☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27

מנחם ציון » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 5:04 pm

· #464733
סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
די אלטע מערכה איבער סידור קידושין בעיר קרית יואל והגלילות האט פון פריש אויפגעפלאקערט, נאך וואס צד מהרי"י האבן פארברייטערט זייער עקזיסטירענדע שמחה זאל "עטרת מייזעלס" צו קענען אקאמאדירן חתונות אויף א מער צוגענגליכע פרייז.
די זאל פלעגט ביז איצט ארייננעמען נאר קלענערע שמחות. אין די יעצטיגע קאראנע תקופה, מיט אן אונטערבעט פון פריער, באקאנט אלס די "כח היחיד באוועגונג", האבן זיי אנגעהויבן אננעמען באשטעלונגען צו פראווען חתונות. דאס האט געברענט אז האדמו"ר מהרי"י וועט אנהייבן קומען מסדר קידושין זיין ביי זיינע חסידים.
דאס איז א שארפע ריכטונג אין די מערכה. נעמליך, ביז איצט איז די מערכה געווען פאקוסירט אויף די בני יואל סעקטע, -וועלכע זענען באקאנט מיט זייער רעוואלטירנדע נאטור-, און זייער זאל "עטרת מאיר צבי", ווי זיי פלעגן אפהאלטן די פסול'ע קידושין'ס, דורגעפירט מיינסטענס דורך זייער רבנים וועלכע טראגן א מער רעבעלן פנים.
יעצט מיט די סידור קידושין'ס פון אדמו"ר מהרי"י, -וועלכע ווערט באטראכט מער קאנווענציאנאל-, וועט די מערכה ווערן הייסער פון איין זייט, זאגאר, צד מהר"א פילט אז די קארטן צובלאזן זיך. פון די אנדערע זייט, ווערט די מערכה געפירט דורך די מער באזעסענע "זאליס", מיט מער מענטשן פלייש, אזוי ארום אז דאס מאכט די מערכה אלס א פארלוירענע פאר צד מהר"א.

ימים ידברו

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 12:48 am

· #464773
[ציטאט אראפגענומען]

😂

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 9:59 am

· #464783
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
[ציטאט אראפגענומען]
ווער איז געווען מסדר קידושין ביי יענע חתונות
זיי האבן פאריגע וואך געשריבן אז עס גייט זיין די ערשטע חתונה, סא צו סאך חתונות איז נאך נישט געווען
מ׳ מעג דארט מכבד זיין מהר"א מיט סידור קידושין?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 1:14 pm

· #464795
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב געהערט אז ס'איז גארנישט אזוי שטיל דארט. ליינט דעם מעסעדזש, באקומען פון א ידיד.
מיינט נישט גארנישט אבער אויב ס'איז אמת איז דאס גארנישט אזוי שטיל

C/P

אלס מתפלל ביי אונז אין ביהמ"ד ישמח משה האסטו געוואלט וויסן פארוואס דער עולם איז אזוי אויפגעברויזט געווען דעם שבת אין שול איבער די נישט פארגעקומענע שבת שבע ברכות פון א חשוב'ער וועכנטליכער מתפלל ביי אונז אין ביהמ"ד, איך בעט דיר אבער איין זאך, לאמיר עס לאזן צווישן אונז מתפללים און נישט ארומטראגן אין די גאנצע שטאט.

פאריגע וואך דינסטאג האט חתונה געמאכט דער וועכענטליכער מתפלל הר"ר ___ הי"ו זיין טאכטער מיט ר' ___ הי"ו פון מאנסי, און די חתונה איז פארגעקומען אין די נייע 'עטרת מייזעלס' חתונה זאל דא אין שטאט, וואס דאס האט גורם געווען אריינצושלעפן דעם רב הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א און אויך די צוויי סאטמארע קהילות אין א פרישע פייער וואס גייט זיך נישט אזוי שנעל אפשטעלן.

אזוי ווי דו האלסט מיט, האבן חסידי מהרי"י געמאכט א נייע חתנה זאל עטרת מייזעלס וואס האט זיך אנגעהויבן אומאפיציעל יעצט ביי די חדשים פון קאראנע, אין די לעצטע תקופה האט זייער קהילה ובפרט הגניד יוסל לאנדא ב"ר בנציון (פון די טשעסטער דעוועלאפערס) וואס איז זייער אקטיוו און אלעס פון די קהילה אריינגעלייגט אסאך געלט עס אהערצושטעלן מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר א נארמאלע חתונה זאל, זייער ביליג, דאכט זיך אינגאנצן טויזענט דאלער מער ווי כינור דוד, (אגב, זיי האבן געמאכט א ארגאנעזאציע "בעידן חדוותא" מיט א גמ"ח וואס בארגט 20 אלפים פער מחותן, ומי יתן והי' אז אלע קהילות דא זאלן עס האבן).

פאר קהלת מהרי"י איז דאס געווען א היסטארישע דורכברוך ווייל זיי זענען קיינמאל נישט געווען צופרידן מיט חתונה מאכן אין פאראדייס וויבאלד די זאל האט א תקנה אז נאר האדמו"ר מהר"א מעג דארט מסדר קידושין זיין אדער זיין שליח הגה"צ ר' געציל שליט"א דער דיין, ווי נאר די נייע זאל איז געווארן א מציאות האבן זיך שוין דארט איינגעשריבן העכער 50 (!) חתונות.

יעצט קענסט דיר אליין פארשטעלן אז דאס האט ארויסגענומען אונזער אלעמען-באקאנטן ראש הקהל ר' דוד עקשטיין פון די כלים, ער איז געלאפן אנהעצן האדמו"ר מהר"א אז די גאנצע מרא דאתרא בלייבט נאר אויפן פאפיר און א טיטל אין דער בלאט, מילא ביז יעצט איז עס נאר געווען די בני יואל מיט וועם מ'האט געהאט צו טוהן, אבער יעצט אז קהלת מהרי"י לאכן פון די גאנצע זאך איז די מעשה אויף צרות.

יעצט נאך א שטיקל אינפארמאציע, דוד עקשטיין האט זייער א שלעכטע נאמען אויפן גאס, ער הייסט דער שלעכטער און דער רשע, ער וויל יעצט אויף דער עלטער פאררעכטן פאר יעדן פרייז דעם אימעדזש פון זיין נאמען, וואס ער טוט איז אז ער פרובירט אין יעדע שטינק אריינשלעפן אונזער חבר מחשובי מתפללי בית מדרשינו הרבני הנגיד ר' יואלי עפשטיין הי"ו, א חבר הקהלה, וויבאלד ער ווערט פאררעכנט ביים ציבור (און אפילו ביי חסידי מהרי"י) אלעס א מענטש וואס איז נישט קיין שלעכטער און איינזייטיגער מיט וועם מען קען זיך דורכקומען (לדוגמא, ער האט צאמגעברענגט ביידע קהלות פאר די ביליגע חתונה פלענער), ווי דוד האט אים כיטרע איינגעטינקען אין די בני ברק'ע פאליטיק פון וואס ער דערזעהט זיך נישט ארויס, עס האט אים שוין געברענגט אסאך בושות, איך פארשטיי באמת נישט וואס ער פארדינט דערפון, אולי טוט ער עס ווייל ער כאפט נאכנישט אז דוד נעמט אים אויף א רייד, אלעס כדי מען זאל נישט קענען טייטלען מיט די פינגער נאר אויף אים, מ'דארף טאקע זעהן אז איינער וואס האט אן השפעה זאל רעדן מיט אים און מסביר זיין וואס דוד עקשטיין טוט מיט אים.

יעצט א שטיקל כראנאלאגישע באריכט פון די סידור קידושין פאריגע וואך דינסטאג וואס כ'האב פרובירט נאכצוגיין די מערסטע קראנט כפי שידי מגעת. דער מחותן הרב שעהר איז א שטארקע חסיד און תומך פונעם רבי'ן אין וויליאמסבורג, און ער האט אים מכבד געווען מיט סידור קידושין, די טאג פון די חתונה איז דוד עקשטיין אויפגעשטאנען אז עס איז צייט צו אנהייבן א מערכה מיט די נייע זאל און זיי לאזן וויסן ווער איז דער ריכטיגער בעל הבית דא אין שטאט, ער מיט זיינע שלוחים (ווי קאמיש עס הערט זיך איז איינער פון זיי א נאנטער קרוב פארן מחותן) האבן אנגעהויבן מיטן לייגן טעראר אז יעדער מעג זיין מסדר קידושין ביי דעם חתונה "חוץ מהרי"י!", זיי האבן איבערגעדרייט יעדע שטיינדל ווער עס קען האבן א השפעה אז דער מחותן זאל זיך ברעכן, דוד עקשטיין האט גערופן העסקן ר' שמואל שלמה קויפמאן הי"ו אז ער זאל אים העלפן און רעדן מיטן מחותן ער זאל נישט נעמען מהרי"י פאר סידור קידושין, ר' שלמה האט אים געפרעגט "כ'האב נישט געוואוסט אז דו שטייסט אונטער די גאנצע סידור קידושין מערכה, כ'האב געמיינט אז עס האט נאר מיט אפאר יונגען און האט בכלל נישט קיין שייכות מיט די קהילה" ווי דוד פלעגט אלס פארקויפן ווען מ'האט אים פארגעהאלטן אויף די שטיק, און ווי דוד האט עס געהערט האט ער אראפגעהאקט די טעלעפאן אויף אים, ווי אויך האט ער פרובירט צו רופן פון די הויכע פערזענליכקייטן און שישקעס פון מהרי"י אין וומסב"ג און בארא פארק.

די מחותן פון זיין זייט האט געלאזט וויסן אז גארנישט גייט אים ברעכן, ער האט שוין מכבד געווען זיין רבי און ער וועט נישט נעמען קיין צווייטן אנשטאט, אזוי איז א גאנצן טאג געפלויגן טעלעפאן רופן, זיי האבן פראבירט מיט כל מיני סטראשונגען און טעראר, כאילו דא רעדט מען פון בני ברק...

דא איז אריינגעקומען נאך א פאקטאר אינעם בילד, די באוואוסטע תהילים שיעור פון מהר"א אין ישיבה א הספד אויפן ראב"ד זצ"ל וואס ער האט געזאגט אויף אים אז "הלכה כמותו בכל מקום", נאכדעם האט ער געשפירט אז דא האט ער געגעבן אפיציעל זיין הסכמה אז מהרי"י מעג זיין אין קרית יואל מסדר קידושין, ווייל דער ראב"ד האט אונטערגעשריבן עטליכע יאר צריק אז ער האט נישט די כוח פון מרא דאתרא דא אין שטאט און ער קען נישט פסל'ן קיין קידושין, האט מען א טאג נאכדעם אראפגעשפילט אז נישט ממש מיט אלעם, דאס האט זיכער אויך אריינגעשפילט דא אז דוד עקשטיין האט געקענט גרינגער אנהייצן מהר"א און אנהייבן א פרישע מערכה מיט די נייע חתונה זאל עס אפשטעלן פאר יעדן פרייז.

ויהי ממחרת, די מעשה באקומט פליגלען, ביי אונז אינגעלייט דא אין קרית יואל בפרט תושבי השכונה האט די גאנצע פייט אויסגערופן גרויס וואונדער, על מה ולמה יצא הקצף, דער אלטער דוד עקשטיין לעבט נאך אין זיין דינייעל אז כאילו קרית יואל איז א קליין שטעטעלע וואס ער איז בעל הבית, מען האט אנגעהויבן האבן טענות פארוואס מען מאכט ווידער בושות, גענוג וואס מען האלט יעצט אינמיטן בני ברק און יעצט פריש?, בפרט דא אין געגנט ווי יעדער לעבט אזוי שיין באחדות וואס קומט ער אריינצורעדן, איז דוד בייגעפאלן אז ער האט א פלאן, ער גייט דא אריין שלעפן אין דעם סאמעטוכע יואלי עפשטיין מיטן רב השכונה ר' שמעון זאב חדב"ן, און זיי גייען אויך שפילן דא א ראלע, אזוי ארום וועט מען נישט טייטלען נאר אויף אים, און יעדער וועט עס אויסטייטשן אז עס איז פשוט די כבוד פונעם רבי'ן.

ער האט געמאכט א קאנפערענץ קאל מיט אלישע האראוויץ, יואלי עפשטיין, מיטן איינזאמער שעהר, זיין פערזענליכער באצאלטער שליח אויף די נושא, און מען האט באשלאסן אז די שבת שבע ברכות קען נישט זיין אין די זאל פון ביהמ"ד ישמח משה ווי עס האט אריגינעל געדארפט זיין, און מיט דעם גייט מען שיסן צוויי פייגלעך בהעלם אחד, ווייל יואלי עפשטיין גייט מאכן די פאון קאל, די גאס גייט רעדן נאר פון יואלי עפשטיין און נישט פון דוד, און סיי דער רב ר' שמען זאב גייט דא אויך ווערן צוגעפיקסט כדבעי.

איי פארוואס אין די וועלט גייט מען דא פייניגן ר' שמעון זאב, דער רב האט זיך דאך אלעמאל געהאלטן אינדרויסן פון אלע שמוץ און פאליטיק, ביי אונז אין ביהמ"ד האט יעדער פלאץ, דער רב מאכט יעדן אן אויסנאם פון די געגענט פילן גוט, אבער דוד עקשטיין האט דא א חשבון זיך אפצורעכענען מיט אים איבער בני ברק, דער רב ר' שמעון זאב האלט אז די גאנצע מעשה האט נישט געברענגט צופיל כבוד פאר די קהלה, און ער האלט קלאר אז מען האט זיך אליין גענומען די בושות מיט די אייגענע הענט, בקיצור לשיטותו גייט דארט קאפ אין וואנט, און דאס קען דוד נישט אראפשלינגען, בפרט נאכדעם וואס ער האט אים געבעטן צו פארן אויף א שבת קיין בני ברק און דערווייל האלט ער בשום אופן נישט דערביי, האט ער דא געוואלט אז דער רב זאל זיך טאקע פילן שטארק אומבאקוועם פון די גאנצע מעשה.

למעשה האט יואלי עפשטיין טאקע גערופן די מחותן אז ער קען נישט מאכן די שבת שבע ברכות אין שול, און דערביי אויסגעפאלגט אלעס וואס דוד האט אים געהייסן, אבער דער רב ר' שמעון זאב האט זיך געפילט זייער געטראפן פון די רשעות אין וואס דוד עקשטיין האט אים אריינגעדרייט, און אפיציעל קען ער זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם ראש הקהל, אלזא האט ער אנגערופן דעם מחותן און האט אויסגעצאלט די גאנצע שבת שבע ברכות! און ער האט אים אויך אויסגעבארגט די טישן פון ביהמ"ד און אריבערגעשיקט די קעיטערער פונעם זאל צו דארט ווי עס איז למעשה פארגעקומען... איך ציטער פון דוד'ס נקמה און איך בין אים נישט מקנא וואס דאס קען אים נאך קאסטן.

יעצט א סך הכל ווער האט דא פארדינט און ווער האט דערלייגט:

דוד עקשטיין איז זיכער ארויס א פארדינער (אין זיינע אויגן) אזוי פיין מסדר געווען יואלי עפשטיין און ר' שמעון זאב.
קהילת מהרי"י זענען אויך ארויסגעקומען פארדינער אז זיי קומען אריין מיט א פעסטקייט אז זיי ווייזן אז קרית יואל איז צוטיילט אויף 2 קהילות, א נארמאלע שטאט ווי אלע אנדערע.
דער מחותן איז זיכער ארויס א געווינער נאכדעם וואס מען האט אים אויסגעצאלט די שבת שבע ברכות.
דער רב איז גראדע אויך ארויס א פארדינער נאך וואס די גאס קוקט אים אן פאר א פיינער מענטש וואס איז אריינגעפאלן, און ער האט אליין באצאלט אנטשעדיגנוגס געלטער אז דער מחותן זאל זיך נישט באליידיגן.

דער גרעסטער פארלירער איז נעבעך אדמו"ר מהר"א, די גאנצע גאס לאכט אז מ'פירט אים אריין אין אזעלכע מערכת וואס פאסט פאר די נ' יארן זייער ווייט פון 2020, און יואלי עפשטיין וואס יעדע נארמאלער מענטש וואס האט זיך נאך געוואונדערט וואס ער האט זיך געמישט אין בני ברק זעהט יעצט ווען עס קומט צו דוד'ס שמוציגע שטיק, קען ער אים מאכן טון מה שלבו חפץ.

וואס זייער פלאן אויף ווייטער איז ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז דוד עקשטיין מיטן וועד העליון זענען אזעלכע וואס קענען נישט גיין א טריט אויף צוריק, ווארשיינליך גייען זיי נאך ברענגען פאר זייער קהלה אסאך כבוד מיט זייערע מערכות.

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 1:16 pm

· #464796
א חסיד פון ווילנא
מ'מעג דארט מכבד זיין מהר"א מיט סידור קידושין?

די שאלה איז צו אתי עשה פון נעמען מהר"א פאר מסדר קידושין ומבטל לא תעשה פון טריפה פלייש...

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 1:39 pm

· #464797
מנחם ציון
איך האב געהערט אז ס'איז גארנישט אזוי שטיל דארט. ליינט דעם מעסעדזש, באקומען פון א ידיד.
מיינט נישט גארנישט אבער אויב ס'איז אמת איז דאס גארנישט אזוי שטיל

C/P

געשריבן זייער איינזייטיג, קען מען הערן די צווייטע צד?

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 1:41 pm

· #464798
מנחם ציון
א חסיד פון ווילנא
מ'מעג דארט מכבד זיין מהר"א מיט סידור קידושין?

די שאלה איז צו אתי עשה פון נעמען מהר"א פאר מסדר קידושין ומבטל לא תעשה פון טריפה פלייש...

פארשטיי נישט וואס איר האט גענטפערט.
אפשר קען איינער ענטפערן נארמאל?

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 1:53 pm

· #464800
איך האב געענפערט זייער נארמאל
און אנדערע ווערטער, וועלכע אהרוני, אדער איינער וואס וויל מהר"א פאר מסדר קידושין, וועט וועלן חתונה מאכן דארט אז דיין שאלה זאל בכלל קלעבן?

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 4:34 pm

· #464816
עס איז א ביליגע שיינע האל, טאקע נישט אזוי ביליג ווי כנור דוד אבער שענער.

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 4:38 pm

· #464817
זאג, דו ביזט א חסיד פון ווילנא אדער א חסר פון ווילנא?
וועלכע אהרוני וועט וועלן חתונה מאכן אין א זאל ווי מ'סערווירט טריפה פלייש, און די גאנצע זאל איז נאר אויפגעשטעלט, אנגעבליך, צו מצער זיין דעם רבי'ן?
קענסט פרעגן אויב מהר"א וועט מסדר קידושין זיין ביים כותל אויך

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 4:40 pm

· #464818
פארשטיי נישט פארוואס די דארפסט גיין פערזענליך.
היינט איז שוין יעדער בודק צומת הגידין, קיינער זאגט נישט אז עס איז טריפה פלייש.

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 2:07 am

· #464847
נישט צו גלייבן ווי דער עולם לאזט זיך פירן פון אפאר מחרחרי ריב. מ'דארף זיך צאמנעמען און שיקן אפאר באזעצן על מענטשן צו מר"א אין מודיע זיין אז דער עולם איז סיק ענד טייערד פון די קינדערישעקייטן, און ווי לענגער די מערכה גייט אן וועט ער נאר דערלייגן.

גאנצל » דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 10:34 am

· #464856
שמעון וואלף
נישט צו גלייבן ווי דער עולם לאזט זיך פירן פון אפאר מחרחרי ריב. מ'דארף זיך צאמנעמען און שיקן אפאר באזעצן על מענטשן צו מר"א אין מודיע זיין אז דער עולם איז סיק ענד טייערד פון די קינדערישעקייטן, און ווי לענגער די מערכה גייט אן וועט ער נאר דערלייגן.

ער דערלייגט דאך גארנישט

גאנצל » דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 10:35 am

· #464857
[ציטאט אראפגענומען]

מיינסט צו זאגן ווילאנג די תורה זאגט אז קידושין אין א שטאט דארף גיין דייקא דורכן מרא דאתרא און ס'איז זיין אחריות

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 10:50 am

· #464858
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
[ציטאט אראפגענומען]
מיינסט צו זאגן ביז ווען מרן שליט"א לרפו"ש וועט לאזן מהר"א אדער א צווייטן רבי׳ן פירן טיש אין ראדני?

ליצנות און א זייט, לדעתי דארף מען אויף דעים נישט פירן קיין מערכה און די יודעי דבר ווייסן אז מהר"א וואלט שוין מוותר געווען נאר א צווייטער אויטריטעיט דארט לאזט נישט ואכמ"ל

די פלעינע פאקטן זענן אזוי, ביים טיילונג וואס איז טאקע געווען ע"כ פון מהר"א איז די קהלה אין וומסב"ג געגאנגען פאר מהרז"ל לרפו"ש און די שטאדט קר" פאר מהר"א, וומבס"ג איז א שטאדט מיט אלע קהלות און מהר"א האט דארט געפענט א נייע מוסד אזוי ווי רז"ל אין ב"פ ווי יעדער האט מוסדות, קרית יואל איז אייביג געווען א שטאדט ווי אינדערהיים מיט א מרא דאתרא געשטעלט דורכ׳ן ב"מ זצ"ל, אוודאי זענן געווען בני יואל וכדומה וואס האבן זיך מתחצף געווען און געפענט מוסדות בתי מדרשים און נאך אבער ביים ב"מ וחסידיו איז עס געווען אסור, במילא די רז"ל וחסידיו וואס (זאגן אז) דער ב"מ איז געווען בעה"ב דארף דאס זיין א חתיכה דאיסורא, אבער זיי האבן אויפגעשטעלט מוסדות און קיינער האט זיי נישט געשטערט (אסאך ווייניגער ווי פארקערט אין וומסב"ג).
קרית יואל איז די איינציגסטע שטאדט אין די וועלט וואס באלאנגט פאר א חסידות און יעדער קען קומען דארט פראווען רביסטעווע, פירן טיש וכו׳ כאטש אין ערגיץ איז. דאס נישטדא, נישט טאש און אוודאי נישט סקווער וכדומה
די איינציגע זאך וואס זיי האלטן אז מ׳ מוז אנהאלטן ווי א שטאדט אינדערהיים איז וואס מ׳ האט אייביג געוויסט אז מ׳ טאר נישט מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא (אין לאנדאן איז אזוי ביי די מעמבערס פון התאחק"ח)
איך האב געהערט פון כמה חסידי מהרז"ל וואס האבן חתונה געמאכט און געטון כהלכה אן קיין פראבלעם, ווי זאגט מיר איינער ווען איך האב א שאלה אין קידושין פרעג איך נישט מיין רבי׳ן נאר א ת"ח שיודע בטיב גיטין וקדושין

לסיכום, די מערכה וואס מ׳ פירט דערקעגן איז נאריש און אן קיין ענד, אבער די טענה פון צד מהר"א איז 100% גערעכט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 12:25 pm

· #464863
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]

מיינסט צו זאגן ווילאנג די תורה זאגט אז קידושין אין א שטאט דארף גיין דייקא דורכן מרא דאתרא און ס'איז זיין אחריות

😂 😂 😂 😂 😂

green sunday » דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 4:01 pm

· #464886
גאנצל

ווילאנג די תורה זאגט אז קידושין אין א שטאט דארף גיין דייקא דורכן מרא דאתרא און ס'איז זיין אחריות

%100

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 2:19 am

· #464915
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]

מיינסט צו זאגן ווילאנג די תורה זאגט אז קידושין אין א שטאט דארף גיין דייקא דורכן מרא דאתרא און ס'איז זיין אחריות

פון וועלכע תורה רעדסטי? אין די אידישע תורה שטייט נישט אזא זאך (אפילו לשיטתם פון די וואס זאגן אז דא איז בכלל דא א מר"א דאתרא).
זה דרכם פון די בעלי מחלוקת. מ'שטעלט אוועק פאקטן וואס זענען נישט געשטויגן און דערנאך ניצט מען די פאקטן צו פארטושן די מוחות פון די מאסן וואס ווייסן שוין נישט וויאזוי צו טראכטן גראד.

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 6:42 am

· #464921
די אלע שו"ת ספרים פון די פריערדיגע דורות וואס רעדן פון די איסור/תקנה אז סידור קידושין באלאנגט פאר׳ן רב איז ביי אונז א תורה שלימה, און איך גלייב אז ביי צד מהרז"ל אויך. די מחלוקת דא איז נאר צו מהר"א איז רב אדער נישט.

מנחם ציון » מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 10:39 am

· #464929
די מחלוקה איז צו קר"י איז בכלל א שטאט וואס האט א מרא דאתרא, און פארוואס איז מהר"א מרא דאתרא פארוואס נישט ר' געציל? קיינער האט אים נישט ערוועלט אלס רב, און קיינער האט נישט ערוועלט דעם ברך משה אלס דער וואס זאל שטעלן א מרא דאתרא. א רב יא אבער א מרא דאתרא נישט.

ואת"ל אז קר"י איז א שטאט, ביז ווי גייט די גלילות, ביז'ן דזשי דאבעליו? וואסערע בעלות האט ער אויף א שטח אינדרויסן פון קר"י? די גוים ארום קר"י האבן אים זיכער נישט ערוועלט אלס זייער מרא דאתרא..

real fake news » מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 11:02 am

· #464930
צימעס אלערט

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 11:08 am

· #464931
מנחם ציון
די מחלוקה איז צו קר"י איז בכלל א שטאט וואס האט א מרא דאתרא, און פארוואס איז מהר"א מרא דאתרא פארוואס נישט ר' געציל? קיינער האט אים נישט ערוועלט אלס רב, און קיינער האט נישט ערוועלט דעם ברך משה אלס דער וואס זאל שטעלן א מרא דאתרא. א רב יא אבער א מרא דאתרא נישט.

ואת"ל אז קר"י איז א שטאט, ביז ווי גייט די גלילות, ביז'ן דזשי דאבעליו? וואסערע בעלות האט ער אויף א שטח אינדרויסן פון קר"י? די גוים ארום קר"י האבן אים זיכער נישט ערוועלט אלס זייער מרא דאתרא..

איך גיי נישט אריין אין דיינע שאלות להלכה, זאלסט פרעגן דיין דיין.

פארוואס זאל קרית יואל נישט זיין א שטאט ווי אנדערע?

איך ווייס נישט ווער דו ביסט, אבער מהרז"ל (לרפו"ש) ואנשיו האלטן אז דער ב"מ איז יא געווען רב אין קר"י און איבערגעגעבן די רבנות פאר מהר"א, ביז דא האלטן זיי די זעלבע, ולפי"ז טאר קיינער נישט מסדר קידושין זיין בלי רשותו, די חילוקי דעות פאנגט זיך אן צו בערוב ימיו האט ער עס צוגענומען פון אים וע"ז אנו דנים, דיינע טענות איז בכלל נישט רעלעווענט ביי די צדדים.

בנוגע וואס עס מיינט גלילות דארפסטו פרעגן א רב וויאזוי מ'האט גערעכענט גלילות אמאל.

דאס איז זיכער אז אמאליגע שטעט ווען איינער אדער צוויי וואס וואוינען אין שטאט טארן נישט ארויסטראגן די חתונה אינדרויסן פון שטאט מאחורי הגדר זענן זיכער עובר אויף דעם איסור (אויב עס איז דא)

תם ונשלם, בל"נ איך וועל מער נישט דיסקאסן דאס (שוין נישט קיין כח דערצו).

הדסים » מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:16 pm

· #464947
רביה''ק זי''ע
גאנצל

מיינסט צו זאגן ווילאנג די תורה זאגט אז קידושין אין א שטאט דארף גיין דייקא דורכן מרא דאתרא און ס'איז זיין אחריות

😂 😂 😂 😂 😂

green sunday
גאנצל

ווילאנג די תורה זאגט אז קידושין אין א שטאט דארף גיין דייקא דורכן מרא דאתרא און ס'איז זיין אחריות

%100

די צוויי תגובות איינס נאך די אנדערע איז ממש א מחי'... די זעלבע זאץ איז פאר איינעם די גרעסטע דשאוק, און א צווייטער נעמט עס מיט די פולסטע ערנסטקייט.

מנחם ציון » מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:58 pm

· #464950
real fake news
צימעס אלערט

ס'איז

מנחם ציון » מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 5:45 pm

· #464953
א חסיד פון ווילנא
איך גיי נישט אריין אין דיינע שאלות להלכה, זאלסט פרעגן דיין דיין

פארוואס זאל קרית יואל נישט זיין א שטאדט ווי אנדערע?

איך ווייס נישט ווער די ביסט, אבער מהרז"ל (לרפו"ש) ואנשיו האלטן אז דער ב"מ איז יא געווען רב אין קר"י און איבערגעגעבן די רבנות פאר מהר"א ביז דא האלטן זיי די זעלבע ולפי"ז טאר קיינער נישט מסדר קידושין זיין בלי רשותו, די חילוקי דעות פאנגט זיך אן צו בערוב ימיו האט ער עס צוגענומען פון אים וע"ז אנו דנים, דיינע טענות איז בכלל נישט רעלעווענט ביי די צדדים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

רבנות וואס דער ברך משה האט געהאט, און וואס ער קען געבן, איז בערך ווי די דאבשינע רבנות, ער איז אזא רב אין שטאט דהיינו, ער גייט צו צום עמוד פאר הודו און איז עולה שישי.
עני פונקציעס וואס א רב האט געהאט אינדערהיים? איז ער אחראי אויפ'ן עירוב? אויף שחיטה?(ביז ווען ער האט אפגעמאכט אז ער עפענט אן איינגענעם שחיטה) מקוה? ס'דא דיינים דערפאר. האט אים איינער ערוועלט אלס רב? ווער עס וויל זיך אונטערווארפן און מקבל מרות זיין, כל הכבוד, אבער צווינג נישט ארויף דיין מרות, ווייל קיינער האט דיר נישט געפרעגט, און אפי' נישט דיין טאטן ווער ס'זאל זיין רב.
ס'גייט מיר כלל נישט אן צו דער ברך משה האט צוגענומען פון אים צו נישט, פון מיין זאל ער עס האלטן געזונטערהייט, ווי לאנג דער עולם איז נישט מסכים מיט זיין רבנות איז דאס קיינעם נישט מחייב. און ווער ס'וויל יא זיין רבנות, קיינער שטערט זיי נישט.
א חסיד פון ווילנא
בנוגע וואס עס מיינט גלילות דארפסטו פרעגן א רב וויאזוי מ׳ האט גערעכענט גלילות אמאל
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

איך פרעג נישט קיינעם. גלילות מיינט טאקע דאס וואס איך האב שוין געשריבן. א קליינע דערפל וואס האבן זיך נישט ערלויבט קיין אייגענע רב, פלעגט מען זיך אונטער ווארפן אונטער א דערנעבנדיגע רב אז ער זאל זיי אויך דינען, אבער אין אונזער פאל איז דיו לבא מן הדין להיות כנידון, קוים וואס ער איז רב ביי זיך אין שטאט, שוין אפגערעדט פון די גלילות.

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk[/quote]

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 6:20 pm

· #464954

[/quote]איך וועל ענטפערן פלעינע מציאות
ער האט אלע יארן קער גענומען פון עירוב
די שחיטה האט ער זיך פארלאזט אויף זיין טאט׳ן און נישט געלאזט אריינברענגען קיין אנדערע שחיטות ביז ווען ער האט געמאכט א אייגענע שחיטה
פוו טאג וואס ער איז געווארן רב האט ער אנגעהובן צו ארבעטן אויף א נייע מקוה און אויפגעבויט וואס איז דעמאלס געווען די שענסטע אין די וועלט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

real fake news » מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 10:05 pm

· #464961
מנחם ציון
real fake news
צימעס אלערט

ס'איז

פארוואס קומט עס ארויף אויף די מעין פעידזש?

מנחם ציון » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 1:09 pm

· #464973
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/14157">viewtopic.php?f=33&t=14157</a><!-- l -->

מנחם ציון » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 1:11 pm

· #464974
א חסיד פון ווילנא
איך וועל ענטפערן פלעינע מציאות
ער האט אלע יארן קער גענומען פון עירוב
די שחיטה האט ער זיך פארלאזט אויף זיין טאט׳ן און נישט געלאזט אריינברענגען קיין אנדערע שחיטות ביז ווען ער האט געמאכט א אייגענע שחיטה
פוו טאג וואס ער איז געווארן רב האט ער אנגעהובן צו ארבעטן אויף א נייע מקוה און אויפגעבויט וואס איז דעמאלס געווען די שענסטע אין די וועלט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

איך ווייס ער האט "קעיר גענומען"
איך פרעג צו ס'איז געווען אויף זיין אחריות און זיין השגחה
און נניח אויב יא איז נאך אלס אקטועל די אנדערע פראגע. ווער האט אים דערוועלט?

moneyminded » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 1:51 pm

· #464978
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
מנחם ציון
א חסיד פון ווילנא
איך גיי נישט אריין אין דיינע שאלות להלכה, זאלסט פרעגן דיין דיין

פארוואס זאל קרית יואל נישט זיין א שטאדט ווי אנדערע?

איך ווייס נישט ווער די ביסט, אבער מהרז"ל (לרפו"ש) ואנשיו האלטן אז דער ב"מ איז יא געווען רב אין קר"י און איבערגעגעבן די רבנות פאר מהר"א ביז דא האלטן זיי די זעלבע ולפי"ז טאר קיינער נישט מסדר קידושין זיין בלי רשותו, די חילוקי דעות פאנגט זיך אן צו בערוב ימיו האט ער עס צוגענומען פון אים וע"ז אנו דנים, דיינע טענות איז בכלל נישט רעלעווענט ביי די צדדים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

רבנות וואס דער ברך משה האט געהאט, און וואס ער קען געבן, איז בערך ווי די דאבשינע רבנות, ער איז אזא רב אין שטאט דהיינו, ער גייט צו צום עמוד פאר הודו און איז עולה שישי.
עני פונקציעס וואס א רב האט געהאט אינדערהיים? איז ער אחראי אויפ'ן עירוב? אויף שחיטה?(ביז ווען ער האט אפגעמאכט אז ער עפענט אן איינגענעם שחיטה) מקוה? ס'דא דיינים דערפאר. האט אים איינער ערוועלט אלס רב? ווער עס וויל זיך אונטערווארפן און מקבל מרות זיין, כל הכבוד, אבער צווינג נישט ארויף דיין מרות, ווייל קיינער האט דיר נישט געפרעגט, און אפי' נישט דיין טאטן ווער ס'זאל זיין רב.
ס'גייט מיר כלל נישט אן צו דער ברך משה האט צוגענומען פון אים צו נישט, פון מיין זאל ער עס האלטן געזונטערהייט, ווי לאנג דער עולם איז נישט מסכים מיט זיין רבנות איז דאס קיינעם נישט מחייב. און ווער ס'וויל יא זיין רבנות, קיינער שטערט זיי נישט.
א חסיד פון ווילנא
בנוגע וואס עס מיינט גלילות דארפסטו פרעגן א רב וויאזוי מ׳ האט גערעכענט גלילות אמאל
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

איך פרעג נישט קיינעם. גלילות מיינט טאקע דאס וואס איך האב שוין געשריבן. א קליינע דערפל וואס האבן זיך נישט ערלויבט קיין אייגענע רב, פלעגט מען זיך אונטער ווארפן אונטער א דערנעבנדיגע רב אז ער זאל זיי אויך דינען, אבער אין אונזער פאל איז דיו לבא מן הדין להיות כנידון, קוים וואס ער איז רב ביי זיך אין שטאט, שוין אפגערעדט פון די גלילות.

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
[/quote]די ביזט א דיין? כאב אסאך שאלות פרעגן
איך געב געווענליך טיפס פאר דיינים אויך

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

moneyminded » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 1:55 pm

· #464979
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
מנחם ציון
א חסיד פון ווילנא
איך וועל ענטפערן פלעינע מציאות
ער האט אלע יארן קער גענומען פון עירוב
די שחיטה האט ער זיך פארלאזט אויף זיין טאט׳ן און נישט געלאזט אריינברענגען קיין אנדערע שחיטות ביז ווען ער האט געמאכט א אייגענע שחיטה
פוו טאג וואס ער איז געווארן רב האט ער אנגעהובן צו ארבעטן אויף א נייע מקוה און אויפגעבויט וואס איז דעמאלס געווען די שענסטע אין די וועלט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

ווער האט אים דערוועלט?

די אפיציעלע קהלה פון די דעמאלסדיגע דערפעל , געווען איין קהלה קהל יטב לב

עניוועי להלכה איז נישט די שאלה ווער עס האט אים ערוועלט, קיין איינער איז נישט מחולק אז ער לויט אלע הלכות קלאר די שטאטס רב

פאר ער עס האט ליב פאקטן, האבן כמעט אדער ממש אלע וואס האבן חתונה געמאכט אין עטרת מייזעלס ביי קאראנא געפרעגט רשות פונעם דמרא דאתרא, עטליכע מחותנים האב איך עס געהערט פון זייער מויל !

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

מנחם ציון » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:21 pm

· #464982
moneyminded
מנחם ציון

ווער האט אים דערוועלט?

די אפיציעלע קהלה פון די דעמאלסדיגע דערפעל , געווען איין קהלה קהל יטב לב

עניוועי להלכה איז נישט די שאלה ווער עס האט אים ערוועלט, קיין איינער איז נישט מחולק אז ער לויט אלע הלכות קלאר די שטאטס רב

פאר ער עס האט ליב פאקטן, האבן כמעט אדער ממש אלע וואס האבן חתונה געמאכט אין עטרת מייזעלס ביי קאראנא געפרעגט רשות פונעם דמרא דאתרא, עטליכע מחותנים האב איך עס געהערט פון זייער מויל !

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

די אפיציעלע "קהל יטב לב ד'מאנרא" האט אים נישט געשטעלט. געשטעלט האט אים זיין פאטער וואס האט געהאט אזא סמכות ווי זיין זוהן בנוגע פירן די קהילה, נעמליך, ביידע האט מען נישט אריינגעוועלט.
להלכה איז יא די שאלה ווער ס'האט אים ערוועלט און ס'איז יא דא חולקים אויף אים צו ער האט א דין רב.
בנוגע אז מחותנים בעטן רשות פאר אן אנדערן מסדר קידושין, קען זיין, ס'מאכט עפעס אויס פאר די ארגומענטן דא? ווילסט זאגן אז זיי האבן די יד החזקה אין שטעטל? איך קריג נישט דערויף. ווייניג מחותנים האלטן ביים בלייבן אויף גאנצע נעכט ווייל נארישע בחורים מאכן פאוני קאלס

מנחם ציון » פרייטאג יאנואר 1, 2021 11:43 am

· #465005
📎 Capture.PNG

moneyminded » מוצ"ש יאנואר 2, 2021 11:47 pm

· #465034

מחותנים וואס האבן געבעטן רשות אין קאראנא האט גארנישט מיט פאני קאללס, עס איז דא מענטשן וואס זיכן נישט קיין ספק ספיקא און זייער קינדערס קידושין, נאר זשיהאד בני יואלע מאכן חתונה אין עטרת מאיר צבי

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

גאנצל » זונטאג יאנואר 3, 2021 3:20 pm

· #465057
אמת

99% חתונות אין די מייזעלס זאל איז געווען מיט רשות און אפילו די רובינפעלד חתונה איז געווען אפגעשמועסט אז הרב עקשטייין וועט זיין סידור קידושין מיט רשות פונקט איז רזל געווען אין קרית יואל האט מען געטוישט די לעצטע מינוט צום אויפברויז פון אלע נארמאלע מענטשן ביי די זל פארטיי

מנחם ציון » זונטאג יאנואר 3, 2021 5:16 pm

· #465063
[quote="moneyminded"][quote=]מחותנים וואס האבן געבעטן רשות אין קאראנא האט גארנישט מיט פאני קאללס, עס איז דא מענטשן וואס זיכן נישט קיין ספק ספיקא און זייער קינדערס קידושין, נאר זשיהאד בני יואלע מאכן חתונה אין עטרת מאיר צבי

Sent from my SM-G960U using Tapatalk[/quote][/quote]
גענוי דאס אדרעסיר איך אין די עפענונגס תגובה. די דינאמיקס האבן זיך געטוישט. אויב ביז יעצט איז די מערכה געווען געריכטעט קעגן אפאר פאטאכיסטן, בני יואל'ע. איז דאס פון היינט אן קעגן "פלעינע, נארמאלע, געפאלישטע, זאליס."

דאס וואס די שרייבסט אנהייב.
קיינער האט נישט מורא צו מאכן חתונה דארט, אויב וויל ער נעמען אן אנדערן פאר מסדר קידושין קען ער זיך פיין מסדר זיי ווי ביז איצט. מאכן אין עטרת מאיר צבי, מאנסי, דינסטאג'ס. דאס רופן פאר רשות איז נאר מחמת המציק

הערה » זונטאג יאנואר 3, 2021 8:11 pm

· #465075
מנחם ציון
📎 Capture.PNG

באקומען אויף וואטסעפ
📎 IMG-20210103-WA0081.jpg

מצפצף » מאנטאג יאנואר 4, 2021 2:06 am

· #465099
Fake

מנחם ציון » מאנטאג יאנואר 4, 2021 2:23 pm

· #465112
מצפצף
Fake

of course

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 4, 2021 2:59 pm

· #465114
איך ווייס נישט פארוואס אבער דאס פאשקעוויל האט מיר דערמאנט פון דעם...

און דאס איז אויך אן ענטפער אויף @הדסים׳ס תגובה. 😉

משׁה שׁפּירא » מאנטאג יאנואר 4, 2021 4:27 pm

· #465120
נארוואס ערשינען פרישע מכתב קודש
📎 WhatsApp Image 2021-01-04 at 4.15.49 PM.jpeg

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג יאנואר 4, 2021 4:53 pm

· #465122
די אלע פאלשע (קיינער זאגט נישט אז עס איז אמת) ווייזט ווי געוויסע מענטשן טוען אלעס אין די וועלט אז מ'זאל קוקן אויף זייער זייט, נעבעך אויף זיי.

אויף ענגליש זאגט מען get a life.

green sunday » מאנטאג יאנואר 4, 2021 5:23 pm

· #465126
דער שולחן ערוך גייט נישט אינטער ווייל עפעס א משיגינער פאבריציט פאלשע צעטלעך    דעס ווייזט נאר פארלוירנקייט

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג יאנואר 4, 2021 10:35 pm

· #465142
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
green sunday
דער שולחן ערוך גייט נישט אינטער ווייל עפעס א משיגינער פאבריציט פאלשע צעטלעך    דעס ווייזט נאר פארלוירנקייט
האב הנאה צו זען יודן דא וואס קענען שולחן ערוך

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

איך אויך » מאנטאג יאנואר 4, 2021 11:22 pm

· #465144
איך עכ''פ הער יעצט דעם ערשטן מאל פון דעם מו''צ זאבעל. אפשר קען איינער אביסל מרחיב זיין איבער עם.

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג יאנואר 5, 2021 2:55 pm

· #465170
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
איך אויך
איך עכ''פ הער יעצט דעם ערשטן מאל פון דעם מו''צ זאבעל. אפשר קען איינער אביסל מרחיב זיין איבער עם.
א קאזן מיט דיין פריעדמאן (פאר ווער עס איז גענוג אלט צו געדענקען

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

Dudy lebo » דינסטאג מערץ 2, 2021 11:06 am

· #467760
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
אנגעקומען אויף פאוסט צו תושבי קרית יואל שיחי'.📎 IMG_20210302_105423_294.jpg

מנחם ציון » דינסטאג מערץ 2, 2021 4:33 pm

· #467807
<a class="postlink" href="https://mail.google.com/mail/u/0?ui=2&ik=776293d3a2&attid=0.1&permmsgid=msg-f:1693147915578750832&th=177f450efc43b770&view=att&disp=inline&realattid=177f45091dcfac43df51">https://mail.google.com/mail/u/0?ui=2&i ... cfac43df51</a>

green sunday » מיטוואך מערץ 3, 2021 2:29 pm

· #467877
למעשה איז דא א פסק פון ברך משה אליין ביי די דין תורה פון ר געציל בערגער'ס קינדער אז העכער די 80 איז א צוואה גארנישט ווערט ווייל מקען פארדרייען דעם קאפ, ממילא די אלע בריוון/צוואות/א.ד.ג. פונעם ברך משה די לעצטע 8 יאר פון נ"ט ביז ס"ו ווערט לציר ע"פ צליחות, ע"פ הלכה האט ר' זלמן לייב בכלל נישט קיין רעכט זיך צי ריפן אדמו"ר מסאטמאר,
 
משה גבאי האט זיך אליין אויסגעדריגט פאר א איד בשנת תשס"ד איך ווייס ע"פ הלכה קען ר' זלמן לייב נישט זיין רבי אבער מיר טיען וואס אינז דארף מער צי טיען וד"ל

מפיל קינד » מיטוואך מערץ 3, 2021 8:58 pm

· #467902
וואס דער ברך משה האט געוואלט מאכט נישט אויס קיין סאך.

אין הימל האט מען זיכער געוואלט אז ס'זאל זיין צוויי...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27