זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
וואס איז פשט אז די אידישע גראסעריס זענען מער טייער ווען מען ארדערט אנליין? די זעלבע איז מיט די געשעפטן וואס האבן נישט קיין store נאר זיי טוען דעליוועריס א שטייגער ווי Ringo און Kosher by Phone. עס מאכט נישט קיין טראפ סענס. זיי האבן אסאך א קלענערע overhead. עס איז אסאך ביליגער צו האבן א warehouse ווי א storefront. מען דארף נישט אינוועסטן אין די דיזיינער, שעלפס, דעקארעישאנס. אויך דארף מען ווייניגער ארבייטער אין די סטאר זעלבסט. אין די גאנצע וועלט איז ביליגער אנליין אדער ווען מען ארדערט אויפן טעלעפאן אדער פון א מאגעזין, אין די אידישע וועלט איז פונקט קאפויער. איך מיין אז איך גיי אויפמאכן א competition, זאלן זיי זיך לערנען.
.
דער געוואגטער יונגל: דיין תגובה איז מורא'דיג צום פינטל. א טייל פון די לשונות וואס דו ניצט וואלטן געקענט רואיג אריינגיין אין מאחורי. אבער דו זאגסט דברים כהווייתן...!
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מענטשן וואס ווערן באליידיגט אז איך ענטפער נישט אויף איעדע וואטסעפפ קליפ אדער זשאוק וואס זיי שיקען מיר.
שוטה! דו ביזט נישט דער ערשטע עס צי שיקען און איך קוק נישט אויף אלע קליפס! רוב קליפס ווערן אפילו נישט דאונלאודעד. אולי איך ארבייט נישט דעמאלסט און האב נישט וואס צו טיהן
עללעך טיהן א גענאדע און דיר ענטפערן. נישט אלעס וואס דו שיקסט דארף א ריספאנס.
@הוגה קענסט מיך איינשרייבן, איך בין דיין ערשטער קאסטומער.
ווען איך זאג פאר מיין פרוי אז כ'אב נישט קיין געלט, און פינעף מינוט שפעטער בעט זי נאכאמאהל..
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ווען איך פרעג איינעם א פשוטע פראגע און ער הייבט אהן צו פילאזאפירן, למשל כפרעג איינעם בוסטו א חסיד פון דעם און דעם רבי׳ן, ענטפערט ער כווייס נישט וואס מיינט אחסיד וכו׳ וכו׳, טו מיר א טובה כהאב דיר געפרעגט א פשוטע שאלה און דו ווייסט גאנץ גוט וואס איך מיין, ענטפער מיר א פשוטע תשובה.
ס'איז דא מענטשן וואס ווען דו פרעגסט זיי קענסט דעם אדער יענעם וועלן זיי ענטפערן וואס מיינט קענען יענעם סשטייט דאך אין פסוק והאדם ידע את חוה אשתו ותהר... אדער ווען דו פרעגסט יענעם וואו וואוינסטו וועט ער ענטפערן ווענדט זיך וואס מיינט וואוינען מיט יענע/ם...
זאג, וואס מיינט טאקע א חסיד?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
דאס וואס דו בוסט צו דער שמויגער דארט…נו, וואוזוי הייסט ער שוין דער משוגענער… אה, סענדערס.
סענדערס איז א ליטוואק ער האט געלערענט אין ליטווישע ישיבות, ער עסט נאר ׳ישן׳.
מיך רעהגט זייער אויף ווען איינער איז נישט צופרידען צו זיין א חסיד און ער ווערט א מתנגד, ער'ז אויך נישט צופרידען פון זיין א מתנגד ווערט ער א או. טי. די. ער'יז נאכאלץ נישט צופרידען ארבעט ער צו ווערען א נקיבה.. וואטס נעקסט?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
Kool manמיך רעהגט זייער אויף ווען איינער איז נישט צופרידען צו זיין א חסיד און ער ווערט א מתנגד, ער'ז אויך נישט צופרידען פון זיין א מתנגד ווערט ער א או. טי. די. ער'יז נאכאלץ נישט צופרידען ארבעט ער צו ווערען א נקיבה.. וואטס נעקסט?
נעבעך, א רחמנות, אבער פארוואס זיך רעגן אויף אים?
אין רעהג זיך נישט אויף איהם, כ'אב רחמנות אויף איהם, די קאפעל פון די אשכול איז זאכען וואס רעגען מיך אויף [נישט איהם]..
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
אין 📎 ImageUploadedByTapatalk1447442241.018921.jpgוועלכע אשכול באלאנגט דאס? אין די אויפרעגן? טרערן? שמייכל?
אבער אביגיל איז געווען א פרוי וואס האט געריטן ווי א מאן (עיין פסחים ג.) און ער איז (געווען?) א מאן וואס וויל רייטן ווי א פרוי.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ווען כוויל באשרייבען עפעס אויף ק״ש אבער היות כהאב שוין געזאגט איינער די געדאנק גיי איך נישט יעצט שרייבען אלץ חשש גילוי.
נו קענסטו דאך זיין דער יענער וואס האט געהערט פון דיר
ירא שמיםוועלכע אשכול באלאנגט דאס? אין די אויפרעגן? טרערן? שמייכל?
אפשר אין "לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט..."
ווייל די חיד"א שרייבט אין מדבר קדמות (מערכת א' אות נ"ג) אז
אביגיל איז געווען א רוח פין יעקב אבינו ע"ה וואס האט געדארפט א תיקון
וז"ל: כי שרשה זכר ולא נקיבה, עיי"ש ודו"ק
📎 מדבר קדמות.pdf
Kool manמיך רעהגט זייער אויף ווען איינער איז נישט צופרידען צו זיין א חסיד און ער ווערט א מתנגד, ער'ז אויך נישט צופרידען פון זיין א מתנגד ווערט ער א או. טי. די. ער'יז נאכאלץ נישט צופרידען ארבעט ער צו ווערען א נקיבה.. וואטס נעקסט?
ווערט ער צוריק א זכר. ס'דא היינט דאקטוירים אויף אלעם...! מ'וועט נאך ארויסקמען מיט א דו-איט-יורסעלף אפערעישן, וואו א יעדער איינער פון די אופגעקלערטע און סאפיסטיקירטע איינוואוינערס פון גרעניטש ווילידזש וועט זיך אליינס קענען ארויפלייגן און אראפנעמען אינטערטשעינדזשעבל פארטס כרצונו וכאוות נפשו הטמאה...!
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
berlbalagulehKool manמיך רעהגט זייער אויף ווען איינער איז נישט צופרידען צו זיין א חסיד און ער ווערט א מתנגד, ער'ז אויך נישט צופרידען פון זיין א מתנגד ווערט ער א או. טי. די. ער'יז נאכאלץ נישט צופרידען ארבעט ער צו ווערען א נקיבה.. וואטס נעקסט?
ווערט ער צוריק א זכר. ס'דא היינט דאקטוירים אויף אלעם...! מ'וועט נאך ארויסקמען מיט א דו-איט-יורסעלף אפערעישן, וואו א יעדער איינער פון די אופגעקלערטע און סאפיסטיקירטע איינוואוינערס פון גרעניטש ווילידזש וועט זיך אליינס קענען ארויפלייגן און אראפנעמען אינטערטשעינדזשעבל פארטס כרצונו וכאוות נפשו הטמאה...!
He would of done it but he won't have the "balls" to do it.
דער איד אין סמעדרעש וואס האט זיך דערקלערט אלס מיין "חבר", און יעדן טאג ווען ער טרעפט מיר פרעגט ער מיר, הע, ס'נייעס? און ער גיבט מיר א געזונטן קלאפ אויפן רוקן אז ס'גייט א רויעך, ס'טייטש, א קלאפ פון א גוטן פריינד...
היינט זאגט מיר מיין שכן אין מקוה אז ס'קוקט אויס מיין רוקן איז געשוואלן, ואני אנה אני בא.
ווי נעמט מען א נחום וואס נעמט קעהר פון עדאלט עביוז?
עס רעגט מיר "נישט" אויף, אבער אינטערעסאנט ווי מענטשן וועלן אלעמאל טרעפן אויף וואס זיך צו רעגן.....
פארוואס האבן מענטשן אזא שוואכקייט אז ווען איינער הייסט זיי עפעס טוהן וועלן זיי דווקא ארויסגיין פון וועג אבי נישט צו טאן וואס יענער האט געזאגט, אפילו יענער זאגט א נארמאלע זאך וואס דו האסט טאקע געפלאנט אזוי צו טוהן, אבער וויבאלד יענער האט עס געזאגט, פארטיג, קענסטו זיך שוין נישט ברענגען צו טוהן גענוי אזוי, וועסט טוהן פריער, שפעטער, נעכטן, מארגן, קיינמאל, אבי נישט וויזוי יענער האט דיר געצה'ט, געבעטן, געהייסן, וכו'
וואס איז, ווייל יענער וועט איין רגע פילן, אה, ער האט מיך געפאלגט, איז עס יהרג ועל יעבור בשום אופן על איך נישט טוהן וויזוי יענער האט געצה'ט.. זאל מיר קאסטן אומבאקוועמליכקייטן, ארויס גיין פון וועג, פארשלעפן, איבערלאזן, אוועקווארפן, וכו' אבי יענער זאל נישט חלילה פאר איין רגע טראכטן ער איז מיין עצה געבער...
א קרענק וואס אסאך מענטשן ליידן דערויף... ואנכי אתם בצרה...
ס'ווערט געברענגט פונ'ם רבי פון לובלין אז נישט געבעטענע עצות קומען פון די ס"מ. אפשר וועגען דעם פאלגט מען נישט.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
אויב ברויך איך א רעקל מוז איך אויך קויפן א הויזן. אקעי, החרשתי. איך גיי דאך מילא אין לאנגע הויזן בששת ימי המעשה, זאל שוין זיין פון זעלבער סחורה און דעזיין. אבער א וועסטל? וואט דע העק! ווער גייט נאך מיט וועסטלען היינט? משוגע? איך ברויך עפעס פענס? א טאשן זייגער אפשר? א לוח גאר? א וועג פון רייסן געלט ביים שוין-אזוי-אויך אויסגעריסענעם ציבור. דער קאמפיין קעגן דעם וועסטל הייבט זיך יעצט אן, טאקע דא אין שטיבל. מי לה' אלי! #דראפ_דע_וועסטל
Sent from my LG-H811 using Tapatalk
יואבאויב ברויך איך א רעקל מוז איך אויך קויפן א הויזן. אקעי, החרשתי. איך גיי דאך מילא אין לאנגע הויזן בששת ימי המעשה, זאל שוין זיין פון זעלבער סחורה און דעזיין. אבער א וועסטל? וואט דע העק! ווער גייט נאך מיט וועסטלען היינט? משוגע? איך ברויך עפעס פענס? א טאשן זייגער אפשר? א לוח גאר? א וועג פון רייסן געלט ביים שוין-אזוי-אויך אויסגעריסענעם ציבור. דער קאמפיין קעגן דעם וועסטל הייבט זיך יעצט אן, טאקע דא אין שטיבל. מי לה' אלי! #דראפ_דע_וועסטל
Sent from my LG-H811 using Tapatalk
יואב: און וואו וועסטו האלטן דעם כשר'ן, געפילטערטן גדר/משומר סמארטפאון...?!
דער וועסטל איז א גדר/משומר אז דער ציצית זאל נישט שמוציג ווערן.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
כבין אריין אין בעט ס״ה צוויי שעה צירוק, קום אנגעשלאפן אין דא קומט די רישעתדיגע מאסקיטא, ער זעהט ווי שטילע שלאפט ער גייט יעצט האקן מלווה מלכה, ער גייט פיהרן א חנוכה פארטיי,
עיהם איז אבער נישט גענוג איינמאל ער דארף שטעכן אזא צען מאל, גייט ארויפ אויפן גאנצע קערפער אין ארבייט אריין אן אויפהער.
ימ״ש די שטיקעל שיט, רשע מרושע גיי ארויס פון דא
כ'פארשטיי דיין פיין. אבער טראכט אריין די מאסקיטא בייסט טאקע און מאכט אונז אומבאקוועם, אבער ער הארג'עט אונז נישט. לעומת זה טראכט וואס אונז מענטשען טוען צי טשיקענס קיען טונא פיש און אלע אנדערע בעלי חי, וואס אונז זענען שוין פון די קלוגסטע פון די בעלי חי מיט די העכסטע באוואוסטזיין און פארשטאנד צו פארשטיין consciousness and feelings 😞
איך זאג נאר זאלסט אריינטראכטן פאר דיר אליינס צו ס'איז למעשה גערעכט צו זיך מעגן אפרעדן אויב א מאסקיטא בייסט אמאל און באדערט אונז אביסלע, נאכדעם וואס אונז מענטשען זענען די גרעסטע רוצחים וואס הרג'ענען די מערסטע סיי פון אונזערע אייגענע ספישיס און סיי אלע אנדערע בעל חי וואס אונז פייניקן אין די מאסן פאר דעם מענטשליכע געברויכן און באקוועמליכקייטן...
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
די הומאנישע ׳ספישי׳ וואס שטאמט פון די מאנקי טאר טאקע נישט הרגענען קיין בעלי חיים אבער א מענטש מעג יא, פארשטנען?
סאו דו שבת אחים טארסט נישט און אונז מעגן יא, אז דו וואולסט קענסטו אריבערקומען צו מיר כוועל דיר געבן אגוט שטיקל בקר.
און דו טראכטסט פאר א מינוט אז שבת אחים כאפט נישט אריין א גוט שטיקל געבראטן סטעיק, מזמן לזמן. ער איז אויכעט נישט כולו רוחני...!
ער עסט מסתמא בלתי לה' לבדו. ולא להנאת גופו הקדוש והטהור... אבער ער האט פונקט אזוי שטארק ליעב א גוט שטיקל פאטעיטא קוגל און קישקע פאר ברעקפעסט ביי קידושא רבא. שבת אינדערפריה ווי א צווייטער...!
ירא שמים, וואו האט ער געשריבען אז מען טאר נישט הרגענען? ער האט סך הכל ארויסגעברענגט א אינטרעסאנטע נקודה פון א דיפערענט פערספעקטיוו, אונז מענטשן טוען מיט בעלי חיים וואס מיר ווילן פאר אונזער אייגענע וואוילזיין און אונטערעסען, נו קומט נישט פארן מאסקיטא אזויפיל רעכט?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
וכדומה..ירא שמים, וואו האט ער געשריבען אז מען טאר נישט הרגענען? ער האט סך הכל ארויסגעברענגט א אינטרעסאנטע נקודה פון א דיפערענט פערספעקטיוו, אונז מענטשן טוען מיט בעלי חיים וואס מיר ווילן פאר אונזער אייגענע וואוילזיין און אונטערעסען, נו קומט נישט פארן מאסקיטא אזויפיל רעכט?
דאס האב איך געזאגט… אז לשטותו אז דער מענטש איז ס״ה א ספישי פון א בעל חי וואס האט מיט זיינע ספעציעלע פעהיגקייטן איבערגענומען קאנטראל טוט ער טאקע א געפערליכע אומרעכט מיטן הרגענען זיינס גלייכן, אבער מיר וואס מיר גלייבן אז דער מענטש איז יצור כפיו של הקב״ה און איז באשאפן געווארן בצלם אלקים און אז די גאנצע בריאה איז באשאפן געווארן לצרכו טוט ער גאר א טובה פארן בעל חי ווען ער הרגעט עס. זייער פשוט.
berlbalagulehאון דו טראכטסט פאר א מינוט אז שבת אחים כאפט נישט אריין א גוט שטיקל געבראטן סטעיק, מזמן לזמן. ער איז אויכעט נישט כולו רוחני...!
ער עסט מסתמא בלתי לה' לבדו. ולא להנאת גופו הקדוש והטהור... אבער ער האט פונקט אזוי שטארק ליעב א גוט שטיקל פאטעיטא קוגל און קישקע פאר ברעקפעסט ביי קידושא רבא. שבת אינדערפריה ווי א צווייטער...!
ווער זאגט אז נישט? אוואדי האב איך ליב די עסן מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן אבער טראכטן דארף מען נאכאלץ, איך זאג נישט אז מ'זאל יא אדער נישט עסן קיין בעל חי, איך זאג אז מ'זאל
טראכטן!ווען איך וויל עפעס מגיב זיין, אבער דארף זיך האלטן צו מיין תענית הכתיבה, ניטאמאל דיסלייקן קען איך, די איינציגסטע זאך וואס איך קען טוען איז דרוקן דעם לייק קנעפל.
~דאס וואלט @אנאנים געשריבן ווען ער קען ווען (שש אויב די דיסעגריסט לאז אונז וויסן 😉 )~
באגראבן טיף אין די נארוואס באשטעטיגטע 'אמניבאס' ביל.
📎 IMG_20151216_122815.jpg
שטילע אינגערמאןכבין אריין אין בעט ס״ה צוויי שעה צירוק, קום אנגעשלאפן אין דא קומט די רישעתדיגע מאסקיטא, ער זעהט ווי שטילע שלאפט ער גייט יעצט האקן מלווה מלכה, ער גייט פיהרן א חנוכה פארטיי,
עיהם איז אבער נישט גענוג איינמאל ער דארף שטעכן אזא צען מאל, גייט ארויפ אויפן גאנצע קערפער אין ארבייט אריין אן אויפהער.
ימ״ש די שטיקעל שיט, רשע מרושע גיי ארויס פון דא
אים איז יא גענוג איין מאל, אבער אז די שטערסט אים וועט ער פרובירן וויפיל מאל ער קען ביז עס וועט אים געלונגען איין גוטע סעודה.
די עצה? לאז אים ענדיגן זיין סעודה, שטער אים נישט ביז ער ענדיגט דיר גוט אויסזויגן ביז זיין בייכל ווערט רויט און געשוואלן פון דיין בלוט, דאן וועט ער דיר צורוה לאזן, און דיין שלאף וועט זיין א זיסע.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
וואסי פשט אז איר קען קיין ערגעץ נישט טרעפן טשיז-דאוינאטס? דער נס איז עפעס געווען נאר אכט טעג? אויסער רויעל'ס לופטיגע קאמערציאלע סחורה מיט האלב-אפגעשיילטע ווייסע טשאקלאד אויפ'ן קאפ איז גארנישט דא אויפ'ן דאוינאט פראנט. למה יאמרו הגויים איה? בושה תכסה פני .
Sent from my LG-H811 using Tapatalk
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
Jerusalem - New Rules Require Israeli Medics To Treat Terrorists Before Victims If Injuries Are More Severe <a class="postlink" href="https://t.co/C0dZF3xmhy">https://t.co/C0dZF3xmhy</a>
וויפיל איז די שיעור פון שגעון?
יואבוואסי פשט אז איר קען קיין ערגעץ נישט טרעפן טשיז-דאוינאטס? דער נס איז עפעס געווען נאר אכט טעג? אויסער רויעל'ס לופטיגע קאמערציאלע סחורה מיט האלב-אפגעשיילטע ווייסע טשאקלאד אויפ'ן קאפ איז גארנישט דא אויפ'ן דאוינאט פראנט. למה יאמרו הגויים איה? בושה תכסה פני .
Sent from my LG-H811 using Tapatalk
יואב: ס'איז מיר א חידוש איום ונורא אז אן אפריקאנער-אמעריקאנער איד (ווי איהר זיינט) זאלל זוכן דאונאטס מיט ווייסע טשאקאלאד אן טאף. אדער טשיעז דאונאטס. ווייל עפעס א גוויסע סייענטיפישע שטודיע האט פעסט געשטעלט אז טונקל-הויטיגע און טונקל זעליגע מענטשן וועלכע שטאמען פון אפריקע, אדער הארלעם, האבן נישט זייער שטארק ליעב צו טרונקען מילעך. נישט ווייל ס'קומט פון א בהמה. נאר ווייל סהאט א ווייסע קאליר. איין זאך האבן זיי יא ליעב. ווייסע הינט. ספעציעל פיט-בוללס. אבער נישט קיין שווארצע. אזוי האט פעסטגעשטעלט דער גרויסער וויסנשאפטלער און צדיק, רון קובי...נאר זיין טענה איז אז פארוואס די ווייסע באפעלקערונג האט נאר ליעב צו אדאפטירן ווייסע כלבים און נישט קיין שווארצע. ער זעהט אין דעם א שטארקע דיסקרימינאציע און אונטערדריקונג פון די אזוי-אויך אונטערדריקטע שווארצע באפעלקערונג. אויף וועם די פארשאלטענע, מערדערישע פאליציי פון גאנץ אמעריקע האבן זיך פארלייגט. און שיסן זיי נעבעך אויס אין די מאסן. אויף אלע אמעריקאנער גאסן. כ'האב געזעהן ערגעץ (כ'געדענק נישט וואו) א פלאקאט אונטערגעשריבן דורך דעם פרעזידענט אבאמא ירום הודו'ס גוטער פריינט דער חשוב'ער מיניסטער על שארפטאן, ימש"ו...! וואס טענה'ט די זעלבע זאך. און ער רופט אלע זיינע טונקל-הויטיגע קאלעגן (דו האסט גארנישט באקומען קיין שום הודעה...?!) זיך צוזאם צו קומען. להקהל ולעמוד על נפשם הטמאה. און אויסשרייען (און אפשר א ביסל ברעכן, שטעכן און שיסן אויכעט.) דעם געוואלדיגן צער און פחד וואס די שווארצע באפעלקערונג אין אמעריקע האט...!
אז
@יואב קומט נאר אריין אין שטיבל אונז לאזן וויסן וואס עס רעגט אים אויף!
ווי פלעגט די רבי זאגן, מיר ווילן מעוקצך ומדובשך
בערל, שוין געמאכט אן אשר יצר?
מסתם זאגט ער אשר יצר נאר פאר'ן דאווענען
שמעקעדיגבערל, שוין געמאכט אן אשר יצר?
שמעקעדיג: פרעגט תוס' א קשיא...מה ענין תגובה אצל אשר יצר...?!איך בין אן אונגערישער. איך פארשטיי נישט קיין רמזים. פאר מיר דארף מען ארויסזאגן ברחל בתך ה'נא---ע. געפעלט דיר מיין תגובה .... יא אדער נישט. איך בין געזיצן אויף מיין געהעריגע כסא המלוכה און געשריבן פון מיין דעסקטאפ.
ווען איך זיץ דארט וואו אנדערע שרייבן, לייען איך וואס איך האב פארפעלט משלים צו זיין אין לעצטע וואכעדיגן מאמענט...!
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
איך וויל מיט האלטן די רעפובליקאנע דעבאטע, קימט א פרוי און נעמט זיך זינגען!
לית דין בר נשאז
@יואב קומט נאר אריין אין שטיבל אונז לאזן וויסן וואס עס רעגט אים אויף!
ווי פלעגט די רבי זאגן, מיר ווילן מעוקצך ומדובשך
בל"נ, עפעס אפשרייבן. נעקסטע וואך
פארוואס קומען מלמדים ארויף אויף קול מבשר - דעת הקהל און בעטן זיך ווי שנארערס פאר חנוכה טיפס... זיי מאכן בזיונות פאר אונז עלטערן, זיי זענען אונזערע שליחים.
לאמיר דא אויסשרייען הויך, מלמדים באקומען נישט באצאלט וואס קומט זיך זיי, און עס איז א בושה צו זעהן די חברה זיך בעטן ווי שנארערס.
איך האב א חבר א מושלם במעלות, וואס איז א אויסערגעווענליכע מלמד, היינט איז ער א ריל עסטעיט בראקער, און לערנט אין א כולל. סיבה: מען באצאלט גארנישט און מען באקומט עס שפעט, ועל כולם פארלאנגט מען פון זיי עבודת פרך.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
און ס'איז דא מוסדות וואס צאלן יא איעדע וואך און זיי זענען נאך עלידזיבעל פאר אלע פראגרעם'ס . גענוג און נאך מלמדים וואס דערשלאגן זיך צי א גרויסע דירה און 'אסאך קויפן אפילו א הויז.
איך מאך נישט אוועק זייער ארבעט אבער פליז ... די אמאליגע צייטן פון צאלן מיט פוד סטעמפס האט שוין לאנג גענדיגט. סוף וואך שטייען זיי פיינעציעל בעסער ווי אסאך בלו קאללער ארבייטער וואס פארדינן אויף די ביכער צווישען $1000 - $1500.
נאר מעורר צו זיין. טאמער מ'וואלט באצאלט מלמדים $120000 א יאר, לכאורה האלט'ן א סאך אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך, ניין?
לדעתי קען ארויס קומען א געפערליכע זאך דערפון. היינט צו טאג'ס, ווער ווערט א מלמד? עפ"י רוב איז עס איינער וואס האט א חשיבות פאר די סארט ארבעט, ער האט א שטיקל לש"ש אין זיך. יא די מנהלים און די וואס פיהרען די מוסדות זענען דאך...., אבער מלמדים זענען אפט גאנץ ערליך. שטעל זיך פאר מ'קען מאכען געלט פון אזא ארבעט, רעביש'ע קינדער און טיכטיגע ליידיגייער'ס וואלטען געשטראמט אין די מאס'ן און מיט זייער כח וואלט'ן זיי לייכט אוועק געשטופט דער לש"ש'ניק. אזוי איז געווארען ביי ראש ישיבות, ווען מ'האט געזען מ'קען זיין א מענטש צווישען מענטשען, באקומען פיין געלט און כבוד פון די שטעלע, זענען מיר שוין פטור געוארען פון אלע לש"ש'ניק'ס און געבליבען מיט וואס מ'קראצט ארויס פון אונטער די פאס. וכן הוא ביי מנהלים, אדמו"רים ועוד.
לאמיר נישט איבערחזר'ן די אלטע גרייזען. מ'קען גרינדען נייע.
ליטוואק פון בודאפעסטנאר מעורר צו זיין. טאמער מ'וואלט באצאלט מלמדים $120000 א יאר, לכאורה האלט'ן א סאך אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך, ניין?
לדעתי קען ארויס קומען א געפערליכע זאך דערפון. היינט צו טאג'ס, ווער ווערט א מלמד? עפ"י רוב איז עס איינער וואס האט א חשיבות פאר די סארט ארבעט, ער האט א שטיקל לש"ש אין זיך. יא די מנהלים און די וואס פיהרען די מוסדות זענען דאך...., אבער מלמדים זענען אפט גאנץ ערליך. שטעל זיך פאר מ'קען מאכען געלט פון אזא ארבעט, רעביש'ע קינדער און טיכטיגע ליידיגייער'ס וואלטען געשטראמט אין די מאס'ן און מיט זייער כח וואלט'ן זיי לייכט אוועק געשטופט דער לש"ש'ניק. אזוי איז געווארען ביי ראש ישיבות, ווען מ'האט געזען מ'קען זיין א מענטש צווישען מענטשען, באקומען פיין געלט און כבוד פון די שטעלע, זענען מיר שוין פטור געוארען פון אלע לש"ש'ניק'ס און געבליבען מיט וואס מ'קראצט ארויס פון אונטער די פאס. וכן הוא ביי מנהלים, אדמו"רים ועוד.
לאמיר נישט איבערחזר'ן די אלטע גרייזען. מ'קען גרינדען נייע.
ווער רעדט פון 120000 א יאר??? אויב גיבט מען נישט 120 אלפים, דארף מען זיי צאלן ערגער ווי א קלינינג גוי? ווי למשל 30 אלפים א יאר!!! רבוש"ע..
איך מוז זיך חולק זיין אויף דיינע ווערטער!..
קודם שטעלסטו א כלל: א יעדע 'לא לנו' איז א ירא שמים און א לש"שניק, און א יעדע חברהמאן איז א אויסווארף... ווייל פרעג זיך גוט נאך ווער שיקט אריין רעזומעי'ס צו די מלמדים זוכענדע עדס.
נאך ווען דיין "פאקט" ווערט אראפ געשטעלט, לדעתך דארף מען מאנעווירן (manuver) אז די לא לנו'ס זאלן ווערן מלמדים, נו? וואס טועט מען? אנשטאט דער מנהל זאל ארויס זוכן אלע לא לנו'ס/יראי שמים, און זיי הייערן, וועט מען מאכן די ארבעט א שמוציגע סארט ארבעט, וואס צאלט ווייניג, אלעס כדי די חברה לייט זאלן אוועק שטיין, איי דער מלמד ארבעט ווי א חמור, איי דיין זון ליידט פון א שוואכע חינוך,
איי דיינע לש"שניקעס קומען ארויף אויף קול מבשר און בעטן זיך פאר טיפס נעבעך.
א קליין שאלה צו דיר: דו ווייסט אז די אמעריקאנע און ליטווישע מוסדות צאלן יא לייטיש! מיט גרויסע באנוסעס! לויט דיר זענען די מלמדים פון די ליטווישע ת"תים "רעביש'ע קינדער און טיכטיגע ליידיגייער'ס" ?
און צו אלע וואס טענה'ן אז די מלמדים האבן פראגראמען, גיב אים 1200 א וואך אויף די בוקס, וועסטו זעהן אז אלע העלן אראפ לויפן פון די פראגראמען.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
איך האב נישט געוואוסט אז ס'הערשט אזא גרויסע אונטערשייד צווישען אונזער געמיינדע'ס. די מלמדים ביי אונז ווערען נישט באצאלט גענוג אז די קאטלער'ס און שוסטאל'ס לויפען צו ווערען מלמדים.
דאס אז מנהלים זענען יענער חברה דארפסטו מיר נישט זאגען. על בשרי האב איך עס טועם געווען. אבער זיי האבען נישט קיין סבה צו נעמען ערליכע מלמדים. נאר ווייל זיי ווילען ענדעריש לא לנו'ס און ווייל זיי ווילען נישט באצאלען. אבער ווען די דזשוליקע'ס וועלען שמעקען אז מ'קען דא עפעס מאכען, וועלען זיי שוין מסדר זיין די מנהלים. די מנהלים האבען נישט די מאכט פון די קאטלער'ס. אויך ווייסען די קאטלער'ס אז מ'דארף פטור ווערען פון אפאר אייניקלאך איידער ס'ווערט א פראבלעם. זיי קענען מסדר זיין די מנהלים גאנץ לייכט ווען זיי ווילען.