זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
עס רעגט מיר אויף אז נישט גענוג וואס עס איז נישט געזונט זיך צו רעגן, מאכט מען נאך אן אפיציעלע אשכול פאר דעם.
עס קומט מיר אויס אזוי קאמיש ווי ווען מען מאכט א דעזיגנירטע ארט צו רייכערן.
ווען א מענטש רעגט זיך איז זייער געזונט, זיך אויסצורעדן פאר א חבר
דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים
זייגער
עס קומט מיר אויס אזוי קאמיש ווי ווען מען מאכט א דעזיגנירטע ארט צו רייכערן.
א געזונטע זאך דארף נישט קיין דעזיגנירטע ארט, ווייל מען קען עס טוהן אין פאבליק
דייקא א זאך וואס ס'איז נישט געזונט, און מען וויל נישט די עולם זאל קעטשען, מוז מען האבן א דעזיגנירטע פלאץ
און דעריבער מאכן מען טאקע ספעציעלע דעזיגנירטע פלעצער צו רויכענען, כדי מען זאל נישט רויכענען אין פאבליק
@יואב. דא האסטו א לייף לעסאן וויזוי צו נוצן די קליינע קישעלע קעטשאפ.
ווי טעירע דארט חאכמע. אבער בייסן די עק דארף ער נאך אלץ...
אז מען רייסט שטייט אויף די בעג פון אויבן ביי די ׳זיג זעג׳ שפריצט עס נישט און רייסט זיך שיין שיף אויף.
זייגערעס רעגט מיר אויף אז נישט גענוג וואס עס איז נישט געזונט זיך צו רעגן, מאכט מען נאך אן אפיציעלע אשכול פאר דעם.
עס קומט מיר אויס אזוי קאמיש ווי ווען מען מאכט א דעזיגנירטע ארט צו רייכערן.
וואס האסטו געוואלט מ'זאל זיך איבעראל רעגן? בעסער אז ס'איז נאר אין א דעזיגנירט ארט.
וה''ה לגבי רייכערן.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
יין שרף@יואב. דא האסטו א לייף לעסאן וויזוי צו נוצן די קליינע קישעלע קעטשאפ.
איך זעה נישט די עירבעג און נישט די שיפטער.
שטילע אינגערמאןשומו שמים, געקויפט א טונא סענדוויטש, א בייגעל מיט טונא, נישט אפי קיין פיקעלס, כקום צו צאלן זאגט ער מיר מיט א גלאטע פנים ״פינף דולר פלאס טעקס״, אויס געקומען א חשבון פון 5.45
לייגט ער אריין גאלד אונעם טונא?
200 פראצענט מארק אפ, ווער וויל גיין שותפות אויף א ברעקפעסט געשעפט??
עס איז א 500 פראצענט מארק-אפ. א ראול מיט א פיצקעלע טונה סאלאט מיט פיקעלס מיט די פלעסטיק קאסט נישט פאר די פירמע מער ווי 70 צענט. פארדעם קויפט מען טונא סענדוויטשעס ביי באראון אויף דרייצענטע עוועניו. ער איז דער איינציגסטע וואס בעט א נארמאלע פרייז.
.
באראון אויף דרייצענטע עוועניו? ווי אויף 13?
דאכציך מיר אז ער איז צווישן 48-49, נענטער צו פערצענטע עוועניו, ער רופט זיך Hot Bagles.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
רויטע וואנצעסבאראון אויף דרייצענטע עוועניו? ווי אויף 13?
כ'פארשטיי בוזט געוועהן הונגעריג שפעט ביינאכט אבער אויף אזוי ווייט אז ס'רעגט דיר ממש אויף?
אין די לעצטערע עטליכע יארן האבן זיך צווישן אלע אנדערע מאסיווע אפגרעיט'ס אין די אידישע וועלט (צווישן זיי שטייטסעך שטייט בראש די עקסלוסיוו שטריימל סענטער אפגרעיט ענד קא.) האט זיך אריינקווארטירט אין די שעלווס פון די אידישע געשעפטן א נייע סארט געדאנק פון יאגורט, נעמליך אלטע סחורה מיט א נייע מארקעטינג נאמען, "גריעק".
די היימישע מארקעטינג וועלט האט געדינט אלץ עדות צו א אויפרייסערישע ווילדע קאמפיין מיט א נייע קנייטש נישט געזען בעפאר. פילצאליגע בולעטינען און קאלירפולע איבערצייגונגען האבן זיך געווארפן אין די היימישע דזשורנאלן און אויסגאבעס מיט אנאליזן פארוואס די קיען פון גריכנלאנד העלפן בדוק ומנוסה פאר שלשול און וויאזוי די ספעציעלע אימפארטירטע יאגורט ברענגט א נייע אויפשיין צום וועלטס ערד קוגל מיט אומגלויבליכע היילונגען פאר יעדער סארט מיחוש פון אסענטרייטיס ביז באסענטרייטיס, פארשטייט זיך ריזיגע דאקטוירים האבן מיטגעשטימט דערצו און עס אנגעהויבן רעקאמענדירן.
די מעכטיגע פי. אר. סטראטעגיסטן האבן צוגעזאגט עשירות מיט גליק פאר ווער עס זאגט ארויס די ווארט גריעק און אפגערעדט ווער עס וועט נאר קומען און בארירונג דערצו וואס אויף דעם איז שוין געשטאנען מיינעך גן עדן ממש.
חדשים וואס מען האט אויסדריקלעך געקארמעט פארן ציבור אז גריעק יאגורט איז די נייע עסן אויף וואס יעדער האט געווארט און מען קען עס עסן פאר אלע דריי טאג-מאלצייטן אהן קווענקלענישן די גריעק אימפעריע האט זיך אנגעהויבן אויסברייטערן אויף א ריזן פארנעם אזש ווי א לאווא אויפרייס האבן א פרישע צאל גריעק שפייזן אנגעהויבן הויערן אין מיין געשעפט אנגעהויבן פון אייזקריעם און געענדיגט ביי נאך פולע סנעקס ממינים שונים וואס אויף אלע פון זיי שטאלצירט די פלאטערנדע גריעק פענדל.
היינט פארמיטאג האב איך צו א היסטארישן מינוט גענימען א פעקעלע יאגורט, זי האט געשריגן מיט גרויס גאוה.
מיט א ציטער אין די פינגער האב איך איידל אראפגעשלעפט איהר דעקל שוועבנדיג אין די ספערן מיט די געפיל פון א ריכטיגע גשמיות'דיגע מינוט אהן קיין איבריגע יצר הרע וואס זאל מיך קריכן אויף די נערוון און שטערן פון מיין ערשטע מאל גריעק מאלצייט.
איך האב געמאכט א לשם יחוד אריינשטעקנדיג דעם לעפל אינעם יאגורט קאנע, מיינע קישקעס האבן זיך אנגעהויבן דרייען פון התרגשות.
איך נעם אריין דעם ערשטן לעפל ווי זי זאל ווען זיין א שמעק טאביק שטאט און באזארגט אויף יעדן טראפ פארמאכנדיג די אויגן אפלעקנדיג די נאטור פון די גריכישע אוצרות וועלכע גייט מיך געבן כח און ווייטאמינען, מינעראלן און א זיסע נארהאפטיגע טריעט.
איך נעם אריין דעם לעפל ווען איך שפור א אומהיימליכע דאזע פון געדעכטע שטויב אהן א טעם איך האב געשפורט ווי א טאבלעט זאל זיך מיר עפענען אין מויל און פארשפרייטן אן אומאנגענעמע ... ווי זאלעכעס אנרופן.. אקופירט מיר די בני מעיים.
איך האב שנעל אנגעפילט א גלעזל שפרענג וואסער און איהר אריינגעיאוועט אין מויל מיט כעס.
איך האב פשוט נישט געקענט מיט אזויפיל עקספעקטאציעס ערלויבן אז דאס דאזיגע פארשטויסענע בונדל זאפט זאל זיין קרובים מיט דעם געלונגענעם קאמפיין וועלכע האט מיך ברעינוואשט פאר לאנגע וואכן.
איך האב נאכאמאל אריינגעאטעמט און עוד הפעם שטאטערהייט פרובירט ליב צו האבן דעם גריעק סענזאציע וועלכע האט אריינגעפלאפט ווען איך האב שיעור נישט אנגעהויבן ברעכן פון דעם גאנצן געשעעניש.
איך האב אריינגעשליידערט דעם גאנצן איבריגן קעסטל אינעם מיסט קאסטן און אפגעווישט די טיש מיטן אנאנס איבער גריעק טשיז קעיק וועלכע איז צופעליג געליגן אויפגעמישט פארנט פון מיינע אויגן.
פרעג מיר נישטאמאל וואס איך וויל דא ארויסברענגען ווייל איך ווייס אויך נישט איך האב נאר פשוט געשוימט פון כעס אויף דעם קאמפיין וועלכע האט מיר געמאכט דעם טאג אנהויב מיט א לינקע פיס.
ווען א יונגערמאן לאזט איבער אויפ'ן טיש א האלבע קאצקע ציקער געווייקט אין קאווע
ווען איך טרעף אויסגעבלאזענע טישאס אויפ'ן טיש אין ביהמ"ד
ווען איך עפען א גמרא און ס'דא אפאר הארעלעך פון איינעמס בארד
יאגורט אחד יחטא ועל כל הגריעק תקצוף?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
בעל מדות
איך האב אריינגעשליידערט דעם גאנצן איבריגן קעסטל אינעם מיסט קאסטן און אפגעווישט די טיש מיטן אנאנס איבער גריעק טשיז קעיק וועלכע איז צופעליג געליגן אויפגעמישט פארנט פון מיינע אויגן.
ובכהאי גוונא פלעגט זיך די רבי אויסצוקוועטשן יבוא אמו ותקנח צואת בנה
די מאדנע פאל פון דר. ניק און מר. נודניק(ס)....
📎 1430334181066~01~01~01.jpg
דו ביזט פטור פון דאווענען מיטן עולם. גיי דאווענען שפעטער ווען ס'איז שוין ליידיג, אדער אויב דו קענסט גאר גאר פרי. 😂
איך אויךיאגורט אחד יחטא ועל כל הגריעק תקצוף?
איך בין גראדע געווען דא אויפן הומאריסטישן זייט און נישט געזיכט צו אינטערברענגען קיינעם.
יעצט האט מיר אויפגערעגט דאס אז איך האב אפגעפאטשקעט די צייט מיט האקן אויף גריעק ווען איך האב אנערקענט אז איך האב גענימען די עקסטער לייט דייעט יאגורט פאר מענטשן וועלכע האבן דייעביטיס און שווארצע לונגען...
גיי ווייס פארוואס עס ליגט אין מיין פרידזש.
אז עס ליגט נאך אפען זייט דו האסט עס געעפנט נאו וואנדער עס טעיסט אזוי..
רעדנדיג פון גריכישע יאגורט און 'לייט', גראדע רעגט מיר אויף די גאנצע געדאנק פון לייט גריכישע יאגורט.
ווער עס איז באקאנט מיט די גדולה פון גריכישע יאגורט (וואס ווערט געמאכט אין ניו יארק סטעיט, און האט גארנישט מיט גריכנלאנד) ווייסט אז דאס גאנצע אויפטו דערמיט איז אז מען זייעט עס אפ סאך לענגער פון די whey און די יאגורט איז דעריבער סאך געדעכטער, בערך ווי קאסטערד (און וועגן דעם קאסט עס אזוי פיל מער ווייל פון יעדן גאלאן מילך קען מען מאכן פון א דריטל ביז א האלב ווייניגער ווי געהעריגע יאגורט). גייען די חכמים און מאכן עס 'לייט', מען לייגט צוריק די ווהעי אדער סתם וואסער, און מען האט 'לייט גריק יאוגערט', מען לייגט עס אריין אין א שיינע פלאכע טעלערל און מען בעט דריי מאל די פרייז פון געווענליכע יאגורט.
אז פון מיינע איבער פיר הונדערט תגובות דא אין שטיבל, איז די תגובה מיט די מערסטע לייקס, מיין נארישסטע און קורצסטע
תגובה.
ווען איך זעה יונגע קאפעלס אינדערפרי און די מאן באגלייט זיין ווייב צו די ארבעט בעת ער טראגט זיין טלית און תפילין.
ווי נעמט מען אביסעלע שכל
שמעון וואלףווען איך זעה יונגע קאפעלס אינדערפרי און די מאן באגלייט זיין ווייב צו די ארבעט בעת ער טראגט זיין טלית און תפילין.
ווי נעמט מען אביסעלע שכל
וועלכע חלק רעגט דיר אויף?
נאך מער ווי אלעם רעגט מיר אז די פארשטייסט נישט וואס איז ראונג דא
שמעון וואלףנאך מער ווי אלעם רעגט מיר אז די פארשטייסט נישט וואס איז ראונג דא
וואס באדערט דיר אז זיי לעבן א נארמאלע לעבן?
זיי דארפן זיך באמת זארגן וואס די טראכסט?
אקעי, קוקט אויס די פארשטייסט טאקע נישט.
די ווייבל יאגט זיך אויס די נשמה און לויפט ניין אזייגער צו די ארבעט, ווי זי ברענגט אהיים די פאר דאללער וואס דעקט קוים די רענט, בעת דער יונגערמאן פאפט אוועק און טאנצט ארויס פון בעט צו כאפן סוף זמן ק"ש, מיט די פאזשאמעס. די פרוי האט זיך שוין אנגעטון, געמאכט די פנים, (ביידע אן עבודה רבא, כידוע ליודעי חן) און געגעסן פרישטאג, און דער יונגערמאן האט בסה"כ געליינט קרי"ש און געטרינקן א קאווע.
וואס דארף אזא פרוי טראכטן? וויפול רעספעקט קען זי שוין האבן פאר אים?
דאס איז דאך איינע פון די "מעלות" פון גיין אין כולל...
(ואי תימא, זי קען אים רעספעקטירן אלס בן תורה וואס זיצט און "הארעוועט" א גאנצן טאג...)
דער ווייבל האט דאס אויסגעוועלט.
מיינסט צו זאגן, אירע עלטערן.
[ציטאט אראפגענומען]
הוי דן את כל האדם לכף זכות. דער אמת איז אז בעצם שושקענען זיי אויף קרוז. ס'אייביג דא איין צוויי שמועסערס, הגם זיי רעדן אזוי שטיל אז זיי אליין האבן שוועריקייטן צו הערן. ווען דער באנק פאלט אראפ האבן זיי מורא – און מיט רעכט – אז דאס גערויש פונעם קראך וועט איבערשרייען זייערע שושקעראציעס, מילא גייען זיי אריין אין אן אגרעסיע און שושקענען אזש די טעלעפאנען קענען ארויסטאנצן פון די קעשענעס פאר פחד.
שמעון וואלףווען איך זעה יונגע קאפעלס אינדערפרי און די מאן באגלייט זיין ווייב צו די ארבעט בעת ער טראגט זיין טלית און תפילין.
ווי נעמט מען אביסעלע שכל
לדעתי, אויב ער באגלייט איר, איז עס נאך גאנץ גוט. אבער הא גופא רעגט מיך אויף, פארן דאווענען באגלייטן א ווייב ? ר"ל!
און אז איך רעג מיך יא, איז וואס?
ר' שש געב נישט אויף אזוי שנעל. פאסט נישט פאר דיר...
ווער זאגט אז ער באגלייט איר פארן דאווענען, אפשר האלט ער שוין נאכן דאווענען, פאר די ר"ת תפילין און ער גייט נאכדעם אין כולל?
#הוידןאתכלהאדםלכףזכות
און ווער זאגט אז ער לערנט בכלל אין כולל?
#הוידןאתכלהאדםלכףזכות
און װער זאגט ער דאװענט בכלל?
#הוידןאתכלהאדםלכףזכות
בן אדםשמעון וואלףווען איך זעה יונגע קאפעלס אינדערפרי און די מאן באגלייט זיין ווייב צו די ארבעט בעת ער טראגט זיין טלית און תפילין.
ווי נעמט מען אביסעלע שכל
לדעתי, אויב ער באגלייט איר, איז עס נאך גאנץ גוט. אבער הא גופא רעגט מיך אויף, פארן דאווענען באגלייטן א ווייב ? ר"ל!
און מיך רעגט אויף צו זעהן אז בשעת זיין ווייב גייט שוין צו די ארבעט שפאצירט ער זיך נאך אין שול צו שחרית. נאר קודם קומט הכנות, מיט'ן כשר'ן סעלפאון. נאכדעם די מקוה. א קאווע.. א ביסל קהלצ'ן. און נאכדעים שחרית. ויהי ערב ויהי בוקר יום שני...!
מאכט זיך אפטמאל, ווען מען איז אינטערוועגנס אדער אין אנדערע מצבים וועלכע עס קימט אויס צו שלאפן אין געגנווארט פון א אנדערע פערזאן וועלכע איז געשלאגן געווארן מיט שנאכערצן וועלכע איז שרעקליך שטעכעדיג און צום ביישפיל יעצט 4:54 אזייגער פארטאגס האלט עס מיר אויף פון פארמאכן די אויגן פאר קיין שום איד געוואונטשן.
מיין וועקער זייגער גייט מיר אנהויבן ווילדעווען אין א שעה ארום, און דא בין איך נאך אויף, איך הייב אהן אריינפאלן אין א ווילדע היסטעריע
די אומפארשטענדליכע טראקטאר גרילצענדע גערוישן וועלכע קימען פון צווישן די נאזלעכער פון דעם באשעפעניש הערט זיך ווי איך זאל ווען זיצן אין א מאטאר פון א עראפלאן און שאקלען מיט די פיס.
איך האב זיך געלייגט אין געלעגער אין זעלבן צייט ווי מיין שכן און איך האב נישט אינאכט גענימען אז אין זעלבן צייט וואס איך בין פארטוהן מיט שייש מאשזאר'נס נסיעה קיין ארץ ישראל פארגייט מיר מיין שכן אין א טיעפע שלאף.
אין וויסטן חלום האב איך נישט געטראכט אז דער גייט מיר נאך באדראען מיין שלאף דעם נאכט און מיטאמאל האט ער אנגעהויבן לאזן הערן אזא מעטאלענע קלאנג פון צווישן די נאזלעכער אז ממש עס זעהט אויס ווי דער איז קאנעקטירט צו א ספיקער.
איך האב פרובירט טראכטן ווי איך ליג ביים בארטן אין מיאמי אבער דאן האט זיך געהערט א שטארקע דינער און יעדער איז אנטלאפן...אפילו זיך פארשטעלן ווי איך זיץ ביי א קאנסערט האט נישט געארבעט ווייל די מייקראפאונען הערן נישט אויף גרידזשענען...
איך ליג דא אין בעט הונטער צוויי דאכענעס, די נויזמאשין ווערט שוין הייזעריג פון איבערשרייען דעם נערוון קראנקע שנארעכץ, ביידע סינקס אין קאך לאזן פאמעליך וואסער אויף שטאלענע כלים און די עירפאונס ליגן מיר שוין אזוי טיעף אז איך הער זיי שמועסן מיט מיין מח.
וועם קען איך סוען דא? העעלללאאאוווו? גייט נעמט די נויטיגע ווייל אייער ווייב וועט דאס נישט אויסהאלטן כ'קען שוין קוים קאנצענטרירן וואס צו שרייבן דא ווייל דער יעניגער בוזשעוועט מיט מאכטפולע קולות אינטערסאנט וויזוי ער וועקט זיך נישט אליינס אויף דערפון חרררררר....כככככככ....עוד הפעם און ווידעראמאל פאר די העוון פריקן דעמען סעיק פאראפארשווארצט העל יאר קענט איר אויפהערן צו כראפערצן דא אין מיין לייב אריין כ'פארליר שוין דעם אויער פויקל באלד.
איך מיין איר זאלט פארן קיין קריימיע און פראטעסטירן דארט, אוקראינע וועט האבן א מעגליכקייט.
עניוועיס כ'גיי אים אריינגיסן וואסער אין די נאז.
מעמער רעדן מארגן.
כ'מיין איך גיי דיך דינגן די נעקסטע מאל איך האב דעם פראבלעם.
צרת רבים חצי נחמה..
טאקע פאר דעם לוינט זיך נישט צו זיין קיין
@בעל מדותאלץ ליידן זיי נעבעך די מערסטע.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
אויב איך מעג פרעגן @בעל מדות ווי דו ביזט געשלאפן די נאכט?
א אידאויב איך מעג פרעגן @בעל מדות ווי דו ביזט געשלאפן די נאכט?
נעבן
@א אידRe: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נעקסט טיים גיס נישט אריין וואסער אין די נאז, ווייל איך האב א סיינוס אינפעקשאן, וועק מיר איידל אויף און זאג מיר אז די שנארכעצן שטערט דיר, צו מיר קענסטו רעדן אפן.
מיין ווייב
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ליטוואק פון בודאפעסטמיין ווייב
קענסט אפשר מאריך זיין אביסל מער? ס'סאונדט אינטערעסאנט.
בשעת די גאנצע וועלט קלויבט שוין די פירות פון גלאבאלע ווארמונג פלאגן מיר זיך אין ניו יארק מיט זעלטן קאלטע ווינטערס 😞
📎 Screenshot_2015-05-20-00-47-41~01.png
א גאסט? א לאסט!
...פארט אבער, אפילו קען זיין איך לייד אויף די נערוון, טוה מיר צוליב און הער אויף צו עסן אזוי ווייל ממש איך האלט עס נישט אויס!
אט איז א טייל פון א העפטיגע דעבאטע דעם יום טוב ווי איך האב געוויינט צו עמיצן ווי א גזלן ער זאל מיך אויפהערן שאפן "טשילס"
איינע פון די סעודות דעם יום טוב האב איך אפגעראכטן ביי א קרוב און ער האט דארט געהאט א גאסט וואס צו מיינע צרות האט דער נישט פארמאגט קיין ברעקעלע מענטשליכקייט און הלכות אכילה און איי פראמיס אז אויב שמועס איך אויס מיט דעטאלירטע פאקטן זיין גאנצע ווירטשאפט מבואו ועד צאתו גייט סיי ווער עס לייענט דעם ארטיקל האבן ערנסטע פראבלעמען ביים עסן איז איך וועל זיך צוריקהאלטן מיט רוב פרטים משום כבוד הבריות.
עס האט א געוויסע וועג וויאזוי מען עסט נאכדערצו נעבן מענטשן און צום ביישפיל קייען הויעך, אדער נעמען מיט די האנט פון א צענטראלע שיסל איז אומטאלערירבאר און איך אלץ מכניס אורח וואלט נישט גענימען נאכאמאל א מענטש וועלכע עסט ווי אין די אפריקאנע דזשונגלען.
איך שווייג געווענליך, און איך האב זיך נישט מער ווי געווינקען מיט די שכנים ביים סעודה וועלכע האבן נישט ווייניגער געעקלט פון דעם רעבתן וועלכע שלינגט אריין אין די בני מעיים גאנצע טישטעכער.
קימענדיג אבער צום סוף סעודה האב איך געשפורט אז איך קען זיך נישט מער דערקוטשען, מען האט סערווירט פארפרוירענע אייסעס און דער פארטיזאן האט גענימען דעם אייסעס און ווי זי זאל ווען זיין א הארט שטיקל פאטעטע טשיפ האט ער אנגעהויבן אראפבייסן שטיקל נאך שטיקל און מיט יאמערליכע גערידער האט ער איר צעקייעט...איינער פארשטייט מיין ווייטאג? איך האב געשפורט א קעלט לויפט דורך יעדע צעל אין מיין בלוט בבבררררר...
איינס נאכן צווייטן ביז צען שטיק! ביז איך האב אים פארגעהאלטן איידל און געבעטן ער זאל אויפהערן אזוי עסן, וועלכע האט נאר געברענגט פארפלאנטערונגען און נאך עגמת נפש.
ווען דער יעניגער האט ענדליך פארלאזט דעם הויז האט זיך מיין קרוב -דער מכניס אורח- אנגעריפן ...דאס לעצטע מאל דער קימט דא עסן.
עניוועיס הער שוין אויף שרייען וואלף ווייל באלד וועט מען שוין מיינען אז די מאכסט געשיכטעס....
כ׳האב ליב דיינע אויסדריקן און דיין רייכע שפראך אבער אפשר אלץ בעל מדות וואלסטו אים געדארפט שיינערהייט רופן אין א זייט און מסביר זיין אז לא זו דרך האכילה, אדער ס׳נישטא צו וועם צו רעדן?
אז כארבייט אריין אין א שיינע תגובה אין קומט א שמאק נייע ניק אין לייגט צו קרעפ העכער דעים כמה פעמים אין מיין תגובה ווערט בארגראבען