:28 am

· #108308
תפלה = שמונה עשרה, אויב איינער קען נישט מכוין זיין כראוי ביים גאנצן דאוונען איז די עיקר מצוה פון כוונה ביי שמו"ע.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:31 am

· #108311
מסתמא גייט ער אדורך אלע זיינע געשעפטליכע און פריוואטע ענינים וואס ער האט, און וואס ער דארף ערלעדיגן יענעם טאג. מ'דערציילט אז איינער איז צו געגאנגען צו א איד וואס האט געענדיגט שמו"ע און איהם געגגעבן שלו' עליכם. אויף זיין וואונדער פארוואס ס'קומט איהם א שלו' עליכם, האט איהם יענער געענטפערט. "דו ביסט דאך יעצט געווען אין לעמבערג אויפ'ן יריד, קומט זיך דיר א שלו' עליכם...

ברסלבער » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:42 am

· #108315
היימישער ליטוואק
תפלה = שמונה עשרה, אויב איינער קען נישט מכוין זיין כראוי ביים גאנצן דאוונען איז די עיקר מצוה פון כוונה ביי שמו"ע.

פאר מער כוונה לייגט מען צו מער מח, נישט מער ווערטער.

berlbalaguleh
מסתמא גייט ער אדורך אלע זיינע געשעפטליכע און פריוואטע עניינים וואס ער האט, און וואס ער דארף ערלעדיגן יענעם טאג.

דאס קען ער טוהן ווען ער דאווענט ביחידות, אבער ווען ער דאווענט פארן עמוד איז דאס נישט רעכט אויפצוהאלטן אנדערע מענטשן וועגן זיינע געשעפטן.

בדחן » פרייטאג אפריל 26, 2013 1:26 am

· #108901
די תירוץ איז פשוט און דארפסט עס אליינס פארשטיין ווייל ברסלב פארלאנגט הארץ אינעם דאווענענן,

ביי די שטילע שמו״ע האט מען אינזין די בקשות וואס מען בעט דערפאר נעמט עס לענגער, משא״כ ביי די הויכע שמו״ע האט מען אינזין דעם ציבור דערפאר נעמט עס שנעלער,

יואב » פרייטאג אפריל 26, 2013 5:12 am

· #108943
דער צדיק'ל וועלעכע זיצט אויפן באס מיט א תהלים'ל, און מאכט זיכער ביי יעדע זיבעטן ווארט ארויסצוקרעצן הויעך, בכדי זיכער צו מאכן אז אפילו די וואס באמערקן נישט אז ער בעהט זיך יעצט אויס זאלן הערן. און אפילו איינמאל מ'ווייסט שוין, וועט ער ווייטער ארויסקרעכצן און כסדר מאכן נייגונגען מיט די האנט, זיכער צו מאכן דער עולם פארגעסט נישט אז אנשטאט פוסטעווען די צייט זאגט ער תהלים.

בעל הבית » זונטאג אפריל 28, 2013 1:42 pm

· #109332
אז באבוב 45 פארן צום ציון פין מהרנ"ץ זצ"ל היינט ל"ג בעומר

מאטי » זונטאג אפריל 28, 2013 2:01 pm

· #109341
אז דער ״אשכול פורים שפיל און היסטאריע״ ליגט די ערשטע און פארברענגן על לא דבר.

בעל הבית » זונטאג אפריל 28, 2013 2:05 pm

· #109342
איך פארשטיי נישט

ונבנתה העיר » זונטאג אפריל 28, 2013 7:45 pm

· #109528
מען דארף נישט נאכמאכן\פארענפערן\אויסזעהן ווי דעם גוי.

וואס פאר א מין צירוף מילים איז דאס 'דעם גוי'? אדער זאג 'גוים' אדער 'א גוי', איהר הייסט אפשר י.מ. סופר?

עס קען זיין אז אין דיקדוק איז עס יא אויסגעהאלטן, פונקט ווי 'דער דייטש', אבער עס רעגט מיר נאכאלץ אויף.

גאלד » דינסטאג אפריל 30, 2013 4:25 pm

· #110317
אפלודירט מיינע תגובות אבער געט מיר נישט א לייק,

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 30, 2013 4:51 pm

· #110331
כ'האב באקומען דעם מעסדזש. איך גיי שוין לייקן!

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:46 pm

· #111296
איך רעג מיך אסאך אויף דרייווערס וועלכע זענען איגנארענט, זיי פארגעסן צו בלינקען (סיגנאלן, פאר די פראפעסארן), זיי כאפן נישט אז די היי-ביעמס ארבעט זיי, אדער אז זיי האבן בכלל נישט אנגעצינדן די העדלייטס, און נאך.

אט האט איר אן ארטיקל וועלכע איז מדברת מתוך גרוני:

<a class="postlink" href="http://www.thecarconnection.com/news/1083796_six-rules-of-the-road-you-should-observe-but-probably-wont">http://www.thecarconnection.com/news/10 ... bably-wont</a>

petergrifin » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:36 pm

· #111426
שמעקעדיג
איך רעג מיך אסאך אויף דרייווערס וועלכע זענען איגנארענט, זיי פארגעסן צו בלינקען (סיגנאלן, פאר די פראפעסארן), זיי כאפן נישט אז די היי-ביעמס ארבעט זיי, אדער אז זיי האבן בכלל נישט אנגעצינדן די העדלייטס, און נאך.

אט האט איר אן ארטיקל וועלכע איז מדברת מתוך גרוני:

<a class="postlink" href="http://www.thecarconnection.com/news/1083796_six-rules-of-the-road-you-should-observe-but-probably-wont">http://www.thecarconnection.com/news/10 ... bably-wont</a>


שמעקעדיג איך רעג זיך אויף די זעלבע זאכן (כמעט) װי דיר אין שוין לאנג געװאלט שרײבען ענליכ׳ס
קען זײן ״גרעיט מײנדס טינק עלײק״? 😲

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:01 pm

· #111441
ונבנתה העיר
מען דארף נישט נאכמאכן\פארענפערן\אויסזעהן ווי דעם גוי.

וואס פאר א מין צירוף מילים איז דאס 'דעם גוי'? אדער זאג 'גוים' אדער 'א גוי', איהר הייסט אפשר י.מ. סופר?

עס קען זיין אז אין דיקדוק איז עס יא אויסגעהאלטן, פונקט ווי 'דער דייטש', אבער עס רעגט מיר נאכאלץ אויף.

ס'איז בכלל נישט אויסגעהאלטן עפ"י דקדוק. והשנית. דער נאמען "י.מ.סופר" איז א "פסעוודאנים" אדער א "פענטאם" אדער א "מיראזש". (נישט קיין מיליטערישע עראפלאנען). נאר א סימבאל פון א קרומען פארשוין, א היפאקריט פונ'ם ערגסטן סארט.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:05 pm

· #111442
petergrifin
שמעקעדיג איך רעג זיך אויף די זעלבע זאכן (כמעט) װי דיר אין שוין לאנג געװאלט שרײבען ענליכ׳ס
קען זײן ״גרעיט מײנדס טינק עלײק״? 😲

וועלכע דרייווער רעגט זיך נישט אויף אנדערע דרייווערס? איך פאר די נארמאלע ממוצע'דיגע ספיד, יענער וואס דרייווט שנעלער ווי מיר פליט ווי א חיה, ווער ס'פארט שטייטער ווי מיר דרייווט ווי א באבע, בערך אזא בחינה ווי "מער פון מיר איז א פרומאק, ווייניגער - א שגץ".

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:29 pm

· #111454
נישט ממש. איך פרוביר זייער שטארק צו זיין מענטשליך ווען איך דרייוו. און אויך ווען איך פארק. און דעריבער פארדריסט מיר ווען אנדערע זענען קעיר-לאז.!

gehlungen » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:47 pm

· #111467
שמעקעדיג
איך רעג מיך אסאך אויף דרייווערס וועלכע זענען איגנארענט, זיי פארגעסן צו בלינקען (סיגנאלן, פאר די פראפעסארן), זיי כאפן נישט אז די היי-ביעמס ארבעט זיי, אדער אז זיי האבן בכלל נישט אנגעצינדן די העדלייטס, און נאך.

אט האט איר אן ארטיקל וועלכע איז מדברת מתוך גרוני:

<a class="postlink" href="http://www.thecarconnection.com/news/1083796_six-rules-of-the-road-you-should-observe-but-probably-wont">http://www.thecarconnection.com/news/10 ... bably-wont</a>

I get very nervous when a driver parks in REVERSE in a spot where 2 cars have place to park comfortably !

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:48 pm

· #111468
מיר באדערט ווען איינער שרייבט אין ענגליש וואס ס'באדערט אים. לאל...

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:50 pm

· #111469
און מיך באדערט ווען איינער שרייבט LOL אין אידיש (לאל). וואט די העק? (הינט: מען שרייבט אשפ"ג..)

gehlungen » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:51 pm

· #111470
זר זהב
מיר באדערט ווען איינער שרייבט אין ענגליש וואס ס'באדערט אים. לאל...

ZEIR" take it easy lol

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:51 pm

· #111472
אבער געלונגען שרייבט געווענליך לאל

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:52 pm

· #111473
איר זעהט....?!?!

gehlungen » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:54 pm

· #111474
זר זהב
איר זעהט....?!?!

In english LOL makes sense !

יואב » זונטאג מאי 5, 2013 2:29 am

· #111816
דער קיצלהאפטיגען תלושה גדולה וועלעכער באגניגט זיך נישט מיט בלויז געבן מזל טוב פארן בעל שמחה זעלבס, נאר לאזט זיך ארויס אויף א יאגד ארום דעם זאל, און אויף וועמען ער האט נאר א חשש אז ער האט דאס מינדעסטע שיכות מיטן בעל שמחה, פאלט אלס קרבן צו זיין וואנזיניגן ווינטשעריי.

איר קענט האלטן אינמיטן א שמועס, עסן, רעדן אויפן טעלעפאון, טעקסן, און דער נערווען קריכענדע מאניאק וועט נישט אפטרעטן ווי לאנג איר רייכט נישט צוריק די האנט, נאכגעפאלגט מיט א לייכטן שאקל מיט די קאפ, און א קליינעם אויסשפרייט אויף די לעפצן, ווי צו זאגן אי"ה ביי אייערס א שוואגער אויף שמחות.

מאטי » זונטאג מאי 5, 2013 2:35 am

· #111818
די לחיים וואונטשערס, ביי יעדע שמחה יארצייט ווען ספארשמעקט זיך זיי צו טרינקען אביסל שנאפס מאכן זיי א רינגע ראנגע רויזי ווי דער שמש ביים סעודת ברית מילה צו באטאפן יעדנס האנט פלאך אפגעזען וואס איז אויפן מאמענט אנגעקלעבט דערויף.....

יואב » זונטאג מאי 5, 2013 2:42 am

· #111823
דער וואנזיניגער געשמאקער שיכור פורים, וועלעכע מיט זיין וויין אנגעגאסענעם קלעבהאפטיגן בעקיטשע, ווארפט זיך ארויף אויף מיר ווי א בהמה, ווי צו זאגן שמעקט נאר מיין שטינקעדיגע ברעכבארן מויל, און שוויצבארע צוויבלדיגע ארעמעס.
דאן וועט ער זיך נעמען שרייען, או! איך בין נישט קיין איד, איך וויל תשובה טאהן, איר האלט איך קען נאך ????????????????????????????
דערנאך וועט ער מיט זיין פארסאפטען אטעם אריינמירמלען אין מיין אויער. יואב, דו ווייסט דער אייבערשטער האט דיך ליב ??? דו ווייסט דערפון ???
דו ווייסט דו ביזט א צדיק ??? או ! וואס וועט זיין מיט מיר.
דאן וועט ער זיך ארויסלאזן אין א ווילד צעדרייטן טאנץ, ווי ער וועט נישט אויפן ביט קלאפן מיט די פיס כאילו המן דרייט זיך ביי מיר אין שטוב, און מיר אריינשלעפן אין זיין משוגעהאפטיגן טאנץ פונעם בער, עד שיבלו שפתותי מלומר די.

גנדי » זונטאג מאי 5, 2013 2:57 am

· #111827
הדר קבלוה פלאקאטען...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24