☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27

תמים » זונטאג מאי 30, 2021 6:07 pm

· #474149
berlbalaguleh
אבער מהר"א שליט"א איז דער יורש דאורייתא. מהרז"ל וואלט נאכאלץ געקענט זיין א שיינער איד אין די קהילה.

נאר דא איז אריינגעקומען זייטיגע פאליטיק (פון רמג"ב). פון די פאררוקטע בני יואל רעדט מען דאך נישט. זיי זענען סתם א פאררוקטע גרופ. אויסער יאסל וואלדמאן וואס האט אליינס א תאות השררה. ער האט נעבעך געמיינט אז ער וועט ווערן א גרויסער מענטש. היינט עסט ער זיך אויף פאר הארצווייטאג. מהאי טעמא פארברענגט ער טאקע א סאך ימים טובים אין ראללי האטעל. ער קען זיך דאך נישט ערלויבן אז זיין הארץ זאלל פלאצן, (ח"ו) צוזעענדיג דעם שיינעם עולם וואס קומט אויף א יו"ט...!

מאכסט מיר לאכן, ר יוסף וואלדמאן האט געלאכט די לעצטע לאך!

נעקסט דור פון די הויז ווי מהאט פארברענט זיין קאר וועכענטליך בויט זיך א מאסיווע בנין על אפו וחמתו פון זיין שונא נומבער איינס . קרית יואל איז היינט א העכסט דעמעקראטישע פלאץ מער ווייניגער. און ווער ס'עסט זיך פון הארץ וויי, איז דער וואס דארף זיך ביליג מאכן ווי א קינד פאר סידור קידושין, און מלאכט אים א גוטס אין פנים הן אין קרית יואל און הן אין בני ברק..

תמים » זונטאג מאי 30, 2021 6:11 pm

· #474151
גאלד
תמים
גאלד
[

נע, איינער וואס איז א איש מהימן א צורבא מרבנן, א ירא שמים מרבים, זאל זאגן פאר א ארון קדוש מיט פונקטליכע דעטאלן א מעשה שהי'. ס'גלייבט זיך זייער שווער אז זיי האבן דאס פשוט אויפגעבאקן. און ס'בעצם קיין סתירה פון די אנדערע עדות'שאפט. ס'דאך געווען אנדערע זמנים.

נו הוא אשר אמרתי צד מהרז"ל האט עדות פון יענע זמנים אויך. זיי פראפעגאנדירן נישט דערמיט ווייל ספעלט נישט אויס ווייל זיי האבן סאך סאך שטערקערס פון דעם. א כשר'ע און קלארע צוואה! אבער אויב די ווילסט דוקא מימרות פון יענע יארן אויף פארקערט איז דאס אויך דא. מאך דיין ריסערטש.

מפיל קינד » זונטאג מאי 30, 2021 6:12 pm

· #474152
מיליאנער
אדרבה זאג דו מיר וואס האט דער ברך משה געזאלט טון אין ארדער צו זיכער מאכן אז מהר''א נעמט איבער? כ'מיין אז חוץ נעמען צוויי כשרע עדות האט ער גארנישט געקענט טון.

וויפיל צוואות קענסטו וואס זענען געזאגט צו עדות און נישט פארשריבן אויף פאפיר?

גאלד » זונטאג מאי 30, 2021 6:12 pm

· #474153
תמים
גאלד
וואסי שלעכט אז ער געט פאר איינעם אלעס, און פאר אנדערע געבט ער סתם מאלטי-מיליאן דאלאר ירושה נכסים, זאלן קענען אויסלעבן די יארן בהרבצת תורה בשלום ושלוה ובהרחבת הדעת אווי דער סיגעטער שוהל אין צענטער פון בארא פארק.

וואלסטו קאמפלעינט ווען דיין טאטע לאזט דיר דאס איבער?

ס'האט טאקע אזוי נייטיג אויסגעפעלט פאר ר' זלמן לייב'ן צו אויך זיין א סאטמאר רבי? און אנע דעם איז פשוט דער ברך משה א שלעכטער מענטש צו זיינע קינדער? הלוואי ווען מען טאטע לאזט מיר דאס איבער

די האלטסט אז ר' אהרן'ס אנדערע קינדער גייען זיין צופרידען אויב זייער טאטע גיבט אלעס פאר ר' מענדל און זיי באקומען א סיגיטע בנין? אויב יא פארשטיי איך דיר..

אבער סגעפעלט מיר, די פארשטייסט טאקע נישט פארוואס מהרז"ל וואלט נישט געווען צופרידען בלויז מיט סיגוט, בשעת דיין רבי איז נישט געווען צופרידען מיט א אימפיריע ווי קרית יואל און נאך און געפייט מיט ציין און נעגל אז דער ברודער זאל גארנישט האבן? קאמאן

בקיצור די האלטסט אז דער ברך משה האט זיך אויפגעוועקט איין טאג מיט א דשוק אין קאפ, "הממ... וואס גייט דא פאר, כאב טאקע געגעבן פאר ר' זלמן לייב'ן 20 יאר צוריק א באמבע ירושה, בכבוד גדול, ווי ס'עט איהם גארנישט פעלן, אבער היות ר' אהרן גייט דאך ווערן סאטמאר רבי, העט ר' זלמן לייב אנהויבן ווערן דשעלעס, מוז איך שוין ציהאקן סאטמאר אין 2 פשוט ר' זלמן לייב זאל נישט זיין דשעלעס."

איי ר' שלום אליעזר מיט ר' ליפא מעגן יא זיין דשעלעס, כפארשטיי נישט

גאלד » זונטאג מאי 30, 2021 6:14 pm

· #474154
תמים
גאלד
תמים
גאלד
[

נע, איינער וואס איז א איש מהימן א צורבא מרבנן, א ירא שמים מרבים, זאל זאגן פאר א ארון קדוש מיט פונקטליכע דעטאלן א מעשה שהי'. ס'גלייבט זיך זייער שווער אז זיי האבן דאס פשוט אויפגעבאקן. און ס'בעצם קיין סתירה פון די אנדערע עדות'שאפט. ס'דאך געווען אנדערע זמנים.

נו הוא אשר אמרתי צד מהרז"ל האט עדות פון יענע זמנים אויך. זיי פראפעגאנדירן נישט דערמיט ווייל ספעלט נישט אויס ווייל זיי האבן סאך סאך שטערקערס פון דעם. א כשר'ע און קלארע צוואה! אבער אויב די ווילסט דוקא מימרות פון יענע יארן אויף פארקערט איז דאס אויך דא. מאך דיין ריסערטש.

כמיין האסט א טעות, פון יענעם זמן (איידער די סמך'ס נאך ווען דער ברך האט געוועפט) האבן זיי קיין שום צוואה לטובת ר' זלמן לייב'ן, ווי ווייט איך דענק.

מיליאנער » זונטאג מאי 30, 2021 6:15 pm

· #474155
תמים
גאלד
תמים
גאלד
[

נע, איינער וואס איז א איש מהימן א צורבא מרבנן, א ירא שמים מרבים, זאל זאגן פאר א ארון קדוש מיט פונקטליכע דעטאלן א מעשה שהי'. ס'גלייבט זיך זייער שווער אז זיי האבן דאס פשוט אויפגעבאקן. און ס'בעצם קיין סתירה פון די אנדערע עדות'שאפט. ס'דאך געווען אנדערע זמנים.

נו הוא אשר אמרתי צד מהרז"ל האט עדות פון יענע זמנים אויך. זיי פראפעגאנדירן נישט דערמיט ווייל ספעלט נישט אויס ווייל זיי האבן סאך סאך שטערקערס פון דעם. א כשר'ע און קלארע צוואה! אבער אויב די ווילסט דוקא מימרות פון יענע יארן אויף פארקערט איז דאס אויך דא. מאך דיין ריסערטש.

ס'איז נישטא קיין צוואה אז מהרז''ל זאל איבערנעמען אלוועלטליך. בלויז אויף וויליאמסבורג.

גאלד » זונטאג מאי 30, 2021 6:15 pm

· #474156
מפיל קינד
מיליאנער
אדרבה זאג דו מיר וואס האט דער ברך משה געזאלט טון אין ארדער צו זיכער מאכן אז מהר''א נעמט איבער? כ'מיין אז חוץ נעמען צוויי כשרע עדות האט ער גארנישט געקענט טון.

וויפיל צוואות קענסטו וואס זענען געזאגט צו עדות און נישט פארשריבן אויף פאפיר?

א קשיא אויף א מעשה.

מפיל קינד » זונטאג מאי 30, 2021 6:20 pm

· #474157
מיליאנער
ס'איז נישטא קיין צוואה אז מהרז''ל זאל איבערנעמען אלוועלטליך. בלויז אויף וויליאמסבורג.

בלויז וויליאמסבורג און קרית יואל.

אפי' ווען ער האט שוין געוועפט, האט מען נישט געקענט ארווסשלעפן פון אים עפעס מער... אזוי ביים דעת איז ער געווען בשעת'ן וועפן...

מפיל קינד » זונטאג מאי 30, 2021 6:24 pm

· #474158
גאלד

בקיצור די האלטסט אז דער ברך משה האט זיך אויפגעוועקט איין טאג מיט א דשוק אין קאפ, "הממ... וואס גייט דא פאר, כאב טאקע געגעבן פאר ר' זלמן לייב'ן 20 יאר צוריק א באמבע ירושה, בכבוד גדול, ווי ס'עט איהם גארנישט פעלן, אבער היות ר' אהרן גייט דאך ווערן סאטמאר רבי, העט ר' זלמן לייב אנהויבן ווערן דשעלעס, מוז איך שוין ציהאקן סאטמאר אין 2 פשוט ר' זלמן לייב זאל נישט זיין דשעלעס."

איי ר' שלום אליעזר מיט ר' ליפא מעגן יא זיין דשעלעס, כפארשטיי נישט

האט נישט ר' שלום לעזער, בעריש, חיים יושע, באקומען גרעסערע ירושה'ס?! וואס מאכטו ליצנות. פון די קלענסטע פארציעס צווישן די קינדער איז געווען סיגוט.

ער האט טאקע באקומען ירושלים, און א יאר שפעטער וויליאמסבורג וואס דער עלטערער זון האט אזוי שטארק געוואלט, אבער דער רבי האט געזאגט מ'קען נישט האבן ביידע. ווילסט וויליאמסבורג אדער קרית יואל?...

תמים » זונטאג מאי 30, 2021 6:28 pm

· #474160
גאלד
תמים
גאלד
וואסי שלעכט אז ער געט פאר איינעם אלעס, און פאר אנדערע געבט ער סתם מאלטי-מיליאן דאלאר ירושה נכסים, זאלן קענען אויסלעבן די יארן בהרבצת תורה בשלום ושלוה ובהרחבת הדעת אווי דער סיגעטער שוהל אין צענטער פון בארא פארק.

וואלסטו קאמפלעינט ווען דיין טאטע לאזט דיר דאס איבער?

ס'האט טאקע אזוי נייטיג אויסגעפעלט פאר ר' זלמן לייב'ן צו אויך זיין א סאטמאר רבי? און אנע דעם איז פשוט דער ברך משה א שלעכטער מענטש צו זיינע קינדער? הלוואי ווען מען טאטע לאזט מיר דאס איבער

די האלטסט אז ר' אהרן'ס אנדערע קינדער גייען זיין צופרידען אויב זייער טאטע גיבט אלעס פאר ר' מענדל און זיי באקומען א סיגיטע בנין? אויב יא פארשטיי איך דיר..

אבער סגעפעלט מיר, די פארשטייסט טאקע נישט פארוואס מהרז"ל וואלט נישט געווען צופרידען בלויז מיט סיגוט, בשעת דיין רבי איז נישט געווען צופרידען מיט א אימפיריע ווי קרית יואל און נאך און געפייט מיט ציין און נעגל אז דער ברודער זאל גארנישט האבן? קאמאן

בקיצור די האלטסט אז דער ברך משה האט זיך אויפגעוועקט איין טאג מיט א דשוק אין קאפ, "הממ... וואס גייט דא פאר, כאב טאקע געגעבן פאר ר' זלמן לייב'ן 20 יאר צוריק א באמבע ירושה, בכבוד גדול, ווי ס'עט איהם גארנישט פעלן, אבער היות ר' אהרן גייט דאך ווערן סאטמאר רבי, העט ר' זלמן לייב אנהויבן ווערן דשעלעס, מוז איך שוין ציהאקן סאטמאר אין 2 פשוט ר' זלמן לייב זאל נישט זיין דשעלעס."

איי ר' שלום אליעזר מיט ר' ליפא מעגן יא זיין דשעלעס, כפארשטיי נישט

ווי קומט אריין דא דזשעלעס? און אהן דזשעלעסי פארשטייסטו טאקע נישט פארוואס א טאטע זאל ווילן געבן פאר נאך א קינד עפעס ?

און בנוגע ר ליפא רש"א אויב פארשטייסטו טאקע נישט העמער בלייבן ביי דעם..

און איך ווייס נישט וואס דער ברך האט געטראכט וועגן זיין אחר מאה ועשרים אין די מם יארן, אבער סאיז זייער מסתבר צו זאגן אז אפילו אויב האט ער געוואלט אז ר' אהרן זאל זיין דער אויסשליסלעכער ממלא מקום - א זאך וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל פאר איינער וואס האט געקענט דעם ברך משה- האט ער נאכאלץ געקענט מיט א קלארע דעת טוישן זיין מיינונג אין די נון יארן, נאכן זעהן ווי דער האט אים אריינגעפירט אין באד אריין, און וויאזוי ער האט אים אנגעמאכט שונאים מבית ומבחוץ, און איינזעהן אז אויב גייט ער זיין דער אויסשליסלעך ממלא מקום גייט סאטמאר זיין צושמעטערט און צושפליטערט.

און קוק וואספארא ווייטע בליק און סייעתא דשמיא ער האט געהאט פאר זיין מורשת.. סאטמאר לשני פלגי'ה בליהט און שיינט! שטעל דיך טאקע פאר אלעס גייט אונטער ר' אהרן וויאזוי זיינע מתנגדים וואלטן היינט אויסגעקוקט.

מיליאנער » זונטאג מאי 30, 2021 6:31 pm

· #474162
מפיל קינד
מיליאנער
אדרבה זאג דו מיר וואס האט דער ברך משה געזאלט טון אין ארדער צו זיכער מאכן אז מהר''א נעמט איבער? כ'מיין אז חוץ נעמען צוויי כשרע עדות האט ער גארנישט געקענט טון.

וויפיל צוואות קענסטו וואס זענען געזאגט צו עדות און נישט פארשריבן אויף פאפיר?

נאכן זען די אלע נארישע צעטלעך וואס שפראצן ארויס לעצטנס פרעגסטו נאך אפילו אזא קשי'? פארן ברך משה האט נישט געדארפט איינפאלן אז צוויי כשרע עדות זאלן נישט זיין גענוג פאר איינעם וואס וויל וויסן די אמת און טאקע די אלע פלארידע בריוון איז מסביר פארוואס ער האט זיך נישט פארלאזט אויף א פאפיר נאר בלויז אויף די שטערקסטע אופן עפ''י תורה.

מיליאנער » זונטאג מאי 30, 2021 6:32 pm

· #474163
אגב @תמים, נאכן קלאר מאכן דא עטליכע מאל, וואס דיין מיינונג איז בכלל איבערן ברך משה, כאפ איך אפילו נישט מיט וואס דו שטעלסט זיך אהער אלס די פארשטייער פונעם ברך משה'ס רצון...

תמים » זונטאג מאי 30, 2021 6:33 pm

· #474164
מפיל קינד
גאלד

האט נישט ר' שלום לעזער, בעריש, חיים יושע, באקומען גרעסערע ירושה'ס?! וואס מאכטו ליצנות. פון די קלענסטע פארציעס צווישן די קינדער איז געווען סיגוט.

ער האט טאקע באקומען ירושלים, און א יאר שפעטער וויליאמסבורג וואס דער עלטערער זון האט אזוי שטארק געוואלט, אבער דער רבי האט געזאגט מ'קען נישט האבן ביידע. ווילסט וויליאמסבורג אדער קרית יואל?...

עקזעקטלי!

די גרעסטע ראיה אז עפעס האט ער געהאט אין פלאן פאר מהרז"ל איז די סיגוטע רבנות. פאר ר בעריש האט ער געגעבן א ריזיגע קהלה מוסדות. פאר אלע זיינע קינדער הערליכע סאטמארע קהלות. אבער פאר מהרז"ל סיגיטע רבנות.. אויב גלייבסטו אליינס אין וואס די שרייבסט בין איך העפי פאר דיר..

תמים » זונטאג מאי 30, 2021 6:35 pm

· #474165
מיליאנער
אגב @תמים, נאכן קלאר מאכן דא עטליכע מאל, וואס דיין מיינונג איז בכלל איבערן ברך משה, כאפ איך אפילו נישט מיט וואס דו שטעלסט זיך אהער אלס די פארשטייער פונעם ברך משה'ס רצון...

האסט שוין איינמאל געדארפט צוריקציען נאכן אריינלייגן זאכן אין מיין מויל וואס איך האב קיינמאל געזאגט. ליין קלאר וואס מען שרייבט וועסטו נישט ווערן אזוי צומישט.

גאלד » זונטאג מאי 30, 2021 6:39 pm

· #474166
מפיל קינד
גאלד

בקיצור די האלטסט אז דער ברך משה האט זיך אויפגעוועקט איין טאג מיט א דשוק אין קאפ, "הממ... וואס גייט דא פאר, כאב טאקע געגעבן פאר ר' זלמן לייב'ן 20 יאר צוריק א באמבע ירושה, בכבוד גדול, ווי ס'עט איהם גארנישט פעלן, אבער היות ר' אהרן גייט דאך ווערן סאטמאר רבי, העט ר' זלמן לייב אנהויבן ווערן דשעלעס, מוז איך שוין ציהאקן סאטמאר אין 2 פשוט ר' זלמן לייב זאל נישט זיין דשעלעס."

איי ר' שלום אליעזר מיט ר' ליפא מעגן יא זיין דשעלעס, כפארשטיי נישט

האט נישט ר' שלום לעזער, בעריש, חיים יושע, באקומען גרעסערע ירושה'ס?! וואס מאכטו ליצנות. פון די קלענסטע פארציעס צווישן די קינדער איז געווען סיגוט.

ער האט טאקע באקומען ירושלים, און א יאר שפעטער וויליאמסבורג וואס דער עלטערער זון האט אזוי שטארק געוואלט, אבער דער רבי האט געזאגט מ'קען נישט האבן ביידע. ווילסט וויליאמסבורג אדער קרית יואל?...

נישט צום גלייבן,

קהל עצי חיים סיגעט בב"פ איז געווען דער ברך משה'ס בלוט און שווייס, דאס איז געווען א ריכטיגע ירושה, ר' זלמן לייב איז געווען דער איין איינציגער געצערטעלטע קינד וואס האט באקומען נאך גאנץ אנהויב, אויף א גאלדענעם טאץ א פארטיגע קהילה נאה וקדושה - פריי פון די גאנצע סאטמארע חאזעריי - במלוא הדרו גענצליך זעלבסטשטענדיג, אינעם שענסטן געגנטן בעיר ואם בישראל ב"פ, וואס זיין טאטע האט אויפגעבויט ביגיע ועמל רב.

מיליאנער » זונטאג מאי 30, 2021 6:40 pm

· #474167
תמים
מיליאנער
אגב @תמים, נאכן קלאר מאכן דא עטליכע מאל, וואס דיין מיינונג איז בכלל איבערן ברך משה, כאפ איך אפילו נישט מיט וואס דו שטעלסט זיך אהער אלס די פארשטייער פונעם ברך משה'ס רצון...

האסט שוין איינמאל געדארפט צוריקציען נאכן אריינלייגן זאכן אין מיין מויל וואס איך האב קיינמאל געזאגט. ליין קלאר וואס מען שרייבט וועסטו נישט ווערן אזוי צומישט.

געב א קוק:
תמים

סאררי טו דיסעפאונט אבער איך זעה אז די ביסט מיליאן מייל ווייט פון פארשטיין די זאלי געדאנקען גאנג.

ביי זיי איז די גאנצע ברך משה געוואלט נישט געוואלט נישט די פיינעל פעקטאר.. סאיז אלעס לשיטתיה, אז אפילו מיטן נוצן דעם ברך קארטל קומט עטס נישט אהן אין ערגעץ.. והמבין יבין ואכמ"ל

תמים
מאכסט מיר לאכן, ר יוסף וואלדמאן האט געלאכט די לעצטע לאך!

תמים
טאקע א באמבע קשיא..
ווייל כאטש ער איז געווען זייער א וואולע יוד דער ברך האט ער נישט געהאלטן ביים געבן זיין רעביסטיווע פאר פרעמדע מענטשען.. פאר זיינע קינדער איז אביסל אנדערש..

מפיל קינד » זונטאג מאי 30, 2021 6:44 pm

· #474168

אינטערעסאנט אז ר' אהרן האט דאס נישט באקומען...

גאנצל » זונטאג מאי 30, 2021 6:46 pm

· #474169
פון ווי קומט דער טעות אז די רבי ז"ל האט געגעבן בארא פארק פאר ר' בעריש אדער מאנסי פאר ר' חיים יהושע בתורת ירושה פר זיי

ער האט זיי אריינגעלייגט דארט אלס איינגעשטעלטע פאר די קהלה

די קהלה האט באלאנגט דאן פאר'ן רבי'ן ז"ל וואס ער האט עס געירשנט פונעם רבין הדברי יואל ז"ל און נאכ'ן רבין הב"מ איז עס אריבער צום היינטיגן אדמור שליטא עד מאה ועשרים

סיגוט האט די רבי ז"ל צוטיילט ווען ער איז געווארן סאטמאר רב האט ער געגעבן סיגוט ווימ"ס פאר ר' אהרן ולבניו אחריו
און סיגוט בפ וואס איז אגב געווען א פולשטענדיגע קהלה מוסדות וישיבה פאר רז"ל ובניו

תמים » זונטאג מאי 30, 2021 6:57 pm

· #474170
מיליאנער
תמים
מיליאנער
אגב @תמים, נאכן קלאר מאכן דא עטליכע מאל, וואס דיין מיינונג איז בכלל איבערן ברך משה, כאפ איך אפילו נישט מיט וואס דו שטעלסט זיך אהער אלס די פארשטייער פונעם ברך משה'ס רצון...

האסט שוין איינמאל געדארפט צוריקציען נאכן אריינלייגן זאכן אין מיין מויל וואס איך האב קיינמאל געזאגט. ליין קלאר וואס מען שרייבט וועסטו נישט ווערן אזוי צומישט.

געב א קוק:
תמים

סאררי טו דיסעפאונט אבער איך זעה אז די ביסט מיליאן מייל ווייט פון פארשטיין די זאלי געדאנקען גאנג.

ביי זיי איז די גאנצע ברך משה געוואלט נישט געוואלט נישט די פיינעל פעקטאר.. סאיז אלעס לשיטתיה, אז אפילו מיטן נוצן דעם ברך קארטל קומט עטס נישט אהן אין ערגעץ.. והמבין יבין ואכמ"ל

נו סאיז נישט די פיינעל פעקטאר. סאטמאר איז נישט סקיווירא. סאטמאר איז א קהלה, שטאטוטען און נאך פאקטארן. סמאכט גארנישט קלענער דעם ברך משה

תמים
מאכסט מיר לאכן, ר יוסף וואלדמאן האט געלאכט די לעצטע לאך!

אויב האסטו נישט פארשטאנען האב איך גערעדט כלפי ר' אהרן נישט כלפי דעם ברך משה.
תמים
טאקע א באמבע קשיא..
ווייל כאטש ער איז געווען זייער א וואולע יוד דער ברך האט ער נישט געהאלטן ביים געבן זיין רעביסטיווע פאר פרעמדע מענטשען.. פאר זיינע קינדער איז אביסל אנדערש..

איך וואלט געטוישט די ווארט וואולע, איך האב געהאפט אז עטס זענטס גענוג ערוואקסן צו כאפן מיין פאונט. חלילה געמיינט מזלזל צו זיין. ולעצם הענין, פונקט ווי די פארשטייסט אז ער האט גענומען זיין עלטסטע זוהן פאר די גרויסע פאזיציע און ער האט נישט גענומען אויף א פארהער אלע חשוב'ע יודן אין סאטמאר אזוי איז מיט זיין אנדערע זוהן.

און סגעפעלט מיר בכלל ווער די חסידים דא זענען.. אן פארוועם איך פארענטפער מיר.. מענטשען וואס האבן נישט קיין שום פראבלעם צו שרייבן אויף א פובליק פורום וועגן זייער רבי'ס וועפן וכדומה.. פרוביר א וויזניצער זאל דאס טוהן. גרויסע חסידים ענק.. מהאט פונקטלעך געזען ענקער חסידות וויאזוי ענק האבן זיך אויפגעפירט פארנט פון אים איינמאל און נאכאמאל וואס אייניקלעך טוהען נישט פאר א פשוט'ע זיידע האט עטס געטוהן פאר ענקער רבי'ן.

אויב עטס זענטס פארשטייער צו רעדן פון זיין צוואה און זיין קען אפילו יעדע בני יואל'ער יוד זיין א פארשטייער..

גאלד » זונטאג מאי 30, 2021 6:57 pm

· #474171
תמים
מפיל קינד
גאלד

האט נישט ר' שלום לעזער, בעריש, חיים יושע, באקומען גרעסערע ירושה'ס?! וואס מאכטו ליצנות. פון די קלענסטע פארציעס צווישן די קינדער איז געווען סיגוט.

ער האט טאקע באקומען ירושלים, און א יאר שפעטער וויליאמסבורג וואס דער עלטערער זון האט אזוי שטארק געוואלט, אבער דער רבי האט געזאגט מ'קען נישט האבן ביידע. ווילסט וויליאמסבורג אדער קרית יואל?...

עקזעקטלי!

די גרעסטע ראיה אז עפעס האט ער געהאט אין פלאן פאר מהרז"ל איז די סיגוטע רבנות. פאר ר בעריש האט ער געגעבן א ריזיגע קהלה מוסדות. פאר אלע זיינע קינדער הערליכע סאטמארע קהלות. אבער פאר מהרז"ל סיגיטע רבנות.. אויב גלייבסטו אליינס אין וואס די שרייבסט בין איך העפי פאר דיר..

גראדע פונקט פארקערט, שמעתי אז דאס איז געווען דעם ברך'ס חשבון בימי חורפו, ער'ט נישט געוואלט אלס "שומר פקדון" אז דער ר' זלמן לייב זאל האבן דאס מינדעסטע מגע ומשא מיט סאטמאר, ער איז געווען א גוטער מבין אויף זיינע קינדער, אבער ער'טאך פארט געוואלט - אלס א טאטע - ער זאל האבן פרנסה בכבוד וברווח האט'ער איהם גראד אוועקגעגעבן זיין גאנצע פריוואטע פרי עמלו, און געקלערט ממה נפשך אויב איז'ער טאקע אזא גלונגענע מענטש, העט'ר דאך וואקסן אין בליען א אייגענע סיגעטע אימפעריע, און נישט אינטערסירן די גאנצע סאטמאר פאליטיק חאזעריי, און נאך די בעטסטע אנקומען ווי אלע קינדער, און אויב נישט קומט זיך איהם טאקע א שטויס.
און וואס האט למעשה פאסירט, דער ביק האט נאך 20 יאר באנקראטירט זיין טאטענס פריוואטע קהילה, ביז ווען זיין טאטע ביי די 85 ווען ער האט ענדליך אויפגעהערט צו וועפן, אי'זער געקומען מיט צביעות'דיגע גראמאזן "מיר קומט זיך גארנישט?"
"גארנישט? די ביק דו!! מ'האט דאך דיר געגעבן אלעס!!"

אויסער געווענדליך » זונטאג מאי 30, 2021 7:07 pm

· #474172
גאלד
אגב, ס'זענען געווען 2 גאר חשוב'ע סאטמאר רבנים וואס האבן מעיד געווען ברבים פאר א ארון קדוש, אז דער ברך משה האט זיי געזאגט פערזענליך (נאך אין די געזונטערע יארן ווען ער האט נאך געוועפט), בתורת צוואה אז ער וויל ר' אהרן זאל זיין דער איינציגער ממלא מקום "הוא ולא אחר".
הלא המה
הג"ר הירצקא צוויבל דער סאטמאר וומ"ב ראה"כ
הג"ר ישראל חיים הורוויץ אב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער

געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער.......................................

עס איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן, דער ארון הקדש איז דעמאלס געווען אפן צו פארמאכט?

תמים » זונטאג מאי 30, 2021 7:10 pm

· #474174
גאלד
תמים
מפיל קינד
גאלד

האט נישט ר' שלום לעזער, בעריש, חיים יושע, באקומען גרעסערע ירושה'ס?! וואס מאכטו ליצנות. פון די קלענסטע פארציעס צווישן די קינדער איז געווען סיגוט.

ער האט טאקע באקומען ירושלים, און א יאר שפעטער וויליאמסבורג וואס דער עלטערער זון האט אזוי שטארק געוואלט, אבער דער רבי האט געזאגט מ'קען נישט האבן ביידע. ווילסט וויליאמסבורג אדער קרית יואל?...

עקזעקטלי!

די גרעסטע ראיה אז עפעס האט ער געהאט אין פלאן פאר מהרז"ל איז די סיגוטע רבנות. פאר ר בעריש האט ער געגעבן א ריזיגע קהלה מוסדות. פאר אלע זיינע קינדער הערליכע סאטמארע קהלות. אבער פאר מהרז"ל סיגיטע רבנות.. אויב גלייבסטו אליינס אין וואס די שרייבסט בין איך העפי פאר דיר..

גראדע פונקט פארקערט, שמעתי אז דאס איז געווען דעם ברך'ס חשבון בימי חורפו, ער'ט נישט געוואלט אלס "שומר פקדון" אז דער ר' זלמן לייב זאל האבן דאס מינדעסטע מגע ומשא מיט סאטמאר, ער איז געווען א גוטער מבין אויף זיינע קינדער, אבער ער'טאך פארט געוואלט - אלס א טאטע - ער זאל האבן פרנסה בכבוד וברווח האט'ער איהם גראד אוועקגעגעבן זיין גאנצע פריוואטע פרי עמלו, און געקלערט ממה נפשך אויב איז'ער טאקע אזא גלונגענע מענטש, העט'ר דאך וואקסן אין בליען א אייגענע סיגעטע אימפעריע, און נישט אינטערסירן די גאנצע סאטמאר פאליטיק חאזעריי, און נאך די בעטסטע אנקומען ווי אלע קינדער, און אויב נישט קומט זיך איהם טאקע א שטויס.
און וואס האט למעשה פאסירט, דער ביק האט נאך 20 יאר באנקראטירט זיין טאטענס פריוואטע קהילה, ביז ווען זיין טאטע ביי די 85 ווען ער האט ענדליך אויפגעהערט צו וועפן, אי'זער געקומען מיט צביעות'דיגע גראמאזן "מיר קומט זיך גארנישט?"
"גארנישט? די ביק דו!! מ'האט דאך דיר געגעבן אלעס!!"

😂

די גאנצע סיגיטע אימפיריע האט ער באנקראטירט? טאקע א ביק.. א מיאוסער טעות געווען פון ברך.. שטעל דיך פאר ער גיבט עס פאר ר' אהרן, וואלט די סיגיטע אימפיריע אין בארא פארק געבליט אזוי שיין ווי די סיגוטע אימפיריע אין וויליאמסבורג...! ממש א הארץ וויי ווי מהאט גענומען אזא מלכות ווי סיגוט באראפארק און געלייגט אין די ערד 😂

ער האט נישט געוואלט אלטס שומר הפקדון, אז ר זלמן לייב זאל האבן א מגא ומשא מיט סאטמאר.. נאר פאר ר' שלום לעזער און ר בעריש האט ער נישט מורא געהאט. איך הער.

אגעין, אויב די גלייבסט באמת אין וואס די שרייבסט, בין איך זייער העפי פאר דיר אבער העמער ענדיגען די שמועס דא.. ווייל איך האב באמת נישט וואס צוצילייגען די אזאלכע זאכליכע רייד..

א חסיד פון ווילנא » זונטאג מאי 30, 2021 7:36 pm

· #474176
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
א פשוטע מציאות, סיגעטע ישיבה האט זיך צוגעשפארט א יאר נאך וואס רז"ל האט עס איבערגענומען

רוב סאטמאר ב"פ וואס פלעגן קומען יעדע יו"ט אויף סיגעט צום ב"מ ז׳ל האבן אויפגעהערט צו גיין צו רז"ל ווייל ער האט גארנישט פארקויפט, געווען בארינג

איך האב געהערט אפילו אז יעקב בער האט עס אביסל אויפגעלעבט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

גאלד » זונטאג מאי 30, 2021 7:47 pm

· #474177
יאפ. די 20 יאר וואס דער ביק איז דארט געווען איז דער שול געגאנגען מטה מטה.
כ'דענק אז צום סוף איז געווען אזאלעכע בישות אז מ'האט געדארפט מאכן א קאמפיין אין 53 אלס כבוד הברך משה אז מענטשן זאלן קומען.

גאנצל » זונטאג מאי 30, 2021 7:50 pm

· #474178
איך מיין ר' בעריש'ס קהלה ווי נישט ווי שטייט נאך שענער ווי סיגוט בפ ער האט עס נישט אפגעהרגעט אזוי ווי דער סיגוט בפ רב האט אפגעהרגעט זיין ישיבה

אבוויעסלי האט די רבי ז"ל געוואוסט וואס ער טוט

גאלד » זונטאג מאי 30, 2021 7:53 pm

· #474180
די ברך משה האט געקלעטערט ארום די גאנצע וועלט צו שאפן געלט פאר דעם שוהל, ער איז געווען אין בראזיל אין נאך,
ער'ט אויפגעבויעט א תל תלפיות בתוככי בארא פארק, א שפאגעל נייע הערליכע מבצר (אין די למד יארן),
ס'נישט געווען אזא פשוט'ע זאך,
מ'דארף זיין א ריכטיגער ביק צו פארפאטשקען אזא שטארקע זאך.

גאלד » זונטאג מאי 30, 2021 7:55 pm

· #474181
גאנצל
איך מיין ר' בעריש'ס קהלה ווי נישט ווי שטייט נאך שענער ווי סיגוט בפ ער האט עס נישט אפגעהרגעט אזוי ווי דער סיגוט בפ רב האט אפגעהרגעט זיין ישיבה

אבוויעסלי האט די רבי ז"ל געוואוסט וואס ער טוט

ר' בעריש האט בלויז באקומען א פאסטן אין א קהלה. ר' זלמן לייב האט באקומען א זעלבסטשטענדיגע פערזענליכע ירושה פון זיין טאטע. ווער וואלט זיך נישט געווינטשן דאס.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 30, 2021 8:06 pm

· #474183
[ציטאט אראפגענומען]

זיכער איז ער א מוצלח'דיגער מענטש. ווען איך וואלט אנגעשטעלט וואס ער האט אלץ אנגעשטעלט וואלט איך נישט געקענט איינזיצן פאר איין מינוט...!

מחצה''ק » זונטאג מאי 30, 2021 8:17 pm

· #474187
א חסיד פון ווילנא
א פשוטע מציאות, סיגעטע ישיבה האט זיך צוגעשפארט א יאר נאך וואס רז"ל האט עס איבערגענומען

רוב סאטמאר ב"פ וואס פלעגן קומען יעדע יו"ט אויף סיגעט צום ב"מ ז׳ל האבן אויפגעהערט צו גיין צו רז"ל ווייל ער האט גארנישט פארקויפט, געווען בארינג

איך האב געהערט אפילו אז יעקב בער האט עס אביסל אויפגעלעבט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

ס'קיקט עד היום הזה אויס די זעלבע ס'איז זייער נעריש צי האבן טענות פארוואס ס'איז צי זאם געפאלן
ס'איז א בחינה אזוי ווי לאמיר זאגן אז בעלזע רב האט אויך בילגרייע מוסדות אינטער זיך פארוואס זאל זיך עס האלטן? ער האט דאך שוין היינט בעלזא מוסדות די זעלבע מיטן ברך משה ער איז שוין געווען סאטמאר רב דעמאלטס פארוואס זאל זיך האלטן זיין אלטע קליינע מוסדות בכלל ס'איז קיינמאל נישט עכט געווארן פרישע סיגוט'ע חסידים רוב אלטע סיגוט'ע זענען שוין די קינדער געווארן סאטמאר'ע

מחצה''ק » זונטאג מאי 30, 2021 8:18 pm

· #474188
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

זיכער איז ער א מוצלח'דיגער מענטש. ווען איך וואלט אנגעשטעלט וואס ער האט אלץ אנגעשטעלט וואלט איך נישט געקענט איינזיצן פאר איין מינוט...!

געפעלט מיר יוסל איז מוצלחדיג ס'איז בכלל דא וואס עם מקנא צי זיין?

גאלד » זונטאג מאי 30, 2021 8:25 pm

· #474190
די רעדע איז נישט דער ברך משה, די רעדע איז ר' זלמן לייב, ער איז געווען א רב פון א זעלבסטשטענדיגע קהילה, צו ס'האט געהייסט סיגעט צו זלאטשעב צו פאפא.

איז פשוט א נארמאל זאך צו ערווארטן אז א מענטש וואס האט די מינדעסטע כשרונות, אז עפעס מענטשן זאלן זיך מדבק זיין אין איהם, אזוי ווי סיי וועלכער וואוילער איד.
דערווייל גארנישט. זילטש. 20 יאר און טויטע באנקעס.

סעגאל » זונטאג מאי 30, 2021 8:51 pm

· #474192
איינער ווייסט וויזוי מען עפענט צימעס?
מען דארף עמערדשנסי אריבערפירן די שמיץ עס שמעקט שוין צי שטארק דא.

תמים » זונטאג מאי 30, 2021 9:00 pm

· #474193
גאלד
די רעדע איז נישט דער ברך משה, די רעדע איז ר' זלמן לייב, ער איז געווען א רב פון א זעלבסטשטענדיגע קהילה, צו ס'האט געהייסט סיגעט צו זלאטשעב צו פאפא.

איז פשוט א נארמאל זאך צו ערווארטן אז א מענטש וואס האט די מינדעסטע כשרונות, אז עפעס מענטשן זאלן זיך מדבק זיין אין איהם, אזוי ווי סיי וועלכער וואוילער איד.
דערווייל גארנישט. זילטש. 20 יאר און טויטע באנקעס.

נאך אלץ געלונגענער ווי דער ברודער וואס האט נאך 20 יאר נישט נאר נישט געבויט פאר זיך, נאר גאר געבויט פאר זיין יונגערער ברודער -נישט סתם א ברודער נאר א ברודער א ביק -
געבויט א קהלה גרעסער גאר ווי זיין אייגענע קהלה..

די זעלבע יעצט איז אים געלונגען צי בויען פאר זיין פלומעניק א קהלה אין בני ברק גרעסער ווי זיין אייגענע דארט..

מהרז"ל איז דאך נישט אזוי געלונגען ווי דער ברודער.. זעהט אויס אז צי זיין א ביק איז נישט אזוי פאעורפול ווי זיין ברודערס טאלאנט זיין א ביק פלאס א נארסעסיסט.. ער טויג נישט ווי אים..

פארפאלן א ביק וואס איז געזונט איז נאך אלץ בעסער ווי א ביק אהן מדות, וואס איז נעבעך נישט געזונט צו דער זייט..

מפיל קינד » זונטאג מאי 30, 2021 9:27 pm

· #474196
ברעקינג!

אומבאשטעטיגטע באריכטן (כולל נייעס) זאגן אז עטרת אברהם האט געקענסלט די סיום יסודי התורה וואס דארף פארקומען נעקסטע וואך אין עטרת אברהם, אין דירעקטע נקמה אקציע צו די טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל צו מחותנים פון עטרת מייזעלס.

מחצה''ק » זונטאג מאי 30, 2021 9:39 pm

· #474197
מפיל קינד
ברעקינג!

אומבאשטעטיגטע באריכטן (כולל נייעס) זאגן אז עטרת אברהם האט געקענסלט די סיום יסודי התורה וואס דארף פארקומען נעקסטע וואך אין עטרת אברהם, אין דירעקטע נקמה אקציע צו די טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל צו מחותנים פון עטרת מייזעלס.

מען דארף שטיין ווייט פון די טייטלבוים'ס זיי שלעפן יעדן מיט מיט זייערע מחלוקות ווייבס

תמים » זונטאג מאי 30, 2021 10:00 pm

· #474200
מפיל קינד
ברעקינג!

אומבאשטעטיגטע באריכטן (כולל נייעס) זאגן אז עטרת אברהם האט געקענסלט די סיום יסודי התורה וואס דארף פארקומען נעקסטע וואך אין עטרת אברהם, אין דירעקטע נקמה אקציע צו די טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל צו מחותנים פון עטרת מייזעלס.

איך האף אז די נייעס איז פאלש. איך זעה נישט וויאזוי אזא אקט העלפט צי די מערכה אין קרית יואל. סאיז נאריש לדעתי.

גאלד » זונטאג מאי 30, 2021 10:07 pm

· #474201
תמים
גאלד
די רעדע איז נישט דער ברך משה, די רעדע איז ר' זלמן לייב, ער איז געווען א רב פון א זעלבסטשטענדיגע קהילה, צו ס'האט געהייסט סיגעט צו זלאטשעב צו פאפא.

איז פשוט א נארמאל זאך צו ערווארטן אז א מענטש וואס האט די מינדעסטע כשרונות, אז עפעס מענטשן זאלן זיך מדבק זיין אין איהם, אזוי ווי סיי וועלכער וואוילער איד.
דערווייל גארנישט. זילטש. 20 יאר און טויטע באנקעס.

נאך אלץ געלונגענער ווי דער ברודער וואס האט נאך 20 יאר נישט נאר נישט געבויט פאר זיך, נאר גאר געבויט פאר זיין יונגערער ברודער -נישט סתם א ברודער נאר א ברודער א ביק -
געבויט א קהלה גרעסער גאר ווי זיין אייגענע קהלה..

די זעלבע יעצט איז אים געלונגען צי בויען פאר זיין פלומעניק א קהלה אין בני ברק גרעסער ווי זיין אייגענע דארט..

מהרז"ל איז דאך נישט אזוי געלונגען ווי דער ברודער.. זעהט אויס אז צי זיין א ביק איז נישט אזוי פאעורפול ווי זיין ברודערס טאלאנט זיין א ביק פלאס א נארסעסיסט.. ער טויג נישט ווי אים..

פארפאלן א ביק וואס איז געזונט איז נאך אלץ בעסער ווי א ביק אהן מדות, וואס איז נעבעך נישט געזונט צו דער זייט..

בקיצור דאס בעסטע וואס די קענסט זאגן וועגן דיין רבי אז דער ברודער איז ערגער. און היות פאר 20 יאר האט'ער דאך נישט קאנקערירט מיטן געפערליכן ברודער, ממילא האט קיינער נישט געקוקט אויף זיין זייט, אבער ווי נאר ער'ז געווארן - אויף דער עלטער - א קאמפעטישן מיטן ברודער איז'ר געווארן אן ארטיקל. געוואלדיג. זייער אינספייערינג.

תמים » זונטאג מאי 30, 2021 10:50 pm

· #474205
גאלד
תמים
גאלד
די רעדע איז נישט דער ברך משה, די רעדע איז ר' זלמן לייב, ער איז געווען א רב פון א זעלבסטשטענדיגע קהילה, צו ס'האט געהייסט סיגעט צו זלאטשעב צו פאפא.

איז פשוט א נארמאל זאך צו ערווארטן אז א מענטש וואס האט די מינדעסטע כשרונות, אז עפעס מענטשן זאלן זיך מדבק זיין אין איהם, אזוי ווי סיי וועלכער וואוילער איד.
דערווייל גארנישט. זילטש. 20 יאר און טויטע באנקעס.

נאך אלץ געלונגענער ווי דער ברודער וואס האט נאך 20 יאר נישט נאר נישט געבויט פאר זיך, נאר גאר געבויט פאר זיין יונגערער ברודער -נישט סתם א ברודער נאר א ברודער א ביק -
געבויט א קהלה גרעסער גאר ווי זיין אייגענע קהלה..

די זעלבע יעצט איז אים געלונגען צי בויען פאר זיין פלומעניק א קהלה אין בני ברק גרעסער ווי זיין אייגענע דארט..

מהרז"ל איז דאך נישט אזוי געלונגען ווי דער ברודער.. זעהט אויס אז צי זיין א ביק איז נישט אזוי פאעורפול ווי זיין ברודערס טאלאנט זיין א ביק פלאס א נארסעסיסט.. ער טויג נישט ווי אים..

פארפאלן א ביק וואס איז געזונט איז נאך אלץ בעסער ווי א ביק אהן מדות, וואס איז נעבעך נישט געזונט צו דער זייט..

בקיצור דאס בעסטע וואס די קענסט זאגן וועגן דיין רבי אז דער ברודער איז ערגער. געוואלדיג.

פארשטייט זיך איך האב גערעדט לויט דיין לאגיק ארויסצוברענגען זיינע שוואכקייטן, אז זיין ברודער איז נאך ארגער פון אים אפילו לויט דיינע סטאנדארטן..

אבער באמת, אויב סאינטערעסירט דיר, זענען חסידי מהרז"ל זייער שטאלץ מיט זייער רבין, א איד א תלמוד חכם, א בר דעת, א ירא שמים, א הולך לפי רוחו של כל אחד, א מתון. וואס נעמט פשוט ערענסט זיין דזשאב אלטס רבי, ווי זיין טאטע האט געזאגט לא שררה אני נותן לפניכם אלא עבדות, און פרובירט פשוט צי זיין א ריכטיגער שומר הפקדון.. צי אנהאלטן זיין פעטערס מורשת קהלה און מוסדות. און נישט אלעס דרייט זיך ארום אנכי ואפסי. נישט קיין קליינע קונץ צו זיין א רב פון אזא ריזיגע קהלה , לכאורה די גרעסטע אין די וועלט, און יעדער זאל אים ליב האבן און זיין צופרידען מיט אים. כאטש מרעדט דא פון סאטמארע אידן וואס פאלגן נישט בלינדערהייט און זענען אנדערש אויפגעוואקסען ווי אין אנדערע קרייזן.

מדארף נישט פראפעגאנדירן מיט פאלשע חסידות און רעביסטיווע וואס סוף פסוק ביי סאטמערע אידן ארבעט עס ממילא נישט.. עיין ערך בני ברק ווי די גרעסטע חסידים לכאורה, שטויסן דעם רבין אז סגייט א רויעך.. און וויאזוי ענק האבן טאקע אנגענומען דעם ברך ביז סאיז געגאנגען קעגן די אינטערעסן.. ועוד חזון למועד, מארק מיי ווארדס וויפיל פאן סגייט זיין ביי קהלת מהר"א ביי די אזויגערופענע חסידים.. בני ברק איז א משל.

גאלד » זונטאג מאי 30, 2021 11:03 pm

· #474206
אויב איז'ר טאקע אזא אדם השלם,
פארוואס האט קיינער מכיר געווען זיין גדלות ביז די 50+ יאר,
פארוואס כל זמן ער איז נישט געווען ר' אהרן'ס קאמפעטישן האט קיינער געקוקט אויף זיין זייט.
און נאר באנקראטירט זיין טאטנס הארוואניע.

כ'פרעג נאר,

תמים » זונטאג מאי 30, 2021 11:14 pm

· #474207
גאלד
אויב איז'ר טאקע אזא אדם השלם,
פארוואס האט קיינער מכיר געווען זיין גדלות ביז די 50+ יאר,
פארוואס כל זמן ער איז נישא געווען ר' אהרן'ס קאמפעטישן האט קיינער געקוקט אויף זיין זייט.
און נאר באנקראטירט זיין טאטנס הארוואניע.

כ'פרעג נאר,

איך האב נישט געזאגט אז ער איז א אדם השלם. ער טוט למעשה א סופער דזשאב פאר זיין קהלה. זהו

זיין ברודער האט מען אויך נאר געקוקט אויף זיין זייט ווען מהאט אים געשטעלט אויף א פאזיציע. און אזוי אויך ביי אים.

פארשטייסט אליין אז נישט ער און נישט זיין ברודער האט מען אויסגעקליבען צוליב זייער זיין די געלונגעסטע ערליכסטע יודן אין סאטמאר.. מהאט זיי ביידע אויסגעקליבען צוליב די זעלבע סיבה ווייל זיי האבן געוויסט ווי געבוירן צי ווערן.. און צוליב זייער לעצטע נאמען.. אזוי ווי אין אלע קרייזען.

אבער די חילוק איז אז בשעת דער ברודער אלץ רב האט יעדן טאג זיך געקריגט מיט א צווייטן און געמאכט שונאים מבית ומבחוץ און האט פון זיין אין קאנטראל אויף גאנץ סאטמאר, אויפגעבויט א חסידות פאר זיין ברודער גרעסער ווי זיינס, און ער גייט נאך אהן אזוי עד היום, עיין ערך בני ברק, איז דער אינגערער ברודער שיין אריינגעוואקסן אין די ריזיגע שיך און זיין קהלה פארט על מי מנוחות עכ"פ פאר זיינע מענטשען.

moneyminded » זונטאג מאי 30, 2021 11:17 pm

· #474208
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
תכלית גערעדט
וויפעל חתונות האט עטרת מאיר צבי היי יאר?
וויפעל חתונות געקענסעלד אין עטרת מייזעלס?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

א חסיד פון ווילנא » זונטאג מאי 30, 2021 11:23 pm

· #474210
ווי גייט ער אין רבינ'ס וועגן?

דער רבי האט געזינגען ניגונים ביים טיש?
דער רבי האט געהאט מוזיק און געטאנצן ל"ג בעומר?
כהנה וכהנה, ער מאכט נאך דעם ברודער טריט און שריט
יסודי התורה/ תורתיך שעשועי, ער זכרו.
יעצט לעצטענס מיט די גמר כתיבת האותיות, קאפי פעיסט
די אלע נעילת החג באגלייטן מיט מוזיק איז געווען ביים רבי'ן?
און נאך אסאך שא"א לפורטם

דאס וואס דו שרייבסט ער האט די גרעסטע קהלה אין די וועלט, איר האט די נומבערס צאמרעכענען וומסב"ג ב"פ קר"י מאנסי מאנטריאל לאנדאן און א"י? נישטא איינער וואס זאגט ער האט מער פונעם ברודער, פארקערט דער ברודער שטייגט אים איבער קע"ה

שרייבט איינער אז סיגעט האט זיך צוגעמאכט ווייל עס איז געווען סאטמאר, א שקר גס, נאך היינט דא יודן אנגעווייטיגט אז ער האט פארשפארט די ישיבה פאר פוילקייט, און געווארן א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה אן קיין שום עול, די 2 דרשות שבה"ג און ש"ת וואס ער האט געדארפט זאגן געדענקען די בחורים ווי וואכן פאר דעם האט מען נישט געקענט רעדן צו אים פאר נערוועזיקייט (כאטש ר' הערצקע צוויבל האט עס געלערנט מיט אים).
סך הכן איז ער א פוילער בארא פארקער רעביש קינד מיט א ענגלישן אקצענט (באקאנט אז ער האט זיך געדינגען איינעם פריוואט ענגליש),
קיינמאל נישט געחלומ'ט פון אזא פאזיציע, מ'האט אים גענומען פאר א שטעקן און ער באלעקט זיך דערמיט.

מחצה''ק » מאנטאג מאי 31, 2021 12:16 am

· #474212
דארפסט א ציגרעטל?

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 31, 2021 1:00 am

· #474217
מיליאנער
תמים

ממה נפשך, אויב אלץ כוח הציבור, איז מהר"א קיינמאל נישט געווארן קרית יואל'ער רב.
רוב ציבור בימים ההם האט זיך מתנגד געווען צי די רבנות. געוויסע צוליב זיין רעבעצין וואס זיי האבן געהאלטן אז סהאט נישט קיין פשט אז דמו ונפשו פון סאטמאר רב, זאל באקומען א רעבעצין מיט א אגודהיסטישע חינוך און רעדט עברית, וואס איז דעמאלטס געווען דאס ארגסטע אין סאטמאר. אבער רוב האבען זיך מתנגד געווען פשוט ווייל זיי האבן געהאלטן אז עד איז ווייט ווייט פון ראוי לאותו איצטלא מחמת וואס ער האט נישט וואס ספארלאנגט זיך פון איינער צי ווערן א רב פון א עיר ואם בישראל, ועוד כמה וכמה סיבות שאכמ"ל.

שמעון וואלף
לדעתי איז עס נאכמער. מ'האט קיינמאל נישט געמאכט וואלן טאמער מ'זאל אים אויפנעמען אלץ רב און עפ"י תורה האט ער נישט קיין שום כח מרא דאתרא. און אפילו טאמער די ב"מ האט אים געשטעלט מיינט אויך גארנישט ווייל די ב"מ איז אויך נישט געווען מרא דאתרא. היינט אז ס'איז דא מערערע קהילות אין קר"י קען יעדע קהילה פאר זיך אויפנעמען א רב.

ביטע הערט אויף מיט די וואלן ספין, וואס וואלט געווען ווען מ'מאכט ווען וואלן, ווער האלט איר וואלט געוואונען?

אפשר זאגט איר מיר פארוואס די ארוינים האבן די ווילעדזש? די וואלן גייט אייך מאכן צופרידן? און דעמאלטס גייט עטס אננעמען מהר''א פאר מרא דאתרא?! דרייטס א קאפ א צווייטן, אונז האמיר בעסער וואס צו טון ווי מאכן פורים וואלן... אדרבה זאלן די אנטי מהר''א פאררופן וואלן, צו ווייזן אז רוב קרית יואל דארף אים נישט?

זעהט אויס אז נאך דעם וואס @תמים האט דיך "ארויסגענומען פון די כלים" קענסטי נישט טראכטן גראד. איך האב געזאגט אז ווען מ'האט אים אויפגענומען איז נישט געווען קיין וואלן און אסאך האלטן אז רוב האבן אים נישט געוואלט. די קענסט האלטן אז רוב האבן אים יא געוואלט אבער ווילאנג די קענסט עס נישט פראווען האט יעדער רעכט זיך צו דינגן מיט דיר. מאכן יעצט וואלן איז לא מעלה ולא מוריד ווייל ס'זענען שוין דא עטליכע קהילות און יעדער איז בארעכטיגט צו מאכן שבת פאר זיך.
ס'שוין צייט צו אויפהערן ניצן די שרעקעדיגע ווארט "מרא דאתרא" כאילו דאס איז א מציאות ווען אין פאקט איז על זה אנו דנין. ווילאנג ארונים דרייען א קאפ דערמיט וועלן זלונים צוריקשיסן די זעלבע ליצנות.

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 31, 2021 1:11 am

· #474218
גאלד
אגב, ס'זענען געווען 2 גאר חשוב'ע סאטמאר רבנים וואס האבן מעיד געווען ברבים פאר א ארון קדוש, אז דער ברך משה האט זיי געזאגט פערזענליך (נאך אין די געזונטערע יארן ווען ער האט נאך געוועפט), בתורת צוואה אז ער וויל ר' אהרן זאל זיין דער איינציגער ממלא מקום "הוא ולא אחר".
הלא המה
הג"ר הירצקא צוויבל דער סאטמאר וומ"ב ראה"כ
הג"ר ישראל חיים הורוויץ אב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער

אינטערעסאנט אז ער האט נישט געטראפן קיין צוויי כשר'ע עדות אין ניו יארק.. געדארפט גיין זיכן איינעם אין מאנטשעסטער און איין יונגערמאן אינטער די דרייסיג...
פארוואס האט ער עס נישט געזאגט פאר למשל ר' געציל אדער חתנו הגדול ר' בעריש? און טאמער האט ער עס געזאגט, פארוואס גיבן זיי נישט איבער די עדות?

אינטערסאנטער » מאנטאג מאי 31, 2021 1:18 am

· #474219
פון אישי (אביסל געטוישט).

ווען די זאליס מיינען דא באמת צו פראטעקטן זייערע מענטשן אין קרית יואל פון די ארוינישע טעראר, זאלן זיי מאכן די תקנה אין אלע זייערע הערליכע זאלן אין וויליאמסבורג אז נאר רז"ל מעג מסדר קידושין זיין דארט, און אלע ארוינים וואס מיזן חתונה מאכן ביי די זאלוינישע זאלן (ווייל די ארוינים זענען לוזערס אין וויליאמסבורג) וועלן על אפם ועל חמתם מיזן נעמען זייער שונא פאר מסדר קידושין, און זיי וועלן אביסל פילן וואס די זאלוינים גייען שוין דורך די לעצטע צוואנציג יאר

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 31, 2021 1:26 am

· #474221
תמים
מפיל קינד
ברעקינג!

אומבאשטעטיגטע באריכטן (כולל נייעס) זאגן אז עטרת אברהם האט געקענסלט די סיום יסודי התורה וואס דארף פארקומען נעקסטע וואך אין עטרת אברהם, אין דירעקטע נקמה אקציע צו די טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל צו מחותנים פון עטרת מייזעלס.

איך האף אז די נייעס איז פאלש. איך זעה נישט וויאזוי אזא אקט העלפט צי די מערכה אין קרית יואל. סאיז נאריש לדעתי.

איך האף אויך אז ס'פאלש אבער וואלט נישט געווען סורפרייזד אז ס'איז אמת. זיי האבן שוין געמאכט אסאך נער'ישע מיסטעיקס אין די פארגאנגענהייט

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 31, 2021 1:42 am

· #474222
גאלד
תמים
גאלד
וואסי שלעכט אז ער געט פאר איינעם אלעס, און פאר אנדערע געבט ער סתם מאלטי-מיליאן דאלאר ירושה נכסים, זאלן קענען אויסלעבן די יארן בהרבצת תורה בשלום ושלוה ובהרחבת הדעת אווי דער סיגעטער שוהל אין צענטער פון בארא פארק.

וואלסטו קאמפלעינט ווען דיין טאטע לאזט דיר דאס איבער?

ס'האט טאקע אזוי נייטיג אויסגעפעלט פאר ר' זלמן לייב'ן צו אויך זיין א סאטמאר רבי? און אנע דעם איז פשוט דער ברך משה א שלעכטער מענטש צו זיינע קינדער? הלוואי ווען מען טאטע לאזט מיר דאס איבער

די האלטסט אז ר' אהרן'ס אנדערע קינדער גייען זיין צופרידען אויב זייער טאטע גיבט אלעס פאר ר' מענדל און זיי באקומען א סיגיטע בנין? אויב יא פארשטיי איך דיר..

אבער סגעפעלט מיר, די פארשטייסט טאקע נישט פארוואס מהרז"ל וואלט נישט געווען צופרידען בלויז מיט סיגוט, בשעת דיין רבי איז נישט געווען צופרידען מיט א אימפיריע ווי קרית יואל און נאך און געפייט מיט ציין און נעגל אז דער ברודער זאל גארנישט האבן? קאמאן

בקיצור די האלטסט אז דער ברך משה האט זיך אויפגעוועקט איין טאג מיט א דשוק אין קאפ, "הממ... וואס גייט דא פאר, כאב טאקע געגעבן פאר ר' זלמן לייב'ן 20 יאר צוריק א באמבע ירושה, בכבוד גדול, ווי ס'עט איהם גארנישט פעלן, אבער היות ר' אהרן גייט דאך ווערן סאטמאר רבי, העט ר' זלמן לייב אנהויבן ווערן דשעלעס, מוז איך שוין ציהאקן סאטמאר אין 2 פשוט ר' זלמן לייב זאל נישט זיין דשעלעס."

איי ר' שלום אליעזר מיט ר' ליפא מעגן יא זיין דשעלעס, כפארשטיי נישט

זייער פשוט. די ברך האט געהאלטן אז ר"א וועט זיין א טויגליכע מנהיג און וועט קענען שטיין בראש קהילת סאטמאר, דעריבער האט ער אים געבעקט און פראבירט גרויס צו מאכן. פאר א גרויסע עולם האט עס נישט געשמעקט מחמת כמה סיבות און צעביסליך האבן מער און מער מענטשן זיך אפגעשאקעלט פון סאטמאר ובתוכם מסלתה ומשמנה פון די קהילה. די ישיבה אין קר"י למשל איז געווען א דיזעסטער און רוב סאטמארע וואס האבן געהאט א ברירה האבן נישט אהינגעשיקט די קינדער. ווען מ'האט אים אויפמערקזאם געמאכט און ער האט עס מברר געווען האט ער דעסיידעט אז פאר די טובה פון סאטמאר איז בעסער אריינצוברענגן רז"ל אזוי וועט ער קענען צוריקברענגן דעם עולם. שפעטער ווען ר"א האט זיך מתחצף געווען פאר אים האט ער שוין געקענט באשטיין אלעס אוועקצונעמען פון אים

אינטערסאנטער » מאנטאג מאי 31, 2021 1:45 am

· #474223
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז גארנישט קיין בושה.עס איז א בושה אויב מען לאזט די אייגענע מענטשן ווערן צוטרעטן ווי קאקארוטשעס פון די ארוינישע קרית יואל'ע טעראריסטן. עס איז שוין די העכסטע צייט צו מאכן סדר און ווייזן אז א מלחמה גייט אויף ביידע וועגן.

קיין אנדערע שפראך וועלן די ארוינים קיינמאל נישט פארשטיין, מען האלט שוין נאכ'ן דאס אויספרובירן. והכה"ו גייט אהין און צוריק

אינטערסאנטער » מאנטאג מאי 31, 2021 2:05 am

· #474228
[ציטאט אראפגענומען]

די יעצטיגע מערכה איז א המשך פון חי'אישקייט און טעראר וואס די ארוינים פירן שוין אהן א משך פון צען יאר אין קרית יואל, און האבן יעצט פרובירט ארויפצולייגן זייערע לאפעס אויך אויף די עטרת מייזעלס זאל, און מען האט זיי ברוך השם באצייטנס אפגעשטעלט.

עם עקש תתפתל