☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס

קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2442
בלאט: 1 2

הציץ ונפגע » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:34 pm

· #65237
קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
קעיט מידעלטאן, די דוכסע פון קעמברידזש, גייט געקליידעט אין טייערע קליידער פון די לעצטע מאדע. אבער זי פארמאגט אויך א קאנזערוואטיווע געשמאק אין קליידונג און אין קאָסמעטיק, און אין די חרדישע שטאט בני ברק טוט קעיט מידעלטאן אינספארירן מאדעס. ליינט און שטוינט.

outspoken » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 3:02 pm

· #65252
עכ''פ זעט מען אז פאר בנות מלכים איז צניעות א שיינקייט.

קליגער איד » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 3:13 pm

· #65258
ווער איז די מיידל? וואס איז די מעלה פון די מיידל חוץ וואס זי שיין אז יעדער רעדט פון איר ?

יידל » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 3:13 pm

· #65259
יאנטעף
וואס איז נאך מער אינטערסאנט איז אז קעטרין הוקער, די דעזיינער פון קעיט'ס בגדים, האט אנגעפאנגען איר קאריער נאכדעם וואס זי האט נאכגעמאכט א געניצטע רעקל פון א פרומע אינגעלע וואס זי האט געקויפט אין א"י!

א גענוצטע בעקישע, ניין?

outspoken » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 3:46 pm

· #65283
קליגער איד
ווער איז די מיידל? וואס איז די מעלה פון די מיידל חוץ וואס זי שיין אז יעדער רעדט פון איר ?


א "קליגער איד" ביסטו אבער נישט קיין לאנדנ'ער..
זי האט חתונה געהאט מיט די 'קרוין פרינץ' פון ענגלאנד.

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 12:52 pm

· #66807
מזל טוב

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 12:53 pm

· #66808
קליגער איד
ווער איז די מיידל? וואס איז די מעלה פון די מיידל חוץ וואס זי שיין אז יעדער רעדט פון איר ?

בכלל נישט אזוי שיין.

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 8:45 pm

· #66983
זר זהב
קליגער איד
ווער איז די מיידל? וואס איז די מעלה פון די מיידל חוץ וואס זי שיין אז יעדער רעדט פון איר ?

בכלל נישט אזוי שיין.

איר שווערס זונה-ווייב איז עקלדיג למהדרין גם לפי שיטת חזו"א, גיי פארשטיי א ענגלישע קאפ.

אבי גערעדט » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 9:25 pm

· #66997
איך פארשטיי נישט וואס די גאנצע איבערקערניש ארום די אישה איז, אין נאכמער פארשטיי איך נישט פארוואס מ'האט פארשפרייט די נייעס אין די גאנצע וועלט, ווייסן זיי נישט אז מ'קען מפיל זיין זייער שנעל די ערשטע פאר חודשים?

יידל » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 9:46 pm

· #67002
פונקט היינט איז געווען אין די נייעס אז מרת מידעלטאון איז אין שפיטאל צוליב געפערליכע "צופרי-קראנקהייט" וואס איר פרעגנענסי מאכט אן. <a class="postlink" href="http://www.livescience.com/25204-royal-pregnancy-morning-sickness.html">http://www.livescience.com/25204-royal- ... kness.html</a>

איחוד פעלד » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 10:55 pm

· #67031
אבי גערעדט
איך פארשטיי נישט וואס די גאנצע איבערקערניש ארום די אישה איז, אין נאכמער פארשטיי איך נישט פארוואס מ'האט פארשפרייט די נייעס אין די גאנצע וועלט, ווייסן זיי נישט אז מ'קען מפיל זיין זייער שנעל די ערשטע פאר חודשים?

כ'האלט אויך אזוי.
בכלל דארף מען מורא האבען פאר עין הרע, בפרט אין די ענינים.

אינטרעסאנט אז פאר זי איז געווארען מעוברת, האט מען געטוישט די געזעצען אין ענגלאנד, אז טאמער די עלצטע איז א מיידל, יארשענט זי די מלוכה.
ווארשיינליך, ביז היינט טאמער איז די עלצטע געוועהן א מיידל, און נאך דעם א אינגעל, האט דער אינגעל באקומען די ירושה.

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 9:40 am

· #67094
איחוד, כאטשיג דו נעמסט נישט קיין אחריות דערויף אבער דאך האב איך ארויסגענומען פון צווישן דיינע שורות אז זי ווארט א מיידל

איחוד פעלד » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 8:09 am

· #67468
מ גפני
איחוד, כאטשיג דו נעמסט נישט קיין אחריות דערויף אבער דאך האב איך ארויסגענומען פון צווישן דיינע שורות אז זי ווארט א מיידל

אין צווישען שטייט אז זי ווארט א צווילינג, א אינגעל און א מיידעל, און אויף דעם האבען זיי שוין נישט קיין געזעץ יעצט.....

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 1:05 pm

· #67536
א אויסטראלישע קאמעדי פארל האט געמאכט א שפיצל מיט ריפן די קעניג עדווארד דעם זיבעטן שפיטאל זיך פארשטעלנדיג אלס די קעניגן און פרינץ טשארלס! און אזוי ארויסדערשנאפט מעדיקל אינפארמאציע איבער קעיט'ס מצב. א רחמנות אויף די אומשולדיגע נורס אבער קיין גרויסע חכמה איז זי וויירשיינליך נישט אויב זי באמערקט נישט אז דאס אינישט די אלטיטשקע קעניגענס קול.

דער שפיטאל אנטשולדיגט זיך.

הציץ ונפגע » מאנטאג יאנואר 14, 2013 10:49 pm

· #79945
עס איז באשטעטיגט געווארן אז די דוכסע פון קעמברידזש ווארט אין יולי די געבורט פון איר קינד.

יאיר » מאנטאג יאנואר 14, 2013 11:14 pm

· #79952
די קעניגן האט שוין פאלן ווערטער אז זי וויל אז איר אייניקל וויליאם, קעיט'ס מאן, זאל איר איבערנעמען נאכ'ן טויט, און נישט איר זון פרינץ טשארלס. דאס האט געברענגט ערנסטע געפעכטן צווישן קעיט און איר שטיף שוויגער וועלכע חלש'ט צו זען זיך און איר מאן אויפ'ן טראן, און גייט אויס פאר די אטענשאן וואס די בא'חנ'טע קאפל באקומט אין די גאנצע וועלט.

אריק » דינסטאג יאנואר 15, 2013 8:57 am

· #80011
פארוואס זאל נישט איר זון איבערנעמען די שטעלע?

לאדיך אפ » דינסטאג יאנואר 15, 2013 12:19 pm

· #80063
ווייל ער איז א צולאזטע גרוש און שיכור.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:14 pm

· #80070
אהא. בבחינת ויבז עשו את הבכורה.

הלואי וואלט אזא מנהג געווען איינגעפירט בחצרות קדשינו.
אייגענטליך איז עס איינגעפירט, נאר די חסידים לאזן נישט ארויס דעם אמת, און מען פייט פאר זייער צד עד הסוף.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:06 pm

· #190597
איך אויך
זר זהב
קליגער איד
ווער איז די מיידל? וואס איז די מעלה פון די מיידל חוץ וואס זי שיין אז יעדער רעדט פון איר ?

בכלל נישט אזוי שיין.

איר שווערס זונה-ווייב איז עקלדיג למהדרין גם לפי שיטת חזו"א, גיי פארשטיי א ענגלישע קאפ.

די (גוי'אישע ) לצים רופן דאס אן א "פימעיל-אימפערסאנעיטער". 😕 😎 😂 🙄 😃 😉 😮

עסקן בדברים » דאנערשטאג אפריל 17, 2014 4:47 pm

· #196298
א פרומער איד ארעסטירט לעבן איהר אין אסטראליא
<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/news/article-2606558/Duke-Duchess-Cambridge-visit-fire-ravaged-Blue-Mountains.html">http://www.dailymail.co.uk/news/article ... tains.html</a>

סמיילי » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:27 am

· #196967
וואס האבען זיי געזוכט דארט? אינטערסאנטע מעשה, קוקט אויס ווי א פארשטעלטע חרדי

ישמעאל הכהן » דינסטאג מאי 27, 2014 12:39 pm

· #202859
''בילד'' פון דייטשלאנד האט פובליצירט א נישט זייער צניעות בילד פון מידעלטאון... וואס איז געשען דורך די ווינט פון איר העליקאפטער, דאס קליידל האט זיך אינטערגעהויבן. ס'טוט זיך א איבערקערניש ווען אנדערע צייטונגען פארדאמען דעם ''בילד'' אלץ אומרעספעקטפול.

Chuchem » מיטוואך מאי 28, 2014 1:11 pm

· #203190
התקשורת טוענת שהם אוהבים את צלמי פפראצי, ולכן הם צריכים להתמודד עם התוצאות

אגב, בקיץ שעבר, אחד מהעיתון דיווח כמה תמונות לא הולמות, מחופשתה.משפחת המלוכה הגישו תביעה, נגד חברת התקשורת, לעצור אותם מלהמשיך ולפרסם את התמונות

shem-tov » מיטוואך מאי 28, 2014 9:29 pm

· #203309
ישמעאל הכהן
''בילד'' פון דייטשלאנד האט פובליצירט א נישט זייער צניעות בילד פון מידעלטאון... וואס איז געשען דורך די ווינט פון איר העליקאפטער, דאס קליידל האט זיך אינטערגעהויבן. ס'טוט זיך א איבערקערניש ווען אנדערע צייטונגען פארדאמען דעם ''בילד'' אלץ אומרעספעקטפול.


אבער אין א פרומען פארום האסטו נישט געדארפט אויפברענגן אזא זאפטיגע שטיק מנוולות. זייער נישט איידל ממש דער היפך פון די כוונה פון דעם פארום. חזור בך

Chuchem » דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:12 pm

· #203401
צייטונגען האבן נישט קיין רעספעקט,
they aren't ready for another lawsuit. ן

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:08 am

· #239456
זי איז אין ניו יארק איצט

ביבער » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:16 am

· #239459
בזמן שהצדקת בעיר היא הודה היא זיוה...

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 4:51 pm

· #239650
און האט בבטנה די צווייטע-אין-ליין צום קעניגרייך.

לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 11:21 am

· #239879
און מיט וואס איז ער פארנומען? מיט זיין סעלפאון
אוי ווי איז די בארדיטשובער מליץ יושר צו זיין אויף וואס אונז שטייען מיטן טעלעפאון אין די הענט בשעתן דאוונען

ירח בן יומו » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 11:28 am

· #239880
ווען איך גיי זיי אריבער וואלט איך אויך נישט געוואוסט ווער זיי זענען (ווען נישט די יוצר משרתים ואשר משרתיו וואס שרייען מאכטס פלאץ)

לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 11:30 am

· #239882
יענע איז דאך אבער נישט א ירח בן יומו!

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 12:18 pm

· #239896
ירח בן יומו
ווען איך גיי זיי אריבער וואלט איך אויך נישט געוואוסט ווער זיי זענען (ווען נישט די יוצר משרתים ואשר משרתיו וואס שרייען מאכטס פלאץ)

ווען איך האב געלערנט אין א זייער חשוב'ע ישיבה אין די ניו יארק געגנט. דעם ערשטן טאג. נאכמטיטאג, פאר מנחה. איך שטיי אין האלל פון היכל הישיבה. פלוצלינג הער איך הונדערטער פוס לויפן (אויף א האלצערנעם פלאר.) און ס'טוצעך א געשטופעכץ. מ'שטופט מענטשן פון אלע זייטן. פרעג איך מיין חבר "וואס גייט פאהר"? זאגט ער מיר מיט א מין אויסדרוק אויפ'ן פנים, וואס פאדערט איינעם פון די גרויסע ארטיסטן פון קאווע שטיבל דאס אויסצו מאהלן, מיט א געמיש פון קינדישע תמימות און שטארקע איבערראשונג, "ס'הייסט? דער רבי גייט"!....!... 🙄

chusid » מוצ"ש מאי 2, 2015 11:32 pm

· #271856
די צווייטע קינד שוין? זיי מאכן נישט קיין לאנגע הפסקות צווישן געבוירען?

אפטעמיסט » זונטאג מאי 3, 2015 12:09 am

· #271873
וואס הייסט הפסקות? וויפיל דער באשעפער גיבט האט מען. כ'פארשטיי נישט דיין שאלה.

ישמעאל הכהן » זונטאג מאי 3, 2015 2:28 am

· #271910
📎 283CED0600000578-3044227-image-a-225_1430614304892.jpg

chusid » מאנטאג מאי 4, 2015 4:09 pm

· #272431
אין ענגלאנד איז נישט דא קיין אויבער חכמים? די עולם מזל טוב'ט זיך מיטן גרעסטן תמימות אויף די שמחה בבית המלכות און מען דיסקאסירט די נאמען. ממש ווי אין די מעשה ביכלעך א מענטש איז סאפעריער ללא שום סיבה.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 8, 2015 1:37 pm

· #273478
בילד פון יאר

בונדל » פרייטאג מאי 8, 2015 1:59 pm

· #273487
איך ווינדער זיך אביסל אז מען לייגט בילדער פון פרויען אויף א פלאץ וואו חסידישע יונגלייט ליינען. וואו קען איך זען די פאלעסיס פון קאווע שטובל? די גיידליינס און פרינציפען?

איך אויך » פרייטאג מאי 8, 2015 2:07 pm

· #273492
טאקע נישט אמת.

<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/news/article-3071020/Behind-scenes-Great-Granny-meets-Charlotte.html">http://www.dailymail.co.uk/news/article ... lotte.html</a>

געוואלדיג » פרייטאג מאי 8, 2015 2:15 pm

· #273493
בונדל
איך ווינדער זיך אביסל אז מען לייגט בילדער פון פרויען אויף א פלאץ וואו חסידישע יונגלייט ליינען. וואו קען איך זען די פאלעסיס פון קאווע שטובל? די גיידליינס און פרינציפען?


י) בילדער פון פרויען – בילדער פון פרויען זענען געווענליך נישט ערלויבט. אז איר קלערט אז א געוויסע בילד איז וויכטיג ארויפגעשטעלט צו ווערן, פרעגט איבער דעם ביי איינער פון די מנהלים פאר'ן ארויפשטעלן. בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.


פון דא

פרייוויליג » זונטאג מאי 10, 2015 12:57 am

· #273633
בונדל
איך ווינדער זיך אביסל אז מען לייגט בילדער פון פרויען אויף א פלאץ וואו חסידישע יונגלייט ליינען. וואו קען איך זען די פאלעסיס פון קאווע שטובל? די גיידליינס און פרינציפען?

אויב דו האסט א פראבלעם דערמיט קענסטו גיין אויף איי-ביצה דאט קאם.

געוואלדיג » זונטאג מאי 10, 2015 1:11 am

· #273638
פרייוויליג, לא יפה, ער האט געבעהטן צו זעהן די גיידליינס און פריציפן, פארוואס איהם פארשיקן?

פרייוויליג » זונטאג מאי 10, 2015 10:29 am

· #273673
געוואלדיג
פרייוויליג, לא יפה, ער האט געבעהטן צו זעהן די גיידליינס און פריציפן, פארוואס איהם פארשיקן?

עס איז פשוט די וועג וויאזוי ער פרעגט עס. משטיינס געזאגט חסידישע אינגערלייט זענען נישט רעדזשערסטעט צו זען פרויען. ווער האט יא לייסענס דערפאר? מאדרען ארטאדאקס? עס איז אן אלגעמיינער קרענק צו מאכן פראקציעס אין אידישקייט. מיר האבן איין תורה פאר יעדעם צוגלייך.

איך האב גארנישט געמיינט קעגן חשוב׳ן בעל ה׳ניק. כאן מצא וכו׳

העלא » זונטאג מאי 10, 2015 10:37 am

· #273675
בונדל,
וועלקאםם טו קאווע שטיבל,
אייער זיך דרייען אויף דעם פלאץ איז אייער אייגענע אחריות,
ליידער האבן די אידן דא א שוואכע פראבלעם מיט הלכה,
געוויסע צוליב צו חסרון ידיעה, געוויסע צוליב חסרון אין יראת שמים,
הצד השוה,
אויף דעם פלאץ דארף מען פראסידן מיט קער,

אפטעמיסט » זונטאג מאי 10, 2015 10:53 am

· #273678
העלא, שכויח פאר די מוסר. כ'האב באקומען א הרהור תשובה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 11:14 am

· #273680
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
פרייוויליג, ער האט טאקע נאר געפרעגט חסידיש נישט הלכה. דער עולם זיינער איז נישט אזוי צוגעוואוינט, אפילו צו אזעלכע נערישער בילדער, ממילא איז דאס איהם א וואונדער. אוודאי איז נישט דא קיין הלכה'דיגע פראבלעם, וואס מר. העלא וועט אונז פראבירען איינצוטיילען, אבער פארט איז דאס אומבאקוועם. אזוי ווי טאמעט''א יויך פרייטיג צונאכטס אנשטאט'ס גאלדענע יויך.

העלא » זונטאג מאי 10, 2015 1:34 pm

· #273718
ליטוואק פון בודאפעסט
פרייוויליג, ער האט טאקע נאר געפרעגט חסידיש נישט הלכה. דער עולם זיינער איז נישט אזוי צוגעוואוינט, אפילו צו אזעלכע נערישער בילדער, ממילא איז דאס איהם א וואונדער. אוודאי איז נישט דא קיין הלכה'דיגע פראבלעם, וואס מר. העלא וועט אונז פראבירען איינצוטיילען, אבער פארט איז דאס אומבאקוועם. אזוי ווי טאמעט''א יויך פרייטיג צונאכטס אנשטאט'ס גאלדענע יויך.


סארי אז דו האסט געפיהלט ווי איך וויל דא איינטיילן,
כהאב פלעין פארציילט א מעשה,
אויב ביזטו מחולק מיט מיר און דו האלסט אז מיין מעשה איז נישט אמת, האסטו די פילסטו רעכט,
כ'האב סאך הכל געזאגט א מיינונג, מעגסט האלטון אנדערש

מיין מיינונג איז געבעיסט אויף א פסק אין שולחן ערוך אז מ'טאר נישט קוקן אויף א בילד פון א פרוי

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 1:38 pm

· #273719
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
מראה מקום ביטע?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 10, 2015 1:38 pm

· #273720
ביטע ממשיך זיין די שמועס ביי תורה און מחשבה.
דא איז א נייעס אשכול.
בלאט: 1 2