☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27

מיליאנער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 6:46 pm

· #493691
פתחון פה
מהרי"י

אה, מהרי''י.

יישר כח.

איי געסס די סיבה פארוואס ער האט נישט געשריבן מהרי''י איז געווען א חלק פון די דשאוק.

מיליאנער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 7:01 pm

· #493694
ייעעקקבב
מכתב קודש פין מרן רביה''ק בעל ברך משה זצוק"ל מרא דאתרא קרית יואל כ"ט שבט תשס"ב ווי די רבי איז ממנה בכח מרא דאתרא בנו חביבו כ"ק מרן אדמו''ר הגה"ק שליט"א פאר מרא דאתרא קדישא קרית יואל
בס"ד
למעלת כבוד אנשי שלומינו תושבי קרית יואל שיחיו
וענתה השירה הזאת לעד שבכח מרא דאתרא נתתי רשות ועידוד לייסד תלמוד תורה לבנים ובית חינוך לבנות וישיבה וכולל אברכים בקרית יואל על דרך ישראל סבא אשר היא לנו מסורה מכ''ק דודי הגה"צ זי"ע
"ובכח מרא דאתרא הנני נותן רשות לבני הגה''צ מוה"ר יקותיאל יהודה שליט"א לסדר קידושין בקרית יואל"
ובטוח אני שזכות מרן דודי הגה"ק זי"ע יגן על כל ההולכים בדרך השי"ת שיצליחו ויעשו פרי לתורה ולתעודה לשם ולתפארת ובכל אשר יפנו יצליחו בבני חיי ומזוני שפע ברכה והצלחה ברוחניות ובגשמיות עדי נזכה במהרה לראות בישועתן של ישראל בביאת גוא"צ במהרה בימינו אמן
כו''ח ביום כ"ט שבט יומא דהילולא של זקיני הגה"ק זצלה"ה תשס"ב
כו''ח פה מיאמי יצ"ו
חתימת יד קדשו

ווייסט איין באשעפער ווי דא שטייט אז מהרי''י ווערט מרא דאתרא.

דאס איז חוץ די גאנצע פאלשקייט פון די בריוו, אבער לאמיר שוין יא אננעמען אז די ברך משה האט געטראכט אז גאנץ סאטמאר גייט יעצט טוישן מיינונג פון די לעצטע דרייסיג יאר, ווייל ביי די ניינציג האט ער געשריבן א בריוו פון פינף שורות פון פלארידע, אבער ווי געוואלד זעסטו דא מרא דאתרא קרוינינגען?

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 1, 2022 12:26 am

· #493759
געפעלט מיר דא ווי מ'איז דן טאמער די ברך משה האט יא געוואלט אדער נישט געוואלט, כאילו דאס מאכט אויס. די ארונים וואס כלומרשט ביי זיי איז הייליג א ווארט פון די ברך משה (ווען ס'שטימט מיט זייער אגענדע) טענה'ן דאך אז ער איז געווען סינייל ווידער די זלונים / בני יואל דארפן נישט זיין הסכמה בכלל

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג פעברואר 1, 2022 6:29 pm

· #493857
אפילו ער האט געשריבן די בריוו, האט ער צוריקגעצויגן

אינעם (אזויגעריפענע) צוואה שרייבט ער אז רז"ל זאל ממלא מקומו זיין ב'ברוקלין

ווער עס קען עס טרעפן ערגיץ די צוואה זאל עס אהערברענגען

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 12:29 am

· #494016
א חסיד פון ווילנא
אפילו ער האט געשריבן די בריוו, האט ער צוריקגעצויגן

אינעם (אזויגעריפענע) צוואה שרייבט ער אז רז"ל זאל ממלא מקומו זיין ב'ברוקלין

ווער עס קען עס טרעפן ערגיץ די צוואה זאל עס אהערברענגען

הו קעירס וואס שטייט אין די צוואה?

מיליאנער » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 9:33 am

· #494033
שמעון וואלף
א חסיד פון ווילנא
אפילו ער האט געשריבן די בריוו, האט ער צוריקגעצויגן

אינעם (אזויגעריפענע) צוואה שרייבט ער אז רז"ל זאל ממלא מקומו זיין ב'ברוקלין

ווער עס קען עס טרעפן ערגיץ די צוואה זאל עס אהערברענגען

הו קעירס וואס שטייט אין די צוואה?

גוט מארגן! דעיס איז די יסוד המחלוקת פון די ארוינים און די זאליס.

די ארוינים טענה'ן אז די ברך משה האט איבערגענומען די דברי יואל און ער האט געוואלט אז מהר''א זאל אים איבערנעמען, און די זאליס טענה'ן אז די ברך משה איז נישט געווען ממלא מקום און הו קעירס וואס ער האט געוואלט.

סאו מזל טוב, אונז האמער שוין גענדיגט די גאנצע סירקל, אונז זעמער צוריק אנגעקומען צום אנהייב פונקט.

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 4, 2022 1:34 am

· #494109
מיליאנער

נאו,
די ארונים אינטערעסירט די ברך משה נאר ווען ס'שטימט מיט זייער אג'ענדע. מיר געדענקן נאך ווי זיי פלעגן אפען חוזק מאכן פין אים ווען ער האט נישט געדינט זייערע אינטערעסן.
ארונים זענען חסידים פון ברך משה פונקט ווי רח"צ מייזליש חסידים זענען חסידים פון מהר"א

מיליאנער » פרייטאג פעברואר 4, 2022 8:07 am

· #494117
שמעון וואלף
מיר געדענקן נאך ווי זיי פלעגן אפען חוזק מאכן פין אים ווען ער האט נישט געדינט זייערע אינטערעסן.

שקר וכזב.

קיינמאל, קיינמאל, קיינמאל האבן נישט די ארוינים חוזק געמאכט פון ברך משה. נישט ברבים, און אודאי און אודאי נישט פריוואט, אבי געשאסן א סטעיטמענט און איך דארף נאך יעצט אויפווייזן אז נישט.

די ארוינים האבן שטענדיג גערעדט און רעדן נאך יעצט מיט א ווייטאג איבער וואס מ'האט געטון מיט זייער רבי און וויאזוי זיינע ארומיגע האבן אים געמאכט פאר א שטיק ליצנות פאר די גאנצע וועלט.

אודאי למשל ביי די עיקר שכחתי ווי מ'האט גענומען א מנהיג רבבות ישראל און צונאר געלייגט פארן ציבור און די ארוינים האבן טריאומפירט מיטן זאלוינישן דורכפאל און אזוי כסדר ווען די זאליס האבן אויפגעשטעלט דעם ברך משה רעדן זאכן וואס ער האט זיין גאנץ לעבן נישט געוואלט און פארשטייט זיך עס האט אויסגעקוקט וויאזוי עס האט אויסגעקוקט זענען די זאליס ווילד געווארן היתכן חוזק מאכן פונעם הייליגן רבי'ן...

יעצט וועסטו קומען זאגן אז די האסט א ארונישע חבר וואס מאכט קלאר חוזק פון ברך משה... יא יא... איך ווייס נאר נישט פארוואס ווען די ארוינים טענה'ן אז די ברך משה האט געוואלט מהר''א דארפן די זאליס טענה'ן הו קעירס וואס די ברך משה האט געוואלט... אינטרעסאנט....

וואסער » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 12:04 am

· #494656
אפדעיט
ל תשרי - ישעי' איידליס - עטרת מייזעלס
ז חשון - נפתלי צבי ראזענטאהל - עטרת מייזעלס
יג חשון - אהרן היללער - עטרת מייזעלס
יג חשון - חיים שמואל אליעזר טירנויער - עטרת מאיר צבי
כ חשון - אלי' דוד טירנויער - עטרת מאיר צבי
כא חשון - פנחס יושע מרדכי ליבערמאן - עטרת מאיר צבי
ה כסליו - אברהם נתן נטע פעלדמאן - עטרת מאיר צבי
ו כסליו - יחיאל מיכל לעבאוויטש - עטרת מייזעלס
ו כסליו - מאיר וואגשאהל - עטרת מאיר צבי
ב טבת - זלמן לייב מארקאוויטש - עטרת מאיר צבי
ב טבת - מרדכי שבתי ברוין - עטרת מייזעלס
ט טבת - ישעי' פערענץ - עטרת מייזעלס
יא טבת - אהרן שלום בראווער - עטרת מייזעלס
טו טבת - משה עהרנטאל - עטרת מאיר צבי
טז טבת - אליעזר ווייס - עטרת מאיר צבי
יז טבת - לייביש גראס - עטרת מאיר צבי
יח טבת - יושע נחום קופטשיק - עטרת מאיר צבי
ב שבט - שמעי' ברוך שווארץ - עטרת מייזעלס
ג שבט - שמעון האלצער - עטרת מייזעלס
ח שבט - אברהם שמעון משה שטערנפעלד - עטרת מייזעלס
ט שבט - יואל אהרן שווארץ - עטרת מייזעלס
טו שבט - יושע משה בראווער - עטרת מאיר צבי
טז שבט - אשר קעניג - עטרת מאיר צבי
טז שבט - יוסף לייב פריעד - עטרת מייזעלס
ל שבט - אברהם יושע העשיל ראזענבערגער - עטרת מאיר צבי
א אדר א - אלי' פעקעטע - עטרת מייזעלס
ח אדר א - שמעון בלייער - עטרת מייזעלס

מיליאנער » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 3:41 pm

· #494699
ק/פ

למעשה האלט מען שוין סוף ווינטער..

א ווינטער מיט 2 אדר'ס..

די בילד פון מייזעלס האט זיך אויסגעקלארט...!!!

*פון די איבער הונדערט בוקינגס דעם ווינטער איז געווארן נישטיגע 25 חתונות. אזאך וואס כ'ווייס נישט צו עס איז דא נאך א זאל אזוי ווי דעם... אפשר דער שותף מאיר צבי.....*

פון דעי 25 איז 5 געווען ברשות המרא דאתרא כ''ק מרן רבינו שליט''א, וואס די מחותנים האבן זיך געבעטן און בשו''א נישט געוואלט אריינשטעכן א מעסער אין די תורה הקדושה.

*דאס גאנצע ב' סיון טעראר תקנה איז ארויס א סוקסעס פון א דורכפאל.....*

***

דאס לא איכפת ליה פונעם אייגענעם ציבור חברי ויואל משה 5 שרייט אויס אויף א שטויענדע פארנעם!!! פארגאנגענעם ווינטער איז געווען א ס"ה פון 42 חתונות תלמידות ויואל משה 5, און בלויז 16 (2 דערפון מיט רשות) האבן חתונה געמאכט אין מייזעלס...

{=כדי צוצוצייכענען אז אין סאטמאר קרית יואל איז דעם ווינטער געווען אזויפיל ווי 196 חתונות תלמידות בית רחל!. דאס געט א בליק אביסל אויף די רוב קרית יואל פון דעם סוקסעספול'ע ויואל משה 5 קהילה.. מיט זייער א.ג. 3000 מעמבערס... (לאך נישט) לפי זה דארף דארט הערשן א שרעקליכן מגיפה.. ואכמ"ל.=}

*התורה הקדושה נצח!!!!*

אריבער א סוקסעס פון א דורכגעפאלענעם ווינטער, און דער ציבור האט אויסגעדרייט דעם ריקן... טראץ די געקומענע מבקש את הנרדף דרשה... טראץ דאס זיך בעטן ביים ציבור צוקומען חתונה מאכן דארט.. טראץ די צוגעזאגטע גאלדענע הבטחות... וכו' וכו', און איז ארויס מיט א 'געקראכטע וואכנשריפט באלון'....

***

און יעצט, צו אלע צרות קומט זיי ווידער.. א סוקסעס פון א זומער... יא איר הערט און שטוינד שוין מסתמא נישט.. נישטיגע 12 חתונות דערווייל געבוקט אין מייזעלס דעם קומענדיגן זומער... כפרעג נאר די וואכנשריפט קעלבער.. אויב 20 חתונות איז איבער הונדערט בוקינגס... וויפל איז די דערווייל נאר 12 חתונות דעם זומער? אפשר טויזענטער בוקינגס?...

די זעלבע צייט אז מען רעדט שוין פונעם דורכפאל פונעם אויסגעשפילטער מייזעלס זאל איז כדי ווייטער צוצוצייכענען דאס שטויענדע לא איכפת ליה פונעם אייגענעם ציבור -ווי שוין דערמאנט ביי די ווינטער חתונות-..

דעם ווינטער זענען געשלאסן געווארן פון תשרי ביז אדר א' (בלויז) 40 שידוכים תלמידות ויואל משה 5.

פון דעם זענען 29 חתונות באשטימט געווארן אין כשר'ע זאלן, [- 19 אין קרית יואל, און 10 טראגן אוועק צו מאנסי וכדו' -]. *און בלויז דעם נידריגן ציפער פון 11 חתונות זענען באשטימט געווארן אין מייזעלס*. קומט אויס 72 אהאלב פראצענט פונעם אייגענעם ציבור שיידט זיך אפ פון די גע'אסר'טע מייזעלס זאל.

{כדי צוצוצייכענען ווי פריער אז אין סאטמאר קרית יואל איז דעם ווינטער געשלאסן געווארן אזויפיל ווי ארום 200 שידוכים תלמידות בית רחל! (נישט פארגעסן ויואל משה 5 האט 3000 מעמבער'ס... לול)}.

*א גאנצע באלון געבויעט. געשריבן און געשיקט שקרים. געשריבן אין געקייט אינעם 'וואכנשריפט באלון'. געטרייט צו כאפן כאטשיג דעם אייגענעם ציבור, אדער לכה''פ די תמימותדיגע קעלבער..*

*אבער.........*

*ו-ל-א ע-ל-ת-ה ב-י-ד-ם*

*התורה הקדושה נצח!!! דאס געוואלדיגע סייעתא דשמיא באגלייט דעם שטאטס רב!!!!*

*והוא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו, והקב''ה מצילינו מידם*

***

קורצע ס''ה.

מייזעלס זאל:
ווינטער פ''ב, 20 אן רשות - 5 מיט רשות. (בלויז 16 חברי ויואל משה 5.)
זומער פ''ב, דערווייל 12 אן רשות. (11 חברי ויואל משה 5.)

חתונות תלמידות בית רחל ווינטער פ''ב, 196.
חתונות תלמידות ויואל משה 5 ווינטער פ''ב, 42.

שידוכים תלמידות בית רחל ווינטער פ''ב, ארום 200.
שידוכים תלמידות ויואל משה 5 ווינטער פ''ב, 40.

פארפאלן ישראל קדושים הם.. אידישע קינדער זענען נישט גרייט אריינצושטעכן א מעסער אינעם תורה הקדושה פאר נידריגע זינעלאזע פאליטיק אפילו אויב עס קומט פונעם אייגענעם מנהיג דער שטריק.. כ'וויל דיר נאר פרעגן רז''ל... שטייסט ווען יעצט וואלסטו נאכאמאל געמאכט דעם ב' סיון טעראר תקנה?

....

וואסער » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 6:27 pm

· #494711
וואסער
די ליסטע טוט פשוט אילוסטרירן אז יא עס איז א סטראגל, באט איט'ס א פאקט.
קיינער קלערט נישט אז די טערראר האט אפגעשוואכט און ווען נישט וואלט געווען מער חתונות.
עס איז קלאר אז עפ"י רוב איינער וואס האט א שווער אדער א טאטע וואס וועט נישט קומען וועט ער נישט דארטן חתונה מאכן.
יא די זאליס זענען נישט די סארט רשעים וואס וועלן צוקריגן עלטערן מיט קינדער פאר זייער פאליטיק.

אבער דאך איז ארויסצוהייבן אז יא! קען זיין די מערכה 'בעד' די זאל איז נאך נישט קיין סוקסעס, אבער די מערכה 'כנגד' איז זיכער א דורכפאל.
לויט דיין חשבון קומט אויס אז ביידע זאלן זענען מער ווי 20% פול. גאר א גרויסער דורכפאל פאר די מערכה נעבעך...

יא יא אונז געדענק מיר נאך ווען מען האט נישט געמעגט אריינגיין אין חרדים וכדו' צו א משפחה קידוש א זאך וואס איז שוין אינגאנצן פארגעסן...
עס איז א געלעכטער ווען פעטערס רופן אן זייערע נעפיוס בעטן אז זיי זאלן טראגן קיין מאנסי זייער חתונה ווייל זיי ווילן זיך קענען משתתף זיין, ווען בעת די מחותן'ס באווארפן האט די פעטער זיך נישט באטייליגט ווייל עס איז געווען אין א גע'אסר'טע בית המדרש... נישטא ווער עס זאל לאכן...

ווי האט א גוט זאגער זיך אויסגעדריקט. עס איז מקיום געווארן די פסוק פון בור כרה ויחפרהו, די טערראר גייט נעבעך אנטקעגן די אייגענע מענטשן ווען די ארוינים דרייען זיך ארום אן קיין קאפ בעפאר א חתונה ווי זיי ווילן זיך גאר שטארק באטייליגן...

וואסער » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 7:06 pm

· #494716
נאך א נקודה למחשבה.
איך ווייס נישט ווי קראנט דיינע נומבערס זענען מיט די 12 חתונות אויפן זוממער.
אבער לויט די נומבער קומט אויס א גרויסע פארצענטואלע שפרינג אויף ארויף.
במשך'ן זוממער איז דא אן ערך פו 45 טעג צו קענען חתונה מאכן.
אראפרעכענדיג פון פסח ביז שבועות (חוץ ל"ג בעומר), פון שבעה עשר בתמוז ביז י אב, און אזוי אויך סוף חודש סיון, אב, אלול

דאס איז 26% וואס איז א 6% שפרינג.
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:42 am

· #494742
@וואסער לייגט אריין כוחות אויפציווייזן מיט מאטעמאטישע חשבונות אז די מערכה קעגן טעראר איז א סוקסעס. חילך לאורייתא.
איך מיין אבער אז די גאנצע זאך איז איבריג. די פאקט אז ס'ווערט מער און מער עקסעפטעט איז שטערקער פון אלעם. דער עולם איז שוין געוואוינט אז קרית יואל האט אן אויסוואל פון זאלן ביי אלע דריי מוסדות און צעביסלעך שעמען זיך מער און מער ארונים צו רעדן פון די גאנצע סובזשעקט.

וואסער » פרייטאג פעברואר 11, 2022 2:11 pm

· #494779
שמעון וואלף. מיין ציל איז דירעקט נישט צו ווייזן אז די מערכה "קעגן טעראר" העלפט.
ניין אויסדריקליך נישט, מען קען נישו פירן קיין מערכה קעגן טערראר. טעראר האט נאך "אייביג" געווינען.
די איינציגסטע עצה קעגן טערראר איז טאקע נאר דאס איגנארירן ווען מ'קען. און טאקע דאס וויל איך דא ברענגען נומערן צו ווייזן אז צוביסלעך לעשט זיך אלעס אויס און עס ווערט א פאקט.
טאקע אזוי ווי איך האב אויבן געשריבן. אז איך געדענק נאך ווען מען האט נישט געמעגט אריינגיין אין א בני יואל שול צו א שמחה. א זאך מיט וואס די ארונים שעמען זיך היינט צוטאגס.
(די וואך קומט עטליכע חתונות אין ביידע זאלן.)

עס איז קלאר אז די טערראר וועט נאך נעמען א שטיק צייט ביז עס וועט זיך אינגאנצן ענדיגן, א שטייגער ווי עס איז יעצט דא א רעדע אויף א חתונה געסקעדזשלט אין עטליכע וואכן וואס מען לייגט גאר א גרויס פרעשאר און טערראר אויפן זיידן (איינגעשטעלט אין א הויכע פאזיציע ביי די ארונים) אז ער זאל נישט גיין. אין דער מחותן זאגט אז עס איז דא שטארקע מעגליכקייטן אז ער וועט עס טראגן קיין מאנסי, ווייל ווי א נורמאלע מענטש (א געווענדליכער זאלי) וויל ער נישט מצער זיין דעם זיידן זיך נישט צו קענען באטייליגן ביי אן אייניקעלס חתונה.

איך ווארט נאר צו זעהן ווי די ארונים זינגן אז דער מחותן האט "א י י נ ג ע ז ע ן" אז עס איז "א ס ו ר" דארט חתונה צו מאכן...
עס דערמאנט א ביטערע אמת'ע מעשה פון צווי אידן וואס האבן געהאט א די"ת און ווען דער בעל דין א גבר עלם האט געזען אז ער פארלירט האט ער געדינגען די מאפיא צו סטראשענען דעם אנדערן בעל דין וואס האט ווי פארשטייט זיך תיכף אונטערגעגעבן און דערנאך איז דער גבר עלם ארומגעלאפן אין שטאט זינגען "זעסט איך בין גערעכט... דער צווייטער האט זיך אפילו אינטערגעגעבן"

ב.ד.וו.
אלץ א זייטיגער נאטוץ ווייסט אפשר איינער פארוואס אלע איינוואוינער אין פעני קועיקער-הילל געגנט זענען צוריק געגאנגען דאווענען אינעם אלטן בעיסמענט נאכדעם וואס דער נדבן הביהמ"ד האט איבערגעשריבן דעם נייעם שול צו קהל מהר"א, און דער נדבן האט זיך געטראפן אן קיין מנין?

מיליאנער » מוצ"ש פעברואר 12, 2022 10:50 pm

· #494811
וואסער
נאך א נקודה למחשבה.
איך ווייס נישט ווי קראנט דיינע נומבערס זענען מיט די 12 חתונות אויפן זוממער.
אבער לויט די נומבער קומט אויס א גרויסע פארצענטואלע שפרינג אויף ארויף.
במשך'ן זוממער איז דא אן ערך פו 45 טעג צו קענען חתונה מאכן.
אראפרעכענדיג פון פסח ביז שבועות (חוץ ל"ג בעומר), פון שבעה עשר בתמוז ביז י אב, און אזוי אויך סוף חודש סיון, אב, אלול

דאס איז 26% וואס איז א 6% שפרינג.
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!

קודם כל איז עס מיוזיק צו מיינע אויערן ווי נאך צענדליגע בלעטער דא ווי מ'האט זיך געשוואוירן ביי אלעם הייליג אז די בוקינגס זענען עד לב השמים, און יעדער האט געהערט פון קראנטע מקורות אז אויף קומענדיגע ווינטער איז יעדע נאכט דא א חתונה דארף מען יעצט צוקומען צו יעדע מעגליכע חיזוק.

און נאכדעם קומט מיר צו שמייכלען ווי מען קען נעמען א ציפעדיגע בזיונותדיגע נאמבער און עס דרייען און דרייען אזוי לאנג ביז פון איין ענגל דארף עס ווייזן א שוידערליכע סוקסעס...

אבער לאמיר צונעמען דיין חשבון.

איך ווייס נישט ביי וועם דו האסט געלערנט מאטעמאטיק קוקט אויס ווי דו ביסט געווען פון די טענדשערין ווארפערס... אבער דיין חשבון איז זייער א נארישע חשבון.

עס קומט בכלל נישט אריין דא וויפל טעג עס איז דא חתונה צו מאכן אין זומער.

פונקט ווי דו פארשטייסט אז עס וועט זיין זייער א נארישע ארגומענט פאר קאנטינענטאל זאל אין וויליאמסבורג צו זאגן אז 'זיי זענען כמעט ליידיג זומער ווייל עס איז דא ווייניגער דעיטס וואס מען קען חתונה מאכן', ווייל מענטשן האבן געטון שידוכים אויפן זעלבן טעמפא זומער ווי ווינטער און אויב איז דא ווייניגער דעיטס וועט מען סך הכל מוזן מער אויסציען די אינגעידשמענט אבער דאס איז זיכער אז די דעיטס וואס מען קען חתונה מאכן ווערט בכלל נישט בארירט פון דעם וואס עס איז דא ווייניגער טעג.

עס איז אזויווי עס זאל ווען זיין אז די אלע צוועלף חתונות פון עטרת מייזעלס זאלן ווען זיין יעדע נאכט פון י''א אלול ביז כ''ג אלול (לאכטס נישט) און דו זאלסט קומען דא טריאומפירן אז עס איז דא דריי און צוואנציג טעג אין אלול וואס מען קען חתונה מאכן און פון דעם האט עטרת מייזעלס צוועלף חתונות, וואס איז כמעט פיפציג פראצענט... ווייל יעדער פארשטייט אז דו קענסט אויך נעמען בלויז פון י''א אלול ביז כ''ג אלול און זאגן אז מען האלט שוין ביי הונדערט פראצענט פול...

אינטערשטע שורה, די וועג פון רעכענען איז נישט דורך נעמען א געוויסע צייט אפשניט און ציילן די טעג, די ריכטיגע וועג איז דורך רעכענען די סך הכל שידוכים וואס זענען געשלאסן געווארן אין קרית יואל און זען וויפל פראצענט דערפון גייען חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס.

איז לאמיר טאקע מאכן די חשבון: אין די פריעדיגע מעסעדזש האב איך אראפגעברענגט די חשבון אז עס איז געווען יעצט ווינטער 200 ארונישע שידוכים און פערציג זאלישע שידוכים און לאמיר זאגן אז עס איז געווען צוואנציג בני יואל שידוכים (כ'קען מאכן מער אבער עס וועט אראפברענגען די פראצענטן) קומט אויס א סך הכל פון 260 שידוכים און פון דעם איז דא צוועלף חתונות אין עטרת מייזעלס וואס קומט אויס כמעט פינף פראצענט.....

המקום ינחם אתכם.....

מיליאנער » מוצ"ש פעברואר 12, 2022 11:08 pm

· #494817
וואסער
שמעון וואלף. מיין ציל איז דירעקט נישט צו ווייזן אז די מערכה "קעגן טעראר" העלפט.
ניין אויסדריקליך נישט, מען קען נישו פירן קיין מערכה קעגן טערראר. טעראר האט נאך "אייביג" געווינען.
די איינציגסטע עצה קעגן טערראר איז טאקע נאר דאס איגנארירן ווען מ'קען. און טאקע דאס וויל איך דא ברענגען נומערן צו ווייזן אז צוביסלעך לעשט זיך אלעס אויס און עס ווערט א פאקט.
טאקע אזוי ווי איך האב אויבן געשריבן. אז איך געדענק נאך ווען מען האט נישט געמעגט אריינגיין אין א בני יואל שול צו א שמחה. א זאך מיט וואס די ארונים שעמען זיך היינט צוטאגס.
(די וואך קומט עטליכע חתונות אין ביידע זאלן.)

עס איז קלאר אז די טערראר וועט נאך נעמען א שטיק צייט ביז עס וועט זיך אינגאנצן ענדיגן, א שטייגער ווי עס איז יעצט דא א רעדע אויף א חתונה געסקעדזשלט אין עטליכע וואכן וואס מען לייגט גאר א גרויס פרעשאר און טערראר אויפן זיידן (איינגעשטעלט אין א הויכע פאזיציע ביי די ארונים) אז ער זאל נישט גיין. אין דער מחותן זאגט אז עס איז דא שטארקע מעגליכקייטן אז ער וועט עס טראגן קיין מאנסי, ווייל ווי א נורמאלע מענטש (א געווענדליכער זאלי) וויל ער נישט מצער זיין דעם זיידן זיך נישט צו קענען באטייליגן ביי אן אייניקעלס חתונה.

איך ווארט נאר צו זעהן ווי די ארונים זינגן אז דער מחותן האט "א י י נ ג ע ז ע ן" אז עס איז "א ס ו ר" דארט חתונה צו מאכן...
עס דערמאנט א ביטערע אמת'ע מעשה פון צווי אידן וואס האבן געהאט א די"ת און ווען דער בעל דין א גבר עלם האט געזען אז ער פארלירט האט ער געדינגען די מאפיא צו סטראשענען דעם אנדערן בעל דין וואס האט ווי פארשטייט זיך תיכף אונטערגעגעבן און דערנאך איז דער גבר עלם ארומגעלאפן אין שטאט זינגען "זעסט איך בין גערעכט... דער צווייטער האט זיך אפילו אינטערגעגעבן"

ב.ד.וו.
אלץ א זייטיגער נאטוץ ווייסט אפשר איינער פארוואס אלע איינוואוינער אין פעני קועיקער-הילל געגנט זענען צוריק געגאנגען דאווענען אינעם אלטן בעיסמענט נאכדעם וואס דער נדבן הביהמ"ד האט איבערגעשריבן דעם נייעם שול צו קהל מהר"א, און דער נדבן האט זיך געטראפן אן קיין מנין?

איבערקייען שטותים און ליגנטס איינמאל און נאכאמאל מאכט עס נישט פאר קיין פאקטן, איך האב נישט קיין כח יעצט צו ברענגען ראיות מיט הוכחות איך וועל סך הכל נאכברענגען פאקטן והבוחר יבחר.

עס איז נישטא קיין פינטל טעראר קעגן די וואס מאכן חתונה אין עטרת מייזעלס.

קיין איין ארויני שעמט זיך נישט מיט די איסור אריינצוגיין אין חרדים.

אויב וואלט היינט געווען דעי מציאות וואס איז געווען אין יענע יארן וואלט מען היינט פון פריש באנייט די איסור.

די ארוינים זיכן נישט אז די זאליס זאלן איינזען אז עס איז אסור חתונה צו מאכן אין עטרת מייזעלס.

פאר די ארוינים איז גענוג דאס אליינס אז עס איז נישטא קיין חתונות שלא ברשות אפילו די איינציגסטע סיבה איז ווייל מ'וויל אז די זיידע זאל קומען.

וואסער » זונטאג פעברואר 13, 2022 8:44 pm

· #494905
מיליאנער. איך האף אז אין ביזנעס (אויב די ביסט בכלל) מאכטסטו דיינע חשבונות אביסל בעסער ווייל אז נישט ביסטו יענע "מיליאנער"...

איך ווייס נישט ווי אמת דיינע נומערן פון 200 אנטקעגן 40 זענען אמת. אבער אפילו לו יהא אז יא, דאס איז זיכער אז רעכן מיר נישט דא אריין בני יואל שידוכים, ווייל אין די 12 פון זוממער (לשיטתך- איך ווייס נישט) רעכנסטו נישט אריין חתונות אין עטרת מאיר צבי.
אין יא לאמיר רעכענען 12 פון 40 דאס איז %30 פראצענט...

חוץ מזה איז נאריש צו רעכענען אז די אלע 40 גייען שוין חתונה האבן יעצט זוממער, ווייל אויב יא, ווי גייען חתונה האבן די איבריגע 228 ווען אין קרית יואל איז בלויז דא 2 זאלן מיט 45 טעג פאר יעדע? אלא מאי אז נישט אלע פון די 240 האבן חתונה יעצט זוממער, דאס מיינט אז די 12 איז נאך א גרעסערע פראצענט.

איך פארשטיי אז עס איז נישט פונטקליך, ווייל געוויסע פון די זוממער חתונות זענען שוין געווארן כלות נאך פארגאנגענע סוף זוממער.

אינטערשטע שורה, אז יא ביי 30% פונעם היימישן ציבור מאכן שוין חתונה אין די היימישע זאלן אין שרעקן זיך ב"ה נישט פאר קיין טערארר.
א געוואלדיגע דוכברוך ב"ה.

וואסער » זונטאג פעברואר 13, 2022 9:01 pm

· #494906
מיליאנער
עס איז נישטא קיין פינטל טעראר קעגן די וואס מאכן חתונה אין עטרת מייזעלס..

סטראשענען זיידעס אז אויב זיי גייען צו אייניקלעך'ס חתונות פארלירן זיי זייער פרנסה הייסט נישט קיין טערראר...

אנרופן מחותנים צענדליגער מאל מיט אלע סארטן איידיס און וואויס טשעינדזשערס, (וואס אפי טמ"נ קען נישט באווייזן) הייסט נישט קיין טערראר....

שיקן מיסע בריווען אויף פאסט מיט די אלע נעמען פון משפחות וואס האט זיך ל"ע נישט אויסגעארבעט און מען האט זיך געדארפט צוטיילן, מיט די פונטקליכע נעמען און פרטים ווי יום החתונה והגירושין וכדו' הייסט נישט קיין טערראר....

אנרופן חתן כלה ביינאכט אינדערהיים א שעה נאכן אהיימקומען פון די חתונה (וד"ל) הייסט נישט קיין טערראר...

ואטי כי רוכלא ליזל וליחשוב....

דערמאנט מיר די דברי פי חכם (להרע) "נו... מען האט פארברענט א קאר.... אבער ס'איז שטול...."
נישטא נעבעך ווער עס זאל לאכן.

מיליאנער
קיין איין ארויני שעמט זיך נישט מיט די איסור אריינצוגיין אין חרדים.

אויב וואלט היינט געווען דעי מציאות וואס איז געווען אין יענע יארן וואלט מען היינט פון פריש באנייט די איסור.

ווען האט מען אראפגענומען די איסור???
פארוואס גייט רובו דרובו פון די ארונים צו אלע שמחות און אלע שולן???

ב.ד.וו. ביסט גערעכט, קען זען אז די איסור האט פון זיך אליינס עקספייערט ביי די הספד פונעם אגלי דבש טאקע אין חרדים לפני מטתו של הגה"ק ר' אברהם לייטנער זצ"ל אז "הלכה כמותו בכל מקום"...

דער אמת איז אז א מערהייט פון די ארונים זענען טאקע אויך נישט גורס די איסור פון גיין צו חתונות אין עטרת מייזעלס / מאיר צבי. חוץ אויב מען איז איינגעשטעלט אין מען האט א פאסטן.

מיליאנער
די ארוינים זיכן נישט אז די זאליס זאלן איינזען אז עס איז אסור חתונה צו מאכן אין עטרת מייזעלס.

פאר די ארוינים איז גענוג דאס אליינס אז עס איז נישטא קיין חתונות שלא ברשות אפילו די איינציגסטע סיבה איז ווייל מ'וויל אז די זיידע זאל קומען.

יעצט טרייסטו צו בארעכטיגן די טערראר??? האסט פארגעסן אז עס איז בכלל נישט דא???

וואסער » זונטאג פעברואר 13, 2022 9:04 pm

· #494907
[ציטאט אראפגענומען]

😂 😂 😂 די אטאמאטישע רשות פון פארגאנגענע זוממער 😂 😂 😂

וואסער » מאנטאג פעברואר 14, 2022 7:14 pm

· #494986
געהערט היינט פון די משפחה אז די באשלוס איז געקומען נאכן זיך אדורך רעדן מיט רבינו שליט"א, ווען פארגאנגענע וואך איז דער מחותן אריינגעפארן צו רבינו שליט"א זיך אדורך רעדן כדת מה לעשות. און רבינו שליט"א האט אים גע'עצה'ט אז ער זאל אוועקטראגן די חתונה.

עס איז א שטאלץ פאר אונזער קהילה אז מחותנים פירן זיך אויף ווי עס פאסט און ברענגען נישט אן קיין אומאייגענעמליכקייטן פאר די אייגענע משפחה און פירן זיך נישט אויף ווי די וואנזיניגע חיות מטורפות וואס טעראזירן אפי' די אייגענע מענטשן און זענען מקיים דעם פסוק את בניו לא ידע ואת אחיו לא הכיר, און פרובירן אנצוזייען מחלוקת צווישן משפחות.

עס איז שמייכעלדיג צו טראכטן פון די דברי פי חכם [להרע] "מען דארף פארשטיין אז ווען איך פאר קיין ארץ ישראל דארף איך גיין באזוכן די רבנים דארטן אפי' וואס זענען נישט מיט די שיטה אויסגעהאלטן, ווייל עס איז דאך מבני משפחתי..." (נישט פונטקליך די לשון, ווער עס האט די ריקארדונג איז מכובד).

אזוי אויך איז פשוט אינטערסאנט צו צוצייכענען דא די דברי הבל פונעם איידעם א שטיק שווער אב"ד ביהמ"ד אהל פיגא ק"י די וואך ביי שלש סעודות. "איך וויל דא דערמאנען מיינס א נכסי מלוג זיידע וואס די יארצייט געפאלט די וואך דער הייליגער ישועות משה..."

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 14, 2022 8:30 pm

· #494994
[ציטאט אראפגענומען]

נישטא אזא הלכה, ערגסטנס איז עס א חרם, וואס אינז זעמיר שוין מילא אין חרם דורך די גר"א, צוויי מאל חרם איז בערך אזויווי צוויי מאל הרג'נן.....

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג פעברואר 14, 2022 8:50 pm

· #494995
וואסער
געהערט היינט פון די משפחה אז די באשלוס איז געקומען נאכן זיך אדורך רעדן מיט רבינו שליט"א, ווען פארגאנגענע וואך איז דער מחותן אריינגעפארן צו רבינו שליט"א זיך אדורך רעדן כדת מה לעשות. און רבינו שליט"א האט אים גע'עצה'ט אז ער זאל אוועקטראגן די חתונה.

טאקע, פארוואס האט רבינו שליט"א אייביג געהייסן פייטן און אליינס ארויסגעקומען מסד"ק זיין? און געזאגט ברבים אז מ' זאל זיך נישט שרעקן פון רדיפות,וואס איז יעצט געשען?

עס איז א שטאלץ פאר אונזער קהילה אז מחותנים פירן זיך אויף ווי עס פאסט און ברענגען נישט אן קיין אומאייגענעמליכקייטן פאר די אייגענע משפחה און פירן זיך נישט אויף ווי די וואנזיניגע חיות מטורפות וואס טעראזירן אפי' די אייגענע מענטשן און זענען מקיים דעם פסוק את בניו לא ידע ואת אחיו לא הכיר, און פרובירן אנצוזייען מחלוקת צווישן משפחות.

אויב דאס הייסו שיין, פארוואס אנדערע חתונות קערט מען נישט פאר עלטערן?
עס איז שמייכעלדיג צו טראכטן פון די דברי פי חכם [להרע] "מען דארף פארשטיין אז ווען איך פאר קיין ארץ ישראל דארף איך גיין באזוכן די רבנים דארטן אפי' וואס זענען נישט מיט די שיטה אויסגעהאלטן, ווייל עס איז דאך מבני משפחתי..." (נישט פונטקליך די לשון, ווער עס האט די ריקארדונג איז מכובד).

אזוי אויך איז פשוט אינטערסאנט צו צוצייכענען דא די דברי הבל פונעם איידעם א שטיק שווער אב"ד ביהמ"ד אהל פיגא ק"י די וואך ביי שלש סעודות. "איך וויל דא דערמאנען מיינס א נכסי מלוג זיידע וואס די יארצייט געפאלט די וואך דער הייליגער ישועות משה..."

לפי ידיעתי האט ר' יושע כהן געזאגט של"ס תורה די וואך אין אוהל פייגא

וואסער » דינסטאג פעברואר 15, 2022 1:03 am

· #495025

גערעכט. אבער בעפאר הרה"ג ר' יושע האט אויפגעטרעטן האט דזשונסקיא געזאגט אפאר ווערטער און בתוך הדבריו דערמאנט די אויבנדערמאנטע.

וואסער » דינסטאג פעברואר 15, 2022 1:05 am

· #495026
[ציטאט אראפגענומען]

ווייסט אפשר איינער פארוואס מען רעדט נישט אויפן ליין פון די חתונות אין עטרת מאיר צבי.
צ.ב. היינט איז אויך דא א חתונה אין עטרת מאיר צבי אן רשות פונעם פרה דאתרא און עס ווערט נישט געמאלדן.

וואסער » דינסטאג פעברואר 15, 2022 1:05 am

· #495027
וואסער
[ציטאט אראפגענומען]

ווייסט אפשר איינער פארוואס מען רעדט נישט אויפן ליין פון די חתונות אין עטרת מאיר צבי.
צ.ב. היינט איז אויך דא א חתונה אין עטרת מאיר צבי אן רשות פונעם פרה דאתרא און עס ווערט נישט געמאלדן.

פתחון פה » דינסטאג פעברואר 15, 2022 3:32 am

· #495033
וואסער
ווייסט אפשר איינער פארוואס מען רעדט נישט אויפן ליין פון די חתונות אין עטרת מאיר צבי.
נ.ב. היינט איז אויך דא א חתונה אין עטרת מאיר צבי אן רשות פונעם פרה דאתרא און עס ווערט נישט געמאלדן.

יעצט געהערט וועגן דער רבי וויל נישט ס'זאל זיין הפקירות אין שטעטל [ דהיינו יונגלעך און מיידלעך זאלן וואוינען אן רשות] (קידושין) האט ער געגעבן רשות פאר יעדער וואס מאכט חתונה אין עטרת מאיר צבי ס'זאל זיין מיט (קידושין) ... והיה על אהרן לשרת.. ונשא אהרן את שמותם
[emoji28][emoji1787]

מיליאנער » דינסטאג פעברואר 15, 2022 7:57 am

· #495036
וואסער
א חסיד פון ווילנא
וואסער

אויב דאס הייסו שיין, פארוואס אנדערע חתונות קערט מען נישט פאר עלטערן?
עס איז שמייכעלדיג צו טראכטן פון די דברי פי חכם [להרע] "מען דארף פארשטיין אז ווען איך פאר קיין ארץ ישראל דארף איך גיין באזוכן די רבנים דארטן אפי' וואס זענען נישט מיט די שיטה אויסגעהאלטן, ווייל עס איז דאך מבני משפחתי..." (נישט פונטקליך די לשון, ווער עס האט די ריקארדונג איז מכובד).

אזוי אויך איז פשוט אינטערסאנט צו צוצייכענען דא די דברי הבל פונעם איידעם א שטיק שווער אב"ד ביהמ"ד אהל פיגא ק"י די וואך ביי שלש סעודות. "איך וויל דא דערמאנען מיינס א נכסי מלוג זיידע וואס די יארצייט געפאלט די וואך דער הייליגער ישועות משה..."

לפי ידיעתי האט ר' יושע כהן געזאגט של"ס תורה די וואך אין אוהל פייגא

גערעכט. אבער בעפאר הרה"ג ר' יושע האט אויפגעטרעטן האט דזשונסקיא געזאגט אפאר ווערטער און בתוך הדבריו דערמאנט די אויבנדערמאנטע.

איך פארשטיי באמת נישט די פראבלעם פון די ווערטער, אויב דו קענסט מיר מסביר זיין וואס איז שלעכט דערמיט וואלט איך מכיר טוב געווען.

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:06 am

· #495038
וואס פארשטייסטו נישט?
ווען א אזויגעריפענער סאטמארער רבי (נישט זיין איידעם) זאגט נאך פון הרצ"פ פראנק ז"ל (נישט קיין קרוב) פארשטייסטו אויך נישט

די גרעסטע דזשאוק אז ער האט אפילו נישט געוויסט ווער דאס איז און וואס איז ראונג מיט אים

איך אויך » דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:58 pm

· #495144
נו זיי מסביר פאר אונז נארעלעך וואס איז טאקא ראנג דערמיט.

פינקי מיט די אנדערע אייניקלעך האלטן אפילו אינמיטן כ'שרן זיין סעקרעטאר הרב שזורי.

שושן פורים » דינסטאג פעברואר 15, 2022 10:30 pm

· #495149
א חסיד פון ווילנא

וואס פארשטייסטו נישט?
ווען א אזויגעריפענער סאטמארער רבי (נישט זיין איידעם) זאגט נאך פון הרצ"פ פראנק ז"ל (נישט קיין קרוב) פארשטייסטו אויך נישט

די גרעסטע דזשאוק אז ער האט אפילו נישט געוויסט ווער דאס איז און וואס איז ראונג מיט אים

קאנטאקסט מיין פריינט איז זייער וויכטיג, איך געדענק יענע דרשה, ער האט נאכגעזאגט אז ר' צבי פסח פראנק האט געוואלט טון א געוויסע זאך, כ'געדענק שוין נישט וואס אבער די אנדערע רבנים האבן זיך קעגנגעשטעלט.

עס איז בערך אזוי ווי ווען א סאטמאר'ע בעל דרשן זאל זאגן "די ציונים ווילן אויסשמדן כלל ישראל" און דו וועסט לכאורה יאמערן היתכן א סאטמאר'ער זאגט נאך פון די ציונים.

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 16, 2022 12:42 am

· #495154
מיליאנער
וואסער
א חסיד פון ווילנא
וואסער

אויב דאס הייסו שיין, פארוואס אנדערע חתונות קערט מען נישט פאר עלטערן?
עס איז שמייכעלדיג צו טראכטן פון די דברי פי חכם [להרע] "מען דארף פארשטיין אז ווען איך פאר קיין ארץ ישראל דארף איך גיין באזוכן די רבנים דארטן אפי' וואס זענען נישט מיט די שיטה אויסגעהאלטן, ווייל עס איז דאך מבני משפחתי..." (נישט פונטקליך די לשון, ווער עס האט די ריקארדונג איז מכובד).

אזוי אויך איז פשוט אינטערסאנט צו צוצייכענען דא די דברי הבל פונעם איידעם א שטיק שווער אב"ד ביהמ"ד אהל פיגא ק"י די וואך ביי שלש סעודות. "איך וויל דא דערמאנען מיינס א נכסי מלוג זיידע וואס די יארצייט געפאלט די וואך דער הייליגער ישועות משה..."

לפי ידיעתי האט ר' יושע כהן געזאגט של"ס תורה די וואך אין אוהל פייגא

גערעכט. אבער בעפאר הרה"ג ר' יושע האט אויפגעטרעטן האט דזשונסקיא געזאגט אפאר ווערטער און בתוך הדבריו דערמאנט די אויבנדערמאנטע.

איך פארשטיי באמת נישט די פראבלעם פון די ווערטער, אויב דו קענסט מיר מסביר זיין וואס איז שלעכט דערמיט וואלט איך מכיר טוב געווען.

הה"ד ווער ס'פארשטייט פארשטייט. איך בין פון די נישט פארשטייער ענד איי קען ליוו וויט איט.

עניוועי, ווי האלט די קאונט פון פסול'ע סידור קדושין'ס?

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:22 am

· #495185
שושן פורים
א חסיד פון ווילנא

וואס פארשטייסטו נישט?
ווען א אזויגעריפענער סאטמארער רבי (נישט זיין איידעם) זאגט נאך פון הרצ"פ פראנק ז"ל (נישט קיין קרוב) פארשטייסטו אויך נישט

די גרעסטע דזשאוק אז ער האט אפילו נישט געוויסט ווער דאס איז און וואס איז ראונג מיט אים

קאנטאקסט מיין פריינט איז זייער וויכטיג, איך געדענק יענע דרשה, ער האט נאכגעזאגט אז ר' צבי פסח פראנק האט געוואלט טון א געוויסע זאך, כ'געדענק שוין נישט וואס אבער די אנדערע רבנים האבן זיך קעגנגעשטעלט.

עס איז בערך אזוי ווי ווען א סאטמאר'ע בעל דרשן זאל זאגן "די ציונים ווילן אויסשמדן כלל ישראל" און דו וועסט לכאורה יאמערן היתכן א סאטמאר'ער זאגט נאך פון די ציונים.

איר מאכן א גרויסע טעות, עס איז געווען אינמיטן א דרוש חנוכה נאכן חנוכה לעכט, ער האט עס נאכגעזאגט אזוי ווי מ' זאגט א ר"ע איגר אדער א דברי יואל

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:33 am

· #495188

קיינמאל געוויסט אז רצ"פ פראנק איז אויך א שייגעץ אין סאטמאר, איז ער נישט געוועין פון די עדה?

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך פעברואר 16, 2022 10:01 am

· #495194
ער איז געווען איינגעשטעלט אין די רבנות.

מען רעדט נישט אנטקעגן אים אבער זיין נאמען קומט מיט א סייד נאוט. [די סאטמארע "אבער" וואס מען לייגט צו נאך יעדן אדם גדול]

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך פעברואר 16, 2022 12:21 pm

· #495206
זופ מיט מאנדלען
ער איז געווען איינגעשטעלט אין די רבנות.

מען רעדט נישט אנטקעגן אים אבער זיין נאמען קומט מיט א סייד נאוט. [די סאטמארע "אבער" וואס מען לייגט צו נאך יעדן אדם גדול]

ער איז געווען א אדם גדול מאד, 1 אדער 2 קינדער זענן אים ל"ע אויסגעאנגען פון הונגער אין יענע שווערע צייטן, איז ער אריבער צו די רבנות

קיינער רעדן נישט אויף אים, אל תדון את חברך, אויך רעדט מען נישט פון אים

קהל'ס נער » פרייטאג פעברואר 18, 2022 12:48 pm

· #495392
לפי זה איז מהר"א א מתיר ממזרים 😂

שמן למאור » פרייטאג פעברואר 18, 2022 1:04 pm

· #495393
דאס הייסט ריכטיג געמאכט די תורה פאר א קרדום לחפור בו, מען נעמט די אזוי-געריפענע תורה און מען נוצט עס פאר נארישע פאליטיק און מחלוקת,

דא מאכט מען זיי פאר נישט כשר'ע קינדער, און מיטאמאל ווען מען בעט 'מחילה' ווערט למפרע די ערשטע קדושין אויכעט חל? סארא ליצנות!! ס'נישטא ווער ס'זאל לאכן.

ווי האט יענע אפגעפארענע סאטמארע געזאגט, אויב דאס איז די תורה, דאן איז מסתמא שמירת שבת און לייגן תפילין אויך נאר עפעס א פאליטיק.

זיי מאכן ממש חוזק פון די תורה...

מיליאנער » פרייטאג פעברואר 18, 2022 1:56 pm

· #495401
אוי וויי, עפעס איז ראנג מיט ענק זאליס? פון ענק וועט שוין גארנישט ווערן.

עטס כאפטס וואס דא גייט פאר? פון די פאר אויסגעשאסענע חתונות שלא ברשות האבן האלב דערפון (לשיטת טשאדעלע באדעלע) אויפגעהערט ביים צווייטן קינד אדער איבערגעמאכט שטילערהייט די קידושין! דאס איז א האר אויפשטעלנדע דורכפאל פאר די זאלישע מערכה אינטערצוברענגען די כח המרא דאתרא.

אבער יעצט קומען זיי מיט די האפענונג אז די ארוינים זענען אזעלכע מעקעלעך ווי זיי, און זיי טרייען ארויפצושמירן די דורכפאל אויף די ארוינים גאר... אז וואס? אז די ארוינים מאכן קלאר אז זייער ציל איז צו האלטן חשבון אויף די פסולע חתונות און אויב איינער מאכט איבער די קידושין כהלכה אזויווי די הלכה פארלאנגט דאן נעמט מען אראפ זיין נאמען פון די ליסטע, הא הא הא הא... אזעלעכע לוזערס....

דאס איז שוין אינעם זעלבן מעסעדזש ווי עס שטייט אז עס איז יעדע נאכט דא חתונות אין דעי צווי זאלן... אזעלכע אפענע ליגנטס, און די זאליס זענען נאך העפי מיט דעם...

איין זאך קען איך זאגן ברוך שלא עשני זאלי! ב''ה איך קען נאך טראכטן גראד און איך ווער נישט משוגע פאר נארישע ספינס!

שמן למאור » מוצ"ש פעברואר 19, 2022 10:46 pm

· #495410
מיליאנער
די ארוינים מאכן קלאר אז זייער ציל איז צו האלטן חשבון אויף די פסולע חתונות און אויב איינער מאכט איבער די קידושין כהלכה אזויווי די הלכה פארלאנגט דאן נעמט מען אראפ זיין נאמען פון די ליסטע, הא הא הא הא... אזעלעכע לוזערס....

איין זאך קען איך זאגן ברוך שלא עשני זאלי! ב''ה איך קען נאך טראכטן גראד און איך ווער נישט משוגע פאר נארישע ספינס!

איינער וואס בעט רשות ביים צווייטן קינד, ווערט למפרע די קידושין פון די ערשטע קינד פליצלונג כשר?!?
איך וואלט ליבערשט געזאגט א ברכה שלא עשני סאטמארע! ב''ה איך קען נאך טראכטן גראד און איך ווער נישט משוגה פאר נארישע ספינס,
בפרט ווען מען ספינט ארום מיט די תורה...

מיליאנער » זונטאג פעברואר 20, 2022 1:01 am

· #495417
עצי שטים

יא, ביי אלע פסולים אין די גמרא העלפט תשובה, למשל ביי בני תשע מדות וכדו' ווילאנג ס'איז נישט קיין ממזירים העלפט תשובה. און די רמב''ם זאגט פונקטליך וואס תשובה מיינט, און צוריקטוישן ביי די צווייטע קינד פיט פונטקליך אריין אינעם רמב''ם'ס פראפאזעל.

אבער דו פירסט אריין די שמועס יעצט אויב עס מאכט יא סענס אדער נישט(אויף וואס כ'האב שוין געענטפערט), אבער ביטע ענטפער מיר, וואס איז א גרעסערע דורכפאל ארויסשניידן האלב נעמען פונעם פנקס צוליב סיי וועלכע סיבה, אדער האלב פון די אייגענע חסידים וואס האבן שוין יא גענומען די קוראזש צו מיטשפילן טרעטן אויך צוריק, און אויך ביטע זאג מיר אויב דו ביסט באוויסטזיניג צום פאקט אז עס איז דא בלויז געציילטע חתונות אין די צוויי זאלן.

שמן למאור » זונטאג פעברואר 20, 2022 1:43 am

· #495419
איך זוך די מקור אין רמב''ם, און איך טרעף עס נישט, אפשר צייכענסטו עס אהן,
ביי די תשע מידות שטייט נאר אז די קינדער וועט די יסורי הגלות מברר זיין, און אין הלכות תשובה טרעף איך גארנישט.

בנוגע ענקער נארישע פאליטיק גייט מיר גאנץ ווייניג אהן ווער איז שטערקער און ווער געווינט היינט אדער נעכטן, איך בין נישט באקאנט ווי פיל די זאלן זענען, און עס אינטרעסירט מיר נישט.

ביי א מחלוקת איז דער וואס געט די פעטש על פי רוב די פארלירער, מען קוקט אים אהן אלץ דער גרויזאמער הארצלאזער חיה, און דער וואס בייגט זיך די קאפ איז די געווינער,
גור ושאול אלטר יוכיח,

הגם דא טיילן ביידע זייטן פעטש, און איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין אלע אינערליכע פאליטיק,
דאך איז די גרעסטע דורכפאל דעם פאקט אז 'סאטמאר שלאגט זיך'. זיי מאכן זיך אליין ביליג.

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 21, 2022 12:27 am

· #495464
מיליאנער
עצי שטים
מיליאנער
די ארוינים מאכן קלאר אז זייער ציל איז צו האלטן חשבון אויף די פסולע חתונות און אויב איינער מאכט איבער די קידושין כהלכה אזויווי די הלכה פארלאנגט דאן נעמט מען אראפ זיין נאמען פון די ליסטע, הא הא הא הא... אזעלעכע לוזערס....

איין זאך קען איך זאגן ברוך שלא עשני זאלי! ב''ה איך קען נאך טראכטן גראד און איך ווער נישט משוגע פאר נארישע ספינס!

איינער וואס בעט רשות ביים צווייטן קינד, ווערט למפרע די קידושין פון די ערשטע קינד פליצלונג כשר?!?
איך וואלט ליבערשט געזאגט א ברכה שלא עשני סאטמארע! ב''ה איך קען נאך טראכטן גראד און איך ווער נישט משוגה פאר נארישע ספינס,
בפרט ווען מען ספינט ארום מיט די תורה...

יא, ביי אלע פסולים אין די גמרא העלפט תשובה, למשל ביי בני תשע מדות וכדו' ווילאנג ס'איז נישט קיין ממזירים העלפט תשובה. און די רמב''ם זאגט פונקטליך וואס תשובה מיינט, און צוריקטוישן ביי די צווייטע קינד פיט פונטקליך אריין אינעם רמב''ם'ס פראפאזעל.

אבער דו פירסט אריין די שמועס יעצט אויב עס מאכט יא סענס אדער נישט(אויף וואס כ'האב שוין געענטפערט), אבער ביטע ענטפער מיר, וואס איז א גרעסערע דורכפאל ארויסשניידן האלב נעמען פונעם פנקס צוליב סיי וועלכע סיבה, אדער האלב פון די אייגענע חסידים וואס האבן שוין יא גענומען די קוראזש צו מיטשפילן טרעטן אויך צוריק, און אויך ביטע זאג מיר אויב דו ביסט באוויסטזיניג צום פאקט אז עס איז דא בלויז געציילטע חתונות אין די צוויי זאלן.

עס יוזשעל ענטפערסטי נישט צום ענין נאר די ספינסט ארום און ארום.
ווילאנג די טשעק קומט אין די מעיל זאלסטי אנגיין מיט א שטארקייט

מיליאנער » מאנטאג פעברואר 21, 2022 8:11 pm

· #495503
איך גלייב (איך האף) אז דו פארשטייסט אליין אז די סארט ענטפערס קומען געווענליך ווען מען קען בשום אופן נישט טרעפן וואס צו ענטפערן והא ראי' ווען דו האסט געהאט וואס צו ענטפערן האסטו דאך גענטפערט.

כדי אבער דיך צו קלאר מאכן וועל איך נאכאמאל צאמנעמען וואס איך האב געענטפערט.

1) איינער וואס מאכט איבער די קידושין האט זיך געפירט פונקט ווי די הלכה פארלאנגט און מען דארף פארשטייט זיך אראפנעמען די נאמען פונעם פנקס.

2) עס העלפט תשובה ביי פסולים (נישט ממזירים) אזויווי @עצי שטים האט דערמאנט ביי בני תשע מדות אז ווען מ'טוט תשובה איז יסורי הגלות מכפר.

3) איינער וואס טוט א מעשה און ציט צוריק ביי די צווייטע קידושין איז געהעריג תשובה עפ''י הלכה.

4) אפילו מען זאל יא קאנסידערן אלס א דורכפאל דאס אז מ'האט ארויסגענומען האלב נעמען, איז דעי דורכפאל א קינדערשפיל קעגן די מאסיווע דורכפאל פון די זאליס אז האלב פון די געציילטע חתונות האבן אדער אויפגעהערט אדער איבערגעמאכט די קידושין.

גענוג קלאר? אויב האסטו נאך אלס נישט וואס צו ענטפערן דאן חזר נאכאמאל איבער דיין ספין פון די ספין.

פתחון פה » מאנטאג פעברואר 21, 2022 9:04 pm

· #495506
נומ.3 טאמער די טאטע טוט תשובה ווערט דעם קינד'ס קידושין א קידושין ?

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 21, 2022 9:48 pm

· #495508
מיליאנער
שמעון וואלף
מיליאנער

2) עס העלפט תשובה ביי פסולים (נישט ממזירים) אזויווי @עצי שטים האט דערמאנט ביי בני תשע מדות אז ווען מ'טוט תשובה איז יסורי הגלות מכפר.

3) איינער וואס טוט א מעשה און ציט צוריק ביי די צווייטע קידושין איז געהעריג תשובה עפ''י הלכה.

האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געברענגט פון די רמב''ם, לויט ווי עס קומט אויס פונעם רמב''ם, העלפט 'נישט' קיין תשובה אפילו ביי די בני תשע המידות
וז''ל הלכות אסורי ביאה הלכה י''ב:
כל אלו הבנים הילודים מהם הם המורדים והפושעים שיסורי הגלות בוררין אותן, עכ''ל
אידיש, די קינדער וועלן אויסשטארבן במשך די גלות, און ער דערמאנט נישט אז אויב מען טוט תשובה אדער מען בעט איבער די מרה דאתרא, דאן ווערט אלעס פליצלונג כשר וישר, עס גייט נישט אזוי, א נולד בפגם בלייבט מיט זיין פגם נישט קיין נפק''מ אויב מען האט געטון תשובה אדער נישט,
אחוץ אויב די גאנצע פגם איז מעיקרא געווען סתם א טעראר טאקטיק, וואס דאן קען מען עס טאקע אויסמעקן פון די פונקס ווי נאר יענער טוט 'תשובה'
אבער אזוי איז עס סתם חוזק געמאכט פון די תורה,

אדרבה איך זיך נאך די מקור אז תשובה מאכן א ולד פגום כשר לגמרי
און נאך אויף די ערשטע קינדער אויך...

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:59 pm

· #495517
מיליאנער
איך גלייב (איך האף) אז דו פארשטייסט אליין אז די סארט ענטפערס קומען געווענליך ווען מען קען בשום אופן נישט טרעפן וואס צו ענטפערן והא ראי' ווען דו האסט געהאט וואס צו ענטפערן האסטו דאך גענטפערט.

כדי אבער דיך צו קלאר מאכן וועל איך נאכאמאל צאמנעמען וואס איך האב געענטפערט.

1) איינער וואס מאכט איבער די קידושין האט זיך געפירט פונקט ווי די הלכה פארלאנגט און מען דארף פארשטייט זיך אראפנעמען די נאמען פונעם פנקס.

2) עס העלפט תשובה ביי פסולים (נישט ממזירים) אזויווי @עצי שטים האט דערמאנט ביי בני תשע מדות אז ווען מ'טוט תשובה איז יסורי הגלות מכפר.

3) איינער וואס טוט א מעשה און ציט צוריק ביי די צווייטע קידושין איז געהעריג תשובה עפ''י הלכה.

4) אפילו מען זאל יא קאנסידערן אלס א דורכפאל דאס אז מ'האט ארויסגענומען האלב נעמען, איז דעי דורכפאל א קינדערשפיל קעגן די מאסיווע דורכפאל פון די זאליס אז האלב פון די געציילטע חתונות האבן אדער אויפגעהערט אדער איבערגעמאכט די קידושין.

גענוג קלאר? אויב האסטו נאך אלס נישט וואס צו ענטפערן דאן חזר נאכאמאל איבער דיין ספין פון די ספין.

איך האב געענטפערט ווייל איך האב געמיינט אז טאמער וועט מען דיר מסביר זיין 1+1 וועסטי פארשטיין. אבער טאמער ביסטי סתם דא צו איבערקייען שטרוי איז א שאד צו ענטפערן.

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 22, 2022 12:02 am

· #495518
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב געמיינט אז קיינער חוץ מרז"ל מעג נישט מסדר קדושין זיין דארט?

שמן למאור » דינסטאג פעברואר 22, 2022 1:38 am

· #495522
מען דארף טוישן די קעפל פון די אשכול צו
'סידור קידושין מערכה הערט נישט אויף צו פלאקערן'

וואסער » דינסטאג פעברואר 22, 2022 6:41 pm

· #495563
שמעון וואלף

איך האב געענטפערט ווייל איך האב געמיינט אז טאמער וועט מען דיר מסביר זיין 1+1 וועסטי פארשטיין. אבער טאמער ביסטי סתם דא צו איבערקייען שטרוי איז א שאד צו ענטפערן.

@שמעון וואלף. כך דרכו של מיליאנער ער פרובירט צו רעדן שטותים א גאנצן צייט, און ווען מען ווייזט אים אויף שווארצ אויף ווייס אז ער איז נישט גערעכט נעמט ער איין א שטילקייט.
קוק צוריק און דעם אשכול כמה פעמים.

איך האב עס לצטענס געהאט ווען ער האט געוואלט פארדרייען פאקטן מיט די פראצענטן דורך צולייגן די בני יואל תלמידות צו די חתן-כלה ליסטע און אראפנעמען אלע חתונות פון עטרת מאיר צבי. נאכדעם וואס איך האב אים אנגעוויזן ווי ער ווי פארדרייען די פאקטן איז ער נעלם געווארן.
אזוי אויך דא ווען ער האט געוואלט פארדרייען הלכה פאקטן פונעם רמב"ם...

גראדע איז די עפראטש פון די ארונים געוואלדיג, יעדע חתונה וואס איינע פון די בני המשפחה וועלן זיין מסדר קידושין וועט מען זינגען "רשות". און אויב די ליסטע וועט וואקסן וועט מען אראפנעמען אלע פריערדיגע חתונות מיטן אויסרייד אז מען האט איבערגעמאכט. אזוי אויך יעדע מחותן וואס ביים קומענדיגן קינד וועט ער געבן א זון צו א וויליאמסבורגע/מאנסי מחותן וואס ווי פארשטייט זיך אז דעמאלט וועט די חתונה פארקומען אינדרויסן פון שטאט וועט מען אויך אראפנעמן די פריערדיגע חתונות. און אזוי וועט טאקע זיין 1+1=חלה דעקל...

פתחון פה » דינסטאג פעברואר 22, 2022 6:50 pm

· #495564
ווער עס ווייסט ווייסט אז די גאנצע מערכה איז נאר א געלד מערכה (אז יעדער זאל חתונה מאכן אין זייערע זאלן) ממילא איז נישט קיין ווינדער וויאזוי די מערכה שפילט זיך אויס.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27