סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
1328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
גאלדליב צו וויסן
די בייגעלייגטע צעטל איז פאלש.
וועלכער צעטל?
פון קהל? כאב מיך פארגעשטעלט.
הקיצור די זאליס פרובירן צו מאכן א טומל,
שטויסן און בריקענען,
כאילו דא טיצעך עפעס בלוטיגע שלעגערייען,
דערווייל ווי וואס ווען,
דער דיין מיטן וומ"ב רב,
האבן זיך איידעלערהייט אפגעזאגט זייער דעת תורה,
פונקט ווי ר' יחזקאל ראטה האט געזאגט זיין מיינונג לגבי שערי חמלה,
ס'נישט געווען קיין שום רעזאלוציעס מטעם קהל,
זאל זיך יעדער טאן וואס ער וויל,העולם כמנהגו נוהג ושוטים שקילקלו עתידין ליתן את הדין,
איך ציטיר עס נאר זאלסט עס נישט קענען פארמעקן ווען קהל גייט ארויסגעבן די רעזאלוציעס...
גוט טוסטו, אלס כדאי צו זיין באווארענט, ביסט א קלוגער איד
שוין! די ארונים האבן שוין ארויסגעהאנגן היינט אין די שולן די החלטות (ווער עס האט עב איז מכובד עס צו ברענגען).
מען טאר זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונות.
מען טאר נישט געבן קיין עליות אין די בתי מדרשים.
מען טאר נישט פארדינגען די זאלן פאר די שבע ברכות.
אלץ ענטפער צו די זאלן האט קהל יטב לב ארויסגעשטעלט די מודעה
📎 IMG-20210617-WA0232.jpg
.
איך האב גערעדט מיט א איד אין אנטווערפן זאגט ער מיר מיט שטארקע אויפברויז אז ער האט געהערט די דרשה פון ר' מענדל ווי ער רעדט פון די שחיטה אין אנטווערפן, און ער זאגט מיר די ווייסט פארוואס ער דערמאנט נישט סידור קידושין אין אנטווערפן וואס האט א מרא דאתרא? ווייל אין אנטווערפן איז ר' מענדל געווען דער וואס האט עס דורכגעבראכן, ביז אים האט זיך קיינער נישט געוואגט צו מסדר קידושין זיין אנעם רשות פונעם מרא דאתרא ער איז געווען דער ערשטער דאס צו טון.
איז דאס אמת? אויב יא מאי שנא?
עפעס געדענק איך דערפון, מ'האט גערעדט בשעתו.
ווי האט ר' חיים קרייזווירטה געזאגט, ביי וועם איך בין נישט געווען מסדר קידושין בין איך געווען דער מסדר הגט.
פתחון פה: ס'איז א גוט ווערטל. ס'האט מיך געמאכט שמייכלען. אבער אנטווערפן איז נישט גלייך צו מאנרא. אין אנטווערפן איז דער רב דער מרא דאתרא. און איינער וואס וואגט זיך צו גיין אקעגן איהם איז דער גרעסטער מחוצף. און מ'רודפ'ט איהם עד חורמה. און מ'פארטרייבט איהם פון די שטאט.
אין אנטווערפן איז שוין געווען אזא מעשה אין די היסטאריע. מיט בערך 100 יאר צוריק. ס'איז געקומען א איד הרב ראטנבערג, ז"ל. און ער איז געווארן כמו קאמפעטישן פאר דעם דאמאלס'דיגן מרא דאתרא. האט ער (און זיין זוהן) טאקע געליטן גרויסע רדיפות פאר א סאך יארן. ער האט נאר געהאט א גאר קליינעם עולם וואס האט געהאלטן מיט איהם...1
[ציטאט אראפגענומען]
איך וואלט געזאגט אז דער רב וואס קומט אין שטעטל זיין מסדר קידושין אן רשות און די מחותנים וואס גייען אקעגן א פסק פונעם דיין און מאכן חתונה אן רשות בדת וכדין, די זענען די וואס שטערן ליידער אידישע שמחות.
גאנצלאיך וואלט געזאגט אז דער רב וואס קומט אין שטעטל זיין מסדר קידושין אן רשות און די מחותנים וואס גייען אקעגן א פסק פונעם דיין און מאכן חתונה אן רשות בדת וכדין, די זענען די וואס שטערן ליידער אידישע שמחות.
קענסט נוצן אלע שרעקעדיגע אויסדרוקן פון "ממזרים" "פנקס" "אתריה דמר" "כוח המשלח", אבער ביז שטערן א שמחה. שטערן א שמחה מיינט גיין קעגן דעם רצון פון חתן-כלה און מחותנים.
יעדער האט די אפציע פון טוישן צו אוידיטאריום, אויב נאר איינער האט געטוישט מיינט עס אז אלע אנדערע מחותנים זענען מסכים צו דעם. טרעף בעסערע אויסדרוקן ווי 'שטערן א שמחה'...
מ'שטערט א שמחה דא? איז שוין געווען א ארויני וואס איז אפילו נאנט געגאנגען צו עטרת מייזעלס? ווער צושטערט חתונות?
די איינציגסטע זאך איז, אז קרית יואלע דיין האלט אז די חתונות זענען קעגן די הלכה, און ער האט געלאזט וויסן פאר ס'וויל אים פאלגן, אז עפ''י דעת תורתו טאר מען עפ''י הלכה זיך נישט משתתף זיין דארט.
ס'דא אנדערע דיינים וואס האלטן אז מ'מעג יא? זאל יעדער פאלגן זיין דיין.
אז א חתונה ווערט ממש צושטערט ווייל די ארוינישע קרובים קומען נישט, האבן די מחותנים א וועג ארויס, צו זען אז די חתונה זאל זיין אויסגעהאלטן אפי' לויט זיי.
איך פארשטיי אבער נישט די ארגומענט פון צושטערן אידישע שמחות.
ס'איז געווען מער ווי איין חתונה ווי מחותנים האבן דייקא נישט געוואלט רז"ל פאר מסדר קידושין טאקע ווייל זיי האבן געוואלט האבן אלע זייערע קרובים ביי זייערע שמחות, פארשטייענדיג אז די נושא איז א שאלה להלכה וואס יעדער האט א חיוב צו פאלגן זיין דיין אין דעם, אבער רז"ל האט זיי טעראריזירט און טעראריזירט דעם מסדר קידושין, אלעס פאר זיינע פארשטינקענע תאוות.
ווען די ארוינים שטעלן ווען נישט צו אן אלטערנעטיווע זאל, ביסטו מודה אז ס'איז טעראר, אדער ס'מאכט נישט אויס?
עקזעקטלי!
נישט צום גלייבן,
די אהרונים גייען דאך לשיטתו אז דא איז פעליג דער ענין פון מרא דאתרא, חרם דר"ת, שבות יעקב, רבי ז"ל וכו' וכו'
איי דו ביסטעך מחולק? געזונטערהייט.
נו אז יענער האלט אז ס'א פירצה, קומט עס מיטן גאנצן פעקעדש, ער קען דאך נישט זיין קיין היפאקריט,
אדער אהער אדער אהין,
וואס האסטו געוואלטן אז דער דיין זאל חוזר זיין ווייל מ'פאלגט איהם נישט?
ער איז נישט קיין פאלעטישן ער איז א פוסק, א מורה הוראה,
ר' יחזקאל ראטה מיטן קאשויער רב האבן נישט צוריק געצויגן פון זייער איסור נגד שערי חמלה ווייל מ'האט זיי נישט געפאלגט,
און גערעכט זענען זיי, אזוי ברויך צו זיין,
אבער ווי פאר אלדאס גוט יאר, ביסטו - ר' זלמן לייב - א מחותן דא צו זאגן אז ר' אהרן טאר דוקא נישט זיין קיין מסדר קידושין און דיין זאל,
ממש א ביליגע נארישע בעיבי,
איך האלט ביז די שריט האבן די זאליס גוט ארויסגענומען,
אבער דא האבן זיי על לא דבר פארשפילט די זאך
מיליאנער[ציטאט אראפגענומען]
ווען די ארוינים שטעלן ווען נישט צו אן אלטערנעטיוו זאל, ביסטו מודה אז ס'איז טעראר, אדער ס'מאכט נישט אויס?
פרעג די מחותנים אליין!!
אלע מחותנים וואס מאכן דארט חתונה ווילן אן ענדע צו די סידור קידושין טעראר, זיי ווייסן אז דאס איז דער ציל פון רז"ל פון קומען קיין קרית יואל. זיין ציל איז נישט תאוות הכבוד והשררה ווי זיין ברודער, נאר צו העלפן זיינע חסידים אין קר"י אז די סידור קידושין טעראר זאל זיך אויפהערן. זיי אלע פארשטייען עס און זענען אין מכיר טובה.
דאס איז די סיבה פארוואס קיינער טוישט נישט זאלן...
איז דאך אלעס גוט, דאנק דעם אויבערשטן אז מ'האלט שוין דא ב''ה.
וואס ווייטאגסטו דא מיט צושטערטע שמחות?
קוק צוריק ווער ס'ברענגט ארויף צושטערן שמחות.
איך האב מיך נאר באצויגן צו יענעם...
איך האב גראדע גערעדט מיט אסאך זאליס, און זיי זענען זייער אנגעווייטאגט אויף וואס רז''ל טוט מיט זיי
מיליאנעראיך האב גראדע גערעדט מיט אסאך זאליס, און זיי זענען זייער אנגעווייטאגט אויף וואס רז''ל טוט מיט זיי
מעגליך, אבער דו רעדסט נישט פון זאליס אין קר"י וואס פלאנען צו נוצן דעם זאל...
די זאלי פראקציע האט א שרעקליכע חלל ווען ס'קומט צו פי. אר.. זיי האבן נישט ארויסגעלייגט זייער צד פאר די גאס און אפי' די אייגענע אנ"ש ווייסן נישט די מציאות הדברים. ממילא מאכט סענס אז אסאך זאליס אדער אפי' רוב פון וו"ב און ב"פ זאלן נישט פארשטיין דעם שריט.
[ציטאט אראפגענומען]
אהא הייסט אז דו פארשטייסט יא אז אזא ארגומענט מאכט נישט קיין סענס, די סארט ארגומענט איז גראדע היבש פאפולער דא.... אבער ביזטו נישט געווען דער וואס האט געווייטאגט דא איבער צושטערטע חתונות?
נו וואס לאזטו נישט ר' אהרן אדער זיינע שלוחים זאלן זיין מסדר קידושין אין דיין זאל? וואס גייט דיך אן?
ממילא די אהרונים, זיי האבן האבן דאך א "מרא דאתרא" שיטה אדער איירעדעניש,
דער דיין האט אזוי געפסקנט, וואס זאלן זיי טאן?
אבער וואס איז דיין עקסקיוז? סתם א בעיבי,
ווייל ס'דיר וויכטיגער צו למען השם ציפיקסן ר' אהרן ווי איידער פארמיידן פירוד לבבות ביי משפחות.
גאלד: איך מיין אז דו ווייסט אליינס דעם ענטפער צו דיין (רעטארישע) שאלה. ס'איז נישט מער ווי פאליטיק און נגיעות. נאר א טייל וויללן נישט מודה זיין. ס'איז זיי בעסער צו שפיעלן ..."וויקטים" און נרדף...!
גאלדנו וואס לאזטו נישט ר' אהרן אדער זיינע שלוחים זאלן זיין מסדר קידושין אין דיין זאל? וואס גייט דיך אן?
ממילא די אהרונים, זיי האבן האבן דאך א "מרא דאתרא" שיטה אדער איירעדעניש,
דער דיין האט אזוי געפסקנט, וואס זאלן זיי טאן?
אבער וואס איז דיין עקסקיוז? סתם א בעיבי,
ווייל ס'דיר וויכטיגער צו למען השם ציפיקסן ר' אהרן ווי איידער פארמיידן פירוד לבבות ביי משפחות.
לידיעתך, דער מרא דאתרא האט רעכט צו געבן רשות פאר וועם ער וויל. והא ראיה אז ביז ר"ח אלול האט יעדער רשות... סאו די גאנצע תורה שטימט נישט דא. זאל ער געבן רשות פאר זיין ברודער?? וויל ער נישט, סתם א בעבי, פירוד לבבות, בלא בלא בלא...
מפיל קינד: דו זאגסט א זייער איפכא מסתברא'דיגע סטעיטמענט. כ'וועלל דיר געבן א משל. א יונגל האט א גוטן דרינק אדער אייז קריעם. קומט א יונגל (א שטיקל גבר אלים דזשוניאר) און בעט עס ביי איהם. דער יונגל ווילל נישט געבן. זאגט ער איהם..."דו ביסט א בעיבי און א שלעכטער"...! אט דאס איז דא דער מצב, לשיטתך...!
לדעתי איז פשוט אז די פסק פון ר' געציל אז א פרעמדע רב טאר נישט מסדר קדושין זיין אין קרית יואל איז נאר געזאגט געווארן פאר די וואס געהערן צו קהילת מהר"א. ער רעדט בכלל נישט צו די וואס געהערן צו אנדערע קהילות.
ר"ג בערקאוויטש איז געשטעלט געווארן אלס דיין אין די "שטאט" קר"י, (נישט אין קייט"ל) דורך דעם מייסד הקרי', קיינער איז אויף דעם נישט מחולק.
עס האבן זיך געעפנט צענדליגער ביהמ"ד פון אנדערע קהלות (אויך נאר אין קר"י קען דאס פאסירן) אבער ר' געציל איז געבליבן שטאט'ס דיין
עס קען נישט קומען איינער עפענען א שול/קהלה אין שטאט און זאגן איך ווארף מיך נישט אונטער זיין הוראה.
מפיל קינד
די זאלי פראקציע האט א שרעקליכע חלל ווען ס'קומט צו פי. אר.. זיי האבן נישט ארויסגעלייגט זייער צד פאר די גאס און אפי' די אייגענע אנ"ש ווייסן נישט די מציאות הדברים. ממילא מאכט סענס אז אסאך זאליס אדער אפי' רוב פון וו"ב און ב"פ זאלן נישט פארשטיין דעם שריט.
זיי האבן נישט ארויסגעלייגט?
ווי האט די ארוני פראקציע ארויסגעלייגט זייער צד?
נאך וואכן וואס עס רודערט זיך האבן די ארונים ארויסגעלייגט א צעטל מיט'ן פסק הלכה, דא און אויף טוויטער איז די איינציגסטע פלעצער ווי מ' רודערט דערוועגן און די זאליס זענן אסאך מער אקטיוו
שמעון וואלףלדעתי איז פשוט אז די פסק פון ר' געציל אז א פרעמדע רב טאר נישט מסדר קדושין זיין אין קרית יואל איז נאר געזאגט געווארן פאר די וואס געהערן צו קהילת מהר"א. ער רעדט בכלל נישט צו די וואס געהערן צו אנדערע קהילות.
אין סאטמאר פלעגט מען זאגן צוויי מאל לדעתי לדעתי....
[ציטאט אראפגענומען]
הייסט אז מהר''א האט בלויז רשות נאכצוטון וואס רז''ל האט שוין געטון, נישט קיין טראפ מער ח''ו (דאס איז שוין אפילו אונז העמיר אננעמען אז מהר''א איז דער וואס צושטערט שמחות)
און לגבי וואס דו זאגסט אז ר"א איז נישט געקומען צי קיין שמחת נאך וואס זיין טאטן איז נישט געקומען צי זיינס, פארשטיי איך באמת נישט, דו האסט נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן ליגנט ביי א זאך וואס איז דא בילדער און באקאנט אלס א פאקט אפי' צווישן זאליס, דו ווערסט ניטאמאל רויט? דו כאפסט אז דו פארלירסט דיין לעצט ביסל נאמנות?
[ציטאט אראפגענומען]
וויליאמסבורגע רב ר' מענדל האט בר מצוה געמאכט תשס''א.
און ס'איז גראדע דא א ריקארדינג ווען מהר''א האט זיך געטראפן מיטן טאטן פאר ראש השנה תשס''ג און די בר''מ זאגט אים אז ער וועט זיך אי''ה משתתף זיין ביי די חתונה (שוין אינמיטן די קארט קעיס.... )
חוץ פון דעם אפשר פארענטפערסטו מיר די פלא פארוואס די בר''מ איז געפארן קיין פלארידע פונקט בשעת די חתונה פון זיין עלטסטע אור אייניקל? א אינטרעסאנטע צופאל וואס האט נאכנישט פאסירט זייט די צווייטע וועלט מלחמה?
און אגב איך בין נייגעריג צו דו ווייסט וואס איז געווען די קלאגע וואס מהר''א האט אריינגעגעבן קעגן זיין טאטן?
[ציטאט אראפגענומען]
איך ווייס אז די וועסט אייביג זאגן דער פאקט איז און דאס מיינט אז די ביסט גערעכט, אבער די בילדער ווי זיין פנים האט געשיינט יעדעס מאל וואס ער האט אים געטראפן (און געהייסן ברענגן א בענקל) ציבלאזט אלע דיינע פאקטן
און איך ווייס פאר א פאקט אז די משפחות ווילן נישט גיין צו שמחות דארט צוליב דעם דיין'ס פסק
און אפשר ביסטו שוין צו אלט צו געדענקען ווען מ' האט ארויסגווארפן ר' שמואל ווידער ע"ה פון ראדני ביי א ברודערס שמחה?
אה, אין 2 מינוט וועסטו שוין האבן א תירוץ פארוואס דעמאלס האט מען געמעגט צושטערן שמחות
[ציטאט אראפגענומען]
אזוי? ר"ג בערקאוויטש קען אויך פאסקענען אז ר' חיים דוד כ"ץ פסק אין ב"פ מוז מען נישט פאלגן?
[ציטאט אראפגענומען]
סתם היפוך המציאות
ר"א ערשטע אייניקעל האט בר מצוה געהאט תש"ס, מ' האט דעם בחור נישט געגעבן מפטיר, און נישט געלאזט קומען צו די בר מצוה
(ר' חיים יושע'ס בעיביסיטער איז נישט אנגעקומען ווער עס געדענקט)
ר"א זון יואל האט חתונה געהאט תשס"א און דער ב"מ איז נישט געקומען
רז"ל האט חתונה געמאכט נאך תשס"ב אין נעווי יארד און ר"א איז דארט געווען (דאן האט דער ב"מ זיך אויפגעשטעלט און נישט געוואלט זיך אראפזעצין ביז מ' ברענגט אים א בענקעל
ר"א זון יואל האט חתונה געהאט תשס"ג
[ציטאט אראפגענומען]
אזוי? ר"ג בערקאוויטש קען אויך פאסקענען אז ר' חיים דוד כ"ץ פסק אין ב"פ מוז מען נישט פאלגן?[/quote]
נישט ער קען, ער טיט עס, ער האט דאך געפאסקענט אז מדארף נישט פאלגן ר חיים דודס פסק לגבי סידור קידושין, אין ר אהרן האט געפאסקענט אז ר חיים דודס מצה אין פלייש זענען נישט כשר,
די חילוק איז ר חיים דוד פסקנט פאר זיינע מענטשן, אין ר אהרן פרובירט מיטן כח הטעראר צי פסקענען פאר יענעםס מענטשן,[/quote]
אזא לץ, ר"א האט געזאגט פאר זיינע מענטשן אז זיי זאלן נישט עסן יענע פלייש וויל עס איז נישט אויסגעהאלטן
רח"ד האט געזאגט פאר ר"א שטאדט מענטשן זיי זאלן אנפייפן זייער מרא דאתרא
[ציטאט אראפגענומען]
ווער לאזט נישט די זאליס פאלגן זייערע דיינים? ר' געציל האט געפסקט פאר
זיינע מענטשן נישט צו גיין צו אזעלכע חתונות וואס
ער האלט ס'איז קעגן די הלכה
[ציטאט אראפגענומען]
איך זע דו און נאך אסאך זענען אביסל צומישט.
מרעדט דא פון צוויי באזינדערע קארט קעיסעס.
די ערשטע איז געווען גלייך אנהייב פון די מחלוקה, ווען מ'איז געגאנגען אין קארט איבער די נכסי הקהילה, מיטן טענה אז די קהילה באשטייט פון א באורד פון ערוויילטע מענטשן, מיט א פרעזידענט און א וויצע פרעזידענט, וואס זיי זענען בעה''ב אויף די קהילה, און די רבי אז בלויז די גייסטליכע פירער, ממילא אפילו לו יצייר די בר''מ האט יא ארויסגעווארפן בערל פר''מ איז עס נישט אינטער זיין אויטעריטעט און ער איז ווייטער בעה''ב אויף די בנינים.
די קאורט קעיס וואס דו רעדסט איז די צווייטע, וואס די ארוינים האבן גערופן ''הצלת רבינו'' און די זאליס האבן עס גערופן ''רבן דקרו'' וואס דאס איז געווען הערשט תשס''ה, ווען מ'איז געגאנגען אין קאורט אז אזויווי די בר''מ איז שוין אלט און דארף צוקומען צו מענטשן, און דא האבן זיך אריינגעזעצט א כאפטע מענטשן ביי אים אין שטוב און מאכן סעלעקציעס ווער עס קען יא אדער נישט צוקומען, ממילא זאל זיך די קאורט אריינמישן און מאכן סדר.
למעשה האט די דשאדזש געוואלט רעדן מיטן בר''מ אליין, אבער פארשטייט זיך אז די שטוב מענטשן האבן נישט געוואלט צולאזן אזא זאך אז די בר''מ זאל אליינס רעדן מיטן שופט, ממילא האט די דשאדש געשיקט א סובפינע פארן בר''מ, וואס האט גוט אריינגעשפילט אין די הענט פון די זאליס אז מהר''א רופט זיין טאטן אין קאורט.
וואס אגב, געדענקט זיך נאך גוט די ווערטער פון ר' מאיר בראנסדארפער, בשעת ר' יצחק טובי' ווייס האט צאמגעשטעלט א קול קורא קעגן מהר''א, און ווען ס'איז געקומען די רייע אויף ר' מאיר אינטערצושרייבן האט ער עס גענומען און צופליקט און געזאגט ''ווען איינער לאזט מיך נישט אריין צו מיין טאטן, רוף איך משטרה''....
סאו די שטותים וועגן די חתונה מיט קאורט איז געווען הערשט ביי יואל גלאנץ'ס חתונה אום תשס''ה.
יעצט וועגן די ריקארדינג, איז געווען ביים בר''מ אין שטוב (יעדע יאר בעפאר ראש השנה האט מען געמאכט א אקציע זיך אריינצוברעכן ביים רבי'ן אין שטוב כדי מהר''א זאל זיך קענען וואונטשן מיטן טאטן) איך האב נישט געהערט די ריקארדינג, די ארוינים האבן ארומגעשיקט א קונטרס אויף פאסט אינטערן נאמען הצלת רבינו ווי ס'איז געווען אפגעטייפט די גאנצע שמועס ווארט ביי ווארט.
וואס טעראר שמעראר,
וואס האקסטו אין קאפ אריין,
רעצט לגמרי נישט צום דבר, במחילת כבודך,
די זאליס פייפן זיך שוין אן מיט ריזיגע טראמפייטערס אויף די אהרונים שוין 20 יאר צו וויפיל,
קיינער רעט זיך נישט איין אז איינער דערשרעקט זיך פון די אהרונים,
קיינער,
נישט די זאליס און נישט די אהרונים,
דער באשוליגונג פון "טעראר" האט שוין לאאאאאאאאנג פארלאזט די סטאנציע,
(צוליב דעם זעהט מען טאקע באשיינפערליך ווי די אהרונים זענען קאלט צו די מערכה, ווי דער דיין האט זיך טאקע אויסגעדרוקט)
די זאליס האבן די וועלטס געלט און ריסארסעס צו האבן אלעס אייגענס,
אדרבא, די זאליס זיצן אין ווארטן בכליון עינים פאר א אפערטוניטי צו ווייזן די וועלט אז זיי פייפן זיך אן,
זיי פרייען זיך און זענען בשמחה גדול ווען ס'קומט זיי אונטער אזא נארהאפטיגע געלעגנהייט,
געב א קוק וואס האט פאסירט ממש לעצטע וואך,
ווי נאר די אהרונים האבן געזאגט אז זיי קענען נישט געבן זייערע זאלן שבת פאר די פורצים (לשיטתם),
ס'האט נישט געדארט קיין ליאדע מינוט,
און די זאליס האבן אויפגעשפרינגען פון זייער הויט אז זיי האבן אייגענע,
וואס מיינסטו, איז עס דען נישט געווען פרידקטעבל?
קיינער האט זיך נישט פארגעשטעלט אז סהעט עפעס אנדערש פאסירן,
נאר וואס דען די אהרונים האבן עס געטאן פשוט ווייל זיי קענען נישט זיין קיין היפאקריטן,
און אויב די זאליס מאכן אייגענע זאלן, געזונטערהייט,
אונז טוה מיר דאס אונזעריגע, אני בתומי אלך,
למשל אין בארא פארק די רבנים וואס זענען שארף נגד העירוב דינגען נישט ארויס זייערע זאלן צו עירוב טראגערס שבת,
קיינער חלומ'ט נישט אז מיט דעם גייען זיי איינעם משכנע זיין,
נאר וואס דען, ער מוז זיין קאנסיסטענט,
אדער אהער אדער אהין,
אויב האלסטו אז טראגן איז חילול שבת, וואסערע פנים האט עס אז טראגערס גייען און קומען מיט קערידשעס פון דיין אייגען זאל אום שבת,
די זעלבע דא, אויב דער דיין פסק'נט אז דער סידור קידושין איז א פירצה,
האט נישט קיין פנים אז די זעלבע פורצים זאלן פראווען דער זעלבער שמחה און די קהילה'ס אייגענע זאלן,
ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס,
איבערהויפט אז ענק קענען און זענען גאר שטארק ציפרידן צו האבן אייגענע זאלן,
ממילא הדרא קושיא לדוכתא,
ר' חיים דוד צו אנדערע זאלי דיינים האט דאך קיינמאל נישט געפסק'נט אז ר' אהרן "טאר נישט" מסדר קידושין זיין אין די נייע זאלי זאל אין קרית יואל.
נו וואס פייניקסטע די מענטשהייט מיטן זיך עקש'נען אז דוקא נאר ר' זלמן לייב,
וואס גייט דיך אן אז איינער האט א משוגעת צו בעטן רשות פון ר' אהרנ'ען,
יענער איז עפעס עובר א הלכה? ס'עפעס א פראבלעם מיט די קידושין?
ער'ט דיר עפעס צינעמען?
סתם פאלנע בעיביס, וואס ווירטשאפטן אן פירוד לבבות ביי משפחות, ממש על לא דבר,
טאקע אקוראט וויזוי ר' זלמן לייב האט געטאן מיטן ברך משה זצ"ל רח"ל
ווי אנדערע ערווענען דא מיט רעכט
גאלד: דו וועסט דיך אפשר וואונדערן אז איך האב געגעבן א לייק סיי פאר דיר און סיי פאר מיליאנער. ס'זעהט אויס ווי א תרתי דסתרי. (ווייל דו האסט איהם אזוי שארף אריינגעזאגט...לאל.). אבל לא קשי מידי. ס'איז גארנישט שווער. איך האב איהם נאר געגעבן גערעכט אז ס'איז געווען טעראר אויף מהר"א אז מ'האט איהם נישט צוגעלאזט צום טאטן דעם ברך משה. אבל על של עכשו באתי. איך גיי נישט אריין אין אלע פרטים פון די שטותים וואס די זאליס ברענגען ארויס כדי זיך פארצושטעללן אלס וויקטימס. והדברים ידועים. חוץ מזה. האביך שוין לאנג געטענה'ט אז חסידות איז נישט קיין דעמאקראטיע. (זיכער איז דא תקנות.) סאציאליזם איז (לכאורה) א ..."דעמאקראטישער"... סיסטעם. אבער אונז (פארשטייצעך אויסער שבת אחים) וויללן נישט זיין קיין סאציאליסטן...!
[ציטאט אראפגענומען]
דו האסט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך, ר' געציל איז געווען דער וואס איז אויפגעקומען מיט די איסור פאר 10 יאר צוריק, און עד היום הזה ווען איינער גייט אים פרעגן צו ער מעג אהין גיין צוליב סיי וועלכע סיבה, איז נישט דא קיין פאל ווען ער איז עס מתיר.
פערצופאל יעצט ביי די מיטונג האט ער עס נישט אויפגעברענגט
[ציטאט אראפגענומען]
אקעי, איך האב נישט קיין כח צו די שקרים, איך האב אויך מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי מיין גאר נאנטע קרוב משפחה האט ממש געוויינט מזאל אים לאזן גיין, זינט ער האט א אלטע מאמע וואס ס'וועט איר מוראדיג מצער זיין אז א האלבע משפחה קומט נישט, און ס'נישט געווען צו וועם צו רעדן. אז דו ווילסט דוקא קען איך דיר שיקן פריוואט די נעמען.
חוץ מזה דארף מען זיין א גרויסע תם, בעסער געזאגט א טיפיקל זאלי, צו גלייבן אז אין 2021 איז נאך דא אידן וואס גייען נישט צו די אייגענע געשוויסטערס חתונות בשעת ר' געציל מאכט אליינס ליצנות פון דעם...
קאם אן! סטאפ די נאנסענס ליגנטס! זאג כאטש ליגנטס וואס מאכן סענס....
[ציטאט אראפגענומען]
גלייב עס נישט, ביזט גערעכט דארפסט נישט גלייבן זאכן וואס דו ווילסט נישט, אבער אגב איך קען דיך יעצט פארהערן איבער די היסטערי פון סאטמאר פון תשנ''ט ביז תשס''ו?
אנאנים: דאס אז ר' געצל קומט נישט ארויס שרייען בקרית חוצות אז סיי ווער ס'ווילל קען קומען און מסדר קידושין זיין אין שטעטל איז ווייל ער ווילל זיין ..."דיפלאמאטיש"... אדער ער ווילל טאנצן אויף 2 חתונות...! נאר ווייל ער האלט באמת אז דאס איז דער מנהג וסדר העולם. דאס פאלט דיר גארנישט איין...! ווייל מיט דעם (אז מ'דארף נישט נעמען רשות פונ'ם מרא דאתרא) צוברעכט מען דעם כח הרבנות. דאמאלס איז דער רב גארנישט מער ווי א טעקסי דרייוער. אדער א געשעפט אייגנטומער.
אויב ס'געפעלט מיר נישט וואס דער רב זאגט וועלל איך מיר ברענגען מיין אייגענעם רב....! נו. וואספארא פנים וואלטן מיר געהאט...?!
איך האב הנאה פון די זאליס.
זיי ניצן א פסיכאלאגישע וואפן בשעת א דעבאטע מיט א ארויני דהיינו, ''האלאו, דו ווייסט ביזט א לוזער? איך האב אליינס גערעדט מיט צענדליגע ארוינים, זיי לאכן אריין! דיינים? ''איך האב גערעדט מיט 2 ארוינישע דיינים! איך האב גערעדט מיט ר' געציל! מיט מהר''א אליינס! יעדער איינער איז שוין געקומען צום שכל, נאר דו ביזט נאך פארמאכט אין דעי באבל! די גאנצע ארויניזם איז א סקעם וואס האלט ביים פלאצן, יעדער האט שוין איינגעזען די אמת, קום ארויס פון דיין באקס....!
ולשבחם יאמר, ס'איז גאר א גוטע סטראטעגיע, די ארויני שטייט נעבעך אזוי פארלוירן.... וואס זאל ער ענטפערן? אז ער האט גערעדט מיט ר' חיים דוד כ''ץ? מיט א זאלישע מגיד שיעור? מיט זאלישע חבירים? ער האט דאך נישט גערעדט! וואס זאל ער טון? זאגן אז ער האט יא...?
איי די ארויני וואס לעבט מיט ארוינישע חבירים, פרעגט ארוינישע דיינים, גייט אריין צו מהר''א כסדר, ער רעדט זיך נעבעך איין אז דער עולם אז ווארעם פאר די זאך, די זאלי אבער, ער ווייסט אינסייד אינפא אז יעדער לאכט פון די איסור, יעדער ווייסט אז מהר''א קען נישט לערנען, יעדער ווייסט אז די בר''מ האט פיינט געהאט מהר''א ..... ודו''ק
איך מיין דא לאו דוקא טשאדעלע, איך האב דעיס שוין מיטגעהאלטן סיי דא אומצאליגע מאל און סיי לייוו.
כ'וויל דא מאכן א דיסקלעימער,
ראשית, איך טריי זייער שטארק צו נישט איבערקייען נאכמאל און מעלה גרה זיין דעם זעלבער ארגומענט,
אויב איינער ענטפערט מיר עפעס וואס יענער האט שוין ערווענט טויזנט מאל,און איך האב עס שוין אדרעסירט,
האב איך קיין ברירה און איך מוז איגנארירן, און איך לאז יענעם האבן דאס לעצטע ווארט. הארצן גערן.
שנית, פרוביר איך זייער שטארק זיך צו האלטן צום נושא,
אויב נעמט מען זיך רעדן פון עפעס שלא מן הענין,
פרוביר איך עס צו מחזיר זיין ליושנה,
ואחרון, ווען איינער נעמט זיך מיט נארישע פערזענליכע טשעפערייען,
טשעק איך אינגאנצן ארויס,
ערווארט נישט קיין שום אנטווארט פון מיר,
יעצט לענינינו... (אינעם נעקסטן תגובה)
איין פונקט,
דאס אז ר' אהרן זאל געבן רשות פאר יעדן אזוי זאל נישט זיין קיין פסול'ע קידושין.
שטימט פשוט נישט מיט די יסוד פון דעם גאנצן תקנה,
הער גוט אויס וואס דער דיין זז"ג זאגט,
דער יסוד פון דעם תקנה איז נישט צו היטן פארן כבוד פונעם מרא דאתרא,
אדער מ'זאל איהם נישט מקפח זיין,
לגמרי נישט,
דער יסוד איז ווי דער דיין האט געזאגט,
"זאל נישט זיין קיין הפקר וועלט",
נו וואס ווילסטו ר' אהרן זאל גאר געבן א יד לפושעים,
און גאר זיין דער מכשיר פון דעם "הפקר וועלט"?
הער מיך אויס, די קשיא איז נישט אין קרית יואל די קענסט די זעלבע קשיא פרעגן בכלל אויפן גאנצן תקנה פון ר"ת מיטן שבות יעקב און תשובות דבר"י וכו' וכו'.
היתכן דער זעלבער מענטש איז אין איין פלאץ איז עס א פירצה און א אנדערע מקום איז עס כשר וישר.
ס'א גוטע קשיא, אבער כ'גיי דיר נישט ענטפערן מיט קיין אייגענע סברות,
רשות בידך צו עס מברר זיין, אדער קענסט אנרופן דעם דיין שליט"א, כ'גלייב ער'ט גוט דורכגעטאן דעם נושא,
און קום צוריק אונז בארייכערן מיט זיין תשובה,
שכוח.
[ציטאט אראפגענומען]
הייבט מ'מעג טעראזירן מענטשן וועם יא אדער נישט צו רופן פאר סידור קידושין מ'מעג דיקטעיטן ווען און וואס אבער נאר וויפיל דו ביסט מתיר
פאר ווער ס'וויל הערן חות דעתו פון ר' געציל בערקאוויטש וואס איז באקאנט אלס קרית יואל דיין בנוגע חתונות אין קר"י זאל עס הערן און טון ווי אזוי ער פסקעט און פאר עס וויל נישט הערן זאל נישט הערן . ווי פונקטליך קומט דא אריין שטערן שמחות ? און אויב זאגן א פסק הייסט טעראזירן דאן ווען בנ"י לאט נישט אין זייער זאל פרעגן רשות אדער ווען רזל לאט נישט אין זיין זאל דעם קרעטשניפען רבין זיין מסדר קידושין הייסט פונקט אזוי טעראזירן מיין פריינט
מיליאנער
דו האסט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך, ר' געציל איז געווען דער וואס איז אויפגעקומען מיט די איסור פאר 10 יאר צוריק, און עד היום הזה ווען איינער גייט אים פרעגן צו ער מעג אהין גיין צוליב סיי וועלכע סיבה, איז נישט דא קיין פאל ווען ער איז עס מתיר.
פערצופאל יעצט ביי די מיטונג האט ער עס נישט אויפגעברענגט
שקר. איך קען א איד וואס האט געפרעגט ר' געצל לגבי השתתפות, ואמר לו בזה"ל: פרעג דיין רב.
מיליאנעראיי די ארויני וואס לעבט מיט ארוינישע חבירים, פרעגט ארוינישע דיינים, גייט אריין צו מהר''א כסדר, ער רעדט זיך נעבעך איין אז דער עולם אז ווארעם פאר די זאך, די זאלי אבער, ער ווייסט אינסייד אינפא אז יעדער לאכט פון די איסור, יעדער ווייסט אז מהר''א קען נישט לערנען, יעדער ווייסט אז די בר''מ האט פיינט געהאט מהר''א ..... ודו''ק.
די ארוינים רעדן זיך נישט איין, זיי רעדן איין אנדערע... זיי ווייסן גוט דעם אמת.