ייעעקקבבמיליאנערייעעקקבב
דרשות ברבים פלעגט טאקע די מחוצף ארויפשמירען (בדרך כלל חוץ ביי ראש המרידה וכו') אויפען ברך משה אז ווער עס האלט קעגן אים האלט אויך קעגן די ברך משה ממילא נעמט ער זיך אפציעל אן פאר די ברך משה'ס כבוד
אבער רודפ'ן און רצח'נען מענטשען דאס איז געווען אויף ווער עס האט זיך נישט ציגעשטעלט 100 פראצענט צום א“ג רב
איך פארשטיי נישט וואס דו ביסט מחלק.
ס'איז געווען אידן וואס האבן גערעדט אויף מהר''א אויפן מיאוסטן אופן און מהר''א האט גארנישט גענטפערט, און ווען מ'האט גערעדט קעגן זיין טאט'ן האט ער יא מוחה געווען אויפן שארפסטן וועג.
סאו דו זאגסט אז ער האט יא מוחה געווען ווען מ'האט גערעדט קעגן אים פערזענליך, נאר ער האט געזאגט אז ווער עס האלט קעגן אים איז אזויווי ער האלט קעגן זיין טאט'ן?
גיב מיך 'איין' ביישפיל ווען דעיס איז פארגעקומען.
אגב ביי בני ברק האט נאך רח''ה קיינמאל נישט גערעדט קעגן מהר''א פערזענליך, סאו איז נישט שייך צו זאגן אז די סיבה פארוואס מהר''א איז ארויסגעקומען קעגן רח''ה פערזענליך איז ווייל רח''ה האט אים פערזענליך געטשעפעט
איך האב געהערט א דרשה פין אים ווען עס איז געווען יודען וואס האבען געוואלט אז מען זאל מאכן וואלען אין קר“י צי מען זאל אים אויפנעמען פאר רב נעמט ער זיך אן פאר כבוד תורתו אז מען גייט נישט מאכן וואלען זאגט ער דארט אז די אלע וואס האבן אים פיינט האבען פיינט די ברך משה און אלע טענות וואס מען האט אויף אים האט מען קעגן די ברך משה
און לגבי בני ברק האט ער קלאר געזאגט אז ער האט מורד געווען אין מיר ממילא האט ער אים באשמיצט ווי א הינט
טענו לו בחיטין והודו לו בשעורין.
ווען דעי זעלבע אידן וואס האבן פארלאנגט וואלן, וואלטן ווען אראנדזשירט א עצרת ווי מען וואלט אראפגעריסן מהר''א אויפן ערגסטן פארנעם וואלט מהר''א געזאגט א ווארט? דארפסט נישט שפעקולירן, די היסטאריע איז פול מיט אזעלכע געשענישען און מ'האט נישט געהערט א ווארט פון מהר''א.
דא איז געווען אינגאנצן א צווייטע זאך, געוויסע מענטשן וואס האבן זיך קיינמאל נישט מכניע געווען אינטערן ברך משה האבן פארלאנגט וואלן ארויסצושטויסן קרית יואלע רב (כאילו עס וואלט ווען טאקע געקענט פאסירן...)וועלכער איז זיי געשטאנען אין וועג, און מהר''א האט געזאגט אז זיי מיינען נישט אים זיי מיינען דא בכלל די הנהגה און מען גייט נישט מאכן וואלן, און ס'איבריג צו זאגן אז זיי האבן טאקע דאס געמיינט.
איז פון דא האסטו געזען אז ווען מ'האט אראפגעריסן מהר''א האט ער מוחה געווען דערויף און געזאגט אז מען מיינט זיין טאטן? דו ביסט זייער שוואך אין מדמה זיין מילתא למילתא.
איך פאררוף יעצט וואלן אין ראדני אויב מהרז''ל זאל ווייטער בלייבן רבי! איך ווארט אויף א דרשה פונעם נועם המידות, 'רבותי, מגיימיר צו וואלן, איך זע אז ס'דא עטליכע אידן וואס דארפן וואלן!
------
הייסט ביסט מודה אז ביי בני ברק האט ער נישט אראפגעריסן רח''ה ווייל רח''ה האט אים עפעס פערזענליך געטון, וואס האט געבאדערט פאר מהר''א איז אז ער האט געמאכט א מרידה אין זיין קהילה, און ער האט צובראכן זיין הנהגה, דערפאר האט ער אים ארויסגעווארפן, בעסער געזאגט מהר''א איז זיך געגאנגען און מודיע געווען אז װער עס וויל האבן שייכות מיט אים קען נישט האבן שייכות מיט רח''ה.
דו האלטסט אז דעי שריט איז עפעס ראנג?
וואס האט ער געזאגט ביי די דרשה ווען ער האט געווארפן רח''ה? ער האט גערעדט עפעס קעגן אים חוץ אז רח''ה איז א בעל גאווה וואס מען קען נישט פארהאנדלען?
האלטסט אז ווען מען ווארפט איינעם און מ'וויל אז די אייגענע עולם זאל מער נישט האבן שייכות מיט יענעם קומט נישט אריין צו מסביר זיין פארוואס מווארפט אים, און פארוואס מפארהאנדלט נישט?
עס איז נישט נארמאל צו זאגן אז מ'האט שוין פרובירט צו פארהאנדלען פאר דריי יאר, און ס'נישטא צו וועם צו רעדן ממילא ווארפט ער אים ארויס?
מהר''א'ס שטימע האט דיך אויסגעקוקט ווי א דיקטאטור וואס געט ארויס א באפעל, אדער ווי איינער וואס איז צושאסן אויף שברי שברים און ער טוט א מעשה בלית ברירה? (איך ווייס וואס דו גייסט ענטפערן...)