☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27

אינטערסאנטער » מאנטאג יוני 7, 2021 12:03 am

· #474898
סתם אגב, א חלק פון די לשונות וואס פאפא רב בעל ויחי יוסף שרייבט אין זיין כתב הוראה אויפ'ן בארימט'ן סאטמארע פוסק וואס איז די רבי פון רוב עלטערע סאטמארע דיינים, אינקלודינג ר' געציל בערקאוויטש וואס איז יארן אפגעזיצן ביים ראב"ד, און דאס ביסל כללים אין הוראה האט ער מקבל געווען פון אים, ומפיו אנו חיים.

די היתר הוראה מיט די הפלא'דיגע לשונות איז נאך פון תש"ו "אלס בחור"

דאס איז א די לשון זיינע

...ונשתוממתי על גודל בקיאותו לפי מיעוט שנותיו, וגם סברותיו בהלכה סברא ישרה....כי לאו בכל יומא מתרחש בחור כהלכה כהדין שיודע לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא.... ואשרי מי שיזכה בו, כי נחת ינחותו בו כל הוגי תוה"ק ודורשיה.....
📎 IMG-20201209-WA0140.jpg

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 7, 2021 1:14 am

· #474902
מיליאנער
גאנצל
@אינטערסאנטער

דיין שווערע ארבעט איז א שאד

אפאר ליידיג גייערס קענען נישט באשליסן צו דער מרא דאתרא איז ערליך צו נישט

שים המציאות הזה בין עיניך

די רבי זי"ע הב"מ איז אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא קר"י און ער האט עס איבערגעגבן פאר בנו בכורו אלל אדערס איז לע"ע געקייט שטרוי

איך זע נישט וואס ס'איז געקייט שטרוי.

@אינטרעסאנטער, זייט ווען ווערסטו אזוי באפאטשט פון א וואָרט? אדרבה לאמיר עס אינאיינעם קלאר מאכן. איך וואַרט אויף א ענטפער.

די ווארטסט נישט אויף קיין ענטפער. ער האט דיר געזאגט קהלות נפרדות און די קומסט מיט שאלות פון אינטערען מאטראץ. וואסי א נפקא מינה וויפול מענטשן ס'דארף זיין זיך אפצוטיילן? קהילת מרז"ל אין קר"י באשטייט פון טויזענטע נפשות און קוואליפייד זיכער. טאמער וועט זיין א שאלה פון א קהילה מיט 10 מענטשן וואס וויל זיך טיילן, וועט מען דאן דארפן זעהן טאמער דאס קוואליפייד.
דאס אלעס איז נאר לשיטתך אז מר"א איז אמאל געווען מרא דאתרא , אבער באמת דארפסטי נאך מסביר זיין וויאזוי ער איז געווארן אויפגענומען אן קיין וואלן, נישט ער און נישט די ב"מ.

איך ווארט אויף אן ענטפער

גאנצל » מאנטאג יוני 7, 2021 1:57 pm

· #474939
בדרך אגב

מיט דעם וואס די מוסדות אין ווימ"ס וואס איז אונטער די פירערשאפט פון רזל מיט זיינע שותפים די דיינים רזל פילאפף און רשל וויי"ב גייען אן נעמען צו לערנען בדרך קאמאן קאור אזוי ארום קענען ווייטער באקומען פאנדס פון די סיטי ווערט אויטעמאטיש די ק"י פאבליק סקול פאנדס פאר די מוסד הק' שערי חמלה צוריק מותר......

איי די דא די דיי די דא דיי יא דא דידי דא דיי

מיליאנער » מאנטאג יוני 7, 2021 5:23 pm

· #474961
שמעון וואלף
מיליאנער
גאנצל
@אינטערסאנטער

דיין שווערע ארבעט איז א שאד

אפאר ליידיג גייערס קענען נישט באשליסן צו דער מרא דאתרא איז ערליך צו נישט

שים המציאות הזה בין עיניך

די רבי זי"ע הב"מ איז אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא קר"י און ער האט עס איבערגעגבן פאר בנו בכורו אלל אדערס איז לע"ע געקייט שטרוי

איך זע נישט וואס ס'איז געקייט שטרוי.

@אינטרעסאנטער, זייט ווען ווערסטו אזוי באפאטשט פון א וואָרט? אדרבה לאמיר עס אינאיינעם קלאר מאכן. איך וואַרט אויף א ענטפער.

די ווארטסט נישט אויף קיין ענטפער. ער האט דיר געזאגט קהלות נפרדות און די קומסט מיט שאלות פון אינטערען מאטראץ. וואסי א נפקא מינה וויפול מענטשן ס'דארף זיין זיך אפצוטיילן? קהילת מרז"ל אין קר"י באשטייט פון טויזענטע נפשות און קוואליפייד זיכער. טאמער וועט זיין א שאלה פון א קהילה מיט 10 מענטשן וואס וויל זיך טיילן, וועט מען דאן דארפן זעהן טאמער דאס קוואליפייד.
דאס אלעס איז נאר לשיטתך אז מר"א איז אמאל געווען מרא דאתרא , אבער באמת דארפסטי נאך מסביר זיין וויאזוי ער איז געווארן אויפגענומען אן קיין וואלן, נישט ער און נישט די ב"מ.

איך ווארט אויף אן ענטפער

אקעי שכח פארן קלאר מאכן.

הייסט אז 10 מענטשן ווייסטו נישט אויב זיי זענען אינטערגעווארפן אינטערן מרא דאתרא, אבער טויזענטער זענען זיכער קוואליפיצירט זיך אפצוטיילן, איז יעצט לאמיר זאגן מיעוט רבים שנים, וועלן מיר עס מאכן פאר 2 טויזנט און העכער קענען זיך שוין אפטיילן, איא? פיין, זעמיר קלאר.

סתם אגב, איך בין נאכנישט אינגאנצן צופרידן פון דעם, זינט דעיס איז די ערשטע מאל וואס איך הער אזא זאך אז מ'איז מתיר סיי וואספארא איסור צוליב דעם וואס ס'רעדט זיך פון א גרויסן עולם, און נאכדערצו אז איך זע נישט וויאזוי די סיבה פארוואס מ'האט בכלל געמאכט דעי תקנה, זאל פארשוואונדן ווערן אויב מרעדט פון 2000 מורדים... אבער שוין...

עניוועי, א גרויסן ישר כח ר' שמעון וואלף פארן קלאר מאכן, איך זעה אז דו האסט פיין דורכגעטון די מרא דאתרא נושא.

און צום לעצט, סתם פאר נייגעריקייט, דאס האסטו אליין געטראכט אדער דו נעמסט עס פון ערגעץ? אויב יא, איז ווי איז די מקור?

און לגבי דיין שאלה איבער די וואלן איז די תירוץ פשוט אז סאיז דעמאלטס געווען איין קהילה וואס האט אויפגענומען מהר''א אלס מרא דאתרא ס'איז סך הכל געווען עטליכע אידן אין יפו ביהמ''ד וואס האבן געבונטעוועט.

און לגבי וואלן, פארשטיי איך באמת נישט וואס דו ווילסט, דו האלטסט באמת אז אויב וואלט מען געמאכט וואלן, וואלט ער נישט ערוועלט געווארן? קאמאן מען..

גאלד » מאנטאג יוני 7, 2021 5:42 pm

· #474964
טאקע גוטע פוינט מיליאנער,
וואס האקט עטס אין קאפ אריין אז ס'נישט געווען קיין וואלן ווען ר' אהרן איז געווארן רב,
וואלן איז שלעכטע און ביטערע נייעס פאר ענק,
ביי יעדע איינציגע וואלן אין קר"י אן אויסנאם האלט עטס אין איין פארלירן.
עטס זענטס א קלארע מיעוט

אינטערסאנטער » מאנטאג יוני 7, 2021 6:31 pm

· #474968
מיליאנער דיינע תגובות ווייזן מער און מער אז די זיכסט נישט ממש קיין ענטפער, ווייל נאכ'ן אייך ענטפערן כאפסטו דיך נאכאמאל ארויף אויף א ווארט דא און א ווארט דארט וואס איינער שרייבט, און מיט דעם בויעסטו אויס גאנצעטע געביידעס פון לומדישע קשיות.

לייג דיך אריין אין לערנען שטארק.די קענסט זיין א פעסטע לערנער, אויף די וועג וויאזוי די טראכסט אזוי לערנט מען אפ די דקות'דיגע לשונות פון די ראשונים, אבער פאר א שמועס אין קאווע שטיבל איז די תירוץ גענוג קלאר, און עס איז נישט די עיקר זיך ארויפצוכאפן אויף א ווארט דא און א ווארט דארט.

גאלד » מאנטאג יוני 7, 2021 6:32 pm

· #474969
לאמיר מאכן א סך הכל, מיט דעם מרא דאתרא ענין,
היוצא מכל הלין

רוב מענטשן פון שטאט ווילן ר' אהרן'ען,
ווי עס שטעלט זיך ארויס ביי אלע וואלן,
נאכמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.
די זאליס מיט בני יואל מיט אלע קהלה נפרדה'ס אינאיינעם זענען די קלארע מיעוט.

די קהלה נפרדה'ס איז נישט פשט אוואו אינדערהיים,
אז זיי זענען עפעס אנדערע סארט קהילות אוואו ספרדים צו יעקיס צו תימנ'ע,
ווי וואס ווען, דאס זענען די זעלבע סענדס סט אידן, די זעלבע מקוה זיצער, די זעלבע זעקסטע הקפה, די זעלבע עטרות.
די איינציגע חילוק איז אז א מיעוט האט נישט ליב דער רב,
נו וואס קאן מען טאן, אזוי איז עס זייט וועלט איז וועלט, אחרי רבים להטות,
אנדערש מיינט דאך דאס אז כל זמן דער מרא דאתרא האט נישט האבן די שטיצע פון 100% פון שטאט, העט אלס זיין א "קהילה נפרדה"?
האט דאך נישט קיין פשט
דער שטעטל האט מען דאך געגרינדעט על דעת זאל זיין תחת קהילה ורב אחד,
אנדערש קען מען דאך צוריקגיין קיין ברוקלין,
און דאס רוב ווילן ר' אהרן, איז ער דער רעכטער מרא דאתרא,
ע"פ תורה, ע"פ נימוס, וע"פ יושר,
כן נראה לי נכון

אינטערסאנטער » מאנטאג יוני 7, 2021 6:57 pm

· #474973
גאלד

וע"ז באהע"ח בין יום ובין לילה, המצפה לרחמי שמים מרובים, בברכת כל טוב סלה לכל בני הקהילה שלי.

הקטן "גאלד"
רב הכולל והגלילות עד בלומינגבערג ומאנסי ועד בכלל

גם אנו מצטרפים שראינו את מורינו הפוסק המובהק רבינו "גאלד" בלע"ז שהוא בעצמו כתב וחתם בדעתו הצלולה את הפסק הנ"ל, ומי יבוא אחר המלך להרהר אחר דבריו המצודקים, ופסקו צלול וברור וכל דברי שאר הרבנים הגאונים המובהקים כולם בטלים ומבוטלים, דלא כאסמכתא ודלא כטופסא דשטרא.

נאום "גאנצל" עד
נאום "מיליאנער" עד

ולתוספות נופך על מנת להפיח הננו מעידים גם כן על זה, ושאדונינו "הזהב" צוה לנו להרים"חתם סופר" לזכר על בחינת תקיעת כף, שהוא מקנה את הכל בידו, בבחינת "ווער עס פארשטייט פארשטייט", ונקוה שרבינו ינהג מלכותו כמו"טראמפ" כמו שכבר גילה רבינו דעתו בימי הפורים שמי לא ירצה להיות כמו טראמפ, ומי יבוא בסוד קדושים, והלכה כמותו בכל מקום אבל לא בכל זמן כידוע מהפניני קודש שיוצא מפי רבינו בחכמה נפלאה, ואין להרהר אחרי פרה אדומה.

נאום הורוויץ ממאנטשעסטער
נאום צוויבעל

אינטערסאנטער » מאנטאג יוני 7, 2021 7:03 pm

· #474974
גאלד

די קהלה נפרדה'ס איז נישט פשט אוואו אינדערהיים,
אז זיי זענען עפעס אנדערע סארט קהילות אוואו ספרדים צו יעקיס צו תימנ'ע,
ווי וואס ווען, דאס זענען די זעלבע סענדס סט אידן, די זעלבע מקוה זיצער, די זעלבע זעקסטע הקפה, די זעלבע עטרות.
די איינציגע חילוק איז אז א מיעוט האט נישט ליב דער רב,
ן

אזוי ווי עס איז טאקע געווען אין דער אלטער היום, א שטייגער ווי איהעל ווי ר'ירמי'לעוו איז נאך געווען אזא צדיק ווי אהרן טייטלבוים נאר ווייל ער איז געווען א מתנגד און האט זיך נישט פארטראגן מיט די חסידים, האבן די חסידים מיט די שטיצע פונעם צאנזער רב און ייטב לב און נאך זיך אפגעטיילט און געמאכט שבת פאר זיך מיט אן אייגענעם רב און אייגענע סידור קידושין, און אזוי איז געווען אין נאך אסאך פלעצער.

ליב צו וויסן » מאנטאג יוני 7, 2021 9:17 pm

· #474992
מיליאנער
שמעון וואלף
מיליאנער
גאנצל
@אינטערסאנטער

דיין שווערע ארבעט איז א שאד

אפאר ליידיג גייערס קענען נישט באשליסן צו דער מרא דאתרא איז ערליך צו נישט

שים המציאות הזה בין עיניך

די רבי זי"ע הב"מ איז אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא קר"י און ער האט עס איבערגעגבן פאר בנו בכורו אלל אדערס איז לע"ע געקייט שטרוי

איך זע נישט וואס ס'איז געקייט שטרוי.

@אינטרעסאנטער, זייט ווען ווערסטו אזוי באפאטשט פון א וואָרט? אדרבה לאמיר עס אינאיינעם קלאר מאכן. איך וואַרט אויף א ענטפער.

די ווארטסט נישט אויף קיין ענטפער. ער האט דיר געזאגט קהלות נפרדות און די קומסט מיט שאלות פון אינטערען מאטראץ. וואסי א נפקא מינה וויפול מענטשן ס'דארף זיין זיך אפצוטיילן? קהילת מרז"ל אין קר"י באשטייט פון טויזענטע נפשות און קוואליפייד זיכער. טאמער וועט זיין א שאלה פון א קהילה מיט 10 מענטשן וואס וויל זיך טיילן, וועט מען דאן דארפן זעהן טאמער דאס קוואליפייד.
דאס אלעס איז נאר לשיטתך אז מר"א איז אמאל געווען מרא דאתרא , אבער באמת דארפסטי נאך מסביר זיין וויאזוי ער איז געווארן אויפגענומען אן קיין וואלן, נישט ער און נישט די ב"מ.

איך ווארט אויף אן ענטפער

אקעי שכח פארן קלאר מאכן.

הייסט אז 10 מענטשן ווייסטו נישט אויב זיי זענען אינטערגעווארפן אינטערן מרא דאתרא, אבער טויזענטער זענען זיכער קוואליפיצירט זיך אפצוטיילן, איז יעצט לאמיר זאגן מיעוט רבים שנים, וועלן מיר עס מאכן פאר 2 טויזנט און העכער קענען זיך שוין אפטיילן, איא? פיין, זעמיר קלאר.

סתם אגב, איך בין נאכנישט אינגאנצן צופרידן פון דעם, זינט דעיס איז די ערשטע מאל וואס איך הער אזא זאך אז מ'איז מתיר סיי וואספארא איסור צוליב דעם וואס ס'רעדט זיך פון א גרויסן עולם, און נאכדערצו אז איך זע נישט וויאזוי די סיבה פארוואס מ'האט בכלל געמאכט דעי תקנה, זאל פארשוואונדן ווערן אויב מרעדט פון 2000 מורדים... אבער שוין...

עניוועי, א גרויסן ישר כח ר' שמעון וואלף פארן קלאר מאכן, איך זעה אז דו האסט פיין דורכגעטון די מרא דאתרא נושא.

און צום לעצט, סתם פאר נייגעריקייט, דאס האסטו אליין געטראכט אדער דו נעמסט עס פון ערגעץ? אויב יא, איז ווי איז די מקור?

און לגבי דיין שאלה איבער די וואלן איז די תירוץ פשוט אז סאיז דעמאלטס געווען איין קהילה וואס האט אויפגענומען מהר''א אלס מרא דאתרא ס'איז סך הכל געווען עטליכע אידן אין יפו ביהמ''ד וואס האבן געבונטעוועט.

און לגבי וואלן, פארשטיי איך באמת נישט וואס דו ווילסט, דו האלטסט באמת אז אויב וואלט מען געמאכט וואלן, וואלט ער נישט ערוועלט געווארן? קאמאן מען..

סתם פאר אינטערסאנטקייט (נישט 'אינטרעסאנטער'..), די הלכה אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא איז א דאורייתא או דרבנן?

ווי אויך, וואס איז די גדר צו ווערן א אזא 'מרא' דאתרא? וואס איז די פראצעדור, טקס, וכו..
אזוי אויך אויב דו ווייסט, וואס איז די גדר פון 'אתרא'?

פתחון פה » מאנטאג יוני 7, 2021 10:11 pm

· #474993
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
איך האף אז דו פארשטייסט אז ס'איז נישט אפאר ליידיגייערס ס'איז רוב מנין ובנין פון די תלמידי חכמים מרביצי תורה בנש"ק פון קרית יואל

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

אלגעמיין » מאנטאג יוני 7, 2021 10:31 pm

· #474995
פתחון פה
איך האף אז דו פארשטייסט אז ס'איז נישט אפאר ליידיגייערס ס'איז רוב מנין ובנין פון די תלמידי חכמים מרביצי תורה בנש"ק פון קרית יואל

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

איך האף אז דו פארשטייסט אז דא רעדט מען בהקיץ נישט בחלום...
די פארשטייסט די אפטייטש פון "רוב מנין ובנין"?
אויב יא רעכן אויס אלע "תלמידי חכמים מרביצי תורה בנש"ק" און צייג אן דעם "רוב מנין ובנין" פון וואס די רעדסט.
זוינע שטותים פון שלאף ארויס

פתחון פה » מאנטאג יוני 7, 2021 10:34 pm

· #474996
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
ווען איך רעד פון 'רוב מנין ובנין' דארף איך נישט אנווייזען אלע רבנים אין מרביצי תורה אין קרית יואל און דרך אגב איך האב גערעדט פון די וואס קרית יואל האט פארמאגט בשנת תשמ"ו תשמ"ז

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

פתחון פה » מאנטאג יוני 7, 2021 10:43 pm

· #474997
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
ווען א חלק ניכר מענטשן האלטן אז דער רב פירט זיך נישט עפ"י תורה האבן זיי זיך רעכט אפצוטיילן און דאס איז די סיבה פארוואס רבותינו מאורי החסידות האבן אייביג געשטיצט די קהלה נפרדה ווען זייער טענות איז געווען מבוסס על תורה אפילו זיי זענען געווען א מועט

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

אלגעמיין » מאנטאג יוני 7, 2021 10:47 pm

· #474998
פתחון פה
ווען איך רעד פון 'רוב מנין ובנין' דארף איך נישט אנווייזען אלע רבנים אין מרביצי תורה אין קרית יואל און דרך אגב איך האב גערעדט פון די וואס קרית יואל האט פארמאגט בשנת תשמ"ו תשמ"ז

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

אה, פארוואס, ווייל די קענסט ווערן קראסד-טשעקט? קעיס דיסמיסד!
דיין פוינט איז אינוואליד אויב קענסטו דאס נישט דעקן.
און זאג מיר נישט נישט יעצט 'יעדער ווייסט' 'יעדער געדענקט'...
ווייל דאס איז גוט פאר די ראדני-קרייז וואס ערווארט 'דייעמענטיע' פונעם ציבור צו זעטיגן זייער לעכערליכע אגענדע.
(אגב, יש"כ פארן באמערקן אז די 'האסט' גערעדט פון מ"ו-מ"ז. די ליסט איז נאך געווען קלענער ווי היינט. גרינגער אויסצורעכענען, ביטע)

פתחון פה » מאנטאג יוני 7, 2021 10:53 pm

· #474999
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
ביטע אויב קענסטוי נוצן די שפיציגע ווערטער קראס טשעקד... קעיס דיסמיסד.. פוינט וכ"ו צום סוף און קודם שרייבן א גראדע שורה וואלט איך עס ענדערש אנגענומען [צו באטראכטן צו ענטפערן ] ייש"כ

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

אלגעמיין » מאנטאג יוני 7, 2021 11:03 pm

· #475000
פתחון פה
ביטע אויב קענסטוי נוצן די שפיציגע ווערטער קראס טשעקד... קעיס דיסמיסד.. פוינט וכ"ו צום סוף און קודם שרייבן א גראדע שורה וואלט איך עס ענדערש אנגענומען [צו באטראכטן צו ענטפערן ] ייש"כ

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

אוי נישט געכאפט אז דאס איז שפיציג, אויב ווילסטו מאכן א פוינט זאלסטו קלאר ארויס שרייבן מיט דעקונג דערויף ווייל אנדערשט איז דאס ווערטלאז.

פתחון פה » מאנטאג יוני 7, 2021 11:05 pm

· #475002
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
ס'זעט נישט אויס ווערטלאז ווען יעדער איינער האט זייער שיין געכאפט וואס איך וויל טראכט אביסל מער אריין אפשר וועסטוי אויך כאפן

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

גאנצל » מאנטאג יוני 7, 2021 11:12 pm

· #475003
קהלה נפרדה קען נישט געמאכט ווערן פן זיך אליין און אוודאי נישט מיט נישטיגע טענות ווייל אז יא איז די כח פון מרא דאתרא גארנישט מ'קען נישט קומען מיט יעדע טענה קל און זאגן איך טייל מיך

ספעציעיל אז דו האסט רוב פון שטעיטל וואס זענען מסכים צום מרא דאתרא

באגב ביי די באקאנטע בריוו וואס די רבי ז"ל הד"י האט מיט'ן גאנצן שארפקייט זיך ארויסגעשטעלט קייגען די קידושין שלא ברשות המרא דאתרא זענען אויך געווען די טענות פון אט די יעניגע אז די רב איז נישט ערליך וכדו' דער הייליגער רבי האט נישט אנגענומען זייערע טענות און געשריבען גאר שארפע ווערטער וואס דארף דערציטערן אלע זיינע אנהענגער

פתחון פה » מאנטאג יוני 7, 2021 11:16 pm

· #475005
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
אגב דארט שרייבט די רבי אז ס'איז בא אחד וסידר קידושין באפקורתא יתירתא וואס איך האף אז די פארשטייסט אז דעס קען מען נישט נוצן ווען ר'טובי-ה לאנדא מאכט חתונה אדער ווען הרב וואלנער מאכט חתונה

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

פתחון פה » מאנטאג יוני 7, 2021 11:19 pm

· #475007
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
ועוד דארט האט מען נאכנישט געהאט מסדר געווען א קהלה נפרדה נאר דאס איז געווען איינע פון די ערשטע טריטן קעגן די מרא דאתרא משא"כ אויב האבן זיי א קהלה נפרדה איז זייער רב דער מרא דאתרא לגבי זייער סידור קידושין

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

אינטערסאנטער » מאנטאג יוני 7, 2021 11:20 pm

· #475008
גאנצל
קהלה נפרדה קען נישט געמאכט ווערן פן זיך אליין און אוודאי נישט מיט נישטיגע טענות ווייל אז יא איז די כח פון מרא דאתרא גארנישט מ'קען נישט קומען מיט יעדע טענה קל און זאגן איך טייל מיך

ספעציעיל אז דו האסט רוב פון שטעיטל וואס זענען מסכים צום מרא דאתרא

באגב ביי די באקאנטע בריוו וואס די רבי ז"ל הד"י האט מיט'ן גאנצן שארפקייט זיך ארויסגעשטעלט קייגען די קידושין שלא ברשות המרא דאתרא זענען אויך געווען די טענות פון אט די יעניגע אז די רב איז נישט ערליך וכדו' דער הייליגער רבי האט נישט אנגענומען זייערע טענות און געשריבען גאר שארפע ווערטער וואס דארף דערציטערן אלע זיינע אנהענגער

אזוי ווי די ווילסט נישט באמת וויסן די הלכה, נאר די ווילסט סעטן א פוינט וואס איז מופרך מעיקרא, וויל איך אייך לאזן וויסן אז דיין תגובה איז איין שטיק עמי הארצות מרישא ועד גמירא.

און די מעשה וואס די פארציילסט בנוגע די בריוו פונעם רבי'ן איז שקר וכזב, ווי דא אין דעם לינק וואס די ווילסט נישט קוקן ווייל עס צומאלט ענק אינגאנצן איז דאס הערליך מבורר וואס די מעשה אויף וואס דעם רבינ'ס בריוו באציט זיך.

הגם איך האב שוין געלייגט די לינק פריער לייג איך עס נאכאמאל בנוגע דיין שקר איבער פאבריצירן א ש.ש.טעללער מעשה איבער דעם רבינ'ס בריוו.
<a class="postlink" href="https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=56511&st=&pgnum=159&hilite=">https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 59&hilite=</a>

גאנצל » מאנטאג יוני 7, 2021 11:37 pm

· #475018
אינטערסאנטער

ווי אזוי שרייבט מיין חבר @אינטערסאנטער אזא צייט הכ"ד @אינטערסאנטער, ודברי בעמח מושיען של ישראל, ודברי אלי קעניג ועוד

און די מעשה וואס די פארציילסט בנוגע די בריוו פונעם רבי'ן איז שקר וכזב, ווי דא אין דעם לינק וואס די ווילסט נישט קוקן ווייל עס צומאלט ענק אינגאנצן איז דאס הערליך מבורר וואס די מעשה אויף וואס דעם רבינ'ס בריוו באציט זיך.

הגם איך האב שוין געלייגט די לינק פריער לייג איך עס נאכאמאל בנוגע דיין שקר איבער פאבריצירן א ש.ש.טעללער מעשה איבער דעם רבינ'ס בריוו.
<a class="postlink" href="https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=56511&st=&pgnum=159&hilite=">https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 59&hilite=</a>

ענטשולדיג איך דארף נישט קיין ביאורים פון קיינעם איך האב דעם בריוו און איך קען אלעס אליין זעין איך האב אייגענע אויגן בה

אינטערסאנטער » דינסטאג יוני 8, 2021 12:21 am

· #475027
ברוך השם איך האב אויך אויגן, און דיין אויפגעטראכטע מעשה שטייט נישט אינעם בריוו, אדרבה פון די לשון זעהט אויס זייער קלאר אז עס האט זיך גערעדט פון עפעס א פראבלעמאטישע קידושין און ממילא האט דער נאסוידער רב נישט געלאזט בכלל מאכן א קידושין דארט, איז געקומען איינער א קל וואס איז נישט קיין יודע בטיב גיטין וקידושין והחציף פיו באפרקותא לסדר קידושין "נגד אזהרת הרב אב"ד שאסור לסדר קידושין".

די לשונות סיי אין די מכתב פונעם רבי'ן און אויך אין כנסת יחזקאל איז שטארק מוכיח אז די גאנצע תקנה איז אז נישט יעדער קל וריק זאל זיך קענען מסדר קידושין זיין, נאר עס זאל האבן העכער זיך די תורה'דיגע אויטיאריטעיט, כדי עס זאל זיך נישט מאכן קיין פראבלעימען פון פסול'ע קידושין וכדומה, ממילא קומען זיי ארויס שארף ביי זייער פאל ווי דער רב האט טאקע געאסר'ט די קידושין צוליב וואס עס האט טאקע געהאט פראבלעמען, און נאך די איסור איז געקומען א קל און יא מסדר קידושין געווען נגד רשות הרב וואס איז דער פוסק אינעם שטאט און האט דאס געאסר'ט, דאס איז זייער נידון דארט און נישט עפעס אנדערש.

ממילא איז פארשטענדליך אז ביי א קהילה נאה וחסודה וואס נעמט זייערע אייגענע ערליכע רבנים און מורה הוראות צו מסדר קידושין צו זיין, פון דעם רעדן זיי בכלל נישט, און עס איז נישט דא קיין שום שארפע לשונות אויף אזא זאך.

בקיצור, מען האט געמאכט א תקנה אז דוקא דער רב וואס ער איז דער מורה הוראות אין די קהילה, ער זאל מסדר קידושין זיין, מה שאין כן א קהילה וואס איז פאר זיך און האט אוועקגעשטעלט אייגענע מורה הוראות וואס זענען אויך יודעים בטיב גיטין וקידושין איז די גאנצע זאך נישט שייך.

נאכדעים איז דא א זייטיגע סיבה צו נעמען דווקא דער רב און נישט קיין צווייטן צוליב רח"ש, ווייל מען טאר נישט מקפח זיין דעים רב'ס פרנסה וואס ער באקומט באצאלט פון די מחותנים צו מסדר קידושין זיין, און אין די נקודה רעדן די פוסקים שטארק ארום ווען א קבוצה האט א רעכט זיך אפצוטיילן אפילו דאס מיינט אז די אנדערע קהילה גייט פארלירן א שיינע אינקאם פון דמי חבר וכדומה, און דאס ווערט שטארק מבואר אין די פוסקים אז קהילות האבן א רעכט זיך אפצוטיילן פאר פארשידענע סיבות, וואס כמעט אלע סיבות וואס זיי שמועסן אויס איז שייך דא אויך, און ווי געזאגט איז איינס פון די סיבות פארוואס מען מעג זיך אפטיילן איז אויב איין רב מאכט ענג פאר א געוויסע קבוצה אין די קהילה אדער סתם אזוי אז מען קומט זיך נישט דורך, דאן מעג מען מאכן שבת פאר זיך אפילו די אנדערע קהילה גייט פארלירן א אינקאם.

און לגבי די צווייטע נקודה גייט בכלל נישט אהן וואס דער כנסת יחזקאל און דער רבי רעדן אין זייער בריוו און זאגן אז קשין לעולם יותר מדור המבול, זיי רעדן פון א מציאות ווען קלים וריקים זענען זיך אליין מסדר קידושין אהן קיין שום תורה'דיגע אויטיאריטעיט דערביי, וואס כמובן איז דאס בכלל נישט שייך דא אהער ווען קהל ייטב לב מהרי''י האט צענדליגער מורה הוראות מובהקים, און לגבי די קלענערע פראבלעם פון מקפח זיין די פרנסת הרב, איז שוין אויסגעשמועסט אז דאס גייט נישט אהן ביי קהילות נפרדות וואס האבן זיך אפגעטיילט, וואס זיי האבן נישט קיין שום שעבודים צו די אנדערע קהילה.

איך האף אז עכ"פ בקיצור האב איך עס קלאר ארויסגעברענגט, וישמע חכם ויוסיף לקח.

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 8, 2021 1:28 am

· #475031

איך פיל שלעכט פאר דיר אז די גורגעלסט דיך אזוי אויס פאר די פאר אירע וואס ווייסן אליין אז זיי קריכען אויף גראדע ווענט. א שאד זיי צו ענטפערן אזויפיל מאל.
די לעצטע צוואנציג בלעטער איז איבערגעקייט די זעלבע דברים פשוטים נאכאמאל און נאכאמאל, איך מיין ס'שוין גענוג.

למעשה, ווען קומט ארויס אן אפדעיטעט פנקס?

אינטערסאנטער » דינסטאג יוני 8, 2021 1:46 am

· #475032
דערווייל ראקט חתונות אין עטרת מייזעלס, און וויזשניץ אסתר לאה זאל פוסטעוועט

שושן פורים » דינסטאג יוני 8, 2021 3:39 am

· #475036
למעשה, וויאזוי ווערט איינער מרא דאתרא פון א שטאט ע"פ הלכה?

פתחון פה » דינסטאג יוני 8, 2021 9:46 am

· #475039
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
בדרך כלל מיט וואלען

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 8, 2021 10:14 am

· #475041
שושן פורים
למעשה, וויאזוי ווערט איינער מרא דאתרא פון א שטאט ע"פ הלכה?

שושן פורים: איך ווייס נישט אין אן אנדער'ן פאל. אבער דא (אין קרית יואל) איז ר' אהרן דער בן הבכור. און ראוי לאותה איצטלא. האט איהם דער טאטע ממנה געווען צו די רבנות פון קר"י והגלילות...!

גאנצל » דינסטאג יוני 8, 2021 10:14 am

· #475042
אינטערסאנטער
ברוך השם איך האב אויך אויגן, און דיין אויפגעטראכטע מעשה שטייט נישט אינעם בריוו, אדרבה פון די לשון זעהט אויס זייער קלאר אז עס האט זיך גערעדט פון עפעס א פראבלעמאטישע קידושין און ממילא האט דער נאסוידער רב נישט געלאזט בכלל מאכן א קידושין דארט, איז געקומען איינער א קל וואס איז נישט קיין יודע בטיב גיטין וקידושין והחציף פיו באפרקותא לסדר קידושין "נגד אזהרת הרב אב"ד שאסור לסדר קידושין".

די לשונות סיי אין די מכתב פונעם רבי'ן און אויך אין כנסת יחזקאל איז שטארק מוכיח אז די גאנצע תקנה איז אז נישט יעדער קל וריק זאל זיך קענען מסדר קידושין זיין, נאר עס זאל האבן העכער זיך די תורה'דיגע אויטיאריטעיט, כדי עס זאל זיך נישט מאכן קיין פראבלעימען פון פסול'ע קידושין וכדומה, ממילא קומען זיי ארויס שארף ביי זייער פאל ווי דער רב האט טאקע געאסר'ט די קידושין צוליב וואס עס האט טאקע געהאט פראבלעמען, און נאך די איסור איז געקומען א קל און יא מסדר קידושין געווען נגד רשות הרב וואס איז דער פוסק אינעם שטאט און האט דאס געאסר'ט, דאס איז זייער נידון דארט און נישט עפעס אנדערש.

ממילא איז פארשטענדליך אז ביי א קהילה נאה וחסודה וואס נעמט זייערע אייגענע ערליכע רבנים און מורה הוראות צו מסדר קידושין צו זיין, פון דעם רעדן זיי בכלל נישט, און עס איז נישט דא קיין שום שארפע לשונות אויף אזא זאך.

בקיצור, מען האט געמאכט א תקנה אז דוקא דער רב וואס ער איז דער מורה הוראות אין די קהילה, ער זאל מסדר קידושין זיין, מה שאין כן א קהילה וואס איז פאר זיך און האט אוועקגעשטעלט אייגענע מורה הוראות וואס זענען אויך יודעים בטיב גיטין וקידושין איז די גאנצע זאך נישט שייך.

נאכדעים איז דא א זייטיגע סיבה צו נעמען דווקא דער רב און נישט קיין צווייטן צוליב רח"ש, ווייל מען טאר נישט מקפח זיין דעים רב'ס פרנסה וואס ער באקומט באצאלט פון די מחותנים צו מסדר קידושין זיין, און אין די נקודה רעדן די פוסקים שטארק ארום ווען א קבוצה האט א רעכט זיך אפצוטיילן אפילו דאס מיינט אז די אנדערע קהילה גייט פארלירן א שיינע אינקאם פון דמי חבר וכדומה, און דאס ווערט שטארק מבואר אין די פוסקים אז קהילות האבן א רעכט זיך אפצוטיילן פאר פארשידענע סיבות, וואס כמעט אלע סיבות וואס זיי שמועסן אויס איז שייך דא אויך, און ווי געזאגט איז איינס פון די סיבות פארוואס מען מעג זיך אפטיילן איז אויב איין רב מאכט ענג פאר א געוויסע קבוצה אין די קהילה אדער סתם אזוי אז מען קומט זיך נישט דורך, דאן מעג מען מאכן שבת פאר זיך אפילו די אנדערע קהילה גייט פארלירן א אינקאם.

און לגבי די צווייטע נקודה גייט בכלל נישט אהן וואס דער כנסת יחזקאל און דער רבי רעדן אין זייער בריוו און זאגן אז קשין לעולם יותר מדור המבול, זיי רעדן פון א מציאות ווען קלים וריקים זענען זיך אליין מסדר קידושין אהן קיין שום תורה'דיגע אויטיאריטעיט דערביי, וואס כמובן איז דאס בכלל נישט שייך דא אהער ווען קהל ייטב לב מהרי''י האט צענדליגער מורה הוראות מובהקים, און לגבי די קלענערע פראבלעם פון מקפח זיין די פרנסת הרב, איז שוין אויסגעשמועסט אז דאס גייט נישט אהן ביי קהילות נפרדות וואס האבן זיך אפגעטיילט, וואס זיי האבן נישט קיין שום שעבודים צו די אנדערע קהילה.

איך האף אז עכ"פ בקיצור האב איך עס קלאר ארויסגעברענגט, וישמע חכם ויוסיף לקח.

ספינען א בריוו פון דברי יואל זצל פון יארן צוריק דאס איז שוין א חידוש דאס קען שוין נאר א עכטע אנגעווטיגטע זל חסיד

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 9, 2021 12:20 am

· #475136
berlbalaguleh
שושן פורים
למעשה, וויאזוי ווערט איינער מרא דאתרא פון א שטאט ע"פ הלכה?

שושן פורים: איך ווייס נישט אין אן אנדער'ן פאל. אבער דא (אין קרית יואל) איז ר' אהרן דער בן הבכור. און ראוי לאותה איצטלא. האט איהם דער טאטע ממנה געווען צו די רבנות פון קר"י והגלילות...!

ווער ס'וויל פאלגן דעם טאטע האט א מרא דאתרא, און ווער נישט, נישט.
און אגב, ער איז נישט קיין בכור.

שושן פורים » מיטוואך יוני 9, 2021 2:16 am

· #475141
berlbalaguleh
שושן פורים
למעשה, וויאזוי ווערט איינער מרא דאתרא פון א שטאט ע"פ הלכה?

שושן פורים: איך ווייס נישט אין אן אנדער'ן פאל. אבער דא (אין קרית יואל) איז ר' אהרן דער בן הבכור. און ראוי לאותה איצטלא. האט איהם דער טאטע ממנה געווען צו די רבנות פון קר"י והגלילות...!

ראוי אדער נישט איז אירעלעווענט, וואס איז די הלכה'דיגע פראצעדור פון מאכן עמיצן מרא דאתרא ?

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 9, 2021 3:47 am

· #475145
שמעון וואלף
berlbalaguleh
שושן פורים
למעשה, וויאזוי ווערט איינער מרא דאתרא פון א שטאט ע"פ הלכה?

שושן פורים: איך ווייס נישט אין אן אנדער'ן פאל. אבער דא (אין קרית יואל) איז ר' אהרן דער בן הבכור. און ראוי לאותה איצטלא. האט איהם דער טאטע ממנה געווען צו די רבנות פון קר"י והגלילות...!

ווער ס'וויל פאלגן דעם טאטע האט א מרא דאתרא, און ווער נישט, נישט.
און אגב, ער איז נישט קיין בכור.

שמעון וואלף: דו זאגסט אז ער איז נישט קיין בכור. ווער דען איז א בכור...? יאסל פארקאש...!

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך יוני 9, 2021 7:54 am

· #475152
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
berlbalaguleh
שמעון וואלף
berlbalaguleh
שושן פורים
למעשה, וויאזוי ווערט איינער מרא דאתרא פון א שטאט ע"פ הלכה?

שושן פורים: איך ווייס נישט אין אן אנדער'ן פאל. אבער דא (אין קרית יואל) איז ר' אהרן דער בן הבכור. און ראוי לאותה איצטלא. האט איהם דער טאטע ממנה געווען צו די רבנות פון קר"י והגלילות...!

ווער ס'וויל פאלגן דעם טאטע האט א מרא דאתרא, און ווער נישט, נישט.
און אגב, ער איז נישט קיין בכור.

שמעון וואלף: דו זאגסט אז ער איז נישט קיין בכור. ווער דען איז א בכור...? יאסל פארקאש...!
ער איז די עלטסטע זון אבער נישט קיין בכור, געהאט א עלטערע שוועסטער רעבעצין חי׳ מייזליש ע"ה, היינט צוטאג איז ער דער עלטסטער קינד אויך אבער נישט קיין דין בכור
אבער ירושה האט נישט מיט בכור, נאר די כפילה, ער איז דער עלטסטער זון צו באקומען ירושה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

פתחון פה » מיטוואך יוני 9, 2021 8:13 am

· #475154
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
א חסיד פון ווילנא

די דריטע זוהן באקריגט פונקט אזוי ירושה ווי די עלטסטע

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 9, 2021 9:18 am

· #475155
א חסיד פון ווילנא: ייש"כ. דאס איז בעצם געווען מיין נקודה. יא זיין א בכור אדער נישט איז נאר רעלעוואנט לגבי נעמען פי שניים. אבער לגבי די עצם הנהגה איז ער דער עלטערער ברודער לכל הדיעות. (די רעבעצין חי' שרה מייזליש ע"ה האט דאך נישט געקענט פיהרן די קהילה.) לאל...!

גאלד » מיטוואך יוני 9, 2021 10:26 am

· #475158
א זייטיגע זאך,

הנהגה איז נישט מכח "ירושה",
ס'נאר דא אינגאנצן א באזונדערע ענין אז א זוהן זאל איבערנעמען הנהגה ווי מ'געפינט לגבי כהונה ומלכים,
און אזוי האט מען זיך שטענדיג נוהג געווען,
אבער ס'האט גארנישט מיט דיני ירושה פונעם פארשטארבענעם מנהיג,

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 9, 2021 10:40 am

· #475161
אויב דער זוהן איז (ח"ו) נישט ראוי לכך. דאמאלס פארלירט ער טאקע דעם דין קדימה. אבער דאס איז דאך נישט דער פאל דא ביי אונז. ווייל די גאנצע וועלט ווייסט אז מהר"א שליט"א איז א גאון עולם און א מתמיד עצום...!

און אלס מרא דאתרא האט ער אויפגעטון גרויסע זאכן פאר אידישקייט. אזוי ווי אריזאנע ווייטץ און שחיטה מהודרת. און שחיטה מונחת ביי בהמות...!

איך רעד שוין נישט פון די געוואלדיגע צדקה וחסד וואס גייט ארויס דורך איהם...!

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך יוני 9, 2021 12:18 pm

· #475169
berlbalaguleh
א חסיד פון ווילנא: ייש"כ. דאס איז בעצם געווען מיין נקודה. יא זיין א בכור אדער נישט איז נאר רעלעוואנט לגבי נעמען פי שניים. אבער לגבי די עצם הנהגה איז ער דער עלטערער ברודער לכל הדיעות. (די רעבעצין חי' שרה מייזליש ע"ה האט דאך נישט געקענט פיהרן די קהילה.) לאל...!

וואס האט איר איר צוגעגעבן א נאמען? זי וועט שוין נישט לעבעדיג ווערן ביז תחיית המתים

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך יוני 9, 2021 12:25 pm

· #475170
מאך זיכער
נאך איינער וואונדערט זיך פארוואס די זינלאזע אשכול האלט אין איין ערשיינען אויפן אויבערפלאך?

נאך איינעם צווינגט מען אריינקומען דא?

עס אינטערסירט אייך נישט, גייט ערגיץ אנדערש, דא איז פאר מענטשן וואס עס אינטערסירט יא

שושן פורים » מיטוואך יוני 9, 2021 2:44 pm

· #475180
מען מישט און מען מישט דא אז עס גייט א פארע. זכות קדימה, ראוי,... אבער וואס איז די הלכה'דיגע פראצעדור פון אויפנעמען עמיצן אלץ מרא דאתרא? אויב איז די מרא דאתרא פאזיציע הלכה'דיג מחייב סיי וועמען מוז דאך זיין א הלכה'דיגע פראצעדור וויאזוי עס גייט צו.

פארהאן נאך אסאך דין קדימה הלכות. די ערשטע זאך וואס קומט מיר אויפן געדאנק איז דינא דבר מצרא, אז ווען עמיצער וויל פארקויפן א פראפערטי האט די שכן א זכות קדימה עס אפצוקויפן. כו"ע מודי אז מיט דעם אלעם האט די שכן נישט קיין שום רעכט זיך סתם אריינצוזעצן ביי יענעם אין הויז, די פראצעדור דארט איז אפקויפן, און דער שכן מוז דורכגיין דעם פראצעדור כדי צו אריינקעשן זיין זכות קדימה.

להבדיל אין אמעריקע, אויב דער פרעזידענט שטארבט פארמאגט דער וויצע פרעזידענט זכות קדימה צו איבערנעמען די פרעזידענטשאפט, עס פארמאגט אויכעט א פראצעדור, דארט הייסט עס איינשווערן, ווילאנג מען האט דאס נישט געטאן איז ער נישט לעגאל פרעזידענט.

יעדע זאך וואס איז נישט בלויז א טיטל נאר עס פארמאגט א הלכה'דיגע התחייבות צו פאר זיך און איבערהויפט פאר אנדערע, פארמאגט א הלכה'דיגע פראצעדור וויאזוי עס גייט צו, פרעג איך, וואס איז די פראצעדור ביי מרא דאתרא?

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 9, 2021 3:03 pm

· #475183
שושן פורים: ס'איז צו א לאנגער ויכוח. און איך האב פשוט נישט קיין נערוון אריינצוגיין אין דעם גאנצן קוגל. אבער דאך. א מקצת שבמקצת.

עמיר מאכן א שטיקל חזרה. והנה: הרהגה"צ ר' יואל טייטלבוים אבדק"ק סאטמאר והגלילות, וועלכער איז נאך פארשידענע וואנדערונגען געקומען וואוינען קיין אמעריקע. ער האט אייביג משתוקק געווען צו גרינדן א שטעטל.קרית יואל איז פרי מעלליו. (פארשטייצעך מיט די הילף פון זיינע געטרייע מיטארבעטערס.). ווען ער איז נסתלק געווארן האט איבערגענומען זיין ברודער'ס זוהן. שפעטער באוואוסט אלס דער ברך משה. ווייל ער האט (ליידער) נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

ווען איינער זאלל קומען און זאגן אז ער איז דער מרא דאתרא פון וויליאמסבורג אדער בארא פארק אדער מאנסי וועט מען איהם אויסלאכן. מ'קען אים פרעגן..."מי שמך"...! אבער קרית יואל איז אינגאנצן אנדערש.און דער סאטמאר'ע רבי איז געווען דער מרא דאתרא אין קרית יואל. און ס'איז אריבער געגאנגען בירושה צו זיין ממלא מקום. און זיין ממלא מקום האט ממנה געווען זיין עלטערן זוהן הרב ר' אהרן שליט"א אלס מרא דאתרא אין קרית יואל והגלילות...!

ווען איינער ווילל נישט מקבל מרות זיין פון איהם איז נישט קיין פראבלעם. ער קען גיין וואוינען וואו אימער ער ווילל. אבער אויב ער וואוינט אין קר"י מוז ער מקבל מרות זיין פון ר' אהרן טייטלבוים שליט"א. אוודאי וועט ער איהם נישט זאגן אין וועלכע גראסערי ער זאלל גיין איינקויפן. אבער ווען ס'קומט צו ענייני גיטין וקידושין איז ער דער אויסשליסליכער בעה"ב...! ובלעדו לא ירים איש את ידו ואת רגלו...!

פתחון פה » מיטוואך יוני 9, 2021 3:17 pm

· #475185
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
דער ברך משה האט ג'עירשנט מרא דאתרא שאפט פון קרית יואל מהיכי תיתי ?

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 9, 2021 3:30 pm

· #475189
פתחון פה: וואדען. ער האט באקומען די חזקה צו קענען טיילן קוגל...?! אויף דעם וואלט ער געקענט הייסן הוידו-נאנאשער רבי. אדער שאראש פאטאק'ער רבי...!

מיליאנער » מיטוואך יוני 9, 2021 3:47 pm

· #475194
פתחון פה
דער ברך משה האט ג'עירשנט מרא דאתרא שאפט פון קרית יואל מהיכי תיתי ?

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

איינער @פתחון פה האט געזאגט פריער אז עס גייט מיט וואלן, ממילא ס'איז לית מאן דפליג אז רוב קרית יואל האט געוואלט דעם בר''מ פאר מרא דאתרא, ממילא איז ער לפי''ז מרא דאתרא.

דו האלטס אז מדארף ממש אריינווארפן די צעטלעך אינעם דעזיגנירטע קעסטעלע? וואטינג מאשינען איז אויך גוט?

שושן פורים » מיטוואך יוני 9, 2021 3:58 pm

· #475195
berlbalaguleh
שושן פורים: ס'איז צו א לאנגער ויכוח. און איך האב פשוט נישט קיין נערוון אריינצוגיין אין דעם גאנצן קוגל. אבער דאך. א מקצת שבמקצת.

עמיר מאכן א שטיקל חזרה. והנה: הרהגה"צ ר' יואל טייטלבוים אבדק"ק סאטמאר והגלילות, וועלכער איז נאך פארשידענע וואנדערונגען געקומען וואוינען קיין אמעריקע. ער האט אייביג משתוקק געווען צו גרינדן א שטעטל.קרית יואל איז פרי מעלליו. (פארשטייצעך מיט די הילף פון זיינע געטרייע מיטארבעטערס.). ווען ער איז נסתלק געווארן האט איבערגענומען זיין ברודער'ס זוהן. שפעטער באוואוסט אלס דער ברך משה. ווייל ער האט (ליידער) נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

ווען איינער זאלל קומען און זאגן אז ער איז דער מרא דאתרא פון וויליאמסבורג אדער בארא פארק אדער מאנסי וועט מען איהם אויסלאכן. מ'קען אים פרעגן..."מי שמך"...! אבער קרית יואל איז אינגאנצן אנדערש.און דער סאטמאר'ע רבי איז געווען דער מרא דאתרא אין קרית יואל. און ס'איז אריבער געגאנגען בירושה צו זיין ממלא מקום. און זיין ממלא מקום האט ממנה געווען זיין עלטערן זוהן הרב ר' אהרן שליט"א אלס מרא דאתרא אין קרית יואל והגלילות...!

ווען איינער ווילל נישט מקבל מרות זיין פון איהם איז נישט קיין פראבלעם. ער קען גיין וואוינען וואו אימער ער ווילל. אבער אויב ער וואוינט אין קר"י מוז ער מקבל מרות זיין פון ר' אהרן טייטלבוים שליט"א. אוודאי וועט ער איהם נישט זאגן אין וועלכע גראסערי ער זאלל גיין איינקויפן. אבער ווען ס'קומט צו ענייני גיטין וקידושין איז ער דער אויסשליסליכער בעה"ב...! ובלעדו לא ירים איש את ידו ואת רגלו...!

גיי ווייטער אין סירקלס, וואס איז די הלכה'דיגע פראצעדור פון מאכן עמיצן מרא דאתרא אז עס זאל האבן הלכה'דיגע קאנסעקווענצן?

שושן פורים » מיטוואך יוני 9, 2021 3:59 pm

· #475198
מיליאנער
פתחון פה
דער ברך משה האט ג'עירשנט מרא דאתרא שאפט פון קרית יואל מהיכי תיתי ?

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

איינער @פתחון פה האט געזאגט פריער אז עס גייט מיט וואלן, ממילא ס'איז לית מאן דפליג אז רוב קרית יואל האט געוואלט דעם בר''מ פאר מרא דאתרא, ממילא איז ער לפי''ז מרא דאתרא.

דו האלטס אז מדארף ממש אריינווארפן די צעטלעך אינעם דעזיגנירטע קעסטעלע? וואטינג מאשינען איז אויך גוט?

לשיטתך, נידער מיט די וואלן איבעראל, זאל מען איינשווערן א פרעזידענט לויט די פאול נומערן!

דאס איז זיכער אז אויב די הלכה פארלאנגט וואלן מוזן די וואלן עמטליך פארקומען.

מיליאנער » מיטוואך יוני 9, 2021 5:30 pm

· #475206
שושן פורים

לשיטתך, נידער מיט די וואלן איבעראל, זאל מען איינשווערן א פרעזידענט לויט די פאול נומערן!

דאס איז זיכער אז אויב די הלכה פארלאנגט וואלן מוזן די וואלן עמטליך פארקומען.

ניין שעפעלע, עפ''י הלכה דארף מען נישט קיין וואלן, ס'ווערט אין ערגעץ נישט דערמאנט קיין ווארט בחירות, איך האב גערעדט צו פתחון פה לשיטתו.

די אמת האב איך שוין געזאגט אויבן, ס'איז נישטא קיין שום ביוראקראטישע פראצעדור פאר דעם, ס'אז זייער פשוט:

''ס'איז דא א שטאטישע קהילה און די קהילה נעמט אויף א שטאטישע רב''!

און דאס איז פונקט וואס איז געווען אין קרית יואל, ס'איז געווען איין קהילה, וואס דעי קהילה האט בדעה אחת, וברוב תושבי העיר, ובראש פון די ערוועלטע ראשי קהילה אופגענומען א רב אויפן שטאט.

ניין, די תורה אז נישט קיין ביוראקראטיע, ווי מדארף מאכן וואלן ווייל אזוי זאגט די בוך, אויב די גאנצע שטאט און קהילה וויל דארף מען נישט מאכן קיין וואלן בלויז ווייל עטליכע אידן אין יפו פארפירן.

פתחון פה » מיטוואך יוני 9, 2021 7:55 pm

· #475229
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
מ"האט אים אויפגענומען אלס רב אין סאטמאר און לגבי די רבנות אין קרית יואל האט מען נישט דערמאנט קיין איין ווארט און אפילו לשיטתך איז יתכן אז רוב תושבי העיר האבן אים נישט געוואלט אלס מרא דאתרא און אפילו אויב רוב תושבי העיר האבן יא געוואלט האט נאכאלס געמוזט זיין פאקטישע וואלען וויבאלד אזא גרויסע ציבור 37 41-% האט נישט געוואלט

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

שושן פורים » מיטוואך יוני 9, 2021 9:44 pm

· #475252
מיליאנער
שושן פורים

לשיטתך, נידער מיט די וואלן איבעראל, זאל מען איינשווערן א פרעזידענט לויט די פאול נומערן!

דאס איז זיכער אז אויב די הלכה פארלאנגט וואלן מוזן די וואלן עמטליך פארקומען.

ניין שעפעלע, עפ''י הלכה דארף מען נישט קיין וואלן, ס'ווערט אין ערגעץ נישט דערמאנט קיין ווארט בחירות, איך האב גערעדט צו פתחון פה לשיטתו.

די אמת האב איך שוין געזאגט אויבן, ס'איז נישטא קיין שום ביוראקראטישע פראצעדור פאר דעם, ס'אז זייער פשוט:

''ס'איז דא א שטאטישע קהילה און די קהילה נעמט אויף א שטאטישע רב''!

און דאס איז פונקט וואס איז געווען אין קרית יואל, ס'איז געווען איין קהילה, וואס דעי קהילה האט בדעה אחת, וברוב תושבי העיר, ובראש פון די ערוועלטע ראשי קהילה אופגענומען א רב אויפן שטאט.

ניין, די תורה אז נישט קיין ביוראקראטיע, ווי מדארף מאכן וואלן ווייל אזוי זאגט די בוך, אויב די גאנצע שטאט און קהילה וויל דארף מען נישט מאכן קיין וואלן בלויז ווייל עטליכע אידן אין יפו פארפירן.

איר זאגט זייער שיינע געדאנקען אבער הלכה ארבעט נישט אזוי, יעדע הלכה איז דאקומענטירט פון ווי עס קומט, אמאל איז טאקע דא א מחלוקת צווישן פוסקים אבער דאס איז אויך דאקומענטירט. און אויב איז דא א הלכה'דיגע התחייבות בנוגע א מרא דאתרא איז אויך דא הלכות וויאזוי איינער ווערט א מרא דאתרא.

זאגסט די קהילה נעמט אויף, אויב איז דאס די הלכה איז פיין, אבער ווער איז די קהילה? די פיר ווענט? וועלכע מענטשן? יעדע זאך אין הלכה האט א פראצעדור וויאזוי עס ארבעט.

איך קען נישט די הלכות און טאקע פארדעם פרעג איך פון די וואס שרייען מיט זיכערקייט צו זיי ווייסן יא.