☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יוני 16, 2022 11:09 am

· #502332
שמעון וואלף
א חסיד פון ווילנא
שמעון וואלף
פצעי
רביה"ק הדברי יואל זי"ע אויך נישט ( די זיידעס פלעגן אלס פארציילן מיט נאסטאלאגיע ווי זיי האבן געפעלדשט די וואלן אין סאטמאר היינט וואלט מען עס געריפן וואלן פראוד ) אבער עס מאכט נישט אויס צום עיקר ווילאנג רוב שטאט האט מקבל מרות געווען פון א ספעציפישן רב איז ער דער אויסשליסליכע מרא דאתרא מיטן גאנצע קראפט.
יא יא. מיין זיידע האט מיר דערציילט וויאזוי די וואלן אין סאטמאר זענען צוגעגאנגן. די סאטמאר רב האט געהאט אפאר שקצים וואס האבן א טאג פאר די וואלן באקלאפט די ביינער פון די קעגנער אזוי זענען זיי געבליבן אין בעט און נישט געקענט גיין וועהלן. עכ"ל פון מיין זיידע ע"ה. זיכער אמת ווייל אין אדם מוריש שקר לבניו, אבער איך זאג דיר אז אדער די אדער דיין זיידע האט געדמיונ'ט (בלשון נקיה)
אבער נניח אז עס איז אמת, אלע קהילות אין קר"י זענען חסידים פון דעים סאטמארער רב וואס האט געגאנב'ט די וואלן אין סאטמאר און ער איז געווארן נאכדעם רב און בעה"ב אין גאנץ סאטמאר, האלטן זיי דאך אזוי ווי אים
אין קר"י איז קיינמאל נישט געווען קיין וואלן פאר רב און יעצט אז ס'שוין דא עטליכע קהילות קען קיינער נישט ארויפצווינגן א רב אויף די שטאט פונקט ווי קיינער קען עס נישט טון אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג.
ווער האט געדארפט מאכן די וואלן, דער דבר"י וואס האט אנגעהויבן קר"י? דער ב"מ וואס האט עס געירשנ'ט פון דבר"י?, וואלן דארף מען אין א שטאדט אינדערהיים, אדער וואס שטייט שוין און יודן וואינען דארט און מ' וויל אויפנעמען א רב מאכט מען וואלן, אבער איינער בויעט א שטאדט און מענטשן קומען צו אים וואינען, און דערנאך זיין יורש, דארף מען פרעגן א מיינונג פון די איינוואינער?

דער ב"מ האט אויפגענומען א רב אין וומסב"ג (מבלומפערשט) האט ער געפרעגט די אידן וואס זענן דעמאלס געווען סרים למשמעותו? נישט געווען קיין 100 יודן אין ביהמ"ד וואס האבן אים געוואלט

דאס וואס די שרייבסט אז עס איז דא אפאר קהילות איז דאך אזא ליצנות, ווייל קר"י איז אייביג געווען ליבעראל און געלאזט עפענען קהלות אנדערש ווי אין סקווער, כתר, טאהש, גיבערס און סיי ווי עס איז דא א חסידות שטעדטל אין די וועלט, צוליב דעים מעג מען שוין אינטערברעכן די מרא דאתרא?, משא"כ די אנדערע שטעדט וועט מען נישט טשעפען? א בחינה פון חוטא נשכר

מ' לאזט דיך עפענען אייגענע בתי מדרשים, קהילות, און היינט אפילו מוסדות, אבער די איין זאך בעט מען פון דיר האק נישט אינטער די כח הרבנות

דער וואס בויעט די שטאט דארף נישט קיין וואלן אבער ס'נישטא קיין ירושה ביי דעם. אזוי האסטו מברר געווען אדער אזוי ווילסטו עס זאל זיין? געשאסן א סטעיטמעינט אן דעקונג
די רב וואס די ב"מ האט אויפגענומען אין וומ"ס האט טאקע די זעלבע דין מר"א דאתרא ווי מהר"א אין קר"י
מ'לאזט עפענען קהילות? על אפם וחמתם האט מען געעפענט. קיינער ברעכט נישט אינטער; מהר"א קען בלייבן מרא דאתרא אין זיין קהילה און בית מדרש און זאל נישט טשעפענען אנדערע אידן וועט ער נישט צוריק כאפן.

על אפם וחמתם? די ביסט עכט אומוויסענד און דאמב? רוב בתי מדרשים האבן עס געטון ברשות, גאנץ לעצטענס דינוב און תוא"י, טאשער רבי זצ"ל וואלט געלאזט עפענען א ביהמ"ד אן רשות? און פארוואס עפענט קיינער נישט על אפם וחמתם אין די אנדערע שטעדט? נאכאמאל, איך ווייס נישט אויב די מאכסט זיך אדער די ביסט

signout » דאנערשטאג יוני 16, 2022 1:53 pm

· #502346
שמעון וואלף
א חסיד פון ווילנא
שמעון וואלף
פצעי
רביה"ק הדברי יואל זי"ע אויך נישט ( די זיידעס פלעגן אלס פארציילן מיט נאסטאלאגיע ווי זיי האבן געפעלדשט די וואלן אין סאטמאר היינט וואלט מען עס געריפן וואלן פראוד ) אבער עס מאכט נישט אויס צום עיקר ווילאנג רוב שטאט האט מקבל מרות געווען פון א ספעציפישן רב איז ער דער אויסשליסליכע מרא דאתרא מיטן גאנצע קראפט.
יא יא. מיין זיידע האט מיר דערציילט וויאזוי די וואלן אין סאטמאר זענען צוגעגאנגן. די סאטמאר רב האט געהאט אפאר שקצים וואס האבן א טאג פאר די וואלן באקלאפט די ביינער פון די קעגנער אזוי זענען זיי געבליבן אין בעט און נישט געקענט גיין וועהלן. עכ"ל פון מיין זיידע ע"ה. זיכער אמת ווייל אין אדם מוריש שקר לבניו, אבער איך זאג דיר אז אדער די אדער דיין זיידע האט געדמיונ'ט (בלשון נקיה)
אבער נניח אז עס איז אמת, אלע קהילות אין קר"י זענען חסידים פון דעים סאטמארער רב וואס האט געגאנב'ט די וואלן אין סאטמאר און ער איז געווארן נאכדעם רב און בעה"ב אין גאנץ סאטמאר, האלטן זיי דאך אזוי ווי אים
אין קר"י איז קיינמאל נישט געווען קיין וואלן פאר רב און יעצט אז ס'שוין דא עטליכע קהילות קען קיינער נישט ארויפצווינגן א רב אויף די שטאט פונקט ווי קיינער קען עס נישט טון אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג.
ווער האט געדארפט מאכן די וואלן, דער דבר"י וואס האט אנגעהויבן קר"י? דער ב"מ וואס האט עס געירשנ'ט פון דבר"י?, וואלן דארף מען אין א שטאדט אינדערהיים, אדער וואס שטייט שוין און יודן וואינען דארט און מ' וויל אויפנעמען א רב מאכט מען וואלן, אבער איינער בויעט א שטאדט און מענטשן קומען צו אים וואינען, און דערנאך זיין יורש, דארף מען פרעגן א מיינונג פון די איינוואינער?

דער ב"מ האט אויפגענומען א רב אין וומסב"ג (מבלומפערשט) האט ער געפרעגט די אידן וואס זענן דעמאלס געווען סרים למשמעותו? נישט געווען קיין 100 יודן אין ביהמ"ד וואס האבן אים געוואלט

דאס וואס די שרייבסט אז עס איז דא אפאר קהילות איז דאך אזא ליצנות, ווייל קר"י איז אייביג געווען ליבעראל און געלאזט עפענען קהלות אנדערש ווי אין סקווער, כתר, טאהש, גיבערס און סיי ווי עס איז דא א חסידות שטעדטל אין די וועלט, צוליב דעים מעג מען שוין אינטערברעכן די מרא דאתרא?, משא"כ די אנדערע שטעדט וועט מען נישט טשעפען? א בחינה פון חוטא נשכר

מ' לאזט דיך עפענען אייגענע בתי מדרשים, קהילות, און היינט אפילו מוסדות, אבער די איין זאך בעט מען פון דיר האק נישט אינטער די כח הרבנות

דער וואס בויעט די שטאט דארף נישט קיין וואלן אבער ס'נישטא קיין ירושה ביי דעם.
די רב וואס די ב"מ האט אויפגענומען אין וומ"ס האט טאקע די זעלבע דין מר"א דאתרא ווי מהר"א אין קר"י
מ'לאזט עפענען קהילות? על אפם וחמתם האט מען געעפענט. קיינער ברעכט נישט אינטער; מהר"א קען בלייבן מרא דאתרא אין זיין קהילה און בית מדרש און זאל נישט טשעפענען אנדערע אידן וועט ער נישט צוריק כאפן.

די רבנות פין מהר''א אין ק''י איז נישט ווי מהרז''ל'ס רבנות אין וומסב''ג, ביי מהרז''לס רבנות אין וומסב''ג האט דער ברך משה אליין נישט אייביג געוויסט דערפון נעבעך, ס'איז א ווייטוג אז מ'דארף דערפון רעדן, דער ב''מ איז געווען א הייליגע איד, אבער ס'ליידער דברים ידועים, מ'פלעגט נעבעך הערן פארקערטע סטעימענטס, לויט דיין חשבון איז דאך דא מענטשן וואס האבען געהערט ווי דער ברך משה נעמט אויף מהר''א אלס רב הצעיר,

פצעי » דאנערשטאג יוני 16, 2022 11:28 pm

· #502398
שמעון וואלף
דער וואס בויעט די שטאט דארף נישט קיין וואלן אבער ס'נישטא קיין ירושה ביי דעם.
די רב וואס די ב"מ האט אויפגענומען אין וומ"ס האט טאקע די זעלבע דין מר"א דאתרא ווי מהר"א אין קר"י
מ'לאזט עפענען קהילות? על אפם וחמתם האט מען געעפענט. קיינער ברעכט נישט אינטער; מהר"א קען בלייבן מרא דאתרא אין זיין קהילה און בית מדרש און זאל נישט טשעפענען אנדערע אידן וועט ער נישט צוריק כאפן.
איך זעה אז מענטשן האבן נישט די מינימום וויסענשאפט וואס דאס מיינט א מרא דאתרא, אדער ווילן זיי נישט וויסן..

וועל איך פרובירן אביסל עס צולייגן אויף קליין געלט בעז"ה.

ווען די ראשי קהילה פון סיי וועלכע שטאט/שטעטל מאכן אפ א גרינע דאנערשטאג אז זיי ברויכן א רב זאל עס זיין אויבער-נאנאש צו אינטער-ווישאווע צו גרויסוואדיין אדער קליינווארדיין גייען די ראשי קהלה ארויס אויף די יארכע צו אפיר זיכן א שטיקעלע תלמוד חכם צו אויב זאל די ספעציפישן שטאט זיין א גרויס חלק פון א געוויסע חסידות וועלן די ראשי קהלה אריינגיין צו יעדעם רבי'ן אין זיך שואל עצה זיין וועם מען זאל קרוינען אלץ רב אין די רבי וועט זיי צושטעלן א שיינעם שידוך וואס זאל זיין דעם רב.

איינמאל דער תלמוד חכם'ל איז עולה לגדולה אין ווערט געקרוינט אלץ אפיציעלע מרא דאתרא להלכה ווערט ער דער אויסשליסליכע בעל בית אויף דעם שטאט על פיו יסעו ועל פיו יחנו ער קאנטראלירט די שחיטה ער איז דער איינציגסטער מסדר קידושין אין שטאט פארשטייט'צעך אז ס'האבן געקענט זיין נאך בתי מדרשים אין שטאט אבער אלעס איז געווען אינטער זיין השפעה אין לפי רוחו ווען די אור החסידות האט זיך פארשפרייט איבער דעם גל גלאבאלע אייראפע'ישע קאנטענענט אין א באדייטענדע צאל פון א געוויסע קהילה זענען געווען חסידיש געשטימט האט מען אינטער די קהילה פארמירט א חסידישע בית המדרש ווי רביה"ק הדברי יואל זי"ע פלעגט אין סאטמאר אריבערגיין צום אשכנזי'שע שוהל דרש'נען געציילטע שבתים אין יאר חיסידישע שטיבעלעך האבן זיך געמערט אין יעדע שטאט אין געוויסע רבי'ס זענען ניטאמאל געווען די רב אין שטאט לדוגמה, דער חוזה אין לו לובלין איז געווען רבי ווען די ראש הברזל איז געווען דער מרא דאתרא, ווילאנג מען האט זיך אינטערגעווארפן אינטערן מרא דאתרא איז נישט געווען קיין שום פראבלעם, ווי פארשטענדליך קען מען נישט עפענען א פרישע קהילה אויב דער רב איז נישט מסכים אין איז מקפיד דערויף, איך וועל נישט ברענגען די מראי מקומות אין די פוסקים עס איז מיר גענוג דאס וואס די היסטאריע צייגט, סיגוט... מונקאטש... ועוד ועוד ואכמ"ל.

אויב עס זענען יא אויפגעשטאנען אזאנע וואס האבן מורד געווען אנטקעגן די מרא דאתרא איז געגאנגען פייער פון די באלאטעס אין עס איז געפלויגן קול קורא'ס אין חרמות קעגן דעם יעניגער וואס האט באשלאסן צו מורד זיין.

די טעקניקל חלק וויזוי עס האט גע'ארבעט דאס אויפנעמען א נייעם רב איז צוגעגאנגען דורך צוויי פון די וועגן ווי פאלגענט.

איינס. די ראשי קהילה האבן זיך פארשמעקט איינעם אין די בני קהילה האבן אלע מסכים געווען אין מקבל מרות געווען אין געווען נאה להם ונאה לעולם ושלום על ישראל
אויב האט זיך געמאכט אז א מיעוט גלייכט נישט דעם תלמוד חכם'ל אויב איז עס בפשטות א מיעוט האט מען נישט געמאכט דאס גע'נער פונעם גאנצע קהילה אין מען האט זיי געלאזט אויסגעבן דאס כעס על עצים ואבנים.

צוויי. אויב זעהט מען אז די מצב איז ביטער אין די קהילה אין מיאוס צופראסקעט איבער דעם ניי איינגעליידענטע תלמוד חכם'ל/בנש"ק אין מען זעהט זיך נישט ארויס פון די בלאטע ווען מען ווייסט נישט צו רוב קהילה גלייכט דעם יונגערמאן מאכן די ראשי קהלה אפ אז גענוג מיט די מחלוקת אין פירוד לבבות אין מען שטעלט אויף די וואלן בוטקעס אין מען טיילט בעלאטן פארן עולם אין ויסעו מען שמייסט דעם ציבור צו די וואלן אין דורך דעם ווערט מען געוואר צו דער געליידענטער האט א רוב וואס וועט מקבל מרות זיין פון אים אקורשט דאס איז געווען די מציאות אין סאטמאר ביי רביה"ק הדברי יואל זי"ע, אויב געווינט ער אדער עס געלונגט אים צו באקומען די רחמנות פון די מתים ווי אינזער ירים הודו עפענט מען דעם פלעשל יין שרף אין מען ווינטשט דעם ניי געקומענע מרא דאתרא א היליכיגן מזל טוב....

פצעי » דאנערשטאג יוני 16, 2022 11:29 pm

· #502399
דאס רעדל האט זיך א דריי גע'געבן אין היטלר האט אויס גע'שחטן א זעקס מיליון אידן אין רביה"ק הדברי יואל זי"ע האט צו אינזער מזל גע'אנקערט אויף די ניו יארקער האפן אין אויפגעבויעט דעם דת על תילה דאהי אינעם וויסטן אמעריקא.. יעצט לאמער צירוקדרייען דעם זייגער מיט א שיינע פאר יאר ווען דער ערשטע קהילה האט זיך געגרינדעט למזל טוב אין וויליאמסבורג די גליקליכע ראשי קהלה האבן אויפגענימען א רב דאס יעניגע רב האט אנגעכאפט דאס אמעריקאנע גייסט אין געמאכט פורים פאר זיך אין זיך נישט דערקלערט אז זיין קהילה האט געכאפט די ערשטע וויליאמסבורג ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם אז נאך ראבייס וועלן מאכן דאס יו"ט פאר זיך אזוי האבן זיך געגרינדעט מאסן קהילות ווי שוועמל נאך א רעגן קיינער פון די ראבייס האט נישט אינטרעסירט די רוחניות אין וויליאמסבורג, די פלייש געשעפטן האבן געבלינקן אמאל כשר אמאל נישט ( דברי יואל זי"ע ), זיי האט אינטרעסירט די פעטע פעי טשעק יעדע וואך..

אלזא ווען דער דברי יואל זי"ע האט געלאנדעט אין ווילי האט ער ג'עפענט נאך א קהילה ווי אלע קהילות אין דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די דברי יואל זי"ע האט נישט געשמעקט צו אויפשטעלן א עירוב זיך פרעגענדיג אליין ווער טראגט דער רוחניות'דיגע אחריות דא אין שטאט?

ממילא ווען דער ברך משה זי"ע האט אויפגענומען זיין זוהן ( אויב מען קען עס אזוי אנריפן. ) האט ער אים אויפגענימען נאר אויף זיין קהילה וזה הוא נאר אויף זיין קהילה האט ער געהאט דאס בעלות..

פרעגט איינער וויזוי קען מען אויפנעמען א מרא דאתרא אויף וויליאמסבורג זוי קען מען מאכן דעם עירוב אין דאס אויסגעמוטשעטע בני בית וועלן קענען שטופן דעם וועגעלע מיט רואיג'קייט?

די תירוץ איז מען קען נישט! די קערידזש בלייבט פארקירט שבת!

חוץ... אויב אלע ראשי קהילת ביינאזאם מאכן אפ אז מען נעמט אויף איינעם א העכערע אויטאריטעט וואס אלע וועלן הארכן צו זיין פסק.

אדער מאכן אלע קהילות אפ אז מען שטעלט וואלן אין אלע רבי'ס וועלן זיין אויפן בעלאט... ס'העט זיין פריילעך אויב דאס עט פארווירליכט ווערן.... לייגט אבער נישט גרויס האפענונג דערויף...

פצעי » דאנערשטאג יוני 16, 2022 11:29 pm

· #502400
אלזא, עמער זיך צירוק קערן צום עיר המרא דאתרא'ס קרית יואל...

דער גרינדער פון קרית יואל דער דברי יואל האט געבויעט דעם שטעטל מיטן איינע בלויזע ציהל צו אויפשטעלן א שטאט ווי אינדערהיים מיט אלע פיטשוויקעס מיט א מרא דאתרא וואס קאנטראלירט אלע רוחניות'דיגע אספעקטן אין שטאט ווי פארשטענדליך נישט געברויכט איינער זאל אים אויפנעמען ווען ער איז דער גרינדער בעצמו...

לאחר פטירתו האבן די ראשי קהילה צוזאמען אפגעמאכט אז דאס קרוין פון רבנות גייט צום בן אחיו הגדול דער ברך משה זי"ע אמת, עס זענען געווען וואס האבן דאס קאטעגאריש אפגעווארפן אבער עס איז געווען קלאר ווי יעצט איז נאכט אז רוב שטאט האט מקבל מרות געווען פון דעם ברך משה ממילא האט מען זיי בכלל נישט אנגעקוקט ווער רעדט נאך פון גיין צו וואלן צוליב די פאר בהמות בצורת אדם.

א צירקע יארן שפעטער האט דער ברך משה אפגעמאכט אז קר"י פארדינט זיך א רב פאר זיך אין ער האט אראפגעשיקט זיין בנו הגדול וחביבו צו זיין דער מרא דאתרא אין שטעטל, ואודך... די זעלבע פאר בהמות זענען זיך מתנגד צו זיין התמנות יעדער האט אבער געזען מיט א פשטות פון וואספארא מיעוט עס רעדט זיך דא אין עס איז קלאר ווי די טאג אז רוב שטאט איז מסכים זיך אינטערציווארפן אינטערן נייעם מרא דאתרא, אין מען האט זיי זיך געלאזט שופך זיין דאס כעס על עצים ואבנים..

קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז זיין א מרא דאתרא אין א ירושה ארטיקל זויווי חסידים אין די גאלדענע כלים מען ברויכט האבן א רוב אין שטאט די ייטב לב אין אוהעל יוכיח...

צום שלוס...

אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א האט דאס שטארקייט להלכה פינקט ווי זיינע זיידעס אין אוהעל אין סיגוט אין איינער וואס שטעלט זיך ארויס קעגן אים מיט פארנאטישע תירוצים טראגט א פנים ווי די כהנה'שע אין וויזניצע אין סיגוט קעגן דעם קדושת יו"ט

ובזה סיימתי.

אגב איך האב שוין געשריבן איינמאל די תגובה אין והנה ווען כ'האב זיך עס געגרייט צו פובליצירן פארלאנגט ער מיר זיך צו אריינשרייבן נאכאמאל... דאס איז א שרעקליכע חוצפה אויף וואס מען ברויכט מוחה זיין בכל תוקפו מען ברויכט אויפשאקלען קאווע שטיבל ת"ק פרסה על ת"ק פרסה...

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 17, 2022 1:52 am

· #502411
א חסיד פון ווילנא
שמעון וואלף
פצעי
שמעון וואלף
יא יא. מיין זיידע האט מיר דערציילט וויאזוי די וואלן אין סאטמאר זענען צוגעגאנגן. די סאטמאר רב האט געהאט אפאר שקצים וואס האבן א טאג פאר די וואלן באקלאפט די ביינער פון די קעגנער אזוי זענען זיי געבליבן אין בעט און נישט געקענט גיין וועהלן. עכ"ל פון מיין זיידע ע"ה.
אין קר"י איז קיינמאל נישט געווען קיין וואלן פאר רב און יעצט אז ס'שוין דא עטליכע קהילות קען קיינער נישט ארויפצווינגן א רב אויף די שטאט פונקט ווי קיינער קען עס נישט טון אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג.
עס איז נישט דא קיין הלכה אין שלחן ערוך אז עס דארף זיין וואלן, וואלן איז א פראקטישע וועג צו זען אויב דער ספעציפישע רב האט רוב אויב אבער איז עס א דבר פשוט, ווי למשל ווען מען מאכט וואלן פאר מעיאר אין די צד שכנגד פארלירט ברויכט מען דאך נישט מער

די טעקניקל זאך וואס דארף געשען איז אז רוב שטאט זאל מקבל מרות זיין פונעם רב וזה העיקר

אגב א זייטיגע פראגע, רביה"ק הברך משה זי"ע האט נישט געהאט קיין וואלן וויאזוי בארעכטיגסטו זיין רבנות אין קרית יואל?

ווי איך האב שוין געשריבן נישט אלעמאל פעלט עס אויס אין נישט אלעמאל האט מען געמאכט וואלן, ווען עס איז א דבר פשוט אז רוב שטאט גלייכט דעם רב פעלט עס נישט אויס.
טאמער מאכט מען היינט וואלן אין ראדני פאר ראש הקהל און מרז"ל'ס אינדארסירטע קאנדידאט געווינט ווערט ער די הלכה'דיגע מרא דאתרא? ס'גייט נישט אזוי.

רוב שטאט איז נישט מקבל מרות פון מהר"א. רוב ארונים וואס איך קען שיקן אין מוסדות מהר"א און זענען מעמבערס דארט סתם ווייל זייער משפחה איז דארט אדער חברים. זיי האבן גארנישט ספעשיל קעגן מהר"א און זיי זעהען נישט די גליק ביי מהרז"ל, בלייבן זיי ווי ס'איז באקוועמער. און אז מ'איז דארט האבן אסאך שוין א געפיל פאר די פלאץ, מ'קומט מיטהאלטן פון צייט צו צייט בפרט ווען מ'מאכט א גרויסע מצב און פערצופאל זיצט מהר"א אויפ'ן אויבן אן. דאס האט אבער גארנישט מיט מקבל מרות זיין. זייער ווייניג מענטשן זענען אינטערעסירט אין זיינע פסקים.
די פרעגסט וויאזוי איך בארעכטיגט די ברך משה'ס רבנות אין קר"י. וואס פאלט דיר ביי איך בארעכטיגט עס? ס'געווען אפאר בעלי זרוע וואס האבן קאנטראלירט די ווירטשאפט אין די קהילה און זיי האבן אים געמאכט רב אין בית מדרש, פונקט ווי זיי האבן אויפגענומען א שמש, מקוה איד, און א גוי וואס רייניגט. איך בין נישט זיכער אז די חברי הקהילה זענען געווען מחויב אין צו פאלגן עפ"י הלכה. דאס איז אלץ לגבי זיין קהילה און בית מדרש, אבער אויף די שטאט האט ער זיכער נישט געהאט קיין דין מרא דאתרא. ביים מלחמה האט בעל דברי יואל, איז יעדער וואס איז געקומען אהין וואינען איז געווען אדעתא דהכי אז ער איז מרא דאתרא.
די זאגסט דא פאקטן וואס ווייזט אז אדער ביסטו א פרעמדער וואס האט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך אדער מאכסטו דיך
די קומסט מיר אפיר ווי יענע וואס האבן געטענה'ט אז מ'קען גיין נאר צו א בית די ן וואס איז באקאנט מיט די תהליכי הקהילה, עפעס אזוי

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 17, 2022 2:02 am

· #502412
signout
שמעון וואלף
א חסיד פון ווילנא
שמעון וואלף
יא יא. מיין זיידע האט מיר דערציילט וויאזוי די וואלן אין סאטמאר זענען צוגעגאנגן. די סאטמאר רב האט געהאט אפאר שקצים וואס האבן א טאג פאר די וואלן באקלאפט די ביינער פון די קעגנער אזוי זענען זיי געבליבן אין בעט און נישט געקענט גיין וועהלן. עכ"ל פון מיין זיידע ע"ה. זיכער אמת ווייל אין אדם מוריש שקר לבניו, אבער איך זאג דיר אז אדער די אדער דיין זיידע האט געדמיונ'ט (בלשון נקיה)
אבער נניח אז עס איז אמת, אלע קהילות אין קר"י זענען חסידים פון דעים סאטמארער רב וואס האט געגאנב'ט די וואלן אין סאטמאר און ער איז געווארן נאכדעם רב און בעה"ב אין גאנץ סאטמאר, האלטן זיי דאך אזוי ווי אים
אין קר"י איז קיינמאל נישט געווען קיין וואלן פאר רב און יעצט אז ס'שוין דא עטליכע קהילות קען קיינער נישט ארויפצווינגן א רב אויף די שטאט פונקט ווי קיינער קען עס נישט טון אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג.
ווער האט געדארפט מאכן די וואלן, דער דבר"י וואס האט אנגעהויבן קר"י? דער ב"מ וואס האט עס געירשנ'ט פון דבר"י?, וואלן דארף מען אין א שטאדט אינדערהיים, אדער וואס שטייט שוין און יודן וואינען דארט און מ' וויל אויפנעמען א רב מאכט מען וואלן, אבער איינער בויעט א שטאדט און מענטשן קומען צו אים וואינען, און דערנאך זיין יורש, דארף מען פרעגן א מיינונג פון די איינוואינער?

דער ב"מ האט אויפגענומען א רב אין וומסב"ג (מבלומפערשט) האט ער געפרעגט די אידן וואס זענן דעמאלס געווען סרים למשמעותו? נישט געווען קיין 100 יודן אין ביהמ"ד וואס האבן אים געוואלט

דאס וואס די שרייבסט אז עס איז דא אפאר קהילות איז דאך אזא ליצנות, ווייל קר"י איז אייביג געווען ליבעראל און געלאזט עפענען קהלות אנדערש ווי אין סקווער, כתר, טאהש, גיבערס און סיי ווי עס איז דא א חסידות שטעדטל אין די וועלט, צוליב דעים מעג מען שוין אינטערברעכן די מרא דאתרא?, משא"כ די אנדערע שטעדט וועט מען נישט טשעפען? א בחינה פון חוטא נשכר

מ' לאזט דיך עפענען אייגענע בתי מדרשים, קהילות, און היינט אפילו מוסדות, אבער די איין זאך בעט מען פון דיר האק נישט אינטער די כח הרבנות

דער וואס בויעט די שטאט דארף נישט קיין וואלן אבער ס'נישטא קיין ירושה ביי דעם.
די רב וואס די ב"מ האט אויפגענומען אין וומ"ס האט טאקע די זעלבע דין מר"א דאתרא ווי מהר"א אין קר"י
מ'לאזט עפענען קהילות? על אפם וחמתם האט מען געעפענט. קיינער ברעכט נישט אינטער; מהר"א קען בלייבן מרא דאתרא אין זיין קהילה און בית מדרש און זאל נישט טשעפענען אנדערע אידן וועט ער נישט צוריק כאפן.

די רבנות פין מהר''א אין ק''י איז נישט ווי מהרז''ל'ס רבנות אין וומסב''ג, ביי מהרז''לס רבנות אין וומסב''ג האט דער ברך משה אליין נישט אייביג געוויסט דערפון נעבעך, ס'איז א ווייטוג אז מ'דארף דערפון רעדן, דער ב''מ איז געווען א הייליגע איד, אבער ס'ליידער דברים ידועים, מ'פלעגט נעבעך הערן פארקערטע סטעימענטס, לויט דיין חשבון איז דאך דא מענטשן וואס האבען געהערט ווי דער ברך משה נעמט אויף מהר''א אלס רב הצעיר,

איינער האט געפרעגט פארוואס איך זאג אז מהר"א'ס רבנות האט נישט קיין תוקף ווייל ס'געווען אן וואלן, הלמאי די ברך משה האט דאך אויך געמאכט מהרז"ל פאר רב אן וואלן. אויף דעם האב איך געענטפערט אז איה"נ, קיינער פון זיי האט נישט קיין דין מרא דאתרא, ביידע זענען די זעלבע זשאוק

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 17, 2022 2:05 am

· #502413
פצעי
.
דאס אלעס איז דיינע אייגענע בויך סברות. ווער ס'וויל עס אננעמען, געזונטערהייט, אבער געדענקען אז פאר טשעפענען און מצער זיין א צווייטע איד שניידט מען נישט גוט אפ.

פצעי » פרייטאג יוני 17, 2022 9:36 am

· #502429
אלעס וואס איך האב געשריבן איז געבויעט אויף פעסטע היסטארישע גרונדן, גארנישט וואס איך האב געשריבן איז מיין אייגענס.

אדרבה פרעגט אייך נאך, רביה"ק הדברי יואל זי"ע האט געהאט וואלן אין אורשיווא? ווי ווייט איך ווייס איז נישט געווען, ע"פ רוב האט מען נישט געמאכט קיין וואלן נאר דערשמעקט וואס די דעת הקהל איז.

פצעי » פרייטאג יוני 17, 2022 3:21 pm

· #502440
[ציטאט אראפגענומען]
כ'גלייב שווער אז בלומינגראוו וועט אמאל זיין א זעלבסשטענדיגע שטאט מיט א אייגענע קהילה פאר זיך.

ווען די וויזניצע האבן ווען רוב שטאט אין זיי מאכן אפ אז גענוג מיט די סאטמאר'ע תקנות וואלט עס ווען געווען א מעגליכקייט, אבער למעשה זענען די רוב שטאט סאטמאר'ע אידן וואס זענען אנגעשלאסן אין די צוויי סאטמאר'ע קהילות אין די בתי מדרשים זענען אינטער די צוויי קהילות ממילא זעהט זיך עס אויס אז בלומינגראוו וועט בלייבן א גליל ווי אלע גלילות עד ביאת גואל צדק.

שמעון וואלף » זונטאג יוני 19, 2022 3:00 am

· #502481
זיי זענען טאקע פון די זעלבע קהילות אבער זיי זענען פארעקלט פון די איש את רעהו חיים בלעו מענטאליטעט וואס הערשט אין קר"י. זיי ווילן באמת לעבן מיט אן אחדות - צוויי קהילות באזונדער וואס ארבעטן אינאיינעם לטובת התושבים, נישט זיכענדיג איינצוטיילן פאר'ן צווייטן.
ווילאנג מהר"א לעבט וועט זיין קהילה אין בלומינגגראוו נישט ווידערשפעניגן, אבער נאך זיין פטירה זעה איך פאר אן ערענסטע טשעלענדזש אז זיין ממלא מקום אין קר"י זאל קאנטראלירן די בלומיגגראוו'ע קהילה.

שמעון וואלף » מאנטאג יולי 18, 2022 1:05 am

· #504294
אויף אייוועלט האב איך געליינט אז קהילת מהר"א אין קר"י האט געמאכט פארשידענע וועדי הרבנים אויף געוויסע זאכן ווי למשל ערובין, כשרות וכדומה. צו מיין ערשטוינונג האב איך נישט געזעהן א וועד לעניני סידור קדושין, פנקס והמסתעף. קוקט אויס אז די מערכה האט שוין אפגעפלאקערט און מ'וויל איבערמישן א פעיזש.

דאס איז נישט מיך » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 9:22 am

· #507332
איינער ווייסט וואס גייט יעצט פאר אין קר''י ?
מ'מעג חתונה מאַכן אין עטרת מייזלס?

טינט פען » פרייטאג אפריל 14, 2023 4:32 pm

· #521181
איינער מיט א לינק צום פנקס?

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 16, 2023 5:20 am

· #521261
מ'דארף נאר מעיין זיין (אפשר פרעגן ביי די דיינים דמתא) אויב דער גאנצער פנקס גייט נישט אריין אין גדר פון לשה"ר, רכילות און הוצאת שם רע...!

מתבודד » מיטוואך יוני 7, 2023 9:25 pm

· #527597
wow! ריכטיגע השגחה פרטית!

איינער פון די מחותנים איז מיר גאר נאנט מילא מוז איך גיין צום חתונה, אבער געמיינט האב איך אז די חתונה איז מארגן!!! אלזא שכ'ח באשעפער פארן מיר דערמאנען אז ס'איז היינט, און שכח @אנאנים פארן זיין די ריכטיגע שליח.

צומישט און צוחישט » מיטוואך יוני 7, 2023 9:39 pm

· #527601
מתבודד
wow! ריכטיגע השגחה פרטית!

איינער פון די מחותנים איז מיר גאר נאנט מילא מוז איך גיין צום חתונה, אבער געמיינט האב איך אז די חתונה איז מארגן!!! אלזא שכ'ח באשעפער פארן מיר דערמאנען אז ס'איז היינט, און שכח @אנאנים פארן זיין די ריכטיגע שליח.
פשששש... ווען זיי זאלן וויסן וואסערע ערנסטע מכשולות די מודעות זענען גורם... רח"ל.

יצחק אייזיק » מיטוואך יוני 7, 2023 10:25 pm

· #527606
[ציטאט אראפגענומען]
קען מען אפשר צושטעלן א מראה מקום פאר דעם הלכה פון איסור הליכה צו דעם חתונה?

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 8, 2023 2:23 am

· #527623
יצחק אייזיק
[ציטאט אראפגענומען]
קען מען אפשר צושטעלן א מראה מקום פאר דעם הלכה פון איסור הליכה צו דעם חתונה?
צדיקים האבן געזאגט ווער ס'פרעגט ווי ס'איז די מקור, שמעקט פון אפיקורסות.

וואלווי » דאנערשטאג יוני 8, 2023 2:47 am

· #527624
יצחק אייזיק
[ציטאט אראפגענומען]
קען מען אפשר צושטעלן א מראה מקום פאר דעם הלכה פון איסור הליכה צו דעם חתונה?
גמרא מפורשת ב"ק מ"ח ע"ב:

אמר רבא הכניס שורו לחצר בעל הבית שלא ברשות וחפר בה בורות שיחין ומערות בעל השור חייב בנזקי חצר

מן הסתם » דאנערשטאג יוני 8, 2023 9:53 am

· #527641
יצחק אייזיק
[ציטאט אראפגענומען]
קען מען אפשר צושטעלן א מראה מקום פאר דעם הלכה פון איסור הליכה צו דעם חתונה?
אגרות מהרי"ט

יצחק אייזיק » דאנערשטאג יוני 8, 2023 10:24 am

· #527644
מן הסתם
אגרות מהרי"ט
ווי?

Moshe itche » דאנערשטאג יוני 8, 2023 11:59 am

· #527670
מן הסתם
יצחק אייזיק
[ציטאט אראפגענומען]
קען מען אפשר צושטעלן א מראה מקום פאר דעם הלכה פון איסור הליכה צו דעם חתונה?
אגרות מהרי"ט
שטעל ביטע ארויף די תשובה, אפשר א קאפי פונעם ספר. איך בין נייגעריג וואס די מקור זיינע איז.

Moshe itche » דאנערשטאג יוני 8, 2023 12:02 pm

· #527672
שמעון וואלף
יצחק אייזיק
[ציטאט אראפגענומען]
קען מען אפשר צושטעלן א מראה מקום פאר דעם הלכה פון איסור הליכה צו דעם חתונה?
צדיקים האבן געזאגט ווער ס'פרעגט ווי ס'איז די מקור, שמעקט פון אפיקורסות.
יא, אבער אז אנדערע קריגן זיך אויף די מנהג און פירן זיך אנדערש, דאן מוזטו קומען אויפווייזן פארוואס על פי הלכה טוען זיי נישט גוט.

elter zeide » דאנערשטאג יוני 8, 2023 2:10 pm

· #527702
צדיקים האבן געזאגט ווער ס'פרעגט ווי ס'איז די מקור, שמעקט פון אפיקורסות.[/quote]

מקור?

Yesh » פרייטאג יוני 9, 2023 12:47 pm

· #527824
[/quote] מ' לאזט דיך עפענען אייגענע בתי מדרשים, קהילות, און היינט אפילו מוסדות, אבער די איין זאך בעט מען פון דיר האק נישט אינטער די כח הרבנות
דער וואס בויעט די שטאט דארף נישט קיין וואלן אבער ס'נישטא קיין ירושה ביי דעם.
די רב וואס די ב"מ האט אויפגענומען אין וומ"ס האט טאקע די זעלבע דין מר"א דאתרא ווי מהר"א אין קר"י
מ'לאזט עפענען קהילות? על אפם וחמתם האט מען געעפענט. קיינער ברעכט נישט אינטער; מהר"א קען בלייבן מרא דאתרא אין זיין קהילה און בית מדרש און זאל נישט טשעפענען אנדערע אידן וועט ער נישט צוריק כאפן.[/quote]
די רבנות פין מהר''א אין ק''י איז נישט ווי מהרז''ל'ס רבנות אין וומסב''ג, ביי מהרז''לס רבנות אין וומסב''ג האט דער ברך משה אליין נישט אייביג געוויסט דערפון נעבעך, ס'איז א ווייטוג אז מ'דארף דערפון רעדן, דער ב''מ איז געווען א הייליגע איד, אבער ס'ליידער דברים ידועים, מ'פלעגט נעבעך הערן פארקערטע סטעימענטס, לויט דיין חשבון איז דאך דא מענטשן וואס האבען געהערט ווי דער ברך משה נעמט אויף מהר''א אלס רב הצעיר,[/quote]

ב.ד.וו. איז עס פונקט פארקערט אויף ר׳ אהרן׳ס קאנסעס שטייט אז ער איז א מסייע פאר די רבי אין אויף ר׳ זלמן לייב שטייט ידו כידי

להלכה » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 12:32 am

· #537752
Re:
פצעי #
אלזא, עמער זיך צירוק קערן צום עיר המרא דאתרא'ס קרית יואל...

דער גרינדער פון קרית יואל דער דברי יואל האט געבויעט דעם שטעטל מיטן איינע בלויזע ציהל צו אויפשטעלן א שטאט ווי אינדערהיים מיט אלע פיטשוויקעס מיט א מרא דאתרא וואס קאנטראלירט אלע רוחניות'דיגע אספעקטן אין שטאט ווי פארשטענדליך נישט געברויכט איינער זאל אים אויפנעמען ווען ער איז דער גרינדער בעצמו...

לאחר פטירתו האבן די ראשי קהילה צוזאמען אפגעמאכט אז דאס קרוין פון רבנות גייט צום בן אחיו הגדול דער ברך משה זי"ע אמת, עס זענען געווען וואס האבן דאס קאטעגאריש אפגעווארפן אבער עס איז געווען קלאר ווי יעצט איז נאכט אז רוב שטאט האט מקבל מרות געווען פון דעם ברך משה ממילא האט מען זיי בכלל נישט אנגעקוקט ווער רעדט נאך פון גיין צו וואלן צוליב די פאר בהמות בצורת אדם.

א צירקע יארן שפעטער האט דער ברך משה אפגעמאכט אז קר"י פארדינט זיך א רב פאר זיך אין ער האט אראפגעשיקט זיין בנו הגדול וחביבו צו זיין דער מרא דאתרא אין שטעטל, ואודך... די זעלבע פאר בהמות זענען זיך מתנגד צו זיין התמנות יעדער האט אבער געזען מיט א פשטות פון וואספארא מיעוט עס רעדט זיך דא אין עס איז קלאר ווי די טאג אז רוב שטאט איז מסכים זיך אינטערציווארפן אינטערן נייעם מרא דאתרא, אין מען האט זיי זיך געלאזט שופך זיין דאס כעס על עצים ואבנים..

קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז זיין א מרא דאתרא אין א ירושה ארטיקל זויווי חסידים אין די גאלדענע כלים מען ברויכט האבן א רוב אין שטאט די ייטב לב אין אוהעל יוכיח...

צום שלוס...

אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א האט דאס שטארקייט להלכה פינקט ווי זיינע זיידעס אין אוהעל אין סיגוט אין איינער וואס שטעלט זיך ארויס קעגן אים מיט פארנאטישע תירוצים טראגט א פנים ווי די כהנה'שע אין וויזניצע אין סיגוט קעגן דעם קדושת יו"ט

ובזה סיימתי.

אגב איך האב שוין געשריבן איינמאל די תגובה אין והנה ווען כ'האב זיך עס געגרייט צו פובליצירן פארלאנגט ער מיר זיך צו אריינשרייבן נאכאמאל... דאס איז א שרעקליכע חוצפה אויף וואס מען ברויכט מוחה זיין בכל תוקפו מען ברויכט אויפשאקלען קאווע שטיבל ת"ק פרסה על ת"ק פרסה...

נישט אמת פרעגט אייך נאך די הכתרה פון אדמור מהרא איז גווען אין פאליש פונעם ביהמ''ד הגדול בעיקר פיל מיט אנ''ש וואס וואינען נישט און קרית יואל און קרית יואלע אייוואינער האבן נישט מסכים געווען און מרן רבינו הברך משה האט געהאט די כח אויף צינעמען אדמור מהרא אן וואלען איהם ארויס ציהעלפן וועגן דעם שטייט און קאנסוס לסייע כמבואר בשו''ע או''ח סימן נג יעצט איז די שאלה צי דעי שטעלע גייט אן לאחר פטירת מרן הברך משה זצוק''ל וזהו מחלוקת בין הגה''ק משיניעווא ובין הגה''ק ר' אהרן הנקרא קרייזע רב בני הגה''ק קודש הקדשים מצאנז זי''ע לגבי הרבנות מצאנז

Yesh » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 1:14 pm

· #537777
Re: Re:
דא איז אינגאנצן אנדערש, ווייל דער ברך משה האט איבערגעגעבן זיין כח פאר ר' זלמן לייב, ווי ער שרייבט אין זיין בריוו "ידו כידי" ד.מ. אז ר' אהרן איז ס.ה. א העלפער פאר ר' זלמן לייב.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27