☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

1185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 25, 2020 3:09 pm

· #461360
יאפ, אזויווי ניטשע האט געזאגט אויף די דייטשע הימנע "דויטשלאנד דויטשלאנד איבער אלעס", האט ער געזאגט, "איך פארכט זיך אז דאס איז געווען די ענדע פון דייטשע פילאזאפיע", ודפח"ח.

אבער דער אמת איז אז טראץ די סופרעמיסי אונזערע זענען אונז נאכאלץ equal, דער איד האלט אז ער איז מער פונעם דייטש, דער דייטש האלט אז ער איז מער פונעם איד, אונטערשטע שורה זענען ביידע equal איינגערעדט...

לגבי דאס זיך מוטשען צו פארענטפערן, דאס איז אינגאנצן אומנויטיג, חז"ל האבן נישט געפילט פאר וויכטיג צו פארענטפערן די זאכן מיט וואס זיי האבן אפגענויגט פון די תורה, אזוי אויך דארפן אונז נישט זיך מוטשען צו פארענטפערן די זאכן מיט וואס אונז נויגן אפ פון זיי. מיר דארפן נישט זיין קלוגער פון זיי, ודיו לבא מן הדין להיות כנידן.

פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 25, 2020 10:55 pm

· #461427
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
קומענדיג פון א חתונה האב איך באמערקט ווי די מחותן - א שטיקל רבי'שע - האט צוויי מאל צוגעגאנגען צום טיר ביים עק מחיצה, פארשיקט די צוויי דריי פרויען / מיידלעך וואס האבן אריינגעבליקט, און צוגעמאכט די טיר.

נא, דאס טוען, מהיכי תיתי. אבער די ארומבליקן אזוי אומאפיציעל נאכדעם צו איינער האט באמערקט זיין חשוב'ע אקט, דאס האט מיך אויפגערעגט.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 1:48 pm

· #461629
דאס איז א זאך וואס כ'האב לעצנטס אנגעהויבן צו באמערקן, לעצטנס רעדן פרויען עפעס מיט א צוקראצטע שטימע, בעיקר ביים סוף פון א זאץ, כלומפרשט דארף עס צו זיין קול אבער ס'גייט מיר געפערליך אויף די נערוון, כאילו די פרויערישע שפראך משוגעת'ן ביז היינט זענען נישט גענוג געווען. יעצט בין איך געוואויר געווארן אז ס'האט א נאמען אויך, ס'רופט זיך "vocal fry", הערט און ווערט נערווירט.

הרב שיף » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 5:24 pm

· #461634
פאליטיקאנט
קומענדיג פון א חתונה האב איך באמערקט ווי די מחותן - א שטיקל רבי'שע - האט צוויי מאל צוגעגאנגען צום טיר ביים עק מחיצה, פארשיקט די צוויי דריי פרויען / מיידלעך וואס האבן אריינגעבליקט, און צוגעמאכט די טיר.

נא, דאס טוען, מהיכי תיתי. אבער די ארומבליקן אזוי אומאפיציעל נאכדעם צו איינער האט באמערקט זיין חשוב'ע אקט, דאס האט מיך אויפגערעגט.

ער האט זיך געשעמט און געוואלט זיכער מאכען אז קיינער זעט נישט.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 8:41 pm

· #461643
קנדה
עס קוקט אויס ווי די מענטש איז גוט קראנק מענטעלי און זוכט ווי ער קען זיך אויסגעבן זיין ווייטאג אויך שוין נאר זיינע קינדער איינער וואס וואקסט אויף אין אזא הויז קען ליידן א גאנץ לעבן.

פארדעם איז דא נפשי (ב"ה)...!

גראף » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:24 pm

· #461651
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
רביה''ק זי''ע
דאס איז א זאך וואס כ'האב לעצנטס אנגעהויבן צו באמערקן, לעצטנס רעדן פרויען עפעס מיט א צוקראצטע שטימע, בעיקר ביים סוף פון א זאץ, כלומפרשט דארף עס צו זיין קול אבער ס'גייט מיר געפערליך אויף די נערוון, כאילו די פרויערישע שפראך משוגעת'ן ביז היינט זענען נישט גענוג געווען. יעצט בין איך געוואויר געווארן אז ס'האט א נאמען אויך, ס'רופט זיך "vocal fry", הערט און ווערט נערווירט.
לעצטענס באמערקט? דאס גייט שוין יארן און איז א וועג פון שטעלן א מאן און א געוויסע פארלעגענהייט ווען ער קען/וויל אדער דארף איר עפעס זאגן/מסדר זיין. איך האב א שטיק צייט צוריק געהערט א ראדיא שאו און די נושא איז ארויף געקומען. א מאן און א פרוי גאסט האבן דאס אדורך געטון און עס שטערט פאר פרויען אויך די עקל פון די fry vocal נישט נאר פאר מענער. זי האט האט ארויס געברענגט אז אלס א פירער און א פירמע הייערט זי נישט קיין מיידלעך/פרויען וואס רעדן אזוי!
בד''א געוויסע זכרים אסאך פון זיי גימעל אדער סתם אזוינע וואס נוצן דער סעיף רום אין קאלעזש ווען זיי רעדן ענדיגען יעדע זאץ מיט א ניגון אויף ארויף. איך מיין דאס רופט מען uptalk. לכאורה אלע סענדער/ביידן סופארטערס.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

יהודי פשוט » פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:58 am

· #461722
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
קנדה
איך ווער אויפגערעגט און פארווייטאגט א יעדעס מאל איך לערן גמרא ווי אידן זענען מער ווי אנדערע ווי למשל אַתם קרוין אדם ואין אומות העולם קרוין אדם אדער ווען א איד אקס הארגעט א כותי איז ער פטור איך האלט אז גאט האט קריעטעד א יעדן equal און מען דארף זיך אויפפירן צו יעדן equal די מערסטע וואס מען קען דאס איז די foundation פון רוחנית און גאט און איך דארף א גאנצן צייט ווען איך לערן פארענטפערן די פסוקים אדער הלכות אז נישט ווער איך דעפרעסטַ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
דאס איז נאך א האלבע צרה...
נאך ערגער איז ווען די מענטש'עלע הייבט אן זיך איינצורעדן אז ער איז עפעס מער ווי סיי וועלכע בעל חי....
כאילו אז דער מין האנושי איז עפעס מער ווי דער לייב אדער דער לעמעלע אדער א מייזל....

הרב שיף » פרייטאג אקטאבער 30, 2020 8:03 am

· #461727
יהודי פשוט

וווען מען לערנט ווייסט מען אז יתוש קדמך. אויב איז מען נישט מער, איז מען טאקע נישט מער.

אינטערסאנט » פרייטאג אקטאבער 30, 2020 11:14 am

· #461733
יהודי פשוט
קנדה
איך ווער אויפגערעגט און פארווייטאגט א יעדעס מאל איך לערן גמרא ווי אידן זענען מער ווי אנדערע ווי למשל אַתם קרוין אדם ואין אומות העולם קרוין אדם אדער ווען א איד אקס הארגעט א כותי איז ער פטור איך האלט אז גאט האט קריעטעד א יעדן equal און מען דארף זיך אויפפירן צו יעדן equal די מערסטע וואס מען קען דאס איז די foundation פון רוחנית און גאט און איך דארף א גאנצן צייט ווען איך לערן פארענטפערן די פסוקים אדער הלכות אז נישט ווער איך דעפרעסטַ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
דאס איז נאך א האלבע צרה...
נאך ערגער איז ווען די מענטש'עלע הייבט אן זיך איינצורעדן אז ער איז עפעס מער ווי סיי וועלכע בעל חי....
כאילו אז דער מין האנושי איז עפעס מער ווי דער לייב אדער דער לעמעלע אדער א מייזל....

שרעקדיג איז, אז ער האלט זיך מער פון די מין הצומח. אזא רישעות צו טשעפענען מיט זייער געפילן.

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 31, 2020 10:38 pm

· #461778
קנדה
איך ווער אויפגערעגט און פארווייטאגט א יעדעס מאל איך לערן גמרא ווי אידן זענען מער ווי אנדערע ווי למשל אַתם קרוין אדם ואין אומות העולם קרוין אדם אדער ווען א איד אקס הארגעט א כותי איז ער פטור איך האלט אז גאט האט קריעטעד א יעדן equal און מען דארף זיך אויפפירן צו יעדן equal די מערסטע וואס מען קען דאס איז די foundation פון רוחנית און גאט און איך דארף א גאנצן צייט ווען איך לערן פארענטפערן די פסוקים אדער הלכות אז נישט ווער איך דעפרעסטַ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

קנדה: א שאד דו האסט נישט געהערט די נייעס אז אין דייטשלאנד איז אויפגעשטאנען איינער א פיהרער מיט'ן נאמען אדאלף שיקל גרובבער (י"א ראטשילד מצד אמו) און ער און די מערסטע פון דעם דייטשן פאלק האבן פארניכטעט די אנדערע דויטשן פון מאזעס'ס גלויבן. און די אוקראינער, פאלאקן,אונגארישע און סלאוואקישע גויים האבן אקטיוו געהרג'ט הונדערטער טויזנטער אידן.

יעצט איז דיר נאכאלץ שווער די פסוקים אין תנ"ך און מאמרי חז"ל...?! פאר מיר נישט...!

קנדה » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 1:54 am

· #461791
קום אריין קלאר מיט די פאקטן, וועמען מיינסטו, היטלער?

הרב שיף » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 1:16 pm

· #461818
מיר רעגט אויף אז עס גייט פארביי א טאג אנע דאס וואס איך זאל האבען וואס צו שרייבען דא.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 8:56 pm

· #461846
קנדה
קום אריין קלאר מיט די פאקטן, וועמען מיינסטו, היטלער?

זיכער. וועם דען...?!. איך ווייס נישט אויב דו ווייסט אז ס'דא א יש אומרים אז זיין מאמע איז געווען א דינסט ביי איינע פון די ראטשילד משפחות. און זי האט פארשוואנגערט פון איינעם פון זייערע זין. נאכדעם האט מען זי משלח געווען צוזאמען מיט איהר עיבור. און זי האט געלאנדעט מיט איינעם א שיקל גרובער. ער איז געווען א גרעניץ וועכטער. און ער האט פיינט געהאט זיין שטיף זון, אדאלף. נאר זיין מאמעניו האט איהם זייער שטארק ליעב געהאט...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 9:02 pm

· #461847
הרב שיף
מיר רעגט אויף אז עס גייט פארביי א טאג אנע דאס וואס איך זאל האבען וואס צו שרייבען דא.

הרב שיף: דו וועסט בעז"ה דערגרייכן הויכע מספרים דא. אויב דאס שטיבל וועט מאריך ימים ונשים זיין.

אויב האסטו נישט קיין אייגענע חידושים שטעלל דיך אויף די מאמרים פון אנדערע שרייבערס און פרעג א קשיא אדער א תיובתא. און פרוביר עס צו פארענטפערן...!

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 2:33 pm

· #461970
קנדה
איך ווער אויפגערעגט און פארווייטאגט א יעדעס מאל איך לערן גמרא ווי אידן זענען מער ווי אנדערע ווי למשל אַתם קרוין אדם ואין אומות העולם קרוין אדם אדער ווען א איד אקס הארגעט א כותי איז ער פטור איך האלט אז גאט האט קריעטעד א יעדן equal און מען דארף זיך אויפפירן צו יעדן equal די מערסטע וואס מען קען דאס איז די foundation פון רוחנית און גאט און איך דארף א גאנצן צייט ווען איך לערן פארענטפערן די פסוקים אדער הלכות אז נישט ווער איך דעפרעסטַ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

בעצם וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין , א יוד האט פאקטיש א העכערע און ריינערע לייפסטייל ווי דעם גוי,און ממילא איז זייער פשוט ווען דער גוי וויל עפעס איז נישט גארנישט וואס זאל אים אפהאלטן און איז נישט קיין סאך אנדערש ווי דיין שכנס הונטל,משא"כ דעם יוד האט פול מיט באגרענוצינגען וואס שטעלט אים אויף א העכערע און נארמאלע לעבנסשטייגער

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 7:46 pm

· #461991
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דער טיטל ..."הנגיד"... איז איהם געגעבן געווארן. נישט צוליעב זיין באנק אקאונט. נאר ווייל ער האט צוגעווארפן א פאר דאללער (פון יענעמ'ס געלט)פאר עטליכע מוסדות אין ארץ ישראל...!

דער משפחה מעגעזין האט באטיטלט איינעם א פארשוין (מלשון פרשנדתא) וועלכער האט באגנב'ט א האלבע וועלט. אויך נאכדעם וואס ער איז באשולדיגט געווארן אין הויל גניבה. און דער דזשאדזש האט איהם געווארנט אז ער זאלל סטאפן. און ער האט נישט געפאלגט. מיט'ן טיטל ..."הנגיד""...!

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 7:59 pm

· #461994
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דער טיטל ..."הנגיד"... איז איהם געגעבן געווארן. נישט צוליעב זיין באנק אקאונט. נאר ווייל ער האט צוגעווארפן א פאר דאללער (פון יענעמ'ס געלט)פאר עטליכע מוסדות אין ארץ ישראל...!

דער משפחה מעגעזין האט באטיטלט איינעם א פארשוין (מלשון פרשנדתא) וועלכער האט באגנב'ט א האלבע וועלט. אויך נאכדעם וואס ער איז באשולדיגט געווארן אין הויל גניבה. און דער דזשאדזש האט איהם געווארנט אז ער זאלל סטאפן. און ער האט נישט געפאלגט. מיט'ן טיטל ..."הנגיד""...!

מי האיש ?

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:22 am

· #462619
הערטזשע יודעלעך אן עובדה'לע, סעמיר פערצופאל אויסגעקומען צי פראווענען פארגאנגענם שבת אינעם עיר התיירע (צופעליג נישט קיין משולח..), צום ערשטן מאל וואס איך גיי אפיושב'ן א שבת און און לעיקוואוד,אן קיין כזית ערפארונג. פרייטאג נאכן זמן האבעך מיך געלאזט אויף די יארכע פאר א בית מדרש'ל, האב איך אפגעשטעלט דעם ערשטן איד צי מיין מזל א ליטווישן סאברע מיט גאנצן טראגע (ניטאמאל אפגעפיצט די ווייסע ברעקעלעך, איך ווייס נישט צי אלס בורר צי אלס סותר ווייל א מענטש איז קרקע עולם, אדער אלס זה קלי ואנווהו מצוות לאו ליהנות ניתנו אדער סתם אלס פוילקייט ונקטינן כגרסא שלישית) און אויף מיין פראגע ווי די נענסטע שטיבל איז ווייזט ער מיר צי א רעכטס צוויי גאסן דערנאך א לינקס און וואק אראפ א האלבע גאס, און ענדליך האב איך מיר דערשנאפט צום שטיבל וואס מחמת כבוד הבית מדרש ובעיקר מחמת כבוד הרב וועלעך נישט פורש בשמם זיין.

האבעך מיר צוגעשארט צום ווינקעל און זיך באקוועם געמאכט מיט איינע פון רעב מיילעכס גליונות (שטייצזעך נאר די אונטן) און די דאווענען איז אן ארטיקל פאר זיך, ערגעצוואו אינמיטן שטילע שמו"ע איז די רב אריינגעפארן פון שטילע שמו"ע צי הויכע בנשימה און דאן צוריק צי שטילע, בקיצער ... יענץ דאווענען, קבלת שבת איז דערוילעם געשווימען און די הימלען א חזנות ביי כגוונא און צוקלאטשן די הענט ביי מזמור שיר ליום השבת, לייק א טיפיקעל סאטמארע דאווענען (איך האב נישט קיין טענות איך בין פשוט נישט געוואוינט דערצו).

נאך בחסד, אבער שבת צופרי איז געווען שרעקליך, איך קום אן מיט האלב פארקלעבטע אויגן אזוי ערגעצוואו אינמיטן הויכע שמו"ע און... געס וואט, נישטא קיין קאווע!!!!! האלא האסטע מער געהערט אזאנס!!! נזדעזע לעיקוואוד ד' מאות פרסה על ד' מאות פרסה, שומו שמים לב מי לא יחרד? און מיט א קול מחאה וזעקה און מיט רויטע בעקעלעך געפלאטשקעט אין מקווה ! שוין כפרת עוונות מקווה איז דאך מ' קווה, מ' סאה קאווע, אוי פרעג נישט, אנגעטראפן א פולי לאודעד מקווה מיט א עלטערן דורש מיט א צאל יונגע צוהערערס
״׳אמאל׳ מיט ׳היינט׳ האבן שט׳קיין שייכות״ האט דער משפיע איבערגעגעבן טיפזיניג פאר די מקבלים. ״אמאל האט יעדער געהאט א פרינציפטליכער ציל, מען האט זיך נישט אוועקגעריקט קיין כי הוא זה פון סיי וואס האט נאר געהאט סיי וועלכע שייכות צו די לאנג טערמינער ציל. די עקשנות איז געווען דאס וואס האט זיי געהאלטן צו אידישקייט. דאקעגן היינט, היינט איז אלעס מיט א טויטקייט, ווער האט היינט א ציל? ווער ׳מוז׳ נאך היינט בכלל עפעס? מ׳קען זעהן היינט מענטשן וואס זיי זענען מלאכים מיט גלחים ביינזאם, יעדער איז א נאכגעשלעפער, דא שרייט ער: ׳נישט רעדן ביים דאווענען. נישט.׳ ווען אין די זעלבע צייט לויפט ער ארום און רעדט שטאקן לשון הרע, איר כאפט? אזא איד האט זערא רצון. נישט אהין און נישט אהער״.

וואס איז טאקע אמאל געווען ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז מען האט זיך דעמאלטס אויך געבענקט מיט נאסטאלגיע צו די ׳אלטער היים׳.

צוגעהארכט מיט אנהאלבן אויער און ארויסגעיאגט פון פראפערטי לאזענדיג די שאלה אם אין דעת הבדלה מנין אין די לופטן...
מיין טלית געלאנדעט פלינקערהייט אויפן אקסעל און ביים עטיפה, האב איך בטעות אנגעפראסקעוועט א זיידע - וואס געדענקט נאך ווארשיינליך ווען וועלט איז געווען וועלט, און מיט אן עזות דקדושה האט ער זיך גענומען ווארפן לאוזונגען אין מיין ריכטונג.

״דו גראָביאַן איינער! איך וואלט געקענט זיין דיין טאטנ׳ס עלטער זיידע!״

זאגסט מיר

״ווער האט דיר מחנך געווען ווער? אַוואס? מעגסט זיך שעמען יונגאטש!״

געזאגט און געגאנגען. ער האט זיך ניטאמאל אויסגעדרייט צו קוקן אין מיין ריכטונג. נאר ווען ער איז שוין געשטאנען ביים טיר, האט ער זיך געגעבן א שארפע דריי אויף צוריק, און מיר געפאכעט א שטרענגע נאָ-נאָ.

די פאנטשער איז נאר געווען, אז ער האט בכלל נישט אדרעסירט מיין זינד, און פאר די נייגעריגע צושויער האט עס געזאלט אויסזען ווי איך האב דא חוטא געווען א געפערליכע פארברעכן, און איך האב ווי געזען אלעמענס אויגן זיך ווענדן צו מיר, און מאנען א תשובת המשקל.

׳נאך א מזל איך האב די דאזיגן וואלענעם צודעק, אין וואס איך קען זיך עטוואס מאסקירן פון די פרסום׳ האב איך זיך מחזק געווען אינעם שווערן מצב מיינער.

איך האב ביסלעכווייז גענומען קוראזש און ארויסגעבליקט פון צווישן די שפאלטן פון ס׳טלית ווי א קינד ביים דוכענען, און געפריווט די וואסערן צו זיי זענען גענוג ריין, און אויב מען מעג זיך שוין ארויסשארן פון הונטערן שלייער.

צו מיין שטוינונג האט קיינער ניטאמאל געשאנקען א טפח בליק צו מיין געגנט.

ווי ס׳איז משמע, האלט דער זקן פאַרן און נאכן אטאקירן נאך פילע פערזאנען. דר׳עולם איז - ווייזט אויס - געוואוינט צו אזא ווערטשאפט.

מיין געמיהט איז עטוואס צוריקגעקומען.

און האבמעך פלאצירט מיין ערמעדשענסי לאנדונג אינעם סינעגאג בערך ביי הוצאה והכנסה עריע, און איצטער קום איך צו צום פינטל דער רב דארט איז בעל קורא און רופט אויס די עליות און פונקט מיר האט ער אויסגעקליבן פאר זיין שעיר לרביעי ... יעמוד.. נו נו.. א פינגער מיט א צאל זייטיגע אויגן געווענדעט צו מיין נאסן קעפל... האלא ביסט דום? זעהסט נישט אז איך ענטפער נישט! מוחל טובות האלט דיר די עליה און מאכמער נישט קיין בושות, און ער ווייסט נישט פון קיין מעשיות צי זאגן און איינער פון מיינע נייע געטרייע שכנים עפעס א דארע יעקישער אידל - א נידריג געוואוקסענער, געהל/ווייסער ציגן-בארד, צוויי גאלדענע פיאות ארויפגעדרייט ווי א צימרינג-ראָגעלע אויפן אוזן, און א העל ברוינעם טלית באגלייט מיט א טאביק שמעק (ער קוקט אויס גענוי ווי גדי בן סוסי) האט זעך צוגעשארכעט צי מיר און איינגעמאלדן די נייעס אז פון זיין ערפארונג זאלעך שוין עולה זיין ווייל אויב נישט ...העסטע ממילא עולה זיין. שקויעך.

נישטא קיין צוויי ברירות, גיימער עולה זיין, און ביים געגרייכן דעם בימה האט מיר שוין ברבים אריינגעפסוקט פארן דאווענען נאך זמן תפילה.... גאט און הימל !

כעל נישט זאגן אז איך בין אויפגערעגט, ווינישווי האבעך באקומען אנעליה אבער קאמאן סענס פליז, נארמאלקייט! ווען איינער קומט אריין מיט נאסע פיאות צום ליינען רופט מען אים נישט צי עולה זיין זיכער אויב ער "ענטפערט" נישט די ערשטע מאל.

מוסף און שאלעשידעס תורות איז אן ארטיקל פאר זיך ועוד חזון למועד.

ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:32 am

· #462620
מה בכך
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דער טיטל ..."הנגיד"... איז איהם געגעבן געווארן. נישט צוליעב זיין באנק אקאונט. נאר ווייל ער האט צוגעווארפן א פאר דאללער (פון יענעמ'ס געלט)פאר עטליכע מוסדות אין ארץ ישראל...!

דער משפחה מעגעזין האט באטיטלט איינעם א פארשוין (מלשון פרשנדתא) וועלכער האט באגנב'ט א האלבע וועלט. אויך נאכדעם וואס ער איז באשולדיגט געווארן אין הויל גניבה. און דער דזשאדזש האט איהם געווארנט אז ער זאלל סטאפן. און ער האט נישט געפאלגט. מיט'ן טיטל ..."הנגיד""...!

מי האיש ?

איך בין נישט אזוי באהאוונט און עטלכע טעכנישע פרטים פון די סיסטעם סאון אויב איינער קען מיך קאנטעקטן און אישי וואלט איך עס זייער עפרישיעטעט
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כימי נהר
לחיים

גבור חיל » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 9:30 pm

· #462672
📎 IMG_20201116_212950_300.jpg

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 8:13 pm

· #463951
רביה''ק זי''ע
א רבי קען נישט זינדיגן ווייל ער איז דער וואס מאכט די הלכות, און אפילו אויב ער איז עובר אויף זיינע אייגענע הלכות האט ער א מיגו אז ער וואלט געקענט טוישן די הלכה. דו דערמאנסט מיר, כ'האב אמאל געזאגט פאר מיין טאטע אז ס'דא א געוויסע שטיקל פון דאווענען וואס דער רבי קען נישט אזוי גוט די נוסח, האט מיר מיין טאטע געזאגט אז ס'נישט דא אזא זאך, וויאזוי דער רבי דאוונט דאס ווערט די נוסח...

נאכאמאל, ס'ווענדט זיך וויאזוי דו מעסט וואס הייסט אן עבירה, אויב דיין מעסטער איז אידישקייט איז דער רבי דער מעסטער, אין ארטאדאקסישע אידישקייט ווענדט זיך פשט אין די תורה לויט וויאזוי די רבנים טייטשן עס אויס, און אז דער רבי האט געטון עפעס הייסט עס אז לויט זיין פשט אין די תורה מעג מען עס טון. ווידער אויב דיין מעסטער איז די תורה שבכתב אדער עפעס א מאדערנע מושג ווי הומעניזם אדער קאנסיסטענסי איז דער רבי דאך נישט מחויב צו דיינע שיטות, איהם פאלט אפילו נישט ביי צו תשובה טוהן דערויף.

היינט איז מיר איינגעפאלן לויט דעם א שיינע פשט, אלע קענען דאך די מעשה פון דוד המלכ'ס זינד מיט בת שבע און אוריה החתי, און וואס רבי יונתן זאגט דערויף אין שבת נו. "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, שנאמר ויהי דוד לכל דרכיו משכיל והשם עמו", פשט איז אזוי. די גמרא דרש'נט דאך אין סנהדרין צג: אויף דעם אויבנדערמאנטן פסוק, וואס מיינט "והשם עמו"? זאגט די גמרא אז ס'מיינט שהלכה כמותו בכל מקום, לויט דעם שטימט זייער גוט רבי יונתן, אז ס'שטייט אין פסוק אז די הלכה איז אלעמאל ווי דוד קומט דאך אויס אז ער קען נישט זינדיגן, ווייל וואס ער זאל נאר נישט טוהן האבן מיר א מעשה רב אז מ'מעג...

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 2, 2022 10:03 pm

· #497384
טאמבל סאס
איך בין ביטער דורשטעריג, מיינע לונגעלעך שמאכטן נאך אביסל פייכטקייט, קום איך אריין אין קאך, איך וויל נעמען א קאלטן טרונק פון פרידזש, טרעף איך עס צו מיין אנטריסטונג אויף די קאונטער וואו דאס באטל בראט זיך שוין אויף די זון די לעצטע פאר שעה.. שאקס.
פארוואס דארף מען עס אייביג לאזן אינדרויסן? און די זעלבע איז מיין קשיא אויף די מילך וואס איך טרעף יעדן צופרי ליגן א אפגעווארעמטער נעבן קראן, עטס זענטס אויף'ן קאפ געפאלן? ווארעמע מילך? וואס מיינסטו, וואו זעמער דא? אינעם מיטל אלטער, ווען מען האט געטרונקען ווארעמע זויער-מילך גלייך פון דד הפרה?
איך דארף דיר נישט זאגן אויף וועמען עס ווילט זיך אויסגיסן א פנחס'דיגע גרימצארן.

טאמבל סאס: א תגובה אויף אן אלטע תגובה. די וועלכע לאזן אויס דעם פנחס'דיגן גרימצארן אויף די (געוועזענע) ווייב האבן שוין היינט נישט דעם פראבלעם. זיי דארפן זיך אויסלערנען אליין צוריקצולייגן די באטלעך (קאלטע) דרינקס און מילך...!

שאלתיאל » דינסטאג אפריל 5, 2022 6:09 pm

· #497623
אן אלוועלטליכע פראבלעם מיט וואס דער מענטשהייט פלאגט זיך און רעגט אויף יעדן ארנטליכן מענטש...טרעפן ווי ס'הייבט זיך אן דער סקאטשטעיפ, און בדר"כ ווען מען טרעפט שוין ענדליך דער אנהויב און מ'הייבט אן רייסן מיט איין אימפעט קומט מיט נאר א פיצי שטיקל וואס צווינגט דיך אנצוהייבן די גאנצע פרשה פון אנהויב. איך מיין ס'שוין העכסט צייט, ס'איז 2022, מ'שיקט מענטשן צום אטמאספערע, ביטע קומט אויף מיט אן אנפאל פאר דעם אפקומעניש.

חאניאק » דינסטאג אפריל 5, 2022 10:16 pm

· #497649
די ציוניסטישע מדינה רעגט מיך אויף 😲
ציוניסטישע סימפאטיע רעגט מיך אויף 😢
אידן וואס פארדאמן נישט די ציוניסטישע אנטיסעמעטיזום 😢
איך בין אינגאנצן אויפגערעגט

ברוינשטיין » דאנערשטאג אפריל 7, 2022 11:18 pm

· #497766
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
-גוטע בחורים.

-(אזויגעריפענע) סוקסעספולע אינגעלייט.

-חדר באָסעס וועלכע רייסן אַרום מיט געהלע לעמפן וויבאַלד סוף גאַס דאַרפן זיי מאַכן אַ "פיק אָפ", (אַזוי אַז אַלע קאַרן פאָרן נאָר האַלבוועגס).

-מאַנכע וואָס זענען אויפגעקלערט אַז פוטין איז נישט אַזוי געפערלעך.

-נול קאָנפידענט מענטשן וואָס ווען איך טרעף זיי, באַוואַרפן זיי מיך מיט קאָמפלעצירטע פראַגעס, א שטייגער ווי: העי וואָטיצעך פאַרוואָס דרייווט נישט דיין ווייב? ס'איז דיין סטייל אז דיין ווייב זאָל שוין פון לאַנג דרייוון, ניין?
דעי אידיאטן פרובירן אז איך זאָל זיין אויפן טיש און זיך פאַרענטפערן ווי איידער זיי זאָלן מיזן רעדן פון זייערע לעבנ'ס דורכפעלער...

-שלש סעודות! #גרעפצעס #טריקענע-טונאַ #שוויציגע-בעקעטשעס #נאָכגעלאָזט #עקלדיג #ליפטלעך-פון-מיטליעריגע-אויפגעגעבענע-אידן (רבותי פאָלגט מיך וועט אייך גוט זיין, "קאָט איט אוט פראָם יאָר אינטערנערי").

-טיק-טאַק.

-כולל אינגעלייט וועלכע ווילן נישט רעדן מיט מיך געוויסע זאַכן וויבאַלד איך בין נאָך אַ בחור. מיסטער כולל אינגערמאַן איך האָב פאַר דיר גרויסע נייעס, כ'האָב שוין צאַמגעהערט מער חאַזעריי ווי דיין חתן רבי דורכויס זיין גאַנצע קאַריערע.

חאניאק » דאנערשטאג אפריל 7, 2022 11:59 pm

· #497768
ברוינשטיין
-גוטע בחורים. פארוואס טאקע?

-(אזויגעריפענע) סוקסעספולע אינגעלייט.

-חדר באָסעס וועלכע רייסן אַרום מיט געהלע לעמפן וויבאַלד סוף גאַס דאַרפן זיי מאַכן אַ "פיק אָפ", (אַזוי אַז אַלע קאַרן פאָרן נאָר האַלבוועגס).

-מאַנכע וואָס זענען אויפגעקלערט אַז פוטין איז נישט אַזוי געפערלעך.

-נול קאָנפידענט מענטשן וואָס ווען איך טרעף זיי, באַוואַרפן זיי מיך מיט קאָמפלעצירטע פראַגעס, א שטייגער ווי: העי וואָטיצעך פאַרוואָס דרייווט נישט דיין ווייב? ס'איז דיין סטייל אז דיין ווייב זאָל שוין פון לאַנג דרייוון, ניין?
דעי אידיאטן פרובירן אז איך זאָל זיין אויפן טיש און זיך פאַרענטפערן ווי איידער זיי זאָלן מיזן רעדן פון זייערע לעבנ'ס דורכפעלער...

-אַ טיפיקעל גרויען שאַליקל אויפן פלייצע פון אַ זעכצן יעריג בחור וועלכע מיינט אַז גאַנץ באָראָ פּאַרק וועט פאַלן צו זיינע קניען. קום אריין קלארער

-שלש סעודות! #גרעפצעס #טריקענע-טונאַ #שוויציגע-בעקעטשעס #נאָכגעלאָזט #עקלדיג #ליפטלעך-פון-מיטליעריגע-אויפגעגעבענע-אידן (רבותי פאָלגט מיך וועט אייך גוט זיין, "קאָט איט אוט פראָם יאָר אינטערנערי"). 😃

-טיק-טאַק.

-כולל אינגעלייט וועלכע ווילן נישט רעדן מיט מיך געוויסע זאַכן וויבאַלד איך בין נאָך אַ בחור. מיסטער כולל אינגערמאַן איך האָב פאַר דיר גרויסע נייעס, כ'האָב שוין צאַמגעהערט מער חאַזעריי ווי דיין חתן רבי דורכויס זיין גאַנצע קאַריערע.

קידוש » פרייטאג אפריל 8, 2022 12:40 pm

· #497785
"כולל אינגעלייט וועלכע ווילן נישט רעדן מיט מיך געוויסע זאַכן וויבאַלד איך בין נאָך אַ בחור. מיסטער כולל אינגערמאַן איך האָב פאַר דיר גרויסע נייעס, כ'האָב שוין צאַמגעהערט מער חאַזעריי ווי דיין חתן רבי דורכויס זיין גאַנצע קאַריערע".

די ברענגסט מיר ארויף ביטערע קאשמארען פון מיינע צוויי חברות(חתנים פארן חתונה) האבען שוין נישט געפאסט צו שמעוסען מיט מיר ווייל זיי ווייסען שוין צופיל אין עס קען זיך ח"ו ארויסגליטשען א שמוציגע ווארט

מיליאנער » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 12:25 am

· #514640
בין איך יעצט געוואויר געווארן אז די באקאנטע מפואר דשודעיקא איז א פאלנע גנב.

ער האט ערלעדיגט אז יעדע מאל איינער לייגט אריין אין גוגל זיין קאנקורענט malchut.com (מלכות) קומט ער אן נישט-מער-און-נישט-ווייניגער צו מפואר דאט קאם! און די מפואר לאגא איז נאך אזוי פארשטיפט אז ניטאמאל כאפט מען אז מ'קויפט גאר ביי א צווייטע געשעפט!

דאס איז ממש אזויווי איך האלט אינמיטן געבן געלט פאר איינעם, קומט א צווייטער און לייגט שטילערהייט אינטער זיין האנט און שפאצירט אוועק מיט די געלט.

איך וויל זאגן פאר מיסטער מפואר, דאס איז גזילה ממש! און עס איז א בושה אז א איד זאל טון אזאנס פאר א צווייטע איד נאך דערצו פאר א אייגענע טאטע!

פישל » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 12:43 am

· #514641
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ווי קומט אריין גניבה דא? ער האט געקויפט די דאמיין מלכות דאט קאם, און ער פארווערד עס צו זיין מפואר וועבסייט.
אז מלכות האט נישט מצליח געוועהן צו באקומען דעם דאמיין איז עס זיין פארלוסט, that’s the game.
איך שטעל זיך פאר אז ער האט געצאלט ממון ודמים פאר דעם.

אגב די קאר קאמפעני ניסן האט אויך נישט די דאמיין Nissan.com ס׳באלאנגט פאר א צווייטע קליינע קאמפעני.

מיליאנער » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:24 am

· #514646
נא, מיין טענה איז נישט אז ער האט גע'גנב'ט די דאומעין נעים מיין טענה איז אז ער רויבט צו מיין געלט. ער ווייסט אז איך וויל געבן מיין געלט דווקא פאר מלכות און ער גייט במזיד און נעמט די געלט פאר זיך. פלעין. סימפל.

אפילו לשיטתך איז ער א חיה רעה זיכער.

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 2:51 am

· #514650
פישל
די קאר קאמפעני ניסן האט אויך נישט די דאמיין Nissan.com ס׳באלאנגט פאר א צווייטע קליינע קאמפעני.
איך האב אמאל געהערט פון הרב (אדמו"ר) איתמר גינזבערג, אז זיי האבן באצאלט שווערע געלטער פאר א איד מיטן נאמען ניסן וואס האט געהאט א gmail אויף זיין נאמען, אז ער זאל עס אוועקגעבן פאר זיי.
לויט ווי עס ליגט מיר אין קאפ האבן זיי געגעבן 50 אלפים דערפאר.

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:08 am

· #514652
עס דערמאנט מיר פון די מעשה אז בשעת טראמפ איז געלאפן אנטקעגן קלינטאן פאר די 2016 פרעזידענטליכע עלעקשאן, איז געווען געוויסע שפעקעלאציעס וועגן איר געזונט צושטאנד. פארשטייט זיך אז די טראמפ לאגער האט עס געזיכט אויפצובלאזן, און רודי דזשוליאני האט עס געפאמפט אויף טעלעוויזיע. האט ער זיך אויסגעדריקט אזא פליטת פה פאר א רעפארטער וואס האט זיך גע'טענה'ט מיט אים, אז מען דארף בלויז ארויפגיין אויפן אינטערנעט און זיכן https://hillaryclintonillness.com און מען וועט טרעפן וואס מען זיכט.
איז געגאנגען די קאמידיאן דזשאן אליווער און אפגעקויפט די דאמיין, און עס געניצט אפצו'חוזק'ן פון דזשוליאני. ער האט דאן אויך אפגעקויפט דעם דאמין http://giuliani2024.com און ארויפגעשטעלט א חוזק ווידיא.

פישל » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 12:24 pm

· #514666
זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיליאנער
נא, מיין טענה איז נישט אז ער האט גע'גנב'ט די דאומעין נעים מיין טענה איז אז ער רויבט צו מיין געלט. ער ווייסט אז איך וויל געבן מיין געלט דווקא פאר מלכות און ער גייט במזיד און נעמט די געלט פאר זיך. פלעין. סימפל.

אפילו לשיטתך איז ער א חיה רעה זיכער.
איך וואלט דאס מער צוגעגליכן צו Main Street Optical און Brightview Optical.
מיט אפאר יאר צוריק האט מעין סטריט אפטיקל געעפענט א געשעפט גראד אנטקעגן איבער די קאקורענט ברייטוויוא. קומט א איד פון שטאט, ער קען נישט די מאנסי גאסן אזוי גוט, און ער שפאצירט אריין אין מעין סטריט אפטיקל מיינענדיג אז דאס איז ברייטוויוא, און קויפט דארט א פאר ברילן, איז דאס אויך גניבה לשיטתך?

אויף מפואר׳ס וועבסייט זעהן מען קלאר זיין לאגא.

אגב, ווען איך בין מלכות וואלט איך געמאכט א גוגל עדס קאמפיין אויף די keyword מפואר אז ווען איינער זוכט די ווארט mefoer אדער mefoer judaica זאל די ערשטע רעזאלטאט זיין די וועבסייט פון מלכות (און אפי׳ נישט דערמאנען די וואר מלכות אין די סורטש רעזאלט). ס׳קוקט אויס אז מפואר נוצט דערווייל נאכנישט קיין גוגל עדס.

That’s business, my friend:)

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 2:32 pm

· #514676
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
@פישל איך קען הערן ביידע זייטן, אבער איך האלט נישט אז דיין משל איז ממש א צוגלייך.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 2:43 pm

· #514678
שמן, צו גלייבן א מעשה אז ניסאן קארפאראציע איז אינטרעסירט אפצוקויפן איינעמס Gmail חשבון, ווייסעך נישט ווער ס'איז מער דום, איתמר פארען פארציילן די בדותא אדער דו פארען עס אפקויפן.

ומכאן ג"ש פאר די אלע 'היימישע עקספערטן וואס זענען מייעץ פאר גוגל' יע יע. אפשר האבען זיי אמאל געשיקט פארען גוגעל קאפיטיריע קעכער א גוטע רעסעפי פאר פאטעטא קוגל.

צקון לחש » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:14 pm

· #514681
איך קען נישט גלייבן אז דעי מלכות מפואר סייט שטיק קען זיין אקצעפירט אלץ א טיפישע ביזנעס טעקניק.
איך שפעקעליר אז ס'איז ענדישער אן אפרעכענונג כלפי עפעס אן אומרעכט פון מלכות לדעתם פון מפואר.

עקלדיג (כ'מיין "מפואר") איז עס בכל אופן, אפגערעדט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן.

סאנטיאגא » זונטאג יאנואר 1, 2023 3:48 pm

· #514814
רביה''ק זי''ע
דאס איז א זאך וואס כ'האב לעצנטס אנגעהויבן צו באמערקן, לעצטנס רעדן פרויען עפעס מיט א צוקראצטע שטימע, בעיקר ביים סוף פון א זאץ, כלומפרשט דארף עס צו זיין קול אבער ס'גייט מיר געפערליך אויף די נערוון, כאילו די פרויערישע שפראך משוגעת'ן ביז היינט זענען נישט גענוג געווען. יעצט בין איך געוואויר געווארן אז ס'האט א נאמען אויך, ס'רופט זיך "vocal fry", הערט און ווערט נערווירט.
איך ליעס מיך מיט דיר, דאס איז נישט דוקא א פרויענישע זאך. ס'איז א מענטשליכע זאך. (ווער נישט סטאק מיט א סטיראטיפ) איך פארשטיי אביסל צו שטימע איך בין שוין אפגעזיצן ביי לערערס און לערערינס, און איך קוק שוין די נושא אויף יוטוב פאר א שיינע פאר יאר vocal fry איז א חלק פון די frequency פון א שטימע. אבער יעדער מענטש האט עס אין זיך, רעדיא בראודקעסטערס אדער א וואויס אווער ארטיסט וואס מ'נוצט צו דראמאטיזירן די פריוויא פון דזשעמס באנד מאוויס האט אויך א שארפע vocal fry די חילוק איז, זיינס איז אויסגעשלייפט און ס'גרידזשעט נישט אזוי, ער ווערט נאך באצאלט פאר דעם אויך, כאפסט? זינגערס נוצן עס אסאך פאר שטיק, היימישע אויך. איך האלט גראדע ס'איז שיין. פארשטייט זיך אז מ'האט קאנטראל דערויף.

דאס וואס דיר באדערט האט מער מיט געוויסע אקצענטן פון LA ס'הייסט valley girl accent קים קארדאשיאן ועוד, רוב פרויען אין יענע קליפ וואוינען/דרייען זיך אין האליוואד, איין סאורס טענה'ט אז בריטאניע ספעירס האט עס אריינגעברענגט ווען איר'ס א ניגון איז געווארן די הסתרה hit פון די 2000s וואס איז מסביר אסאך אלס זינגען טעכניק אויס. יצחק פוקס, ישי לפידות, יואלי ווייס, מיכאעאל (יעדע דריטע קאנטרי זינגער) און שלמה ארצי האבן עס פונקט אזוי

יעדע שטימע פארמאגט א געוויסע רענדזש, אז דו וועסט אראפפארן צו די נידריגסטע נאט פון א פיאנא וועסטו הערן די זעלבע סאונד מיט א קראצעדיגע ווייברעישן, און ווי באקאנט האבן פרויען א העכערע רעינדזש ווי מענער, סא אז זיי רעדן אזוי איז עס היבש אפגערוקט פון א געווענליכע פרוי'ס נאטירליכע רענדזש.

נאדיר א מאנספערזאן טיטשער וואס איז מסביר מער איבער פארבראטן די שטימע

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 2, 2023 1:35 am

· #514876
מיך רעיגט אויף אז די גאנצע עולם טרעפט אויף וואס זיך צי רעיגן און איך שטיי דא ווי א לוזער און איך האב נישט אויף וואס, האט עטץ געהערט אזאנס איך בין קיינעם נישט מוחל, אלעמאל מיך, איך ווייס ענק האבן דעיס אויסגעפלאנט נאר מיך אפציטין, עטץ זענטס קיינמאל נישט געוועין מיינע פריינד, יעצט קימט ארויס ענקער אמת'ע פנים 😈 😈 😈 😈 ...... עקשלי רעיג איך מיך שוין, וועלקם טו די קלאב יעצט בין איך שוין אויך אין חברה רעיגערס...... 😂 😂 😂 😂

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 2, 2023 2:14 am

· #514877
דערמאנסט מיר פון די מעשה פון ר' ברוכ'ל מעזיבוזער. ער פלעגט מקפיד זיין זיך צו רעגן און שרייען אויף די גבאים יעדע ערב שבת... (מי יבין בסוד קדושים), יעדע וואך האט ער געטראפן עפעס וואס איז נישט בסדר און ער האט זיך גערעגט דערויף.

איין וואך האבן די גבאים זיכער געמאכט אז אלעס איז מסודר און אלעס איז אין פלאץ, און זיי האבן געוואלט זען וואס ער גייט טון. ווען ר' ברוכ'ל איז אריינגעקומען אין שטוב אין געזען אז אלעס איז מסודר, האט ער זיך גענומען צו רעגן און שרייען, "אלעס האט עטץ געלייגט אין פלאץ!! ענק לאזן מיר נישט זיך רעגן"!!

קאויטש פאטעיטאוי » מאנטאג יאנואר 2, 2023 2:50 am

· #514878
חאניאק
די ציוניסטישע מדינה רעגט מיך אויף 😲
ציוניסטישע סימפאטיע רעגט מיך אויף 😢
אידן וואס פארדאמן נישט די ציוניסטישע אנטיסעמעטיזום 😢
איך בין אינגאנצן אויפגערעגט :אומגלויבליך:
פונקט דעס רעגט מיר אויף.
דו רעגסט זיך אויף די ציונים, אודער זייער שיטה?
מיר רעגט אויף ווען מענטשן טיילן נישט אפ זאכן, ווי למשל דיר
א חוץ פון דעם, לאמיר דיר גיבן א ביסל מדע, די נאמען ציונים איז מלשון "ציון הלא תשאלו..." סא יעדע איד וואס ווארט אויף בנין הבית איז א ציוני,
וואס דו מיינסט לכאורה, איז די פאקט אז מענטשן נוצן די הייליג ווארט אויף זייערע קרומע שיטות.
האבעך גוט פארשטאנען?

נפה » מאנטאג יאנואר 2, 2023 2:49 pm

· #514904
דאס רעגט מיר אויף 📎 Screenshot 2023-01-02 144700.png פון קול הצבור היינט

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג יאנואר 2, 2023 3:08 pm

· #514908
וואלט געדארפט זיין נישט לעגאל אזא הודעה.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 2, 2023 3:20 pm

· #514910
נפה
דאס רעגט מיר אויף 📎 Screenshot 2023-01-02 144700.pngScreenshot 2023-01-02 144700.png פון קול הצבור היינט
איך קען מענטשן וואס האבן פארלוירן זייער הכנעה און ערליכקייט נאכ'ן אויסהערן דיזע האטליינס און בעלי דרשנים רח"ל, שומר נפשו ירחק מהם.

Tachlis » מאנטאג יאנואר 2, 2023 3:27 pm

· #514912
רביה''ק זי''ע
נפה
דאס רעגט מיר אויף 📎 Screenshot 2023-01-02 144700.pngScreenshot 2023-01-02 144700.png פון קול הצבור היינט
איך קען מענטשן וואס האבן פארלוירן זייער הכנעה און ערליכקייט נאכ'ן אויסהערן דיזע האטליינס און בעלי דרשנים רח"ל, שומר נפשו ירחק מהם.
איך קען מענטשן וואס האבן פארלוירן זייער שכל נאכ'ן אויסהערן די בעלי דרשנים מיט גרויסע מיילער און טייני מוחות (פארלירן שכל איז די ארגסטע)

איך האף נאר אז די אלע וואס הערן אויס די בעלי דרשנים האבן בכלל אמאל געהאט שכל

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 2, 2023 11:01 pm

· #514942
יום טוב ליפמאן צונז
וואלט געדארפט זיין נישט לעגאל אזא הודעה.
אמת, אבער "לצורך פרנסה" האט מען עס מתיר געווען 😛

מתבודד » מאנטאג יאנואר 2, 2023 11:03 pm

· #514943
צק

וויליאמסבורג

סאנטיאגא » פרייטאג פעברואר 24, 2023 4:54 pm

· #517589
ווען "טונא בייגלס" מאכן א העפי בירטהדעי פאר א חבר און מ'ווארפט יענעם די קוכן אין פרצוף. וואס אין די שווארץ פעפעריגע גארדן סטעיט? דו ביזט א שטייגער גוט יעצט הייסט? ס'איז אזוי קיוט ווי א מצוה טאנץ ווי יעדער קאשקעט זיך און דעם וועם מ'רופט אויס בלאשט פון די "אריינפאר". סטאפ מיט די קארניזם פאר א שווארץ יאר, און הער אויף צו גיסן אזויפיל אהבת חברים..

וואלווי » פרייטאג פעברואר 24, 2023 5:24 pm

· #517594
סאנטיאגא
ווען "טונא בייגלס" מאכן א העפי בירטהדעי פאר א חבר און מ'ווארפט יענעם די קוכן אין פרצוף. וואס אין די שווארץ פעפעריגע גארדן סטעיט? דו ביזט א שטייגער גוט יעצט הייסט? ס'איז אזוי קיוט ווי א מצוה טאנץ ווי יעדער קאשקעט זיך און דעם וועם מ'רופט אויס בלאשט פון די "אריינפאר". סטאפ מיט די קארניזם פאר א שווארץ יאר, און הער אויף צו גיסן אזויפיל אהבת חברים..
היינט איז דיין בירטדעי?

סאנטיאגא » מאנטאג מערץ 6, 2023 8:01 pm

· #518124
ווען דער חסיד מיט א זיבן טויזנט דאלער'דיגע שטריימל און א עקספעדישן קארגט אויף 50 טאלער פאר א מעסענדזשער סערוויס צו שיקן א טשעק פון מאנסי קיין לעיקוואד און וועט ענדערש ארויסגיין פון וועג און משוגע מאכן אלע זיינע וואטסעפפ קאנטאקטן פאר א טובה...

סאנטיאגא » מאנטאג מערץ 6, 2023 8:15 pm

· #518125
וואלווי
סאנטיאגא
ווען "טונא בייגלס" מאכן א העפי בירטהדעי פאר א חבר און מ'ווארפט יענעם די קוכן אין פרצוף. וואס אין די שווארץ פעפעריגע גארדן סטעיט? דו ביזט א שטייגער גוט יעצט הייסט? ס'איז אזוי קיוט ווי א מצוה טאנץ ווי יעדער קאשקעט זיך און דעם וועם מ'רופט אויס בלאשט פון די "אריינפאר". סטאפ מיט די קארניזם פאר א שווארץ יאר, און הער אויף צו גיסן אזויפיל אהבת חברים..
היינט איז דיין בירטדעי?
ניין אבער אין די טעג.

דארפסט מיין PayPal/cashapp פאר א מתנה?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24