אינטערסאנטער יא יא אזוי ווי למשל בני ברק, אהרן זאגט עפעס און די גאנצע עולם פייפט אים אריין.
שוואנצאנעס בתוקפו
די ארוינים האבן מקבל געווען מהר''א פאר זייער רבי, מיטן ציל צו מקבל זיין תורה ויראת שמים און צו ווייזן די ריכטיגע וועג, און דאס האט זיך נישט געטוישט קיין כי הוא זה! דער עולם איז ווייטער מקבל וואס מהר''א זאגט אין סיי וועלכע עניני אידישקייט, (אודאי איז היינט די וועלט אנדערש ווי צוואנציג יאר צוריק, סאו קום מיר נישט ענטפערן אז דו האסט אליין גערעדט מיט עטליכע ארוינים, און זיי פייפן זך אריין אין מהר''א, ווייל איך האב אויך גערעדט צו עטליכע עטליכע ארוינים.....)
יעצט לגבי עניני הנהגה האט מען אויך פארשטייט זיך מקבל געווען מהר''א אז ער זאל פירן, אבער דא קומט ליידער אריין די אלטע פראבלעם, - וואס איז כמעט אזוי אלט ווי סאטמאר אליין - נעמליך, אז די רבי איז גענצליך אינטער די השפעה פון די שטוב מענטשן, און אזוי ווי יעדע בשר ודם האבן זיי נגיעות וכו' וכו'.
ס'פעלט נישט אויס צו מאריך זיין,איבער די צרות יגון ואנחה וואס מהאט זיך צאמגעליטן ביים דברי יואל פון דעי מענטשן, און ווער רעדט נאך ביים ברך משה, און דאס חזרט זיך איבער יעצט, און דאס צייגט אויף א געזונטע חסידות! טאקע דאס, אז די גאנצע חסידות גייט כאדאראם ווען מ'דרייט ארום מיטן רבין, דאס צייגט אז די עולם איז חסידים, און די רבי'ס ווארט איז א ווארט, און ס'טוט וויי פארן עולם, און דער עולם איז צוקלאפט ווען מ'מאכט אים טון זאכן וואס ער וואלט נישט געטון.
קומען די זאליס, און זיי מאכן ליצנות: ''העי די ארוינים זענען צוקלאפט! קוק וואספארא דרשות מהר''א זאגט! קוק ווי די עולם פאלגט נישט!
''האלאו מיסטער זאלי! דיין רבי וואלט אויפגעגעבן די גאנצע מרא אתרא'שאפט אין קרית יואל, און ער וואלט אוועקגעגעבן אלע געלטער וואס איז אריינגעקומען ביים מעמד טהרת הקודש, אז זיין עולם זאל זיך
איין וואך קאכן ''וואס וויל די רבי באמת... ''שמואל העצט דעם רבין... א האלבע ביהמ''ד זאגט איך גיי מיטן רבין אפילו איך פארשטיי נישט, די אנדערע האלב זאגט ''ס'איז נישט די רבי ס'איז די שטוב... אוי הלוואי ... ווער קוקט אפילו אויף מהרז''ל'ס זייט? מערסטנס וועט מען מאכן אן אסיפה ביי אים אינדערהיים,כדי צו מעסטן די דעת הקהל און לויט דעם וועט מען מאכן די סטראטעגיע...
די סאטמארע היסטאריע איז דורכגעווייקט מיט צער און עגמת נפש א דאנק די סארט מענטשן, עיי' ערך די פרשה פון די שווארצע, ווען די דברי יואל האט זיך צוקריגט מיט זיינע געטרייסטע מענטשן, וכו' וכו' דברים שהצניעות יפה להן.
וזה תפארתינו! איז נעמט נישט ענקער דורכפאל און שמירט עס נישט ארויף אויף אונז!
א דאנק, מיט שעצונג
די ארוינים