☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27

וואסער » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 5:51 pm

· #479949
Wow...
אראפגעקראכן (אראפגעפאלן) פון בוים!

ווער מאכט חתונה?
וואס איז די אפיציעלע ארונישע תירוץ פארוואס גיבט מען יעצט רשות פאר מהרז"ל?

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 6:09 pm

· #479953
וואסער
Wow...
אראפגעקראכן (אראפגעפאלן) פון בוים!

ווער מאכט חתונה?
וואס איז די אפיציעלע ארונישע תירוץ פארוואס גיבט מען יעצט רשות פאר מהרז"ל?

נעביך, אלע רבי'ס זענן פארנומען איבערן קאפ צו אויפנעמן די חסידים מיט קוויטלעך פאר ר"ה, אבער רז"ל האט צייט ארויס צו פארן 4 שעה אהין און צוריק, אבי צו קלאפן דעם ברודער

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 10:39 am

· #480010
[ציטאט אראפגענומען]

וואס נאך האסטו געהערט?

איך בין געווען ביי די חתונה און צוזאמען מיט'ן פעטער און רוב שוואגערס צענער האבן נישט געפלאנט צו גיין צו די חתונה, אריינגערעכענט איינער וואס איז א חסיד פון א אנדערן רבי'ן אבער פארשטאנען אז ער זאל נישט גיין, באין ברירה האבן זיי געמוזט נעמען רשות

אינטערסאנטער » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 11:05 am

· #480014
הייסט אז ער געט אפיציעל רשות פאר זיין ברידער רז"ל אויב מען בעט נאר רשות? פלוצלינג געטוישט פאליסי?

גראדע שטייט עס אויס פון די ארוינים, די גאנצע פורים איסור און"שרעקליכער" חרם אויף די חתונות אין עטרת מייזעלס ווערט ארומגעטוישט יעדן טאג לויט די גיסטע פון דוד עקשטיין. אינטערסאנט אז אזעלכע הארבע חרמות זאל אזוי גרינג קענען ווערן אראפגענומען, דא עקסטענדט מען א היתר, דא נעמט מען עס אינגאצן אראפ, שפעטער לייגט עס דוד עקשטיין צוריק... פורים פורים לנו...

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 1:50 pm

· #480030
אינטערסאנטער
הייסט אז ער געט אפיציעל רשות פאר זיין ברידער רז"ל אויב מען בעט נאר רשות? פלוצלינג געטוישט פאליסי?

גראדע שטייט עס אויס פון די ארוינים, די גאנצע פורים איסור און"שרעקליכער" חרם אויף די חתונות אין עטרת מייזעלס ווערט ארומגעטוישט יעדן טאג לויט די גיסטע פון דוד עקשטיין. אינטערסאנט אז אזעלכע הארבע חרמות זאל אזוי גרינג קענען ווערן אראפגענומען, דא עקסטענדט מען א היתר, דא נעמט מען עס אינגאצן אראפ, שפעטער לייגט עס דוד עקשטיין צוריק... פורים פורים לנו...

איך פארשטיי נישט, וואס זאל ער טון, מ' טאר נישט מסדר קידושין זיין אן רשות, אבער קומט אריין א נועם המדות וואס האלט נישט אויס אז דער ברודער האט חסידים ווערסעס ער האט נישט (אויף אזא פארנעם זיכער נישט) א רבי פון טויזענטער חסידים האט צייט ארומצופארן אלול צו שטעכן דעם ברודער, האט מען געאפפערט אז ווער עס וויל נישט עובר זיין אויפ'ן איסור, ער דארף אבער די בענעפיטס (ביליגע האל, הלוואה, און די פעקעדזש וואס איז געמאכט געווארן בכוונה תחילה צו צוברעכן די הנהגה אין קר"י, גדולה לגימה) האט א אפציע צו בעטן רשות כדי ניצול ווערן פון די חרם ואיסור און נישט מצער זיין א גאנצע קהלה

איז אויך נישט גוט?

פתחון פה » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 2:06 pm

· #480031
יא פאפער רב אויב דו פארשטייסט וואס דו האסט געשריבן?

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:22 pm

· #480049
פתחון פה
יא פאפער רב אויב דו פארשטייסט וואס דו האסט געשריבן?

גוט גענטפערט.

בד"ו וואס איז די היתר חוזק מאכן פון פאפער רב? האסט נישט וואס צו ענטפערן שרייב רז"ל.

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:31 pm

· #480051
אינטערסאנטער
הייסט אז ער געט אפיציעל רשות פאר זיין ברידער רז"ל אויב מען בעט נאר רשות? פלוצלינג געטוישט פאליסי?

גראדע שטייט עס אויס פון די ארוינים, די גאנצע פורים איסור און"שרעקליכער" חרם אויף די חתונות אין עטרת מייזעלס ווערט ארומגעטוישט יעדן טאג לויט די גיסטע פון דוד עקשטיין. אינטערסאנט אז אזעלכע הארבע חרמות זאל אזוי גרינג קענען ווערן אראפגענומען, דא עקסטענדט מען א היתר, דא נעמט מען עס אינגאצן אראפ, שפעטער לייגט עס דוד עקשטיין צוריק... פורים פורים לנו...

איך האב שוין איינמאל מסביר געווען קיינער האט קיינמאל געזאגט אז ווען רז''ל אדער סיי ווער ספעציפיש איז מסדר קידושין זאל זיין א מוראדיגע מכשול.

וואס דען? עס איז א תקנת הקדמונים אז א מרא דאתרא זאל האבן די אחריות פון די סידור קידושין'ס אין שטאט כדי מונע צו זיין פאטענציאלע פראבלעמען וואס קומען (פאקטיש) ארויס ווען יעדע בנש''ק אדער זיידע קען מסדר קידושין זיין ופשוט הוא, אדרבה ווער עס קען מיר מסביר זיין פארוואס עס זאל נישט ארויסקומען מכשולות ווען יעדע עם הארץ קען מס''ק זיין זאל ביטע ארויפקומען.

יעצט, צוליב וואס רז''ל איז געווען א חיה רעה כפשוטו און געמאלדן פאר אלע וואס האבן שוין געהאט קאנטראקטס אז מען מוז נעמען אים אליין פאר סידור קידושין, הוא ולא אחר, האט מהר''א געגעבן רשות פאר ביז ר''ח אלול וואס דאס דארף זיין בערך אלע חתונות וואס איז שוין געווען געבוקט.

סאו ס'קומט נישט דא אריין ''האהא וועלכע מכשולות איז דא יעצט? ווייל ווי געזאגט ס'נישט אז ווען רז''ל איז מס''ק געשעט עפעס (האפענטליך...) נאר די סידו''ק דארף זיין אינטער קאנטראל וואס די קאנטראל איז נישט פארלוירן געווארן מיטן געבן רשות ביז ר''ח אלול צוליב א אויסנאם סיבה.

לגבי די יעצטיגע חתונה איז די מעשה אז דא איז געקומען א גאר שטארקע מאוו מצד די משפחה וואס איך בין נישט זיכער אז זיי ווילן עס פארשפרייטן אין פאבליק און די חתונה איז שוין געווען געבוקט פון פאר די חאזעריי ממילא האט מען געגעבן רשות (איך האב עס געהערט פון איינעם פון מהר''א'ס שטוב דרייערס, אז איינער וויל שטארק קען איך שיקן פריוואט די דעטאלן)

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 2:23 am

· #480086
איך מיין אז רז"ל זאל דערקלערן אז מהיום והלאה טאר קיינער נישט מסדר קדושין זיין אין וויליאמסבורג (והגלילות) אן זיין רשות. דערנאך וועט ער מפרסם זיין אז ער גיבט רשות פאר א חודש צוויי, און נאכדעם וועט ער עס פארלענגערן פאר נאך אביסול אויף ביזדערווייל איז ער די געווינער ווייל למעשה זענען נישטא קיין חתונות אן זיין רשות

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 2:26 am

· #480087
מיליאנער
אינטערסאנטער
הייסט אז ער געט אפיציעל רשות פאר זיין ברידער רז"ל אויב מען בעט נאר רשות? פלוצלינג געטוישט פאליסי?

גראדע שטייט עס אויס פון די ארוינים, די גאנצע פורים איסור און"שרעקליכער" חרם אויף די חתונות אין עטרת מייזעלס ווערט ארומגעטוישט יעדן טאג לויט די גיסטע פון דוד עקשטיין. אינטערסאנט אז אזעלכע הארבע חרמות זאל אזוי גרינג קענען ווערן אראפגענומען, דא עקסטענדט מען א היתר, דא נעמט מען עס אינגאצן אראפ, שפעטער לייגט עס דוד עקשטיין צוריק... פורים פורים לנו...

איך האב שוין איינמאל מסביר געווען קיינער האט קיינמאל געזאגט אז ווען רז''ל אדער סיי ווער ספעציפיש איז מסדר קידושין זאל זיין א מוראדיגע מכשול.

וואס דען? עס איז א תקנת הקדמונים אז א מרא דאתרא זאל האבן די אחריות פון די סידור קידושין'ס אין שטאט כדי מונע צו זיין פאטענציאלע פראבלעמען וואס קומען (פאקטיש) ארויס ווען יעדע בנש''ק אדער זיידע קען מסדר קידושין זיין ופשוט הוא, אדרבה ווער עס קען מיר מסביר זיין פארוואס עס זאל נישט ארויסקומען מכשולות ווען יעדע עם הארץ קען מס''ק זיין זאל ביטע ארויפקומען.

יעצט, צוליב וואס רז''ל איז געווען א חיה רעה כפשוטו און געמאלדן פאר אלע וואס האבן שוין געהאט קאנטראקטס אז מען מוז נעמען אים אליין פאר סידור קידושין, הוא ולא אחר, האט מהר''א געגעבן רשות פאר ביז ר''ח אלול וואס דאס דארף זיין בערך אלע חתונות וואס איז שוין געווען געבוקט.

סאו ס'קומט נישט דא אריין ''האהא וועלכע מכשולות איז דא יעצט? ווייל ווי געזאגט ס'נישט אז ווען רז''ל איז מס''ק געשעט עפעס (האפענטליך...) נאר די סידו''ק דארף זיין אינטער קאנטראל וואס די קאנטראל איז נישט פארלוירן געווארן מיטן געבן רשות ביז ר''ח אלול צוליב א אויסנאם סיבה.

לגבי די יעצטיגע חתונה איז די מעשה אז דא איז געקומען א גאר שטארקע מאוו מצד די משפחה וואס איך בין נישט זיכער אז זיי ווילן עס פארשפרייטן אין פאבליק און די חתונה איז שוין געווען געבוקט פון פאר די חאזעריי ממילא האט מען געגעבן רשות (איך האב עס געהערט פון איינעם פון מהר''א'ס שטוב דרייערס, אז איינער וויל שטארק קען איך שיקן פריוואט די דעטאלן)

מיט אזא שטארקע חשש אויף מכשולות וואלט געווען פאסיג אז מר"א זאל איינפירן אין זיינע קהילות אין בארא פארק, וומ"ס און מאנסי אז נאר די רב הקהילה מעג מסדר קדושין פאר חברי הקהילה זיין אדער זאל מען דארפן בעטן רשות. איך מיין, וואסי פשט פון צולאזן אזא הפקירות?

פתחון פה » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 2:38 am

· #480088
שמעון וואלף
מיט אזא שטארקע חשש אויף מכשולות וואלט געווען פאסיג אז מר"א זאל איינפירן אין זיינע קהילות אין בארא פארק, וומ"ס און מאנסי אז נאר די רב הקהילה מעג מסדר קדושין פאר חברי הקהילה זיין אדער זאל מען דארפן בעטן רשות. איך מיין, וואסי פשט פון צולאזן אזא הפקירות?

יא איך האב אויך געטראכט דערפון.

פתחון פה » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 2:41 am

· #480089
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

איך האב אפאר קשיות אויף דעם אבער איך האב נישט קיין געדולד צו טייפן

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:02 am

· #480093
שמעון וואלף
איך מיין אז רז"ל זאל דערקלערן אז מהיום והלאה טאר קיינער נישט מסדר קדושין זיין אין וויליאמסבורג (והגלילות) אן זיין רשות. דערנאך וועט ער מפרסם זיין אז ער גיבט רשות פאר א חודש צוויי, און נאכדעם וועט ער עס פארלענגערן פאר נאך אביסל אויף ביזדערווייל איז ער די געווינער ווייל למעשה זענען נישטא קיין חתונות אן זיין רשות

לאמיר דיר אויסלערנען די כללים פון געווינערס/ פארלירערס: כדי צו קענען דערקלערן זיג דארף פארדעם זיין א פייט.

דא ביי די סידור קידושין פרשה האבן די ארוינים ניטאמאל אנגעהויבן צו פייטן! נישט אז מ'האט פרובירט און מ'האט אויפגעגעבן נאר פון די ערשטע רגע האט מען נישט געהערט פון זיי קיין שום ערנסטע מאוו, ס'איז שא שטיל, דאס מערסטע וואס מ'האט געטון איז געווען צו מאכן אן אסיפה ווי ר' געציל האט געלאזט וויסן אז ער שטייט נאך אלץ שטאנדהאפטיג מיט זיין שטעלונג אז אלע סידור קידושין'ס דארף זיין אונטערן מרא דאתרא און ווער עס וויל זיך אנפייפן זאל פייפן.

למעשה צוליב די סיטואציע ווי אויבן געשמועסט האט מען געגעבן רשות פאר ביז ר''ח אלול - וואס ס'איז שטענדיג געווען אזא זאך ווי בעטן רשות צו נעמען א צווייטן און מהר''א האט זיך געהאט זיינע כללים ווען יא און ווען נישט, איז יעצט האט מען געגעבן רשות ביז א באשטימטע דאטום און קיין איין טאג נישט מער, ווי געשמועסט אויבן איז דעי וואך געווען איין אויסנאם, קיינער חוץ דעם האט נישט באקומען רשות סתם אזוי.

איז ווילאנג דו קענסט נישט אנווייזן ווי די ארוינים האבן פרובירט צו באקעמפן דעי זאל, רעד נישט פון די ווארט געווינער, עס קומט בכלל נישט אריין דא.

די זאליס וואלטן געהייסן געווינערס למשל ווען די ארוינים וואלטן ווען פארפירט אז מ'דארף נישט, צו מ'טאר נישט בודק זיין צומת הגידין אדער אז מ'טאר נישט אוועקגיין פון לאנג איילענד ווייץ פאר די מצות, און למעשה נאך זייער גאנצע מערכה מאכן זיי נאך די זאליס דעמאלטס וואלטן די ארוינים געווען לוזערס....

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:03 am

· #480094
שמעון וואלף
מיט אזא שטארקע חשש אויף מכשולות וואלט געווען פאסיג אז מר"א זאל איינפירן אין זיינע קהילות אין בארא פארק, וומ"ס און מאנסי אז נאר די רב הקהילה מעג מסדר קדושין פאר חברי הקהילה זיין אדער זאל מען דארפן בעטן רשות. איך מיין, וואסי פשט פון צולאזן אזא הפקירות?

הייסט ביז יעצט איז געווען די טענה אז מהר''א איז נישט מרא דאתרא און יעצט איז די טענה אז די גאנצע איסור בכלל - אפילו במקום מרא דאתרא - איז ליפט? דאס איז שוין א געוואגטע טענה.

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:44 am

· #480095
איך מיין אז די גאנצע וויכוח צו מ' מעג מס"ק זיין צו נישט איז אירעלעווענט דא

ביי די טיילונג אין סאטמאר איז געווארן אז די עקסיזטירענדע מוסדות און וומסב"ג איז געגענגען צו רז"ל און די זעלבע אין קר"י צו מהר"א,

די מציאות אז אין קר"י איז די שטאדט געווען א חלק פון די מוסדות און דאס איז געגאנגען צו מהר"א

רז"ל האט געפענט מוסדות אין קר"י (כאטש לכאורה איז עס קעגן תקנת המקום) אבער אזוי ווי ער האט געהאט א שטיקל ציבור דארט האט מען אים נישט געשטערט ווייל קיינער האט נישט געוואלט האדעווען זיינע שונאים

די אלע יארן זענן געווען צענדליגער חתונות פון רז"ל מענטשן וואס האבן געגעבן סידור קידושין פאר מהר"א אן פראבלעמען, העכסטענס האבן זיי פרובירט פאר דינסטאג אדער אוועקגעטראגן די חתונה

די בני יואל האט די ערשטע דאס דורכגעבראכן און קיינער איז נישט מסופק אז דאס איז געווען מיט די כוונה אינטערברענגען זיין כח

יעצט איז רז"ל געקומען מיט די זעלבע כוונה, נישט ווייל ער האלט אז מהר"א איז נישט יודע בטיב גיטין וקידושין (ער ווייסט אז עס איז פארקערט) ער וויל נאר צוברעכן זיין כח אין קר"י און פארדעם האט מען אויפגעשטעלט בעידן חדוותא און די זאל און פארדעם פארט ער ביז קר"י צו שטעכן און אונטערברענגען זיין ברודער

גערעכט צו נישט, דארף מען זיך לאזן פון אים?

עוד ל... מילין אבער "איך האב נישט געדולט צו טייפן"

פתחון פה » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 12:12 pm

· #480099
א חסיד פון ווילנא

עוד ל... מילין אבער "איך האב נישט געדולט צו טייפן"

עוד לטיפוש מילין נישט נאר אויף דיר נאר אויף אלע וואס האבן מגיב געווען ביז דא וד"ל.

moneyminded » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 12:24 pm

· #480102
א חסיד פון ווילנא
וואס נאך האסטו געהערט?

איך בין געווען ביי די חתונה און צוזאמען מיט'ן פעטער און רוב שוואגערס צענער האבן נישט געפלאנט צו גיין צו די חתונה, אריינגערעכענט איינער וואס איז א חסיד פון א אנדערן רבי'ן אבער פארשטאנען אז ער זאל נישט גיין, באין ברירה האבן זיי געמוזט נעמען רשות

און? די גאנצע מערכה דערנאך דעמאלס, די מערכה האט זיך דאך אנגעפאנגען פון נישט לאזן צו געבן רשות סידור קידושין פאר ר' זלמן לייב, און יעצט אז ר' זלמן לייב האט רשות איז דאך אלעס פערטיג, מערכה אווער ב"ה, סא וואס איז געווען די הוא אמינא? מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?

moneyminded » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 12:27 pm

· #480103
מיליאנער
איך האב שוין איינמאל מסביר געווען קיינער האט קיינמאל געזאגט אז ווען רז''ל אדער סיי ווער ספעציפיש איז מסדר קידושין זאל זיין א מוראדיגע מכשול.

וואס דען? עס איז א תקנת הקדמונים אז א מרא דאתרא זאל האבן די אחריות פון די סידור קידושין'ס אין שטאט כדי מונע צו זיין פאטענציאלע פראבלעמען וואס קומען (פאקטיש) ארויס ווען יעדע בנש''ק אדער זיידע קען מסדר קידושין זיין ופשוט הוא, אדרבה ווער עס קען מיר מסביר זיין פארוואס עס זאל נישט ארויסקומען מכשולות ווען יעדע עם הארץ קען מס''ק זיין זאל ביטע ארויפקומען.

יעצט, צוליב וואס רז''ל איז געווען א חיה רעה כפשוטו און געמאלדן פאר אלע וואס האבן שוין געהאט קאנטראקטס אז מען מוז נעמען אים אליין פאר סידור קידושין, הוא ולא אחר, האט מהר''א געגעבן רשות פאר ביז ר''ח אלול וואס דאס דארף זיין בערך אלע חתונות וואס איז שוין געווען געבוקט.

סאו ס'קומט נישט דא אריין ''האהא וועלכע מכשולות איז דא יעצט? ווייל ווי געזאגט ס'נישט אז ווען רז''ל איז מס''ק געשעט עפעס (האפענטליך...) נאר די סידו''ק דארף זיין אינטער קאנטראל וואס די קאנטראל איז נישט פארלוירן געווארן מיטן געבן רשות ביז ר''ח אלול צוליב א אויסנאם סיבה.

לגבי די יעצטיגע חתונה איז די מעשה אז דא איז געקומען א גאר שטארקע מאוו מצד די משפחה וואס איך בין נישט זיכער אז זיי ווילן עס פארשפרייטן אין פאבליק און די חתונה איז שוין געווען געבוקט פון פאר די חאזעריי ממילא האט מען געגעבן רשות (איך האב עס געהערט פון איינעם פון מהר''א'ס שטוב דרייערס, אז איינער וויל שטארק קען איך שיקן פריוואט די דעטאלן)

ס'איז דאך שוין טיף אינמיטן אלול, הייסט מער געט מען נישט קיין רשות? נאר ביי די אויסנאם?
למעשה ווייסט איינער וויפיל חתונות איז שוין געבוקט פאר די נעקסטע 8 חדשים אין עטרת מייזעלס?
Numbers don't lie

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 12:30 pm

· #480104
פתחון פה

א חסיד פון ווילנא
עוד ל... מילין אבער "איך האב נישט געדולט צו טייפן"

עוד לטיפוש מילין נישט נאר אויף דיר נאר אויף אלע וואס האבן מגיב געווען ביז דא וד"ל

זייער גוט גענטפערט (ווען מ'האט נישט עפעס אנדערש) פתחון פה בלשון סגי נהור.

פתחון פה » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 12:35 pm

· #480105
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
דרך אגב דאס וואס איך שרייב אמאל שארפע זאכן איז נאר אויף די תגובות נישט אויף ענק פערזענליך, ענק זענען אלע די בעסטע בכל מעלות ומדות.
[emoji112][emoji119][emoji1666]

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 1:08 pm

· #480106
moneyminded

ס'איז דאך שוין טיף אינמיטן אלול, הייסט מער געט מען נישט קיין רשות? נאר ביי די אויסנאם?
למעשה ווייסט איינער וויפיל חתונות איז שוין געבוקט פאר די נעקסטע 8 חדשים אין עטרת מייזעלס?
Numbers don't lie

איך האב געהערט אז פון פון ויואל משה מיידלעך (נישט אריינגערעכנט בני יואל) איז דא פינף פרישע בוקינגס פון צווישן זעכציג כלות.

עס איז מיך געווען שווער צו גלייבן, ווייל לויט די מצב דא אויף קאווע שטיבל קוקט אויס ווי עס אז דא מינימום צוויי חתונות א נאכט, אבער איך האב עס געהערט פון צוויי עקסטרע מקורות.

וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 1:41 pm

· #480107
מיליאנער

דא ביי די סידור קידושין פרשה האבן די ארוינים ניטאמאל אנגעהויבן צו פייטן! נישט אז מ'האט פרובירט און מ'האט אויפגעגעבן נאר פון די ערשטע רגע האט מען נישט געהערט פון זיי קיין שום ערנסטע מאוו, ס'איז שא שטיל, דאס מערסטע וואס מ'האט געטון איז געווען צו מאכן אן אסיפה ווי ר' געציל האט געלאזט וויסן אז ער שטייט נאך אלס שטאדהאפטיג מיט זיין שטעלונג אז אלע סידור קידושין'ס דארף זיין אינטערן מרא דאתרא און ווער עס וויל זיך אנפייפן זאל פייפן.
....
איז ווילאנג דו קענסט נישט אנווייזן ווי די ארוינים האבן פרובירט צו באקעמפן דעי זאל, רעד נישט פון די ווארט געווינער, עס קומט בכלל נישט אריין דא.

אנרופן מחותנים לייגן דריק אז זיי זאלן טוישן זאל הייסט נישט געפייט...
ארומשיקן בריוון צו אלע בני משפחה הייסט נישט געפייט...
אפווארטן חתן כלה ביים הויז ווען זיי קומען אהיים פון די חתונה און איבערגעבן בריוון אין די הענט הייסט נישט געפייט...
ועוד... ועוד...

דערמאנט מיר ווערטער פונעם מרה דכל העולם "מ'האט פארברענט א קאר... אבער ס'שטיל..."

מיליאנער

איך האב געהערט אז פון פון ויואל משה מיידלעך (נישט אריינגערעכנט בני יואל) איז דא פינעף פרישע בוקינגס פון צווישן זעכציג כלות.
עס איז מיך געווען שווער צו גלייבן, ווייל לויט די מצב דא אויף קאווע שטיבל קוקט אויס ווי עס אז דא מינומים צוויי חתונות א נאכט, אבער איך האב עס געהערט פון צוויי עקסטרע מקורות

איך האב הנאה ווי דו באווארענסט זיך אז דו גלייבט עס נישט. ווילסט נישט זיין חוזק ווען עס וועט קומען לידי מעשה....
איך ווייס נישט די "צוויי" מקורות. אבער "איין" מקור קען איך זיין יעצט, עס איז דא אסאך אסאך בוקינגס.. wait and see

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 2:36 pm

· #480111
וואו זענען די בריוון פאר די בני משפחה? פארוואס לייגט עס נישט קיינער נישט דא ארויף? נאר די נארישע פאלשע צעטלעך קען מען ארויפלייגן? לכאורה וואלט שוין האלב סאטמאר געזאלט באקומען אזא בריוו, די זעלבע מיטן בריוו וואס ווערט איבערגעגעבן דרייע פארטאגס פארן חתן כלה.

אנרופן מחותנים? קום אריין קלאר, וואספארא דרוק האט מען געלייגט? סתם אנרופן ''ר' איד טויש זאל''? כ'גלייב אז - חוץ אויב עס איז געווען א בחור - וואלטן זיי מיט עפעס געסטראשעט חוץ אויב ס'איז אינגאנצן נישט אמת.

און וואס איז די ועוד ועוד?

און לגבי די בוקינגס: קודם כל איך האב נישט גערעדט פון בוקינגס איך האב גערעדט פון ויואל משה מיידלעך, אבער יא איך האב נישט קיין פראבלעם דיך צו גלייבן, אבער איינער האט דא געדארפט נאמבערס, קענסט עס ביטע שאפן פון דיין סורס?

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 4:15 pm

· #480115
רחמנא ליצלן וואס פארא שטותים מען קען שרייבן דא. די רדיפות זענען אנגעגאנגען עטליכע יאר אפיציעל אויף די מיאוסטע פארנעם, אבער עס איז שטיל דא..... מען הייבט נישט אן צו פייטן.....

און מען דארף נאך למשל אפילו ענטפערן אויף דעים....

די נומבערס פון די בוקינגס נעמט מיליאנער מסתמא פון די זעלבע פלאץ ווי די ארוינים האבן פראקלאמירט צוויי חדשים צוריק אז צענדליגער מחותנים זענען אריבער פון עטרת מייזעלס צו די עדיוטאריעם זאל....

קאסט א שמייכל ווי די ארוינים גייען ווייטער אן אזוי ווי תש"ס, מען האלט אין איין צוזאגן געווינסן, און ווען די באלאן פלאצט בלאזט מען אויף א פרישע... כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן.

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 4:35 pm

· #480116

רדיפות אויפן מיאוסטן פארנעם די לעצטע פאר יאר? ביטע שיס נישט קיין סטעיטמענטס! אדרבה לאמיר הערן, קום אריין אביסל קלארער. (איך האף אז דו פארשטייסט אז איך רעדט פון עטרת מייזעלס נישט פון צען יאר צוריק ביי עטרת מאיר צבי.)

די ארוינים האבן קיינמאל נישט געזאגט אז צענדליגע מחותנים זענען געגאנגען צום אודיטויריעם.

אלגעמיין » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 1:54 am

· #480136
אינטערסאנטער

די נומבערס פון די בוקינגס נעמט מיליאנער מסתמא פון די זעלבע פלאץ ווי די ארוינים האבן פראקלאמירט צוויי חדשים צוריק אז צענדליגער מחותנים זענען אריבער פון עטרת מייזעלס צו די עדיוטאריעם זאל....

קאסט א שמייכל ווי די ארוינים גייען ווייטער אן אזוי ווי תש"ס, מען האלט אין איין צוזאגן געווינסן, און ווען די באלאן פלאצט בלאזט מען אויף א פרישע... כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן.

די פאלגענדע לוח החתונות די וואך אין ק"י טוט היבש אינטערשטיצן @מיליאנער בוקינג נומערן...
מ'רעד מיר דא פונעם פריים-טיים חתונה סיזען...צייט איבערצומאכן דעם 'איד' קאווער איבער די "100 שוין געבוקטע חתונות ביז אנהייב ווינטער"
ווי זאגט @אינטערסאנטער: "מען האלט אין איין צוזאגן געווינסן, און ווען די באלאן פלאצט בלאזט מען אויף א פרישע... כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן"
📎 חתונות - קרית יואל - פרשת תצא שנת תשפא.jpg

אינטערסאנטער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 2:17 am

· #480138
אז די ברענגסט נומבערס דארף מען זיין קלאר אז די זאל איז נאך ניי און ביז נישט צו לאנג צוריק האט מען נאך ניטאמאל געקענט בוק'ן דארט חתונות, אסאך חתונות יעצט אין פאראדייס זענען נאך פאר די דעיטס אין עטרת מייזעלס זענען בכלל געווען עוועילעבל.

איך בין נישט הונדערט פראצענט וועלכע דייט פונקטליך האט עטרת מייזעלס אויפגעמאכט אירע טויערן, אבער נישט צו לאנג צוריק

אלגעמיין » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 3:01 am

· #480140
אינטערסאנטער
אז די ברענגסט נומבערס דארף מען זיין קלאר אז די זאל איז נאך ניי און ביז נישט צו לאנג צוריק האט מען נאך ניטאמאל געקענט בוק'ן דארט חתונות, אסאך חתונות יעצט אין פאראדייס זענען נאך פאר די דעיטס אין עטרת מייזעלס זענען בכלל געווען עוועילעבל.

איך בין נישט הונדערט פראצענט וועלכע דייט פונקטליך האט עטרת מייזעלס אויפגעמאכט אירע טויערן, אבער נישט צו לאנג צוריק

אקעי, קודם רעדט נישט מיליאנער אזאנע שטותים מיט די בוקינגס און פלוצלינג ווערן זאכן אזוי אומקלאר ביי אייך...
יעצט פאר די רעקארד האט מען שוין אנגעהויבן נעמען בוקינגס/חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס אפיציעל פונקט א גאנצער יאר צוריק; אלול תש"פ
די הייליגע סידור קידושין תקנה איז געווארן איינגעפירט, ש'טייטזיך לטובת אנ"ש איז אריין אין קראפט סוף חודש סיון תשפ"א
איצט דריי ווייטער דער רעדל

אינטערסאנטער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 4:19 am

· #480143
אלגעמיין

איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט. אויב אזוי איז דאך נאך נישט געווען קיין שום סיבה נישט צו מאכן אין עטרת מייזעלס, דעמאלס האט דאך געהייסן אז אלעס דארט איז מיט רשות פון דוד עקשטיין, אויב אזוי איז די סיבה פארוואס פונקט די וואך איז דא ווייניג חתונות דארט, איז פשוט ווייל עס נעמט צייט ווילאנג א נייע זאל געט זיך איין, גארנישט עפעס אנדערש.

די לעצטע פאר וואכן גראדע איז עטרת מייזעלס געווען אנגעפילט זייער שטארק, כמעט יעדע נאכט געווען א חתונה

אלגעמיין » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:13 pm

· #480166
די איינציגסטע פולע וואך דערווייל איז געווען פ' שופטים און מיט דעם טראמפירט מען ווי שטארק-מעכטיג-סוקסעספול די אנטי סידור קידושין מאוומענט איז געלונגען, אבער א וואך וואס אין ק"י איז דא 13 חתונות בליעה"ר און נאר 1 אין עט"מ "האט זיך נאכנישט איינגעגעבן"... ס'נייעס?, געב א היס טעלער, ווידער...

די קומענדיגע וואך איז אויך דא נאר 1 חתונות קעגן 7 אין די אנדערע. דא רעדט מען פון פריים-טיים סיזען...

ס'לאזט זיך שפעקולירן עטליכע זאכן; דער עולם איז שטארק קעגן די אנטי-מאוומענט, דער זאל אינאיינעם מיט די פולע בענעפיטן/גמ"ח איז נישט אזוי צוציענד; וכו' וכו'
אבער ועל כולם גיבט דאס א גאר שטארקע בליק אונטער וועמענס השפעה/הנהגה רוב ק"י באשטייט - א פאקטאר וואס עטץ פראבירטס מיט אלע כוחות שוין יארן צו ווייזן אז עכט זענט עטץ דאס רוב נאר בלא בלא בלא.

אינטערסאנטער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:30 pm

· #480171
אדרבה פון די ליסט וואס די ברענגסט זעה איך 6 מחותנים וואס באלאנגען-שיקן אין ויואל משה אדער קווינס. ממילא פראווסטו מיין פוינט אז עטס האטס נישט די רוב פונעם שטעטל, נאר עס נעמט צייט ביז א נייע זאל געט זיך איין.

און אדרבה לויט ווי שנעל מחותנים האבן אנגעפאנגען חתונה צו מאכן אין די מאסן אין עטרת מייזעלס זעהט מען אז עס איז א פראגע פון א קורצע צייט ביז די זאל וועט זיין איבערגעפולט מיט א חתונה יעדע נאכט דארט.

אגב קהילת מהרי"י בויעט יעצט א פרישע גרויסע בילדינג פאר א מיידל סקול ווי עס וועט זיין נאך א שענערע און גרעסערע חתונה זאל ווי עטרת מייזעלס.

מיליאנער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 1:14 pm

· #480180
אינטערסאנטער
אדרבה פון די ליסט וואס די ברענגסט זעה איך 6 מחותנים וואס באלאנגען-שיקן אין ויואל משה אדער קווינס. ממילא פראווסטו מיין פוינט אז עטס האטס נישט די רוב פונעם שטעטל, נאר עס נעמט צייט ביז א נייע זאל געט זיך איין.

דו מיינסט אמתדיג וואס דו זאגסט אז די זאליס זענען די רוב אין קרית יואל?

עטס זענטס פיינע נייעס די זאליס. 😂

אלגעמיין » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 2:28 pm

· #480188
אינטערסאנטער
אדרבה פון די ליסט וואס די ברענגסט זעה איך 6 מחותנים וואס באלאנגען-שיקן אין ויואל משה אדער קווינס. ממילא פראווסטו מיין פוינט אז עטס האטס נישט די רוב פונעם שטעטל, נאר עס נעמט צייט ביז א נייע זאל געט זיך איין.

און אדרבה לויט ווי שנעל מחותנים האבן אנגעפאנגען חתונה צו מאכן אין די מאסן אין עטרת מייזעלס זעהט מען אז עס איז א פראגע פון א קורצע צייט ביז די זאל וועט זיין איבערגעפולט מיט א חתונה יעדע נאכט דארט.

אגב קהילת מהרי"י בויעט יעצט א פרישע גרויסע בילדינג פאר א מיידל סקול ווי עס וועט זיין נאך א שענערע און גרעסערע חתונה זאל ווי עטרת מייזעלס.

1. צייכן ביטע צו די 6 פון וואס די רעדסט, איך זעה נאר 2 און בד"וו 1 מחותן פונעם עט"מ חתונה שיקט/באלאנגט נישט קיין ויו"מ און די 2 וועלן לכאורה מער נישט דארט חתונה מאכן דארט בעתיד
לאמיר גיין אז 6 זענען באמת ויו"מ קרייז, האמיר דא 26 מחותנים פון וואס 6 זענען ויו"מ...פארפאלן כ'וועל מוזן צושטימען צו דיר אז דאס רוב זענען אהין געשטימט....כ'לאך נישט....

2. דאס שנעל אנהייבן חתונה מאכן דארט האט געהאט צוטוען מיט קאוויד, ביליגע פעקעדזש, גרויסע הלוואה, און בשלום'דיגע אטמאספערע וואס מ'האט שטארק געמארקעט ביים פארעווען ציבור צוגלייך.
איינמאל דאס איז געווארן א פארגאנגענהייט בפקודת ה'וויליאמסבורגע בעלי מחלוקת/שררה גרופע (יא, די ק"י הנהלה האט געטרייט זייער בעסט דאס צו פארמיידן) איז די סקעדולינג געפאלן. אדרבה, גיי אריין אין אפיס (אן די יכולת צו קענען נעמען א בילד...)
און בעט מ'זאל דיר ווייזן די בוקינגס. די ברויכסט נישט צוריק ריפארטען דיין דיסעפוינטמעט און קענסט געהעריג ווייטער רעדן פונעם סוקסעס...איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט דאס שוין געזען
א גאנצע יאר וואלט שוין געדארפט שטארק שטיפן דעם גאנצען ציבור וואס זיכן די אויבערדערמאטנע מעלות פול-פורס. די דענקסט אפשר צו פרדס פיגא & צבי זאל נעמען אזוי לאנג זיך "איינצוגעבן" (א נייע דערהער ב"ה...)

אינטערסאנטער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 4:09 pm

· #480192
ימים ידברו און עטס אלע - שוין לאנג צוקראכטע- ארוינים, וועלן ווייטער קראכן ווען עס גייען פארקומען חתונות אין גרויסן אין די נייע הערליכע זאל עטרת מייזעלס, אפאר חתונות מער אפאר ווייניגער, מאכט נישט קיין סאך אויס. עס גייט זיין א ביזי סיזאן מיט חתונות אינטער די אויפזיכט פון דער מרא דאתרא פון אלע קהילות סאטמאר דער סאטמארער רבי ר' זלמן לייב (וואס האט אגב אויך שוין באקומען די שליחות צו מסדר קידושין זיין אין קרית יואל נאך בחייו פונעם ברך משה).

סלאולי באט טשורלי. קהל ייטב לב דסאטמאר בנשיאות מהרי"י מיט זיינע מוסדות וואקסן נאר און בליען, און אזוי וועט ווייטער זיין בעזר השם, פול פארסט

אלגעמיין » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 5:48 pm

· #480205

וואויף! איי געס דאס איז די בעסט עוועילעבל ביי אייך אנשטאטס צו ענטפערן אויף פאקטן וואס יעדער קען זעהן. שיין

moneyminded » זונטאג אוגוסט 22, 2021 3:07 am

· #480247
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
2 חתונות וואס כאב געזען דערווייל איו עטרת מייזעלס די וואך , גייען זיין האבן רשות? ווער איז מסודר קידושין ?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

טענה » זונטאג אוגוסט 22, 2021 2:19 pm

· #480269
איך גיי מיר נישט יעצט טענה'ן אויב עס איז דא מער אורנים אדער מער זאלונים אין קרית יואל, עס איז זיכער דא מער ארונים, בער ווען מען טענה'ט זיך איבער עטרת מייזעלס, איך מיין עס איז א שאד די טענה'ריי, א נארמאלע זאלוני וואס האט נישט קיין פראבלעים מיט איינע פון זיינע עלטערן מאכט היינט חתונה אין עטרת מייזעלס, און ער גיבט נישט קיין דעקיל יא אדער נישט רשות, און אויך האט זיך אנגעהויבן פיל מער חתונות אין עטרת מאיר צבי

יא עטרת מייזעלס האט א שטארקע פראבלעים, עס איז א קליינע זאל, און ביי די מענער זייט האט עס ניטאמאל א לאבי, און עס איז דא פיל בעל בתי'שע מענטשן, אדער מענטשן מיט גרויסע משפחות וואס ווילן נישט דארט חתונה מאכן

נעקסטיים ווען די ווילסט ברענגן א ליסט, ברענג ווער עס מאכט חתונה פון קית יואל, און ער גיבט די טאכטער, און ער האט נישט קיין פראבלעים מיט איינע פון די עלטערן, און קוק ווי ער מאכט חתונה

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 1:01 am

· #480376
אלגעמיין
די איינציגסטע פולע וואך דערווייל איז געווען פ' שופטים און מיט דעם טראמפירט מען ווי שטארק-מעכטיג-סוקסעספול די אנטי סידור קידושין מאוומענט איז געלונגען, אבער א וואך וואס אין ק"י איז דא 13 חתונות בליעה"ר און נאר 1 אין עט"מ "האט זיך נאכנישט איינגעגעבן"... ס'נייעס?, געב א היס טעלער, ווידער...

די קומענדיגע וואך איז אויך דא נאר 1 חתונות קעגן 7 אין די אנדערע. דא רעדט מען פון פריים-טיים סיזען...

ס'לאזט זיך שפעקולירן עטליכע זאכן; דער עולם איז שטארק קעגן די אנטי-מאוומענט, דער זאל אינאיינעם מיט די פולע בענעפיטן/גמ"ח איז נישט אזוי צוציענד; וכו' וכו'
אבער ועל כולם גיבט דאס א גאר שטארקע בליק אונטער וועמענס השפעה/הנהגה רוב ק"י באשטייט - א פאקטאר וואס עטץ פראבירטס מיט אלע כוחות שוין יארן צו ווייזן אז עכט זענט עטץ דאס רוב נאר בלא בלא בלא.

די וואס זענען אביסול עלטער געדענקן ווי מ'האט געזאגט נע, בני יואל האט אכט קינדער, נע זיי קענען נישט אנפילן קיין קלאסן און היינט האבן זיי 1-2,000 קינדער.
כל התחלות קשות, אזוי גייט עס. פארטס ווייטער מיטן קאפ אין וואנט און וועקטס אייך אויף אין אפאר יאר ארום צו א נייע ריעליטי

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 2:26 am

· #480382
איינע פון די 2 חתונות די וואך ווייס איך זיכער אז זיי פרעגן רשות

זיי האבן מער געהאט א הארד טיים ביי די נועם המדות רבי/פארטיי אז זיי זאלן אים לאזן בעטן רשות און זיך נישט משוגע מאכן

@ אינטערסאנטער ווער ס'איז מרא דאתרא אין קר"י האבן מיר געזען ביי די וויזניץע פאל און דאס וואס זי זל פארטיי נעמען דאס אזוי שווער אז זיי דארפן באקן א מעשה צו דעים איז נאך די גרעסטע באווייז פאר זייער לוזערישקייט

טענה » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 11:11 am

· #480397
מען קען שוין בעטן רשות, ביז לעצטענס האט מען נישט באקומען רשות אויב מוהרז"ל איז מסדר קידושין, ווען אט זיך עס געטוישט אז מוהרז"ל באקומט שוין רשות, א שאד זיי האבן עם נישט געגעבן רשות אפאר חדשים צוריק, מען וואלט ווען געקענט צוריקהאלטן די גאנצע סוטאמאכע

און איך ווייס נישט אויב יא דא רשות אדער נישט דא רשות, די וואך איז דא 3 אדער 4 חתונות וואס איז אין זאל וואס איז נישטא קיין רשות, עטרת מייזעלס האט 2, און איך מיין עטרת מאיר צבי האט 2, איך האב נישט קיין פנקס, איך האלט נישט פונקטליך קיין חשבון

און אדרבה זאלן די וואס האבן די פנקס, מיר ברענגן וויפיל חתונות פון תלמידות ופון בני יואל אדער ויואל משה וואס האבן נישט חתונה געהאט אין איינע פון די 2 זאלן, און דאס אלעס איז ווען עטרת מייזעלס, איז ניטאמאל א בעל בתי'שע חתונה זאל, עס איז אפשר מער בעלל בתי'ש צוגעשטעלט ווי כינור דוד, אבער עס איז זייער נישט גוט אויסעגשטעלט, א קליינע זאל, מיט פאולס אינדערמיט, כינור דוד איז שוין אסאך בעסער, און עס איז דא מאנכע וואס האבן א גרויסע עולם, אדער ווילן א בעל בתי'שע חתונה, און זיי ווילן נישט חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס

איך וויי סנישט וואס איך טענה מיר דא אפילו, יא רשות, צו נישט רשות, איך וואין אין קרית יואל, און איך ביין איינער וואס מיין עידזש מאכט חתונה, און איך זאג דיר אז רוב זאלי'ס גיבן נישט קיין דעקיל פאר די גאנצע זאך, עס איז דא א געוויסע פראצענט וואס האבן איינע פון די עלטערן זענען חסידי מוהר"א, און זיי וועלן זיך רעכענען דערמיט, אדער רוב משפחה זענען חסידי מוהר"א, טראכטן זיי שוין, און איך האב נייעס פאר ענק, איך קען איינער וואס האט חתונה געמאכט אין עטרת מייזעלס, און זיין ווייב'ס גאנצע משפחה איז פון חסידי מוהר"א, און די משפחה האט עם גערופן און געזאגט אז מיר פארשטייען די ווילסוט חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס, און די ווילסט זיך נישט ברעכן צו די טעראר, מיר פארשטייען דיר, און מיר וועלן אלע קומען צו די חתונה, גייט מיר נישט אהרן זלמן לייב, מיר זענען משפחה, און מיר וועלן ווייטער בלייבן משפחה, און דערנאך האט עפ זיין שווער אויך געזאגט אז ער קומט, אפילו ער וועט דערלייגן א שיינע חזקה וואס ער האט שוין יארן ביי מוהר"א. אבער סוכ"ס איז דאס געווען פאר אלול, מילא דעמאלטס איז נאך געווען א מצב פון אונס רחמנא פטריה, און יעצט איז געווארן די מצב אז מוהרז"ל האט רשות

עניוועי א באנדע בהמות, צוזאמען מיט די וועד פאר סידוק קידושין, ווען וועט עטס אויסוואקסן?

לגבי וויזניץ, האלט איך אז עס איז געפערליכע פארבערעך פון וויזניץ ווען זיי וואלאן ווען נישט געהאלטן די 72, אבער אינטערעסאנט פונקט א טאג נאך וואס מוהרז"ל האט גערעדט צו די וויניצע רב פון בלומינג גראוו, איז די זאך געווארן ערלעדיגט

moneyminded » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 4:17 am

· #485834
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
הער איך אז די געוועזענע נאכט מאנטאג נאכט האט די לעצטע מינוט די מחותנים געטוישט פון מייזעלס קיין קרן ויואל משה,
זאלן די מבינים אריינקומען מיט מער דיטעילס,
ווי אויך אז פרישע חתונות קומט כמעט נישט צו, און זייער אסאך האבן געקענסעלט און געטוישט קיין מאנסי אדער אנדערע זאלן, עפעס הער איך אז די זאליס מאכן שטיקלעך פאר די מחותנים נישט לאזענדיג נעמען רשות , סא מענטשן קענסלען, לאמיר הערן נומבערס , למעשה די פארגאנגענע 6 וואכן נאך תשרי, איז געווען זייער ווייניג חתונות , און פרישע איז כמעט נישט דא, בעיקר נאר די דעיטס פון פטר די גאנצע איבערקערעניש

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

moneyminded » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 3:27 am

· #486105
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
ק/פ
פון וואטס עפפ

בס"ד.

*תשפ"ב אין "עטרת מייזעלס".*

1 איינציגע חתונה אין כסלו, און 1 איינציגע חתונה אין טבת.

דער פארשעמטער "קהלס בלעטל" פון עש"ק וואס אין משך די 8 וואכן

- ויצא - וישלח- וישב - מקץ - ויגש - ויחי -שמות -וארא -

וועט נישט געמאלדן ווערן מער ווי 1 חתונה!!! אין "עטרת מייזעלס"....

נעבעך נעבעך איכה ישבה בדד!!!

איך רייב מיר די אויגן... צו זעה איך גיט? (אפשר דארף איך אויגן ספעציאליסט) איז טאקע אמת וואס איך הער? (מסתם האב איך וואטע אין די אויערען..)

*אז פון דאנערשטאג פרשת ויצא ביז...מיטוואך פרשת בא, "קנאפע 8 וואכן, 55 טעג", וועט נישט פארקומען מער ווי 1 איינצוגע חתונה אין די "גרויסארטיגע זאלן" פון "עטרת מייזעלס?"

"גראדע דערציילט מיר א חבר אז ס'איז אינגאנצן נישט אזא גרויסע "זאל", נאר ס'איז פלעין א קליינע "זאלי..",

שטעלט זיך נאר די קשיא פון יאר '100' !!!!!!!

ווי זענען די " איבער" 100 געסקעדזשלטע חתונות אויף דעם
ווינטער תשפ"ב, וואס מ'האט צוגעזאגט און טראמפייטערט אין "דער איד" און אינעם "וואכנשריפט" גאנץ חודש אלול תשפ"א? ? ? ?

א היכי תמצא.. סיי חודש כסלו און סיי חודש טבת זענען חסר (שמחות), אנדערש ווי די כללים פון סדר הלוח!...

איך וואלט מציע געווען אז "קהל'ס בלעטל" זאל זיך גיין אויסליפטערען קיין נארט מיאמי ביטש כאטש אויף די 8 וואכן , און זיך באהאלטען דארט אין מייזען לאך... מיטן מתקן התקנה הגדולה פון ב' סיון תשפ"א... אז נאר ער מעג "מעסאדער קדושים זיין " (בנש"ק בלע"ז).

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

ערבי נחל » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 8:42 pm

· #488144
ב-ר-ע-ק-י-נ-ג-!-!-!
‏נאך וואס דער דיין ר׳ ארי׳ און בני אדמו״ר מהרי״י מסאטמאר האבן שוין אפיציעל רשות צו זיין מסדר קידושין אין עטרת מייזעלס, האט זיך מהר״א היינט גענצליך געבראכן און געגעבן רשות פאר זיין ברודער צו זיין מסדר קידושין! די ערשטע מאל אין היסטאריע!

‏MISSION ACCOMPLISHED!

קהל'ס נער » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 9:32 pm

· #488147
ערבי נחל
ב-ר-ע-ק-י-נ-ג-!-!-!
‏נאך וואס דער דיין ר׳ ארי׳ און בני אדמו״ר מהרי״י מסאטמאר האבן שוין אפיציעל רשות צו זיין מסדר קידושין אין עטרת מייזעלס, האט זיך מהר״א היינט גענצליך געבראכן און געגעבן רשות פאר זיין ברודער צו זיין מסדר קידושין! די ערשטע מאל אין היסטאריע!

‏MISSION ACCOMPLISHED!

די אלע ממזרים ווערן יעצט מותר לבוא בקהל, אדער ס'איז א מעוות לא יוכל לתקון?

אייער שפייז » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 10:40 pm

· #488150
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
ערבי נחל
ב-ר-ע-ק-י-נ-ג-!-!-!
‏נאך וואס דער דיין ר׳ ארי׳ און בני אדמו״ר מהרי״י מסאטמאר האבן שוין אפיציעל רשות צו זיין מסדר קידושין אין עטרת מייזעלס, האט זיך מהר״א היינט גענצליך געבראכן און געגעבן רשות פאר זיין ברודער צו זיין מסדר קידושין! די ערשטע מאל אין היסטאריע!

‏MISSION ACCOMPLISHED!
איך מיין אז רשות האט ער אייביק געגעבן
די טאראר איז געוועין פאר די אלע וואס האבן נישט געפרעיגט רשות
Correct me if i’m wrong

מיליאנער » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:13 pm

· #488154
ערבי נחל
ב-ר-ע-ק-י-נ-ג-!-!-!
‏נאך וואס דער דיין ר׳ ארי׳ און בני אדמו״ר מהרי״י מסאטמאר האבן שוין אפיציעל רשות צו זיין מסדר קידושין אין עטרת מייזעלס, האט זיך מהר״א היינט גענצליך געבראכן און געגעבן רשות פאר זיין ברודער צו זיין מסדר קידושין! די ערשטע מאל אין היסטאריע!

‏MISSION ACCOMPLISHED!

די חידוש איז, וויאזוי מען קען אזוי פארדרייען א קאפ.

נישט לאנג צוריק האט מען דא געשאלט פאר שמחה אויף די נייע תקנה אז מ'טאר ח''ו נישט פרעגן רשות פון מהר''א צו מסדר קידושין זיין, און מער וועט מען זיך נישט לאזן וכו' וכו', אבער פלוצלינג בין איך היינט געוואור געווארן אז גארנישט, מען מעג שוין לאנג פרעגן רשות, די גאנצע תקנה איז געווען איין שטיק דורכפאל , דער עולם איז בכלל נישט געווען אינטרעסירט צו מסדר קידושין זיין אן רשות.

אבער יעצט שאלט מען, ברוך השם מהר''א גיבט שוין רשות פאר מהרז''ל (כאטש וואס איך בין גארנישט אזוי זיכער אין דעי מעשה, די זאליס האבן שוין לאנג לאנג פארלוירן די מינדעסטע נאמנות ביי די סארט ענינים).

מיליאנער » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:18 am

· #488162
[ציטאט אראפגענומען]

דו וועסט מיר מוזן מודה זיין אז דאס איז די ערשטע מאל וואס דו זאגסט דעי פשעטל, איא? אינטרעסאנט, דו זאגסט אז דאס איז געווען די גאנצע תקנה, און במשך 45 בלעטער און א יאר צייט האסטו דאס ניטאמאל איינמאל דערמאנט?

גראדע דאס וואס דו זאגסט אז מ'קען נישט איינטיילן פאר א מחותן וואס צו טון , עטרת מאיר צבי (נדבת הרה''ח ר' יחזקאל בראך הי''ו מחשובי חסידי מהר''א) יוכיח.

און דאס וואס דו זאגסט אז די תקנה איז געווען אז מ'קען מער נישט צווינגען צו בעטן רשות, דו ווייסט אויך אז די ארוינים האבן קיינעם נישט געצווינגען צו בעטן רשות, סך הכל האט דער עולם אליין, יא די זאליס אליין, האבן געבעטן רשות, און דאס איז וואס האט אזוי ארויסגענומען די זאלישע מאשין פון די כלים אזש ביז'ן אריינזעצן מהרז''ל אין קרית יואל ווי א וואנזיגער פאר א וואך צייט, וגם זה לא עלתה בידם, די זאליס האלטן נישט ביים חתונה מאכן אן רשות פונעם מרא דאתרא, און די אויסגעשאסענע לוח החתונות פונעם זאל יוכיח.

אבער די זאליס האבן געוואונען ווייל ס'געלונגען אז מהר''א האט איינמאל געגעבן רשות פאר מהרז''ל ( לפי שיטתם) צו מסדר קידושין זיין אין זיין שטאט.... מיט אזעלכע געווינסן ווער דארף נאך דורכפעלער..... דו הערסט? מהרזייל האט באקומען רשות פון מהר''א!!! אזעלכע לוזערס די ארוינים....

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:37 am

· #488163

למעשה קוקט אויס אז די ביסט אויך העפי. איז דאך געוואלדיג, זה נהנה וזה נהנה.
גיימיר מאכן א קנאק יענקל
לחיים!

מיליאנער » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 9:29 am

· #488182

יא, איך בין זייער העפפי, די חידוש איז אויך דיר וויאזוי קענסטו זיין פרייליך װען די פלענער פאר ענקער נייע בית המדרש איז צובלאזן געווארן ווי א זייפן בלאז?

דאס דארף דאך זייער ציפן, אז ענקערע בלוט שונאים האבן אזא מאכט אין שטאט און זיי זעהן נישט קיין שום נחיצות ענק זאלן דארפן האבן א אנדערע ביהמ''ד ווי ביז יעצט....

איך מיין אז ביי די קומענדיגע וואלן זאלט עטס אלע ארויסקומען שטימען און אזוי אומווארפן די יעצטיגע רשעות'דיגע שטאטראט, עטס האטס דאך די רוב און אדער כאטש נאנט צו האלב, נישט אזוי? ס'דאך דא צענדליגע ארוינים וואס שטימען נישט און נאך אלס קענט עטס נישט איבערנעמען די ווילידזש? אתמהה

וועסטו פרעגן ווי קומט עס אריין אין די סידור קידושין אשכול? פשוט ווייל ביז יעצט ווען די זאליס זענען געווען היי און האבן געהאלטן אז זיי צייגן זייער כח אין קרית יואל זענען אלע סידור קידושין געווינסן פארשטילט געווארן, אבער איינמאל זיי האבן געכאפט דעם זעץ ווען די בעל בתים אין קרית יואל האבן זיי געזאגט ''האלאו האלאו זיץ איין גיי צוריק צו ווי די ביסט געווען ביז יעצט, די ביסט א מיעוטא דמיעוטא וועסטו ליידן די קאנסעקווענצן''.פלוצלינג האט זיך די סידור קידושין אויפגעוועקט און יא די זאליס האבן געוואונען! ס'איז זיי געלונגען צו באקומען רשות פון מהר''א....

ווילסט מאכן א קנאק יענקל?

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:32 am

· #488187
פיין קומט די נייע ביהמ"ד אהער

די ביהמ"ד איז געווען ברשות והסכמת צד מהר"א (מכמה סיבות ואכמ"ל), און וויבאלד עס איז ברשות איז עס נישט אינטערסאנט איז עס צוגאנגען ווי א זייפן בלאז
אפשר סידור קידושין זאל מען אויך געבן רשות, וועט עס פארשווינדען ווערן