☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27

מיליאנער » מיטוואך יולי 28, 2021 12:17 pm

· #478541
מפיל קינד
מיליאנער, הייסט אז ביז מ'איז אהינגעגאנגען וואוינען איז ער געווען מרא דאתרא אויף די גויים און גויטעס פון די סווימינג פולס. און אויף די קאטשקעס דארט.

יעצט ווערט אויטאמאטיש נתברר למפרע אז די אידן וואס האבן זיך אהינגעצויגן שלא בהסכמתו, זענען אלע אונטער זיינע לאפעס...

אגב, ביז וואו ציט זיך די גלילות? אויב גייט מען איין טאג וואוינען ביז מאנסי גייט מאנסי והגלילות אויטאמאטיש זיין אונטער אים? וואס גייט דעמאלטס זיין מיט אלע חתונות וואס מ'האט געמאכט אין מאנסי איידער די גלילות האט זיך אויסגעצויגן?

קום אריין קלאר מיט א שיעור כללי אין הלכות גלילות.

און וואס איז געווען ביז אידן זענען געקומען וואוינען אין קרית יואל איז רביה''ק געווען מרא דאתרא פאר די מויקאשלעך?
הא? איך הער נישט רעד העכער.. אהא! זאגסט אז מרא דאתרא איז נאר שייך פאר אידישע קינדער און נישט פאר גוים אין שרצים וואס דארפן זיך נישט פירן עפ''י שולחן ערוך... זאגסט דאך גוט, איז די זעלבע זאך איז געווען ביפאר אידן האבן ארויסגעמופט אין בלומינגראוו.

איך האף אז דו מאכסט זיך נאר ווי דו פארשטייסט נישט....

גאנצל » מיטוואך יולי 28, 2021 12:43 pm

· #478544
מ'נעמט די מאסט סימפל סאבזשעקט און מ'פארדרייט עס מיט קושיות

אלזא סאטמאר רב שליטא דער מרא דאתרא קרית יואל והגלילות האט געבעטן וויזניץ ווימ"ס רבי זאל אין גלילות פון א סאטמאר שטעיטל זיך אפהאלטן פון טון מלאכות שבת ביז'ן זמן ר"ת און וויזניץ רבי האט אנגענומען די בקשה פון סאטמאר רב אלס כח פון מרא דאתרא העיר והגלילות
נישטא מער קען דיטעילס און די סימפל עפיזאד דאס איז וואס עס איז פארגעקומען צווישן די צוויי הויפט שפילער און די מעשה

א זייטיגע באנוס פאר די כח פון סאטמאר רב און א קיצל און געדערם פון אנטי סאטמאר רב

מפיל קינד » מיטוואך יולי 28, 2021 12:53 pm

· #478547
גאנצל
און א קיצל און געדערם פון אנטי סאטמאר רב

די חברה זענען שוין אינגאנצן צוקיצלט פון עטרת פעסל לאה, מ'שפירט שוין נישט...

גאנצל » מיטוואך יולי 28, 2021 1:04 pm

· #478548
מפיל קינד
גאנצל
און א קיצל און געדערם פון אנטי סאטמאר רב

די חברה זענען שוין אינגאנצן צוקיצלט פון עטרת פעסל לאה, מ'שפירט שוין נישט...

ריכטיג

מצפצף » מיטוואך יולי 28, 2021 2:26 pm

· #478550
ער האט נישט אנגענומען, ער האט זיך דיפלאמאטיש ארויס געדרייט.

מיליאנער » מיטוואך יולי 28, 2021 3:19 pm

· #478556
מצפצף
ער האט נישט אנגענומען, ער האט זיך דיפלאמאטיש ארויס געדרייט.

ער האט געזאגט אז ער וועט זען וויאזוי מ'קען עס אויסארבעטן.

יעדער קען עס אויסטייטשן וויאזוי ער וויל, ס'איז אבער שווער צו גלייבן אז ר' יצחק יוחנן טראכט אז מיטן זיך יעצט ארויסדרייען איז די פראבלעם געסאלווט, ער איז אביסל קלוגער...

מפיל קינד » מיטוואך יולי 28, 2021 4:22 pm

· #478559
קלוגער פון וועמען? 😂

מ'דארף נישט זיין קלוג צו וויסן אז מיט אים לוינט זיך נישט אנצוהייבן, נישט קיין חילוק צי ער איז מרא דאתרא אדער נישט...

גאנצל » מיטוואך יולי 28, 2021 4:36 pm

· #478560
מפיל קינד
קלוגער פון וועמען? 😂

מ'דארף נישט זיין קלוג צו וויסן אז מיט אים לוינט זיך נישט אנצוהייבן, נישט קיין חילוק צי ער איז מרא דאתרא אדער נישט...

איך קען אסאך וואס האבן זיך באנארישט און נישט געטון ווי אים......

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:57 am

· #478592
שבעים לשון
טענו לו בחטין והודו לזכר קדשו
מרעדט פון ניו יארק און ער ווארפט אריין ירושלים בני ברק. קודם מיין איך אז די נושא פון זמן באלאנגט אין אן אשכול פאר זיך עס האט מיט סידור קידושין גארנישט.

ריכטיג איך בין נישט דא אויף א פארהער, איך האף אזוי, אבער שיטת ר"ת איז נישט קיין מנהג פון סאטמאר רבי זצ"ל ווי ר' בערל האט געשריבן.
וועגן אמרי חיים איז דא א מעשה אז דער דברי יציב האט זיך פארהערט איבער די נושא מיט אים און עס איז געווען א שארפער שמועס וואס איך וויל נישט איבערשרייבן מחמת כבודו פון אמרי חיים.

אוודאי איז דא אזוינע וואס זענען געקומען פון מקומות מיט אנדערע זמנים, אבער בשעתם האבן די פוסקים פארשטאנען אז ממוז איינפירן א מנהג המקום מחמת התקלה, און כדי לשמור על קדושת השבת זאל נישט זיין נראה כשתי תורות, און נאר דער וויזניצער רבי" ז"ל האט געשטעלט אן עקשנות אין ניו יארק, נגד רוב דעות של רבנים ופוסקים מובהקים ביי יענע אסיפה. און עס איז שווער צו פארשטיין על מה ולמה.

דער פרשה פון נישט וועלן איינפירן א זמן פאר שמירת שב"ק ותוספת שבת איז חרוט לדורות אויף די מצבה פון וויזניצער רבי ז"ל? איך גלייב אז נישט.

שבעים לשון: דו האסט נישט גוט פארשטאנען...! איך האב דען געזאגט אז סאטמאר'ע רב האט אויסגעטראפן דעם פאטענט פון 72 מינוט. נאר ער האט איינגעפיהרט אז זיינע מענטשן זאללן האלטן דעם שיעור פון 72 מינוט. ועיין בשו"ע (ובגמרא) אז ס'זענען פארהאן נאך אנדערע שיעורים...!

ס'איז אויך פארהאן (צווישן אנדערע) דער שיעור פון ..."ג' כוכבים (בינונים)...!

אויך. שיטת ר"ת טוישט זיך לויט דעם אופק. ס'איז אנדערש אין ניו יארק ווי אין ירושלים/בני ברק/חיפה...!

מיליאנער » פרייטאג יולי 30, 2021 9:59 am

· #478636
גילוי אלערט!!! טשאדעלע באדעלע דו ביסט א מענדלאוויטש אדער א קרויס? איך גלייב שווער אז איינער האט אויפגעהאנגען א צעטל מיט צוויי היימישע נעמען, אין די צייט וואס זיי קענען עס ארויסקומען לייקענען (וואס האט נאכנישט פאסירט).

דו מאכסט מיך לאכן.... אין די צייט וואס די ארוינים ציען ארויף א צעטל צו פייערן זיג און די געווינס פון די מערכה אין וועלכע זיי האבן נישט ארויסגעשאסן קיין איין איינציגע קויל ,קומסטו פייערן אז ס'הענגט אויף די ארוינישע צעטל...

מנהל מקען שוין צומאכן די אשכול (סארי בערל פאר די 500 בלעטער) ס'איז שוין דא א געווינער!

די זאליס האבן זיך אנגעכאפט א אטאקע און זיך מבזה געווען בפני כל עם ועדה, און יעצט האלט מען צוריק ביי אלף, יעדער קען בעטן רשות פונעם מרא דאתרא! מקען שוין נאכאמאל מאכן אויסגעהאלטענע חתונות אין עטרת מייזעלס! הדא היא דכתיב פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארוסגעווארפן....

זעט אויס אז די רומערס אז אלע זאליס זענען פרייליך מיט די מערכה און אז ס'איז שוין דא פרישע 40 בוקינגס שלא ברשות איז אויך געווען איינע פון די זאלישע שקרים...

ס'איז בלויז א שאד אויף די עגמת נפש וואס מ'האט געשאפן פאר די עטליכע משפחות בעת שמחתם, אבער אזויפיל איז יא ארויסגעקומען א טובה אז מהרז''ל האט געהאט א געלעגענהייט זיך אביסל אוועקצורייסן פון די עבודת הקודש און זיך קומען אויסליפטערן פאר א וואך אין קרית יואל.

און אז מ'האלט שוין ב''ה דא קען מען שוין ארויסנעמען א מוסר השכל פון דעי פרשה אז ווען מ'פייט נישט צוריק ווען מען צום סוף געווינען! די מערכה ווערט נאר צוגעלייגט צו די ליסטע פון מערכות וואס די זאליס האבן בבושת פנים געמוזט אפטרעטן ובתוכם פרשת אריזאנע ווייץ, צומת הגידין וכו' וכו'

העברת פי ה' היא לא תצלח!

מיליאנער » פרייטאג יולי 30, 2021 12:11 pm

· #478644
ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן, האמת אגיד ולא אבוש, איך האב מיך איבערגעטראכט ס'איז טאקע נישט אזא חידוש, מהר''א האט שוין מתחילה געגעבן רשות פאר רז''ל פאר די חתונות ביז אלול.

ס'איז טאקע א שטיקל פליק פאר די זאליס אז די מחותנים זענען געגאנגען בעטן רשות, אבער ס'איז טאקע נישט אזא געווינס ווי ס'האט מיר אויסגעקוקט אויפן ערשטן בליק.

מפיל קינד » פרייטאג יולי 30, 2021 1:46 pm

· #478646
די צעטל רעדט דאך פון דעם אויטאמאטישן רשות.

ווי מ'האלט יעצט איז עטרת פעסל לאה אסתר שרעקליך דורכגעפאלן, מ'טיילט רשות בחינם אן בעטן, די מערכה איז אפגעשטופט ביז אלול, אבער די זאליס זענען דורכגעפאלן...

א רחמנות אויף די זאליס, פארלוירן ראדני, און יעצט די מערכה אויך...

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 30, 2021 4:07 pm

· #478655
מיליאנער: סארי פאר דעם לייק. אבער דו דערמאנסט (אין דיין פריער'דיגע תגובה)2 זאכן וועלכע הייבן מיין בלאד פרעשור צו געפערליכע שטאפלען...אריזאנע ווייץ און שחיטה מונחת...! ווייל די 2 קומען צו פארבעסערן די מערכה פון אידישקייט. (מער מהודר). און ס'איז נישט שייך צו שפילן מיט דעם פאליטיק (אזוי ווי ביי סידור קידושין וכדומה.). און שטאטס באדאנקען פאר מהר"א שליט"א אויף זיין טירחא יתרה, שפייט מען איהם אין פנים אריין. און די ליצני הדור מאכן נאך ליצנות פון דעם...!

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 2, 2021 11:20 pm

· #478782
בקיצור איינע פון די מחותנים האבן געבעטן ביים סאטמערן עסקן זאל ארויפלייגן זיין נאמען אויף די סאטמערע צעטלעך און מודיע זיין אז די חתונה איז אויסגעהאלטן און מ'מעג זיך משתתף זיין (ביינאונז הייסט דעס זיך געבעטן ווי א גזלן ) זאג נאכאמאל ווער האט געווינען ?

שושן פורים » מאנטאג אוגוסט 2, 2021 11:23 pm

· #478783
איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי דאס צעטל אויפן וואנט איז א געווינס פאר סיי וועלכע צד?

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 3, 2021 1:06 am

· #478793
שושן פורים
איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי דאס צעטל אויפן וואנט איז א געווינס פאר סיי וועלכע צד?

הא הא
קודם דארפסטי וויסן וואס מיינט געווינען. דער בלאט האט אויסגעלערענט אז וואס אימער פאסירט, האמיר געווינען. און די פרעגסט נאך קשיות

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג אוגוסט 3, 2021 12:09 pm

· #478809
[ציטאט אראפגענומען]

ווי למשל די דבר יום ביומו אין וומסב"ג (עמטליך א פרייוואטע זאך) מעג א ביהמ"ד צד מהר"א גערופן ווערן אלע צונעמין, ביהמ"ד הופער, ברך משה, בית מנחם צבי (גוט מארגן שרייבט סאטמאר ראדני, סאטמאר קליימער וכדומה)

אדער ביי א לוי' ל"ע שרייבט מען kent corner hooper, 12 garfield rd ( דאס איז שוין דעם רבינ'ס ביהמ"ד)

און זאג נאכאמאל, אזוי מפירט זיך אין אלע קהילות בישראל,

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג אוגוסט 3, 2021 12:15 pm

· #478810
שמעון וואלף
שושן פורים
איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי דאס צעטל אויפן וואנט איז א געווינס פאר סיי וועלכע צד?

הא הא
קודם דארפסטי וויסן וואס מיינט געווינען. דער בלאט האט אויסגעלערענט אז וואס אימער פאסירט, האמיר געווינען. און די פרעגסט נאך קשיות
האסט שוין אמאל געזען דער איד זאל שרייבן אז זיי האבן פארלוירן?

איין דוגמא, די ציון פון יש"מ גייט פון איינעם צום אנדערן יעדע שטיק צייט פון צד מהר"א צו צד מהרז"ל, יעצט אויף די מינוט איז עס ביי צד מהר"א, יעדעס מאל ווען צד רז"ל באקומט עס איז עס א העדליין אין דער איד, אבער ווען מ' פארלירט עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט

אזוי איז נאך דא צענדליגער דוגמאות

יעצט ביים יארצייט שפילן זיי ווי די ביה"ח איז אונטער זייער קאנטראל, מ' גייט נאר ארין פון די פארקערטע זייט, ליינט זייערע מודעות

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג אוגוסט 3, 2021 3:00 pm

· #478818
[ציטאט אראפגענומען]

אין וויליאמסבורג איז עס מיט רשעות

ר' מענדל דער רב האט חתונה געמאכט א זון און פארשטייט זיך אז עס איז נישט געווען אין דבר יום, דער יונגערמאן האט זיך געג'ט ל"ע און חתונה געהאט נאכאמאל, דעמאלס האבן זיי עס יא אריינגעלייגט
לשיטתך אז קר"י זענן משוגעים, מוטב שתהי' שוטה כל ימיו ואל יהי רשע שעה אחת

שושן פורים » דינסטאג אוגוסט 3, 2021 5:21 pm

· #478828
א חסיד פון ווילנא
שמעון וואלף
שושן פורים
איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי דאס צעטל אויפן וואנט איז א געווינס פאר סיי וועלכע צד?

הא הא
קודם דארפסטי וויסן וואס מיינט געווינען. דער בלאט האט אויסגעלערענט אז וואס אימער פאסירט, האמיר געווינען. און די פרעגסט נאך קשיות
האסט שוין אמאל געזען דער איד זאל שרייבן אז זיי האבן פארלוירן?

איין דוגמא, די ציון פון יש"מ גייט פון איינעם צום אנדערן יעדע שטיק צייט פון צד מהר"א צו צד מהרז"ל, יעצט אויף די מינוט איז עס ביי צד מהר"א, יעדעס מאל ווען צד רז"ל באקומט עס איז עס א העדליין אין דער איד, אבער ווען מ' פארלירט עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט

אזוי איז נאך דא צענדליגער דוגמאות

יעצט ביים יארצייט שפילן זיי ווי די ביה"ח איז אונטער זייער קאנטראל, מ' גייט נאר ארין פון די פארקערטע זייט, ליינט זייערע מודעות

פון נישט מעלדן א פארלוסט ביז אייביג פראקלאמירן געווינס אפגעזעהן פונעם רעאליטעט איז א היבש שטיקל וועג.

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 10:01 am

· #478860
איך בין אביסל צומישט.

דו זאגסט אז ס'איז דא פעלער ווי דער בלאט שרייבט אז ס'איז א געווינס פאר זיי' אבער באמת האלטסטו אז ס'איז א דורכפאל פאר זיי? עס הערט זיך זייער אינטרעסאנט, אפשר גיבסטו מיר א דוגמא?

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 10:02 am

· #478861
[ציטאט אראפגענומען]

יא יא, און וואס איז דעי ליצנות פון המפואר הופפער? אדער ביהמ''ד הופפער?

שטעל דיך פאר די ארוינים שרייבן אין די בתי מדרשים צעטל ''ביהמ''ד סאסמאן'' אדער ''ביהמ''ד פארעסט'' אדער גאר ''המפואר פארעסט'' וואלטסטו פארפירט דא: ''שרייב בכלל נישט די שמחה! וואס איז די ליצנות? סתם ווייל יענער וויל אריינלייגן ביי דיר א שמחה כדי זיינע באקאנטע זאלן קומען, און ער צאלט נאך געלט דערפאר?!"

זאג נאר טשאדעלע באדעלע, קענסטו מיר זאגן איין איינציגע נארמאלע זאך וואס די ארוינים האבן געטון זינט זייער עקזיסטענס, אדער דו האסט נישט?

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 10:04 am

· #478862
מפיל קינד
די צעטל רעדט דאך פון דעם אויטאמאטישן רשות.

ווי מ'האלט יעצט איז עטרת פעסל לאה אסתר שרעקליך דורכגעפאלן, מ'טיילט רשות בחינם אן בעטן, די מערכה איז אפגעשטופט ביז אלול, אבער די זאליס זענען דורכגעפאלן...

א רחמנות אויף די זאליס, פארלוירן ראדני, און יעצט די מערכה אויך...

די סיבה פאר די אויטאמאטישע רשות איז פשוט, צוליב וואס די זאליס האבן דא געטרעטן אויף די הלכה און האבן שוין נאכן אינטערשריבן א קאנטראקט געסטראשעט אז אויב נעמט מען נישט רז''ל נעמט מען אוועק די זאל, האבן די ארוינים נישט געוואלט אסר'ן ווייל וואס זאל יעצט די עולם טון ווי זאל מען גיין, דערפאר אלע געבוקטע חתונות קענען ווייטער אנגיין.

איך זאג נישט אז אלול גייט זיך אנהייבן א מערכה, נאר פון אלול הייבט זיך צוריק אן די אלטע איסור ואס איז געפסקט געוארן דורכ'ן שטאטישע דיין.

(דאס איז אגב נאך א ביישפיל פון די ארוינישע טעראר און די זאלישע מדות טובות)

לגבי די צעטל אויפן וואנט: איך בין נשט באקאנט מיט די מעשה דארט אבער איך שטעל זיך פאר אז די מחותנים זענען בפועל געקומען בעטן רשות פון מהר''א, פארדעם זעט מען טאקע נישט יעדן טאג הענגען אזא צעטל.

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 1:03 pm

· #478870
קיינער האט נישט געזאגט אז ס'קומט ארויס מכשולות ביי א ספעציפישע מענטש, זאל עס זיין רז''ל צו סיי ווער.

ס'איז בלויז א תקנה קדומה, אז כדי סזאל נישט פאסירן אז א מחותן זאל מכבד זיין זיין שווער אדער זיידע וואס האט נישט קיין אנונג אין די האקעלע הלכות, ער קען נאר סך הכל נאכטון וואס ער האט מיטגעהאלטן ביי אנדערע חתונות... אדער אפילו מ'זאל מכבד זיין א בנש''ק אדער זיין לאקאל רב וואס האט קיינמאל די הלכות געהעריג געלערנט, און די מכשולות לדורות וואס קען ארויסקומען פון דעם איז איבריג ארויסצוברענגען (און ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז אין אנדערע שטעט מאכט זיך נישט אזעלכע פראבלעמען, נאר וואס זאל מען טון?)

דערפאר האט מען מתקן געווען אז אין א שטאט ווי ס'איז דא א מרא דאתרא זאל יעדע סידור קידושין דורכגיין די רב וואס טראגט די אחריות פון אלע הנהגת העיר, ס'איז נישט קיין כיבוד (וואס מ'וואלט געקענט טרעפן אנדערע לייכטערע כיבודים אן דארפן ארומלויפן יעדע נאכט צו אלע זאלן) עס איז א חלק פון זיינע פליכטן אלס רב.

יעצט, מהר''א איז זיך נוהג אז אויב איז דא א זיידע א רב גיבט ער רשות פארן זיידן (וכבר היה מעשה אפילו פאר ר' יואל מארגענשטערן) וואס יעדער פארשטייט אז דעמאלטס איז נאך דא א פולע קאנטראל, אז יעדער בעט רשות און מ'האלט מיט ווער ס'איז די מסדר קידושין, אבער חוץ מזה באקומט קיינער נישט קיין רשות ווייל אז יא קען מען דאך נישט מאכן קיין חילוקים ומה הועילו בתקנתן.

ממילא יעצט אז ס'האט זיך אויסגשטעלט אזא מצב האבן די ארוינים נישט געוואלט צווינגען מחותנים צו טוישן זאל ווען מען האט גארנישט געוויסט בים בוקן דעם זאל, אז די זאליס זענען חיות וועלן מיר זיך נאך אלס פירן ווי אחריותדיגע מענטשן און געבן א קאנטראלירטע רשות פאר ביז אלול דהיינו די פרישע בוקינגס.

קלאר?

מפיל קינד » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 3:02 pm

· #478875
מיליאנער
ממילא יעצט אז ס'האט זיך אויסגשטעלט אזא מצב האבן די ארוינים נישט געוואלט צווינגען מחותנים צו טוישן זאל ווען מען האט גארנישט געוויסט בים בוקן דעם זאל, אז די זאליס זענען חיות וועלן מיר זיך נאך אלס פירן ווי אחריותדיגע מענטשן און געבן א קאנטראלירטע רשות פאר ביז אלול דהיינו די פרישע בוקינגס.

קלאר?

אויב אזוי פאר וועמען האט מען געמאכט די עטרת לאה אסתר וואס איז נאר איינמאל גענוצט געווארן?! ווייל די זאלוינישע טעראר און ארוינישע מידות? 😂

קיינער האט נישט געהאלטן ביים אוועקגיין אפי' מ'האט געגעבן א זאל בחינם, און עס איז קיינעם נישט אנגעגאנגען אז מהרז"ל איז מסדר קידושין, ווייל ס'איז געווען א וועג ארויס מיט די אומזיסטע אוידיטאריום זאל...

אבער קוקט אויס אז די ארוינישע טעראר האט נישט געארבעט, האט מען עס אפגעשטופט ביז מ'וועט באטראכטן נייע פלענער...

מפיל קינד » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 3:04 pm

· #478876
מיליאנער

יא יא, און וואס איז דעי ליצנות פון המפואר הופפער? אדער ביהמ''ד הופפער?

שטעל דיך פאר די ארוינים שרייבן אין די בתי מדרשים צעטל ''ביהמ''ד סאסמאן'' אדער ''ביהמ''ד פארעסט'' אדער גאר ''המפואר פארעסט'' וואלטסטו פארפירט דא: ''שרייב בכלל נישט די שמחה! וואס איז די ליצנות? סתם ווייל יענער וויל אריינלייגן ביי דיר א שמחה כדי זיינע באקאנטע זאלן קומען, און ער צאלט נאך געלט דערפאר?!"

זאג נאר טשאדעלע באדעלע, קענסטו מיר זאגן איין איינציגע נארמאלע זאך וואס די ארוינים האבן געטון זינט זייער עקזיסטענס, אדער דו האסט נישט?

דבר יום ביומו באלאנגט פאר סאטמאר? ס'איז א פריוואטע ביזנעס וואס האט געמאכט א ביזנעס דיסיזשען. וואס א שייכות איז דאס מיט א קהילה.

אלגעמיין » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 3:25 pm

· #478880

יא, 'דער איד' איז דער בעה"ב כהיום אויפן צעטיל.
די ק"י 'היום יום' איז "א פריוואטע ביזנעס וואס האט געמאכט א ביזנעס דיסיזשען. וואס א שייכות איז דאס מיט א קהילה."

לך לך » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 9:44 am

· #478932
נעכטן ביים הילולא האט מהר"א שארף ארונטערגערוסן די וויזניץ'ע אידן וואס האבן זיך באזעצט אין שטעטל און האבן א אנדערע זמן ווי סאטמאר

וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 5:35 pm

· #478983
וואסער
[ציטאט אראפגענומען]

באשטעטיגטע פאקטן.
די הנהלת המוסדות איז לכתחילה נישט געווען צופרידען ארויסצוגעבן דעם אדיטאריום אלץ א חתונה זאל, מיטן טענה אז עס קאסט זייער טייער צו טוישן דעם פלאץ פון א מיידל סקול אדיטאריום צו א חתונה זאל און צופרי צירוק, וואס ביז היינט האבן זיי דאס בלית ברירה געטון אין פאראדייס, אבער טאקע דערפאר האבן זיי געבויעט א אדיטאריום.
ווען די מערכה האט זיך פריש אנגעהויבן האט גרוש שעהר געלייגט גרויס דרוק און געלונגען משכנע צו זיין די הנהלה אז מען זאל יא לאזן נוצן די אדיטאריום אינעם וויזניצער זאל פאר חתונות צוזאגענדיג אז ער וועט צושטעלן צענדליגער חתונות. וויל מיט זיין טעראר וועלן זיך אלע מחותנים ברעכן.
עס איז אים טאקע געלונגען איינמאל מיט א מחותן פון אויסלאנד וואס צוליב די ערשטע "גרויסע" חתונה אין די משפחה האט ער זיך געמוזט צושטעלן אין די חתונה איז טאקע געקענסלט געווארן פון מייזעלס אין אריבער צום וויזניצער בילדונג.
למעשה האבן זיך אלע אנדערע מחותנים נישט דערשראקען פונעם גרוש'עס טעראר און חוץ נאך איין חתונה האט קיינער נישט ארויסגעקענסלט.
אזוי ווי די הנהלה האט געזען אז דער גרוש האט זיי פשוט פארקויפט ליגענט און קען גארנישט דעליווערן האבן זיי געלאזט וויסן אז זיי גיבן מער ישט ארויס דעם אדיטאריום פאר חתונות. און אפי' געקענסלט די איין חתונה וואס האט יא געזאלט דארט פארקומען נאך תשעה באב.
די מחותנים האבן זיך תיכף פארבינדן מיט עטרת מייזעלס און צוריק באשטעלט די זאל און נאכאמאל געגעבן א דיפאזיט (וואס מען האט זיי געהאט צוריקגעגעבן).
ופני גרוש חפוי

וואס וועט זיין צום סוף מיט די חתונה איז שווער צו זאגן פאראויס. ימים ידברו.
דערווייל איז עטרת מייזעלס פארנומען יעדע נאכט.

די סוף פון די מעשה:
די חתונה איז פארגעקומען אין עטרת מייזעלס, דער באווארפען און שבת שבע ברכות זענען פארגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה שכונת ברך משה תחת נשיאות רש"ז מייזליש חדב"נ מהר"א.

גאנצל » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 1:15 pm

· #479064
פאר יעדע חתונה וואס קומט פאר באיסור חרם דרת קומען פאר 2 חתונות פון די אנטי פארטיי אין די סאטמארע זאל אין בית רחל פאראדייס אדער אזעלכע וואס גייען נאך קיין מאנסי צוליב חשש אדער גאר אין בני יואל מיט רשות

אגב טשאדעלע האלט אונז אין איין אפדעיטן מיט קרישקעלעך ארום די חתונות אבער כגון די חתונה וואס עס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אין בנ"י ווי דער חתן אליינס (האט נישט קיין פאטער) איז געגאנגען צו סאטמאר רב בעטן רשות דעס אפדעיט ער נישט

מיליאנער » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 1:28 pm

· #479066
מענין לענין איז א חידוש נפלא ווי סאיז געלונגען פאר מהר''א אזויפיל מאל אוועק צושטעלן די מחלוקת אין א פאזיציע אז די ארוינים זענען פרא רביה''ק און די זאליס רייסן אים אראפ פאר זיין עקסטרעמיזם, איך זאג נישט אז ער איז געווען גערעכט ביי די אלע רייבערייען אדער אז ער האט דא טאקע אינזין געהאט רביה''ק, עס קען זיין אז ער האט דא נאר געמיינט אני ואפסי, אדער אז ער איז באמת אינגאנצן פארפארן פון רבינ'ס שיטה, אבער עס איז נאך אלס א אינטרעסאנטע קרישקעלע און א מערקעוודיגע פאקט אז טראץ וואס די זאליס פרובירן אראפצומאלן מהר''א אלס א לינקער, זענען די ארוינים געווען די וואס זענען ביי אלע מערכות -סיי לגבי ציונית און סיי לאקאלע ענינים- געגאנגען עקסטרעם רעכט און האבן גאר זיך געדארפט פארטיידיגן, ווי למשל:

-נישט גיין צום כינוס כלל ישראל,
-אראפרייסן מתנחלים אינמיטן שבעה פון קרבנות,
-שטורעמען איבער גיוס און נישט א.ג. קברים,
-נישט צאמנעמען געלט פאר ילדי צרפת פאר חינוך עצמאי,
-לוחם זיין קעגן התחברות מיט אויערבאך,
-מאכן א כינוס אויסצורייסן ציונית במחנינו אפילו ס'איז נישט קעגן ספעציפיש גיוס,
-אויסרופן אז רביה''ק איז ה' עמו און איז געווען די איינציגסטע צו בלייבן מיטן בארד, -שטיצן און מחזק זיין נטרונא (מפי ר' משה דוד כ''ץ),
-אראפרייסן זיין שווער פארן אויפנעמען דעם ציוניסטישן ראש הממשלה,
-אראפרייסן זיין שוואגער פארן באזוכן דעם ציוניסטישן ראש הממשלה,
-נישט מיטנעמען די גאנצע עולם קיין ארץ ישראל פאר א וואך טוריזם,
-נישט גיין אין בג''ץ הציוני,
-ניצן בלויז שטיינזאלץ,
-נישט לאזן בחורים גיין אויף חתונות,
-שטיפן דעם עולם צו קומען וואוינען אין רבינס שטאט,
-לוחם זיין קעגן די ארומיגע שונאי ישראל וואס זיכן צו שטערן די וואוקס פון רבינ'ס שטאט צב''ש יונייטעד מאנרא,
-פארלאנגען צו האלטן אין קרית יואל דעם רבינס זמן.

נאכאמאל, אן אריינגיין ווער עס איז גערעכט, איז אינטרעסאנט אז שטענדיג זענען די ארוינים געווען די רעכטע עקסטרעמיסטן און די פרא סאטמארע.

גאנצל » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 1:59 pm

· #479070

געוואלדיג

מפיל קינד » זונטאג אוגוסט 8, 2021 2:20 am

· #479122
גאנצל
פאר יעדע חתונה וואס קומט פאר באיסור חרם דרת קומען פאר 2 חתונות פון די אנטי פארטיי אין די סאטמארע זאל אין בית רחל פאראדייס אדער אזעלכע וואס גייען נאך קיין מאנסי צוליב חשש אדער גאר אין בני יואל מיט רשות

ממש אזוי? דאס איז א קלארע געווינס!! דאס איז דאך געווען דער ציל פון די טעראר קאמפיין מתחילה... ס'איז נאר א חידוש ווי שנעל ס'איז געלונגען.

גאנצל » זונטאג אוגוסט 8, 2021 3:47 pm

· #479158
די קאמפיין איז זיכער נישט געווען פאר א 100 פראצענטיגע אויסראטונג פון די איסורדיגע קידושין'ס דו פארשטייסט דאס אויך מיין קינד

גאנצל » זונטאג אוגוסט 8, 2021 5:19 pm

· #479171
די געווינס איז אז דו שטייסט נאך אלס און דו שעלטסט נאך אלע דיינע געווינסן מיט אזויפיל חתונות .......

גאנצל » זונטאג אוגוסט 8, 2021 6:22 pm

· #479176
[ציטאט אראפגענומען]

😃

אויף דעם שעלטן דאך אלע......

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 8, 2021 11:02 pm

· #479195
גאנצל: ווען כ'זאלל נישט דארפן צאלן געלט פון מיין טאש, ביניך גרייט זיך אונטערצו ווארפן אלע משוגעת'ן. אבער פאר געלט ביניך בעה"ב...!

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 1:21 am

· #479207
מיליאנער
שושן פורים
א חסיד פון ווילנא
שמעון וואלף

הא הא
קודם דארפסטי וויסן וואס מיינט געווינען. דער בלאט האט אויסגעלערענט אז וואס אימער פאסירט, האמיר געווינען. און די פרעגסט נאך קשיות
האסט שוין אמאל געזען דער איד זאל שרייבן אז זיי האבן פארלוירן?

איין דוגמא, די ציון פון יש"מ גייט פון איינעם צום אנדערן יעדע שטיק צייט פון צד מהר"א צו צד מהרז"ל, יעצט אויף די מינוט איז עס ביי צד מהר"א, יעדעס מאל ווען צד רז"ל באקומט עס איז עס א העדליין אין דער איד, אבער ווען מ' פארלירט עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט

אזוי איז נאך דא צענדליגער דוגמאות

יעצט ביים יארצייט שפילן זיי ווי די ביה"ח איז אונטער זייער קאנטראל, מ' גייט נאר ארין פון די פארקערטע זייט, ליינט זייערע מודעות

פון נישט מעלדן א פארלוסט ביז אייביג פראקלאמירן געווינס אפגעזעהן פונעם רעאליטעט איז א היבש שטיקל וועג.

איך בין אביסל צומישט.

דו זאגסט אז ס'איז דא פעלער ווי דער בלאט שרייבט אז ס'איז א געווינס פאר זיי' אבער באמת האלטסטו אז ס'איז א דורכפאל פאר זיי? עס הערט זיך זייער אינטרעסאנט, אפשר גיבסטו מיר א דוגמא?

קוק נאך דער בלאט אנפאנג תש"ס יארן איבער די געווינסן וואס זיי האבן געפייערט וואך נאך וואך. קוקט אויס די ביסט יונג און געדענקסט עס נישט אבער דאס איז געווען די זשאוק פון די יאר.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 9:46 pm

· #479264
שמעון וואלף: דו ווייסט זיכער די באקאנטע מימרא פון נאפאליאן נאכדעם וואס ער האט געוואונען א שווערע שלאכט מיט א סאך קרבנות. און איינער פון זיינע גענעראלן האט איהם געזאגט...אונז האמיר געווינען...! האט ער איהם געענטפערט..."נאך איין אזא ניצחון און אונז זעמיר פארטיג"...!

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:55 am

· #479309
שמעון וואלף

קוק נאך דער בלאט אנפאנג תש"ס יארן איבער די געווינסן וואס זיי האבן געפייערט וואך נאך וואך. קוקט אויס די ביסט יונג און געדענקסט עס נישט אבער דאס איז געווען די זשאוק פון די יאר.

און די קוק אין דער איד די זעלבע זאך, קיינמאל נישט געשריבן אז זיי האבן פארלוירן, נאר געווינען

סאדאם חוסעין » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:22 pm

· #479397
איך דריי מיר ביי ביידע לאגערן

און עס איז גאר אינטערסאנט צו זעהן די חילוק, ווייל ביידע טאנען זיי האבן אויסגעפירט מיט סידור קידושין

די זאליס קוקן עס אן ווי א מערכה פאר די מאכט פון מרא דאתרא, ווא די ארונים ווילן אנהאלטן, און זיי טאנען אז זיי האבן אויסגעפירט, ווייל למעשה איז פון די 30 חתונות וואס זענען שוין געועון געסקעדשולט אינגאצן נאר 7 געקענסעלט, און 23 זענען געבליבן.

ווידערדי ארונים וואס זיי קוקן עס אן ווי אמערכה פאר כבוד שמים אזוי ווי א פראטעסט פאר חילול שבת אדער גראבן עצמות, וואס די ציל איז טוהן נישט אויפטוהן דרייען זיך ארום מיט געהויבענע קעפ, קוק ווי מען האט אויפגעטוהן מען האט געראטעוועט 8 אידען פון אן איסור,

נחמד » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:35 pm

· #479400
סאדאם חוסעין
.

ווידערדי ארונים וואס זיי קוקן עס אן ווי אמערכה פאר כבוד שמים אזוי ווי א פראטעסט פאר חילול שבת אדער גראבן עצמות, וואס די ציל איז טוהן נישט אויפטוהן דרייען זיך ארום מיט געהויבענע קעפ, קוק ווי מען האט אויפגעטוהן מען האט געראטעוועט 8 אידען פון אן איסור,

😂 ממש אזוי ארונים מיינען פשוט כבוד שמים 😂

moneyminded » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:41 pm

· #479402
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
סאדאם חוסעין
, ווייל למעשה איז פון די 30 חתונות וואס זענען שוין געועון געסקעדשולט אינגאצן נאר 7 געקענסעלט, און 23 זענען געבליבן.

וואס טוט זיך מיט נייע בוקינגס פאר די קומענדיגע ווינטער?

סאדאם חוסעין » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:57 pm

· #479408
נחמד
סאדאם חוסעין
.

ווידערדי ארונים וואס זיי קוקן עס אן ווי אמערכה פאר כבוד שמים אזוי ווי א פראטעסט פאר חילול שבת אדער גראבן עצמות, וואס די ציל איז טוהן נישט אויפטוהן דרייען זיך ארום מיט געהויבענע קעפ, קוק ווי מען האט אויפגעטוהן מען האט געראטעוועט 8 אידען פון אן איסור,

😂 ממש אזוי ארונים מיינען פשוט כבוד שמים 😂

עכ"פ דאס איז זייער ניגון, זיי פירן נישט א מערכה מיט א ניגון מען דארף וואטשן די כבוד פונעם רבין, און זינגען, זייער ניגון איז כסדר מען דארף מוחה זיין אויף א פירצה, און אזוי לויפט זייער מערכה.
עס קען זיין די מנהיגים מיינען די שררה אבער די עמך איד זיכער נישט.

moneyminded » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:04 pm

· #479412
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב מיר קיינמאל איינגערעדט , איך בין גראדע זייער שאקט גראדע אז 7 חתונות איז יא געקענסעלט, מיין שאלה איז אויב עס קומט צו נייע בוקינגס פאר קומענדיגע ווינטער ווי חודש שבט אדר , נישט געפרעגט וועגן קענסעלעישאנס

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

סאדאם חוסעין » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 12:04 am

· #479428
קום אין אישי וועל איך דיר זאגן אלע 7 נעמען

וואסער » זונטאג אוגוסט 15, 2021 1:57 pm

· #479717
דרשו הלכה!
פון די עיקר שאלות אויפן בילד האבן זיי פארגעסן!

איז די חתונה בהורמנא דמלכא?
מעגן מיר זיך דא באטייליגן?
מעג מען עסן די פלייש?
📎 Untitled.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 11:07 am

· #479914
וואסער: אז מהר"א שליט"א האלט פון דרשו, איז עס זיכער ..."בהורמנא דמלכא"... און מ'מעג עסן די פלייש. דו קענסט זיין רואיג אז ס'איז פון די שחיטה מהודרת פון קעי. דזשעי. פאולטרי...!

פון די (אריגינאלע) דף היומי האלט ער נישט. זעלבסטפארשטענדליך. אבער אין דרשו האטציך ב"ה אנגעכאפט דער אש התורה. והותרה לבוא בקהל...!

וואסער » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 11:33 am

· #479919
בערל. ווי עס קוקט מיר אויס האסטו נישט געכאפט מיין כוונה...
די בילד איז אינעם "עטרת מייזעלס" זאל אין (גלילות?) קרית יואל!
ווי עס קומען פאר טעגליך חתונות אנעם אזוי גערופענע "הורמנא דמלכא". און ווערט דארט סערווירט פלייש פון די מהודר'דיג סאטמארע שחיטה פון מוסדות מהרז"ל.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 2:17 pm

· #479927
וואסער: איך האב פארשטאנען דעם ..."רמז"... פון הורמנא דמלכא. אבער מיין דגש איז געווען אז ר' אהרן האלט (סורפרייזינגלי) יא פון דרשו....! נישט נאר וואס מ'נעמט אין דער בלאט אן מודעות פון דרשו. נאר ער שטיצט עס אקטיוו.

איך ווילל איהם איין טאג (בלי"נ) פרעגן פארוואס ער איז ברויגז אויפ'ן דף היומי. הגם לפי שיטת סאטמאר איז עס טרייף פסול. אבער א לאגישן הסבר האביך נאכאלץ נישט געהערט. פשוט. ווייל ס'איז נישט דא. אויסער נארישע, לעכערליכע סברות. פון דעם קאליבער פון מנשקה'לע פיליפ און שמואל שלמה טעללער. וועלכע פארקויפן פאר זייערע קאסטומערס שטותים מיט לאקשן. און ריין דעמאגאגיע...!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27