☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24

chaims » זונטאג אוגוסט 9, 2015 8:04 pm

· #294687
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ירא שמים ענטפערסט גוט און צו דער זאך!

I can't believe I just said that...

יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 9, 2015 8:41 pm

· #294692
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
אויב מען מעג צילייגן פארוואס ווען א איש חשוב קומט צו די מחותן (אפילו די חתן'ס טאטע אפגערט ווען עס איז די כלה'ס טאטע) איז מען עהם "מכבד" צו טאנצען מיט די חתן, ער איז עפעס א פדיון הבן קינד? ער האט עפעס מיט יענער? ער איז געקומן צו דיר טאנץ די מיט עהם!!! וואס ווילסטו פון דעם חתן סתם צישטערן זיין טאנץ און עהם אוועקשלעפן פון זיינע חבירים?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 9, 2015 8:42 pm

· #294693
ירא שמים
געפילטע פיש
ירא שמים
די אטד'ס פראפעגאנדע וועגן שוואכע בילדונג ביי אונז ברענגט מיר ארויף דאס בלוט! און ס׳איז א חוצפה שאין דוגמתה! וואס האסטו זיך אריינצומישן אין אונזערע אנגעלעגהייטן?! ווילסט אונז איינרעדן דו מיינסט אונזער טובה?! און סגייט דיר ממש אהן אז היימישע אידן מוטשען זיך אין פרנסה?! וועגן דעם אליין טאר מען גיי נישט נאכגעבן! קיש דיך מיט דיינע זונות און פרעס דיר דיין דבר אחר און רעד איין א צווייטען אז וועגן בילדונג בוסטו ארויסגעפאלן! ושלום על שלומי אמוני ישראל!!

איך שמעק דזשעלעסי. דו ווילסט אויך זונות? זיי סערווירן נישט OTD'ס עקסקלוסיוולי. פאר די רייט פרייז וועלן זיי דיר אויך סערווירן.

איך פארשטיי אויך נישט פארוואס פליטים פון נארט קארעא פארפירן וועגן די רעזשים דארט. ווער האט דיר געפרעגט? ביזט דאך אנטלאפן פון דארט! ווער ביזטו אונז איינצוטיילן וויאזוי צו פירן א מדינה? קיש דיך מיט דיינע אמעריקאנע חבירים און לאז אונז אפ!

@געפילטע פיש סמיר זייער אינטערעסאנט ווייל דאס איז דיין ערשטע תגובה נאך א שטיק צייט און כשטעל זיך פאר בוזט שוין נישטא געווען פאר א שטיק צייט און די אינטערעסאנסטע זאך וואס דו האסט געטראפן צו טוען אינ׳ם שטיבל איז געווען צו אטאקירן מיין אומשולדיגע תגובה ?! הלא דבר הוא ! וואס איז פשט ?!

פליז נעם עס נישט פערזענליך, כ'האב באקומען א לינק צו דעם אשכול האב איך געליינט אלע נייע תגובות. כדי שלא ישאר הנייר חלק, און כדי זאלסט נישט מיינען כ'האב עפעס א פערזענליכע ווענדעטע קעגן דיר, גיימער ליינען נאך אפאר אשכולות. ס'טוט זיך עפעס ניי אין קאווע שטיבל? אלעס לעבט נאך? האב איך פארפאסט עפעס א גרויסע סקאנדאל? א סומאטוכע? א מאלעסטעישען? גארנישט???

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 9, 2015 9:36 pm

· #294698
העי געפילטע... איך האב א פרעדיקשאן אז דו גייסט בקרוב טאנצן פון דאך... האלא וואס ביסטע לעצטנס אזוי פארביטערט און דעפרעסד? שוין געווען שבת נחמו, יעצט וואס ביטערסטו נאך אלץ? פליז, אביסעלע הומאר!! מיר בענקען!

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 9, 2015 10:21 pm

· #294707
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
אלע וואס גייען הנאה האבן פון געפילטעס נייע פאוסטס זאלן וויסען אז די ישר כח קומט זיך מיר [emoji1][emoji2]

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 9, 2015 10:23 pm

· #294708
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
chusid
אויף שלמה המלך שטייט חכם מכל אדם זאגן די מפרשים אפילו מן השוטים ... צו ענטפערן אויף אזאנע איגנאראנס איז א קונץ ..!
טאקע שרעקליכע איגנאראנס כהאב טאקע נישט געוויסט אז דיע פון וואוזוי הייסען זיי דארט פארפירען ווען איך ווייס ווען …

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 9, 2015 10:25 pm

· #294709
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
און מקען עס אויך צולייגען צו די דן זיין לכף זכות קאלום פון די המודיע , ממעג שרייבן א נאמען ?

כפתור » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:50 am

· #294756
אדרבה, די רביס זאלן קומען (אויב ביי א עושר'ס חתונה, קומט ער צו אנהאלטן די רילעשאנשיפ. געזונטערהייט), אבער זאלן מיט טאנצן מיט די הארא, אפשר איין שאקל פאר יעדע דריטע ביט. און די בחורים פארן ווייטער מיט די רידם

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 16, 2015 9:15 pm

· #296164
מענטשן וועלכע האבן אלעמאל וואס צוצולייגן איבער די סטענדערד שומר-שבת-נוסח, הוא ברחמיו יעשה שלום עלינו, ומכניע מינים וזדים וכו' וכו'.

כ'ווייס, ער איז א טאהשער ספינקער מונקאטשער פונדערהיים...

ירח בן יומו » זונטאג אוגוסט 16, 2015 9:19 pm

· #296165
הוא ברחמיו?
קוק אריין אין יעדער סטענדערד סידור (קול יעקב וכו') ביי קדיש דרבנן שטייט אזוי.
פארוואס טאקע נאר ביי קדיש דרבנן זאגט מען אזוי איז שוין א גוטע שאלה. אבער ס'איז נישט דא קיין שום סיבה זיך צו רעגן פאר דעם.

א איד » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 4:34 pm

· #296306
ער רעגט זיך ביי די אלע אנדערע קדישים.

mevakesh » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:54 am

· #296471
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
דער ניק וואס איז דא אפשר א יאר און איז פארנומען אז מען דארף צענזורירן אנדערע לויטן דעת הרוב

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 9:41 am

· #296480
mevakesh
דער ניק וואס איז דא אפשר א יאר און איז פארנומען אז מען דארף צענזורירן אנדערע לויטן דעת הרוב

דער ניק וואס איז דא קוים א וואך וואס זאגט פאר'ן ניק וואס איז דא א יאר ווילאנג מ'דארף דא זיין צו קענען צענזורירען אנדערע!
סיריעסל"י, וועמען מיינסט דו? מ'האלט אין איין בעטען אז מ'זאל מיר צענזורירען, דעריבער גיי איך אן.

שטילע אינגערמאן » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 9:13 am

· #299491
נאך איבער די נושא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/197278">viewtopic.php?p=197278#p197278</a><!-- l -->

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 11:05 pm

· #300209
דעי קראנקע אונגארישע נאצי פרוי האלט זיך אונטער דורך אונטערשטעלן פיסלעך פאר א סירישע פליט וואס אנטלויפן פון די פאליציי מיט א קינד אין די הענט.

Camerawoman #PetraLazlo for N1TV, trips a #refugee carrying a small child as he runs from police
<a class="postlink" href="http://t.co/OetlJpacHh">http://t.co/OetlJpacHh</a>
📎 IMG_20150908_224534.jpg

יודישע שרייבער » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 1:10 am

· #300238
זייער שרעקעדיג צו טראכטן אז די רעפארטערס באבע האט מן הסתם געטון די זעלבע צו אונזערע זיידעס און באבעס פאר 70 יאר צוריק 😞 😮 !!

ליפא » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 12:58 pm

· #300296
מ'האט איר אפגעזאגט פון איר דזשאב. עפעס א טרייסט

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:27 pm

· #300706
עס איז א מינדערוויכטיגע זאך, אבער עס גייט מיר שוין אויף די נערוון. די לוח המודעות, קול ברמה, קול הציבור, און די אלע אנדערע טעגליכע אויסגאבעס, וואס זענען געמאכט געווארן צו אדווערטייזן די היימישע ביזנעסער, מפרסם זיין די שמחות, כולל תהלים און חצות געבעקסן, און זעלבסטפארשטענדליך א פלאטפארמע פאר אלע ראדיקאלע מחאות א.א.וו. איז פיין און וואויל; אבער צו וואס דארף מען אריינלייגן תורה'לעך, מיט מעשיות פון צדיקים מיט זייערע יארצייטן? עס מאכט סתם נערוועז. איך ווייס איך קען עס אויסלאזן און איך דארף עס נישט ליינען, אבער וואס טראכטן די ארויסגעבער? עס פעלט דען עפעס סיפורי צדיקים? ווי קומט עס אריין דא? וועט עס פארגרעסערן דיין ליינער באזע צו וואס?

ביי מיר איז עס פונקט ווי א שיך סטאר זאל אנהויבן פארקויפן מילך. פעלט דען עפעס גראסערי'ס אויף יעדן בלאק צו קויפן מילך? וועלן מער מענטשן קויפן שיך ווייל דו האסט מילך?

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:32 pm

· #300707
.

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 9:04 am

· #300837
אפשר טאר מען זיך נישט רעגן ערב ראש השנה אבער פארפאלן, דאס איז וואס איז געשען.

ביי התרת נדרים מאכט זיך אפט א חכם וואס מוז למען השם צולייגן דעם לאנגן מסירת מודעה אז אלע זיינע מעשים זענען נאר ליחד קוב"ה ושכינתי וכו', און פאר א נויט זאגט מען אויך די ארומגערינגעלטע "על דעת ר' ישראל בעל שם טוב ותלמידיו (היינט האט איינער צוגעלייגט" ותלמידי תלמידיו"). אלץ בחור האב איך עס קיינמאל נישט געהערט אבער אין די היינטיגע אכשר דרא עפאכע ווערט עס מער און מער אויפגעכאפט.

היינט האב איך אבער געהערט עפעס גענצליך ניי. איינער פון מיין חבורה האט געזאגט עפעס א יהי רצון וואס רעדט וועגן התרת קללות און ער האט נאכדעם געגעבן זיין סליחות ווי ס'איז געשטאנען א ספעציעלע "הכל מותרים לך" און געוויזן אז יעדער זאל דאס זאגן. איך האב געפילט אז ס'איז נישט אין פלאץ אים עפעס צו זאגן אבער איך האב מיך געמוזט ערגעץ אויסגעבן מיין רעגעניש.

שכוח פאר אויסהערן, האטס מיר א זיס לעכטיג יאר

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:39 pm

· #300870
אויף די מנהלים גייט ארויף די ווערטער "ואין אני מבקש התרה מאותן שאין להתיר אותם"....

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:40 pm

· #300871
די c/p כתיבה וחתימה טובה וואונטשן וואס אלע מיינע וואטסעפפ קאנטאקטס שיקן אריין יעדע צוויי מינוט.

הערטס אויף!! 😈 😈 😈 😈

(אוי בין איך אסאך מאל מקנא @פליקער)

רויטע וואנצעס » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:07 pm

· #301283
ס'איז א לייק לבטלה ר"ל.

שמעון וואלף » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:10 pm

· #301284
מיר באדערט עס אויכעט אבער נאכמער רעגט מיר ווען איך זעה אז כ'האב צוויי נייע הודעות אין ביים אריינקליקן טרעף איך אז כ'האב באקומען א לייק און צוויי מינוט שפעטער איז עס פארמעקט געווארן

קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 6:33 pm

· #301302
ונושעתי - אז וואס- אז דו האסט באקימען נאך א לייק יעצט

petergrifin » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:28 pm

· #301635
ביז װיפיל אזײגער איז נארמאל צו קלינגען די בעלל און האקן אויף די טיהר װי א מעיניעק און ענטפערען
״צדקה״? אה ער האט נאכנישט גע׳עפנט?! האק און זעץ אויפ׳ן טיהר נאך שטערקער.
שוין יעצט פיל איך שלעכט װער װײסט אפשר איז ער געװעהן אליהו הנביא.. 😛

אהרן » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:15 pm

· #302567
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
די איינציגסטע נחמה וואס דו קענסט האבן איז, אז ווי אנגעדררייט דו ביסט יעצט איז ער א גאנצען טאג, ער קען זיך דאס אטעם נישט כאפן ווי לאנג די יאר זאל נאר זיין.

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 11:00 pm

· #303069
נע, פלעין אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 12:15 am

· #303091
גאטשע בענדל? פאר'סמ'טע טשיק פיעס? ס'ארא אויסדרוקן....

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 3, 2015 8:35 pm

· #303219
...ווען דער טלית פאלט מיר אראפ פונעם אקסל אינמיטן זאגן די הושענות מיט די לולב אתרוג און מחזור אין די הענט. יעדן טאג סוכות פאסירט עס עטליכע מאל. #זמן שמחתינו

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אקטאבער 3, 2015 9:07 pm

· #303223
טו כמנהג בריסק און לערן דיר אויס הושענות בע''פ, דערנאך לייג א קנעפל אויפ'ן טלית. און ערלעדיגט.
#זמןשמחתינו

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 4, 2015 12:04 am

· #303233
דבר בעתו

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/228216">viewtopic.php?p=228216#p228216</a><!-- l -->

פליקער » זונטאג אקטאבער 4, 2015 12:28 am

· #303235
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
איך דריי זיך ארים אן א סידור מיט מיין לולב, שריי הוווווייייישענאאא בלע בלע בלע לבלעלעעלעלאָאָאָ שטילערהייט הוישעעעעענאא הויכערהייט, אזוי בדוק ומנוסה עס פאסירט נישט גארנישט.

יודישע שרייבער » זונטאג אקטאבער 4, 2015 1:27 am

· #303244
שמעקעדיג
דבר בעתו

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/228216">viewtopic.php?p=228216#p228216</a><!-- l -->

@שמעקעדיג, מיינסט אפשר דאס?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/221545">viewtopic.php?p=221545#p221545</a><!-- l -->

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 4, 2015 2:03 am

· #303246
ניין. איך זעה טאקע די לינק ארבעט נישט כראוי.
לאמיר פרובירן נאכאמאל.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/151136">viewtopic.php?p=151136#p151136</a><!-- l -->

אהרן » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 1:31 am

· #303692
זיץ איך זיך אזוי איינגעבויגען איבער מיין טרייבל אזא צוואצינג מינוט אפשרייבענדיג מיינע פאר צענט, געב א קוק איבער און שמייכל מיך אונטער הממ שיין געשריבן, איך געב א קליק שיק, און אויס, א פארגאנגעהייט דער זיסער ׳איינשרייבען בלאט׳ פאפט אויף.

וואס קען מען טוען גארנישט, געבליבען איין ברירה אריין שרייבן אינעם ספר הזכרעגענזיך דא.

ירא שמים » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 1:42 am

· #303693
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מאך בעק

ירא שמים » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 1:43 am

· #303694
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
און כפארשטיי נישט וואו אזוי דו האסט געקענט שרייבען אהן זיין איינגעשריבען.

אהרן » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 1:49 am

· #303695
ירא שמים
מאך בעק


פארשטייט זיך כ'האב פרובירט

ירא שמים
און כפארשטיי נישט וואו אזוי דו האסט געקענט שרייבען אהן זיין איינגעשריבען.


לכאורה האט זיך עס ארויסגעסייענט

ירא שמים » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 1:51 am

· #303696
זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
און פארוואס נוצטו מער נישט דעם טעפל ?

אהרן » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 1:56 am

· #303697
ירא שמים
און פארוואס נוצטו מער נישט דעם טעפל ?


עיתים קראום ועיתים טעפל, איצטער האב איך געוואלט טעגן.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 5:07 pm

· #304093
וואס איז די משוגעת אז כמעט יעדע אנליין קאמפאני, ווען איך וויל עפעס ארדערן אדער אפילו בלויז פרעגן א פראגע, פארלאנגט עס צו קאנפירמען נאכאמאל מיין אימעיל אדרעסס? און למען ה' לאזן זיי נישט קאפיען און פעיסטן?
איך קען פארשטיין אז מען וויל זיכער מאכן אז עס זענען נישט פאראן קיין מיסטעיקס, אבער ערבך ערבא צריך, אפשר האט די צווייטע אויך א מיסטעיק? אפשר האט מיין נאמען/אדרעסס/טעלעפאן אויך א מיסטעיק? אפשר גאר מיין קרעדיט קארטל?
א מין משוגעת דאס, איך ארדער אסאך אנליין און יא, עס רעגט מיך אויף!!

אני מת לחיות » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 7:15 pm

· #304111
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
גאנץ יום טוב האב איך געזאגט ביי יעלה ויבא ביום ראש החודש הזה היינט ביי מעריב האב איך געזאגט ביום חג הסוכות הזה [emoji35]

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

אהרן » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 9:35 pm

· #304124
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
שמעקעדיג
וואס איז די משוגעת אז כמעט יעדע אנליין קאמפאני, ווען איך וויל עפעס ארדערן אדער אפילו בלויז פרעגן א פראגע, פארלאנגט עס צו קאנפירמען נאכאמאל מיין אימעיל אדרעסס? און למען ה' לאזן זיי נישט קאפיען און פעיסטן?
איך קען פארשטיין אז מען וויל זיכער מאכן אז עס זענען נישט פאראן קיין מיסטעיקס, אבער ערבך ערבא צריך, אפשר האט די צווייטע אויך א מיסטעיק? אפשר האט מיין נאמען/אדרעסס/טעלעפאן אויך א מיסטעיק? אפשר גאר מיין קרעדיט קארטל?
א מין משוגעת דאס, איך ארדער אסאך אנליין און יא, עס רעגט מיך אויף!!

געווענליך קען מען נישט פעסטען די אימעיל אדרעס נאר ביי די צווייטע, ממילא שרייבט מען עס נאר ביים צווייטען און דערנאך ק/פ צום ערשטען.

אבער פארוואס האסטו סתם אזוי נישט קיין autofill?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:40 am

· #304170
איך האב יא, טאקע א נחמה פורתא. אבער אסאך וועבסייטס לאזן נישט קיין auto fill, בפרט ביים צווייטן קאנפירמעישאן, און אנדערע סייטס לאזן נישט קאפיען פון די צווייטע פיעלד.

למעשה זאגסטו גאנץ א פיינע סאלושען פאר א פראבלעם; מיר רעגט אויף פארוואס דער פראבלעם עקזיסטירט אין די פירסט פלעיס.

אהרן » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:52 am

· #304174
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פארוואס ק/פ ארבעט נישט? ווייל זיי ווילן זאלסט עס דייקא איבערטייפן אזוי איז זיכער אז עס איז מוגה.
און די סיבה פארוואס זיי ווילן דאס דוקא ביים אימעיל אדרעס איז ווייל דאס איז דאך זייער וועג פון קאמיוניקירן מיט דיר, און אויב האבן זיי נישט קיין ריכטיגע אימעיל אדרעס פארלירן זיי קשר מיט דיר, משא"כ אויב דיין אדרעס איז נישט גוט קען דאס פארעכטען.

בד"וו פאר מענטשען וואס קענען גוט טייפן איז געווענליך גריגער צו איבערטייפן, ווי איידער אפירצוקראצען דעם מייזל און מאכן א ק/פ פראצעדאר.

אהרן » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:22 am

· #304185
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ביג בויס געשרייבעכץ בלשון העממים

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:25 pm

· #304658
לויט ווי איך פארשטיי, איז בעיקר די חוזק אויף די וואס טענה'ן אז די מדינה איז א פארזיכערט פלאץ און רופן כלל ישראל צו מאכן אן עלי' ווייל דארט זענען אידן פארזיכערט מיט א שטארקע מיליטער א.א.וו.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 10:25 pm

· #305520
פאפקארן איז בעצם גאזאלין. 10 פראצענט קארן און 90 פראצענט גאז.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 25, 2015 4:56 pm

· #306106
ערגעץ וואו אין דעם אשכול האט שוין געפילטע פיש ע"ה געשאלטן אויף דעם.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24