זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
דער דאסאויב זיך רעגן איז דא אזויפיל זאכן ביז אהער, ממילא רעגט מיך שוין גארנישט אויף..
👍 👍 👍
I can totally relate
אמת! און דאס איז טאקע נישט מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול... פשוט, ווען אימער עפעס פארדריסט מיר, שרייב איך דא אריין. (עמ, נישט ממש יעדע מאל...)
רעדנדיג איבער לעקטערס און איבער זיך רעגן, איז לעצטנס, כ'מיין די לעצטע 3-4 יאר זייט על-אי-די איז ארויסגעקומען און געווארן פארגעשריטן, האבן אלע לעלו קארס און הצלה און פאליס און פייערלעשער אנגעפאנגען עס צי אינסטאלירן, פארשטייט זיך אז הצלה איז געווען ערשט אבער עף-די האט זיך אויס ציגעפיצט... שיינע נייע בליטשקעדיגע טראקס מיט מעכטיגע טרומפייטערס און דריזזלערס און אלע מינע פארטייבענדע נאוז, די לעקטערס זענען ממש אן עולה כ'מיין איך האלט אינמיטן דרייוו אין אינמיטן געט א פאליציי קאר א צינד אן די לעקטערס פארנט פון מיר און מען ווערט ממש בלינד, גייט מען דורך א פובליק אווענט ביינאכט און אודך די זעלבע זאך רייסט אויס די אויגן
וויל איך וויסן... די סיבה פארוואס ביז איצט זענען נישט די לעקטערס/נאוזעס געווען אזוי שטארק איז ווייל מען האט נישט געקענט אדער ווייל מען האט עס נישט געברויכט, והשנית, און וויבאלד מ'קען מיז מען עס מאכן אזוי שטארק? אדער נארמאל קען עס אויך זיין?
קאמאו האט געהייסן פארלעשן לעקטערס אין מאנהעטן ווייל די פייגלעך ווייסן נישט ווי צי גיין... סאוט האו עבאוט אז מענטשן זאלן אויך באקומען די זכות???
איך וואלט פארבינדן די גאנצע סאמאטוכע צי די אווערמיליטעריזאציע פון די פאליציי/פייערלעשער וכו' עס הערשט א געוויסע שטאלץ אין א חלק פון זיך נישט רעכענען מיט די באפעלקערונג, ברענגען טאנקען, ביקסען, ריזיגע ביקסען, שרייען, אויפרייסן טירן, שטיפן, די פאליציי קען צוליב זייער שחצנות קענען זיי נישט רילעיטען צי די אווערידטש פארשוין, לשיטתם קומען זיי אן שנעלער און אלע מינע באבקעס, אין האב שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן ווי די פייערלעשער געבן א פייף מיט די מיליטערישע קול ווען א מענטש וואקט אריבער אין פראנט פון די טראק פאר די טראק פארט ארויס... מיט וועלכע רעכט איז דאס צי טעראריזירן און דעשרעקן א מענטש וויבאלד ער האט זיך דערוואגט אריבער צי גיין די טראק? דאס נישט האבן אמפאטיע איז א גרויליגע זאך, באָט עניוועי וואס איז נייעס... עס גייט זיך נישט טוישן... איך ווענט נאר.
ווען גאנץ תשעה באב און נעכטען האב איך באקומען אסאך טעלעפאון רופן פון א חינוך קאנפרענץ
א מין חוצפה דאס מיין האום נומבער מיינע סעלפאונס ביידע אפאר מאהל אויף איטש
מיט וועלכע רעכט?
דער אפגעפליקטער טיפש פון א יונגערמאן, וועלכער איז ב"ה ארעסטירט געווארן היינט.
אז אחד מחשיבי הניקים דחבורתנו קען שרייבן אז א יונגערמאן איז ב"ה ארעסטירט געווארן
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרעה.
קאמענטירעראיינע פון די הויפט זאכן וואס רעגן מיר אויף און איך קען גארנישט טאן דערצו איז: די חוצפה און פרעכקייט וואס איראן האלט אין איין ארויפברענגען לגבי אמעריקא, און אמעריקא? גארנישט, טוט נישט גארנישט, אנשטאט זיך שטעלן אויף די פיס און אנפאנגען צו רעדן רעבי שפראך פאר די קליינטשיגע טוטערס, פאלט מען צו די פיס פון די איראנער כומעני'ס און מען לעקט זיך גאר צו זיי,
אנגעפאנגען האט זיך עס ווען מען האט גענומען אמעריקאנער דיפלאמאטען אין האסטעזש, שוין פון דעמאלס איז אמעריקא אין דעפעציט אין ווייזען און שטעלן אין פלאץ די איראנער איטאלעס אז זיי זאלן איינרוען, יעצט (איך וועל נישט דערמאנען יעדע פראוויקאציע) נאכער האט מען מיט זיי פארהאנדעלט מיט די נוקלעאר דיעל, מ'האט זיך געבראכן פאר זיי נאכגעגעבן קאמפיסאציעס, פארכאפן זיי אמריקאנער זעלנער, פרובירן אויס א נייע מיסיל, רעדן זיי זיך נאך אפ אז מען באהאנדלט זיי נישט שיין, און על אף וואס מהאט געמאכט א דיעל מיט זיי קענען זיי נאך נישט מאכען ביזנעס!!!!! האלטן זיך אין איין רייצן מיט אמעריקאנע נעווי שיפן און אמעריקא? גארנישט, מ'שווייגט,
אפשר וויל מען ס'זאל מקוים ווערן די פסוק "הַנֶּעֱלָבִין וְאֵינָם עוֹלְבִים שׁוֹמְעִים חֶרְפָּתָם וְאֵינָם מְשִׁיבִים עֲלֵיהֶם הַכָּתוּב אוֹמֵר "וְאהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ". 😈 😈 😈 😈 😈 😢 😢 😢 😢
כ'קוק צוריק די אלטע תגובה פון 2 יאר צוריק, און וואו, וואספארא טשעינדזש!!
גראדע מאכט מיר עס מער פרייליך ווי גערעגט...
די זעלבע מעשה איז מיט די פארפוילטע כינע.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
שכן טייערע,
כ'בין דיר מוחל אויפן הויעך אויסקייען יעדעס ווארט פון 'שטילע' שמו"ע מיטן חיך, גרון ולשון, טראץ חז"ל האבן יא פארשטאנען אז דאס וועט מיר שטארק נערווירן און דערפאר דיך באפוילן צו דאווענען שטיל.
כ'בייס זיך די ליפּן אז דו בייסט נישט דיינע און שוין.
אזוי אויך בין איך וויליג צו פארגעבן דיר און אלע (ניס'לאזע) אין מיין געגנווארט, אויף די וויירעל און איבערגעטריבענע הוסטעריי וואס אטאקירט די שטילקייט אומאויפהערליך. הגם למען האמת, קענסט'ך טאקע נישט איינהאלטן צוויי מינוט?
- טוה מיר א טובה כ'בין אויך פארקילט.
שוין, נישקשה הוסט'ס וויפיל עטס קענסט.
אבער און אבער, על זה דוה לבי. ווען דו עפענסט דעם אוועל געפארעמטע פיסק דיינעם און שטעקסט ארויס דעם צינג ווי א שפייעכטס שופר'ל גרייט צו ארויסלאזן דעם טיף באהאלטענעם שליים ממעמקי הגרון מיט גרויס פאמפע, מאכט, און גערודער, זייסזשע ביטע מוחל און דעק צו דעם לעכל.
צוויי זאכן,
איינס, כ'מוז עס נישט ווילן צוזעהן, פונקט ווי דו ווילסט נישט כ'זאל דיר באטראכטן ביים צושמעטערן א פאראייער'טן בייגל מיט אלע אקטיווע מויל געצייג.
והשנית והעיקר, מיט וואספארא רעכט מאסכטו מיר אריינאטעמען/באטאַפּן דיינע פארסמ'טע באקטעריע?
די חכמים בגוים שאצן אז די טראפעלעך שפייאכץ וואס דו ביסט מנדב פארן שטיבל, גייט א מרחק פון אומגעפער צוואנציק פיס און פארבלייבט אויף אומגעפער פינף און פערציג מינוט, בלויז פון איין הוסט.
ס'טייטש, אז איך שפאציר אריין אין א וויסטע חדר ראזענטאל צען מינוט פאר קרבנות, מיט א קאווע, א דבר יום ביומו און נאיווע רואיגערהייט, איז פאר מיר אויסגעשפרייט א רייע אפציעס ווי אזוי צו ווערן אנגעשטעקט מיטן פלו זז"ג.
מיין קאווע קען שוין פונלאנג זיין אנגעשטעקט מיט א דינע הויטל זשערמס וואס מיין שכן אין קאווע צימער האט ארויסגעלאזט מיט פאמפע און קאנפידענס.
די הענטל, די טיש און ס'באליבטע צעטעלע קענען אלע טראגן טויזענטער פאטענציאלע שליחים פונעם אומגעוואונטשענעם גאסט.
איך פארשטיי אז מ'פאלט דורך אמאל, מיט א האַטשו איבערהויפט, אבער די געוואוינהייט פון פרעכערהייט הוסטן, אנע שום גדרים, איז אומאקצעפטירבאר.
מ'מעג מאכן א כינוס כלל ישראל פאר פיזישע איגנאראנץ אויך.
ערעב איד, הוסט'ן איז נישט אנדערש ווי ****'ן, טוה עס שטיל, נאר ווען ס'דריקט געפערליך, פרוביר עס צו פארדעקן, און אויב מ'כאפט דיך דערמיט, מעגסט'ך שעהמען.
א געזונטן ווינטער.
הבל וריק: און אז מ'מאכט שוין א כינוס כלל ישראל מעורר צו זיין אויף געוויסע ענינים העומדים על הפרק. (אויף די לאנגע שייטלעך און די סמארטפאונס האט מען שוין ב"ה מעורר געווען.) זאלל מען שוין אינאיינוועגס אויכעט מעורר זיין אז א יעדער יונגערמאן זאלל זיך ביטע טוישן די אונטערוועש (אריינגערעכנט די רבינו ת"ם'ס) טעגליך. אויך נעמען א שויער מיט זייף. און א ביסל שעמפו. מפני כבוד הבריות...איך האב אמאל געזעהן אין א דאקטאר'ס אפיס אין וויליאמסבורג. א סיין אויף אידיש און ענגליש..."אין דעם טאג וואס איהר האט אן אפוינטמענט מיט'ן דאקטאר, ביטע נעמען א שויער. און אנטון ריינע אונטערוועש און א העמד"...אונטערגעשריבן. די מענעדזשמענט פון ODA. ווי ס'זעהט אויס האט דר. סטערנבערג שוין מער נישט געקענט אויסהאלטן...!
מאך זיכער: ייש"כ. איך זעה אז דו ביסט אנגעקומען צו דעם ריכטיגן פלאץ (אין דעם זאכן וועלכע רעגן מיך אויף, אשכול.). איך האב נישט געזאגט אז אלע חסידים, ספעציעל די וועלכע וואוינען אין וויליאמ-פעסט, סרחנ'ען, ח"ו.איך האב נאר פארציילט איבער דעם סיין וואס איך האב געזעהן אין דר. סטערנבערג'ס אפיס אין או.די.עי. ב"ה אז די גרעסטע טייל פון די יונגערע דזשענערעישן נעמען געהעריג א שויער און נוצן דיאדארענטס, מפני כבוד הבריות. ס'איז אבער ליידער דא א גרויסער טייל פון די חסיד'ישע אידן וועלכע וואשן זיך נישט אפ א גאנצע וואך. צי וועגן פוילקייט. אדער אלס פרינציפ. לא די. נאר זיי שפעטן נאך. און קוקן אראפ איינער וועלכער וואשט זיך יא אפ און טוט אן פרישע קליידער א יעדן טאג. אזוי ווי די מערסטע פון די היינטיגע יונגעלייט טוען, ב"ה...!
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
דיך באדערט אז זיי שרייען אויפן קעשיער, אדער אז זיי זענען UTA גראדואירט?
החוקרדיך באדערט אז זיי שרייען אויפן קעשיער, אדער אז זיי זענען UTA גראדואירט?
מיין עקספעריענס האט געוויזן אז ביי UTA גראדיועטס איז דא מער אראגענס ווי ביי אנדערע.
berlbalagulehב"ה אז די גרעסטע טייל פון די יונגערע דזשענערעישן נעמען געהעריג א שויער און נוצן דיאדארענטס, מפני כבוד הבריות. ס'איז אבער ליידער דא א גרויסער טייל פון די חסיד'ישע אידן וועלכע וואשן זיך נישט אפ א גאנצע וואך. צי וועגן פוילקייט. אדער אלס פרינציפ
ס'טייטש, נישט נאר די נטורי חרתא שטינקען? 😠
(יא, עס רעגט מיך אויף אשכול) 🙂
שטייט טאקע אין פסוק..."וירח ה' את ריח הניחוח"...!
שמעקעדיגberlbalagulehב"ה אז די גרעסטע טייל פון די יונגערע דזשענערעישן נעמען געהעריג א שויער און נוצן דיאדארענטס, מפני כבוד הבריות. ס'איז אבער ליידער דא א גרויסער טייל פון די חסיד'ישע אידן וועלכע וואשן זיך נישט אפ א גאנצע וואך. צי וועגן פוילקייט. אדער אלס פרינציפ
ס'טייטש, נישט נאר די נטורי חרתא שטינקען? 😠
(יא, עס רעגט מיך אויף אשכול) 🙂
😈 😈 😁 😢
די צאנז'ער (קלויזענבורגער בלע"ז) שרייבט זיך אינטער בן כ"ק אמו"ר זצללה"ה. האסטי געהערט אזאנס? מילא ווילסט מ'זאל דיך קענען אידענטיפיצירן אן שרייבן די לעצטע נאמען, קען מען פארשטיין אז מ'שרייבט וועמענס זון מ'איז. אבער סתם שרייבן בן אמו"ר און נישט ארויס שרייבן די טאטעס נאמען? וואט די העק
📎 קריאת קודש.jpg
פונקט צאנז און סאדיגער שרייבן זיך אונטער אזוי.. coincidence?
יין שרףפונקט צאנז און סאדיגער שרייבן זיך אונטער אזוי.. coincidence?
דער סאדיגורא'ר שרייבט זיין טאטע'ס נאמען
שמעון וואלףדי צאנז'ער (קלויזענבורגער בלע"ז) שרייבט זיך אינטער בן כ"ק אמו"ר זצללה"ה. האסטי געהערט אזאנס? מילא ווילסט מ'זאל דיך קענען אידענטיפיצירן אן שרייבן די לעצטע נאמען, קען מען פארשטיין אז מ'שרייבט וועמענס זון מ'איז. אבער סתם שרייבן בן אמו"ר און נישט ארויס שרייבן די טאטעס נאמען? וואט די העק
נאכ'ן זיך איבערקלערן טראכט איך אז מ'קען טרעפן א לימוד זכות אזוי ר' משה פיינשטיין האט געזאגט לגבי בנות לוט
זעה דאכ'קען נישט זאגן אז ס'רעגט מיך אויף, אבער עס דענערווירט אז יעדע איינציגע אידישע טעלעגראם טשענעל לייגט ארויף די זעלבע עדס כסדר, צי איז עס א דזשודייקע געשעפט, צי א מעטערנעטי קליידער געשעפט, צי א חסד פאנד שנאר אקציע.
.
📎 A_father_of_11.jpg
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
עס איז איין בעל הבית
סאשי פישעס איז איין בעל הבית
אפשר דאס רעגט עם. אזא מין spread the wealth רוח.
אבער ס'איז הילכתא למשיחא, ווייל דא שרייבט אונזער מורח ודאין אז לא ידין רוחי גאר, ער קען דאך נישט זאגען אז ער רעגט זיך "עכט"....
שמעקעדיגכ'קען נישט זאגן אז ס'רעגט מיך אויף, אבער עס דענערווירט אז יעדע איינציגע אידישע טעלעגראם טשענעל לייגט ארויף די זעלבע עדס כסדר, צי איז עס א דזשודייקע געשעפט, צי א מעטערנעטי קליידער געשעפט, צי א חסד פאנד שנאר אקציע.
די זעלבע איז מיט סטעטוס קול העולם דזואיש נויס 24 lnn וכו'
אלע האבן די זעלבע עדס און אסאך מאל ווידיאוס אויך.
וואלוויסאשי פישעס איז איין בעל הבית
אפשר דאס רעגט עם. אזא מין spread the wealth רוח.
אבער ס'איז הילכתא למשיחא, ווייל דא שרייבט אונזער מורח ודאין אז לא ידין רוחי גאר, ער קען דאך נישט זאגען אז ער רעגט זיך "עכט"....
וואלווי: ייש"כ. איך האב זייער שטארק ליעב די מליצה/פאן (מיט א פ"א דגושה). נאר אויב איך וואלט געווען א ליטוואק, וואלט איך מיך געקענט מפלפל זיין דערין.
אבער מיין רבי הרה"ק מ'יארמא שליט"א פלעגט אייביג זאגן . (ער זאגט נאכאלץ) אז מ'פרעגט נישט קיין קשיא אויף א מעשה. אויף א מליצה אויך נישט.. ענדזשוי עס און פארטיג...!
צווישען דיין רבי יארמער רב, און צווישען שבת'נס רבי דזשארדזש קארלין, ווערט פארווישט דעם מה בין תלמידיו...
וואלווי: איך רעד נישט פון די תלמידים. נאר פון די רעבעס. די תלמידים זענען ביידע פאררוקטע חברה. אבער ביי די רעבעס איז א גרויסער חילוק. הרה"ק מ'יארמא שליט"א איז א וואוילער, ערליכער איד. א שטיקל בעל מופת. (ער קען מאכן אז א 20'ער (צוואנציג אלפים) זאלל פארשווינדן ווערן בהעלם אחת.). און להבדיל דזשארדזש קארלין (פוילן זאלל ער) איז געווען א שמוציגער יונג אין אלע בחינות...!.
נישט פארגעסן אז ר' בערל האט נאך א רבי, ר' אהרן הגדול מקרית יואל שליט"א (וואס ווען ער רעדט פון טעכנאלאגיע מיינט ער נישט ר' בערל וועלכער איז א פשוט'ער פערד טרייבער וכו') 😂 😂
שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער... אויך האסטו געשאסן 2 פייגלעך מיט איין שאס...!אריינגעפליקט פאר בערל בעל עגלה. און געלאזט וויסן אז בערל בעל עגלה האט א גרויסן רעבי'ן מו"ה ר' אהרן (הגדול) שליט"א פון קרית יואל...!
אויסער דעים האלט איך אז דו ביסט א בעל רוח הקודש. ווייל אט די רגע האביך געטראכט צו שרייבן א מאמר וואו איך וועלל אויפווייזן אז איינס פון די זאכן וועלכע, נישט אז זיי רעגן דיך אויף. נאר ס'נעמט דיך פשוט ארויס פון די כלים. איז ווען בבע"ג שרייבט און מאכט חוזק פון די היינטיגע פאלשע קנאים וועלכע רעדן זיך און אנדערע איין אז זיי זענען דוגל בשיטת רביה"ק מ'סאטמאר, זי"ע...! כ'וועלל מיך דא באנוצן מיט א ווארט פון הרב ר' סענדער דייטש זכותו יגון עלינו...פאר ער האט אנגעהויבן צו האקן שטיקער אויף קהילות און יחידים וועם ער האט אלץ באשייגעץט. האט ער אייביג געברענגט דעם מאמר חז"ל..."כל ליצנותא אסורא, בר מליצנותא דעבודה זרה"...והנה...דער ליובאוויטשער דעיס. דער קלויזנבורגער דאס. און דער בעלזער (דער גראבער בער ) דאס אנדערע...הע הע הע...! אבער ביי אונז...איז אלעס אין גרעסטן ארדענונג..און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געפיהלן אין די פריע פארטאגס שעות...ענד אוו סטארי...!
שמעקעדיגכ'קען נישט זאגן אז ס'רעגט מיך אויף, אבער עס דענערווירט אז יעדע איינציגע אידישע טעלעגראם טשענעל לייגט ארויף די זעלבע עדס כסדר, צי איז עס א דזשודייקע געשעפט, צי א מעטערנעטי קליידער געשעפט, צי א חסד פאנד שנאר אקציע.
און ווידעראמאל....
(האט נישט מורא, כ'גיי נישט יעדע מאל ארויפשטעלן נאך א בילד...)
.
📎 Teleg_2.jpg
ווען די אידישע מוזיק סטרימינג שפילט חנוכה מוזיק עטליכע טעג נאך חנוכה!!
נעגעל וואסערווען די אידישע מוזיק סטרימינג שפילט חנוכה מוזיק עטליכע טעג נאך חנוכה!!
זאג נאר, דאונאטס עסט איר נאך..?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
יין שרףנעגעל וואסערווען די אידישע מוזיק סטרימינג שפילט חנוכה מוזיק עטליכע טעג נאך חנוכה!!
זאג נאר, דאונאטס עסט איר נאך..?
ניין, די לצרה בשעתה.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ענדרעש מענטשן וועלכע רעגן מיך אויף.
ער שיקט מיר א טעקסט נישט א וואטסעפפ ח''ו (שוין איבער די דרייסיג אבער איז נאך אין כולל) און ענטפערט נישט זיין סעלפאון אבער ער רופט כמעט נישט צוריק. איך ברענג עם וואס ער דארף און מאך דער זשאב אבער איך הער נישט צוריק פון עם וואס ער האט מחליט געווען.
גייט אדורך דריי פיר וואכן און מזל טוב נאך א טעקסט. איך ענטפער עם זאפארט האפענדיג אז ער וועט נאך אפשר פילן א דריזל אבער ניין, דער זיידענער אינגערמאן דארף נאך א חודש.
אפשר זאל איך שרייבן א בריוו אנשטאטס א טעקסט היות די פאסט פון פינף הונדרעט יאר צוריק איז אן געקומען שנעלער.
Wake up!!!
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
א שטייטע בעל תפילה וואס די שטילע שמו"ע נעמט איהם דאפעלט צייט, און נאכן אויסטרעטן עושה שלום ביים עמוד וואקט ער אוועק פון דארט און ווארט אז א צווייטער זאל צוגיין צום עמוד -
דארף מען ווארטען אודך
שמחהלע קאפשטיקא שטייטע בעל תפילה וואס די שטילע שמו"ע נעמט איהם דאפעלט צייט, און נאכן אויסטרעטן עושה שלום ביים עמוד וואקט ער אוועק פון דארט און ווארט אז א צווייטער זאל צוגיין צום עמוד -
דארף מען ווארטען אודך
זעט אויס ס'רעגט דיך נישט אויף גענוג, ווען יא, וואלסטו אליינס צוגעגאנגען צום עמוד און נישט געווארט א צווייטער זאל דיך באדינען..
גראףענדרעש מענטשן וועלכע רעגן מיך אויף.
ער שיקט מיר א טעקסט נישט א וואטסעפפ ח''ו (שוין איבער די דרייסיג אבער איז נאך אין כולל) און ענטפערט נישט זיין סעלפאון אבער ער רופט כמעט נישט צוריק. איך ברענג עם וואס ער דארף און מאך דער זשאב אבער איך הער נישט צוריק פון עם וואס ער האט מחליט געווען.
גייט אדורך דריי פיר וואכן און מזל טוב נאך א טעקסט. איך ענטפער עם זאפארט האפענדיג אז ער וועט נאך אפשר פילן א דריזל אבער ניין, דער זיידענער אינגערמאן דארף נאך א חודש.
אפשר זאל איך שרייבן א בריוו אנשטאטס א טעקסט היות די פאסט פון פינף הונדרעט יאר צוריק איז אן געקומען שנעלער.
Wake up!!!
הויכ-געשעצטער גראף פאטאצקי!
איך האף אז איר האט נישט מיר געמיינט, ווייל איך ענטפער יא אין אלגעמיין, מאכטזעך אמאל אז צוליב פארשטענדליכע סיבות מוז איך אמאל איינעם איגנארירן, אבער דיר? נעווער
[emoji16]
פארוואס קען זיך נישט מרת וועיז און מרת גוגל איינמאל פאר אלע מאל אויס לערנען אז ווייט עוועניו פראנאונסד מען נישט וויטה עווענו נאר ווייט עוועניו.
אזא מין גאד-דעמנ גרידזשע איעדעס מאל כ'הער עס!
אבי מ'זאגט אז די עמי הארץ האבן א בעסערע עדיוקעישאן...
מוצאי תענית אסתר ביים אויספאסטן נאך מגילה ליינען האט איינער געברענגט המן טאשן פאר אויספאסטן. כ'האב געגעבן אזא בעלבאטישע בייס אריין אז ס'זאל אנקומען ביז די זשעם (ס'געווען סטראבערי, פאר ווער ס'וויל וויסן), אבער ווי וואס ווען קוים קוים עפעס זשעם געווען דארט. א מין רשעות. און וואס טיט זיך מיט הידור מצוה? שעים.
שפעטער ביי די סעודה סערווירט מען קרעפלעך אין די זופ און ווייטער די זעלבע מעשה. איך זיך די פלייש אבער ואיננו. אפאר ברעקלעך האט זי מיר פארגינען וזה הוא.
בין איך דער איינציגסטער מיט די פראבלעם?
What is happening to this world?
המן האט געבלאזן מיט זיך, אבער תוכן האט ער נישט געהאט.
שמעון וואלףמוצאי תענית אסתר ביים אויספאסטן נאך מגילה ליינען האט איינער געברענגט המן טאשן פאר אויספאסטן. כ'האב געגעבן אזא בעלבאטישע בייס אריין אז ס'זאל אנקומען ביז די זשעם (ס'געווען סטראבערי, פאר ווער ס'וויל וויסן), אבער ווי וואס ווען קוים קוים עפעס זשעם געווען דארט. א מין רשעות. און וואס טיט זיך מיט הידור מצוה? שעים.
שפעטער ביי די סעודה סערווירט מען קרעפלעך אין די זופ און ווייטער די זעלבע מעשה. איך זיך די פלייש אבער ואיננו. אפאר ברעקלעך האט זי מיר פארגינען וזה הוא.
בין איך דער איינציגסטער מיט די פראבלעם?
What is happening to this world?
ס'קומט ווייל די פאשעסט אין פרעמדע פעלדער.
סטראבערי? דיינע זיידעס האבן געגעסען המן טאשן מיט סטראבערי דזשעם?!
שעם דיך! עס עפריקאט דזשעם אין ס'וועט דיך וואויל באקומען!
רויטע וואנצעסהמן האט געבלאזן מיט זיך, אבער תוכן האט ער נישט געהאט.
אויב אזוי וואלט מען געדארפט עסען אויפגעבלוזענע אייער. אזוי ווי ערב תשעה באב
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
דאס איז די אלטע טענה פון טענת בתולים אויף א דזשעלי דאונאט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
וואלווישמעון וואלףמוצאי תענית אסתר ביים אויספאסטן נאך מגילה ליינען האט איינער געברענגט המן טאשן פאר אויספאסטן. כ'האב געגעבן אזא בעלבאטישע בייס אריין אז ס'זאל אנקומען ביז די זשעם (ס'געווען סטראבערי, פאר ווער ס'וויל וויסן), אבער ווי וואס ווען קוים קוים עפעס זשעם געווען דארט. א מין רשעות. און וואס טיט זיך מיט הידור מצוה? שעים.
שפעטער ביי די סעודה סערווירט מען קרעפלעך אין די זופ און ווייטער די זעלבע מעשה. איך זיך די פלייש אבער ואיננו. אפאר ברעקלעך האט זי מיר פארגינען וזה הוא.
בין איך דער איינציגסטער מיט די פראבלעם?
What is happening to this world?
ס'קומט ווייל די פאשעסט אין פרעמדע פעלדער.
סטראבערי? דיינע זיידעס האבן געגעסען המן טאשן מיט סטראבערי דזשעם?!
שעם דיך! עס עפריקאט דזשעם אין ס'וועט דיך וואויל באקומען!
א נייע דור וואס מיינט אז עפריקאט זשעם איז יא מותר!!! אונז האט מען געגעבן נאר המן טאשן מיט מאן. וחדש אסור מן התורה און דאס אלעס!
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראףוואלווישמעון וואלףמוצאי תענית אסתר ביים אויספאסטן נאך מגילה ליינען האט איינער געברענגט המן טאשן פאר אויספאסטן. כ'האב געגעבן אזא בעלבאטישע בייס אריין אז ס'זאל אנקומען ביז די זשעם (ס'געווען סטראבערי, פאר ווער ס'וויל וויסן), אבער ווי וואס ווען קוים קוים עפעס זשעם געווען דארט. א מין רשעות. און וואס טיט זיך מיט הידור מצוה? שעים.
שפעטער ביי די סעודה סערווירט מען קרעפלעך אין די זופ און ווייטער די זעלבע מעשה. איך זיך די פלייש אבער ואיננו. אפאר ברעקלעך האט זי מיר פארגינען וזה הוא.
בין איך דער איינציגסטער מיט די פראבלעם?
What is happening to this world?
ס'קומט ווייל די פאשעסט אין פרעמדע פעלדער.
סטראבערי? דיינע זיידעס האבן געגעסען המן טאשן מיט סטראבערי דזשעם?!
שעם דיך! עס עפריקאט דזשעם אין ס'וועט דיך וואויל באקומען!
א נייע דור וואס מיינט אז עפריקאט זשעם איז יא מותר!!! אונז האט מען געגעבן נאר המן טאשן מיט מאן. וחדש אסור מן התורה און דאס אלעס!
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זאגט טאקע די גמ' דארט ה'מאן מן התורה מנין?!
אפיקורס איינער, פרעגסט נאך פון ווי שטאמט דאס?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
אומפארגינערישע קאמפלימענטן
היינט בין איך געזעסען ביי קידוש, און איינער האט געזאגט א תורה און דערמאנט א הלכה אין הלכות צרעת. האט מיין אינגעל אריין געזאגט אין מיין אויער אז דאס איז די לעצטע משנה אין נגעים. א מסכת וואס ער קען. האב איך דערציילט פאר די וואס זיצען דארט אז ער זאגט אזוי.
שפעטער רופט זיך אן אן אלטע איד, אן ע"ה דאורייתא ודרבנן "אה, איך זעי ער גייט זיין א גרויסע ת"ח. ת"ח מיינט נישט וויסען וואס שטייט, נאר קענען פארענטפערן א רעק"א צו וואס".
געדענק אז דא רעדט זיך איינער וואס האט קיין רעק"א נישט געלערנט, אבער אריין זאגען קען ער. ווען קיינער האט איהם נישט געטשעפעט.
פארגין א אינגעלע א קאמפלימענט. ווען ער וועט זיין דיין קאנקורענץ, וועסטו דאך ליגען אונטער די קאלטע הארטע ערד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
@ליטוואק
פארגעס פון דער אלטע ע''ה ער האט קיין מידות טובות אויך נישט. האסט ב''ה א זין וואס לערנט מסכת נגעים און געדענקט וואס ער לערנט! אין מיינע צייטן וועלכע אינגל האט געלערנט מסכת נגעים? זאל ער שטייגן מעלה מעלה.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיר שטערט עס נישט, איך דארף נישט יענעמ׳ס קאמפלימענטן. אבער פאר מיין קינד האט עס מיר געשטערט. זאל איך איהם זאגען אז יענער איז סתם אן ע"ה? ווען יענער שטעכט איהם דירעקט, קען איך דאס טון. אבער מיט די מהלך פון שטעכן דורך א קאמפלימענט, וואס הייסט אויף ענגליש א backhanded compliment קען איך שוין גארנישט זאגען.
יענער ע"ה איז נישט אזוי אומשולדיג. ער האלט א חשבון מיט מיר און מיין זון. אבער אפיציעל קען ער עס נישט זאגען הויך. מיין זון האט, אונטער די ברמצוה, אפאר מאל געליינט די הפטרה, און יענער האט מחליט געווען אז דאס טויג נישט. פארוואס? ווייל ער האלט א חשבון מיט מיר, ווייל מיין רבי זז"ג שטיצט (לויט זיין באגריפען) איינער וואס שלאגט זיך מיט זיין ברויטגעבער. הערסט א חד גדיא?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
יונגעלייטלעך, און צומאל עלטערע לייט, וואס גיין שפאצירן געמוטליך מיט די ווייבער אין די טעג פאר פסח ארום די לעיק.
דו מאכסט נישט יו"ט די וואך?! ווי האסטו צייט?! דיין אויווען האט זיך נישט צובראכען? דו ווארטסט נישט פאר דיין קאר פון דער מעקאניק? סארא חוצפה?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk